תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר די שיעורים און פאר די עצתו אמונה, און אויך פאר די שיעור אין ספר המידות און פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז.
איך האב געוואלט פרעגן, דער רבי זאגט אין ספר המידות "מי הירדן הם סגולה לבטחון", וואס איז די סגולה, עס צו טרינקען אדער זיך טובל'ען? אדער ביידע?
דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן הצלחה אין אלע ענינים.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר, ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו פרעגסט וואס מיינט וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות בטחון, סימן יז): "מֵי הַיַּרְדֵּן הֵם סְגֻלָּה לְבִטָּחוֹן", די וואסער פון ירדן איז א סגולה פאר בטחון; דאס מיינט טרינקען אדער זיך אפוואשן? אין ספר חיי מוהרא"ש דערציילט הרב ר' יצחק שליט"א (סימן תרכז), ווען מוהרא"ש איז געווען אין ארץ ישראל שנת תש"ם, אין איינע פון די טעג איז מוהרא"ש אריבערגעפארן נאנט צום ירדן, און מוהרא"ש האט זייער געוואלט גיין צום ירדן, מוהרא"ש האט גענומען פון די וואסער און געמאכט א שהכל און געטרינקען, און נאכדעם זיך אפגעוואשן די פנים. די באגלייטער האבן נישט פארשטאנען וואס דאס איז, האט זיי מוהרא"ש געזאגט: "דער רבי זאגט דאך 'מֵי הַיַּרְדֵּן הֵם סְגֻלָּה לְבִטָּחוֹן', דאס איז מסוגל פאר בטחון".
מוהרא"ש אין א בריוו (אשר בנחל חלק כב, ג' אלפים שמ"ו), רעדט פון דאס גרויסקייט פון בטחון, און מוהרא"ש זאגט: "זכיתי לקיים את הדבור הזה מרבינו ז"ל", איך האב זוכה געווען צו מקיים זיין דעם דיבור פון רבי'ן, "ומי יתן שנזכה לקיים כל דבור ודבור שיצא מפי רבינו ז"ל, ואז טוב לנו לנצח נצחים".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.