שאלה אין קורצן ענין
#2 - אביסל רייכערן, צו בארואיגן די נערווען?
משניות, נערווען, רייכערן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל זיך באדאנקען פאר די גוטע לעבן ברוחניות ובגשמיות וואס איך באקום יעדן טאג פון פריש פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וויל נאכאמאל פרעגן א שאלה וואס שטערט מיר שוין א לאנגע צייט, און איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אן עצה געבן.


איך לייד אסאך פון מחשבות און בלבולים וואס דרייען זיך מיר אין קאפ, עס מאכט זיך טעג ווען איך ווער זייער אנגעצויגן, איך שפיר ווי איך קען עס מער נישט איבערטראגן, און איך האב געזען אז דאס רייכערן א ציגארעטל בארואיגט מיר די נערווען, נישט ממש רייכערן רעגלמעסיג, נאר כאפן אמאל א ציגארעטל דא און דארט אביסל.


האב איך געוואלט פרעגן אויב איך קען זיך ערלויבן צו רייכערן אביסל פון צייט צו צייט, ווען איך שפיר אז איך דארף עס האבן וויכטיג פאר מיינע נערווען, אדער זאל איך זיך האלטן שטארק נישט צוצורירן צו קיין ציגארעטל בכלל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


רייכערן בארואיגט נישט, רייכערן ציט מער אן די נערווען; לערנען תורה בארואיגט די נערווען, גורס זיין פרקים משניות בארואיגט די נערווען; זאג משניות וועסטו באקומען געזונטע שטארקע נערווען.


רייכער נישט, עס איז נישט קיין גוטע זאך, דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל רייכערן (חיי מוהר"ן סימן רעג, תעב). מאך זיך א שיעור אין משניות, לכתחילה זאלסטו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן זכרונו לברכה ער זאל יעדן טאג זאגן "ח"י פרקים משניות", אויך האט דער רבי געזאגט פאר עטליכע פון אנשי שלומינו זיי זאלן זאגן יעדן טאג "ח"י פרקים משניות" (עיין שיחות הר"ן סימן קפה), און מוהרא"ש זאגט: "וואס דער רבי האט געזאגט פאר מוהרנ"ת איז פאר אונז אלע געזאגט געווארן".


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זאגן אכצן פרקים משניות יעדן טאג. עס שטייט פון הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו אין זיין ספר ליקוטי תורה (הדרכה ו): "תֹּאמַר חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת בְּלִי פֵּירוּשׁ בְּכָל יוֹם", זאלסט זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, אן קיין טייטש, "כְּדַי שֶׁתִּגְמוֹר בְּכָל חוֹדֶשׁ כָּל הַשִּׁשָּׁה סְדָרִים"; אזוי וועסטו דאס ענדיגן יעדן חודש, "כֵּן תִּנְהַג כָּל יְמֵי חַיֶּיךָ", אזוי זאלסטו זיך פירן דיין גאנצן לעבן. אויך ווערט געברענגט פונעם הייליגן מהר"ם פאפירש (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "טוֹב לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען משניות, "וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם, נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת, מַה טוֹב וּמַה נָעִים", און אז מען קען לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות אנטקעגן די אכצן וועלטן, אוי ווי זיס און אוי ווי גוט וועט אים זיין, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט זיי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד קֵל חַי", ווייל מיטן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, וואס פון דעם קומען די אלע נערווען השם ישמרינו, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'ענען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיך נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפן מענטש.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - צוריק אנהויבן רייכערן, אדער עסן אסאך?
רפואה, שמחה, בחור, ישוב הדעת, רייכערן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס איז ברוך ה' מקורב געווארן צו מוהרא"ש זי"ע, איך בין זיך זייער מחזק מיט די עצות און הדרכות פון מוהרא"ש, און איך האב געזען אז מוהרא"ש שרייבט מען זאל נישט רייכערן, און איך האב טאקע אויפגעהערט רייכערן פאר א שטיק צייט, אבער צוליב דעם האב איך אנגעהויבן מער עסן, און איך ווער מער פעש, נאכדעם וואס איך בין שוין ביז יעצט אויך געווען היבש א פולער בחור.


איז מיין שאלה אויב זאל זיך צוריק אנהויבן רייכערן, אדער ווייטער עסן אסאך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט טוסטו אז דו רייכערסט נישט און אזוי זאלסטו ווייטער טון, דער הייליגער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן רייכערן (חיי מוהר"ן, סימן רעג, תעב).


בנוגע וכו'; דו בעט דעם אייבערשטן אויף שמחה, זאלסט זיין פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) זיין פרייליך ברענגט אלע רפואות, אויך קען מען זיך מער קאנטראלירן, מען לעבט מיט א ישוב הדעת (שם, סימן י).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.