תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די עצות און שכל וואס איך באקום פון די שיעורים, איך האב באקומען אזא גוטע לעבן דורכ'ן הערן די שיעורים, איך בין אזוי גליקליך אז איך האב זוכה געווען אנצוהויבן הערן די שיעורים, עס געבט מיר א גן עדן לעבן, איך ווייס אז אלעס וואס איך דארף קען איך באקומען דורך תפלה, דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן.
איך האב געוואלט פרעגן אויב עס מאכט זיך אז מיין מאן וויל מיר ווייזן עפעס אדער ער געבט מיר צו הערן עפעס, און איך וויל עס נישט הערן און זען, און איך באמת אויך נישט אז ער זאל עס הערן און זען, ווי אזוי זאל איך רעאגירן?
געווענליך ווען איך וויל אים דאס מרמז זיין, געב איך אים אזא קליינע ביטערע שמייכל, ווי צו זאגן אז עס באדערט מיך, איך וויל עס נישט, און געווענליך פארשטייט ער גלייך וואס איך וויל. איך וויל נאר וויסן אויב דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג, אדער זאל איך טון עפעס אנדערש ווען דאס פאסירט?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איין זאך זאלט איר שטענדיג האלטן פאר אייערע אויגן, צו געבן דעם געפיל פאר אייער מאן אז איר האלט פון אים, ער זאל שפירן ווי איר שעצט אים, און חס ושלום אים געבן די געפיל אז איר זענט בעסער אדער מער פון אים.
זייט נישט פון די שלעכט פרומע פרויען וואס שטעלן א פנים ווי זיי זענען ערליך און מער פון זייער מאן; אויף די פרוי זאגט שלמה המלך (משלי כז, טו): "דֶּלֶף טוֹרֵד בְּיוֹם סַגְרִיר", ווען עס רעגנט אריין אין שטוב ווערן אלע אפגעמאטערט, אבער ווען עס רעגנט נישט - איז גוט, "וְאֵשֶׁת מִדְיָנִים", און א פרוי וואס קריגט זיך – "נִשְׁתָּוָה", איז שטענדיג שווער, נישטא קיין צייט וואס מען קען אפאטעמען, זי מאכט שטענדיג שפירן דעם מאן ווי ער איז גארנישט ווערד.
א פרוי מיט אביסל חכמה קען מאכן איר שטוב א גן עדן, נישט קיין חילוק מיט וועלכער מאן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת", עס איז געווען אן ערליכער איד וואס איז געווען חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, "וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָּנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ, 'אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם', עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיי האבן זיך גע'גט. "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת", דער ערליכער איד איז געגאנגען און האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי, "וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", און זי האט געמאכט אז איר מאן דער צדיק זאל אויך ווערן א רשע. "הָלְכָה זֹאת וְנִשֵּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, "וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.