שאלה אין קורצן ענין
#3 - ווי אזוי שאקלט מען זיך אפ פון נייעס, צייטונגען, און בלאגס?
סיפורי צדיקים, לימוד התורה, היטן די צייט, סדר דרך הלימוד, תכלית, צייטונגען, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די ערשטע זאך וויל איך געבן א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק וואס דער ראש ישיבה געבט מיך יעדן טאג דורך די שיעורים.


צווייטנס וויל איך פרעגן וואס קען איך טון אז איך זאל זיין ווייניגער משועבד צו אלע סארט וועבזייטלעך, איך רעד פון היימישע כשר'ע וועבסייטס און בלאגס, ווי נייעס און שמועסן וכדומה. איך בין שוין באלד 40 יאר אלט, איך ווער נישט יונגער, איך דארף שוין באלד אנהויבן טון שידוכים מיט די קינדער, און דערווייל פארברענג איך מיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן, רוב שעות פון טאג קוק איך נייעס און נאך, דער ראש ישיבה זאל מיך געבן א עצה ווי אזוי איך קען אויפהערן מיט די זאכן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א קלוגער מענטש ליינט נישט קיין צייטונגען, בלאגס וכדומה; דאס איז געמאכט פאר נארישע מענטשן. א קלוגער מענטש פארשטייט אז די נייעס גייט איבער און איבער, די נייעס דארפן ליארמען פיר און צוואנציג שעה א טאג, זיי מוזן צושטעלן נייעס – דערפאר דרייען זיי די מוחות מיט אלע נארישקייטן; אלע יארן גייט איבער די נייעס אויפן זעלבן וועג, נישטא וואס צו ליינען און נישטא וואס צו הערן, מען נארט אפ מענטשן, מען פארדרייט די מוחות פאר זייערע אינטערעסן.


אז מען איז זוכה צו פארזוכן פון הייליגן רבינ'ס עסן, מען טרינקט פון די אונגארישע וויין - עקלט מען זיך פון ליינען צייטונגען און ליינען בלאגס; ווער עס האט נאר פארזוכט פון די 'אונגארישע וויין' - אים קען מען שוין נישט אפנארן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן רס) עס איז געווען א גרויסער וויין סוחר, ער האט געהאט פון די בעסטע וויין, די 'אונגארישע וויין'. אמאל איז ער געפארן אונטערוועגנס און דער משרת און דער בעל עגלה האבן געבעטן אויב זיי קענען פארזוכן אביסל פון די גוטע אונגארישע וויין; דער בעל הבית האט זיי געגעבן אביסל צו פארזוכן פון די גוטע וויין.


אפאר טעג שפעטער האט זיך געמאכט אז דער משרת איז אנגעקומען אין א קליין שטעטעלע צו א פלאץ וואו מען האט געטרינקען וויין, די מענטשן האבן זייער אויסגעלויבט די וויין, זיי האבן געזאגט: "דאס איז דאך די גוטע וויין, די אונגארישע וויין", האט דער משרת זיי געבעטן אויב ער קען אויך טרינקען אביסל פון די גוטע וויין, די אונגארישע וויין; זיי האבן אים געגעבן אביסל פון די וויין, נאכדעם וואס ער האט געטרינקען דערפון האט ער זיך אנגערופן צו זיי און געזאגט: "איך ווייס אז די וויין איז נישט קיין גוטע וויין, עס איז בכלל נישט קיין אונגארישע וויין", אלע האבן אנגעהויבן שרייען אויף אים, מען האט אים געשלאגן, היתכן ער רעדט אויף די וויין, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס און ווייטער געזאגט: "איך ווייס אז די וויין איז נישט קיין גוטע וויין, עס איז בכלל נישט קיין אונגארישע וויין, איך בין געווען ביי א גרויסער סוחר און דארט האב איך פארזוכט פון די גוטע וויין וכו'".


דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה און געזאגט: "לֶעָתִיד כְּשֶׁיָּבוֹא מָשִׁיחַ", ווען משיח וועט קומען, "אָז יֵדְעוּ כְּשֶׁיִּתְּנוּ יַיִן הַמְשֻׁמָּר", דעמאלט וועט איר וויסן ווען מען וועט אייך געבן פונעם יין המשומר, "אֲזַי לַאֲחֵרִים יוּכְלוּ לְהַטְעוֹת וְיִתְּנוּ לָהֶם יַיִן וָואלִיחְשֶׁין סְטְרָאוִויצְטֶיר וְיֹאמְרוּ לָהֶם שֶׁהוּא יַיִן הַטּוֹב הַמְשֻׁמָּר", אנדערע מענטשן וועט מען קענען אויסנארן, מען וועט זיי געבן סתם וויין און מען וועט זיי זאגן אז דאס איז גוטע וויין, דאס איז דער יין המשומר, "אֲבָל לְאַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵנוּ לֹא יוּכְלוּ לְהַטְעוֹת כִּי אֲנַחְנוּ טָעַמְנוּ הַיַּיִן הַטּוֹב", אבער אנשי שלומינו וועט מען נישט קענען פארנארן ווייל איר האט שוין טועם געווען פון די גוטע וויין.


איינער וואס לערנט דעם רבינ'ס ספרים - קען שוין נישט סובל זיין די נארישע בלאגס, נארישע ארטיקלען. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, "שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", די וועלט זאל אייך נישט אפנארן, "כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", ווייל מען קען זיך זייער אפנארן דא אויף די וועלט. דער רבי לייגט אריין אמת, מוהרא"ש זאגט: 'אמת' איז 'אהיה מת', מען הייבט אן טראכטן: 'איך וועל באלד זיין א נפטר, א טויטער, מיין נשמה וועט ארויפגיין אין הימל און מען וועט איר פרעגן: "'ערוך מקרא שקרית', זאג וויפיל חומש דו האסט געלערנט, 'ערוך משנה ששנית', זאג וויפיל משניות דו האסט געלערנט? וואס וועל איך ענטפערן? וואס וועל איך זאגן? וואס וועל איך טון מיט אלע ארטיקלען וואס איך האב געליינט? ווי וועל איך קענען נעמען די בושה?'


אויבן אין הימל איז דא אנדערע חשבונות ווי דא, אויבן איז חשוב פרקים משניות און בלעטער גמרא, אויבן איז חשוב קאפיטלעך תהילים. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "בָּעוֹלָם הַבָּא מֻנָּחִין כַּמָּה בְּנֵי אָדָם בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים בְּקוֹל מַר", אויבן אין הימל זענען דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול: "תְּנוּ לָנוּ מַה לֶּאֱכֹל", געבט אונז עסן מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטיג, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים לָהֶם: 'הֲרֵי לָכֶם אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה, אִכְלוּ וּשְׁתוּ'", מען ברענגט זיי עסן, מען זאגט זיי דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע טרינקען, "וְהֵם מְשִׁיבִים: 'לֹא לֹא, אֵין אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה זֹאת, רַק אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה שֶׁל תּוֹרָה וַעֲבוֹדָה'", די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן; מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען. "וְכֵן מֻנָּחִים כַּמָּה בְּנֵי אָדָם עֲרֻמִּים בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים גַּם כֵּן מְאֹד", נאכדעם זענען דא נשמות וואס שרייען: "תְּנוּ לָנוּ בַּמֶּה לְהִתְכַּסּוֹת", ברענגט אונז קליידער, מיר דארפן זיך צודעקן, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים: 'הֲרֵי לָכֶם מַלְבּוּשִׁים'", מען ברענגט זיי קליידער, מען זאגט זיי דא האט איר קליידער, "וְהֵם מְשִׁיבִים: 'לֹא, אֵין אֵלּוּ מַלְבּוּשִׁים נִצְרָכִים לָנוּ כְּלָל'", זאגן זיי ניין, ניין, נישט די סארט קליידער דארפן מיר, "רַק אָנוּ צְרִיכִים מִצְווֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים לְהִתְלַבֵּשׁ בָּהֶם", מיר דארפן קליידער פון מצוות און מעשים טובים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כא): "בֶּן אַרְבָּעִים לַבִּינָה", יעצט איז א גוטע צייט זאלסט אנהויבן לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, אויך איז דא א שיטה (בראשית רבה ל, ח) אז אברהם אבינו האט ביי די פערציג יאר מכיר געווען דעם אייבערשטן; יעצט איז א צייט זאלסט זיך בארעכענען אז 'נאך אביסל גייען מיר אהיים' און זיך אנפילן מיט די הייליגע תורה. וואלסטו געוואוסט ווער די שרייבערס זענען - וואלסטו נישט געליינט זייערע ארטיקלען, עס וואלט דיר נישט געפאסט צו שטיין מיט זיי אין ווארט און זיכער נישט זיך שרייבן מיט זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - פארוואס אן די נייעס בין איך אזוי פרייליך?
פחדים, נייעס, צייטונגען, מאגאזינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג זייער ליב האבן צו אהיימברענגען צייטונגען, צו קענען מיטהאלטן די נייעס פון ארץ ישראל, די מלחמה און נאך, פארשטייט זיך נאר כשר'ע צייטונגען און קיין שלעכטע בילדער, און דאס גלייכן.


איך האב אבער לעצטנס געליינט צוויי בריוו אין עצתו אמונה פון מענטשן וואס האבן אויפגעהערט צו הערן די נייעס און עס איז זיי געווארן גוט אין לעבן, האב איך באשלאסן אז איך ברענג מער נישט אהיים קיין נייעס. איך ווייס נישט וואס האט פאסירט, אבער איך בין געווארן ממש אויסגעלייזט, איך שפיר זיך זייער רואיג און עס איז מיר אלעס גוט, עס פעלט מיר גארנישט, איך בין פרייליך און איך טאנץ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ליינסט מער נישט קיין צייטונגען, דו ברענגסט מער נישט אריין אין שטוב קיין צייטונגען וכדומה. וואלטן מענטשן געוואוסט ווי שיין און זיס די לעבן איז אן ליינען נייעס, ווי רואיג די לעבן איז אן די זאכן - וואלט קיינער נישט אריינגעקוקט אין דעם, ווייל די נייעס ברענגט שרעק, די צייטונגען ארבעטן אויף א וועג צו ציען צו זיך ליינער, דורך מאכן פאניק און שרעק, און דאס לאזט נישט לעבן.


איך האב געטראכט דאס איז וואס חכמינו זכרונם לברכה ברענגען (תורת כהנים, ז), רבי יהושע בן קרחה האט דערציילט: "פַּעַם אַחַת הָיִינוּ יוֹשְׁבִים בֵּין הָאִילָנוֹת", איינמאל זענען מיר געזיצן צווישן די ביימער, "וְנָשְׁבָה הָרוּחַ וְהִטִּיחוּ הֶעָלִים זֶה בָּזֶה", אינמיטן האט א ווינט צעבלאזן די ביימער און די בלעטלעך האבן זיך געשאקלט איינע אויפן צווייטן און ארויסגעגעבן א קול, "עָמַדְנוּ וְרַצְנוּ וְאָמַרְנוּ 'אוֹי לָנוּ שֶׁמָּא יַדְּבִּיקוּנוּ הַפָּרָשִׁים'", מיר זענען אנטלאפן פון פחד אז מען גייט אונז הרג'ענען, "לְאַחַר זְמַן נִפְנִינוּ אַחֲרֵינוּ, וְרָאִינוּ שֶׁאֵין בֶּרְיָה", נאכדעם האבן מיר געזען אז קיינער יאגט נישט און קיינער לויפט אונז נישט נאך, האבן מיר געוויינט אז עס איז מקוים געווארן ביי אונז דאס וואס שטייט "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף"; אזא פנים האבן די וואס ליינען צייטונגען, מען ווערט דערשראקן און צעמישט, מען קען נישט שלאפן פון פחד, בשעת קיינער יאגט נישט און קיינער רודפ'ט נישט.


ביי מיר אין שטוב איז ריין פון די זאכן, נישטא קיין שום צייטונג, מאגאזין, נישט פון די פרומע און נישט פון די חסידי'שע און נישט פון די קנאי'שע; די שטוב איז ריין פון די זאכן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - מעג מען לערנען אינדערפרי פאר מ'גייט אין מקוה?
לימוד התורה, מקוה, חומרות, צייטונגען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען פארגאנגענע יאר צו ענדיגן גאנץ חמשה חומשי תורה, און יעצט אנגעהויבן פון פריש די הייליגע תורה, און דאס איז אלעס אין אייער זכות, א גרויסן יישר כח.


איך וויל פרעגן אויב מ'מעג לערנען אינדערפרי פאר די מקוה. איך שטיי אויף געווענליך אום זיבן אזייגער און איך דאווען אום ניין אזייגער. ביז דעמאלט געב איך אכטונג אויף די קינדער, און צען מינוט פאר'ן דאווענען גיי איך אין מקוה. און ווען איך דארף גיין אין מקוה, ווייס איך נישט אויב איך מעג לערנען תורה איידער איך גיי אין מקוה. היינט אינדערפרי האב איך געליינט א צייטונג פאר א שעה, אנשטאט צו לערנען, ווייל כ'האב נאכנישט געקענט גיין אין מקוה.


וואס איז די ריכטיגע וועג זיך צו פירן מיט דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מקוה; דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו אלע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר אין מקוה, ער האט זיך זייער אסאך גע'טובל'ט.


דאס בעסטע איז מען זאל גיין גלייך אינדערפרי אין מקוה און נאכדעם דאווענען און לערנען, אבער אויב מען קען נישט גיין אין מקוה - דארף מען דאווענען און לערנען, און שפעטער גיין אין מקוה; זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה, זיי לערנען נישט און דאווענען נישט ווען זיי האבן נישט קיין מקוה.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט נישט געקענט גיין אין מקוה, האסטו געליינט א צייטונג; אויף דעם זאגט שוין דער רבי (חיי מוהר"ן, סימן תקמז): "יֶשׁ אֲנָשִׁים שֶׁבִּשְׁבִיל חוּמְרָא אַחַת - מְבַטְּלִין הַרְבֵּה מְּאֹד מֵעֲבוֹדַת ה', כִּמְעַט הַכֹּל", עס זענען דא מענטשן וואס צוליב א חומרא פארלירן זיי אלעס אין עבודת השם; אז מען האט נישט קיין מקוה אדער מען קען נישט גיין וכו' - טאר מען נישט מבטל זיין תורה ותפילה, אז מען קען נישט גיין אין מקוה ליינט מען נישט קיין צייטונגען; צייטונגען זענען מטמא דעם מענטש במגע ובמשא.


אז מען האט נישט קיין מקוה, אדער מען קען נישט גיין אין מקוה און מען וויל זיין נזהר אין טבילת עזרא - קען מען בשעת הדחק יוצא זיין מיט ט' קבין, מען שטייט אונטער די שויער פאר פינף מינוט, אזוי האט מען כאטשיג ט' קבין.


וואויל איז דעם וואס איז מקפיד צו גיין אין מקוה, וועט ער זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.