תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
נעכטן נאכט האט פאסירט א שרעקליכע טעראר אטאקע נעבן מיין שטוב, מיין ווייב איז געווען דעמאלט מיט די קינדער אויף יענעם גאס וואו עס האט פאסירט, אלעס איז גלייך געווארן אפגעשפארט, מענטשן זענען געלאפן צו אלע זייטן, איך בין געווען אינדערהיים און איך האב א גאנצע צייט געזאגט צו מיר אליין, "דער אייבערשטער איז מיט מיר, דער אייבערשטער איז מיט מיר", איך בין אראפגעלאפן אין גאס, די טעראריסטן זענען שוין אוועקגעלאפן, איך האב ארויפגעברענגט טייל קינדער, זיי זענען געווען זייער דערשראקן, עס איז געווען א גרויסע בהלה פון פאליציי און הצלה, און איך האב גע'חזר'ט מיט זיי איין מאל און נאכאמאל אז דער אייבערשטער איז מיט אונז, און מיר האבן מתפלל געווען אז אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק.
איך האב פלאצירט די קינדער ביי די שכנים און צוריק געלאפן ארויפברענגען מיין ווייב און די בעבי, און איך הער ווי מיין ווייב רעדט אויך צו זיך, זי בארואיגט זיך אז דער אייבערשטער איז מיט אונז, דער אייבערשטער היט אויף אונז.
איך קען נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן, מיר זענען זוכה צו הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, וואס ברענגט אריין אין אונז אז עס איז נישטא פון וועמען און פון וואס מורא צו האבן, ווייל דער אייבערשטער איז אלץ מיט אונז, ער געבט אכטונג אויף אונז, און וואס עס דארף פאסירן וועט סיי ווי פאסירן, דער אייבערשטער טוט נאר גוט פאר אונז.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
א מתנה דער רבי! ווען עס פאסירט עפעס שרעקעדיג פארלירט מען זיך נישט; דער רבי באקט אריין אין אונז א שטארקע לויטערע קלארע אמונה, ווען עס פאסירט א שרעק בלייבט מען שטארק מיט אמונה.
דאס האט מען געקענט זען ווען עס האט אויסגעבראכן די מגיפה פון קאראנע; אין אנהויב זענען מענטשן געווארן פארפאניקט, מענטשן זענען געשטארבן פון פחד, דעמאלט האט מען געזען ווי די אלע וואס לעבן מיט א צדיק - די זענען אנגעגאנגען מיט'ן לעבן. אזוי אויך יעדעס מאל די נייעס ווארפט א שרעק, אדער עס פאסירט א טעראר אטאקע וכדומה לזה, די וואס האבן אמונה - די קענען ווייטער אנגיין מיט זייער לעבן, און די וואס האבן נישט קיין צדיק - די פאלן חלשות, די דארפן ענדיגן זייערע טעג און יארן, זייער גאנצע לעבן - ביי פסיכיאטארן.
שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; אויך גיי הפצה, געב די גוטע לעבן פאר אידישע קינדער, זאלן אלע לעבן די חיים טובים וואס דער רבי געבט אונז. עס איז דאך אזוי אנדערש ווען מען לעבט מיט א צדיק, מען האט א קלארע לויטערע אמונה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק, זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.