תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
לעצטנס האב איך געהאט אפאר מעשיות וואס מענטשן האבן מיך זייער געטשעפעט, און איך האב זייער געוויינט, אבער למעשה מיט די לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט מיך אויס, ווייס איך אז איך דארף תשובה טון און אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין איין מענטש וואס איך האב א שווער הארץ אויף אים און איך בין יעדן מוחל
דער ראש ישיבה שליט"א לערנט מיר אויך אויס נאכמער, אז איך זאל טראכטן צי איך דארף איבערבעטן דעם וואס האט מיר געמאכט וויינען.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די חידוש ביים רבי'ן איז אז דער רבי נעמט אונז פשוט'ע מענטשלעך, וואס מיר זענען וואס מיר זענען, און ברענגט אונז צו מדריגות פון גרויסע צדיקים, צו די מדריגה פון נישט ענטפערן ווען מען ווערט פארשעמט, און נישט צוריק ענטפערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:): "הַנֶּעֱלָבִים וְאֵינָם עוֹלְבִים", די וואס ווערן פארשעמט און זיי טוען נישט צוריק פארשעמען, "שׁוֹמְעִים חֶרְפָּתָם וְאֵינָם מְשִׁיבִים", די וואס הערן ווי מען שענדט זיי און זיי ענטפערן נישט צוריק, "עוֹשִׂים מֵאַהֲבָה וּשְׂמֵחִים בְּיִסּוּרִים", די וואס דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט און פרייען זיך מיטן אייבערשטן אפילו ווען עס איז זיי שווער, אויף זיי איז געזאגט געווארן דער פסוק וואס שטייט (שופטים ה, לא): "וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבֻרָתוֹ", זיי זענען באליבט ביים אייבערשטן.
מוהרא"ש דערציילט, אין פרימישלאן האט געוואוינט א צדיק רבי מענדעלע פרימישלאנער, א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, און דארט אין שטאט האט געוואוינט א שניידער וואס האט זיך פארלייגט אויף דעם צדיק אים צו רודפ'ן און פארשעמען, רבי מענדעלע האט נישט געוויסט וואס צו טון, דער שניידער האט אים פארשעמט, נאכגעשריגן און וואס נישט.
אמאל איז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געקומען צו אים, ביי רבי מענדלע אין שטוב איז געווען א גרויסע יום טוב, דאס איז גארנישט קיין קלייניקייט אז דער צדיק קומט אין שטוב. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בית, סימן ג): "כְּשֶׁהַצַּדִּיק בָּא לַבַּיִת הַזֶּה גַּם הַבְּרָכָה בָּאָה", ווען דער צדיק קומט אין שטוב קומט א ברכה אין שטוב. מען האט געמאכט א שיינע סעודה, און רבי מענדעלע האט חושש געווען אז דער שניידער וועט אים קומען מאכן בזיונות, איז ער געגאנגען צו אים אין שטוב און אים געבעטן: "ביטע טו מיר די טובה, היינט ווען מיין רבי איז ביי מיר אין שטוב - זאלסטו נישט קומען מיך פארשעמען".
דער שניידער איז געווען א שלעכטער מענטש, ער האט שטענדיג חוזק געמאכט פון ערליכע אידן, ער האט נישט ליב געהאט צדיקים, ער פלעגט אלץ קומען ביים צדיק'ס הויז און לאכן און שרייען מיאוס'ע ווערטער, און אויך יעצט איז ער געקומען צום שטוב פון רבי מענדעלע; ער האט געשריגן מיאוס'ע ווערטער, ער האט געהאקט אויפן טיר, געקלאפט אין די פענסטער, ער האט זיך ארומגעדרייט אינדרויסן און געזוכט ווי ער קען לאכן און שפעטן פונעם צדיק, ער האט געפונען איין קליין פענסטערל וואס איז געבליבן אפן, האט ער אנגעהויבן שרייען מיאוס'ע ווערטער, ער האט פארשעמט דעם צדיק; דער צדיק האט דאס נישט אויסגעהאלטן.
ביז דער הייליגער בעל שם טוב האט באמערקט אז עפעס גייט דא פאר, פרעגט ער רבי מענדעלע: "וואס גייט דא פאר? וואס זענען די געשרייען?" האט אים רבי מענדעלע געזאגט: "איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב דא איינער וואס הערט מיך נישט אויף צו פארשעמען, געווענליך בין איך דאס מקבל באהבה, אבער היינט האב איך אים געבעטן ער זאל מיך נישט פארשעמען ווען מיין רבי איז דא".
רופט זיך אן דער הייליגער בעל שם טוב: "הלוואי וואלט איך געהאט אזא איינעם וואס זאל מיך פארשעמען יעדן טאג"; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון איינער וואס ליידט בזיונות, אויב מען איז מקבל די בזיונות באהבה - קומט מען אפ מיט דעם אלע עבירות, מען ווערט זייער נאנט צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.