שאלה אין קורצן ענין
#3 - איך לערן תורה, פארוואס ווער איך נאכאלץ אין כעס?
לימוד התורה, תפלות אויף אידיש, כעס, שכחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, איך הער שוין די שיעורים איבער א יאר, און ס'האט מיר אינגאנצן געטוישט מיין לעבן, בפרט מיט'ן סדר דרך הלימוד וואס האט מיר פשוט געמאכט לערנען, צוויי וואכן צוריק האב איך זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, אויסער פילע אנדערע שיעורים וואס איך לערן יעדן טאג, חומש, נ"ך, משניות, די טעגליכע שיעורים אין בבלי ירושלמי און תוספתא, שלחן ערוך, זוהר, מדרש, ליקוטי מוהר"ן. און יעצט האב איך אנגעהויבן א באזונדערע שיעור אין ירושלמי כסדרן.


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז דער דרך הלימוד מאכט א מענטש האבן סבלנות, מ'ווערט א רואיגער מענטש, אבער ליידער האב איך נאכאלץ נישט קיין געדולד צו מיין ווייב און קינדער. אודאי פרוביר איך צו פאלגן די שיעורים, איך פרוביר זיך איינצוהאלטן וויפיל איך קען, ס'איז מיר אבער זייער שווער, און איך קען זיך אסאך מאל קריגן מיט מיין ווייב און שרייען אדער שלאגן מיינע קינדער.


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אויך כסדר אז ווען מ'צעקלאפט א קינד, וועט ער זיך מוטשען מיט שלום בית, ווייל ס'קלאפט אויס נאך די חתונה. סיי איך און סיי מיין ווייב זענען געווען זייער צעקלאפט אלס קינד, קען איך נאך אמאל האבן שלום בית?


איך וויל זייער בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו שרייבן אביסל חיזוק איבער די ענינים, סיי אינעם דרך הלימוד, סיי אין שלום בית, און איבער סבלנות צו די קינדער. איך האב נישט פון וואו צו נעמען חיזוק אין לעבן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מחזק זיין מיט אלע דיינע כוחות; מיר האבן אזעלכע גוטע עצות מיט וואס מיר קענען זיך מחזק זיין. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אזעלכע ליכטיגע עצות, וואס ווער עס טוט די עצות קריכט ארויס פון אלע פראבלעמען. די ערשטע עצה איז שכחה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט אנגיין ווייטער אין לעבן, ווייל עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון.


די ערשטע זאך זאלסטו פאלגן דעם רבי'ן; פארגעס וואס איז געווען און הייב אן דיין לעבן פונדאסניי. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א וואוילע ווייב און ליכטיגע קינדער; שלעפ נישט מיט דיר דיין עבר און קוק קיינמאל נישט אויף צוריק, וואס איז געווען איז געווען, דער עיקר זאלסטו פון יעצט טון נאר גוטס.


דו שרייבסט אז ביידע פון אייך זענט איר אריבער א שווערע יוגנט, זאלט איר זיך ביידע מחזק זיין איינער דעם צווייטן. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קו): "עס איז א מורא'דיגע עצה צו ווערן אליין מחוזק, דורכדעם וואס מען איז מחזק א צווייטן", מיט דעם טייטשט דער רבי אויס דעם פסוק (תהלים מא, ב): "אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל", ווען א מענטש איז צעבראכן, "אִם לֹא יָכוֹל בְּעַצְמוֹ לָבוֹא לְגַדְלוּת הַמֹּחִין; עֵצָה לָזֶה, שֶׁיַּשְׂכִּיל אֲחֵרִים, וְעַל יְדֵי זֶה נִתְעוֹרֵר גַּם אֶצְלוֹ", דורכדעם וואס ער איז מחזק א צווייטן וועט ער אליינס ווערן מחוזק; זאלסטו זען צו מחזק זיין דיין ווייב אזוי וועסטו צוויי מאל פארדינען, איינס אז דיין ווייב וועט זיין מחוזק וועט זי דיר העלפן וכו', און אפילו דיינע ווערטער וועט נישט אריין גיין אין אירע אויערן וועט דאס צוריק קומען צו דיר, עס וועט ווערן אן אור חוזר, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפד) אז ווען מען רעדט צו א צווייטן דיבורי התחזקות ווערט אן אור ישר און אן אור חוזר, דאס הייסט אז אפילו עס גייט נישט אריין אין יענעמ'ס אויער דאך ווערט אן אור חוזר און דער מענטש אליינס ווערט שטארק מחוזק.


איך בעט דיר זייער, יעצט אז דו האסט גענומען דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) מיט אזא ערנסטקייט, אז דו לערנסט גוזמאות; דו האסט שוין געענדיגט ש"ס, שלחן ערוך, זוהר הקדוש וכו' וכו' - זאלסטו יעצט פאלגן דעם רבי'ן מיט די עצה פון שכחה. פארגעס וואס איז געווען און הייב אן פונדאסניי, געב אכטונג אויף דיין ווייב; זיי איר מכבד און רעד צו איר שיינע ווערטער, וועסטו האבן כח אויפצוצוען דיינע קינדער על דרך התורה והיראה.


פרוביר אויס די זיסע עצה פון התבודדות; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; מען זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז געוואוינט צו רעדן. טו די עצה, גיי אין א פלאץ און זאג: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? וויפיל מאל איך נעם זיך פאר צו זיין וואויל פאל איך נאכאמאל אראפ, איך הער זיך נישט אויף קריגן מיט מיין ווייב, איך שריי אויף מיינע קינדער ביז איך ווער אזוי בכעס אז איך שלאג זיי מיט רציחה, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך קענען איינהאלטן און איך זאל לעבן בשלום מיט זיי".


איך האף אז דו וועסט ליינען דעם בריוו נישט איינמאל נישט צוויי מאל נאר אן א שיעור מאל און מקיים זיין יעדעס ווארט וואס שטייט דא - וועסטו האבן די וועלט און יענע וועלט, אז נישט וועסטו אלעס פארלירן; ווייל שלאגן די קינדער טאר מען נישט און עס העלפט נישט. אז מען שלאגט די קינדער פארלירט מען זיי און די גאנצע שטוב צעפאלט ה' ירחם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#2 - איך בין דורכגעפאלן און געקוקט שלעכטע זאכן, קען איך נאך מצליח זיין אין לעבן?
שידוכים, התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, תפילה והתבודדות, מאוויס, שמחה, תשובה, עבירות, יונגע יארן, שמירת עינים, סמארטפאון, יאוש, שכחה, סיפוק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער דורכגעפאלן, איך האב זיך שטילערהייט געקויפט א סמארטפאן, און ליידער האב איך געקוקט דערויף גאר שמוציגע און שלעכטע זאכן, און יעצט קען איך זיך נישט מוחל זיין, מיין לעבן איז מיר ממש נמאס געווארן, און בין שוין מיואש פון האבן א גוטע לעבן.


איך קען נישט דאווענען, איך האב נישט קיין סיפוק און צופרידנהייט פון קיין שום זאך, קיין איין זאך מאכט מיר נישט פרייליך, עס האלט מיר אין איין ארויפקומען אין מח די שלעכטע זאכן וואס איך האב געזען, און איך ווייס נישט וואס צו טון, ווי אזוי קען איך פארגעסן די אלע זאכן?


יעצט קלאפט מיר שוין אין קאפ אז איך וועל שוין נישט באקומען א וואוילע חתן, איך וועל שוין מוזן באקומען א שידוך איינער וואס האט אויך געקוקט שלעכטע זאכן.


איך בין זייער שטארק צעבראכן און צעקלאפט, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב עס נאר געקויפט ווייל איך האב נישט געהאט קיין סיפוק, נישט געהאט מיט וועמען צו רעדן, איך האב געמיינט אז דאס וואס מיר צופרידן שטעלן, אבער עס האט מיר נאר פיל ערגער געמאכט דאס לעבן. וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די ערגסטע זאך איז אויפגעבן אויפ'ן לעבן; אפילו א מענטש זאל טון דאס ערגסטע אין לעבן - איז דא פאר אים א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן און צו האבן א גוט לעבן.


אז איר האט זיך שטילערהייט געקויפט א סמארטפאן און דארט געזען עבירות - דארפט איר וויסן אז מען קען אלץ פאררעכטן; אז איר וועט תשובה טון, איר וועט מער נישט קוקן קיין עבירות, איר וועט זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל אייך מוחל זיין - וועט איר אלעס פאררעכטן.


א שאד אויף בחורים און מיידלעך, טייערע נשמות, אז זיי ווייסן נישט אז ווען מען קוקט עבירות מאכט מען זיך אליינס שאדן, מען פארלירט דעם טעם פון לעבן, מען ווערט דערביטערט, מען פארלירט די טעם פון לעבן, אלעס איז אנגעהאנגען אין די זאך: אין קדושה וטהרה; ווי נאר מען איז פוגם, מען טוט עבירות - פארלירט מען אלעס.


אויב איר וועט אוועקווארפן די שלעכטע טעלעפאן, איר וועט מער נישט קוקן די זאכן, און איר וועט זאגן יעדן טאג תהלים און זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן – וועט איר מיט די צייט צוריק באקומען די טעם פון וועלן לעבן, איר וועט צוריק ווערן א פרייליכע מיידל, איר וועט זיין גליקליך און צופרידן.


הויבט אן א שיעור אין תהילים; זאגט יעדן טאג אביסל תהילים אין א רייע און פארציילט די גאנצע מעשה פאר'ן אייבערשטן, ווען און ווי און מיט וועם איר זענט געגאנגען קויפן א טעלעפאן און פארוואס איר האט עס געטון. שעמט זיך נישט, דערציילט אלעס פאר'ן אייבערשטן, רעדט צו אים שטילערהייט אין א פלאץ וואו קיינער הערט נישט, זאגט פאר'ן אייבערשטן פינקטליך וואס איר האט געזען, אלע עקלדיגע זאכן, אלע גרויליגע זאכן, און ווי דאס הרג'עט אייך, איר קענט גארנישט טראכטן, עס קומט אריין א גאנצע צייט אין אייער מחשבה די עקלדיגע זאכן; וועט איר זען עס וועט אוועקגיין, און מיט דער צייט וועט איר צוריק באקומען אייער טעם אין לעבן.


דער רבי האט צוגעזאגט, דער וואס מאכט התבודדות, דער וואס רעדט צום אייבערשטן, שמועסט מיט'ן אייבערשטן - ווערט מיט די צייט א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי קען איך זיך אויפהויבן, ווען א מנוול האט מיר אראפ געווארפן?
התחזקות, קדושה, מנוולים, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, התחדשות, משניות, שכחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער געפאלן א קרבן פאר א מנוול, און זייט דעמאלט איז מיר זייער שווער, די שלעכטע קאשמארן לויפן מיר נאך בייטאג און ביינאכט, און ס'איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן הייליג און ערליך. איך בענק זיך אזוי שטארק צו די פריערדיגע צייטן, ווען איך בין געווען א צדיק, געזעסן און געלערנט מיט געשמאק, אן קיין פראבלעמען.


דער מנוול איז שוין היינט איינגעשפארט, אבער איך בין געבליבן מיט די פראבלעמען, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי צו גיין פון דא ווייטער, איידער איך פאל אריין אינגאנצן אין תהום.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן און ווערן דער גרעסטער צדיק, נישט קיין חילוק ווי ווייט מען איז פארקראכן, ווי ווייט מען איז געפאלן און וואס מען האט נאר געטון; אלץ קען מען צוריק קומען צום אייבערשטן.


אז דו ביסט נעבעך געפאלן א קרבן פאר א מנוול רחמנא לצלן און יעצט איז דיר ביטער שווער, דו פאלסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; דאס ערשטע זאך בעט איך דיר פארליר זיך נישט, דו קענסט נאך אלעס פאררעכטן און דו וועסט אלעס פאררעכטן; דו קענסט צוריק ווערן אזוי ריין ווי דו ביסט געווען פאר דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן ביי דעם רוצח; אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער מיט אן ערנסטקייט, דו וועסט זיך פלייסן אינעם רבינ'ס עצות.


הדבר הראשון דארפסטו אפלאזן וואס איז געווען; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, "כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", ווייל ווען א מענטש וויל נישט פארגעסן וואס איז געווען, ער געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון - וועט ער נישט קענען לערנען, דאווענען און טון מצוות, עס וועט אים שטערן די זאכן וואס ער האט געטון, דאס קלאפט אראפ דעם מענטש; אבער אז מען פארגעסט וואס איז געווען, מען הייבט אן פונדאסניי - קען מען יא דינען דעם אייבערשטן, מען קען אנקומען צו זייער גרויסע מדריגות.


דו געפונסט זיך יעצט ביי א פרשת דרכים, אדער קענסטו גיין לינקס צום טויט, וויינען און זיין דעפרעסט אז דו ביסט געפאלן א קרבן, אדער קענסטו גיין רעכטס - צום לעבן. אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט זיך נישט צעברעכן מיט'ן עבר, דו וועסט ווייטער דאווענען און לערנען - וועסטו זוכה זיין צו בלייבן געזונט, דו וועסט קענען חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב, ערליכע דורות.


הדבר השני, מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. געווענליך, די וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - פארלירן דעם כח הריכוז, זיי קענען זיך נישט מרכז זיין, קאנצעטרירן; די מח שוועבט זיי און פליט ארום אין עולם התוהו, דעריבער זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס! אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד".


הדבר השלישי, זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן - איר נאמען איז "וויינען", לילית איז א לשון פון יללה; זיי זענען מצליח אראפצואווארפן די מענטשן וואס וויינען, די וואס זענען אין עצבות און מרה שחורה; די עצה ניצול צו ווערן פון זיי איז דורך שמחה, ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה, אזוי ווי עס שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ"; אפילו ווען מען וויל זיך אויסוויינען צום אייבערשטן קען דאס נאר זיין מיט שמחה, מיט האפענונג.


זיי פרייליך, און אז דו קענסט נישט - זאלסטו זיך מאכן פרייליך; זיי זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס דו האסט, דאס וועט דיר היטן, דאס וועט דיר געבן שטארקייט זאלסט קענען אנגיין אין עבודת השם.


ועל כולם זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אז דו ביסט אראפגעפאלן דורך א רוצח, דערצייל אים אלעס; דערצייל דעם אייבערשטן ווי ריין דו ביסט געווען, ווי דיין לעבן האט זיך אזוי פלוצלונג פארלאשן, דו קענסט גארנישט טון, דו ביסט יעצט אזוי פארדרייט, דיין מח מחשבה ליגן אין נישט גוטע זאכן. רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך, אין דיין מאמע לשון; זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך בין אראפגעפאלן אין עקלדיגע עבירות, איך האב געטון מעשה תועבה, איך בין אזוי פארקראכן, איך האלט אין איין פאלן אין פגם הברית, איך וויל נישט טון די עבירה; איך וויל זיין ריין, איך קען זיך אליינס נישט מתגבר זיין, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, ראטעווע מיר, ברענג מיר צוריק צו דיר, השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם, באניי מיר מיינע טעג אזוי ווי אמאל".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, אויך זאלסטו צולייגן דיינע אייגענע ווערטער, וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.