תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איז א פעלער אז מ'וויינט אסאך? איך זאג א גאנצן צייט פאר'ן אייבערשטן אז עס קומט מיר גארנישט, איך בעט נאר א מתנת חנם, איך בעט זייער שטארק וועגן פרנסה, חובות, און פארבעסערן וואס איך דארף פארבעסערן, און נישט זיין בייז, און נישט מקפיד זיין, און זיין פרייליך און רואיג צו יעדן, ובפרט אין שטוב, און אויך אז איך זאל געבן פאר נאך מענטשן די שיינע זאכן וואס איך האב באקומען.
עס איז דא טעג וואס איך וויין זייער אסאך ווען איך בין אליין, איז עפעס נישט ריכטיג מיט דעם? ווי אזוי ווייס איך אויב די וויינען האט א שייכות מיט עצבות? א גרויסן יישר כח פאר זיך אוועקגעבן צו דערמאנען מענטשן צוריק צו גיין צום אייבערשטן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז די שענסטע זאך אז מען איז זיך מתבודד, מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, מען שמועסט מיט אים אזוי ווי מען שמועסט צו א גוטער פריינד און ווי א קינד שמועסט מיט זיין טאטע; דורך רעדן צום אייבערשטן קומט מען אן צו די העכסטע מדריגות.
ווי אזוי קענסטו וויסן אויב די וויינען קומט פון עצבות? אויב מען איז ברוגז, מען רעדט זיך אפ - דאס איז עצבות ומרה שחורה, אבער אויב דו קומסט צום אייבערשטן און בעטסט א מתנת חינם - דאס איז נישט קיין עצבות, וויינען איז נישט עצבות; דאס איז די העכסטע מדריגה, צו בעטן א מתנת חינם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי ואתחנן, כו), צדיקים קענען בעטן וואס עס קומט זיי, דאך בעטן זיי נאר א מתנת חינם; "רבונו של עולם, עס קומט מיר גארנישט, איך בעט דיר א מתנת חינם, געב מיר פרנסה, געב מיר הרוחה וכו'".
עצבות איז ווען מען איז ברוגז אויפן אייבערשטן. מען האט אמאל געפרעגט דעם רבי'ן וואס איז די חילוק פון א 'לב נשבר', א צעבראכענע הארץ - צו 'עצבות ומרה שחורה', דעפרעסט, דערביטערט; האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן מב), 'עצבות' איז ווען מען איז ברוגז אויפן אייבערשטן, עצבות איז זיך אפרעדן און האבן טענות, פארוואס דער אייבערשטער טוט נישט אזוי און אזוי, אבער 'לב נשבר' איז - זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, זיך בעטן ביים אייבערשטן, און מוהרא"ש דערציילט, אז דער רבי האט זיך דעמאלט אויסגעדרייט און אויפגעהויבן די הענט צום הימל, כבן המתחטא, און שוין אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, זיך בעטן ביי אים.
זע אבער זאלסט אויך אוועק געבן צייט פאר תודה והודאה, תפילה מוז גיין אינאיינעם מיט דאנקען און לויבן, נאר אזוי האט מען כח ווייטער צו בעטן; דאס דאנקען און לויבן געבט כח צו בעטן.
זיי ממשיך מיט דיין הייליגע עבודה, לאז זיך נישט שטערן פון די מחשבות און מאך פון די מחשבות אויך תפילה, דאס אליין קענסטו אויסשמועסן מיטן אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א פרייליכן חנוכה.