שאלה אין קורצן ענין
#1 - וועט רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע מיר העלפן קעגן די פאליציי?
צדיקים, דרייוון, געזעץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאר אסאך ארום מיט מיין קאר, און איך געוואוינט צו ערלעדיגן זאכן אויפ'ן טעלעפאן בשעת'ן דרייוון, איך בין ב"ה א גוטער דרייווער אבער מיט די פאליציי קען איך זיך נישט אן עצה געבן, זיי שטעלן מיר אפ כסדר, און איך האב פון דעם אסאך געלט שאדן.


מיין חבר זאגט מיר אז ער האט אויפגעהאנגען אין זיין קאר א בילד פון רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע און די פאליציי שטעלט אים קיינמאל נישט אפ, וויל איך וויסן אויב איך זאל אויך אזוי טון, איך וועל פרובירן צו זיין מער פארזיכטיג, אבער אפשר וועט דאס בילד מיר ראטעווען פון די פאליציי, און אויך אויב איך זאל פייטן מיינע יעצטיגע טיקעטס מיט דעם בילד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת'ן דרייוון טאר מען נישט נוצן דעם טעלעפאן; בשעת מען דרייווט דארף מען האלטן קאפ אויפן דרייוון, ווייל א קאר איז אזוי ווי א ביקס, מיט א קאר קען מען הרג'ענען מענטשן און מען קען אליינס ווערן גע'הרג'ט רחמנא לצלן.


ווער עס דרייווט א קאר דארף האלטן די געזעצן, אויב האלט מען נישט די געזעצן איז מען א מופקר און מען האט א דין ווי א רוצח.


מוהרא"ש זאגט אז ווען בית דין וואלט ווען גע'משפט אויף דרייוון שנעל, אויף זיך נישט אפשטעלן וואו מען דארף זיך אפשטעלן, אדער אויף טעקסטן בשעת'ן דרייווען וכו' וואלטן זיי גע'פסק'עט טויזנט מאל הארבער ווי די רעגירונג באשטראפט; ווייל אז מען דריייווט דארף מען האלטן די געזעצן, אויב ווילסטו פירן געשעפטן אונטערוועגנס זאלסטו דיר דינגען א שאופער וואס זאל דיך דרייוון, אזוי וועסטו קענען זיין פארנומען מיט דיין צווייטע נשמה - דיין טעלעפאן, וואס דו ביסט צו דעם פארקנעכטעט.


דאס אז דיר גייט נישט אן דיין לעבן, דו שפילסט זיך ארום מיט דיין סעלפאון בשעת'ן דרייווען - איז איין צרה, אבער ווי שעמסטו זיך נישט צו מאכן ליצנות פון א צדיק פון פריערדיגן דור; דו ווילסט לייגן א בילד פון א צדיק און ווייטער פירן דיין קאר מיט רציחה?! איך וואלט דיר געזאגט זאלסט לייגן א בילד פון א צדיק אין קאר פשוט אז דו זאלסט באקומען דורכדעם אביסל ישוב הדעת, אז דו וועסט קוקן אויפן צדיק וועסטו טראכטן: 'איין מינוט, וואס טוט זיך מיט מיר? ווען וועל איך אפלאזן מיין טעלעפאן?' אז דו וועסט זען פאר דיינע אויגן א בילד פון א צדיק וועסטו טראכטן: 'ווען וועל איך זיין אן ערליכער איד?'


דער הייליגער ר' נתן פלעגט שטענדיג אנזאגן פאר זיינע תלמידים זיי זאלן נישט טון קיין זאכן וואס איז אנטקעגן די געזעץ וכו', האט זיך געמאכט אז איינער פון די תלמידים האבן נישט געפאלגט, יענער האט געמאכט געשעפטן וואס די רעגירונג האט נישט געלאזט טון, ביז מען האט אים געכאפט און עס האט געווארט אויף אים א שווערע משפט פון עטליכע יאר תפיסה, איז ער געקומען זיך אויסרעדן זיין הארץ צו ר' נתן אז מען האט אים געכאפט טון געשעפטן אנטקעגן דעם געזעץ און עס ווארט אים תפיסה, ער האט געזאגט: "איך האב חרטה וואס איך האב געטון און איך וויל ארויס גיין פון מיין פלאנטער, איך וויל נישט גיין אין תפיסה", האט אים ר' נתן געזאגט: "א מענטש קען אייביג תשובה טון, מען קען אייביג פארעכטן וואס מען האט קאליע געמאכט; ווען דו וואלסט באמת חרטה געהאט אויף וואס דו האסט געטון וואלסטו זיך ארויס געדרייט פון דיין פלאנטער, אבער היות דו האסט נישט באמת חרטה, נאר דו טראכסט 'פארוואס האב איך נישט אכטונג געגעבן אז די פאליציי זאלן מיר נישט כאפן', און דו מאכסט אפ ביי דיר: 'קומענדיגע מאל וועל איך מער אכטונג געבן', דאס איז נישט קיין חרטה, דאס איז א פארברעכן.


דאס זעלבע איז מיט דיר. דו פארסט ווי א רוצח; בשעת'ן דרייוון שרייבסטו און ליינסט דיין סעלפאון און דו ווילסט אן עצה מען זאל דיר נישט אפשטעלן?! וואס ווילסטו איך זאל דיר מחזק זיין? וואס זאל איך דיר ענטפערן?!


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דיין לעבן און א צווייטנס לעבן זאל זיין חשוב אין דיינע אויגן און דו זאלסט פאלגן די געזעצן בשעת'ן דרייוון. מאך דיר א חשבון וויפיל געלט גייט דיר אוועק א חודש פאר טיקעטס... עס איז דאך א הימל געשריי, דאס איז ממש וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן עז): "מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשָׂיו בִּמְהִירוּת בְּלִי יִשּׁוּב הַדַּעַת, נַעֲשֶׂה בַּעַל חוֹב", ווער עס טוט זאכן שנעל אן ישוב הדעת ווערט א בעל חוב; דאס מיינט מען אויך אז מען דרייווט שנעל אן קיין ישוב הדעת ווערט מען א בעל חוב. אנשטאט וואס זאלסט געבן אפאר דאללער פאר דיין ווייב, אנשטאט אהיים ברענגען עסן פאר דיין משפחה, דארפסטו אוועק צאלן חודש'ליך א שיינער געהאלט פאר דיינע טיקעטס.


איך האף אז דו וועסט באמת חרטה האבן אויף דיינע מעשים וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.