שאלה אין קורצן ענין
#6 - וואס טוט מען ווען ס'איז נישטא קיין פרנסה?
שלום בית, פרנסה, צדקה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר מיין לעבן, פאר די עצות און לימודים וואס העלפן מיר אויף טריט און שריט, איך האב ברוך ה' א טייערע ווייב, דריי ליכטיגע קינדער, מיר זענען אלע געזונט און שטארק ברוך ה', אלעס איז מיר גוט אויסער די פרנסה.


אין די לעצטע צוויי וואך האב איך נישט קיין ארבעט, איך מיין ממש גארנישט, איך האב שוין א שיינע פאר מאל געמיינט אז אט קומט ברוך ה' א גרויסע דזשאב, מען בעט מיר אן "עסטימעט", א פרייז פאר א דזשאב, אבער א נעכטיגן טאג, דער מענטש ענטפערט נישט קיין שום רופן נאכדעם, און אזוי האב איך געהאט א שיינע פאר אנטוישונגען אין די לעצטע פאר וואך.


איך בין בכלל נישט אויסגעצייכנט אין התבודדות, אבער ווען עס טוט וויי שרייט מען, ווען איך דארף געבן צו עסן פאר מיין ווייב און קינדערלעך, דעמאלט פלי איך צום אייבערשטן, איך בעט אים שיין, איך פרוביר אים צו באדאנקען פאר אלעס, איך וויין צו אים אז איך דארף פרנסה ברויח און גרינג, אפילו עס קומט זיך מיר גארנישט, אבער דאך זיי מיר מוחל און האב רחמנות אויף מיר. איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך שפיר ווי איך טאפ א וואנט.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א זאגן וואס איך טו נישט גוט, אדער וואס איך דארף אנהייבן צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו זעסט זיך אן קיין פרנסה זאלסטו טון אפילו אנדערע פרנסות, און נישט ווארטן דווקא אויף די פרנסה אין וואס די ספעציעליזירסט זיך, טו וואס דו קענסט נאר, צי עס פאסט יא צי עס פאסט נישט, אבי אהיים ברענגען פרנסה.


דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם 'בעל בטחון', אז ער האט נישט געקוקט אויף גארנישט צי עס פאסט אים יא די ארבעט וואס מען טראגט אים אן צי עס פאסט אים נישט, אין אנהויב איז געווען זיין פרנסה פאררעכטן כלים, און ווען דער קעניג האט ארויסגעגעבן א באפעל אז קיינער קען נישט טראגן זיינע כלים צו פאררעכטן ביי א צווייטן, נאר אדער פאררעכט מען עס אליין אדער ווארפט מען עס אוועק - האט ער זיך נישט פארלוירן און ער איז געווארן א האלץ האקער פאר איין טאג, און נאכדעם ווען ער האט דאס פארלוירן - האט ער זיך פארדינגען צו רייניגן שטאלן; דאס איז א מורא'דיגע פרט וואס מיר קענען זיך ארויסלערנען, א מענטש וואס איז א בכבוד'דיגער מענטש, ער האט יארן געהאט א שיינע פרנסה, זאל פון איין מינוט אויפן צווייטן ווערן א מענטש וואס רייניגט שטאלן?! יא, דאס לערנט אונז דער רבי, אז מען טאר נישט קוקן אויף כבוד וכדומה, צי עס פאסט יא צי עס פאסט נישט. איין זאך איז זיכער, אז עס פאסט נישט צו זיין א בעל חוב און עס פאסט נישט צו זיין א גנב; א מענטש דארף דער עיקר טראכטן: 'וואס טראכט מען אויבן אין הימל אויף מיר, ווי אזוי זע איך אויס דארט?'


אויך זאלסטו וויסן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אז מען האט נישט קיין ארבעט איז דאס נישט קיין תירוץ נישט אהיים צו ברענגען געלט; דו האסט אונטערגעשריבן ביי די חופה פאר דיין ווייב אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו', דארפסטו אלעס טון צו שפייזן דיין ווייב און קינדער. די ערשטע זאך דארף מען צאלן דירה געלט, ווייל אויב מען צאלט נישט קיין רענט וועט מען נישט האבן קיין דאך איבערן קאפ, מוהרא"ש זאגט דאס ערשטע דארף מען צאלן רענט, רענט קומט פאר עסן און פאר אלעמען.


שעם זיך נישט צו גיין אויף די הייזער בעטן צדקה, על פי הלכה (שולחן ערוך יורה דעה, סימן רנג) אויב מען האט נישט קיין פרנסה מעג מען גיין נאך געלט, דארפסט נישט זאגן פאר דיין ווייב וכו' אז דו גייסט נאך געלט פאר זיך, און אזוי אויך דארפסט נישט זאגן ביי די הייזער אז דו גייסט פאר דיר אליין, קענסט זאגן אז דו נעמסט צוזאם געלט פאר א משפחה וואס האט נישט אויף שבת.


איך בעט פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין און האבן גרויס שפע.

#5 - זאל מען אוועקלייגן געלט אויף שפעטער?
שלום בית, חתונה, אידיש געלט, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, דירה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, מיין מאן און איך זענען זיך זייער מחזק, עס העלפט אונז אסאך אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן צוויי זאכן. ערשטנס וועגן אוועקלייגן געלט, דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מען זאל אוועקלייגן אביסל געלט אין די זייט יעדע וואך אדער חודש פאר שפעטער, צום ביישפיל צו קויפן א הויז אדער פאר'ן חתונה מאכן די קינדער, אפילו פאר א פשוטע ביליגע חתונה דארף מען אויך האבן געלט.


צווייטנס, ווען מיר עסן ביי מיינע עלטערן, קען מיין מאן זיך אנרופן צו מיר אינמיטן די סעודה נארישע באמערקונגען אויף דאס און אויף יענץ, און איך ווייס נישט ווי אזוי צו רעאגירן. עס שטערט מיר נישט אזוי ווייט די זאכן וואס ער זאגט, אבער עס איז אינמיטן די סעודה, און עס קומט נישט אריין יעצט, און איך ווייס נישט ווי אזוי צו רעאגירן אויף א וועג אז ער זאל נישט באמערקן אז עס מאכט מיר נערוועז, און עס פאסט נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אוודאי דארף מען אוועקלייגן געלט צו קענען קויפן א הויז, קענען חתונה מאכן די קינדער און קענען לעבן; דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו פארלירן די געלט (שיחות הר"ן, סימן רפא), ווען אנשי שלומינו זענען געקומען קרעכצן צום רבי'ן אז זיי האבן פארלוירן געלט - פלעגט דער רבי זיי פארשעמען, דער רבי פלעגט זיי פארהאלטן פארוואס זיי האבן נישט אכטונג געגעבן, וויאזוי קען דאס פאסירן?!


בנוגע אייער מאן וכו'; פון אייערע ווערטער פארשטיי איך אז עס שטערט אייך נאר ווען איר זענט צווישן מענטשן, איר האט פרעשור וואס מען וועט זאגן; בעט איך אייך זייער, איר זאלט קוקן אויף אייער מאן מיט שעצונג, עס זאל אייך נישט אינטערעסירן וואס אנדערע טראכטן אויף אים און וואס זיי זאגן אויף אים; ער זאל זיין אין אייערע אויגן ווי א קעניג, עס זאל אייך נישט באדערן וואס ער זאגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - פארוואס גייט מיין ביזנעס אזוי שוואך?
תפילה והתבודדות, פרנסה, פחדים, צדקה, דאגות, געלט, מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס זאל איך טוען אז מיין ביזנעס גייט יעצט אביסל שטייט? איך בין געפערליך נערוועז און אנגעצויגן וועגן געלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס וועט דיר העלפן דאס דאגה'נען, וואס וועסטו האבן פון דאגות? דאגות העלפט נישט, דאגות הרג'עט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לֹא תֵעִיל דַוְיָא בְּלִבְּךָ", זאלסט נישט ארום גיין מיט קיין דאגות, "דְגַבְרֵי גִיבָּרִין קָטַל דַוְיָא", ווייל דאגות האט שוין גע'הרג'עט אסאך גיבורים; ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט קלאר אז דער אייבערשטער איז אלעס - און אלעס איז נאר ער, יעדע זאך וואס פאסירט אויף די וועלט איז מיט א פינקטליכער חשבון, דעמאלט גייען אוועק אלע דאגות.


נעם אריין דעם אייבערשטן אין די ביזנעס וועט די ביזנעס מצליח זיין. די ערשטע זאך, הויב נישט אן טון ביזנעס איידער דו גייסט דאווענען, מען קען נישט מצליח זיין נאר אויב מען דאווענט די דריי תפילות מיט מנין, ביים דאווענען זאלסטו נישט קוקן אין טעלעפאן, נאר קוק אין סידור.


צווייטנס, זאלסט געבן מעשר, און בעט דעם אייבערשטן די צדקה זאל גיין פאר גוטע פלעצער. מען קען געבן צדקה, מען מיינט מען געבט צדקה און עס איז ליידער בכלל נישט קיין צדקה, בעט דעם אייבערשטן דיין צדקה זאל גיין צו אמת'ע צדקה.


האלט אין די אפיס א צדקה פושקע, לייג אריין שטענדיג צדקה - וועט זיין גרויס הצלחה.


ועל כולם זאלסטו יעדן טאג גיין א שפאציר זיך מתבודד זיין, רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד. בעט אים דו זאלסט זיך נישט לאזן נארן, דו זאלסט געדענקען אז די וועלט איז נאר אן איבערגאנג צו די אמת'ע וועלט, צו די אייביגע וועלט, דו זאלסט קענען אריינכאפן גוטע זאכן, דאווענען און לערנען, און טון מצוות און מעשים טובים.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי קען מען זיך היטן חובות, אויב קויפט מען א הויז מיט א מארגעדזש?
חובות, פרנסה, דירה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך באקום ברוך ה' יעדע וואך דער גליון היכל הקודש און די וועכנטליכע קונטרס עצתו אמונה פון די טייערע מפיצים דא אין שטאט, און איך האב געליינט א בריוו אינעם גליון וואס האט מיר געמאכט טראכטן.


דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט דארט איבער די הארבקייט פון חובות, איבער דעם וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו זיין א בעל חוב. למעשה איז דער מציאות היינטיגע צייטן אז עס נישט מעגליך פאר רוב מענטשן צו קויפן א הויז אדער א קאר אן צו נעמען א "משכנתא", א מארגעדזש, געווענליכע מענטשן קענען נישט אראפלייגן אזעלכע גרויסע סומעס אויף איין מאל, ספעציעל דא אין ארץ ישראל וואס עס איז איינגעפירט ביי טייל קהלות אז מען נעמט זיך אונטער צו קויפן א דירה פאר די קינדער.


ווי אזוי קען מען לעבן אן צו זיין א בעל חוב פאר די באנק, אויב מען וויל קויפן א הויז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס מיינט מען נישט ארויסנעמען א מארטגעדזש אדער א פיינענס, דאס איז דאך דער דרך העולם המסחר; דאס איז אנשטאט צאלן רענט פאר א צווייטן - צאלט מען פאר זיך אליינס, מען צאלט צוריק פארן באנק.


דאס וואס דער הייליגער רבי האט אונז זייער געווארנט נישט צו האבן חובות - דאס מיינט מען 'נישט בארגן געלט פון מענטשן', השם ישמרינו; נישט ווערן א קנעכט פאר אנדערע. אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, ז): "עֶבֶד לוֶֹה לְאִישׁ מַלְוֶה", דער וואס בארגט געלט - ווערט יענעמ'ס א קנעכט.


אויב מען איז יא פארזינקען אין די חובות, איז דאס ערשטע זאך - מען זאל אויפהערן בארגן; זיך מאכן א פעסטע באשלוס 'נישט בארגן מער קיין געלט, קיין איין פרוטה', און אז מען דארף אהיימברענגען פרנסה און מען האט נישט - מעג מען גיין נאך געלט, צאמנעמען געלט ביי אידישע קינדער; עס דארף נישט זיין קיין בושה, ווייל אזוי שטייט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רנג, סעיף ב), ווער עס האט נישט קיין געלט - מעג נעמען פון צדקה.


צווייטנס, מען קען באצאלן חובות צוביסליך. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט ווי אזוי צו באצאלן חובות; יעדן טאג, יעדע מאל - טראגט מען פארן מלוה נאך אביסל און מען איז אים מפייס, און במשך הזמן קען מען זוכה זיין ארויסגיין פון אלע חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2 - וואס טוט מען מיט די פורים געלט און חנוכה געלט פון די קינדער?
חינוך הילדים, קינדער, מורה דרך, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע קינדער האבן געלט וואס זיי האבן באקומען פון די זיידעס און באבעס, פורים געלט און חנוכה געלט, מיין צען יעריגע לייגט אוועק דאס געלט, מיין אכט יעריגע שפילט זיך דערמיט, טוישט עס אויף יעדע פאר טעג אויף קלענערע און דערנאך צוריק צו גרעסערע, און די פינף יעריגע וויל נאר קויפן זאכן און עס אויסגעבן אויף נארישקייטן.


מיין שאלה איז וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון, עס לאזן ביי זיי, אוועקנעמען פון זיי, אדער עס אוועקלייגן פאר זיי פאר שפעטערדיגע יארן?


איך האב שוין פרובירט עס צו נעמען פון זיי און אפשרייבן וויפיל זיי האבן ביי מיר, אבער יעדע פאר טעג בעטן זיי עס צוריק, אדער וויל ער עפעס קויפן דערמיט.


איך האב געזאגט פאר די קינדער אז איך גיי פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, און וואס ער וועט ענטפערן אזוי וועט מען טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס אליינס וואס דו האסט זיי געזאגט אז דו גייסט פרעגן און אזוי וועלן מיר טון - דאס איז זייער א שטארקע זאך פאר די חינוך פון די קינדער; דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן וואס עלטערן דארפן אויסלערנען און ווייזן פאר די קינדער - אז א איד פרעגט זיינע פראגעס; מען גייט צום דיין, צום רב, מען פרעגט. אזוי וועלן זיי טון, ווען זיי וועלן עלטער ווערן - וועלן זיי זיך זוכן א רב, א דיין, אן ערליכער איד - זאל זיי מדריך זיין.


לייג אוועק זייער חנוכה געלט און פורים געלט - ביז זיי וועלן עלטער ווערן, דעמאלט וועסטו זיי דאס געבן. עס איז נישט גוט קינדער זאלן האבן געלט און דאס אויסגעבן פאר נארישקייטן.


 דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#1 - ווי אזוי קען מען זיך אפגעוואוינען פון אזויפיל טראכטן פון געלט?
ספרי ברסלב, פרנסה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק, ספעציעל פאר די קורצע "חיזוק יומי".


איך האב צוויי שאלות צו פרעגן בענין פרנסה און געלט: 1) אסאך מאל מאכט זיך אין מיין ביזנעס שטילע תקופות וואס עס איז דא ווייניג ארבעט, און עס הייבט אן לויפן מחשבות אין מיין קאפ אז איך זאל רופן מענטשן, פרובירן צו טרעפן פרישע קאסטומערס, אבער איך קען זיך נישט נעמען דאס צו טון ווייל איך פיל אז פרנסה קומט פון באשעפער, און דער אייבערשטער דאגה'ט שוין פאר יעדנ'ס פרנסה, איז ממילא ווי קום איך זיך צו מישן, כאילו ח"ו דער באשעפער דארף מיין הילף. מיין שאלה איז צי אפשר דארף איך יא אביסל רופן, עפעס טון און מאכן, אלס צד פון טון "השתדלות"? וואס איז די ריכטיגע וועג אין דעם?


2) א גאנצע טאג טראכט איך וועגן מאכן געלט און מאכן נאך און נאך געלט, איך לויף צו דו ארבייט מיט אזא חשק, און איך פריי זיך אזוי מיט יעדע דאלער איך מאך, איך ווייס אז עס איז נישט אידישליך אזוי צו ליגן אין תאוות הממון, און ספעציעל שטערט עס מיר אז אויב וויל איך לערנען אדער דאווענען און עס איז בשעת די שעות פון די ארבייט האב איך פשוט נישט די ישוב הדעת, ווייל עס איז דאך די צייט פון ארבעט, א גאנצן טאג טראכט פון געלט און געלט, מיין שאלה איז ווי אזוי קען מען זיך אפגעוואוינען פון אזויפיל טראכטן פון געלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט דיין צווייטע פראגע וואס דו פרעגסט - ווערט אוועקגענומען די ערשטע פראגע; אז דיין גאנצע קאפ, מח מחשבה ליגט אין געלט, טאג און נאכט טראכסטו נאר פון געלט - דארפסטו יעצט וויכטיג האבן הילף געראטעוועט צו ווערן, איז די ערשטע פראגע נישט נוגע יעצט פאר דיר.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים - וועסטו ניצול ווערן פון תאוות ממון. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כג): "אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם הַנּוֹפְלִים בְּתַאֲוֹות מָמוֹן", די וואס פאלן אין די תאוה פון געלט, "וְאֵינָם מַאֲמִינִים שֶׁהַקָּדוֹש בָּרוּךְ הוּא יָכוֹל לְפַרְנֵס אֶת הָאָדָם בְּסִבָּה קַלָּה", זיי גלייבן נישט אז דער אייבערשטער קען געבן פרנסה גרינגערהייט, "וְרוֹדְפִים אַחַר פַּרְנָסָתָם בִּיגִיעוֹת גְּדוֹלוֹת", זיי לויפן נאך די געלט און מוטשען זיך זייער פאר די געלט, "וְהֵם אוֹכְלֵי לֶחֶם בְּעִצָּבוֹן", זיי זענען דעפרעסטע מענטשן, זייער פרנסה איז עצבות, אזוי ווי עס שטייט: "בְּעִצָּבוֹן תֹּאכֲלֶנָּה", "וְעַצְבוּת הוּא מָרָה שְׁחוֹרָה", זיי זענען אין מרה שחורה, "אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם נִקְשָׁרִים בְּפָנִים דְּסִטְרָא אָחֳרָא, אֱלֹהִים אֲחֵרִים, חֹשֶׁךְ, בְּחִינַת מִיתָה", דאס איז די סטרא אחרא, עס איז זיי אלץ פינסטער, זייער לעבן איז טויט, אזוי ווי עס שטייט: "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי" וְכוּ', אויף זיי איז געזאגט געווארן דער פסוק: "וּזְהָבָם לְנִדָּה", "הַיְנוּ בְּחִינַת עֲבוֹדַת אֱלִילִים", זייער געלט איז א בחינה פון עבודה זרה, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (שבת פב.) "מִנַּיִן לַעֲבוֹדַת אֱלִילִים שֶׁמְּטַמֵּא כְּנִדָּה, שֶׁנֶּאֱמַר, 'תִּזְרֵם כְּמוֹ דָוָה'", און די אייציגסטע עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון תאוות ממון איז נאר דורך דעם צדיק, אזוי פירט דער רבי אויס די תורה: "כִּי רֹב הָעוֹלָם נִלְכְּדוּ בָּזֶה הַיְנוּ בְּתַאֲוַות מָמוֹן", רוב וועלט איז געכאפט אין תאוות ממון, "וְהַמָּמוֹן הוֹרֶגֶת וּמֵמִית אוֹתָם", די געלט הרג'עט זיי, "וְאִי אֶפְשָׁר לְהִנָּצֵל מִזֶּה כִּי אִם עַל יְדֵי הַצַּדִּיק", מען קען נישט געראטעוועט ווערן פון די תאוה נאר דורך דעם צדיק, וואס אויף אים שטייט אין פסוק: "'טוֹב לִפְנֵי הָאֶלֹקִים יִמָּלֵט מִמֶּנָּה' וְכוּ' כַּנַּ"ל, אַשְׁרֵי לוֹ".


דעריבער, אז דו ביסט נעבעך אזוי אריינגעטון אין געלט, טאג און נאכט טראכסטו פון געלט - דארפסטו האבן דעם הייליגן רבי'ן זאל דיך ראטעווען. זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים כסדרן, לערן לקוטי מוהר"ן און זאג די הייליגע תפילות פון לקוטי תפילות - וועט דיך דער רבי ראטעווען.