תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
פאריאר פאר פורים האב איך געזען צעטלעך געשריבן אין נאמען פון רבי נתן אז ווער עס וועט שרייען דרייסיג טאג פאר פורים, "הצילני מקליפת המן עמלק, וזכני לקדושת מרדכי ואסתר", וועט זוכה זיין צו זען מרדכי הצדיק ביי די מגילה. איך האב עס געשריגן פאר די גאנצע דרייסיג טעג פאר פורים, אבער איך האב גארנישט געשפירט עפעס ספעציעל ביי די מגילה. וואס איז פשט פון דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
צדיקים זאגן, עס לוינט זיך אראפצוקומען אויף די וועלט און עס זאל איבערגיין וואס גייט איבער - אבי זוכה זיין צו הערן איינמאל די הייליגע מגילה; עס האט נישט מיט וואס מען שפירט, אפילו מען שפירט גארנישט - איז דאס די בעסטע זאך פאר די נשמה.
מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, עס איז געווען א איד וואס ביים צווייטן נאכט פסח נאכן סדר האט ער געליינט די מגילה, און ווען דער איד האט געענדיגט ליינען די מגילה האט ער דערזען פאר זיך שטיין א נשמה פון יענע וועלט. די נשמה דערציילט אז עס זענען דא נשמות אויבן אין הימל וואס זענען שוין אריבער דעם גיהנום און זיי זענען נאכאלץ נישט זוכה אריין צו קומען אין גן עדן ביז זיי וועלן האבן א ספעציעלע זכות. און יעדעס יאר ווען מען ליינט די מגילה עפנט מען אויף די טירן פון גן עדן, דעמאלט איז א צייט וואס אלע נשמות קענען אריינגיין אין גן עדן. אפאר חדשים פאר פורים קומען צו גיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער נשמות ביים טיר פון גן עדן ווייל זיי ווילן שוין זוכה זיין צו קענען אריינגיין אין גן עדן, אבער וויבאלד עס נעמט נישט מער ווי אפאר שעה ווי לאנג מען ליינט די מגילה, איז נישטא גענוג צייט אז אלע נשמות זאלן קענען אנקומען אין גן עדן, דארפן זיי ווארטן אויפן קומענדיגן יאר ווען מען ליינט די מגילה.
זאגט די נשמה ווייטער: "איך פרוביר שוין אפאר יאר זיך צו שטעלן ביים טיר פון גן עדן כדי צו קענען אריינגיין, אבער אלעמאל פארמאכט זיך דער טיר פינקט פאר איך גיי אריין; די יאר האב איך זיך שוין כמעט אריינגעכאפט, אבער ממש פאר מיר האט זיך די טיר פארמאכט! האב איך זיך בארעכנט אז איך גיי נישט אוועק פון דא ביזן קומענדיגן יאר, זאל זיין וואס זאל זיין. אזוי ווי איך שטיי דא און ווארט אויף קומענדיגן יאר פורים, הער איך פלוצלינג ווי איינער ליינט די מגילה, האב איך אנגעפאנגען צו קלאפן אויפן טיר פון גן עדן אז מען זאל מיר עפענען די טיר, איז געקומען דער מלאך וואס איז ממונה צו זיין דער שומר הפתח און מיך געפרעגט פארוואס איך קלאפ, האב איך געזאגט 'איך הער ווי מען ליינט די מגילה און איך וויל אריינגיין אין גן עדן', האט מיר דער מלאך געזאגט: 'יעצט איז פסח, יעצט איז נישט די צייט אריין צו גיין אין גן עדן, דו דארפסט ווארטן אויפן קומענדיגן יאר פורים', איך האב גע'טענה'ט 'וואס איז א נפקא מינה צי עס איז פסח צו פורים? וויבאלד מען ליינט די מגילה דארף מען מיך אריינלאזן!' איך האב געשריגן און גע'טענה'ט ביז מען איז געקומען פון בית דין של מעלה זען וואס די קולות זענען, נאכן אויסהערן ביידע צדדים האט בית דין של מעלה געזאגט אזוי: 'יעצט איז טאקע נישט די צייט ווען מען קען אריינלאזן אין גן עדן, אבער אויב דו וועסט גיין צו דער איד וואס ליינט די מגילה און ער וועט פסק'נען אז מען דארף דיך אריינלאזן אין גן עדן - וועט מען דיך אריינלאזן'".
האט די נשמה געבעטן דעם איד: "איך בעט אייך, געבט מיר רשות אריין צו גיין אין גן עדן איך זאל שוין מתוקן ווערן", האט דער איד געזאגט: "איך נעם אויף מיר דעם תפקיד דיך צו מתקן זיין און גיי זאג פארן בית דין של מעלה אז מען זאל דיך אריינלאזן אין גן עדן"; זעט מען דאס גרויסקייט וואס מען קען זוכה זיין ביי קריאת מגילה, מען קען זוכה זיין צו גן עדן.
צעברעך זיך נישט, דאס אליין אז עס גייט אריבער דרייסיג טעג און מען בעט טאג נאך טאג: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, ראטעווע מיך פון המן און עמלק און זיי מיך מקרב צו דיר" - דאס איז קדושת מרדכי ואסתר, און דאס אליין אז מען וויל זיין גוט; מען וויל, מען בעט און מען בענקט, מען וויל זיין ערליך - דאס איז קדושת מרדכי ואסתר.
לאז נישט אפ די הייליגע עבודה, דו שריי ווייטער: "רבונו של עולם, ראטעווע מיך פון המן און עמלק, און געב מיר צו שפירן די זיסקייט פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה, איך זאל ליב האבן די תורה, ליב האבן די מצוות".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.