תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח אויף אלע שיעורים. איך האב זוכה געווען די וואך צו מסיים זיין נאכאמאל משניות אין מיין לעבן, אין זכות פון די לעכטיגע שיעורים.
איך האב א שאלה, איך וואוין אין א גרויסע שטאט מיט אסאך סארט קרייזן און אלע ערליי מענטשן, און מיין זון וויל זייער שטארק איך זאל אים קויפן א ביציקל, א בייק מיט צוויי רעדער.
איך פערזענליך וויל אים נישט קויפן אזוינס, ערשטנס ווייל איך קום פון א שטעטל וואו דאס איז געווען אנגענומען אלס א טריפה'נע זאך, און צווייטנס ווייל איך האב א געוואלדיגע פחד פון דעם, ווייל איך האב אמאל געהערט אז עס איז דא מעשיות פון קינדער וואס זענען אנגעקומען אין נישט גוטע פלעצער, נאכדעם וואס זיי האבן געהאט א בייק, און מען קען אין א סעקונדע אנקומען צו די אנדערע עק שטאט וד"ל, און אין עטליכע מינוט זיין צוריק, און קיינער זאל אפילו נישט וויסן דערפון, דעריבער ציטער איך אז מיינע קינדער זאלן פארן מיט ביציקלעך.
איך וויל אונטערשטרייכן אז פאר מיין קינד גייט עס ממש בנפשו אז איך זאל אים קויפן א ביציקל. ער בעט מיר, און ער איז מקנא א קוזין וואס פארמאגט איינס, און אויב גייט ער אין א פארק בעט ער זיך ביי אנדערע קינדער אז זיי זאלן אים בארגן די ביציקל פאר אביסל. בקיצור, עס איז נישט אז ער וויל עס אזוי ווי נאך אנדערע זאכן, נאר ער וויל עס גאר גאר שטארק; טו איך ריכטיג מיטן אים נישט קויפן א ביציקל?
איך האב געזען בילדער אז אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי האבן אסאך קינדער ביציקלעך, אבער אין מיינע אויגן איז א חילוק צווישן קרית ברסלב וואו עס וואוינען נאר ערליכע משפחות, צו א גרויסע שטאט וואו עס וואוינען אויך אומגעווינטשענע עלעמענטן און א ביציקל מאכט גרינגער די וועגן צו קומען און גיין אן איבערלאזן שפורן. וואס זאגט דער ראש ישיבה שליט"א דערצו?
איך דאנק דעם אייבערשטן אז עס איז דא וועמען צו פרעגן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז נישט קיין פראבלעם פאר קינדער צו האבן א ביציקל, עס איז געזונט פאר קינדער זיך אויסצוגעבן, און אויף די חשש אז זיי וועלן גיין צו שלעכטע פלעצער - אויף דעם דארפן די עלטערן אכטונג געבן אפילו אן קיין ביציקל; אז די קינדער זאלן האבן גוטע חברים און זיך דרייען נאר אין גוטע פלעצער.
מען דארף נאר זייער אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין סכנה. למשל אין יבנאל עיר ברסלב האט מוהרא"ש אוועק געשטעלט א תקנה מען זאל נישט קויפן פאר די קינדער קיין ביציקל, ווייל די שטעטל איז בערגיג און עס האט פאסירט אסאך אומגליקן, קינדער זענען געשעדיגט געווארן דורך דעם, זיי זענען אריינגעפארן אין קארס השם ישמרינו. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין י.): "חמירא סכנתא מאיסורא", א זאך וואס ברענגט א סכנה - איז נאך מער אסור ווי אן איסור; דארף מען זייער אכטונג געבן אויב עס קען קומען צו א סכנה.
אויך אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי פארן נישט די קינדער אויפן שאסיי מיט די ביציקלעך, עס איז א גרויסע סכנה, מען ניצט דאס נאר אין די חצרים ארום די שטיבער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.