שאלה אין קורצן ענין
#1 - צו מיין שיעור משניות, זאל איך צולייגן אויך א בלאט גמרא?
לימוד התורה, עבודת השם, משניות, גמרא, דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס טוישן מיין לעבן צום גוטן, פאר אלע גוטע עצות אין לעבן אויף יעדן הינזיכט.


פאר עטליכע חדשים צוריק האב איך אנגעהויבן זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, און אזוי ענדיג איך ברוך ה' גאנץ ששה סדרי משנה יעדן חודש. איך האב זיך צוגעוואוינט צו דעם און דאס איז ברוך ה' געווארן ווי א חלק פון מיין לעבן, און איך זע מיט די אויגן ווי דאס האט מיר גאר שטארק געטוישט אויף גאר אסאך אופנים, אסאך זאכן האבן זיך פארבעסערט אין מיר און אין מיין פאמיליע. אויך פרוביר איך צו מאכן יעדן טאג צייט צו לערנען חומש.


יעצט וואלט איך שטארק געהאט חשק צוצולייגן אויף צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, איך האב אבער מורא אז אויב וועל איך צולייגן נאך שיעורים, וועט עס מיר אוועקנעמען פון די משניות. איז ריכטיג צוצולייגן נאך א שיעור צו מיין סדר, צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ד אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט די הייליגע תורה, דו לערנסט משניות אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געזאגט צו לערנען אפילו בלי הבנה, אפילו אן פארשטיין (שיחות הר"ן, סימן עו), משניות ציט ארויס דעם מענטש פון די גרעסטע בלאטעס, פון די גיהנום בזה ובבא; אזוי ווי דער חיד"א זכר צדיק לברכה ברענגט בשם מדרש תלפיות (עמוד מא): "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם"; ווען א מענטש קומט ארויף אויבן אין הימל קומען די מלאכי חבלה און ווילן אים אריינשלעפן אין גיהנום, ביז אשר בן יעקב קומט און פרעגט דעם מענטש: "האסט געלערנט משניות?" אויב האט ער געלערנט משניות טראגט ער אים אריין אין גן עדן. ער טייטשט מיט דעם וואס שטייט אין פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', אז אשר בן יעקב זעט א מענטש וואס האט געלערנט משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", וועט ער זוכה זיין צו גן עדן; דאס איז נישט נאר לאחר הפטירה, דאס איז נאך יעצט ווען מען לעבט; ווען א מענטש לערנט משניות היט עס אים אפ פון די מלאכי חבלה וואס ווילן אים אוועקשלעפן פונעם אייבערשטן.


יעצט לייג צו א שיעור אין גמרא, לערן יעדן טאג כאטשיג א בלאט גמרא, מוהרא"ש ברענגט פון דעם גרויסן גאון רבי שעפטיל זכר צדיק לברכה, דער זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, וואס ער שרייבט אין זיין צוואה (בסוף ספר יש נוחלין): "לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי אנטון תפילין יעדן טאג", עס וועט דיר ברענגען צו הויכע מדריגות, אז מען לערנט גמרא ווערט מען ארומגענומען מיט די הייליגע מלאכים, די מרכבה פון די שכינה, גמר"א איז די ראשי תיבות: מִ'יכָאֵל, גַ'בְרִיאֵל, רְ'פָאֵל, א'וֹרִיאֵל, וועסט ווערן א מרכבה פאר די שכינה.


א בלאט גמרא איז נישט קיין סאך, א בלאט גמרא קען יעדער איינער באווייזן צו לערנען יעדן טאג, א בלאט גמרא פארברענט די קליפות וואס מען האט באשאפן דורך עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שְׁמָהּ שֶׁל הַקְּלִפָּה הַמְחֲטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגַם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא - פארברענט ער אלע קליפות וואס ער האט באשאפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.