שאלה אין קורצן ענין
#5 - וואס טו איך אז מיין שוויגער וויל נישט אין זאל דאווענען אין ברסלב?
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, בית המדרש, משפחה, קאמפלימענטס, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעדעס מאל וואס איך גיי דאווענען אין היכל הקודש, בין איך זיך נאכאמאל מחי' פון פריש, איך באקום א פרישע התחזקות צו דינען דעם אייבערשטן.


מיין ווייב האט נישט קיין פראבלעם איז איך גיי דארט דאווענען, אבער פאר מיין שוויגער שטערט עס יא, זי טענה'ט אז איך דארף גיין צו א געהעריגע מסודר'דיגע חסידות, און זי האלט אין איין מוטשען מיין ווייב דערוועגן, אז זי זאל מיר איבעררעדן איך זאל גיין ביי זייער חסידות, און דאס שטערט פאר מיין ווייב אז איר מאמע מאכט איר משוגע וועגן דעם.


וואס קען מען טון אין אזא מצב? מיין ווייב בעט מיר צומאל אז איך זאל גיין דאווענען מיט מיין שווער, און איך געב איר נאך, איז דאס די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי איז נישט קיין מתנגדת אויפ'ן רבי'ן; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ווייסט פון רבי'ן און דיין ווייב איז דיר נישט קיין אפהאלט.


אויך זאלסטו איר דאנקען; דאנק איר און לויב איר, געב איר אסאך גוטע ווערטער. איינע פון די הויפט שליסלען פון האבן שלום בית איז געבן אסאך גוטע ווערטער, נישט זיין א קארגער ווען עס קומט צו געבן גוטע ווערטער.


דיין שוויגער זאלסטו אויך באגיסן מיט גוטע ווערטער, זאג איר: "איך בין אזוי דאנקבאר אז איך האב באקומען א טייערע ווייב, איך האב ליב די משפחה, עס איז מיר אזוי גוט צו זיין דא"; שווער און שוויגער מישן זיך נישט אריין אינעם איידעמ'ס לעבן, זיי ווילן איין זאך, עס זאל זיין גוט פאר זייער טאכטער; ווען זיי זעען די טאכטער פרייליך און צופרידן, זיי זעען אז דער איידעם האט דרך ארץ - וועלן זיי שטיין אין די זייט און עסן די נחת.


דו זאלסט זיך פירן מיט די גרעסטע כבוד צו דיין שווער, זיי אים מכבד - וועט ער אנהויבן אויך דאווענען מיט דיר אין ברסלב, און דיין שוויגער וועט אויך קומען קיין ברסלב.


לאך נישט; איך האב דאס שוין געזען צענדליגער מאל, ווי עלטערן וואס זענען מתחילה געווען גרויסע מתנגדים - זענען מקורב געווארן דורך א זון, אדער אן איידעם - פון זען זייער דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - וואס טו איך אז די צניעות ביי מיין שוויגער'ס הויז איז נישט אויסגעהאלטן?
שלום בית, צניעות, שווער און שוויגער, משפחה, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון אז מיינע שוועגערינס און אויך מיין שוויגער גייען נישט אנגעטון אזוי צניעות'דיג, מיט צוגעפאסטע קורצע קליידער און נישט צו דיקע שטרימפ, און דאס גלייכן; און כמעט אלעמאל וואס איך קום צו זייער הויז ווער איך נכשל אין זען פיס פון פרויען ווען זיי זיצן אויפגעדעקט די קלייד העכער די קני, אדער ווי איינע פון די מיידלעך ליגט אויסגעלייגט אויף די סאפע מיט דער קלייד אויפגעהויבן.


אויך קענען זיי זינגען ווען איך בין דארט, זיי קענען מיטזינגען די זמירות, און אויב וועל איך זיי דערמאנען אז ס'איז דא פרעמדע מענער, וועט עס העלפן קוים פאר צוויי מינוט, און פארשטייט זיך אז פאר מיין שוויגער קען איך בכלל גארנישט זאגן.


דאס אז מיין ווייב טוט זיך אן מער צניעות'דיג פון אלע אירע שוועסטערס איז ממש א מסירות נפש פון איר, זי וויל זיך צושטעלן צו צניעות, אבער עס איז אויך זייער שווער ווען אלע גייען אנגעטון אזוי און זי איז אנדערש, און אויך די נייע מאדע פון יעדע סעזאן רעכנט זיך בכלל נישט מיט די כללים פון צניעות, און זי וויל נישט בלייבן אונטערשטעליג; דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט חס ושלום נישט זאגן דיין שווער און שוויגער. ווען דו גייסט צו זיי זאלסטו זיצן אין דער זייט איידל, נעם א ספר, באשעפטיג זיך מיט גוטע זאכן - וועסטו נישט ווערן געשטערט פון גארנישט, עס וועט זייער וויי טון דיין ווייב אז דו וועסט זיך קריגן מיט איר משפחה. זוך נישט איבערצומאכן די וועלט, מאך זיך אליינס איבער.


דו זאלסט דאנקען דיין ווייב אז זי איז איידל און אז זי פירט זיך מיט יראת שמים, דאס וועט איר געבן כח צו זיין שטארק און נישט פאלן פאר אירע געשוויסטער. די חיזוק זאל זיין מיט שכל, נישט אויף א וועג פון אונטעררייסן אירע געשוויסטער און איר מאמע; זאלסט איר חס ושלום נישט וויי טון. עס איז נישט קיין חיזוק ווען מען זאגט פאר די ווייב: "איך בין אזוי פרייליך אז דו ביסט נישט ווי דיין מאמע און שוועסטערס", דאס ציפט אין הארץ; דו זאלסט איר נאר זאגן ווי פרייליך דו ביסט אז זי איז איידל.


נאכאמאל, לאז אפ דעם וועג; זוך נישט צו פאררעכטן יענעם, פאררעכט זיך אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין ווייב זאל מסכים זיין צו ברסלב?
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שטארק זיך ברוך ה' צו מכבד זיין מיין ווייב, אבער זי איז זייער קעגן ברסלב, זי ציטערט אז מיר זאלן נישט ווערן א ברסלב'ע שטוב, דערפאר רעדן מיר בכלל נישט איבער די נושא פון ברסלב, ווייל ווי נאר עס קומט ארויף אויפ'ן טיש, ווערט זי זייער אויפגערעגט, עס שטערט איר זייער שטארק, און דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר אבער געשריבן אז זי דארף בכלל נישט וויסן אז איך באקום חיות פון ברסלב, האב איך דאן אנגעהויבן רעדן ווייניגער אינדערהיים פון ברסלב, זי זאגט אבער אז ס'העלפט איר נישט, ווייל ס'ווייסט דעם אמת פון וואו מיין חיות קומט, און ס'וועט נישט העלפן דאס באהאלטן, און אזוי מאכט זיך כסדר אז עס קומט ארויף און ס'ווערט אנצויגן אין שטוב.


מיין שאלה איז אבער אויב ס'איז נאך אן האפענונג פאר אונז צו האבן אן אמת'ע שלום בית. ס'איז דא ברוך ה' שלום אין שטוב, אבער אלעס איז גוט נאר ביז עס קומט צו ברסלב, דאס הייסט אז ווי לאנג זי וועט נישט אנהויבן מסכים צו זיין צו ברסלב, וועט נישט זיין קיין אמת'ע גאנצע שלום בית ביי אונז. זי זאגט מיר אז זי פארשטייט אז ס'איז איר פראבלעם, אבער ס'זעט נישט אויס ווי דאס גייט זיך טוישן, אפילו מיט תפלה.


איך האב געקלערט צו רעדן מיט מיין שוויגער, אז זי זאל איר שיינערהייט מסביר זיין אז מ'דארף זיך צושטעלן צום ווילן פונעם מאן, ווייל למעשה רעדט נישט מיין ווייב מיט קיינעם וועגן דעם פראבלעם, זי עסט זיך נאר ביי זיך אין הארץ, און אפשר וועט איר מאמע איר קענען ארויסהעלפן.


איך פארשטיי איר זייער גוט, זי איז אויפגעוואקסן אין א פלאץ וואו ברסלב איז אסור, און איך פארשטיי אויך אז כדי צו באקומען די מתנות פון הייליגן רבי'ן, דארף עס קומען מיט שוועריקייטן און מניעות, און ס'לוינט זיך, אבער נאכאלץ טוט מיר זייער וויי אז ס'איז נישטא קיין גאנצע שלום בית ביי אונז.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד נישט מיט דיין שוויגער, עס וועט נישט העלפן, עס וועט נאר ערגער מאכן; עס איז נישט כדאי אריין צו מישן די עלטערן, עלטערן ווילן הערן נאר גוטע גרוסן. עלטערן האבן שוין געהאט גענוג אין לעבן די אלע יארן וואס זיי האבן אויפגעצויגן די קינדער ביז זיי זעען זיך שוין חתונה מאכן די קינדער, יעצט דארפן זיי נאר נחת, עס איז נישט גוט צו גיין צו זיי, אריינמישן די עלטערן.


דיין ווייב זאגט דיר עס וועט נישט העלפן קיין תפלה; ווער נישט פארלוירן, דו בעט דעם אייבערשטן אז דיין שטוב זאל לעבן מיט'ן רבי'ן. איך בעט דיר זייער, טענה נישט מיט איר, דו זיי שטארק מיט תפילה והתבודדות, זי דארף נישט וויסן אויף וואס דו בעטסט, אז דו וועסט האבן סבלנות וועט זיך אלעס טוישן.


פיל שווערערע זאכן ווי דאס - קען מען טוישן מיט תפילה; אז דיין ווייב זאל וועלן נעמען דעם רבי'ן - איז נישט אזא גרויסע זאך, עס קען געשען א נס אין איין מינוט אז זי זאל וועלן דעם רבי'ן, זי זאל וועלן אז די גאנצע שטוב זאל לעבן מיט רבי'ן.


בעט אויך דעם אייבערשטן פאר דיר אליינס, אז דיין געפיל ביים רבי'ן זאל בלייבן שטארק; בעט נישט נאר פאר איר, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט בלייבן מיט די ברען און פלאקער פון יעצט, קיינער איז נישט פארזיכערט, דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער אוועק צו שלעפן מענטשן פון הייליגן רבי'ן, ער ווייסט אז כל זמן מען האלט זיך ביים רבי'ן האט ער נישט קיין שליטה אויפ'ן מענטש, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן ביים רבי'ן - וועט ער אלעס פאררעכטן"; זאלסטו בעטן פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה אז אלע זאלן מקורב ווערן צום רבי'ן, אלץ זיין פריש.


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; דו רעד שיין צו דיין ווייב, זיי איר נישט מצער, אין איר קאפ איז ברסלב געפערליך, גיי נישט אין קיין ויכוחים מיט קיינעם און זיכער נישט מיט איר; מיט איר זאלסטו שיין רעדן, אז זי פרעגט דיר זאלסטו איר זאגן וואס דער רבי געבט דיר, דאס איז דיין לעבן און דאס גייסטו נישט אפלאזן, זאל זיין וואס זאל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - זאל מען איבערגעבן די סעודות שבת פאר די עלטערן?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, סיפורי צדיקים, שווער און שוויגער, שבת טיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צו הערן יעדע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, און זיך פירן לויט די הדרכות וואס איך הער, און דאס געבט מיר לעבן און עצות אויף טריט און שריט.


מיין שווער קומט צו מיר אויף דעם שבת, געווענליך פיר איך זיך אז ווען ער קומט צו מיר אויף שבת געב איך אים איבער צו פירן די שבת'דיגע סעודות, אבער יעצט האב איך געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מ'קען ארייננעמען געסט, אבער נאר ווי לאנג דער בעל הבית פירט די סעודה, נישט ווען די געסט נעמען איבער דעם טיש, איז מיין שאלה אויב דאס גייט אויך ביי עלטערן.


די שאלה איז אויף אלע דעטאלן, אויב זיי צו זעצן אויבן אן, זיי זאלן מאכן קידוש, און אזוי ווייטער מיט אלע כיבודים, און די וויכטיגסטע פון אלעס איז אויב זיי צו לאזן פירן די שמועסן ביים טיש. פארשטייט זיך אז איך רעד פון ערליכע וואוילע אידן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עלטערן קומען צו די קינדער אין שטוב - געבט מען זיי אלעס איבער; מען געבט זיי די גאנצע כבוד, די חשוב'סטע פלאץ, די חשוב'סטע שטוב, די חשוב'סטע בעט און אזוי ווייטער.


ביים טיש ביי די סעודות שבת זעצט מען דעם טאטן אדער שווער ביים אויבן אן, זיי מאכן צום ערשט קידוש, און ביי די משפחות וואס נאר דער ראש המשפחה מאכט קידוש געבט מען דאס איבער פאר די טאטע אדער שווער, זיי פירן די סעודה.


דאס וואס מיר האבן גערעדט אז מען זאל אכטונג געבן נישט איבערצוגעבן די סעודה פאר געסט - רעדט מען נישט פון עלטערן, מען רעדט ווען מען נעמט געסט עמי הארצים וואס מאכן פון די שבת'דיגע סעודה א מושב לצים, עס גייט אוועק די גאנצע יראת שמים - פון דעם דארף מען אכטונג געבן און זען עס זאל בלייבן א צורה פון א שבת סעודה, זינגען זמירות, רעדן שיינע זאכן מיט יראת שמים און שמחה וכו'.


מען דארף געדענקען אז די סעודות שבת איז זייער א הייליגע זאך, דער הייליגער זוהר דערציילט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חַדֵּי בְכָל חַד וְחַד", דער הייליגער רבי אבא ווען ער פלעגט מאכן די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך, "רַבִּי שִׁמְעוֹן כַּד הֲוָה אָתֵי לִסְעוּדָתָא", דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי ווען ער איז געקומען צו די סעודה, "הֲוָה אָמַר הָכִי", האט ער געזאגט אזוי: "אַתְקִינוּ סְעוּדָתָא דִמְהֵימְנוּתָא עִלָּאָה", לאמיר מאכן די הייליגע סעודה וואס ברענגט אמונה, "אַתְקִינוּ סְעוּדָתֵיהּ דְּמַלְכָּא", לאמיר מאכן א סעודה פאר'ן אייבערשטן, "וַהֲוָה יָתִיב וְחַדֵּי", ער איז געזיצן פרייליכערהייט ביי די סעודה; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.


דאס וואס מיר האבן גערעדט ביים שיעור, דאס מיינט מען וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, ווען ער איז געקומען דערציילן פאר'ן רבי'ן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי אים אין שטוב דעם פארגאנגענעם שבת. רבי נתן פלעגט כסדר אהיימברענגען געסט פון בית המדרש צו קומען עסן ביי אים, ביז איין וואך האט ער געהאט א מעשה מיט זיין זון, דער זון האט נישט געוואלט מיטהאלטן די סעודה ווייל ער האט נישט געוואלט זיצן נעבן דעם גאסט וואס רבי נתן האט אהיים געברענגט, דער גאסט איז געווען א נאכגעלאזטער, עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', רבי נתן האט געגעבן א פאטש פאר זיין ער זאל פאלגן און אריינקומען צו די סעודה. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה פון רבי נתן האט ער אים געזאגט: "קודם כל וויל איך אז פון היינט און ווייטער זאלסטו אהיים ברענגען נאר געסט וואס דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי אין עבודת השם יתברך, געסט וואס וועלן אויסהערן דיינע חיזוקים", און דער רבי האט אים געזאגט נאך א ווארט: "א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


זעט מען פון דעם אז דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין די מצוה פון הכנסת אורחים, מיר זאלן ארייננעמען געסט, אבער נאר געסט וואס וועלן אויסהערן און זיך מחי' זיין מיט די עצות און חיזוק, נישט וואס שטערן א שבת סעודה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וואס טו איך אז מיין שווער ברענגט אריין א סמארטפאון?
שלום בית, חינוך הילדים, שווער און שוויגער, קאמפיוטער, משפחה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, איך בין היינט ב"ה אן אנדער מענטש אינגאנצן, איך האב אנגעהויבן לערנען שיעורים כסדרן, איך גיי יעצט ענדיגן תנ"ך צום ערשטן מאל אין לעבן, און אין די אנדערע שיעורים בין איך ב"ה אויך זייער שיין מצליח.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן וועגן מיין שווער. ער קומט צו מיר אהיים און ער ווייזט פאר די קינדער קליפס אויף זיין אייפאון. איך פרוביר אים צו זאגן אז ביי אונז קוקט מען נישט אין די זאכן, אבער ער זאגט אז אביסל מעג מען יא, און אז מ'דארף אויסלערנען די קינדער וואס מ'מעג זען און וואס מ'טאר נישט זען.


ווידער איז ער א ביזנעס מאן, ער פארט אסאך איבער די וועלט, און מיר האבן נישט אלץ א וועג ווי אזוי אנצוקומען צו אים. און דעריבער זאגט ער אונז אלץ אז מיר זאלן אריינעמען די כלים אינדערהיים כדי צו קענען האלטן קשר מיט אים.


אויך האבן מיר א שאלה וואס צו טון ווען ער איז ביי אונז אויף שבת, מיר ווייסן נישט אויב מיר קענען יוצא זיין קידוש פון אים, צי מ'מעג טרינקען פון זיין וויין, און אזוי ווייטער לגבי אנדערע הלכות, וואס איז זיין דין?


אויך מאכט זיך אז ער רעדט אמאל זאכן וואס מ'רעדט נישט אין א אידישע שטוב.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן הדרכה וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן. ביז יעצט האב איך געהאט נאר קליינע קינדער, אבער יעצט הויבן זיי שוין אן צו פארשטיין אביסל, און מיר מוזן וויסן וואס זיי צו זאגן, און ווי אזוי זיך צו פירן מיט זיי.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות איז זוכה צו גאר שיינע זאכן, מען איז זוכה צו מטייל זיין בכל התורה כולה און צו זיין דבוק אינעם אייבערשטן.


אויף דיינע פראגות וואס דו פרעגסט וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:


א)   וויסן זאלסטו אז דער רבי גיבט אונז א וועג צו קענען זיין ערליך און הייליג און אין די זעלבע צייט אויך מכבד זיין די עלטערן אפילו זיי פירן זיך אנדערש וכו'.


בנוגע אייער שווער וואס ער קומט אין שטוב און ווייזט פאר די קינדער קליפס וכו'; וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, הלכה טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה - הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז דיר אז דו נעמסט נישט אריין אין דיין שטוב קיין שום סארט כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב און דו ווילסט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן ווי די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז דו וועסט מכבד זיין דיין שווער און פון די אנדערע זייט וועסטו ווייטער זיין שטארק מיט דיין וועג פון חינוך וכו' וועט דיין שווער אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו דיר מיט דעם וכו', ער וועט אליינס אויפהערן ווייזן פאר דיינע קינדער קליפס וכדומה.


דו קענסט אים זאגן מיט גרויס דרך ארץ מיט געמאסטענע ווערטער פאר ער קומט צו דיר אין שטוב אז דו ביסט מחנך די קינדער זיי זאלן זיין אפגעזונדערט פון די כלים וכו' און אזוי לערנט מען מיט זיי אין חדר און אין סקול און אז זיי זעען דאס ביי זייער זיידע טוט עס זיי צעמישן; אז דו וועסט אים דאס זאגן מיט דרך ארץ, נישט אויף אן אופן אז דו לערנסט אים וואס צו טון נאר אז דאס צעמישט די קינדער וועט ער זיכער מער נישט קומען צו דיר מיט דעם.


ב)   אויף דיין צווייטע פראגע אז ער בעט איר זאלט אריין נעמען אין שטוב א קאמפיוטער אז ער זאל קענען רעדן וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, הונדערטער שטובער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריין געברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו'. דאס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. דערפאר איז אסור צו האבן אין שטוב סיי וואס פאר א כלי וועלכע מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, אדער וואס מען קען זען דערויף מאוויס. דאס האט נישט צו טון מיט פרומקייט, דאס איז פשוט'ע שכל; און די אלע וואס לאכן זיך אויס דערפון, זיי לאכן אפ פון ערליכע אידן וואס זאגן אז מען זאל דאס נישט אריין ברענגען אין שטוב, די מאכן לצנות פון זיך אליינס און זיי וועלן באצאלן א טייערן פרייז ה' ירחם.


ג)     אויף דיין דריטע פראגע; דו שרייבסט נישט פארוואס מען קען נישט יוצא זיין קידוש פון אים וכו'. דו קענסט נוצן פאר קידוש מאסט וכדומה לזה וואס האט נישט די אלע שאלות, אבער חס ושלום מאכן א פירוד לבבות צווישן אירע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות וואס דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער.