תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן אויב איינער האט אויף זיך אן ארעסט באפעל אין ארץ ישראל, צוליב די שרעקליכע גזירות הגיוס וואס זיי האבן ארויסגעגעבן, אויב ער זאל פרובירן צו שווערצן דעם גרעניץ צו קענען אנקומען אויף אומאן אויף ראש השנה, וואס מיט דעם שטעלט ער זיך איין צו קענען אנקומען אין תפיסה אויף ראש השנה, אדער זאל מען נישט פרובירן זיך איינצושטעלן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואס זאל איך דיר זאגן, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי קומען קיין אומאן זיין ראש השנה ביים רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר, כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה.
מיט דעם זאג איך דיר, אויב מען וויל דיך באצווינגען צו זיין אין די טריפה'נע מיליטער ביי די ערב רב, זיי האבן דיר ארויפגעלייגט א פארבאט ארויס צו פארן פון לאנד, און אז דו וועסט גיין אין עירפארט וועט מען דיך לייגן אין תפיסה, דו וועסט נישט האבן קיין שופר, קיין מנין ראש השנה, איז זיכער דו זאלסט נישט גיין, ווייל דער זעלבער רבי וואס זאגט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, דער זעלבער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "גַּם בִּתְמִימוּת אָסוּר לִהְיוֹת שׁוֹטֶה", א שוטה טאר מען נישט זיין; איז זיכער אז אויב וועט מען דיך לייגן אין תפיסה זאלסטו נישט פרובירן צו קומען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.