תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א פרישער ברסלב'ער חסיד, איך האב אנגעהויבן לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, און איך האב זייער געוואלט וויסן וואס דער רבי מיינט מיט דעם וואס שרייבט אסאך איבער אמת'ע מענטשן, די גרויסע זכי' אז מען איז מקורב צום צדיק; וואס מיינט דער רבי, צו אים אליין, צום הייליגן רבי'ן? און אויב יא, ווי אזוי ווערט מען מקורב, דורך די ספרים, דורכ'ן לערנען די ספרים? אדער דורכ'ן פארן צום רבי'ן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נא), אמת איז נאר דער אייבערשטער, אזוי ווי עס שטייט (ירמיה י, י): "וה' אלוקים אמת", און ווי מער מען לעבט מיטן אייבערשטן - אלץ מער ווערט אין אים איינגעקריצט אמת, און דאס דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן, מען זאל זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן, וואס נאר דאס איז אמת. מען דארף בעטן וואס דוד המלך האט געבעטן, (תהלים פו, יא): "הורני ה' דרכך אהלך באמתך, יחד לבבי ליראה שמך", הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך פירן מיט אמת, גיין מיטן אמת, לעבן מיטן אמת, זיך נישט לאזן אפנארן חס ושלום.
דאס איז דער לימוד פון הייליגן רבי'ן, מיר זאלן שטענדיג זוכן דעם אייבערשטן, ווייל נאר דאס איז אמת, און נאר דארט וואו מען רעדט פונעם אייבערשטן און מען זוכט אויף אין יעדע זאך וואו דער אייבערשטער געפינט זיך, נאר דאס איז אמת; אנדערש קען מען זיך גוט אפנארן, און אפילו מען זאל רעדן טאג און נאכט פון אמת - מיינט נאכנישט אז דאס איז אמת, ווייל אמת איז נאר דער אייבערשטער.
ווי אזוי איז מען זוכה צו קומען צו דעם? דורך תפילה והתבודדות, דורך בעטן דעם אייבערשטן. ווייל ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - איז מען זוכה צו קומען צום אמת. און דערפאר ווערט דער רבי אנגערופן 'צדיק אמת', ווייל דער רבי ברענגט אריין אין אונז דעם אייבערשטן, דער רבי וועקט אונז אויף מיר זאלן נישט פארשלאפן אונזערע יארן, מיר זאלן טראכטן פון 'עלמא דאתי', אז עס קומט נאך א וועלט, און מיר זאלן לעבן מיט תכלית וואס דאס איז אמת.
וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן און הויבט אן גיין אויף די וועג וואס דער רבי לערנט אונז, צו רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, און ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע; דורכדעם איז מען זוכה צו לעבן מיטן אייבערשטן און לעבן מיט אמת, און דאס וועט משיח צדקינו אריינברענגען אין די גאנצע וועלט, אז אלע זאלן רעדן צום אייבערשטן, שיבוא במהרה בימינו.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.