שאלה אין קורצן ענין
#4 - וואס האט דער רבי דערציילט "אזוי פירט דער אייבערשטער די וועלט"?
התחזקות, סיפורי צדיקים, אמונה, צרות, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואו איך קען טרעפן די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, וואס די סוף פון די מעשה זעט אויס אז ס'ענדיגט זיך נישט גוט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט "אזוי פירט דער אייבערשטער זיין וועלט", וואס איז געווען די מעשה, און וואו קען איך זען די מעשה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די מעשה ווערט געברענגט אין שיחות מוהרא"ש חלק א אות אמונה, די ערשטע שטיקל אין שיחות מוהרא"ש. דארט איז פארשריבן די מעשה אזוי ווי מוהרא"ש האט עס דערציילט; דא האסטו די מעשה פונקטליך אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס מקבל געווען:


דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט דֶערְצֵיילְט פַאר אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ אַז עֶס אִיז אַמָאל גֶעוֶוען אַ אִיד מִיט אַ שֵׁיינֶע גְרוֹיסֶע מִשְׁפָּחָה מִיט קִינְדֶער, עֶר הָאט זִיךְ אָבֶּער זֵייעֶר גֶעמוּטְשֶׁעט אוֹיף פַּרְנָסָה, עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער אָרֶעמַאן, עֶר פְלֶעגְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פוּנֶעם פָּרִיץ יֶעדֶעס יָאר, אָבֶּער דִי קְרֶעטְשְׁמֶע הָאט קוֹים אַרַיינְגֶעבְּרֶענְגְט עֶפֶּעס גֶעלְט, עֶס הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעקְלֶעקְט אוֹיף זַיינֶע טָאג טֶעגְלִיךְ הוֹצָאוֹת, אוּן זִיכֶער אִיז נִישְׁט אַרַיינְגֶעקוּמֶען גֶענוּג צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ דִי רַאטֶע, עֶר פְלֶעגְט דַארְפְן בָּארְגְן גֶעלְט צוּ קֶענֶען צָאלְן פַארְ'ן פָּרִיץ.


יֶעדֶעס יָאר וֶוען עֶס אִיז גֶעקוּמֶען דִי צַייט צוּ צָאלְן דִי יֶערְלִיכֶע רַאטֶע, הָאט דֶער פָּרִיץ עֶס נִישְׁט גֶעוָואלְט נָאכְאַמָאל פַארְדִינְגֶען פַאר אִים, וַוייל עֶר הָאט דָאךְ נִישְׁט גֶעהַאט צוּ צָאלְן גֶעהֶערִיג, דֶער פָּרִיץ הָאט גֶעוָואלְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן וָואס זָאל אִיבֶּערְנֶעמֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, אָבֶּער אִידִישֶׁע קִינְדֶער הָאבְּן רַחֲמָנוּת גֶעהַאט אוֹיף דֶעם אָרֶעמַאן, קֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט אָפְּדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע, וִויסְנְדִיג אַז דָאס לֶעבְּן פוּן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט זַיינֶע קִינְדֶער אִיז אָנְגֶעוָואנְדְן אִין דֶעם, אוּן אַזוֹי וִוי דֶער פָּרִיץ הָאט נִישְׁט גֶעקֶענְט טְרֶעפְן אַ צְוֵוייטְן, הָאט עֶר עֶס וִוידֶער גֶעדַארְפְט פַארְדִינְגֶען פַאר דֶעם אָרֶעמַאן פַאר נָאךְ אַ יָאר.


אֵיין יָאר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען דָארְט אַ שְׁלֶעכְטֶער מֶענְטְשׁ, אַ גְרוֹיסֶער רָשָׁע אוּן גְּבַר אַלִּים, אוּן עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען צוּם פָּרִיץ אוּן גֶעזָאגְט אַז עֶר אִיז גְרֵייט צוּ צָאלְן פַאר דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פִיל מֶער גֶעלְט פוּן דֶעם אָרֶעמַאן, אוּן דֶער פָּרִיץ הָאט זִיךְ זֵייעֶר גֶעפְרֵיידְט אוּן הָאט טַאקֶע פַארְדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע פַאר יֶענֶעם.


דִי אָרְטִיגֶע אִידְן הָאבְּן זִיךְ גֶעבֶּעטְן בַּיי דֶעם מֶענְטְשׁ עֶר זָאל נִישְׁט דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת, וִוי אַזוֹי קֶען עֶר זַיין אַזוֹי אַכְזָרִיוּת'דִיג קֶעגְן דֶעם אָרֶעמַאן מִיט אַ שְׁטוּבּ מִיט קִינְדֶער, אוּן יֶענֶער מֶענְטְשׁ הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעהַאט קַיין קִינְדֶער, זֵיי הָאבְּן פְּרוּבִּירְט מִיט אַלֶע כּוֹחוֹת אִים צוּרִיקְצוּהַאלְטְן פוּן צוּ טוּן דֶעם רִשְׁעוּת'דִיגְן אַקְט, עֶר הָאט אָבֶּער זִיךְ נִישְׁט צוּגֶעהֶערְט צוּ קֵיינֶעם, אוּן יָא אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע.


דֶער פָּרִיץ הָאט אַרוֹיסְגֶעוָוארְפְן דֶעם אָרֶעמַאן אוֹיפְ'ן גַאס, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט קַיין הוֹיז וואוּ צוּ וואוֹינֶען, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט וָואס צוּ עֶסְן, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעהַאט מִיט וָואס צוּ פִיטֶערְן זַיינֶע קִינְדֶער, אוּן עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער רַחֲמָנוּת.


פַאר דֶעם רָשָׁע וָואס הָאט אוֹיסְגֶעכַאפְּט דֶעם אָרֶעמַאן, הָאט דִי הַצְלָחָה אָנְגֶעהוֹיבְּן שַׁיינֶען, וִוי נָאר עֶר הָאט אָפְּגֶעדִינְגֶען דִי קְרֶעטְשְׁמֶע אִיז עֶר זֵייעֶר רַייךְ גֶעוָוארְן, אוּן עֶר אִיז אוֹיךְ גֶעהָאלְפְן גֶעוָוארְן מִיט קִינְדֶער, אוּן פַאר מֶענְטְשְׁן אִיז דָאס גֶעוֶוען זֵייעֶר מָאדְנֶע, פַארְוָואס זָאל דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער גֶעבְּן פַאר דֶעם רָשָׁע אַזַא גְרוֹיסֶע הַצְלָחָה?


אוּן דֶער רֶבִּי הָאט אוֹיסְגֶעפִירְט דִי מַעֲשֶׂה, "אַזוֹי פִירְט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער דִי וֶועלְט".


מִיט דִי מַעֲשֶׂה הָאט דֶער רֶבִּי גֶעוָואלְט אַיינְבַּאקְן בַּיי אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין קַשְׁיוּת אוֹיפְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אֲפִילוּ מְ'זֶעט וִוי אַ רָשָׁע אִיז גָאר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ, מֶענְטְשְׁן טוּעֶן שְׁרֶעקְלִיכֶע רִשְׁעוּת פַאר אַנְדֶערֶע אוּן מְ'זֶעט נִישְׁט זֵיי זָאלְן בַּאשְׁטְרָאפְט וֶוערְן אוֹיף דֶעם, פַארְקֶערְט, עֶס גֵייט זֵיי נָאר בֶּעסֶער אוּן בֶּעסֶער, טָאר אָבֶּער וֶוערְן אָפְּגֶעשְׁוַואכְט דִי אֱמוּנָה אֲפִילוּ מִיט אַ הָאר, מִיר דַארְפְן זִיךְ שְׁטַארְקְן אַז אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן גָארְנִישְׁט, אִיז אָבֶּער דֶער אֱמֶת אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט פּוּנְקְטְלִיךְ וָואס עֶר הָאט צוּ טוּן, אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶע חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ מִיר פַארְשְׁטֵייעֶן עֶס נִישְׁט.


דוּרְךְ אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה, גְלֵייבְּן אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט אַלֶעס, עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, קַיין שׁוּם זַאךְ פַּאסִירְט נִישְׁט פוּן זִיךְ אַלֵיין, אַלֶעס הָאט גֶענוֹיעֶם גוּטְן חֶשְׁבּוֹן פוּן הִימְל, אֲפִילוּ וֶוען פַאר אוּנְזֶערֶע אוֹיגְן זֶעט עֶס אוֹיס מָאדְנֶע, אָבֶּער אַז מְ'לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין אֱמוּנָה פְּשׁוּטָה קֶען מֶען זוֹכֶה זַיין צוּצוּקוּמֶען צוּ גָאר גְרוֹיסֶע מַדְרֵיגוֹת, צוּ אַ בְּחִינָה פוּן רָצוֹן, רַעֲוָא דְרַעֲוִין, אוּן זוֹכֶה זַיין מַשִׂיג צוּ זַיין פַארְוָואס עֶס זֶענֶען דָא צַדִיקִים וָואס גֵייט זֵיי שְׁלֶעכְט, אוּן פַאר רְשָׁעִים גֵייט גָאר גוּט (עַיֵין לִקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ה').


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - א מחשבה נאך תפלה, איז א סימן פונעם אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, אמונה, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך האב ב"ה געפאלגט דעם ראש ישיבה און איך בין אדורכגעגאנגען כמעט כל התורה כולה, איך האב געמאכט הונדערטער סיומים אויף אסאך חלקי התורה, בפרט ששה סדרי משנה, נ"ך, ש"ס, תוספתא, תנא דבי אליהו, מדרש רבה, מדרש תנחומא, פרקי דרבי אליעזר, ספרי רבינו, תיקוני זוהר, א גרויס חלק ירושלמי און א גרויס חלק רמב"ם און זוהר, שלחן ערוך, ספרי חסידות, ספרי שו"ת ועוד, אויסערדעם בין איך מעביר סדרה יעדע וואך, און איך זאג תהילים יעדן טאג. איך קען נישט גענוג דאנקען דעם ראש ישיבה פאר די לימודים וואס באגלייטן מיך כסדר, אפילו יעצט ווען איך ארבעט יעדן טאג שווער פרוביר איך צו לערנען יעדן טאג די שיעורים קבועים, בפרט אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס וואס נאכ'ן שלאפן א שעה צוויי כאפ איך מיך צו צו די שיעורים ווי א הונגעריגער, און איך לערן שעות ביז מ'דארף שוין לויפן צו מנחה, ס'איז אזוי זיס צו זיצן און לערנען שעות נאכאנאנד אלע חלקי התורה, אז מ'וויל עס ממש נישט אפלאזן נאר מ'מוז שוין לויפן צו מנחה...


יעצט צו מיין שאלה, איך זוך א גוטן ארבייטער אין אפיס, און איין טאג בין איך געזעסן אין אפעס און געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר צושיקן איינעם וואס איז גוט פאר מיר, און פלוצלינג קומט איינער אריין אין אפיס און זאגט מיר אז ער זוכט די סארט ארבעט. קען איך עס אננעמען אלס א מעסעדזש פונעם אייבערשטן אז ער איז א גוטער ארבייטער פאר מיר?


איך האב געלערנט אין פעולת הצדיק אז דעם רבינ'ס זיידע, רבי נחמן הורידענקער ז"ל, איז אמאל געווען אין א גאסט הויז און זיך געוואשן צום עסן און פלוצלינג איז אים אריינגעקומען אין קאפ די ווערטער "אל תלחם לחם רע עין" און ער האט נישט געוואלט מאכן א המוציא, ביז נאכדעם איז אים אריינקומען די ווערטער "ואת העורבים צויתי לכלכלך" און דאן האט ער יא געגעסן. וויל איך וויסן צי דאס איז געזאגט געווארן פאר יעדן מענטש אז וואס ס'קומט אים אריין אין די מחשבה נאכ'ן מתפלל זיין, קען ער אננעמען אז אזוי וויל מען פון הימל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן און אלע דיינע ספיקות זאלסטו אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו פרעגן יעדע זאך דעם אייבערשטן, העלפט אים דער אייבערשטער ער זאל וויסן וואס צו טון. אפילו מיר פשוט'ע מענטשן וואס מיר זענען נאך זייער ווייט וכו' און מיר דארפן תשובה טון אויף וואס מיר האבן פוגם געווען, אבער אויב מען בעט דעם אייבערשטן ער זאל ענטפערן און ווייזן א רמז וואס צו טון וכו' העלפט דער אייבערשטן און ער ווייזט אונז פונקטליך ווי אזוי זיך צו פירן.


דער הייליגע בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט, אז ווען א מענטש לעבט מיט אמונה און השגחה פרטיות, ער בעט דעם אייבערשטן זאל אים ענטפערן, פארט פלוצלינג דורך א פערד און וואגן און פון די רעש פון די רעדער הערט ער: "יא, יא, יא", אדער: "פָאר, פָאר, פָאר", אדער: "גיי, גיי, גיי, גיי", אזוי ווייסט ער וואס צו טון; זעט מען פון דעם אז אפילו מיר פשוט'ע מענטשן, אויב מיר לעבן מיט התבודדות קענען מיר ארויסנעמען רמזים פון יעדע זאך און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). ווער עס לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן - דער דארף שוין נישט קיין שום ראיות און הוכחות אויפ'ן דרך הלימוד, ווייל אז מען קוקט זיך אליינס אן זעט מען וואס מען איז זוכה ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען איז זוכה ביז א קורצע צייט צו שפאצירן אין די גאנצע תורה.


לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן ביז דו וועסט מסיים זיין כל התורה כולה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לָאָדָם, שֶׁיַּעֲבֹר וְיֵלֵךְ בְּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כֻּלָּם, כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", עס איז גוט פאר'ן מענטש דורך צו לערנען יעדע ספר וואס איז דא, כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים, שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְדִינוֹת וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט און געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלעס נאר כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, "כְּמוֹ שֶׁדֶּרֶךְ הַשָּׂרִים לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר: 'הָיִיתִי בְּוַרְשָׁא' וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס: "איך בין געווען אין ווארשא" און נאך, "כְּמוֹ כֵן רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְּהַיְנוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים כַּנַּ"ל", די זעלבע זאך דארף א מענטש לערנען אלע ספרים אז ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט: "איך האב אלעס געלערנט, איך בין געווען איבעראל"; "וּלֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶּׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויף יענע וועלט דערמאנט מען פאר'ן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2 - ווי אזוי נעמט מען ארויס די פחד פון אן עלעוועיטאר פון א קינד?
רפואה, קינדער, פחדים, השגחה פרטית, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין איינמאל געבליבן שטעקן אין אן עלעוועיטאר מיט מיין פינף יעריגע טאכטערל, און זייט דעמאלט איז זי געבליבן מיט א פחד פון אן עלעוועיטאר און זי וויל נישט אריינגיין אין אן עלעוועיטאר; ווי אזוי קען מען ארויסנעמען פון איר די פחד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גרינגסטע וועג ארויסצונעמען אזעלכע פחדים איז דורך רעדן אסאך פון אמונה, פשוט'ע ווערטער; רעד מיט דיינע קינדער: "דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, עס קען נישט פאסירן קיין שלעכטס פארן מענטש נאר אויב מען זאגט אזוי אין הימל, מען קען נישט כאפן א קלאפ אין פינגער נאר אז מען האט אזוי אויסגערופן אין הימל", אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (חולין ז.): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה"; דאס נעמט אוועק אלע פחדים, מען לעבט רואיג און זיכער.


קלוגע עלטערן ווארטן נישט אויף א בראך און נאכן בראך הויבט מען אן רעדן פון אמונה, נאר ווען מען קען נאר - רעדט מען מיט די קינדער פון אמונה. ווען עס איז דא א שמועס דרייט מען אריין מיט חכמה – אמונה; אז דער אייבערשטער איז אלעס, נאר ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, ער איז איבעראל; אזוי, אויב עפעס פאסירט - איז מען שוין אנגעגרייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי איז מעגליך צוצוכאפן א זאך וואס באלאנגט פאר איינעם?
שידוכים, תפילה והתבודדות, אמונה, פירושים, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די הערליכע שיעורים אין גמרא וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנעט פאר, דאס געבט מיר חשק צו לערנען גמרא.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס די גמרא זאגט (קידושין נ"ט.) רבין חסידא איז געגאנגען מקדש זיין א פרוי פאר זיין זון אלס שליח, און למעשה האט ער איר מקדש געווען פאר זיך אליין, ווייל זיי האבן נישט געוואלט געבן די טאכטער פאר זיין זון נאר פאר אים, און ער איז נישט געגאנגען קודם איינמעלדן פאר זיין זון אז ער גייט ער מקדש זיין פאר זיך, ווייל ער האט מורא געהאט אז אינצווישן וועט א צווייטער אויסכאפן דעם שידוך. איז מיר שווער געווארן ביים לערנען, ווי אזוי קען זיין אזא זאך אז מען זאל קענען אויסכאפן א שידוך, אלעס איז דאך אנגעשריבן פון הימל וואס עס באלאנגט פאר א מענטש, און א זאך וואס באלאנגט פאר אים וועט קיינער נישט קענען אוועקנעמען?


און די זעלבע זעט מען דארט ווייטער אין די גמרא אז איינע פון די אמוראים האט באקומען געלט צו קויפן א פעלד פאר א צווייטן, און למעשה האט ער עס געקויפט פאר זיך, אויך די זעלבע מעשה אז נאר ער האט עס געקענט קויפן, און ער האט נישט מודיע געווען פאר'ן צווייטן ווייל ער האט נישט געוואלט אז א צווייטער זאל עס דערווייל אויסכאפן. ווי אזוי איז שייך צוצוכאפן א זאך פון א צווייטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ראשונים (ריטב"א במסכת מועד קטן, דף יח:) פרעגן די פראגע, ווי איז שייך אוועק צו נעמען פון איינעם א שידוך ווען אלעס איז דאך אנגעשריבן פון הימל? נאר זיי זאגן, אפילו עס איז אנגעשריבן א זיווג פאר איינעם פון הימל, קען קומען א צווייטער און מיט תפילה דאס אוועק נעמען. דער רבי זאגט אויך אזוי, (ספר המידות אות תפילה חלק ב', סימן י): "עַל יְדֵי הַתְּפִלָּה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת זִוּוּגוֹ הַנִּכְרָז בַּשָּׁמַיִם", דורך תפילה קען מען בייטן די שידוך וואס מען האט אויסגערופן אין הימל.


וואס מיר נעמען ארויס פון דעם אויף למעשה, די כח פון תפילה; תפילה איז אלעס משנה, תפילה בייט די טבע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע.


וואויל איז דער מענטש וואס בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, גרויסע זאכן און קליינע זאכן, אלעס בעט ער נאר פונעם אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, וואויל איז אים בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.