תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
דער ראש ישיבה האט מיר דערציילט אז ער האט געליינט דעם ספר "גור אריה יהודה", פון מיין זיידע רבי יודל ראזענבערג ע"ה, און דער ראש ישיבה האט הנאה געהאט צו זען ווי אזוי ס'האט זיך געבויט די סאטמארע מוסדות אין די ערשטע יארן אין אמעריקא.
וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה קען אביסל מער מאריך זיין וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם? און אויך ווי אזוי האבן זיי טאקע מצליח געווען אנצופאנגען פון פריש נאך אזא גרויסע חורבן רחמנא ליצלן, אן קיין געלט און אן קיין מענטשן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז נישט שייך אראפצושרייבן דאס גרויסקייט פון די אידן פונעם פריערדיגע דור וואס זענען אריבער דעם ביטערן קריג. נאכדעם וואס זיי האבן אלעס פארלוירן, זייער גאנצע משפחה, און זיי האבן זיך געטראפן נאכן קריג 'אחד מעיר, ושנים ממשפחה' - טראץ דעם גרויסן חורבן וואס זיי האבן צוגעזען מיט זייערע אייגענע אויגן האבן זיי נישט געקוקט אויף גארנישט נאר צוריק אויפגעשטעלט מיט מסירות נפש א נייע דור פון אידישע קינדער.
מיר קוקן זיך אן ווי מיר ווערן אזוי צעפאלן ווען עפעס גייט נישט אזוי ווי מיר ווילן, פון יעדע קלייניקייט ווערן מיר ממש אויסער זיך און מען איז מלא טענות אויף יעדע קלייניקייט וכו', בשעת וואס די אידן פונעם פריערדיגן דור האבן געהאט אויף וואס צו וויינען און קרעכצן, און מיט דעם אלעם האבן זיי נישט געקרעכצט און געוויינט נאר געטון למעשה, אנגעהויבן פונדאסניי אויפצושטעלן א נייעם דור פארן אייבערשטן.
איך האב געליינט אינעם ספר "גור אריה יהודה", וואו עס איז באשריבן אז ווען דיין זיידע ר' יודל עליו השלום האט געהערט אז דער רבי זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, וואס דעמאלט זענען ווי פארשטענדליך אלע געפארן צו דו לויה קיין קרית יואל, האט ער געזאגט: "איך בלייב אין קעמפ מיט די קינדער, איך וויל נישט איבערלאזן די קינדער"; דאס האט מיר זייער באנומען. ווייל פון איין זייט איז ער דאך געווען פון די געטרייסטע תלמידים ביים רבי'ן, ער איז געווען דער ערשטער מלמד פון די סאטמאר'ע חדר, ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די חדר מיט זעקס קינדער.
הגם היינט קוקט מען אן די מוסדות פון סאטמאר בלי עין הרע ווי עס באשטייט פון צענדליגער טויזנטער קינדער כן ירבו, אבער ווען עס האט זיך אנגעהויבן איז דאס געווען זייער שווער; ווען דער רבי האט אים געבעטן צו זיין מלמד האט ער געזאגט פארן רבי'ן אז ער האט נישט קיין גמרא, האט אים דער רבי געגעבן א גמרא פון זיין פריוואטע ש"ס וואס איז געווען אריין געשריבן דעם נאמען פונעם הייליגן קדושת יו"ט זכותו יגן עלינו, א "מסכת ביצה יומא סוכה". עס איז נישט געווען קיין פלאץ וואו צו מאכן די חדר, האט אים דער רבי געזאגט אז ביז דערווייל זאל ער מאכן די חדר ביי זיך אין שטוב. דער רבי האט אים צוגעזאגט אז ער וועט אים באצאלן יעדע סוף וואך, און איינמאל האט אים דער רבי געזען דאנערשטאג אין שול, דיין זיידע איז נישט צוגעגאנגען בעטן זיין געהאלט פונעם רבי'ן, נאר דער רבי איז צו אים צוגעגאנגען און געזאגט: "גלייב מיר, איך האב נאך נישט פאר מיר אליינס אויף שבת"; אזוי האט ער געבויט דעם חדר און די קעמפס מיט אזא מסירות נפש.
עס האט מיר אויך זייער באנומען צו ליינען וואס דיין באבע האט דערציילט, אז ווען דער רבי האט געזאגט פאר דיין זיידע: "איך וויל האבן א קעמפ", איז דיין זיידע אהיים געקומען און איר געזאגט: "איך גיי מאכן א קעמפ", האט זי אים אנגעקוקט מיט וואונדער: 'ווי? וואס? ווען? דו גייסט מאכן א קעמפ?! ווי אזוי גייסטו מאכן א קעמפ?!' (דא רעדט מען נישט פון עפעס אן עושר וכו', דא רעדט מען פון א מענטש וואס האט קוים געהאט פאר זיך צו לעבן) האט ער אויפגעהויבן זיינע צען פינגער און איר געזאגט: "אז דער רבי האט מיר געזאגט ער דארף א קעמפ וועל איך עס בויען מיט מיינע צען פינגער".
מיט דעם אלעם, ווען עס איז געווען די פטירה פון רבי'ן האט ער געזאגט פאר אלעמען אז ער פארט נישט צו די לוי' נאר ער בלייבט מיט די קינדער זיי ווייטער מחנך זיין.
זעט מען וואס הייסט א געטרייער מחנך פאר אידישע קינדער, אז ער לאזט נישט אפ די קינדער אפילו פאר די חשוב'סטע זאך. אזוי ווי דער רמב"ם פסק'נט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ב'): "וְאֵין מְבַטְּלִין הַתִּינוֹקוֹת, וַאֲפִלּוּ לְבִנְיַן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ", מען טאר נישט מבטל זיין קינדער פון לערנען תורה אפילו מען דארף זיי האבן צו העלפן בויען דעם בית המקדש, און דער רמב"ם זאגט דאס איבער נאכאמאל (פרק א' מהלכות בית הבחירה, הלכה יב): "וְאֵין מְבַטְּלִין תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן לַבִּנְיָן", מען טאר נישט שטערן די קינדער פון לערנען אפילו מען דארף זיי האבן צו בויען דעם בית המקדש; לכאורה פארוואס שרייבט דער רמב"ם די הלכה נאכאמאל אין הלכות בית הבחירה? זאגן צדיקים אז חוץ פון די הלכה אין הלכות תלמוד תורה - אז קינדער דארפן לערנען און טארן זיך נישט מבטל זיין פאר גארנישט, איז דאס אויך א דין אין בויען דעם בית המקדש; אונז צו ווייזן אז דער בית המקדש קען נישט געבויט ווערן נאר אז די קינדער זיצן און לערנען. מיט דעם וואס מען לערנט מיט קינדער, דאס אליינס העלפט אז דער בית המקדש זאל אויפגעבויט ווערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן אויך האבן א חלק אין אויפבויען אידישע קינדער צום אייבערשטן.