שאלה אין קורצן ענין
#4 - איך בין טיף אין חובות, ווי אזוי קען איך זיך אויסלאכן?
חובות, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, אינשורענס, תיקון הכללי, מנין, צדקה, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס געשריבן אין א בריוו פאר אנשי שלומינו, "בנוגע דיין פרנסה וכו'; געלט האט קיינער נישט, עס איז א גרויסע שפיל, שפיל דו אויך דעם שפיל - כאילו דו האסט אסאך געלט; טראכט 'איך האב זייער אסאך געלט, איך האב עס יעצט אינוועסטירט', און לאך זיך גוט אויס. אלעס איז דמיון, נאר דער אייבערשטער איז אמת; יעדע מחשבה וואס מען טראכט, אויב איז עס נישט פון אמונה - איז עס דמיון".


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עס אביסל בעסער מסביר זיין, איך האב חברים וואס האבן וויפיל געלט זיי ווילן, זיי האבן אן אייגענע הויז, א שיינע קאר, און זיי קענען קויפן אלעס וואס זיי וויל און דארפן. איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער למעשה בין איך שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט, איך קען נישט גיין אין אסאך שולן דאווענען כדי נישט צו טרעפן די בעלי חובות, איך קען נישט איינקויפן אויף שבת ווייל קיין איין גראסערי וויל מיר מער נישט געבן אויף בארג, איך פאר ארום מיט א קאר אן אנשורענס ווייל איך האב נישט דאס געלט עס צו כאצאלן, איך האב אפילו נישט צו קויפן געז אנצופילן מיין קאר, איך מאך חתונה אין אפאר חדשים ארום, מיין ווייב בעט געלט און איך האב נישט וואס צו געבן, ווי אזוי לאכט מען זיך פאקטיש אויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו נישט נוצן דיין קאר ביז דו האסט אינשורענס; עס איז נישט קיין שפיל, מען טאר נישט פארן מיט א קאר אן קיין אינשורענס.


צווייטנס, אז דו ווילסט ארויסגיין פון דעם טיפן גרוב - זאלסטו די ערשטע זאך פון היינט און ווייטער מער נישט בארגן קיין איין פרוטה, און אז דו דארפסט אהיימברענגען געלט - זאלסטו גיין נאך געלט. דעם וועם דו ווילסט פרעגן: "קענסט מיר בארגן?" זאלסטו אנשטאט די ווארט 'בארגן' נוצן די ווארט 'העלפן'; פרעג: "קענסט מיר העלפן?" געענדיגט מיט בארגן, השמר והזהר, גראב נישט דעם גרוב טיפער; בארגן איז א קללה, אז מען האט חובות איז זייער זייער ביטער.


זאג יעדן טאג נאכן דאווענען די צען קאפיטלעך תהילים – די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], ווייל חובות קומט פון פגם הברית. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה, שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא, שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִילּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר, וְהִתְפַּעֲלוּת, לא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון דעם איז אז דער מענטש ווערט א גרויסער 'בעל חוב'. און אפילו דער מענטש וועט טון אלעס אויף די וועלט נישט צו זיין א בעל חוב - וועט ער אייביג בלייבן אין חובות; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה - פגם הברית רחמנא לצלן.


אז דו ווילסט זיך ארויסזען פון דיינע חובות, זוך א שטילע ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך דערטרענק זיך אין שווערע חובות, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען נישט גיין צווישן מענטשן, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, איך בין זיך אליינס שולדיג, איך בין דורכגעפאלן מיט פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אוי וויי איז מיר, אוי וויי איז פאר מיין נשמה, איך האב אזויפיל געזינדיגט, איך האב נישט געהיטן מיינע אויגן, איך האב זיך צוגעברענגט צו עבירות.


אנא רחום, איך בעט דיר דערבארעמדיגער טאטע, דו ביסט דאך א רחום וחנון, דו ביסט דאך דער חנון המרבה לסלוח, אז מען טוט תשובה ביסטו מוחל אויף אלע עבירות, בעט איך דיר, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע, נעם אן מיין תשובה און העלף מיר ארויסקריכן פון מיינע חובות".


אויך זאלסטו יעדן טאג גיין אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, זיי זיך מוסר נפש אויף דעם. נאך תפילת שחרית זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, און ווען דו דאווענסט שחרית מיטן טלית, זאלסטו זיך איינוויקלען אונטער די טלית און שטילערהייט שעפשען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון מיינע חובות, איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, העלף מיר טאטע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זאל איך קויפן א טעסלא קאר?
קדושה, קאמפיוטער, טעלעפאן, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער חשק צו קויפן א טעסלא קאר. אבער איך האב געהערט אז מען קען נישט אפשטעלן די פארבינדונג צו ווייפיי מעגליכקייט פונעם קאר. מעג איך קויפן אזא קאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


 רבי נפתלי זכרונו לברכה האט דערציילט פאר רבי נתן אז דער רבי האט אים געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רל): "טּוֹב הָיָה שֶׁיִּהְיֶה לְאִישׁ כָּשֵׁר סוּסִים, שֶׁיִּסַּע בְּכָל פַּעַם עִם בְּנֵי הַנְּעוּרִים לְתוֹךְ אֵיזֶה יַעַר וְכַיּוֹצֵא, וְשָׁם יְדַבְּרוּ יִרְאַת שָׁמַיִם, וְיִהְיֶה לָהֶם הִתְבּוֹדְדוּת וְכוּ', כִּי בְּשָׂדֶה וְיַעַר טוֹב מְאֹד לְהִתְבּוֹדְדוּת", עס איז גוט צו האבן א פערד און וואגן כדי מען זאל קענען גיין התבודדות; היינט איז עס א קאר. עס איז ממש א מחי' אז מען פארט אביסל אוועק פון שטאט און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן; מען זוכט א שטילע גאס, א ווינקעלע, און מען גייט אביסל שפאצירן וכו' וכו'; ווי מער א מענטש רעדט צום אייבערשטן האט ער א בעסערע לעבן.


א קאר קענסטו נעמען, געב נאר אכטונג נישט צו האבן אין שטוב די כלים וואס מען קען זיך מחבר זיין מיט נישט גוטע זאכן; אז מען דארף דאס האבן אין אפיס אדער אין קאר איז עפעס אנדערש ווי דאס צו האבן אין שטוב, פארשטייט זיך עס דארף זיין אפגעשטעלט די וועג וואו מען גייט אריין אין נישט גוטע פלעצער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - קען איך דרייוון א קאר, ווען עס שמעקט נישט פאר מיין שווער?
שלום בית, שווער און שוויגער, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט פאר דעם שיינעם שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן דא אין לעיקוואד.


עס איז מיר זייער שווער זיך אן עצה צו געבן אין לעיקוואד אנצוקומען צו מיין ארבעט אן א קאר. איך דארף נעמען א קאר סערוויס צו יעדע פלאץ, וואס איז דאס קאסט מיר בערך טויזנט דאלער א חודש, און אפילו מער; אויסער וואס איך פארליר אסאך צייט ביים ווארטן פאר די קאר אנצוקומען.


מיין ווייב שעמט זיך פון אירע עלטערן אז איך זאל דרייוון א קאר, ווייל מיר זענען רבי'ש, זי פארשטייט מיך אבער אז איך וויל יא האבן א קאר, זי וויל נאר איך זאל רעדן צו איר טאטע, אים מסביר זיין אז איך גיי עס נאר נוצן פאר די ארבעט.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר זאגן ווי אזוי עס צו זאגן פאר מיין שווער? אדער אפשר זאל איך אים גארנישט זאגן, נאר קויפן א קאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו דרייוון, און אז דיין שווער וויל נישט דו זאלסט דרייוון - זאלסטו זיך נישט רייצן מיט אים.


דארפסט קיינעם נישט זאגן, דארפסט קיינעם נישט פרעגן רשות; קענסט אנהויבן דרייוון, זאג פאר דיין ווייב תחי' אז דו וועסט עס נאר נוצן פאר די ארבעט; איר טאטע וועט נישט וויסן פון דעם, און אויב ער וועט אויסגעפונען אז דו פירסט א קאר - וועט אויך גארנישט פאסירן.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן מכבד זיין דיין ווייב און אירע עלטערן, דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, עיין שיחות הר"ן (סימן רסד).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#1 - זאל איך ארויסנעמען אן הלוואה צו קענען קויפן א קאר?
חובות, תפילה והתבודדות, ספיקות, בלבולים, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך ווייטער מחזק מיט די שיעורים און מיט די בריוו אין עצתו אמונה, און די ניגונים געבן מיר אריין ממש א נייע לעבן.


איך האב א קאר, איך וויל יעצט קויפן א נייע, איך האב אבער נישט דאס געלט דערפאר, וויל איך פרעגן אויב איך זאל נעמען אן הלוואה פון די באנק אויף דעם. מיין פראבלעם איז ווייל דער רבי זאגט דאך אז ווער ס'וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן נישט צו זיין א בעל חוב.


די גרעסטע בלבול האב איך ווען איך טראכט פארוואס איך דארף בכלל בארגן געלט. דאס איז נישט דוקא נאר ביי די קאר נאר ביי יעדע זאך אין לעבן, ווי אזוי ווייס איך אויב איך טו ריכטיג אדער נישט? דער אייבערשטער פירט דאך יעדע זאך, וואלט איך דאך געדארפט נאר בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס איך דארף, און בלויז זיצן און ווארטן מיט געדולד, אויב איז עס גוט פאר מיר וועט עס מיר דער אייבערשטער דאך געבן, ער האט דאך אלעס און ער קען אלעס, און אויב איז עס נישט גוט פאר מיר, וועל איך דאך עס סיי ווי נישט באקומען. ווי אזוי קען איך וויסן וואס איך האב צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט טאקע געזאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב - יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות; אבער אז דו דארפסט האבן א קאר זאלסטו נעמען אן הלואה פון באנק און קויפן די קאר.


א קאר איז א וויכטיגע זאך, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רל): "טּוֹב הָיָה שֶׁיִּהְיֶה לְאִישׁ כָּשֵׁר סוּסִים שֶׁיִּסַּע בְּכָל פַּעַם עִם בְּנֵי הַנְּעוּרִים לְתוֹךְ אֵיזֶה יַעַר וְכַיּוֹצֵא, וְשָׁם יְדַבְּרוּ יִרְאַת שָׁמַיִם וְיִהְיֶה לָהֶם הִתְבּוֹדְדוּת וְכוּ', כִּי בְּשָֹדֶה וְיַעַר טוֹב מְאֹד לְהִתְבּוֹדְדוּת", עס איז גוט צו האבן אן אייגענע קאר, אזוי קען מען גיין התבודדות און זיך מחזק זיין.


אויף דיין צווייטע פראגע, ווי אזוי דו קענסט וויסן וואס יא און וואס נישט? זיי זיך מתבודד וועסטו וויסן וואס יא און וואס נישט; אז מען בעט דעם אייבערשטן מיט אן אמת, מען שמועסט זיך דורך מיט אן אמת, מען שמועסט אויס אלע פרטים - באקומט מען ענטפערס, און אז מען ווייסט נאכאלץ נישט - קען מען אלץ פרעגן אן ערליכער איד ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.