שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס איז מיין חבר מער מצליח פון מיר?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, חברים, קנאה, פירושים, הצלחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר כלל ישראל.


אלס בחור האב איך געהאט א שלעכטע חבר'שאפט מיט א געוויסער בחור, און מיר האבן אפגעהאקט און נישט געהאט קיין שייכות פאר דרייסיג יאר. א יאר צוריק האב איך אים געזען און איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון אים, איך בין קראנק אים צו טרעפן נאכאמאל, און נאכאמאל ווערן גוט מיט אים. איך טראכט פון אים יעדע פאר מינוט אין טאג.


איך בין אים זייער מקנא, און שפיר אז ער "האט עס" אסאך בעסער פון מיר, איך פיל אז ער האט מער געלט, כבוד, חברים, און א שענערע משפחה. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים ארויסנעמען פון מיין קאפ. איך לערן, און דאווען, און איך גיי אין מקוה יעדן טאג.


איך זוך ליבשאפט, מיין ווייב האלט אין איין בעטן זאכן און קריטיקירן, איך האב געפילט ליבשאפט ווען מיר זענען געווען חברים, און איך בין אים אזוי מקנא, און איך וויל זיין זיין חבר, ער איז קאלט צו מיר, אבער ער איז פאפולער מיט חברים, געלט, מ'האלט אים פאר א עושר.


ביטע מיר שרייבן, איך זאל האבן חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, י' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינט סוקסעספול? אז מען האט געלט? וואס מיינט 'ער האט עס' - אז מען האט חברים? די תורה זאגט ביי יוסף הצדיק (בראשית לט, ב), ער איז געווען א סוקסעספולער מענטש, "וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ"; די תורה זאגט עס נישט ווען זיין טאטע האט אים ליב געהאט מער פון די ברידער, נישט ווען ער האט געהאט א זיידענע קלייד, נישט ווען ער איז געווארן משנה למלך אין מצרים, די תורה זאגט יוסף איז געווען א סוקסעספולער מענטש ווען מען האט אים ארויסגעשלעפט פון גרוב און פארקויפט פאר די שמוציגע אראבער, ווען פוטיפר האט אים געקויפט פאר א קנעכט.


שטעלט זיך א קשיא, דאס איז סוקסעס? א קינד וואס איז געווען די באליבסטער ביי זיין פאטער און מען האט אים מיט רציחה אריינגעווארפן אין א גרוב, פארקויפט פאר א קנעכט, ער איז פארכאפט ביי א מצרי - דאס איז סוקסעס? אויף אזא מענטש זאגט די תורה ער איז געווען אן איש מצליח? ווען אלע ברידער זענען חתונה געהאט, אלע האבן זייער לעבן און נאר יוסף האט נישט קיין שידוך; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג", - דאס איז איש מצליח?


נאר וואס דען, די תורה זאגט (שם): "וַיְהִי ה' אֶת יוֹסֵף", יוסף האט געלעבט מיטן אייבערשטן, יוסף הצדיק האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן און זיך געשטארקט מיט אמונה, ער האט נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, דאס איז די גרעסטע הצלחה; ווען א מענטש גייט אריבער וואס ער גייט אריבער און ער רעדט זיך נישט אפ, ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, ער איז נאכאלץ שטארק ביי די אמונה - דער איז אן איש מצליח, יוסף הצדיק האט געקענט פרעגן אן א שיעור קשיות 'פארוואס דארף איך ליידן? פארוואס האב איך נישט מיין שידוך? פארוואס האב איך די ביטערע נסיונות?' יוסף הצדיק האט נישט געפרעגט קיין קשיות, יוסף האט זיך זייער געשטארקט, ער האט געזינגען ניגוני אמונה, ער האט געטאנצן, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז) אויפן פסוק (תהלים לא, ח): "'אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו'', זֶה יוֹסֵף".


נעם די עצה פון רבי'ן, תפילה והתבודדות; זוך א שטילע פלאץ, א ליידיגע צימער, אדער פאר מיט דיין קאר אין א ליידיגע פלאץ, אדער גיי אין א ליידיגע פעלד, און שמועס מיטן אייבערשטן, זאג אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, דערצייל אים דיינע מחשבות, דערצייל אים אז דו זוכסט ליבשאפט, דערצייל אים אז דו ביסט נישט פרייליך מיט דיר אליין, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט אנהויבן שפירן די זיסקייט און איינגענעמע טעם פון שפירן דעם אייבערשטן, שפירן ליבשאפט פונעם אייבערשטן; דאס זאלסטו טון יעדן טאג, און מיט דער צייט וועסטו קיינעם נישט מקנא זיין, דו וועסט זיין זיכער מיט זיך.


מאך זיך שיעורים אין גמרא און אין משניות, דאס וועט דיך אויסגראדן דיין מח מחשבה, דו וועסט נישט זיין אנגעהאנגען אויף קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.