תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב זייער שטארק געוואלט און פרובירט אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, אבער ליידער בין איך נישט אנקומען.
איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך ווייס נישט וואס איך דארף פאררעכטן, איך ווייס נישט וואו אנצוהויבן, איך האב געשפירט אז איך בין אזא גרויסער בעל עבירה אז אפילו דער רבי וויל נישט איך זאל קומען צו אים. איך ציטער וואסערע סארט יאר איך וועל האבן דאס יאר.
איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מחזק זיין, איך זאל וויסן ווי אזוי צו טראכטן, וואס איך קען זיך מקבל זיין, מיט וואס איך דארף זיך פארבעסערן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך געדענק יארן צוריק ווען א גאנצע חבורה אנשי שלומינו זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס, זיי זענען נישט אנגעקומען קיין אומאן, און זיי זענען געווען זייער צעבראכן אז זיי האבן נישט געקענט אנקומען צום רבינ'ס ראש השנה, האט מוהרא"ש דעמאלט זיי געזאגט: "ענק זענען אלע געווען ביים רבי'ן; ווייל אז מען וויל קומען, מען טוט אלעס צו קומען און מען איז אפגעשטעלט געווארן, מען האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו קומען - איז דאס גערעכנט אזוי ווי מען איז געווען אין אומאן".
צעקלאפ זיך נישט, נעם נישט ארויס פון דעם קיין שלעכטע רמזים כאילו דער רבי דארף דיך נישט, דער רבי דארף דיך יא, דער רבי זארגט פאר דיר, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג", וואס זארגט איר? "מֵאַחַר שֶׁאֲנִי הוֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם", אז איך גיי פאר אייך, איך בין אייך מתקן; עיין שם.
לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך צובינדן צום רבי'ן מיטן לערנען דעם רבינ'ס ספרים. מאך זיך א שיעור אין ספר ליקוטי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווערט מען צוגעבינדן צום רבי'ן און מען ווערט א גרויסער צדיק, און בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פונעם יאר אז דו זאלסט זוכה זיין צו קענען זיין דעם קומענדיגן יאר ראש השנה ביים רבי'ן.
א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.