שאלה אין קורצן ענין
#3 - וואס וועל איך טראכטן אונטער די חופה?
חתונה, שמירת עינים, מחשבות, חתן, יום החופה, עבר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אז מוהרא"ש שרייבט אז מען זיך זייער היטן די מחשבות וואס מען טראכט, ספעציעל א חתן ווען ער שטייט אונטער די חופה.


ליידער בין איך אסאך נכשל געווארן אין קוקן שרעקליכע זאכן וואס מען טאר נישט קוקן, און איך האב מורא אז פונקט אין די געהויבענע צייט אונטער די חופה, ווען איך דארף זיך נאך מער היטן וואס איך טראכט, וועלן זיך דוקא דעמאלט מתגבר זיין אויף מיר שלעכטע מחשבות; וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו וויסן אז די יום החופה איז זייער א הייליגע טאג, מען איז זוכה צו מחילת עוונות. מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן צדיק דער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו (קונטרס יום הנישואין, סימן א), יום החופה איז אזא הייליגע טאג, חתן כלה וואלטן געקענט אויסבעטן גרויסע זאכן פאר זיך און פאר אלעמען, נאר א שאד מען האט דאס געגעבן פאר קליינע קינדער.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט זיין פארנומען מיט דיין עבר טאג און נאכט, איין מאל א טאג זאלסטו זיך באשטימען א צייט וואס דו טוסט תשובה, און א גאנצן טאג זאלסטו נאר זיין פרייליך; זיכער יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן, דו גייסט מאכן רוען די שכינה - זאלסטו נאר זיין פרייליך. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטשט טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהויבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


אונטער די חופה זאלסטו בעטן פאר ערליכע געזונטע הייליגע דורות און פאר אידישע קינדער. אז מען איז פארנומען צו דאנקען און בעטן - איז נישטא קיין צייט פאר נישט גוטע מחשבות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רלג): "הַכְּלָל שֶׁאִי אֶפְשָׁר בְּשׁוּם אֹפֶן בָּעוֹלָם שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּפַעַם אֶחָד", עס איז נישט שייך מען זאל טראכטן צוויי מחשבות אויף איין מאל, "עַל כֵּן בְּקַל יְכוֹלִין לְגָרֵשׁ מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת רַק בְּשֵׁב וְאַל תַּעֲשֶׂה, דְּהַיְנוּ שֶׁלֹּא לַחֲשֹׁב אוֹתוֹ הַמַּחֲשָׁבָה, רַק לַחֲשֹׁב אֵיזֶה מַחֲשָׁבָה אַחֶרֶת בְּתוֹרָה אוֹ עֲבוֹדָה, אוֹ אֲפִלּוּ מַשָּׂא וּמַתָּן, כִּי אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּשׁוּם אֹפֶן", ממילא איז זייער גרינג נישט צו טראכטן קיין שלעכטע מחשבות דורכדעם וואס מען נעמט אריין אין זיך א גוטע מחשבה, מען טראכט פון תורה, תפילה אדער אפילו פון ביזנעס, אזוי גייט פון זיך אליין אוועק די שלעכטע מחשבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א גוטן חודש.

#2 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון אלטע שולד געפילן?
התחזקות, שמחה, עצבות, התחדשות, שולד געפילן, עבר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר ווי די שולד געפילן פון מיין עבר לאזן מיר נישט אפ, עס מאכט מיר אזויפיל צער און ווייטאג און שטערט מיר זייער אין לעבן, ווי אזוי ווערט מען פטור דערפון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק דיין ווייב און מאך איר פרייליך; מען דארף נישט אריין גריבלען אין אלטע זאכן נאכדעם וואס דער מניוול האט נישט מצליח געווען וכו'.


חזר'ט אייך איין וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון און זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי.


אז דו וועסט קוקן אויף צוריק וועסטו ווערן צעדרוקט און זיך נישט קענען רוקן פאראויס אין לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה י:): "כָּל מָקוֹם שֶׁנֶּאֱמַר וַיְהִי, אֵינוֹ אֶלָּא לָשׁוֹן צַעַר", איבעראל וואו עס שטייט דאס ווארט 'וַיְהִי' – 'עס איז געווען', איז דאס א לשון צער, און וואו עס שטייט "וְהָיָה" - עס וועט זיין, "אֶלָּא לָשׁוֹן שִׂמְחָה", איז דאס א לשון שמחה. מוהרא"ש זאגט, דאס איז זייער וויכטיג, מען קען זיך נישט רוקן אין לעבן נאר אז מען קוקט וואס וועט זיין, עס וועט זיין גוט, און אז מען קוקט אויף צוריק - ברענגט דאס נאר צער, און דערפאר זאגט מוהרא"ש איז דער לייב דער קעניג אויף די חיות ווייל דאס איז זיין נאטור, ער דרייט זיך נישט אויס, ווידער דער פוקס איז טאקע א קלוגע חי', עס איז באוויסט אז דער פוקס איז זייער קלוג און געריבן, קלוגער פונעם לייב, אבער זיין נאטור איז שטענדיג צוריק צו קוקן, אזוי קען נישט זיין א קעניג, אזוי אויך ביים מענטש, דער וואס קוקט צוריק - דער קען נישט זיין קיין קעניג, ער קען נישט מצליח זיין.


ברודער, אנטלויף פון עצבות און מרה שחורה, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט, ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך, און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטוירים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - איך האלט ממש ביי גארנישט, וואס טוט מען?
חובות, שלום בית, קדושה, רפואה, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, נסיונות, התחדשות, משניות, תיקון הכללי, מנין, גמרא, שכחה, עבר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואס קען איך טון אז איך בין אין עולם התוהו, איך פאל אין ניאוף, אין קוקן שמוץ און אויך אויף יעדע פרוי אין גאס, און הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, קוים וואס איך דאווען, קוים וואס איך זאג עפעס משניות, צוויי טעג הייב איך אן זאגן און אנדערע טעג גארנישט, איך ברענג נישט קיין פרנסה, איך צאל נישט קיין חובות, איך פאלג נישט דעם ראש ישיבה שליט"א.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו לערנען משניות און גמרא און מעביר סדרה זיין יעדן טאג, און איין טאג טו איך עס יא און נאכדעם דריי חדשים נישט. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן רבינו תם'ס תפילין און איך האב גארנישט געטון וועגן דעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט איך זאל גיין הפצה, און קוים וואס איך גיי. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן א קאר די שענסטע און די בעסטע און איך האב נישט געקויפט.


בעצם האלט איך ביי גארנישט. אפשר בין איך נישט געזונט גייסטיש? נישט אפשר, נאר זיכער. זאל איך נעמען מעדעצין? ווייל איך זאג דאך נישט יעדן טאג משניות מיט גמרא וואס דאס זאל מיך אויסהיילן, איז דערווייל פארוואס זאל מיין ווייב ליידן פון א מאן וואס ברענגט נישט קיין פרנסה, און פאלט אריין אין דעפרעסיע יעדן צווייטן טאג? און אפשר זאל איך נעמען געלט פון די שטאט פאר איינער וואס ליידט אויף דעפרעסיע און נאך? זאל מיין ווייב האבן כאטש די פאר דאלער?


איך האף אז וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר יעצט ענטפערן, וועל איך יא מקיים זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלט דיין בריוו.


די יסוד היסודות אז מען וויל מצליח זיין אין לעבן איז - מען זאל נישט קייען אלטע שטרוי, איבער קייען אלטע מעשיות, נאר אנהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן כאילו מען איז יעצט געבוירן. רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות יורה דעה הלכות מילה הלכה ד, אות יח): "עיקר הכניסה לתשובה ולקדושת ישראל", דאס איז די שליסל צו תשובה און צו זיין א איד, "לחשוב בכל עת כאילו עתה נולד", טראכטן 'איך בין יעצט געבוירן', "ואפילו אם יעבור עליו מה", און אפילו עס זאל אריבער גיין אויפן מענטש וואס זאל נאר זיין, "יתחזק בכל פעם ויחשוב בלבו שעתה נולד", זאל ער זיך שטארקן און טראכטן 'איך בין יעצט ניי געבוירן, איך הויב אן יעצט פונדאסניי', "אז בודאי סוף כל סוף יזכה להתקרב לשם יתברך", וועט ער זיכער אנקומען צו תשובה און צום אייבערשטן, "ואז יתתקן הכל", און אלעס פאררעכטן.


דאס איז די זאך וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט; הויב אן פון דאסניי, הויב אן פון יעצט, ביסט ניי געבוירן, ביסט א נייע באשעפעניש. ביי משיח שטייט (תהלים ב, ז): "אני היום ילדתיך", ביסט היינט געבוירן, און דאס איז וואס דער הייליגער רבי ברענגט אריין אין די וועלט. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי".


פון יעצט זאלסטו פאלגן די זאכן:


פארלייג זיך אויף גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין מיט א סידור מיט גרויס שמחה, און אז דו קענסט זוכה זיין זיך צו טובל'ן אינדערפרי פארן דאווענען - איז נאך בעסער, ווייל ווען מען טובל'ט זיך דעם גוף דא – טובל'ט מען אויבן אין הימל די נשמה, מען ווערט ריין און הייליג, און נאכן דאווענען שחרית מיט די טלית ותפילין זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


פארלייג זיך אויף לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, זאל זיין וואס זאל זיין. לערן אפילו בלי הבנה, אן פארשטיין, לערן אפילו אן די רש"י'ס, נאר די ווערטער פון די גמרא. דאס וועט דיך באשיצן פון די קליפות ומשחיתים וואס ווילן דיר שלעכטס טון. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש), דער בארג האט געזאגט צום קעניג: "ווי לאנג דער בלאט איז אויף דיר מגין דארפסטו נישט מורא האבן פון קיינעם; אויף מיר שטייען אויך אויף שלעכטע מענטשן וואס ווילן מיר שלעכטס טון, אבער זיי קענען מיר נישט שלעכטס טון ווייל דער בלאט באשיצט מיר"; דאס גייט ארויף אויפן דף גמרא, ווען מען לערנט די הייליגע גמרא - ווערט מען באשיצט, עס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


וועגן דיינע חובות און דיינע נסיונות וואס איז געבינדן איינס מיטן צווייטן, איז דא איין עצה, שרייען צום אייבערשטן. גיי אין א שטילע פלאץ און שריי (עס דארף נישט זיין בקול, שריי שטילערהייט):


"רבונו של עולם איך בין אזוי משוגע, ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן, איך קוק ניאוף, און איך בין אין אזעלכע חובות, איך בין אין עולם התוהו, איך קען נישט גיין אין גאס, איך ווער משוגע פון יעדע פרוי וואס גייט אריבער. הייליגער באשעפער, איך בין אזוי צעבראכן, עכט וויל איך זיין גוט, עכט בין איך א איד מיט א אידישע נשמה, איך בין נאר אזוי פארקראכן, העלף מיר, איך זע נישט קיין וועג, זיי מיך מקרב צו דיר. לייג אריין אין מיר א רוח טהרה, איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן און קענען ארויסגיין פון מיינע חובות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.