שאלה אין קורצן ענין
#5 - מיטנעמען א קליין קינד וואו פרויען שווימען?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, שווימען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די זיסע ליכטיגע שיעורים, און פאר'ן נישט מיד ווערן איינמאל און נאכאמאל צו איבערזאגן די זעלבע פשוטע זאכן, ובפרט די עצות און הדרכה אויף שלום בית וואס מאכט אונז זיס דאס לעבן.


מיין שאלה איז אז מיין ווייב וויל זיך יעצט איינשרייבן צו גיין שווימען פאר די זומער, און זי פרעגט מיר אויב עס איז אויסגעהאלטן מיטצונעמען מיין קליינע אינגל פון א יאר אלט, דארט גייען נאר שווימען חסידישע פרויען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בהר-בחוקותי, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט מיט נעמען אינגלעך ביי א פלאץ וואו פרויען שווימען, אפילו עס שווימען נאר ערליכע פרויען, און אפילו קינדער וואס זענען נאך גאר קליין, וואס קענען נאכנישט רעדן - זאלן חס ושלום נישט זיין אין א סווימינג פאל ווי פרויען שווימען.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - דארפן פרויען שווימען דוקא נאר מיט א שווים קלייד?
צניעות, סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען, בזיונות, יענער, שווימען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האף אז איך שטער נישט, אבער איך ווער זייער צעמישט פון וואס יעדער זאגט מיר, האב איך באשלאסן אליין צו פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געוואלט וויסן אויב עס איז אויסגעהאלטן פאר א פרוי צו שווימען מיט א שווים קלייד וואס איז באזונדער א טַאפּ מיט א סקורט? עס האט נישט קיין הויזן באהאפטן דערצו, און אויך נישט קיין בעטינג סוט אונטער דעם.


איך וויל זיין איידל, און איך וויל טון וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס אז איר זענט נישט צעמישט, איר זענט א בית פיגא תלמידה, איר ווייסט גאר גוט ווי אזוי עס איז ערליך צו שווימען, און ווי די צדיקים האבן אוועקגעשטעלט צו שווימען מיט א שווים קלייד; איר פרעגט, ווייל איר טראכט אז אפשר וועט מען קענען ארויסקוועטשן א היתר.


וויל איך אייך בעטן און אויך אלע תלמידות 'בית פיגא', שווימט ערליך, שווימט הייליג. שעמט אייך נישט פון אנדערע וואס זענען נישט קיין תלמידות בית פיגא, זוכט נישט זיי צו געפעלן, זוכט צו געפעלן דעם אייבערשטן. איר ווייסט אביסל וואס דאס לעבן איז, איר זענט שוין געווען אין שפיטאל אויפן בעטל און אריבער וואס איר זענט אריבער, זעט איר דאך אז די גאנצע לעבן איז נאר ווי לאנג דער אייבערשטער העלפט און געבט די זכיה צו זיין געזונט, די פאר יאר, און שפעטער דארף מען צוריק גיין צום אייבערשטן, און דארט איז די בושה אזוי גרויס, די וואס זענען געגאנגען מיט פריצות קענען נישט שטיין פארן אייבערשטן און פאר די צדיקים, די בושה איז געפערליך.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (מעשיות בסוף סיפורי מעשיות), עס איז געווען א צדיק וואס האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט און ער איז ארויף אויבן אין הימל און געזען ווי עס שטייט א טאפ מיט שטיקער פלייש און ביינער, האט ער געפרעגט: "וואס איז דאס?" האט מען אים געענטפערט: "דאס איז פון א פרוי וואס פלעגט גיין אנגעטון נישט צניעות'דיג, דאס איז איר שטראף, אז זי ווערט יעדן טאג אויפגעקאכט אין בריעדיגע וואסער".


ווייזט דעם בריוו פאר אלע תלמידות בית פיגא, זיי זאלן זיך נישט שעמען פון די פרויען וואס קומען פון אנדערע פלעצער, שעמען זאלן זיך די וואס טוען אן די עקלדיגע קליידער וואס די גוים גייען, שעמען זאלן זיך די וואס גייען קעגן די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - בעטן מיין מאמע מיר נישט צו טראגן צו אן אויסגעמישטע שווים באסיין?
צניעות, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות, שווימען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין ניין יאר אלט און מיין מאמע וויל מיך נעמען שווימען אין א פלאץ וואו עס שווימען אויסגעמישט מענער און פרויען. איך וויל וויסן וואס איך זאל טון, זאל איך איר זייער בעטן אז איך וויל נישט גיין? אדער עפעס אנדערש? איך וועל זיך פרייען אז דער ראש ישיבה זאל מיר זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין שאלה.


זאג דיין מאמע מיט גרויס דרך ארץ אז דו ווילסט זי זאל דיך טראגן אין א סווימינג פול (שווים באסיין) וואו מען שווימט מיט צניעות, מיט קדושה וטהרה, נאר מענער באזינדער; דו וועסט שווימען מיט די מענער און זי זאל גיין מיט דיין שוועסטער באזונדער שווימען ביי די פרויען.


כיבוד אם איז זייער א גרויסע מצוה, מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט מיט א מאמע, מען דארף רעדן מיט גרויס דרך ארץ, און שיין זאגן אז מען וויל גיין שווימען באזונדער, נישט חס ושלום אויסגעמישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אלע אידן זאלן תשובה טון, משיח זאל שוין קומען און צוריק ברענגען אלע אידן צו די תורה וועג, זיך פירן הייליג און ריין.


געוואוין זיך צו זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אין דיין שפראך וואס דו רעדסט, שמועס מיט אים יעדע זאך, בעט אים דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק, אפגעהיטן פון אלע שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - מעג א מאמע מיטנעמען דאס קליין אינגל ביים שווימען?
צניעות, חינוך הילדים, שווימען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א קליין אינגל פון דריי יאר אלט, און מיין ווייב וויל אים מיטנעמען ווען זי גייט שווימען, ווייל עס קומען דארט קאזינס אין זיין עלטער, ער האט כמעט נישט קיין אינגלעך קאזינס אין זיין עלטער נאר מיידלעך און ער שפילט מיט זיי, און ווען מיין ווייב נעמט אים מיט ביים שווימען קען ער דארט שפילן מיט די קאזינס, און ער האט הנאה. אויב אבער וועל איך אים מיטנעמען מיט מיר, וועט ער נישט האבן צופיל מיט וועמען צו שפילן דארט. מיר ווילן אבער וויסן אויב עס איז אויסגעהאלטן פאר מיין ווייב אים מיטצונעמען מיט זיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זיכער נישט כדאי צו נעמען א אינגל פון דריי יאר אלט ביים ים וואו פרויען שווימען; קענסט אים נעמען ווען די מענער גייען שווימען, אבער נישט ווען די פרויען גייען שווימען.


ביי אונז איז מען מקפיד אפילו אויף גאר קליינע אינגלעך זיי זאלן אויסוואקסן הייליג און ריין; אפילו קינדער וואס קענען נאכנישט רעדן - זעען אויך, און אויב זיי זעען א נישט גוטע בילד מאכט דאס אויך א פלעק אויף זייער הייליגע נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי איז די ריכטיגע וועג צו שווימען בצניעות?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, צניעות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, סקול, תלמיד, שווימען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס דארף איך ענטפערן פאר א מיידל וואס פאררופט זיך א תלמידה פון בית פיגא, און זי מאכט מיר כסדר משוגע מיט הצעות פון שידוכים, נאך וואס איך האב איר שוין אזויפיל מאל געענטפערט אז דער ראש ישיבה האט אונז אויסגעלערנט אז מיידלעך רעדן נישט צווישן זיך פון די נושא, אבער זי לאכט זיך אלץ אויס אז נישט דאס מיינט דער ראש ישיבה צו זאגן.


אויך וויל איך וויסן אויב איז א פראבלעם לויט די הלכה צו גיין דא אין ארץ ישראל צו די אפגעטיילטע פלאץ ביים וואסער [חוף הנפרד], אן שטרימפ און מיט קורצע ערמל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נישט יעדער איינער וואס פאררופט זיך א 'תלמידה בית פיגא' איז טאקע א תלמידה און נישט יעדער איינער וואס לערנט אין בית פיגא איז א תלמידה; די תלמידות זענען די וואס פאלגן וואס מען לערנט אין שולע.


ווי אזוי ווייסט מען ווער איז א תלמיד אדער א תלמידה? היינט איז דער א תלמיד און מארגן איז ער שוין אפגעקילט און איז א חסיד שנפל וואס דער רבי זאגט אויף דעם אז דאס איז ערגער פון אלעם (ליקוטי הלכות נזיקין הלכה ד, אות כז; שלוחין הלכה ה, אות יז; ראש חודש הלכה ז, אות נב); דעריבער איז נישט כדאי צו קוקן אויף אנדערע.


ווערטס נישט באגייסטערט פון אנדערע; נעמטס די שיעורים און לימודים פאר אייך, נעמטס דאס פאר אייער לעבן. איר מעגט זיך מחזק זיין מיט אנדערע מיידלעך וואס פאררופן זיך אויך אויפ'ן רבינ'ס נאמען, עס איז גוט צו האבן גוטע חבר'טעס, אבער ווערטס נישט נתפעל ווען איר זעט אז אנדערע טוען נישט און פאלגן נישט וכו' וכו'.


איר זאלט נישט רעדן מיט אנדערע פון שידוכים; עס איז זייער נישט איידל צו רעדן צווישן מיידלעך פון דעם בחור און פון יענעם בחור, עס איז קינדיש. אז מען טראכט פון א שידוך קען מען דאס מיטטיילן מיט די עלטערן אדער מיט די מנהלת וכו', אבער נישט צווישן מיידלעך.


אויף אייער פראגע צי מען מעג גיין אן שטרימפ און מיט קורצע ערמל ביים וואסער; עס ווענדט זיך אויב דאס איז אין א פארמאכטע פלאץ. אויב איז דאס אין א פארמאכטע פלאץ אזוי ווי די פלעצער וואו מען גייט שווימען - מעג מען גיין אן שטרימפ און מיט קורצע ערמל.


זייטס שטארק מיט אייער גוטע אויפפירונג; אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און האבן ערליכע קינדער. אזוי ווי דער רבי זאגט זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי געבט אכטונג אויף צניעות וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.