שאלה אין קורצן ענין
#3 - אנטון ווייסע זאקן ווען מיין טאטע גייט נישט דערמיט?
כיבוד אב ואם, בגדי שבת, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאטע גייט נישט שבת מיט ווייסע זאקן, איך וויל אבער יא אנטון ווייסע זאקן לכבוד שבת, איך האב זייער שטארק ליב און איך וויל גיין מיט דעם.


מיין שאלה איז אויב עס פאסט אז איך זאל עס אנטון, כאטש וואס מיין טאטע גייט נישט דערמיט, און אויך וויל איך וויסן דעם טעם פון דעם מלבוש לכבוד שבת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט אנטון ווייסע זאקן לכבוד שבת אפילו ווען דיין טאטע גייט נישט אזוי, היינט איז דאס א חסידי'שער לבוש, אלע חסידי'שע אידן גייען מיט ווייסע זאקן שבת, עס וועט נישט זיין קיין פגם אין כיבוד אב ואם אז דו וועסט אנטון חסידי'שע קליידער, ווייל דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר, ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה, ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך", אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2 - דארף מען גיין שבת אינדערפרי מיט'ן שטריימל אין שול?
שבת קודש, שמחה, בגדי שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט די ווערטער אויסצודרוקן מיין הכרת הטוב צום ראש ישיבה שליט"א וואס באלייכט די אויגן פון טויזנטער אידן מיט די שיין פון הייליגן רבי'ן, און איך האב אויך די זכי' נהנה זיין פון דעם גרויסן אור.


איך ווייס וויפיל דער ראש ישיבה רעדט אזוי סאך איבער אויסגעבן געלט פאר נארישקייטן ביי חתונות, אבער ביי אונזער קהלה האבן אסאך בחורים זיך איינגעקויפט שיינע און טייערע שטריימלעך לויט די היינטיגע מאדעס און איך צווישן זיי.


שבת אינדערפרי קומט מיר אן גאר שווער צו גיין מיט די שטריימל אין שול, ווייל עס ווערט קאליע אום זומער פון די שטארקע זון דא אין ארץ ישראל, און אום ווינטער פון די רעגן. מיין טאטע און מיינע עלטערע ברידער שרייען כסדר אויף מיר אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן, נאר די ליידיגייער גייען אזוי, איך שפיר ווי זיי רייסן מיר אראפ.


פון איין זייט וויל איך זיך בייגן צו זיי און יא גיין מיט'ן שטריימל שבת צופרי, אבער פון די אנדערע זייט לאזט מיר נישט מיין הארץ קאליע מאכן מיין שיינע שטריימל. ביטע אויב דער ראש ישיבה קען מיר א עצה געבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די זאך פון טראגן א שטריימל האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו מתקן געווען ווען ער האט געזען וואס די פריצים טוען מיט אידישע קינדער, זיי פלעגן נעמען א איד און חוזק מאכן, אים אנטון א הויט פון א חי' און געהייסן טאנצן, די פריצים זענען געזיצן אין קרעטשמע גע'שיכור'ט און געהוליעט, און דער צעבראכענער גלות איד האט געדארפט טאנצן ווען אלע לאכן פון אים; האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געמאכט פון דעם א שיינע לבוש פאר שבת קודש.


גיי שבת מיט'ן שטריימל אין שול, אפילו עס ווערט אויסגענוצט; יעדע בגד וואס מען טוט אן ווערט אויסגענוצט, פאר דעם צוועק קויפט מען דאס, עס זאל זיך אויסנוצן; וואס דארפסטו דעם שטריימל אויב דו גייסט נישט מיט דעם, סתם צו האבן א שיינע שטריימל זאלן ליגן אין שטריימל האלטער?


דער עיקר זאלסטו זיך פרייען שבת. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך; זינג און טאנץ מיט דיינע קינדער. ווען קינדער זעען א פרייליכע שטוב שבת - ווילן זיי בלייבן ערליכע אידן; דאס איז דער עיקר, דאס איז וויכטיגער פון אלעמען, וויכטיגער פון א שיינע שטריימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - מיטנעמען די שבת'דיגע קליידער קיין אומאן?
אומאן, שבת קודש, דרך ארץ, ראש ישיבה, בגדי שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך קיין אומאן מיט מיין ווייב אויף שבת.


איך האב געוואלט פרעגן אויב איז וויכטיג אז איך זאל מיטנעמען מיין שטריימל, וואס דאס איז מער בדרך כבוד, אזוי ווי מען וואלט געפארן צו א לעבעדיגער רבי, כאטש וואס עס וועט אונז אוועקנעמען וויכטיגע פלאץ און וואג אינעם רענצל? אדער איז נישט געפערליך אויב איך וועל דארט גיין שבת מיט אן ארטיגער הוטל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן, יעדע מאל מען קען גיין צום רבי'ן - איז דאס א טובה פארן מענטש, פאר זיין נפש, רוח ונשמה לנצח נצחים. אויף יענע וועלט וועלן מיר זען וואס דאס איז גיין צום רבינ'ס ציון, דער הייליגער רבי נתן האט פארשטאנען וואס דעם רבינ'ס ציון איז, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ער איז גרייט נאכאמאל מגולגל ווערן, נאכאמאל אראפצוקומען בזה העולם אויב ווייסט ער אז ער וועט קענען נאכאמאל גיין צום הייליגן רבינ'ס ציון.


ווער רעדט נאך אז מען קען זיין א שבת אין אומאן ביים צדיק, איז דאס גאר א גרויסע זאך. ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַׁבָּתִים שֶׁשׁוֹבְתִים אֶצְלִי, הֵם גְדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַׁבָּת לְשַׁבָּת", זיין ביי מיר שבת איז מער און גרעסער ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת.


זיכער זאלסטו גיין צום רבי'ן מיט שיינע קליידער, און אז דו גייסט דארט זיין שבת קודש זאלסטו גיין מיט דיין שטריימל, אזוי ווי דו וואלסט אריינגעגאנגען צום רבי'ן ביים לעבן. שווער און גרינג - איז אין מח, אז מען ווייסט אז אזוי גייט מען אנגעטון - איז דאס נישט שווער, עס איז דא נעבעך מענטשן וואס ביי זיי איז אויך שווער צו גיין מיט לאנגע הויזן און מיט א העמד, ווייל אין קאפ איז דאס ביי זיי אן איבריגע זאך.


א קליינע טובה, אויב דו קענסט מיך דערמאנען ביים ציון, בעטן פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל און מיין משפחה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.