שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך בין ארויסגעקראכן פון מיין דעפרעסיע דורך די דרשות
חובות, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, פרנסה, הפצה, דרשות, עצבות, יאוש, האטליין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע פעולות וואס איר טוט פאר כלל ישראל.


פאר אפאר יאר צוריק בין איך אריין אין א שווערע דעפרעסיע צוליב שוועריקייטן אין פרנסה וואס האט מיך צוגעברענגט צו חובות וואס איך האב נישט געהאט צוריקצאלן און בעלי חובות זענען מיר נאכגעלאפן אן אויפהער, און צוזאמען מיט דעם האב איך געשפירט א שטארקע יאוש, איך האב אינגאנצן פארלוירן די טעם אין לעבן, איך בין געליגן אין בעט צוואנציג שעה א מעת לעת פאר חדשים לאנג, איך קען אפילו נישט אראפשרייבן די פילע סארט שלעכטע מחשבות וואס איך האב געטראכט, אזוי כסדר יעדע נאכט האב איך זיך אויפגעגעסן דאס הארץ מיט די מחשבות וואס האבן מיר נישט געלאזט שלאפן, און נאר ערשט פארטאגס איז מיר געלונגען איינצושלאפן ביז נאכמיטאג. איך בין ממש געווען אין א גיהנום און קיינער האט נישט געוואוסט פון מיין מצב.


איין זאך האב איך מיך נאך געהאלטן, אז שבת האב איך זיך געפירט נארמאל. איך בין געגאנגען אין שול, זיך אנגעטון שטריימל און בעקיטשע, און געפירט די סעודות שבת. בעיקר האב איך עס געטון ווייל איך האב זייער מורא געהאט אז מענטשן וועלן באמערקן אז עפעס איז נישט בסדר מיט מיר, איך האב זיך זייער געשעמט אויב איינער וועט זיך דערוויסן דערפון.


איין מאל אויפ'ן וועג אהיים מוצאי שבת האב איך געזען א קארטל אויפ'ן וואנט מיט די נומער פון "קול ברסלב", איך האב שוין פארדעם געהערט פון דעם ראש ישיבה'ס נאמען, האב איך געטראכט צו זיך אז אזוי ווי איך בין סיי ווי אויף א גאנצע נאכט, וועל איך זיך כאטש צוהערן צום האט-ליין אביסל איבערצופירן די צייט.


וואס זאל איך זאגן? פון די ערשטע מינוט וואס איך האב געהערט די קול פונעם ראש ישיבה שליט"א איז מיר פשוט גוט געווארן, איך האב געפילט ווי איך הייל זיך אויס. אין אנהויב האב איך אפילו נישט געהאט די כוחות הנפש אויסהערן די שיעורים, איך האב נאר געהערט די ניגונים. דאס  זענען געווען ניגונים וואס איך האב אין מיין לעבן נישט געהערט, נישט די ניגון אליין און נישט די ווערטער. איך האב זיך צוגעהערט נאך און נאך ביז צוביסלעך האב איך אנגעהויבן הערן אויך די שיעורים, און אויך דאס איז געווען פאר מיר גרויסע חידושים. איך בין אריבער שיעור נאך שיעור, פרשה נאך פרשה, יאר נאך יאר, ביז איך האב געהערט אלע שיעורים וואס זענען געווען אויפ'ן ליין. איך האב געהאט א פראגראם פון א טעלעפאן קאמפאני וואס מען קען נוצן 8,000 מינוט א חודש (אזוי ווי עס איז איינגעפירט דא אין ארץ ישראל), אבער עס איז נאכאלץ נישט געווען גענוג, איך האב געדארפט קויפן נאך א סים-קארד עס זאל מיר זיין גענוג מינוטן.


אזוי שטייטליך האב איך באקומען מער און מער כוחות, ביז איך האב שוין געקענט ארויסגיין פון בעט, און דערנאך ארויסגיין פון שטוב, זיך ווענדן צו דאקטוירים און גבאי צדקה אויף "עזרה ראשונה", און אזוי מיט קליינע שריט טרעפן אן ארבעט, און אזוי ווייטער.


איך בין נאכאלץ נישט אינגאנצן אויסגעהיילט, עס איז מיך נאכאלץ שווער צו טון זאכן וואס פאר אנדערע קומט אן גרינג, אבער ברוך השם אז איך בין שוין ארויס פון די גיהנם אין וואס איך בין געלעגן. איך האב זייער געוואלט באדאנקען דעם ראש ישיבה "פנים בפנים", אבער די לעצטע מאל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט באזוכט אין ארץ ישראל האב איך ווידער נישט געטראפן די וועג אנצוקומען צום ראש ישיבה, האב איך זיך מיישב געווען אז "אם לא עכשיו אימתי". איך וויל דער ראש ישיבה זאל וויסן אז איר האט מיר געראטעוועט דעם לעבן פשוטו כמשמעו, וד"ל.


איך בין זייער דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס וואס איך האב, און אויף אלעס וואס איך וועל אמאל האבן. איך בין זיכער אז אייער שכר איז גאר גרויס, נאר דער באשעפער ווייסט ווי סאך נפשות איר האט אויסגעהיילט און געראטעוועט. איך האב געהאט אפאר שאלות צו שרייבן, אבער איך בין יעצט זייער איבערגעשטרענגט וועל איך עס לאזן פאר א צווייטע מאל.


זאל דער באשעפער בענטשן דעם ראש ישיבה שליט"א מיט לאנגע געזונטע יארן, נחת פון די קינדער און תלמידים, מנוחת הדעת ושלוות הנפש, און אסאך כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע עבודה וואס איר טוט כסדר.


מיט שעצונג און דאנקבארקייט. יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן, דער רבי געבט אונז לעבן, די עצות פון רבי'ן העלפן פשוט צו קענען לעבן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ד) "כְּשֶׁתִּסְעוּ", ווען איר וועט אהיימפארן פון מיר "וְיִשְׁאֲלוּ אֶתְכֶם", און מען וועט ענק פרעגן: "מַה פְּעַלְתֶּם", וואס האט איר מקבל געווען ביי מיר? "תֹּאמְרוּ 'רוּחַ'", זאלט איר זאגן 'רוח חיים', לופט צום לעבן; די אמונה וואס דער רבי לערנט מיט אונז - דאס העלפט אונז דורכגיין אלע שווערע צייטן.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער לעבן ווערט אזוי זיס ווען מען האט די עצות פון רבי'ן. אזוי אויך, ווער עס פאלגט די עצות פון רבי'ן - ווערט א גרויסער צדיק, מען קומט צו מדריגות וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און ווערן נישט מקורב, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - (וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


מיר דארפן פארגינען אנדערע, מיר דארפן גיין הפצה פארשפרייטן פאר כלל ישראל די עצות פון רבי'ן; זאלן אלע וויסן אז מען קען זיך אומקערן צום אייבערשטן, זאלן אלע וויסן עס אז דא א וועג צו לערנען כל התורה כולה. מיר דארפן נישט האלטן דעם רבי'ן בסוד פאר אונז; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, פון ווען ער האט זיך דערוואוסט פון רבי'ן און ער האט געזען וואס פאר א דראסטישע טויש עס האט מיט אים פאסירט - האט ער אפגעמאכט 'דאס איז עס, איך וועל מיין גאנץ לעבן נאר אין דעם עוסק זיין; איך וועל פארשפרייטן פאר אלעמען אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן העלפן', און מוהרא"ש האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיינעם נישט, ער האט זיין גאנץ לעבן געדרוקט און פארשפרייט מיליאנען ספרים און קונטרסים מיט מסירות נפש און ליכטיג געמאכט די וועלט.


וואויל איז דעם וואס איז עוסק אין הפצה. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח.): "תָּא חֲזֵי", קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.