שאלה אין קורצן ענין
#29 - פארוואס איז מיין חבר מער מצליח פון מיר?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, חברים, קנאה, פירושים, הצלחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר כלל ישראל.


אלס בחור האב איך געהאט א שלעכטע חבר'שאפט מיט א געוויסער בחור, און מיר האבן אפגעהאקט און נישט געהאט קיין שייכות פאר דרייסיג יאר. א יאר צוריק האב איך אים געזען און איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון אים, איך בין קראנק אים צו טרעפן נאכאמאל, און נאכאמאל ווערן גוט מיט אים. איך טראכט פון אים יעדע פאר מינוט אין טאג.


איך בין אים זייער מקנא, און שפיר אז ער "האט עס" אסאך בעסער פון מיר, איך פיל אז ער האט מער געלט, כבוד, חברים, און א שענערע משפחה. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים ארויסנעמען פון מיין קאפ. איך לערן, און דאווען, און איך גיי אין מקוה יעדן טאג.


איך זוך ליבשאפט, מיין ווייב האלט אין איין בעטן זאכן און קריטיקירן, איך האב געפילט ליבשאפט ווען מיר זענען געווען חברים, און איך בין אים אזוי מקנא, און איך וויל זיין זיין חבר, ער איז קאלט צו מיר, אבער ער איז פאפולער מיט חברים, געלט, מ'האלט אים פאר א עושר.


ביטע מיר שרייבן, איך זאל האבן חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, י' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינט סוקסעספול? אז מען האט געלט? וואס מיינט 'ער האט עס' - אז מען האט חברים? די תורה זאגט ביי יוסף הצדיק (בראשית לט, ב), ער איז געווען א סוקסעספולער מענטש, "וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ"; די תורה זאגט עס נישט ווען זיין טאטע האט אים ליב געהאט מער פון די ברידער, נישט ווען ער האט געהאט א זיידענע קלייד, נישט ווען ער איז געווארן משנה למלך אין מצרים, די תורה זאגט יוסף איז געווען א סוקסעספולער מענטש ווען מען האט אים ארויסגעשלעפט פון גרוב און פארקויפט פאר די שמוציגע אראבער, ווען פוטיפר האט אים געקויפט פאר א קנעכט.


שטעלט זיך א קשיא, דאס איז סוקסעס? א קינד וואס איז געווען די באליבסטער ביי זיין פאטער און מען האט אים מיט רציחה אריינגעווארפן אין א גרוב, פארקויפט פאר א קנעכט, ער איז פארכאפט ביי א מצרי - דאס איז סוקסעס? אויף אזא מענטש זאגט די תורה ער איז געווען אן איש מצליח? ווען אלע ברידער זענען חתונה געהאט, אלע האבן זייער לעבן און נאר יוסף האט נישט קיין שידוך; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג", - דאס איז איש מצליח?


נאר וואס דען, די תורה זאגט (שם): "וַיְהִי ה' אֶת יוֹסֵף", יוסף האט געלעבט מיטן אייבערשטן, יוסף הצדיק האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן און זיך געשטארקט מיט אמונה, ער האט נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, דאס איז די גרעסטע הצלחה; ווען א מענטש גייט אריבער וואס ער גייט אריבער און ער רעדט זיך נישט אפ, ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, ער איז נאכאלץ שטארק ביי די אמונה - דער איז אן איש מצליח, יוסף הצדיק האט געקענט פרעגן אן א שיעור קשיות 'פארוואס דארף איך ליידן? פארוואס האב איך נישט מיין שידוך? פארוואס האב איך די ביטערע נסיונות?' יוסף הצדיק האט נישט געפרעגט קיין קשיות, יוסף האט זיך זייער געשטארקט, ער האט געזינגען ניגוני אמונה, ער האט געטאנצן, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז) אויפן פסוק (תהלים לא, ח): "'אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו'', זֶה יוֹסֵף".


נעם די עצה פון רבי'ן, תפילה והתבודדות; זוך א שטילע פלאץ, א ליידיגע צימער, אדער פאר מיט דיין קאר אין א ליידיגע פלאץ, אדער גיי אין א ליידיגע פעלד, און שמועס מיטן אייבערשטן, זאג אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, דערצייל אים דיינע מחשבות, דערצייל אים אז דו זוכסט ליבשאפט, דערצייל אים אז דו ביסט נישט פרייליך מיט דיר אליין, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט אנהויבן שפירן די זיסקייט און איינגענעמע טעם פון שפירן דעם אייבערשטן, שפירן ליבשאפט פונעם אייבערשטן; דאס זאלסטו טון יעדן טאג, און מיט דער צייט וועסטו קיינעם נישט מקנא זיין, דו וועסט זיין זיכער מיט זיך.


מאך זיך שיעורים אין גמרא און אין משניות, דאס וועט דיך אויסגראדן דיין מח מחשבה, דו וועסט נישט זיין אנגעהאנגען אויף קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - וואס טו איך אז מיין חבר'טע האט זיך געקויפט א סמארטפאון?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, טעלעפאן, חברים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, עס איז מיר זייער מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן וואס צו טון אז מיין חבר'טע האט זיך געקויפט א סמארטפאון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זיך זייער אכטונג איר זאלט נישט אנקומען צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען עבירות רחמנא לצלן. איר דארפט נישט אפהאקן די פריינדשאפט, מען קען ווייטער בלייבן פריינד אבער נישט קוקן אינעם טעלעפאן קיין שום זאך, אפילו נישט שלעכטע זאכן.


א רחמנות אויף אונזער דור, עס איז דא אזעלכע שווערע נסיונות; יונגע קינדער פאלן אראפ נאך איידער זיי באקומען דעת, יונגערהייט ווערט מען צוגעקלעבט צום טעלעפאן און נאכדעם האט מען שוין נישט די אויסוואל, מען קען שוין נישט אויסוועלן צו זיין גוט, מען איז שוין צוגעקלעבט צו קוקן און זיך שרייבן נישט גוטע זאכן.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיך פון שלעכטס, געב מיר כח צו קענען היטן מיינע אויגן און מיין מחשבה, געב מיר כח נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך נישט גוטע זאכן, העלף מיך און מיינע דורות אלע זאלן בלייבן ביי די אמונה".


נאר מיט תפילה און אסאך התבודדות קען מען בלייבן ערליך און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - זאל מען געבן נאך א שאנס פאר א בחור א מנוול?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, תשובה, חברים, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א וויכטיגע שאלה צו פרעגן, איך האב ברוך ה' זוכה געווען בזכיות חנם צו הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב געהערט אין די שיעורים ווי וויכטיג עס איז צו רעדן צו קינדער און בחורים פון קדושת הברית, און אזוי ווי איך בין א מגיד שיעור אין א ישיבה, פרוביר איך טאקע צו רעדן צו די בחורים פון דעם, זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


אנהויב דעם יאר האב איך געגעבן א שיעור פאר די בחורים, און איך האב גערעדט זייער שארף וועגן קדושה, און נאכ'ן שיעור זענען צוויי בחורים צוגעקומען צו מיר און מיר דערציילט אז עס איז דא א בחור אין ישיבה וואס סטראשעט און צווינגט יונגערע און שוואכערע בחורים צו טון עבירות מיט אים רחמנא ליצלן, און אזוי ווי דער מגיד שיעור רעדט פון דעם ענין, האב מיר מער באמערקט די זאך, און מיר האבן אים געכאפט ממש פאר'ן אריינכאפן נאך א בחור אין זיינע שלעכטע זאכן.


איך האב זיך באדאנקט פאר זיי פאר'ן קומען דערציילן, און איך בין געגאנגען רעדן מיט דעם בחור וואס ווי זיי האבן געזאגט איז ער שיעור נישט אריינגעפאלן, און ער האט מיר טאקע דערציילט אז דער בחור איז א מנוול, און שוין א שטיק צייט וואס ער לויפט אים נאך און סטראשעט אים אז ער מוז קומען מיט אים אין בית הכסא, און אויב נישט וועט ער אים שעדיגן, ער וועט ארויסלאזן אויף אים א שלעכטע נאמען, און אזוי ווייטער.


איך האב דאס איבערגעגעבן ווייטער פאר'ן משגיח און דער ראש ישיבה, זיי האבן דאס ווייטער נאכגעפארשט, און האבן באשלאסן אים ארויסצואווארפן פון ישיבה.


למעשה בעטן זיך די עלטערן זייער שטארק אז די ישיבה זאל מסכים זיין צוריק אריינצונעמען דעם בחור פאר דעם קומענדיגן יאר אין ישיבה. די שטאב פון די ישיבה האבן מיר געפרעגט וואס איך האלט דערוועגן, זיי זענען אונטער שטארקע דרוק פון די עלטערן אים יא צוריקצונעמען, זיי ווייסן אבער נישט אויב מען זאל אים געבן נאך א שאנס, אדער מען זאל אים אוועקווארפן מיט ביידע הענט?


דער בחור איז בערך 17 יאר אלט, ער דרייט זיך אבער אלץ און חבר'ט זיך נאר מיט בחורים און אינגלעך וואס זענען פיל יונגער פון אים.


איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ראשית דבר, אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט תורה מיט בחורים און דו פלאנצט אין זיי איין יראת שמים, דו רעדסט צו זיי פון קדושת הברית; פון זיך אכטונג געבן נישט אנרירן אות ברית קודש, נישט צוצוקומען צו די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


ליידער האט זיך אריינגעכאפט נייע מאדערנע שיטות צווישן ערליכע קהילות, השקפות וואס קומט פון נישט גוטע מקורות; מען זאל נישט רעדן צו די קינדער און בחורים פון קדושת הברית, מיט די נארישע סברה אז 'דאס מאכט שאדן'. מיר גייען נאך די וועג פון צדיקים, מוהרא"ש האט אונז געלערנט וואס דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געהאלטן, מען זאל יא רעדן.


עס איז אמאל געווען אן אסיפת מלמדים מיטן הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, וואס געוויסע האבן גע'טענה'ט אז מען זאל נישט רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, מיטן טענה 'אז מען וועט רעדן צו די קינדער - וועלן זיי וויסן וכו''; האט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער געקלאפט אין טיש און געזאגט: "מען דארף יא רעדן, ווייל אז מען רעדט נישט - ווייסן נישט די קינדער בכלל פון וואס זיך צו היטן", און דער רבי האט דארט דערציילט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו (רבא, פרק יח), אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב אמאל אנגעטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים, בערך צוויי הונדערט תלמידים; נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו די שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזוכט דעם מלמד זיך צו קענען טרעפן מיט אים האט מען מיר געזאגט אז ער איז שוין געשטארבן צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע זיינע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים - זענען געשטארבן; ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיך געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט: "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן..." האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן, זיי האבן פוגם געווען באות ברית קודש דעריבער זענען זיי אלע געשטארבן יונג"; האט דער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער צוריק גע'טענה'ט פאר די מלמדים: "דא זעט מען דער חיוב וואס מלמדים האבן צו רעדן צו קינדער פון וואס מען דארף זיך דערווייטערן".


לערן אויס די בחורים, אויב איינער וויל זיי צורירן - זאלן זיי שלאגן, לערן זיי אויס נישט מורא האבן, שרעק זיי אן אז אויב זיי וועלן זיך לאזן פון א מניוול - וועלן זיי ביים סוף ווערן מניוולים און זיי וועלן ענדיגן זייער לעבן אין תפיסה.


בנוגע צוריק נעמען דעם בחור, ווער געוואר אויב דער בחור איז א קראנקער אדער ער איז דורכגעפאלן אין א נסיון; אויב איז ער א קראנקער - וועט גארנישט העלפן. מוהרא"ש האט מיר געזאגט אמאל, ווען איך האב אים געפרעגט אויף א בחור וואס דער טאטע איז געווען א נאנטער מענטש פון די קהילה ביי מוהרא"ש, וועגן אים ארייננעמען אין ישיבה; מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "אויב וועסטו ארייננעמען דעם בחור ביי דיר אין ישיבה - וועסטו פארמאכן די ישיבה ביז א קורצע צייט, דער בחור איז א קראנקער השם ישמרינו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - מעג א טאטע טוישן אדער באדן זיין קליין מיידל?
שלום בית, צניעות, קינדער, לימוד התורה, מורה דרך, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, חברים, סדר דרך הלימוד, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף אלע בריוו יעדע וואך אין עצתו אמונה, און פאר דעם גליון פון חינוך, איך ליין עס יעדן שבת, און דאס איז ממש מיין עונג שבת, איך ווארט יעדע וואך אויף דעם. ברוך ה' אז צוביסלעך קום איך צוריק צו די כוחות, און איך קען ווייטער אנהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד און דאווענען יעדן טאג די דריי תפלות.


איך האב ברוך ה' א קליין מיידעלע, שוין א יאר אלט, און לעצטנס הער איך פון ארומיגע מענטשן אז עס פאסט נישט פאר א טאטע צו באדן די מיידל, אדער צו איבערטוישן די מיידל, אדער אפילו צו בעביסיטן די מיידל, ווען מיין ווייב דארף הילף.


איך האב קיינמאל נישט געהערט פון מוהרא"ש אז עס זאל זיין א פראבלעם מיט דעם. פארקערט, מוהרא"ש האט אלץ גערעדט אז מען דארף העלפן אין שטוב. האב איך געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו דאווענסט די דריי תפילות יעדן טאג, שחרית מנחה מעריב, און זיי מקפיד צו גיין אין שול דאווענען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "בְּשָׁעָה שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בְּבֵית הַכְּנֶסֶת", ווען דער אייבערשטער קומט אין שול, "וְלֹא מָצָא בָּהּ עֲשָׂרָה", אין זעט אז עס איז נישטא קיין מנין, "מִיָּד הוּא כּוֹעֵס", ווערט דער אייבערשטער בכעס, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נ, ב): "מַדּוּעַ בָּאתִי", פארוואס בין איך געקומען, "וְאֵין אִישׁ", ווען עס איז נישטא קיין מענטש? "קָרָאתִי", מען רופט מיך, "וְאֵין עוֹנֶה", און איך ענטפער נישט; זאגן די הייליגע צדיקים, ווען דער אייבערשטער קומט אין שול און זעט ווי מען דאווענט מיט מנין - איז נישטא קיין כעס נאר דער אייבערשטער פון דעם א נחת רוח. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שם ז:) אויפ'ן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן" ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט.


אויך פריי איך זיך אז דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן, איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג די בלאט גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְּלִפָּה הַמְחַטֲאַת אֶת הָאָדָם בִּפְגַם הַבְּרִית שֶּׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'", ווען א מענטש לערנט גמרא - פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; א שאד אז מענטשן ווייסן נישט פון סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז מען קען לערנען אפילו אן פארשטיין; ווייל ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון א בלאט גמרא אפילו אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער - וואלט יעדער איינער געעפנט די הייליגע גמרא און געלערנט.


בנוגע דיין פראגע וכו'; קענסט שמועסן מיט חברים, פארברענגען מיט מענטשן, אבער דעות - זאלסטו אויסהערן נאר פון צדיק, און אודאי און אודאי ווי אזוי אוועק צו שטעלן דיין שטוב - זאלסטו נאר אויסהערן דעם צדיק.


דער צדיק זאגט העלף אין שטוב, באד די קינדער, בעבי-סיט די קינדער און טויש די קינדער; נישט נאר מען מעג, נאר א טאטע מוז העלפן באדן די קינדער און טוישן די קינדער; איז וואס דארפסטו זיך מבלבל זיין פון אנדערע?


וואויל איז דעם וואס העלפט אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - מעג איך פרעגן שאלות פון עי.איי. AI?
אמונה, טעלעפאן, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז דא א נייע סארט טעכנעלאגיע וואס הייסט עי.איי. AI, מען קען עס רופן און פרעגן וואס מען וויל, און עס האט אן ענטפער אויף אלעס.


איך בין 13 יאר אלט, איך האלט מיט ווי די מיידלעך אין מיין קלאס רופן עס און פרעגן עס אלע סארט זאכן און עס ענטפערט זיי, נאכדעם קומען זיי צו סקול און רעדן וועגן דעם.


איך האב געזאגט פאר מיין מאמע אז איך וויל עס אויך רופן, האט מיין מאמע געזאגט איך זאל שרייבן צו דער ראש ישיבה א בריוו וועגן דעם און פרעגן אויב דאס איז אויסגעהאלטן.


אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע ענטפערן וואלט איך מיך זייער געפריידט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חס ושלום, אפהיטן זאל דער אייבערשטער, רופט נישט די טעלעפאן און פרעגט נישט קיינעם אייערע פראגעס; אלע אייערע פראגעס זאלט איר נאר פרעגן פון אייער טאטע מאמע, אדער אייערע לערערינס, זיי וועלן אייך ענטפערן אייערע פראגעס לויט אייער עלטער, לויט אייער פארשטאנד; אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן פון שלעכטע געדאנקען.


בנוגע די חבר'טעס; חבר'ט זיך מיט ריינע ערליכע מיידלעך, נאר מיט קינדער וואס זענען ערליך, רעדן איידל.


עס איז זייער וויכטיג צו האבן גוטע חבר'טעס. די הייליגע חכמים זאגן (ספר החינוך, מצוה טז), אפילו א צדיק, אויב דרייט ער זיך צווישן רשעים - וועט ער ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי, און אויך א רשע, אויב דרייט ער זיך צווישן צדיקים - וועט ער ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי.


איך בעט אייך זייער, זוכט אויף פשוט'ע קינדער, אפילו מען רופט זיי נעבעכדיגע קינדער, אבי זיי זאלן זיין ערליך - און נאר מיט זיי חבר'ט זיך, ווייל חס ושלום אויב וועט מען פרעגן פון די טעלעפאן שאלות פון אמונה - קען מען אינגאנצן אוועקפאלן פון די אמונה.


 

#24 - וואס טו איך אז איך קען נישט פארנעמען ווען יעדער קוקט אויף מיר?
אמונה, חברים, יענער, קאמפלעקס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואו איך גיי מיט פרויען פון שטעטל, אלץ איז דא א גוטע געשמאקע לופט, עס איז זייער געשמאק דא ברוך ה'.


איך האב א פראבלעם אז איך קען נישט פארנעמען אז מ'קוקט אויף מיר, עס שטערט מיר זייער שטארק אז אלע פרויען קוקן אויף מיר, איך וואלט זיך אנגעטון א מאסק א גאנץ יאר, וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די עצה פאר דעם, און פאר אלע אנדערע מחשבות וואס לאזן נישט צורו דעם מענטש - איז אמונה; אמונה איז די רפואה פאר די אלע מחשבות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם.


זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס מיינט מען די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


דערפאר זאלט איר זיך זייער שטארקן אין אמונה, טראכטס: 'דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס, ער מאכט אלעס, נישטא גארנישט אויסער אים. אלע מענטשן, אלעס - איז אייבערשטער, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עְָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל' - וועט אייך שוין נישט שטערן אז מען קוקט אויף אייך, עס וועט אייך בכלל נישט אנגיין מענטשן, איר וועט לעבן א זיסע לעבן.


איר זענט נישט די איינציגסטע וואס שרייבט מיר אזא בריוו, זייער אסאך שרייבן מיר די זעלבע ווערטער ממש, אז זיי קענען נישט גיין צווישן מענטשן, ווייל עס האט זיך אויפגעבויט אזעלכע מחשבות אז יעדער קוקט אויף זיי און אלע טראכטן איך בין נישט גוט וכו' וכו'.


געווענליך פאסירט דאס ווען אין די יונגע יארן האט מען נישט אריינגעלייגט אמונה, אלע יארן אין שולע איז צוגעגאנגען מיט קאנקורענץ, ווער איז דאס בעסטע קינד, און ווער קען נאכמאכן דעם און דעם קינד; מען האט נישט געלערנט אמונה, מען האט זיך נישט פארלייגט אויף אמונה, די וועג פון טראכטן איז געווען נאר אויף דער זאך 'וואס וועט מען זאגן אויף מיר וכו' וכו''.


עס איז נישט צו שפעט, הויבט אן פון יעצט זיך פארלייגן אויף חזר'ן אמונה. זינגט זיך ניגוני אמונה און הערט שיעורים פון אמונה - וועט אלעס אוועקגיין פון זיך אליינס, ווייל אז מען צינדט אן א לעקטער ווערט פארשווינדן די טינקלקייט. אמונה ברענגט ליכטיגקייט, אזוי ווי דער הנביא זאגט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ", עס איז ליכטיג געווארן פונעם אייבערשטן. ווען יחזקאל הנביא האט געזען די מרכבה - איז פלוצלונג געווארן זייער ליכטיג, אזוי איז ביי יעדן איינעם, אז מען נעמט אריין אין זיך אמונה. די ראשי תיבות פון (שם א, א): נִ'פְתְּחוּ הַ'שָּׁמַיִם וָ'אֶרְאֶה מַ'רְאוֹת אֱ'לֹקִים – איז אמונה, דאס וואס יחזקאל הנביא האט זוכה געווען, צו נִ'פְתְּחוּ הַ'שָּׁמַיִם וָ'אֶרְאֶה מַ'רְאוֹת אֱ'לֹקִים, עס האט זיך געעפנט די הימל און ער האט געזען די גאנצע מרכבה - צו דעם קען יעדער איינער זוכה זיין דורך אמונה, און דעמאלט ווערט ליכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - זאל מען זיך צוזאמקומען פרייטאג צו נאכטס אום שבת שירה?
חסידות ברסלב, מנהגים, חברים, פסח, שבת שירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען זאל זיך צוזאמקומען די וואך, שבת שורה, אום פרייטאג צו נאכטס אין בית המדרש צו זאגן שירה צוזאמען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, כ"ד שובבי"ם, י' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר פירן זיך צאמצוקומען שביעי של פסח ביינאכט זאגן שירה אינאיינעם, אבער נישט שבת שירה.


מען קען זיך אלץ צאמקומען רעדן פון רבי'ן, פון רבי נתן און מוהרא"ש, ווייל ווען מען רעדט פון רבי'ן ווערט מען ניי געבוירן, מען ווערט פול מיט הרהורי תשובה וכו'.


איך ווייס אבער נישט אויב די וואך איז געאייגנט דאס צו טון, ווייל ווי זיי זאגן פאראויס דארף צו זיין זייער קאלט פרייטאג צו נאכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - וואס טוט מען ווען מען האלט אינאיין טשעפען אונזער קינד?
קינדער, חברים, מדות טובות, שכנים, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר פאר אלע דרשות, עצות, און בריוו, עס האט ממש געטוישט מיין לעבן און עס ווערט נאר שענער און שענער.


מיר וואוינען אין א געגנט מיט נישט צופיל אידישע שכנים, איינער פון די שכנים האט א מיידל אין די זעלבע עלטער ווי אונזער, און די מיידלעך גייען אויך אין די זעלבע שולע. יענע מיידל מיט איר מאמע האבן זיך גענומען אויף מיין טאכטער'ס ביינער, די מאמע העצט אונטער איר טאכטער צו טשעפען אונזער טאכטער, זי נעמט צוזאם אנדערע מיידלעך פון געגנט און זיי מאכן חוזק פון איר טאג איין טאג אויס.


ווען מען פרעגט די עלטערן אויב אונזער טאכטער האט עפעס שלעכט געטון, האבן זיי גארנישט צו ענטפערן. מיר האבן אויך פרובירט צו רעדן מיט די פרוי וואס די שולע האט ספעציעל געשטעלט אויף די זאך פון טשעפען אבער עס איז נישט דא מיט וועמען צו רעדן. מיר בעטן אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, מיר זאלן קענען לעבן בשלום ובשלוה מיט יעדן.


איך האב פרובירט עטליכע מאל צו רעדן שיינערהייט מיט די עלטערן אז עס זאל זיך שוין אויפהערן, דערווייל האט עס אבער נאר געמאכט ערגער, אונז האלטן עס שוין מער נישט אויס.


קען אפשר דער ראש ישיבה אונז געבן אן עצה ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מאכט זיך ליידער ביי אסאך - די סארט פראבלעם, ווען צווישן די קינדער איז דא איינער וואס גרויסט זיך אויף אנדערע, און מען נעמט א קינד פאר א ציל-ברעט, מען טשעפעט אים און מען פייניגט אים רחמנא לצלן.


ווען דיין טאכטער גייט אראפ זיך שפילן, שיק איר אראפ מיט נאש און מיט שפילצייג, געימס וכדומה, אזוי וועלן די קינדער זיך וועלן שפילן מיט איר. אויך זאלסטו רעדן מיט איינער אדער צוויי שכנים וואס האבן נישט ספעציעל עפעס קעגן דיר, זיי דערציילן אז מען טשעפעט דיין טאכטער, וועלן זיי מחנך זיין זייערע קינדער זיך צו שפילן מיט דיין טאכטער.


ועל כולם בעט דעם אייבערשטן פאר די קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך. בעט דעם אייבערשטן מען זאל זיי נישט טשעפענען און זיי זאלן נישט טשעפענען אנדערע; תפילה איז שטערקער פון אלסדינג, תפילה איז שטערקער פון שכל, שטערקער פון טבע; מיט תפילה זעט מען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - ווי אזוי האלט איך זיך, נישט צו ווערן אראפגעשלעפט פון מיינע חברים?
התחזקות, קדושה, הפצה, חברים, בחור, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף די הערליכע שיעורים, אויף די געוואלדיגע חיזוק וואס דאס געבט מיר אין לעבן, אויף די חיזוק צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, פון ווען איך בין אנגעקומען צו די שיעורים פרוביר איך יעדן טאג צו לערנען ח"י פרקים משניות, א בלאט גמרא, מעביר סדרה זיין, און איך האב א שיעור אין די ספרים אשר בנחל און עצתו אמונה.


איך דארף גאר וויכטיג אן עצה איבער א שווערע פראבלעם. מיין טאטע האט מיר ברוך ה' געשיקט צו א תלמוד תורה וואו עס איז דא א געפיל צו חסידות, ער האט געוואלט מיר זאלן אויפוואקסן מיט א געפיל צו חסידישקייט, אבער ליידער מיט די יארן האט זיך די תלמוד תורה זייער שטארק געטוישט. איך געדענק זייענדיג אין די קלענערע כיתות איז האלב פון די קלאס געווען חסידיש, אבער מיט די יארן איז עס געווארן מער און מער מאדערן, און אפילו די חסידישע פאמיליעס וואס שיקן דא זענען פון די מער מאדערענע סארט. אין מיין קלאס בין איך דער איינציגסטער בחור וואס גייט אין מקוה, וואס פרובירט זיך שטארקן צו היטן די אויגן און זיך פירן הייליג און איידל. אין די קלאס איז אפשר דא נאר פיר קינדער וואס היטן זיך בקדושה, די גאנצע קלאס קוקט מאוויס, נישט צניעות'דיגע זאכן, און בכלל איז די שמועס אין קלאס זייער נישט איידל, מען רעדט כסדר פון נישט ערליכע זאכן, ביי הפסקה קענען זיי אנצינדען אומאיידעלע ראדיא, און אזוי ווייטער רחמנא ליצלן.


איך שפיר ווי איך ווער זייער אראפגעשלעפט פון דעם, עס ציעט מיר צוריק צו שלעכטע זאכן, און איך קען זיך נישט קיין עצה געבן. איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר נישט שרייבן איך זאל אוועקגיין פון דא, ווייל דאס איז נישט מעגליך, עס איז נישט אין מיינע הענט, איך דארף האבן אן אנדערע עצה ווי אזוי דא ווייטער אנצוגיין, און בלייבן הייליג, וואויל און ערליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, יעדע זאך איז בהשגחה פונעם אייבערשטן; וואו א מענטש וואוינט און ווער די שכנים זענען - אלעס איז מיט א געוואלדיגע השגחה. אזוי אויך וואו מען לערנט, און די חברים - אלעס איז בהשגחה פון הימל.


אז דו ביסט אנגעקומען אין די תלמוד תורה מיט די סארט קינדער - זאלסטו דאס נישט נעמען פאר גרינג, דאס איז בהשגחה אז דו זאלסט זיי אלע מקרב זיין צום אייבערשטן. זוך אויף צווישן די קינדער די וואס האבן תמימות און מיט זיי זאלסטו אנהויבן, אפילו די קינדער זענען נאך גאר ווייט, זיי ווייסן נאך גארנישט פון קדושה - זאלסטו נישט מיינען אז זיי ווילן נישט זיין גוט, זיי אלע האבן א הייליגע נשמה, זיי אלע וואלטן געוואלט זיין גוט און הייליג. מיט זיי זאלסטו אנהויבן רעדן; ווייז זיי די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, מאך מיט זיי שיעורים ביי הפסקה; רעד צו זיי פון אמונה, פון הייליגן רבי'ן, פון קדושה; מאך זיי אלע פאר גרויסע צדיקים.


אז דו וועסט רעדן צו די קינדער פון יראת שמים - וועסטו ווערן אסאך שטערקער אין יראת שמים, און אז דו וועסט נישט רעדן וועט דיר דאס אויך שאטן. ווייל א מענטש איז א הולך; א מענטש בלייבט נישט שטיין אין די זעלבע פלאץ, אדער גייט מען ארויף, מען ווערט יעדע רגע נענטער צום אייבערשטן, אדער גייט מען חס ושלום אראפ. אזוי איז מיט יעדן איינעם; אדער איז מען א געבער פאר די שכנים און חברים, יענער לערנט זיך, אדער ווערט מען נשפע פון יענעם.


צדיקים זאגן פשט אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נו:): "אוֹי לָרָשָׁע אוֹי לִשְׁכֵנוֹ", וויי פארן רשע און וויי פארן שכן פונעם רשע, ווידעראום זאגן זיי (שם): "טוֹב לַצַּדִּיק, טוֹב לִשְׁכֵנוֹ", עס איז גוט פארן צדיק און עס איז גוט פארן שכן פונעם צדיק; איז דאס לכאורה א סתירה, ווייל אויב דער רשע איז א שכן פארן צדיק, זאגסטו דאך עס איז גוט פארן צדיק און פארן שכן, און נאכדעם זאגסטו וויי פארן רשע און וויי פארן צדיק, ווי קען גיין די ביידע זאכן אינאיינעם? נאר וואס דען, ווען צוויי מענטשן וואוינען איינער נעבן צווייטן איז אלץ דא איינער וואס איז משפיע אויפן צווייטן. דאס זאגן אונז די הייליגע חכמים, אויב איז דער צדיק משפיע פארן שכן - דעמאלט איז: "טוֹב לַצַּדִּיק, טוֹב לִשְׁכֵנוֹ", אויב אבער דער רשע איז דער וואס באאיינפלוסט דעם שכן - דאן איז: "אוֹי לָרָשָׁע אוֹי לִשְׁכֵנוֹ".


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים, און שטארק זיך מיט התבודדות ותפילה, וועסטו קיינמאל נישט פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון א חבר'טע וואס פאלט?
חיזוק פאר מיידלעך, ניבול פה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס, איך האב געענדיגט ברוך ה' די וואך נאכאמאל תהלים.


איך האב א חבר'טע וואס איך בין שוין גוט מיר פאר דריי יאר, זי איז געווען זייער א וואוילע און ערליכע מיידל, אבער לעצטנס האט זי אנגעהויבן פאלן, זי האט אנגעהויבן רעדן ניבול פה, אנגעהויבן נאכלאזן אין צניעות, נאכ'ן ארויסגיין פון סעמינאר טוט זי זיך אן קורץ; איך ווייס נישט וואס עס האט פאסירט מיט איר.


איך וויל נישט ווערן נאכגעשלעפט, איך וויל מער נישט זיין איר חבר'טע, אבער זי לאזט מיר נישט אפ בשום אופן. אין סעמינאר לויפט זי מיר נאך כסדר, און ביינאכט רופט זי מיר איינמאל און נאכאמאל, און איך האב נישט קיין וועג ווי אזוי פטור צו ווערן פון איר.


איך האב איר געזאגט אז עס געפעלט מיר נישט איר שפראך, אבער זי הערט נישט אויף רעדן ניבול פה. איך ווייס אז דאס איז א סכנה פאר מיר, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען איך אפטשעפען פון מיר.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען העלפן מיט אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס זוכט איר אן עצה פטור צו ווערן פון איר? ענדערש זוכט אן עצה וויאזוי איר צו מחזק זיין.


זייט אפן מיט איר, זאגט איר: "איך וויל זיין דיין פריינט, אבער איך רעד נישט קיין ניבול פה; עס איז נישט גוט צו רעדן ניבול פה, מען האט גארנישט פון רעדן ניבול פה, מען ווערט נישט פרייליך אז מען רעדט ניבול פה".


אז זי לויפט אייך נאך, זי וויל זיין אייער פריינט - דארפט איר פרובירן רעדן מיט איר; מן הסתם איז זי גוט צעבראכן. ניבול פה איז א סימן פון מרה שחורה, די אלע קינדער וואס הויבן פלוצלונג אן רעדן ניבול פה - דאס ווייזט זייער פנימיות, אז טיף אינעווייניג זענען זיי זייער דערביטערט, זיי רעדן אזוי ווייל זיי מיינען אז דאס מאכט פרייליך.


ווייזט פאר אייער פריינט די ווערטער פון רבי'ן אין ספר המדות אות ניבול פה:


(סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה", ווער עס רעדט ניבול פה, "בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", איז דאס א סימן אז זיין גאנצע הארץ איז פול מיט שלעכטע מחשבות.


(סימן ב): "עַל יְדֵי נִבּוּל פֶּה" אז מען רעדט ניבול פה, "בָּא חֲנֻפָּה", קומט מען צו חנופה.


(סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה", צוליב די עבירה פון ניבול פה, "צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", ווערט באנייט צרות און עס קומען שלעכטע גזירות, "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, חַס וְשָׁלוֹם", אידישע קינדער שטארבן חס ושלום, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", יתומים און אלמנות שרייען און מען הערט נישט צו זייער געשריי.


(סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו", ווער עס רעדט ניבול פה, "אֲפִלּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה", אפילו מען האט אים שוין אפגעשטעמפלט א גוטע גזירה פאר די קומענדיגע זיבעציג יאר, "הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", דריידט מען דאס איבער אויף שלעכט, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנֹּם", אויך מאכט מען אים טיפער זיין גיהנום. "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ", אויך דער וואס הערט ניבול פה "וְשׁוֹתֵק", און ער שווייגט, באקומט די שטראפן.


(סימן ה): "חָמוּר הַאוֹמֵר בְּפִיו מִן הָעוֹשֶׂה מַעֲשֶׂה", עס איז אן ערגערע עבירה צו רעדן שלעכטס ווי צו טון שלעכטס.


ווייזט פאר אייער פריינט דעם בריוו, וועט זי זיכער אכטונג געבן; זי וועט זיך שטארקן נישט צו רעדן שלעכטס. איר שרייבט אליינס אינעם בריוו אז זי איז אלץ געווען א גוט קינד, מן הסתם דארף זי חיזוק; זייט איר מחזק, זייט אייך אינאיינעם מחזק צו זיין גוט און ערליך.


בעטס דעם אייבערשטן פאר גוטע חבר'טעס; עס איז זייער וויכטיג גוטע חבר'טעס, ווייל מיט וועם מען דריידט זיך - אזוי ווערט מען, אז מען האט חברים וואס רעדן ניבול פה קען מען אליינס אריינפאלן אין א טיפע גרוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - זאל איך לאזן מיין זון שפילן ביי זיין חבר'ס הויז?
חינוך הילדים, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון איז פיר און א האלב יאר, און ער וויל גיין נאכמיטאג צו זיין חבר'ס הויז זיך שפילן דארט. איך קען די משפחה, זיי זענען א חסידישע משפחה מיט יראת שמים, זאל אים לאזן אהינגיין שפילן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זאל דיין קינד רופן חברים צו דיר אין שטוב שפילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - פארוואס דארף מיין ווייב נעמען עצות פון אירע חבר'טעס?
שלום בית, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די הערליכע לעבן וואס מען באקומט פון די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, צום ביישפיל נעכטן ביינאכט בין איך געזעסן אינדערהיים און געלערנט, מיין ווייב האט גערעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט איינעם, יענער האט אונז געוואלט איינטיילן וועלכע אפיקומן מיינע קינדער מעגן בעטן און וואס מיר זאלן זיי קויפן, איך האב ווייטער געלערנט פלייסיג אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך בין געווען כאילו א נפטר, ווען א שטיק צייט צוריק איידער מיין התקרבות צום רבי'ן וואלט איך שוין לאנג געפלאצט אז יענער טיילט איין פאר מיין משפחה ווי אזוי זיך צו פירן.


א באזונדערע יישר כח פאר דעם אליינס אז ווען מיין ווייב איז אויפגערעגט, קען איך איר פרייליך מאכן, דאס איז אויך א חידוש נפלא פאר מיר. 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טשעפע נישט דיין ווייב, לאז אפ; זי מעג רעדן מיט אירע חבר'טעס, זי מעג הערן פון חבר'טעס עצות.


פארוואס זאל שטערן ווען די ווייב רעדט מיט א חבר'טע על דא ועל הא? פארוואס דארף מען זיך אויפעסן ווען די ווייב זאגט: "די חבר'טע זאגט מיר עס איז יא גוט אזוי צו טון, און אן אנדערע חבר'טע זאגט עס איז נישט גוט אזוי צו טון"? עס דארף דערפרייען דעם מאן אז די ווייב האט מיט וועם צו שמועסן, מיט וועם צו רעדן; נישט איר פארהאלטן: "וואס רעדסטו מיט דעם און מיט יענעם?"


דו גייסט דאך ארויס אין שול דריי מאל א טאג דאווענען, טרעפסטו מענטשן, דו לופטערסט זיך אויס; זאל זי אויך מעגן זיך אויסלופטערן.


עס איז א גרויסע מצוה פרייליך צו מאכן אין שטוב. חכמינו הקדושים זאגן (ראש השנה ו:): "אִשָׁה בַּעְלָהּ מְשַׂמְחָהּ"; מוהרא"ש ברענגט דאס אין די בריוו צענדליגער טויזנטער מאל, דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן די ווייב, און אז דאס איז דער סוד פון א גליקליכע לעבן - מען זאל פרייליך מאכן די ווייב און קינדער, עס זאל שטענדיג זיין אין שטוב א פרייליכע אטמאספער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - ווי אזוי קען איך גיין קיין ברסלב, אן מצער זיין מיין פאמיליע?
חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, משפחה, חברים, ראש ישיבה, התנגדות, לשון הרע, שבועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען מיר אזוי שטארק מחי' און העלפן מיר אזוי שטארק אין לעבן.


איך קום פון א ליטווישע משפחה, ביי אונז אין די משפחה האט מען נישט ליב ברסלב, מען רעדט אויף ברסלב, אבער מיר ציעט עס זייער שטארק, עס געבט מיר א סיפוק און חיות אין לעבן, ווען איך טרעף זיך מיט פרויען פון ברסלב ווער איך אזוי שטארק איבערגענומען פון די גוטע אטמאספער, ווי יעדער איז פרייליך און פאזיטיוו, ווי מען זאגט יעדע מינוט "יישר כח אייבערשטער", און איך וויל אזוי שטארק זיין א חלק פון די ברסלבע קהלה.


ווי אזוי געב איך זיך אבער אן עצה מיט מיין פאמיליע? ווי אזוי האלט זיך צוריק נישט צוריק צו ענטפערן ווען מען האלט מיר פאר וועגן ברסלב? יעדעס מאל איך וויל גיין צו עפעס א מסיבה אדער צוזאמקום אין ברסלב, דארף איך טרעפן עפעס א תירוץ פאר מיינע עלטערן וואו איך גיי און פארוואס איך גיי, יעדעס מאל בין איך נאכאמאל מסופק אויב איך זאל זיי בכלל זאגן אז איך גיי צו א ברסלב'ע פלאץ אדער טרעפן עפעס א תירוץ וואו איך גיי, ווי לאנג קען איך דאס אויסבאהאלטן און זיך נישט ארויסשטעלן אפן אז איך האב ליב ברסלב און איך וויל גיין צו ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב צו אייך א פראגע, פארוואס דארפן בכלל אייער משפחה וויסן אז איר נעמט אייער חיות פון הייליגן רבי'ן? פארוואס דארף צוגיין דאס התקרבות מיט מחלוקות? פארוואס אוועקגיין פון שטוב? צי דען קען מען נישט זאגן "שכוח אייבערשטער" אין שטוב? מען מוז זיך צעקריגן מיט משפחה, אוועקגיין פון שטוב - צו קענען זאגן "שכוח אייבערשטער"? מען קען דאך זיין מקורב, בלייבן אין שטוב, אויסהערן שיעורים, לערנען דעם רבינ'ס ספרים - אן גיין און קומען וכו'.


איר דארפט פארשטיין, קודם, וואס איז דאס ברסלב? ברסלב איז שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן. דער רבי לערנט אונז אמונה, דער רבי געבט אונז חיזוק צו קענען אריבערגיין שווערע זמנים אין לעבן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט די שיינע דיבורים פון רבי'ן, שיעורים פון אנשי שלומינו ווי זיי לערנען און דערציילן פון רבי'ן - ווערט דער לעבן אזוי זיס, מען האט כח אריבערצוגיין די שווערע נסיונות, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען הויבט אן שמועסן מיט'ן אייבערשטן, ממש א לעבן פון גן עדן.


עלטערן ווערן דערשראקן ווען פלוצלונג יעדן טאג וויל זייער טאכטער גיין דא, גיין דארט; מען ווערט דערשראקן ווען דאס קינד וויל כסדר ארויסגיין. די עלטערן ווייסן נישט פינקטליך וואס איז דאס ברסלב, און אסאך מאל הערט מען לשון הרע, דעריבער איז נישט כדאי זיך צו שפאַרן ארויס צו גיין דא, ארויסגיין דארט; מען קען האבן גוטע חבר'טעס דורך רעדן אויפ'ן טעלעפאן, ענדערש בלייבט מען אין שטוב העלפן די עלטערן.


איך בין אפאר יאר געווען מקורב צום רבי'ן אן דעם וואס איינער זאל בכלל וויסן, איך האב זיך מתבודד געווען און געלערנט מיינע שיעורים כסדרן, אויך האב איך געהאט שטילערהייט שיחות מיט ערליכע חברים, קיינער האט נישט גע'חלומ'ט בכלל אז איך בין ברסלב. שפעטער ווען איך בין געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה, דעמאלט איז ארויסגעקומען דער סוד, מיין משפחה האט זיך דערוויסט אז איך צי זיך קיין ברסלב. נאך ראש השנה, נאכן צוריקקומען פון אומאן בין איך ווייטער געבליבן אלע זמנים וואס מען קומט זיך צאם מיט משפחה, איך בין נישט אוועקגעלאפן יעדע שני וחמישי.


מוהרא"ש האט מיר דאס געלערנט. איך האב אמאל געפרעגט מוהרא"ש פאר יום טוב שבועות: "איך קום אריין קיין בארא פארק צו מיינע עלטערן אויף שבועות, מיין טאטע דאווענט ביי מיין זיידע (שליט"א) [זכרונו לברכה], חברים זאגן מיר אז איך מוז קומען דאווענען אין היכל הקודש, ווייל שבועות דאווענט מען מיט אנשי שלומינו, דאס ראטעוועט פון עולם התוהו, אדער זאל איך בלייבן דאווענען אין קארלסבורג מיט מיין משפחה און נישט מאכן מחלוקות?" מוהרא"ש זאגט מיר: "קודם געב אכטונג נישט צו זיין בזה העולם אין עולם התוהו"; דאס איז געווען דער וועג פון מוהרא"ש, נישט צו מאכן קיין מחלוקות, בלייבן מיט די משפחה און דארט לעבן מיט די עצות פון רבי'ן.


למעשה האב איך אויסגעארבעט א וועג צו קענען דאווענען ביי מוהרא"ש. דעמאלט האט מוהרא"ש געדאווענט ותיקין, איך האב זיך געמאכט א חשבון אז איך גיי ותיקין צו מוהרא"ש און ווען מען ענדיגט דאווענען וועל איך גיין צו מיין זיידע, אזוי האב איך געטון אפאר יאר, איך האב געדאווענט ביי מוהרא"ש און נאכדעם בין איך געזיצן מיט'ן טלית ביי מיין זיידעס מנין פאר כמה שעות, איך האב זיך מתבודד געווען אונטערן טלית אן דעם וואס מען זאל וויסן אז איך בין אנדערש פון די משפחה.


באזונדער ווען עס רעדט זיך פון פרויען און מיידלעך וואס ווילן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, ביי זיי איז דאך אסאך גרינגער עס זאל נישט ווערן קיין מחלוקות. ביי מענער, דארט קלאפט עס אויס ביים פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, ביי פרויען איז דאס נישט שייך, פרויען פארן נישט קיין אומאן ראש השנה, קען מען דאך בלייבן מיט די משפחה, מיט די עלטערן און שלום על ישראל.


וואס איז די זאך פון גיין צו ברסלב'ע מענטשן וואס זענען פאזעטיוו און זאגן א גאנצן צייט "שכוח אייבערשטער"? צי דען קען מען נישט בלייבן אין שטוב און דאנקען דעם אייבערשטן? מען מוז שטיין נעבן ברסלב'ער מענטשן צו קענען זאגן "שכוח אייבערשטער"?!


געדענקט, ברסלב איז נישט אוועקגיין פון משפחה, ברסלב איז נאר די זאך: דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און זיך פרייען מיט גוטע זאכן וואס מען טוט; דאס קען מען טון ווען מען איז אויסגעמישט מיט די משפחה, און אזוי קען מען גאר מקרב זיין די גאנצע משפחה, אלע זאלן מקורב ווערן.

#16 - וואס טו איך אז מיין אינגל האט א נישט ערליכער חבר?
חינוך הילדים, קדושה, מנוולים, קינדער, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין אינגל דרייט זיך מיט א חבר וואס טוט מיט אים נישט איידעלע זאכן, דער חבר האט נישט קיין נארמאלע שטוב און ער מוטשעט אלץ מיין אינגל ער זאל קומען שפילן צו זיין הויז, אויסער וואס זיי שפילן זיך יעדן טאג אויפ'ן וועג אהיים פון חדר.


איך ווייס נישט ווי אזוי זיי צו צעטיילן אן דעם וואס איך זאל באליידיגן און טשעפען דעם חבר. איך האב שוין געזאגט פאר'ן מלמד דערוועגן, אבער וואס נאך קען איך און איך דארף טון וועגן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער וויכטיג צו רעדן כסדר צו די קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן באות ברית קודש. מען דארף אויסלערנען די קינדער די הלכות פון נישט אנרירן דעם אות ברית קודש, מען דארף זיי זאגן אז אויב א קינד אין חדר, א שכן, אדער אפילו א ברודער - וויל זיך באהאלטן, זיך אויסטון די קליידער, זיך אנרירן איינער דעם צווייטן רחמנא לצלן - זאל מען זיך נישט לאזן, מען זאל אוועקלויפן און דערציילן פאר טאטע מאמע.


מען דארף רעדן פון דעם צו די קינדער, זיי באקוועם מאכן אז זיי זאלן נישט מורא האבן צו דערציילן, ווייל נאר אז מען רעדט צו זיי - ווייסן זיי פון וואס זיך אכטונג צו געבן, און אז מען רעדט נישט צו די קינדער וועלן זיי פאלן קרבנות פאר מניוולים.


איך ווייס נישט פארוואס מענטשן זענען אזוי נאריש און פאר'עקשנ'ט נישט צו רעדן פון דעם, אדער אפשר איז מען פשוט דערשראקן צו רעדן צו קינדער איבער זיך היטן פון מניוולים; פארוואס זאל מען נישט רעדן צו די קינדער? אז מען רעדט נישט וועלן די קינדער פאלן קרבנות פאר מניוולים, זיי וועלן אנקומען צו רוצחים, נאכדעם וועט מען זיך רייסן די האר פון קאפ, מען וועט זיך נישט וויסן וואו זיך אהין צו טון.


מען זעט אזויפיל פאלן אוועק פון אידישקייט, מען ווערט אריינגעדרייט אין דראגס, על פי רוב זענען זיי קרבנות פון מניוולים; זיי ענדיגן די לעבן מיט דראגס, ביז זיי שטארבן השם ישמרינו.


דערפאר ליגט א חיוב אויף עלטערן צו מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיין ערליך און הייליג. עלטערן קענען זיך נישט פארלאזן אז מען וועט שוין רעדן צו די קינדער אין חדר, ווייל ווייניג תלמוד תורה'ס רעדן צו די קינדער פון יראת שמים, ליידער רעדט מען פון אלעס - אויסער פון יראת שמים; מען רעדט פון א נייע אידישקייט, מען רעדט פון תאוות אכילה; אנשטאט רעדן פון וויכטיגע זאכן, זיי זאלן קענען בלייבן ערליך, הייליג, זיי זאלן קענען חתונה האבן - רעדט מען אז די עסן פאסט נישט פאר אונזער קהלה צו עסן, און די טרינק פאסט נישט פאר אונזערע קרייז, הבל הבלים; אדער אז ביי אונז גייט מען מיט א גארטל א גאנצן טאג, וכדומה.


רעד צו דיין קינד, אויך רעד צו זיין חבר; זאג זיי: "איר קענט זיין חברים, אבער מען מוז שפילן מיט יראת שמים, מען מוז זיין ערליך, אז נישט באקומט מען אן עונש, דער אייבערשטער באשטראפט אויב מען איז נישט ערליך".


דער אייבערשטער זאל היטן אויף אידישע קינדער.


 

#15 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון שלעכטע מאוויס?
לימוד התורה, מאוויס, חברים, בחור, משניות, דראגס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א יונגער בחור, אין די לעצטע פאר חדשים האב איך אנגעהויבן מיטצוהאלטן די חבורת היכל הקודש ביי אונז אין שטאט, און איך בין זייער מחזק דארט, און איך האב אפילו אנגעהויבן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות.


איין טאג האב איך זיך געוואלט קויפן א גרויסע סמארטפאון, אבער פונקט דעמאלט האב איך געהערט פון א צווייטער בחור פון אונזער חבורת היכל הקודש אז ער האט צעבראכן זיין טעלעפאן, און דאס האט מיר מחזק געווען, אויב ער קען, קען איך אויך, און איך עס האב ברוך ה' נישט געקויפט.


אבער פון איין זאך קען איך זיך נאכנישט אפרייסן, איך קוק נאך ליידער שלעכטע מאוויס. איך וויל זייער שטארק אויפהערן מיט די זאכן און איך דארף חיזוק אויף דעם, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אכצן פרקים משניות - דאס איז די בעסטע מעדעצין פאר ווער עס איז אריינגעפאלן אין מאוויס, ווייל דאס זאגן אכצן פרקים משניות בכל יום - רייניגט דעם מענטש, עס וואשט אויס די נשמה. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


אז דו ביסט נעבעך אזוי צוגעקלעבט צו מאוויס השם ישמרינו - זאלסטו זאגן בכל יום אכצן פרקים משניות, כסדרן דיקא - וועסטו זען וואונדער ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט ארויסגיין פון די "גלות המאוויס".


רבי נתן פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


וויסן זאלסטו, מאוויס איז די ערגסטע זאך פאר'ן מענטש, עס הרג'עט די מח אזוי ווי דראגס; פינקט אזוי ווי דראגס פארברענט דעם מח - אזוי אויך מאוויס, עס פארברענט דעם מח; אפגערעדט אז עס פארשטעלט דאס שפירן דעם אייבערשטן, מען קען מער נישט דאווענען, מען קען מער נישט פארשטיין לערנען, אלעס ווערט אזוי ווי פארוואלקנט, מען פארלירט דעם טעם פון לעבן, מען פארלירט די אינטערעסע אין וויכטיגע זאכן.


איך בעט דיר זייער, ווארף אוועק אלע מאוויס, קוק מער נישט די זאכן; דו ביסט א יונגער בחור, א שאד פאר דיר, א שאד פאר דיין עתיד; עס וועט דיר נישט לאזן לעבן מיט א ווייב, עס וועט דיר נישט לאזן זיין א טאטע פאר קינדער; אזויפיל אינגעלייט און ווייבלעך גט'ן זיך נאר צוליב דעם.


הלואי זאלסטו אננעמען דעם בריוו, וועט דיר זיין גוט בזה ובבא.

#14 - איז אויסגעהאלטן פאר מיידלעך איבערצושלאפן מיט חבר'טעס?
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, צניעות, קדושה, תפילה והתבודדות, ניגונים, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט גענוג ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אלעס גוטס וואס איך האב באקומען.


איך האב געוואלט וויסן, אסאך מאל מאכן מיינע קאזינס א נאכט צוזאמען (סליפ-אווער), און זיי רופן מיר אויך, האבן איך געוואלט וויסן אויב ס'איז אויסגעהאלטן איבערצושלאפן מיט חבר'טעס.


נאך א שאלה, אסאך מאל ווען איך וויל עפעס בעטן פונעם אייבערשטן איז מיר שווער עס ארויסצוזאגן מיט מיין מויל, האב איך געוואלט וויסן אויב דאס צו טראכטן אדער אראפשרייבן הייסט אויך בעטן?


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב מ'מעג הערן א שיעור אדער הערן מוזיק אינמיטן זאגן תהלים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע איבערשלאפן מיט חבר'טעס וכו'; אויב מען פירט זיך איידל און הייליג - דעמאלט אויב עס פעלט אויס קען מען גיין. עס איז נישט קיין פראבלעם אויפצוזיין א גאנצע נאכט שמועסן און פארברענגען, אבער עס מוז זיין איידל און הייליג; מען קען נישט שמועסן אין איין בעט, נישט ליגן און נישט זיצן.


ליידער לערנט מען נישט אויס מיידלעך צו זיין אפגעהיטן פון קראנקע זאכן; טייערע מיידלעך פאלן אריין אין שלעכטע זאכן אומוויסנדיג, וואס דאס וועט זיי שאטן פאר זייער לעבן. זיי ווערן נאנט מיט א חברט'ע אויף א נישט געזונטע וועג ביז זיי קענען נישט חתונה האבן, זיי קענען נישט ווערן נאנט מיט זייער מאן, מען בלייבט פארהאקט מיט די נישט גוטע נאנטשאפט וכו'.


(איך האב קיינמאל נישט געלאזט מיינע טעכטער גיין שלאפן ביי חבר'טעס).


בנוגע טראכטן אדער שרייבן וכו'; אז איר קענט נישט רעדן צום אייבערשטן זאלט איר אויף דעם אליינס בעטן, בעטס דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם איך האב א פראבלעם, איך קען נישט רעדן צו דיר; איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל קענען רעדן צו דיר און בעטן פון דיר אלעס וואס איך דארף, אלעס וואס איך וויל; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שפירן ווי דו שטייסט דא נעבן מיר און דו הערסט צו יעדע ווארט וואס איך רעד צו דיר, געב מיר א לויטערע אמונה, איך זאל דיך שפירן און דיך זען".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל, ביז איר וועט שוין נישט דארפן שרייבן בריוו פאר'ן אייבערשטן און טראכטן וכו'; וואס איר וועט דארפן - וועט איר גלייך נאר פון אים בעטן.


איר קענט הערן מוזיק אדער א שיעור בשעת איר זאגט תהלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#13 - יישר כח פאר'ן מיר מחזק זיין צו זאגן תהילים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, סקול, חברים, דרך ארץ, התבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר בית פיגא סקול, איך ווער אזוי פרייליך ווען איך קום נאכאמאל יעדן צופרי אין סקול, דא איז מיין בעסטע פלאץ.


יישר כח פאר אלע שיעורים, עס געבט מיר אזויפיל עצות, אסאך מאל הער איך עס ביינאכט אין בעט.


איך האב געענדיגט די זעקס און אכציגסטע מאל תהלים, יישר כח אייבערשטער. יישר כח ראש ישיבה פאר'ן מיר מחזק זיין צו זאגן תהילים.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט ליב סקול, יעדן אינדערפרי ווערט איר פרייליך צו קענען קומען נאך א טאג אין סקול.


א מחי' צו הערן אזא גוטע בשורה, אז איר זאגט אזויפיל תהלים; איר האט יעצט מסיים געווען די זעקס און אכציגסטע מאל ספר תהלים. איך ווער אזוי פרייליך ווען איך הער אז די תלמידות פון בית פיגא זאגן תהלים.


נעמט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די גאנצע וועלט; מען זאל רעדן צום אייבערשטן, רעדן צו אים אויף די אייגענע שפראך, אים בעטן יעדע זאך און אים דערציילן יעדע זאך. עס איז גאר אן אנדערע לעבן ווען מען לעבט מיט די עצה, אלעס איז אנדערש, אלעס איז גרינגער, מען שפירט זיך ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.


חבר'ט זיך מיט מיידלעך וואס רעדן איידל און פירן זיך איידל, חבר'ט זיך מיט מיידלעך וואס האבן דרך ארץ. ביים רבי'ן איז דרך ארץ נומער 1; ביים רבי'ן איז געווען זייער א שטארקע דרך ארץ, נאר אזוי האט מען געקענט מקבל זיין.


העלפט אייער מאמע; איר האט זייער חשוב'ע עלטערן, זייט מכבד אייערע עלטערן.


א פרייליכן חנוכה.

#12 - וואס מיינט דאס אז מיין זון גייט אוועק פון אונזער וועג און וויל פארן קיין אומאן?
אומאן, כיבוד אב ואם, קינדער, קליידער, חסידות ברסלב, ראש השנה, חסידות, חברים, מניעות, התנגדות, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון זאגט מיר אז ער פארט קיין אומאן, ער זאגט אז דער ברסלב'ער רבי האט געהייסן פארן ראש השנה קיין אומאן, און אלע שטערונגען זענען נאר מניעות, און מ'דארף אלעס צעברעכן און איבערקומען און יא פארן קיין אומאן.


דאס טוט מיר באמת זייער וויי, אויב איך - זיין טאטע - וויל נישט ער זאל פארן, בין איך דער יצר הרע?! קיינער קען גארנישט אריינרעדן?! קיינער האט נישט קיין אויטאריטעט אויף אים?! ער מעג זיך טון וואס ער וויל?!


און נישט נאר ער אליין, ער וויל נאר אויפווייזן פאר די גאנצע משפחה אז יעדער לעבט אין א טעות, אלעס איז גארנישט ווערד, נאר ברסלב איז די אמת'ע וועג. איז דאס ריכטיג? נישטא קיין ערליכע אידן אויף דער וועלט? איז דאס די ברסלב'ע וועג, אוועקצומאכן יעדן איינעם, קיינער איז נישט גוט, נאר זיי זענען גוט?!


לעצטנס איז ער זיך געגאנגען קויפן א געבלומטע בעקיטשע; איז דאס אויך ברסלב? אוועקצואווארפן די בגדים וואס זיין טאטע האט אים אנגעטון?


איך קוק עס אן ווי סתם פריקת עול, מ'וויל אראפווארפן פון זיך דעם עול פון די עלטערן און פון די רבי'ס, און זיך זוכן נייע וועגן, עס איז א פריקת עול מיט א הכשר למהדרין.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה מסביר זיין וואס דא גייט פאר, איז טאקע נאר ברסלב די וועג? ווער ס'האלט אנדערש איז דער יצר הרע און דער שטן אליין? איז דא נארמאלערע וועגן ווי אזוי צו מעסטן און וועגן זאכן,  אדער מוז די גאנצע וועלט זיך אונטערבייגן פאר ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וילך, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן אויף דיינע פראגעס.


די ערשטע שאלה וואס דו פרעגסט, דיין זון זאגט דיר אז אלע דארפן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, פרעגסטו אויב דו דארפסט אויך קומען קיין אומאן ראש השנה; וואס איז בכלל די שאלה? אודאי זאלסטו קומען אויף ראש השנה, נאכדעם וואס מען הערט פון א צדיק אמת ווי ער זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו) אז ער קען יעדן איינעם מתקן זיין ראש השנה; אפילו די וואס ער קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן; נאך האט ער געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענען תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה, - איז דאך א דבר פשוט אז מען דארף קומען.


א מענטש וואס האט אביסל אמונת חכמים, ווען ער הערט אזעלכע ווערטער פון א צדיק אמת - טראכט ער נישט קיין סאך, ער קומט גלייך קיין אומאן, ווער דארף דען נישט א גרויסער לויער וואס זאל אים פארטיידיגן ביים יום הדין ווען מען איז אים דן, אים מיט די גאנצע משפחה; זיין לעבן, די לעבן פון די משפחה, זיין פרנסה; אלעס אלעס איז מען דן ראש השנה.


אז דו ווילסט נישט קומען, דו פארשטייסט נישט די זאך פון אומאן - זאלסטו אבער נישט שטערן דיין זון פון קומען; אז דיין זון וויל קומען צום הייליגן רבי'ן זאלסטו אים מחזק זיין, ווייז אים אז דו פרייסט זיך אז ער וויל זיין גוט, ער זוכט א גוטע פלאץ וואו צו זיין ראש השנה.


איך פארשטיי פון די פראגע אז דו האסט נישט קיין הנאה אז דיין זון ציט צו ברסלב, דו ווילסט ער זאל געהערן ביי דיין חסידות; וויסן זאלסטו, דו מאכסט א גרויסער טעות; נישט נאר דו, נאר אסאך מאכן דעם טעות מיט דעם וואס זיי רודפ'ן זייער קינד ווען זייער קינד גייט אויף אן אנדערע וועג ווי זיי.


ווען מען זעט א קינד ציט צו א גוטע פלאץ, ער הייבט זיך אן דרייען מיט א גוטע חבורה פון א געוויסע חסידות, אדער ער ציט צו א ישיבה פון אן אנדערע אפשטאם ווי די עלטערן קומען – הייבן די טאטעס אן רודפ'ן זייער זון 'היתכן דו ביסט משנה פון די דרך פון דיינע עלטערן?' מען שטעכט אים, מען מאכט חוזק, מען טשעפעט אים אז מען האט נישט געהאלטן פון די חסידים, אדער פון די ליטווישע וועג; מען סטראשעט דעם קינד ער זאל נישט גיין אויף די וועג, מען קריגט זיך מיט אים, ביז עס ווערט א ריזיגער פייער אין די גאנצע משפחה און די עלטערן ווערן קראנק פון דעם.


דאס איז אלעס פון קטנות הדעת, מען טראכט נישט אריין וואס דא פאסירט; דער טאטע זאל נאר טראכטן איין מינוט אין טאג 'וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד חס ושלום חס ושלום גייט ארויס לתרבות רעה? וואס וואלט איך געטון ווען חס ושלום חס ושלום ער עסט טריפות און איז מחלל שבת וכו' וכו'? וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד קומט אהיים מיט לאנגע גרויסע האר ווי א שד רחמנא לצלן? וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד אנטלויפט אינגאנצן פון מיר, איך גיי אים שוין קיינמאל נישט זען, ער האט חתונה מיט גוים רחמנא לצלן? אזוי ווי מען הערט ליידער אזעלכע שרעקליכע מעשיות ביי חשוב'ע שטובער; יעצט ווען מיין קינד איז ערליך, עס איז אריין אין אים א רוח טהרה, ער זוכט עפעס פאר זיין נשמה, ער דריידט זיך ביי א געוויסע חסידות אדער ער ציט צו א ליטווישע ישיבה וואס שטימט נישט מיט מיין מח, צוליב דעם זאל איך אים רודפ'ן און אים שלאגן מכות רצח און מכות אכזריות?!' עס איז דאך נישטא קיין גרעסערע שטות פון דעם.


עלטערן דארפן טאנצן פאר שמחה ווען זיי זעען זייער קינד וויל זיין גוט, זיי דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז זייער קינד איז א איד און וועט בלייבן א איד, זיי וועלן האבן א קדיש זאגער נאך זיך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (בראשית רבה מט, ד): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בֵּן יָגֵעַ בַּתּוֹרָה כְּאִלּוּ לֹא מֵת", ווער עס לאזט איבער א קינד וואס לערנט תורה, ווערט עס גערעכנט כאילו מען איז נישט געשטארבן; ווי גליקליך איז דער מענטש אויבן אין הימל ווען ער לאזט איבער קינדער וואס גייען על דרך התורה.


דעריבער פרעג איך דיר, פארוואס זאלסטו זיך מאכן אומזיסטע עגמת נפש און צער? דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א זון וואס חבר'ט זיך מיט ערליכע אידן, א זון וואס גייט אין די וועג פון די הייליגע תורה; לאז אים אפ, לאז אים גיין וואו זיין הארץ ציט אים; ער גייט דאך נאר צו גוטע פלעצער, ער וויל זיין א ברסלב'ער חסיד, ער וויל פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון באקומען דעם תיקון וואס דער רבי האט מבטיח געווען, פארוואס זאלסטו אים שטערן?!


דו פרעגסט, אויב א טאטע לאזט נישט פארן זיין זון קיין אומאן אויב דער טאטע ווערט א חלק פונעם יצר הרע? א גוטע שאלה פרעגסטו; דאס איז זיכער, אז א טאטע וואס לאזט נישט זיין קינד גיין צום הייליגן רבי'ן איז א גרויסער שוטה, ווייל וואס ווילן דען עלטערן? נאר נחת, זען ווי די קינדער גייען אין די וועג פון די תורה; וואלטן זיי געדארפט טאנצן פאר שמחה אז זייער זון איז אנגעקומען צו א הייליגע חבורה. דו מיינסט אז ברסלב איז א שלעכטע פלאץ? ברסלב'ער חסידים זענען גרויסע צדיקים, ברסלב'ער חסידים לעבן טאג און נאכט מיט'ן אייבערשטן, זיי זענען זיך מתבודד, זיי זענען צוגעקלעבט צום אייבערשטן אזוי ווי גרויסע צדיקים פון פריערדיגע דורות.


אזוי ווי דיר זענען דא צענדליגער עלטערן וואס עסן זיך אויף זייער הארץ ווען זיי דערוויסן זיך אז זייער קינד גייט קיין אומאן און דריידט זיך מיט ברסלב'ער חסידים, מען האקט אפ מיט דעם קינד, מען איז אים מבזה, מען פארגיסט זיין בלוט, אלעס נאר ווייל ער איז געווארן א ברסלב'ער חסיד; דאנק דעם אייבערשטן אז דיין קינד איז ערליך און וואויל, ער איז אנגעקומען אין אזא הייליגע פלאץ.


בנוגע די בעקיטשע וכו'; מן הסתם ווייסט נישט דיין זון אז אין ברסלב איז נישטא קיין וועג ווי אזוי מען גייט אנגעטון, מען דארף זיך נישט טוישן די לבוש פון דאס וואס מען גייט, אלע קומען צום רבי'ן אזוי ווי זיי גייען אנגעטון, נישטא קיין ספעציעלע וועג ווי אזוי מען גייט אנגעטון אין ברסלב; אבער דיר מוז איך זאגן אז דו דארפסט פאררעכטן די וועג ווי אזוי דו קוקסט אויף דיין קינד, אז מען טוט זיך אן א געבלומטע בעקיטשע אנשטאט א זיידענע בעקיטשע - ווערט מען נאכנישט קיין הפקר יונג; זאלסט מיר מוחל זיין, דעם לשון וואס דו שרייבסט אז דאס איז: "פריקת עול עם הכשר מהדרין", די וועג ווי אזוי דו קוקסט אויף אידישקייט איז פארדריידט.


אויף די פראגע אויב נאר ברסלב איז די וועג; אויף דעם וועל איך דיר נישט ענטפערן, אבער אויף די אנדערע פראגע, אויב די מתנגדים וואס האלטן צוריק פון מקורב ווערן קיין ברסלב זענען כולו רע, אויף דעם וועל איך דיר ענטפערן 'יא'; די אלע וואס רעדן קעגן דעם הייליגן רבי'ן, די אלע וואס האלטן צוריק מענטשן פון מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן - די אלע זענען איין שטיק רע. דער רבי זאגט שוין דאס (ספר המדות אות נאוף, סימן מז): "הַנּוֹאֲפִים, לָרֹב הֵם מִתְנַגְּדִים לַצַּדִּיקִים", די בעלי עבירה - זיי קריגן אויף צדיקים; דאס זעט מען נישט נאר ביים רבי'ן נאר אין אלע פלעצער און אין אלע דורות, נאר בעלי עבירה האבן די עזות צו רעדן קעגן צדיקים, אוועק מאכן זייערע ווערטער.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#11 - פארוואס האבן מיינע חברים נישט מיטגעהאלטן מיין שמחה?
שמחות, חברים, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער איז זייער גוט צו מיר, איך האב ברוך ה' זוכה געווען די פארגאנגענע וואך צו א נייע ליכטיג מיידעלע.


איך האב געלאדענט א פערציג פופציג מענטשן צום קידוש דעם שבת, אבער קיינער נישט אנגעקומען, צום סוף זענען קוים צוויי מענטשן אנגעקומען צום קידוש, און דאס טוט מיר זייער וויי.


איך האלט זיך פאר א תלמיד פון ראש ישיבה, און איך דאווען אין א בית המדרש היכל הקודש, אבער דער עולם פון דארט איז נישט געקומען. מיין בעל הבית אין די ארבעט, און מיינע קאלעגעס ביי די ארבעט, זענען אויך נישט געקומען. און אזוי ווייטער מיינע אנדערע חברים זענען אויך נישט אנגעקומען.


איך פרוביר זיך מחזק צו זיין, אבער ס'טוט מיר באמת זייער וויי, איך האב געמיינט אז אסאך מענטשן וועלן מיטהאלטן מיין שמחה, און דערווייל זע איך אז קיינער טראכט נישט פון מיר. ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, שושן פורים, ט"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר די גרויסע שמחה! דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מגדל זיין דיינע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


עס איז זייער נישט קיין שיינע זאך אז דיינע חברים זענען נישט געקומען צו דיין שמחה, בפרט ווען עס רעדט זיך פון תלמידי היכל הקודש; אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו זיי דן זיין לכף זכות. די וואך שבת זענען אלע געווען זייער אפגעמאטערט, מען איז אריין אין שבת מתוך שכרות; ווען ערב שבת פאלט אום פורים אזוי ווי די יאר זענען כמעט אלע אונסים, מען איז פארנומען א גאנץ פורים מיט מצוות היום און ווען עס קומט שבת זענען אלע זייער אפגעמאטערט, מען האט נישט די כוחות צו גיין און קומען; איך בין זיכער ווען דו וואלסט געמאכט א שמחה אין א געווענליכע שבת וואלטן אלע געקומען זיך פרייען מיט דיין שמחה.


דער עיקר זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז געזונט און דו האסט זוכה געווען צו א געזונט קינד. חברים איז נישט א זאך וואס דארף איבערנעמען דעם מענטש, אפילו ווען אלע וואלטן געקומען זיך באטייליגן מיט די שמחה איז נישט דאס דער עיקר שמחה, דער עיקר שמחה איז אז מען איז זוכה צו ברענגען נאך א קינד צום אייבערשטן, ווייל מיט יעדע קינד וואס מען ברענגט אויף די וועלט ברענגט מען נענטער די גאולה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב.): "אֵין בֶּן דָוִד בָּא עַד שֶׁיִכְלוּ כָּל הַנְּשָׁמוֹת שֶׁבַּגּוּף", משיח וועט קומען ווען אלע נשמות וועלן אראפקומען אויף דער וועלט.


יא חברים, נישט חברים - דאס איז נישט לעבן, דאס געבט נישט צו און נעמט נישט אוועק; אנשטאט וויינען אויף חברים, זאלסטו נעמען א תהילים און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר, וועסטו זען נאך ניסים אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - וואס מיינט "אויב איינער דארף מיר נישט, דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט"?
חברים, יענער, חנופה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אפאר מאל ביי די שיעורים אז אויב איינער דארף מיר נישט, דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט. איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס דאס מיינט, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען דאס מער מסביר זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט א כלל אין לעבן: "מִי שֶׁלֹא צָרִיךְ אוֹתִי, אֲנִי לֹא צָרִיךְ אוֹתוֹ אֶלֶף פְּעָמִים", ווער עס דארף מיר נישט דארף איך אים נישט טויזנט מאל.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט חנפה'נען קיינעם, מיר זאלן נישט נאכלויפן קיינעם; מיר זאלן זיך נישט איינרעדן אז אונזער ישועה ליגט ביי יענעם. קוק אריין די אמת'ע ווערטער וואס מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה פאר אונז (צוואת מוהרא"ש, אות ט):


"אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיינְנֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן.


פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם. אַ אִיד וָואס גְלֵייבְּט אָבֶּער אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר פַארְלָאזְט זִיךְ אִינְגַאנְצְן נָאר אוֹיפְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דַאן אִיז עֶר זֵייעֶר מַצְלִיחַ".


וואויל איז דעם וואס ווייסט מיט א קלארקייט אז נאר דער אייבערשטער קען אים העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווי אזוי האט מען כח צו אזויפיל קינדער?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה אויף מיין לעבן. איך האב ברוך ה' זוכה געווען אויך מקרב צו זיין צענדליגע אינגעלייט צום ראש ישיבה שליט"א און זיי הערן מיר נישט אויף צו דאנקען.


מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן, און איך שעפ נחת פון מיינע ליכטיגע קליינע קינדער וואס לעבן מיט אמונה און רעדן צום אייבערשטן, אלעס אין זכות פונעם ראש ישיבה.


איך האב געוואלט פרעגן איבער האבן אסאך קינדער. איך האלט יעצט זעקס יאר נאך מיין חתונה, און איך האב ברוך ה' פיר קינדערלעך, ס'איז מיר אבער זייער שווער, איך קען זיך קוים אן עצה געבן מיט זיי, צווישן מיין ארבעט וואס איך ארבעט ממש טאג און נאכט.


מיין ווייב זאגט אז זי האט גענוג כח צו האבן נאך קינדער, דער פאקט איז אבער אז הערט נישט אויף צו שרייען אויף די קינדער א גאנצן טאג. איך פארשטיי אז דער אייבערשטער וויל מ'זאל האבן קינדער, אבער איך דארף גרויס חיזוק אויף דעם. ובפרט אז איך האב לעצטנס געהאט די פערטע קינד, בשעת מיינע חברים האבן ווייניגער, און ס'שפירט זיך נישט אזוי אנגענעם.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ענטפערן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר; איך בענק זיך זייער צו קומען קיין ארץ ישראל, שוין א לאנגע צייט וואס איך וויל גיין אבער מען האט פארמאכט די גרעניץ - אין יוצא ואין בא, מען קען נישט גיין און קומען. מיר ווארטן יעדן טאג עס זאל זיך עפענען די גרעניצן און מיר זאלן קענען גיין קיין ארץ ישראל.


אז דיין ווייב האט כח, זי איז געזונט און שטארק - זאלסטו נישט זוכן קיין היתרים וכו'; גדולי הרבנים געבן היתרים וכו' ווען מען זעט ביי די פרוי אז זי האט נישט די כוחות וכו', נאר דעמאלט איז מען מתיר.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א געזונטע ווייב וואס וויל מגדל זיין א שטוב מיט קינדער; בוי איר אויף, געב איר חיזוק זי זאל האבן מער כח פאר די קינדער.


קוק נישט אויף קיין חברים און אויף אנדערע משפחות, מעסט נישט דיין לעבן מיט דיינע קינדער, וויפיל קינדער וכו' - לויט דיינע חברים; וואס ווייסטו וואס עס טוט זיך אפ ביי יענעם אין שטוב? עס קען זיך דאכטן אז ביי יענעם איז גאלד ווען באמת איז יענער שטילערהייט א גרויסער רחמנות.


דאס וואס דו שרייבסט אז דיין ווייב שרייט אסאך אויף די קינדער; דאס האט נישט צוטון וויפיל קינדער מען האט, דאס איז א נאטור פון עלטערן, מען מיינט אז מען מוז שרייען אויף קינדער; אז דו וועסט איר מחזק זיין, דו וועסט איר העלפן אין שטוב - וועט זי מיט די צייט ווייניגער שרייען.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; די גרעסטע חסד איז ווען מען איז מחזק די ווייב און קינדער.


אז איך וועל זיין אין ארץ ישראל וויל איך קומען צו דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - איך הער אסאך רעדן קעגן מוהרא"ש, ווי אזוי דערהאלט איך זיך?
חסידות ברסלב, צדיקים, מוהרא"ש, בית המדרש, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין גאנצע לעבן איז די שיעורים, איך האב אנגעהויבן לעבן נאכדעם וואס איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און לערנען די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע.


איך דריי זיך א סביבה וואו ס'זענען דא אסאך ברסלב'ע אידן, אבער זיי האלטן נישט פון מוהרא"ש און זיי רעדן אסאך קעגן אים, און עס שטערט מיר זייער שטארק. כאטש וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר אז מ'דארף קוקן נאר וואס איך באקום, וואס איך האב אין די האנט, שפיר איך אבער אז איך דארף נאך חיזוק אויף די נושא, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיש נישט צוזאם איינס מיט'ן צווייטן; אז זיי רעדן אנטקעגן צדיקים זענען זיי שוין נישט קיין ברסלב'ע חסידים.


וויסן זאלסטו אז מען קען זיצן אין ברסלב, זיך דרייען אין ברסלב, קענען אלע ברסלב'ע מענטשן, וכו', וכו' - און מען האט נישט קיין שום שייכות מיט ברסלב; כל זמן מען פאלגט נישט דעם רבי'ן איז מען א גרויסער רחמנות, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


איך וואלט דיר גע'עצה'ט אז דו זאלסט ענדערש גיין דאווענען אין א שול וואו מען רעדט נישט אויף אנדערע, אפילו עס איז נישט קיין ברסלב'ע שול, ווי איידער צו זיצן מיט לצים, מניוולים, וואס פאררופן זיך ברסלב'ע; ווייל ווער עס רעדט אויף צדיקי אמת, צדיקים וואס האבן זייער גאנצע לעבן עוסק געווען אין פארשפרייטן דעם אייבערשטן פאר די גאנצע וועלט, איז א סימן אז עפעס טויג נישט מיט אים, זיינע עבירות שרייען ארויס פון אים. מוהרא"ש שרייבט כמה פעמים אז די אלע וואס רעדן אויף אים זענען גרויסע בעלי עבירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערער עזות פנים ווי איינער וואס דעווייגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?


פאלג מיר, דריי זיך נישט דארט מיט לצים וואס רעדן אנטקעגן צדיקים; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח) אז די אלע וואס רעדן אויף צדיקים און ערליכע אידן זיי ווילן באמת רעדן אנטקעגן דעם אייבערשטן, נאר זיי שעמען זיך און האבן מורא אז מען וועט זיי אנשרייען ווען זיי רעדן אנטקעגן די אמונה, דערפאר פארדרייען זיי די ווערטער כאילו זיי רעדן אויף צדיקים. מיט דעם טייטשט דער רבי דעם פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם, וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ"; "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי ווילן באמת רעדן אויפ'ן אייבערשטן, אבער זיי האבן מורא, דעריבער: "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף צדיקי אמת, אבער באמת איז "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - איז טאקע נישטא אזא זאך ווי חברים?
חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אין די שיעורים אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי חברים, און דאס איז מיר זייער אינטערעסאנט, ווייל מיר געפינען זייער אסאך אין די תורה און חז"ל איבער די גרויסקייט פון האבן חברים. צום ביישפיל "אהבת דוד ויהונתן", "נושא בעול עם חבירו", "דיבוק חברים", און אין די גמרא מסכת ברכות דף יז "ותקנינו בחבר טוב בעולמך".


און אזוי איז באקאנט פון אסאך חסידישע ספרים אז אידן מוזן זיך אלעמאל האלטן צוזאמען, זיין איבערגעגעבן איינער פאר'ן צווייטן מיט מסירת נפש. חז"ל זאגן שוין "שלי שלך ושלך שלי", און אין ספר ישמח ישראל טייטשט איר דעם פסוק "לתאווה יבקש נרדף" אז ווער ס'טיילט זיך אפ פון חברים גייט נאך זיינע תאוות.


דעריבער פארשטיי איך נישט ווי אזוי איר קענט זאגן די ווערטער, "ס'איז נישטא אזא זאך ווי חברים".


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי דארף א מענטש האבן גוטע חברים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ט): "אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם?" וואס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי א מענטש זאל זיך פירן, "רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ אוֹמֵר, חָבֵר טוֹב", רבי יהושע זאגט מען זאל זיך נעמען א גוטער חבר; ווייל אז מען האט א גוטע חבר קען מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן. נאך געפונען מיר אז חז"ל זאגן (תענית כג.): "אוֹ חַבְרוּתָא אוֹ מִיתוּתָא", אויב מען האט נישט קיין גוטער חבר איז מען ווי א טויטער מענטש.


דורך א גוטע חבר קען מען זוכה זיין צו מקבל זיין פונעם צדיק אסאך מער; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד) אז דורך א חבר קען א מענטש איבער חזר'ן אלע תורות פונעם צדיק, אזוי אויך קען מען זיך לערנען פון א חבר מער וויפיל מען לערנט פונעם רבי'ן, אזוי ווי רבי חנינא האט געזאגט (תענית ז.): "הַרְבֵּה לָמַדְתִּי מֵרַבּוֹתַי, וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", איך האב געלערנט אסאך תורה פון מיינע רבי'ס, און פון מיינע חברים האב איך געלערנט נאך מער ווי פון מיינע רבי'ס.


אבער פון די אנדערע זייט דארף מען זיך זייער היטן פון מענטשן, ווייל רובם ככולם מיינען די אייגענע אינטערעסע. מוהרא"ש האט אונז כסדר מזהיר געווען מיר זאלן אכטונג געבן פון מענטשן, מוהרא"ש טייטשט דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, ג): "הֱווּ זְהִירִין בָּרָשׁוּת, שֶׁאֵין מְקָרְבִין לוֹ לָאָדָם אֶלָּא לְצֹרֶךְ עַצְמָן. נִרְאִין כְּאוֹהֲבִין בִּשְׁעַת הֲנָאָתָן, וְאֵין עוֹמְדִין לוֹ לָאָדָם בִּשְׁעַת דָּחֳקוֹ"; א מענטש זאל זיך היטן פון סתם זאכן וואס ווערט אנגערופן דברים של רשות, דאס הייסט "הֱווּ זְהִירִין בָּרָשׁוּת" - מען זאל זיך היטן פון מענטשן וואס מאכן זיך ווי חברים, "שֶׁאֵין מְקָרְבִין לוֹ לָאָדָם אֶלָּא לְצֹרֶךְ עַצְמָן" – דאס וואס זיי זענען דיר מקרב און זיי מאכן זיך ווי חברים דאס טוען זיי כל זמן זיי קענען האבן א טובת הנאה פון דיר, דאס טוען זיי פאר זייער אייגענע אינטערעסע, "נִרְאִין כְּאוֹהֲבִין בִּשְׁעַת הֲנָאָתָן" – ווי לאנג זיי קענען ארויס האבן פון דיר א הנאה מאכן זיי זיך ווי זיי האבן דיר ליב און ווען זיי זעען אז זיי קענען מער גארנישט האבן פון דיר דעמאלט ווארפן זיי דיר אוועק, אזוי ווי מיר זעען "וְאֵין עוֹמְדִין לוֹ לָאָדָם בִּשְׁעַת דָּחֳקוֹ" - זיי העלפן נישט דעם מענטש ווען ער איז אין א צרה; דאס איז א סימן אז זיי זענען קיינמאל נישט געווען קיין חברים, ווייל אן אמת'ער חבר וועט קיינמאל נישט אפלאזן דעם מענטש אפילו ווען ער קען נישט האבן א טובת הנאה פון אים.


דעריבער פלעגט מוהרא"ש אונז שטענדיג אנזאגן מיר זאלן זיך אכטונג געבן פון חברים און פון פריינד און דאס זאג איך שטענדיג פאר מיינע תלמידים, זיי זאלן נישט פארברענגען זייערע טעג און יארן מיט חברים, ענדערש זאל מען פארברענגען מיט די אייגענע שטוב. ווייל די איינציגסטע חבר וואס איז דא איז דער מאן פאר זיין ווייב און די ווייב פאר איר מאן, זיי בלייבן שטענדיג אינאיינעם (אויב זיי האבן שכל ווי אזוי זיך צו פירן).


עס איז כדאי דו זאלסט מעיין זיין אין צוואת מוהרא"ש (אות ט) וואו מוהרא"ש רעדט פון חברים, איך בין דיר מעתיק דעם חלק צוואה:


"אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיין נֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן, אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן.


פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם. אַ אִיד וָואס גְלֵייבְּט אָבֶּער אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן פַארְלָאזְט זִיךְ אִינְגַאנְצְן נָאר אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר אִיז זֵייעֶר מַצְלִיחַ אִין אַלֶע הִינְזִיכְטְן, וֵוייל עֶר חַנְפְ'עֶט נִישְׁט קֵיינֶעם, אוּן הָאט נִישְׁט מוֹרָא פוּן קֵיינֶעם, אוּן לֶעבְּט זִיךְ זַיין אֵייגֶענֶעם לֶעבְּן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - איך בין אן עלטערער בחור, און איך האב נישט מיט וועמען זיך צו חבר'ן
שידוכים, סגולות, חברים, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, פון וואס איך שעפ אזויפיל חיות טאג איין טאג אויס. ובפרט פון די חיזוק צו רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש אין יעדן מצב.


איך האב געוואלט פרעגן, איך לערן אין א ישיבה, אבער איך בין זייער נישט צופרידן דארט פאר אסאך סיבות. מיר זענען א גרופע פון עלטערע בחורים, און רוב בחורים מיט וועמען איך לערן איז נישט אזוי גוט זיך צו חבר'ן מיט זיי, און די ביסל וואס זענען יא גוט זענען נישט אזעלכע נארמאלע בחורים, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


פון איין זייט וויל איך לערנען אין א נארמאלע ישיבה מיט נארמאלע בחורים, און די יעצטיגע ישיבה איז נישט אזוי, אבער אויב וועל איך גיין ארבעטן ווייס איך אז דאס וועט נישט טויגן פאר מיר, איך וועל זיכער פאלן פון דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן אן עצה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך דערהאלטן מיט אלע דיינע כוחות צו בלייבן ערליך און ווער נישט צעבראכן אז דו האסט נאך נישט דיין שידוך, נאך אביסל וועסטו זוכה זיין א חתן צו ווערן און אנהייבן לעבן א ערליכע לעבן; טו די סגולות וואס דער רבי זאגט, אז אויב מען טוט דאס וועט מען זוכה זיין צו טרעפן א שידוך.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף - די קריאה וואס מען ליינט חנוכה. ווען דו ענדיגסט דאס זאגן זאלסטו זיך מתבודד זיין אויף דיין שפראך, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן און געזאגט קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג. עס איז מיר אזוי שווער צו זיין איינער אליינס, עס איז מיר שווער צו זיין א בחור א פלג גוף, איך וויל זיין ערליך, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א בחור וואס האלט זיך ערליך; דער אייבערשטער אליינס זאגט עדות אויף אים אז דאס איז א זאך וואס איז נישט דא אין דער וועלט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "שְׁלֹשָׁה מַכְרִיז עֲלֵיהֶן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּכָל יוֹם וכו'", דער אייבערשטער איז מכריז אין הימל אויף בחורים וואס האלטן זיך ערליך; ווער רעדט נאך ווען מען שמועסט זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן, מען בעט אים א שידוך; פון דעם ווערט א גרויסע רעש אין הימל ביז מען איז זוכה און מען ברענגט אים זיין שידוך.


בנוגע דיין שאלה מיט חברים וכו'; איך בעט דיר זייער, אנטלויף פון די חברים וואס רעדן ניבול פה און גייען אין שלעכטע פלעצער השם ישמרינו, מיט דעם וואס דו וועסט נישט רעדן קיין ניבול פה וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב, און פארקערט אויך, אז מען רעדט ניבול פה באקומט מען א שטראף אז מען טרעפט נישט קיין שידוך, אזוי זאגט דער הייליגער מהרש"א (כתובות ח: דיבור המתחיל "על כן על בחוריו): "שֶׁהָעוֹנֶשׁ מִדָּה כְּנֶגֶד מִדָּה, לְפִי שֶׁהַבַּחוּרִים מְנַבְּלִים פִּיהֶם וכו', יָבֹא לָהֶם הָעֹנֶשׁ בְּבַחוּרִים הַמַּגִּיעִים לְפֶרֶק הַחֻפָּה שֶׁלֹא יִשְׂמְחוּ בָּהֶם", דער אייבערשטער שטראפט מדה כנגד מדה; אויב בחורים רעדן ניבול פה רחמנא לצלן וועלן זיי נישט זוכה זיין זיך צו פרייען ביי זייער חופה, עיין שם.


ענדערש חבר זיך מיט די בחורים וואס הייסן נישט נארמאל ווי איידער צו האבן שייכות מיט די קלוגע בחורים וואס רעדן פון עבירות; געדענק וואס דער הייליגער תנא עקביא בן מהלל האט געזאגט פאר די חכמים (עדיות ה, ו): "מוּטָב לִי לְהִקָּרֵא שׁוֹטֶה כָּל יָמַי, וְלֹא לֵעָשׂוֹת שָׁעָה אַחַת רָשָׁע לִפְנֵי הַמָּקוֹם", איך וועל ענדערש זיין א שוטה מיין גאנץ לעבן ווי צו זיין פאר איין מינוט א רשע פארן אייבערשטן; שלעכטע חברים קענען אומגליקליך מאכן דעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים און דו זאלסט טרעפן דיין זיווג הגון בקרוב.

#5 - זאל איך אפהאקן קשר מיט איינעם וואס וויל טון עבירות רחמנא ליצלן?
הפצה, חברים, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א אין די לעצטע חדשים, און דאס האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן. אויך האב איך געליינט די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די גרויסקייט פון גיין הפצה, און איך האב טאקע אנגעהויבן צו מאכן אסאך הפצה דא אין ארץ ישראל, וואו איך גיי נעם איך מיט א זעקל ספרים, און איך האב שוין צוריק געהערט פון אסאך מענטשן אז די ספרים פון מוהרא"ש האט געראטעוועט זייער לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב געהאט צוטון מיט א בחור וואס האט מיר געוואלט זייער שטארק צורעדן צו טון א הארבע עבירה מיט אים, בחסדי ה' האב איך זיך ב"ה ארויסגעדרייט פון אים. מיין שאלה איז נאר צי איך זאל ממשיך זיין סתם רעדן מיט אים, אדער זאל איך אינגאנצן אפהאקן קשר מיט אים?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת תזריע-החודש, כ"ט אדר ב', מברכים ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו וואו דו שרייבסט אז דו גייסט הפצה; וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון צוריקברענגען מענטשן צום אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת תרומה, דף קכח:) אז א מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן איז זוכה ארויף צו גיין וואו קיין שום מענטש איז נישט זוכה אנצוקומען; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט; אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות און ער וועט זוכה זיין צו זען קינדער און אייניקלעך, און צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט; קיינער קען דעם מענטש נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט; ער גייט ארויף אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


בנוגע דער בחור וואס לויפט דיר נאך און ער וויל דיר איבעררעדן צו טון עבירות וכו'; אודאי זאלסטו אפהאקן אלע קשרים מיט אים, וואס איז בכלל דיין שאלה?! דו וועסט דאך ווערן אומגליקליך! דו וואלסטו ווען געוואלט האבן שייכות מיט איינער וואס איז א רוצח און הרג'ט מענטשן? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי כג, פיסקא רנב): "הַמַּחְטִיא הָאָדָם", ווען איינער מאכט איינעם זינדיגן, "קָשֶׁה לוֹ מִן הַהוֹרְגוֹ", איז ער ערגער פון איינער וואס הרג'ט איינעם, "שֶׁהַהוֹרְגוֹ - אֵין מוֹצִיאוֹ מִן הָעוֹלָם הַזֶּה וּמִן הָעוֹלָם הַבָּא", ווייל דער וואס הרג'ט א מענטש הרג'ט נאר דעם גוף, ער נעמט אים אוועק נאר פון די וועלט, "וְהַמַּחְטִיאוֹ - מוֹצִיאוֹ מִן הָעוֹלָם הַזֶה וּמִן הָעוֹלָם הַבָּא", אבער דער וואס מאכט איינעם זינדיגן, הרג'ט אים אפ פון די וועלט און פון יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך, אמן.