תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר'ן מיר געבן לעיבן, ספעציעל פאר'ן סדר דרך הלימוד וואס א דאנק דעם האב איך א שייכות מיט די תורה. יישר כח פאר די בריוו אין "עצתו אמונה", וואס איך ליין עס יעדן שבת, עס טוישט מיר ברוחניות און בגשמיות.
איך האב געוואלט פרעגן, איז דא עפעס ספעציעל וואס מען דארף וויסן פאר א וואך נאכט און ברית? ווי למשל איך האב געהערט אז מען איז אויף א גאנצע נאכט, ביי מיינע פריערדיגע קינדער בין איך נישט אויף געווען, איך שפיר זיך זייער שלעכט, אז איך ווייס נישט וואס מען מוז טון און וואס ס'איז א מנהג, איך וויל טון וואס איז ריכטיג.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קל.): "כָּל מִצְוָה שֶׁקִּבְּלוּ עֲלֵיהֶם בְּשִׂמְחָה", יעדע מצוה וואס די אידן האבן באקומען פונעם אייבערשטן און זענען זיי געווען פרייליך, "כְּגוֹן מִילָה", צום ביישפיל די מצוה פון מילה, "עֲדַיִן עוֹשִׂין אוֹתָהּ בְּשִׂמְחָה", יעדעס מאל מען איז מקיים די מצוה - טוט מען עס מיט א שמחה; מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, אפילו מענטשן וואס זענען זייער ווייט פון גיין אין די וועגן פון די תורה - זענען זייער נזהר אין די מצוה פון ברית מילה, אפילו די אידן וואס זענען געפאלן אין היטן שבת, אין לייגן תפילין און אין עסן כשר'ס - זענען אבער זייער מקפיד אין די מצוה פון מילה. ווען עס קומט צו די מצוה פון מילה זעט מען ווי שטארק אידישע קינדער זענען איינס מיט'ן אייבערשטן, מען טוט די מצוה מיט א שטארקע שמחה.
אז מען איז זוכה צו מקיים זיין די מצוה פון מילה דארף מען זיך זייער פרייען; דאס איז דער עיקר וואס מען דארף: זיין פרייליך, דאנקען דעם אייבערשטן אז מען קען טון די גרויסע מצוה.
די גאנצע וועלט שטייט אויף די מצוה פון ברית מילה, די הייליגע חכמים זאגן (נדרים לא:): "גְּדוֹלָה מִילָה", די מצוה פון מילה איז אזוי גרויס, "שֶׁהִיא שְׁקוּלָה כְּנֶגֶד כָּל הַמִצְוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", עס איז מער פון אלע מצוות אין די תורה; נאך זאגן זיי (שם): "גְּדוֹלָה מִילָה", די מצוה פון מילה איז אזוי גרויס, "שֶׁאִלְמָלֵא הִיא", ווען נישט די מצוה פון מילה, "לֹא בָּרָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת עוֹלָמוֹ", וואלט דער אייבערשטער נישט באשאפן די וועלט.
עס איז דא וואס פירן זיך אויף צו זיין א גאנצע נאכט, מען לערנט די מאמרים פון זוהר (פרשת לך לך, דף צא:) וואס רעדט זיך פון דאס גרויסקייט פון די מצוה פון ברית מילה; ווידעראום זענען דא וואס גייען יא שלאפן אז זיי זאלן זיין אויסגערוט צום ברית.
איך האב געפרעגט מוהרא"ש ביי איינע פון מיינע קינדער'ס וואכטנאכט אויב איך זאל בלייבן אויף, מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל זיך לייגן שלאפן צו זיין גוט אויסגערוט כדי צו קענען מקיים זיין די מצוה מיט ישוב הדעת. ווייל די מצוה פון מילה איז זייער גרויס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא לך לך, כ): "חֲבִיבָה הַמִּילָה", די מצוה פון ברית מילה איז זייער באליבט ביים אייבערשטן, "שֶׁנִּשְׁבַּע הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְאַבְרָהָם", דער אייבערשטער האט געשוואוירן פאר אברהם אבינו, "שֶׁכָּל מִי שֶׁהוּא מָהוּל", אז יעדער איינער וואס איז גע'מל'עט, "אֵינוֹ יוֹרֵד לְגֵיהִנָּם", - וועט נישט אריינגיין אין גיהנום, נאר אין גן עדן; דערפאר, יעדער איינער וואס געפונט זיך ביים ברית איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע זיינע עבירות. דער אייבערשטער פרייט זיך זייער מיט דעם מענטש וואס איז מקיים די מצוה פון מילה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.