שאלה אין קורצן ענין
#7 - די טויערן פון הימל זענען דאך אפן, פארוואס נישט מאכן טייערע חתונות?
חובות, חתונה, אידיש געלט, גניבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס איך באקום פון די שיעורים און פון די בריוו אין עצתו אמונה.


איך וואונדער מיר, און אויב איר קענט מיר עס ערקלערן וועל איך מיך זייער פרייען. איך פארשטיי אז איר שטעלט צו חתונות פאר מענטשן אין אייער קהלה פאר אומזיסט. דאס איז א מורא'דיגע חשובע זאך, און עס וואלט געווען געוואלדיג ווען מען קען עס איינפירן אויך אין אנדערע לענדער. איך וואונדער זיך אבער איין זאך; מען זאגט אז ווען מ'מאכט חתונה, עפענען זיך דאן די טויערן פון הימל, און מ'זאל נישט שפארן. איז ווי שטעלט זיך עס אפ? פארוואס זאל מען נישט מאכן א טייערע חתונה אויב די טויערן זענען סיי ווי אפן? איך מיין אייך נישט חס ושלום אפצופרעגן, אדרבה, איך וואלט אייך געוואלט נאכטון, איך בין נאר פשוט אביסל צומישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט אויב דו ווילסט חוזק מאכן, אדער דו ביסט טאקע צעמישט; קען זיין דו האסט נאכנישט חתונה געמאכט קיין קינדער, דו ווייסט נישט בצערן של ישראל, דו ווייסט נישט וואס מענטשן גייען אריבער בעת שמחתם... טייערע משפחות גייען צוגרונד ווען מען הייבט אן חתונה מאכן די קינדער, מען גייט אריין אין שווערע חובות, ביז מען ווערט פשוט קראנק, עס טרעט זיי צו צום געזונט.


א גבאי צדקה דערציילט: איך נעם צוזאם געלט פאר א צדקה צוועק, איך גיי אין שולן און אויך ביי שמחות, פאסירט אמאל ביי א חתונה, איך גיי צום מחותן, און ווי געווענליך איידער איך בעט די מחותנים געלט, מאך איך זיכער אז יענער איז טאקע דער מחותן, פרעג איך דעם מחותן: "אנטשולדיגט, איר זענט דער בעל שמחה דא?" זאגט מיר יענער: "דו זוכסט דעם בעל שמחה? קום איך וועל דיר ווייזן ווער עס איז דער בעל שמחה"; איך האב נאכנישט געוויסט וואס דא גייט פאסירן, איך האב געטראכט אז מן הסתם האב איך זיך טועה געווען. איך גיי מיט אים, ער טראגט מיר ארויס פון זאל, אריין אין אפיס, דארט זיצט דער בעל הבית פונעם זאל; ער ווייזט מיר: "דא האסטו, ער איז דער בעל שמחה"; מיט טרערן אין די אויגן זאגט ער מיר: "דו זוכסט דעם בעל שמחה? איך בין דער בעל חוב, איך בין נישט דער בעל שמחה; בעט אים צדקה, ער האט היינט נאכט געמאכט פון די חתונה שווערע טויזנטער דאלער"; דער גבאי צדקה זאגט, ער האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, ער איז געגאנגען אין די זייט און געוויינט.


די אלע וואס מאכן חוזק פון תלמידי היכל הקודש וואס מאכן חתונה פשוט, מען מאכט די שמחות אין בית המדרש אדער אין א אומזיסטיגע פלאץ, אן קיין רעש, אן קיין איבריגע זאכן, אזוי ווי די מסורה איז; אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן חתונה געהאט, אזוי ווי מען האט זיך געפירט אינדערהיים, מען האט חתונה געמאכט אין שול; די אלע, אדער זענען זיי עשירים - זיי ווייסן נישט ווי מענטשן מוטשען זיך ביים מאכן שמחות, אדער האלטן זיי נאכנישט ביי חתונה מאכן די קינדער, אדער זוכן זיי סתם אזוי חוזק צו מאכן פון ברסלב; אנדערש וואלטן זיי נישט חוזק געמאכט.


עס האט נישט צוטון אויב מען האט געלט אדער נישט; אז די הימל עפנט זיך ביי א שמחה און עס קומט שפע מיינט נישט אז מען מעג אויסגעבן געלט צו באקומען כבוד וכדומה, אויסער דעם איז דאס א גרויסע אחריות, אז די פשוטי עם וואס האבן נישט און פארמאגן נישט - דארפן זיך צושטעלן און מאכן זייערע שמחות אויף דעם אופן, די קינדער ווילן די זעלבע שמחות ווי די חברים, און אז מען האט נישט די געלטער האלט מען זיך אפ פון מאכן שידוכים מיט די קינדער, מען לאזט די קינדער ווערן עלטער. די קינדער פאלן נעבעך אין עבירות, זיי גייען אריבער שרעקליכע פיין; קיינער ווייסט נישט וואס די בחורים און מיידלעך גייען אריבער, זיי ווילן זיין ערליך אבער זיי פאלן, און ווען מען מאכט שוין א שידוך דארף מען בארגן געלט, מען ווערט א בעל חוב השם ישמרינו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אזויפיל געשריבן אז מען זאל נישט אויסגעבן געלט ביי שמחות פאר נארישע נישטיגע זאכן, מוהרא"ש זאגט, ענדערש זאל מען נעמען די געלט און געבן פאר די פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן, זיי זאלן זיך קענען שטעלן אויף די פיס.


וואויל איז דעם וואס בשעת א שמחה מאכט מען זיך נישט נאריש מיט זייטיגע זאכן, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן אז מען קען חתונה מאכן די קינדער. מען פריידט זיך מיט די שמחה, מען מאכט חתונה די קינדער יונגערהייט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סב:): "הַמַּדְרִיךְ בָּנָיו וּבְנוֹתָיו בְּדֶרֶךְ יְשָׁרָה", דער וואס איז מחנך די זין און טעכטער, "וְהֲמַשִׂיאָן סָמוּךְ לְפִרְקָן", און ער מאכט חתונה די קינדער יונגערהייט, אויף אים זאגט דער פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶךָ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי קען איך צוריק באקומען געלט וואס איך האב פארבארגט?
חובות, אידיש געלט, היכל הקודש, געטרויען מענטשן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר די שבת גליונות, עצתו אמונה, און אלע חיזוק דרשות, איך ליין זיי אלע דורך און ברוך ה' עס געבט מיר מורא'דיגע חיזוק, עס ברענגט מיר נענטער צום אייבערשטן, און ס'העלפט מיר אסאך אין מיין שלום בית. איך וויל ווינטשן פאר'ן ראש ישיבה אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.


איך וויל שרייבן מיין טיפע ווייטאג פון א מעשה וואס איז געשען מיט א אינגערמאן וואס דרייט זיך ביים ראש ישיבה, און אפשר קענט איר מיר העלפן. געווען איז עס פאר בערך צוויי יאר צוריק, איך בין געווארן א נאנטער חבר מיט האברך ..., איין פרייטאג נאכמיטאג ממש נאנט צום זמן רופט ער מיך אן וויינענדיג אויפ'ן טעלעפאן אז ער מוז רעדן מיט מיר פנים אל פנים, זאג איך אים אז ער קען אריבערקומען, ער קומט אריבער און ער וויינט צו מיר מיט זיין בני בית אויפ'ן טעלעפאן אז זיין הויז דארף יעצט גיין אויף אויספארקויף דורך די באנק (פארקלאוישער), און ער דארף זייער וויכטיג צען טויזנט דאלער 10,000$ צו עס שנעל דעקן. איך זאג אים אז עס איז זייער שווער פאר מיר יעצט. אבער ער לייגט מיך באמת אריין אין א מצב, ער נעמט ארויס א צעטל און ער שרייבט מיר אונטער אז ביז א חודש האב איך צוריק דאס געלט.


בלית ברירה האב איך ארויסגענומען דאס געלט און אים געבארגט, עס גייט אריבער א חודש צוויי דריי, און ער הייבט מיר נישט אויף דעם טעלעפאן. ביז נאך אפאר חדשים הייבט ער אויף און ער שרייט מיך אן פאר'ן אים נאכלויפן פאר די געלט ווען איך ווייס אז ער איז געדריקט אין געלט. איך האב פרובירט זיך צו האלטן שטארק און רואיג מיט אמונה, עס איז אריבער נאך אפאר חדשים איך רוף אים נאכאמאל, איך בעט אים צי אפשר קען מען מאכן א פלאן צו באצאלן צוביסלעך, פינף הונדערט דאלער א חודש, זאגט ער מיר אז ס'איז צו סאך געלט, בין איך אראפ ביז צו פופציג דאלער א חודש, זאגט ער מיר אז אפילו דאס האט ער אויך נישט, עס זעט אויס ווי ער האלט בכלל נישט ביים באצאלן, איך האב נישט גארנישט פון גיין צו דין תורה, ווייל ער גייט זאגן די זעלבע זאך. איך וויל נישט גיין אין ערכאות, איך ווייס נישט צי מ'מעג. איך וויל וויסן אויב קען אפשר דער ראש ישיבה רעדן צו אים און זען ער זאל מאכן מיט מיר עפעס א פלאן אנצוהויבן צוביסלעך צו באצאלן. איך דארף באמת שטארק די געלט, איך בין אויך געדריקט.


איך בעט אסאך די באשעפער דערפאר, און איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א אויב איר קענט מיר ארויס העלפן.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין שולדיג אז אזא מעשה קען פאסירן ביי דיר, איך רעד נישט גענוג פון זיך היטן פון מענטשן; וואלט איך מער גערעדט פון דעם און מער געשריבן פון דעם - וואלסטו נישט פארקויפט געווארן פאר זיינע טרערן, עס וואלט נישט געארבעט ביי דיר.


מוהרא"ש פלעגט רעדן פון דעם זייער אסאך, מען זאל קיינעם נישט געטרויען, מען זאל זיך היטן פון פארברעכערס וואס מאכן זיך ווי א רחמנות און אזוי טוען זיי בא'גנב'ענען אומשולדיגע מענטשן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן קיינעם נישט דערציילן וויפיל געלט מיר האבן, מיר זאלן זיך קיינמאל נישט אויפטון פאר משפחה אדער קרובים מיט וויפיל אייגנס מען האט. אז מען פרעגט דיר: "וויפיל האסטו? וויפיל מאכסטו?" זאל מען אלץ ענטפערן: "געלויבט דעם אייבערשטן, מיר האבן צו דעקן דעם חודש" - ענטפערן פארעווע, נישט מען זאל דיר אנקוקן ווי א רחמנות און נישט מען זאל זוכן ארויסצו'גנב'ענען די געלט, און ווען איינער וויל בארגן געלט זאל מען טראכטן וויפיל געלט מען וואלט יענעם געגעבן פאר צדקה, אזויפיל קען מען יענעם פארבארגן.


מיין נישט אז יעדער וואס זאגט ער איז א חלק פון "היכל הקודש" - איז עס טאקע אזוי; ער דריידט זיך ניטאמאל דא, ער פארקויפט פאר די גאס אז דא איז זיין פלאץ, אבער באמת איז ער נישט דא, ער האט מורא צו קומען דא. אין אנהויב האט ער זיך דא געדריידט, אבער ווען ער האט געזען אז דא איז א פלאץ וואס מען דארף פאלגן האט ער אויפגעהערט צו קומען.


איך פרוביר צו טון מוהרא"ש'ס שליחות בנאמנות, מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל אכטונג געבן עס זאלן זיך נישט דרייען קיין מופקרים ביי אונז, איך פרוביר מיט וואס איך קען דאס צו מקיים זיין.


איין עצה האב איך פאר דיר: בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר באצאלן, און דו רוף אים יעדן טאג, שיק אים יעדן טאג א מעסידזש ער זאל דיר באצאלן, און איך זאג דיר שוין ווי אזוי עס גייט זיין; ער גייט שרייען אויף דיר, ער גייט פרובירן דו זאלסט זיך אויפרעגן אויף אים כדי ער זאל ווערן א רחמנות, אז דו זאלסט זיך שפירן שולדיג און אים מוותר זיין דעם חוב; זאלסטו זיך האלטן שטארק און נישט ווערן פארלוירן, שריי נישט אויף אים, נאר בעט אים כסדר, און בעט דעם אייבערשטן - וועסטו צוריק באקומען דיין געלט.


און אויף ווייטער זאל דאס זיין פאר דיר א לימוד מער נישט צו געטרויען קיין מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - ווי אזוי איז מען מצליח צו מאכן שמחות אן הארץ ווייטאג און חובות?
חובות, יבנאל, חתונה, אידיש געלט, שמחות, מלכות הרשעה, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


איך זע אן אינטערעסאנטע זאך; אזויפיל עסקנים פרובירן צו העלפן אידישע קינדער צו קענען מאכן שמחות מתוך שמחה, אז מ'זאל נישט דארפן אריינפאלן אין שווערע חובות ביים חתונה מאכן א קינד, מ'פרובירט אזויפיל סארט עצות און תקנות, אבער עס ארבעט זיך נישט אויס אינגאנצן ווי עס דארף צו זיין. נישט לאנג צוריק האבן יחידים זיך געוואלט אליין שטעלן אויף די פיס און אנהויבן מאכן שמחות מיט א גראדן שכל, ס'האט זיך אבער אויך נישט אויסגעארבעט, מענטשן האבן זיך נישט אזוי צוגעכאפט דערצו. איך זע אבער אז דער ראש ישיבה שליט"א איז יא מצליח אין זיין קהלה אראפצוברענגען דעם הויכן סטאנדארט, איר האט יא הצלחה מיט אייערע תקנות, די מחותנים זוכן נישט אויסצושפילן דעם סיסטעם, איר גייט אן מיט א שטארקייט, איז מיין שאלה ווי אזוי מאכט מען דאס? וואס איז דער סוד פון הצלחה אונטער דעם? איז דא אן האפענונג אז אנדערע וועלן דאס אויך קענען נאכמאכן נאכ'ן דורכפאלן אזוי סאך מאל? איך טראכט פשוט ווי אזוי איך וועל זיך קענען ספראווען ביי די חתונות פון מיינע קינדער, איך ציטער פון די חובות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט אנגערירט א פארווייטאגטע נושא; ווען עס קומט צו רעדן פון אויסגעבן געלט פאר שמחות איז דאס זייער ווייטאגליך.


אויסגעבן געלט פאר שמחות איז א זאך וואס גייט נישט אריין אין קאפ, דער שכל פארנעמט דאס נישט, עס איז א הימל געשריי וואס גייט פאר היינטיגע טעג; די גרויסע הוצאות וואס עלטערן גייען אריבער ווען מען מאכט א שמחה, גלייך אין אנהייב ווען מען מאכט א שידוך, נאך פאר וואס, ווען, ווי - איז מען שוין א בעל חוב פון שווערע טויזנטער דאלער השם ישמרינו.


מחותנים גייען צוגרינד, מחותנים ווערן שווערע בעלי חובות; אנשטאט זיך פרייען מיט זייער שמחה - גייען זיי ארום פאר'דאגה'ט וואו זיי קענען שאפן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט צו קענען אונטער פירן דעם קינד אונטער די חופה שטאנגען, זיי ווערן קראנק השם ישמרינו, די הארץ פון פלייש און בלוט קען דאס נישט פארנעמען, עס הערט אויף קלאפן; מען הערט ליידער אזויפיל מעשיות ווי מחותנים לייגן זיך צוזאמען בעת שמחתם השם ישמרינו.


אויך איז דאס גורם אז מען זאל נישט טון שידוכים מיט די קינדער; עלטערן זענען מפקיר די טעכטער, מען שיקט זיי אין אן אפיס ארבעטן זיי זאלן אהיים ברענגען געלט פאר טייערע שמחות, פאר דמיונות און כבוד המדומה; ענדערש ווארטן און נישט טון שידוכים כדי צו קענען חתונה מאכן ווי א רייכער מענטש, ווי איידער צו טון וואס איז גוט פאר די קינדער, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


דאס וואס מיר טוען אין די לעצטע יארן, מיר מאכן חתונה אונזערע קינדער בחנם, עס קאסט נישט קיין געלט פון אנהייב שידוך ביז נאך די חתונה, הכל בכל מכל כל קומט אויס זיבן אכט טויזנט דאלער; דאס איז נישט קיין נייע זאך, דאס האט מוהרא"ש איינגעפירט מיט צענדליגער יארן צוריק אין יבנאל - די ברסלב'ער שטאט אין ארץ ישראל, מען זאל קענען חתונה מאכן בחנם. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען, אוועק געגעבן זיין לעבן פאר דעם, ער איז קראנק געווארן פאר דעם; ער האט געבויט א זאל אונטער דעם גרויסן בית המדרש אין יבנאל פאר אנשי שלומינו זיי זאלן קענען חתונה מאכן אומזיסט. עס איז אויסגעשטעלט אז מען בעט נישט קיין געלט פאר'ן זאל; די סעודה ווערט צוגעשטעלט דורך משפחות פון אנשי שלומינו, די נאנטע און באקאנטע ברענגען די עסן, יעדער עפעס אנדערש; איינער א קוגל, א צווייטער אביסל רייז, א דריטער אביסל לאקשן מיט מזונות, עס איז גענצליך בחנם, צענדליגער אנשי שלומינו האבן חתונה געמאכט דארט בחנם, לאנגע יארן האבן אנשי שלומינו געקענט חתונה מאכן די קינדער אן קיין חובות, אן קיין דאגות, אן גארנישט; מען דארף נישט בארגן, מען דארף נישט זארגן, מען טוט זיך אן די שטריימל און בעקיטשע, און מען גייט פרייליכערהייט צו די שמחה.


ביז עס איז געקומען דער רב וואס איז געשטעלט מטעם מדינת ישראל אין יבנאל, ער האט אנגעהויבן מסר'ן אנשי שלומינו - דעמאלט האט זיך אלעס אפגעשטעלט, דער רב האט געשטערט יעדע הייליגע זאך; וואס מוהרא"ש האט געטון - האט ער חרוב געמאכט, נישט געווען א זאך אין יבנאל וואס ער האט נישט געשטערט; ער איז א געלט רב, די מדינה שטעלט רב'לעך אין אלע דערפער אין שטעט וואס זיי זענען אונטער געקויפט פאר די מדינה הציונות אויסצורייסן די תורה און מצוות פון אידישע קינדער; פון דעמאלט האט מען אויפגעהערט מאכן שמחות אין יבנאל, לעצטנס הייבט מען צוריק אן צו מאכן שמחות בחנם.


ווען אנשי שלומינו אין אמעריקע האבן זיך דערזען מיט זין און טעכטער אין די יארן פון שידוכים, מען האט געזען וואס ווארט אונז אפ, מען האט געשפירט אז אט אט גייען מיר גיין צו די שחיטה, מיר גייען אנהייבן מיט חתונות, מיר גייען דאס נישט קענען נעמען; האבן מיר מחליט געווען אז מיר גייען טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, מיר האבן נאכגעמאכט וואס מוהרא"ש האט מתקן געווען אין יבנאל און מיר מאכן חתונות אין ישיבה גענצליך בחנם.


אלע וואס באטייליגן זיך ביי די שמחות אין ישיבה זאגן בפה מלא: "וואס פעלט פאר די שמחה? פארוואס מאכט דאס נישט מיין רב? פארוואס טוט דאס נישט מיין קהילה? פארוואס זאלן מיר זיך נישט פרייען ביי אונזער קינדער'ס שמחות?" דאס איז א קשיא וואס אלע פרעגן און דאס איז טאקע א גרויסער קשיא, פארוואס זאלן מענטשן ליידן אזויפיל פלאג ווען מען מאכט שמחות?!


אפילו עלטערן וואס האבן יא געלט מעגן אויך נישט טון וואס מען וויל; מיר זענען אידן, מיר האבן א תורה וואס זאגט אונז וואס צו טון. אז מען האט געלט איז מען נאכנישט בארעכטיגט צו פארשוועמען די געלט פאר אביסל כבוד, ענדערש זאל מען נעמען די געלט און טון מיט דעם צדקה, ענדערש זאל מען נעמען די אוועקגעלייגטע געלט און דאס געבן פאר די פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן מיט מנוחת הנפש, זיי זאלן נישט דארפן א טאג נאך זייער חתונה אריינפאלן אין די געיעג פון דעקן זייער דירה וכו'.


וואויל איז די וואס האבן ישוב הדעת, זיי מאכן זיך נישט נאריש מיט טייערע שמחות, זיי גייען צו די שמחה מיט גדלות המוחין; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים, זיי לעבן פאר'ן אייבערשטן; וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי די קינדער און קינד'ס קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4 - מעג איך מנדב זיין פאר אשר בנחל, אין די צייט וואס איך בין שולדיג חובות?
חובות, אשר בנחל, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן; אויב איך האב חובות, איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן, מעג איך געבן געלט צו דרוקן "אשר בנחל"? און אויב יא, דארף מען געבן פאר א גאנצע ספר, אדער איז גענוג צו געבן א חלק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט פרעגן נאך שטערקער; אויב איינער וויל מנדב זיין געלט פאר אשר בנחל אויב ער מעג גיין איינברעכן אין א הויז גנב'נען געלט צו קענען דרוקן אשר בנחל, אדער גיין שטילערהייט ארויסנעמען געלט פון איינעמס טאש צו קענען דרוקן אשר בנחל; וואס טראכסטו, וואס וואלסטו געזאגט, מען מעג? איז דאס בכלל א שאלה?! אודאי טאר מען נישט! מען טאר נישט גנב'נען אפילו מען וויל טון מצוות, דאס איז א מצוה הבאה בעבירה.


אזוי איז ווען איינער איז שולדיג געלט פאר אנדערע, יעדע פרוטה וואס ער האט דארף ער קודם צוריקצאלן פאר זיינע בעלי חובות; ער טאר אפילו נישט געבן קיין מעשר, די מעשר געהערט פאר די בעלי חובות.


אז דו האסט א געפיל אין ספר אשר בנחל זאלסטו טון וואס מוהרא"ש חזר'ט טויזנטער מאל אין ספר אשר בנחל, מען זאל באצאלן חובות; אז מען האט נישט קיין געלט זאל מען גיין צאמנעמען געלט צו קענען באצאלן די חובות, עס איז נישט קיין בושה צאמצונעמען געלט ווען מען האט נישט צו באצאלן, א בושה איז בארגן אן קיין חשבון, זיין שולדיג חובות - דאס איז א חרפה און בושה; א בושה איז ווען מען קומט געלט פאר בעלי חובות און מען געבט צדקה, מען האלט זיך ווי א שיינער איד, דאס איז די גרעסטע בושה.


עס איז וויכטיג צו באמערקן אז ווען מען רעדט פון חובות מיינט דאס נישט א מארטגידזש, אז מען האט א מארטגידזש (משכנתא); דאס איז אזוי ווי רענט, דאס צאלט מען צוביסליך יעדע חודש, אזוי אויך אז מען האט געבארגט פון גמ"ח און עס גייט אראפ חודש'ליך פונעם באנק אקאונט, דאס איז עפעס אנדערש; מען רעדט פון חובות, פון זיין שולדיג פאר מענטשן, עס איז שוין לאנג אריבער דער זמן הפרעון און אנשטאט באצאלן געבט מען צדקות, דאס איז גניבה וגזילה.


אז דו ביסט מקורב צום רבי'ן, דיין חיות איז דער רבי, דיין וועג ווייזער איז דער רבי - זאלסטו אכטונג געבן פון יעצט מער נישט צו בארגן און שוין מאכן א פלאן ווי אזוי צו באצאלן די אלטע חובות, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון, זאל אכטונג געבן נישט צו זיין קיין בעל חוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זאל איך ארויסנעמען אן הלוואה צו קענען קויפן א קאר?
חובות, תפילה והתבודדות, ספיקות, בלבולים, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך ווייטער מחזק מיט די שיעורים און מיט די בריוו אין עצתו אמונה, און די ניגונים געבן מיר אריין ממש א נייע לעבן.


איך האב א קאר, איך וויל יעצט קויפן א נייע, איך האב אבער נישט דאס געלט דערפאר, וויל איך פרעגן אויב איך זאל נעמען אן הלוואה פון די באנק אויף דעם. מיין פראבלעם איז ווייל דער רבי זאגט דאך אז ווער ס'וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן נישט צו זיין א בעל חוב.


די גרעסטע בלבול האב איך ווען איך טראכט פארוואס איך דארף בכלל בארגן געלט. דאס איז נישט דוקא נאר ביי די קאר נאר ביי יעדע זאך אין לעבן, ווי אזוי ווייס איך אויב איך טו ריכטיג אדער נישט? דער אייבערשטער פירט דאך יעדע זאך, וואלט איך דאך געדארפט נאר בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס איך דארף, און בלויז זיצן און ווארטן מיט געדולד, אויב איז עס גוט פאר מיר וועט עס מיר דער אייבערשטער דאך געבן, ער האט דאך אלעס און ער קען אלעס, און אויב איז עס נישט גוט פאר מיר, וועל איך דאך עס סיי ווי נישט באקומען. ווי אזוי קען איך וויסן וואס איך האב צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט טאקע געזאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב - יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות; אבער אז דו דארפסט האבן א קאר זאלסטו נעמען אן הלואה פון באנק און קויפן די קאר.


א קאר איז א וויכטיגע זאך, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רל): "טּוֹב הָיָה שֶׁיִּהְיֶה לְאִישׁ כָּשֵׁר סוּסִים שֶׁיִּסַּע בְּכָל פַּעַם עִם בְּנֵי הַנְּעוּרִים לְתוֹךְ אֵיזֶה יַעַר וְכַיּוֹצֵא, וְשָׁם יְדַבְּרוּ יִרְאַת שָׁמַיִם וְיִהְיֶה לָהֶם הִתְבּוֹדְדוּת וְכוּ', כִּי בְּשָֹדֶה וְיַעַר טוֹב מְאֹד לְהִתְבּוֹדְדוּת", עס איז גוט צו האבן אן אייגענע קאר, אזוי קען מען גיין התבודדות און זיך מחזק זיין.


אויף דיין צווייטע פראגע, ווי אזוי דו קענסט וויסן וואס יא און וואס נישט? זיי זיך מתבודד וועסטו וויסן וואס יא און וואס נישט; אז מען בעט דעם אייבערשטן מיט אן אמת, מען שמועסט זיך דורך מיט אן אמת, מען שמועסט אויס אלע פרטים - באקומט מען ענטפערס, און אז מען ווייסט נאכאלץ נישט - קען מען אלץ פרעגן אן ערליכער איד ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - די פרנסה ווערט מיר שווער, זאל איך אנהויבן א זייטיגע פאך?
חובות, פרנסה, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז אנהויבן ערשט מיט א דאנק צום אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען אנצוקומען צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט מיר ממש געטוישט דאס לעבן צום גוטן, נישט נאר פאר מיר נאר אויך פאר מיין ווייב און קינדער, ס'איז נישט מעגליך אויסצורעכענען יעדע פרט, אבער דער אייבערשטער ווייסט וויפיל איך האב זיך געטוישט א דאנק די עצות פון הייליגן רבי'ן וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז.


איך וואוין אין ארץ ישראל, איך האב חתונה געהאט שוין איבער פינף יאר צוריק, און איך האב ב"ה דריי קינדערלעך קע"ה. דערווייל לערן איך אין כולל א גאנצן טאג, און מיין ווייב ארבעט, און מיר האבן זיך אויסגעקומען גאנץ גוט אזוי ביז יעצט.


לעצטנס ווערט אבער שווערער דער מצב הפרנסה ביי אונז, כ'האב שוין געמוזט אנגעהויבן דרייען מיט טויזנטער שקלים חובות, און דאס איז זייער נישט גוט, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


פון איין זייט קלער איך אפשר זאל איך אנהויבן טון א זייטיגע פרנסה ביינאכט, אפשר זאל איך זיך לערנען סופרות און אנהויבן שרייבן ביינאכט, נאכ'ן לערנען אין כולל א גאנצן טאג. פון די אנדערע זייט זע איך אבער אז די אינגעלייט וואס הויבן מיט א קליינע זייטיגע פאך, גייט עס נאכדעם אריבער צו ארבעטן א גאנצן טאג, און דאס וויל איך זייער נישט. איך האב זייער ליב צו לערנען, איך פארשטיי ב"ה גוט לערנען, איך האב שוין געלערנט און זיך פארהערט הלכות טהרה ומקוואות, און יעצט לערן איך הלכות ברכות און הלכות תערובות, איך וויל ווערן א מורה הוראה און איך וויל נישט אפלאזן דאס לערנען. אבער איך ווייס דאך אויך וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר איבער די הארבקייט פון אריינפאלן אין חובות.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך צו פירן. נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס, איך האב יעצט ב"ה געענדיגט די ניינטע מאל משניות, אויך האב איך יעצט אנגעהויבן א פרישע שיעור אין נ"ך, אויסער די טעגליכע שיעורים אין בבלי ירושלמי און תוספתא, און אין רבינ'ס און מוהרא"ש'ס ספרים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חובות איז א גרויסע סכנה, עס הרג'ט דעם מענטש בגשמיות וברוחניות; עס נעמט אוועק דעם מענטש פון קענען תשובה טון, אזוי ווי דער רבי זאגט זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב". ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות.


אז דו ווילסט ארויסגיין פון דיינע חובות זאלסטו גיין נאך געלט און אזוי וועסטו צוביסליך קענען באצאלן די חובות. אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה, סימן רנג) אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין קלייבן צדקה פאר זיך; דעריבער אז דו ביסט אריין געפאלן אין חובות זאלסטו גיין נאך געלט און צוביסליך באצאלן דיינע חובות. עס הערט זיך אפשר אינטערעסאנט, ווי איז שייך צו באצאלן שווערע טויזנטער דאללער חובות דורך צאמנעמען און צאמקראצן פרוטות וואס מען געבט פאר צדקה... אבער דו וועסט זען אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט ארויסגיין פון אלע חובות און דו וועסט קענען שפייזן דיין ווייב און קינדער.


איך ווייס אז דו וועסט נישט אננעמען וואס שטייט אין דעם בריוו, דו וועסט נישט וועלן גיין נאך געלט; ווייל דו שעמסט זיך צו גיין נאך געלט, עס פאסט דיר נישט צו גיין נאך געלט וכו' וכו', אבער וויסן זאלסטו אז עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, א בושה איז אז מען בארגט און מען באצאלט נישט, א בושה איז אז מען צאלט נישט קיין רענט; דער וואס בארגט און באצאלט נישט ווערט אנגערופן א רשע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם".


דאס האבן מיר מקבל געווען פון מוהרא"ש; מוהרא"ש האט גערעדט פון דעם אן א שיעור אז מען טאר נישט בארגן קיין געלט, און אז מען בארגט געלט דארף מען באצאלן, און אז מען האט נישט צו באצאלן דארף מען פארקויפן די גאנצע פארמעגן צו קענען באצאלן, מען דארף טון אלעס אויף די וועלט אבי נישט צו זיין א גנב.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען א נאה דורש ונאה מקיים, וואס ער האט געזאגט - דאס האט ער געטון; מוהרא"ש האט דערציילט ווי אזוי ער האט געדרוקט דעם רבינ'ס ספרים מיט מסירות נפש. נאך זיין חתונה איז ער אריינגעשפרינגען אין חובות פון שווערע טויזנטער דאללער, איבער אכציג טויזנט דאללער בימים ההם, וואס איז לויט די היינטיגע ווערד א חשבון פון קרוב צו א מיליאן דאללער! ער האט זיך מוסר נפש געווען צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן פאר די גאנצע וועלט אין די צייט ווען אין שטוב האט ער נישט געהאט וואס צו עסן; ער האט נישט געהאט קיין פיש און פלייש פאר סעודות שבת, מוהרא"ש מיט די רעבעצין האבן געגעסן שבת חלה מיט סארדינס. "איך האב אלעס באצאלט ביז די לעצטע פרוטה" - האט מוהרא"ש געזאגט. ווי אזוי? צוביסליך, דורך גיין נאך געלט. ער פלעגט גיין הפצה אפאר שעה און גלייך גיין צום דרוקער און צום בינדער און באצאלט יעדן טאג צוביסליך, "איין טאג א פופציגער, איין טאג א צוואנציגער - ביז איך האב אלעס באצאלט", האט מוהרא"ש אויסגעפירט.


מוהרא"ש האט מבטיח געווען: "ווער עס וועט גיין הפצה וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש"; בפרט אין ארץ ישראל וואס דארט זענען דא מיליאנען אידישע קינדער וואס ווייסן נישט פונעם אייבערשטן, די ערב רב - די רשעים האבן זיי אויסגע'שמד'ט און פרובירט אפצורייסן פון די אמונה, און ווען מען איז זיי מזכה מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים זענען זיי זיך מורא'דיג מחי'; זיי געבן זייער שיין צדקה, בפרט אחינו בני ישראל - די ספרדי'שע אידן נעמען זייער שיין די קונטרסים. זאלסטו גיין פארשפרייטן די ספרים וועסטו קענען באצאלן אלע חובות און דו וועסט האבן גרויס שפע; דו וועסט האבן אן אייגענע הויז און אלעס וואס דו דארפסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זאל מען פארן קיין מירון ווען מ'האב חובות?
חובות, צדיקים, קברי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן און איך ווילן ביידע ער זאל פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר, דער פראבלעם איז נאר אז דאס קאסט אסאך געלט, סיי די טיקעט און סיי די איבריגע זאכן ארום און ארום, און מיר האבן יעצט אסאך חובות.


מיר פרובירן טאקע צוביסלעך אפצוצאלן אלע חובות, אבער די נסיעה קיין מירון קען מאכן די חובות נאך גרעסער. מיר וועלן זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז שרייבן וואס מיר זאלן טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ארויס גיין פון אייערע חובות; פון פארן צו קברי צדיקים דערלייגט מען נישט. אדרבה, אז איר וועט פארן קיין מירון צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי און דארט מתפלל זיין אז איר זאלט ארויס גיין פון אייערע חובות, וועט איר נאר געהאלפן ווערן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ט.): "כְּדַאי הוּא רַבִּי שִׁמְעוֹן לִסְמֹך עָלָיו בִּשְׁעַת הַדְּחַק", זאגן אויף דעם די צדיקים, אז ווען א מענטש איז אין א שעת הדחק, ער איז צעדרוקט, "וועט די זכות פונעם הייליגן תנא רבי שמעון מגין זיין אויף אים ער זאל ארויס קריכן פון זיין דחק", אזוי ווי רבי שמעון זאגט (סוכה מה:): "יָכוֹל אֲנִי לִפְטֹר אֶת כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ מִן הַדִּין וְכוּ'", איך קען פטר'ן די גאנצע וועלט פון דין; ממילא זאלט איר פארן צום הייליגן תנא רבי שמעון, און אז איר וועט אויסניצן די צייט דארט וועט איר ארויס גיין פון אייערע חובות און איר וועט האבן פרנסה בריווח.


דער אייבערשטער זאל אונז אלע העלפן בזכות התנא האלוקי רבי שמעון אז מיר זאלן אלע געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס מיר דארפן.