שאלה אין קורצן ענין
#2 - אויב אלעס טוט נאר דער אייבערשטער, ווי אזוי קענען מיר זיך בכלל באהיטן?
אמונה, בחירה, השתדלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, ספעציעל פאר די שיעורים אין לשון הקודש, הלואי זאל זיין יעדן טאג א שיעור אין לשון הקודש.


איך וויל פארשטיין אן ענין אין אמונה, פון איין זייט ווייסן מיר דאך אז קיינער קען אונז שלעכטס טון אדער גוטס אן רשות פון אייבערשטן, אלעס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליין, פון די אנדערע זייט זע איך למשל ווי מוהרא"ש שרייבט אסאך אז מ'זאל זיך אכטונג געבן פון מענטשן, מ'קען נישט טראסטן קיין מענטשן, ספעציעל מיט געלט זאכן, לכאורה וואלט מען געקענט זאגן אז מ'זאל זיך פירן נארמאל, און אויב וועט קומען איינער וואס וויל מיר בא'גנב'ענען, וועט ער דאך סיי ווי מיר גארנישט קענען טון אויב איז נישט אזוי אנגעשריבן פון אויבן.


באמת איז די שאלה מער בכלליות אויך, למשל ווען עס קומט צו פרנסה אדער אנדערע השתדלות וואס מ'טוט אין לעבן; אויב וועט סיי ווי אנקומען צו מיר אלעס וואס קומט זיך מיר, פארוואס זאל איך זיך דארפן פלאגן אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט עס זאל אויסזען ווי עס איז דא אזא זאך ווי טבע; עס זעט אויס ווי זאכן פאסירן פון זיך אליינס. דער אייבערשטער האט זיך אזוי שטארק באהאלטן אין די וועלט אז עס קען זיך דאכטן ווי זאכן פאסירן פון זיך אליינס; עס קען זיך דאכטן ווי דער מענטש האט געטון, דער מענטש האט געמאכט - אבער חס ושלום מען זאל זיך איינרעדן איין רגע אז עס קען עפעס פאסירן אן דעם וואס דער אייבערשטער האט געהייסן און באפוילן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צעקלאפט זיך נישט דעם קליינעם פינגער אן דעם וואס מען זאל אנשרייבן אויבן אין הימל עס זאל פאסירן, און די הייליגע חכמים דערציילן (בראשית רבה עט, ו; ירושלמי שביעית כה:) ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון דער הייליגער תנא רבי אלעזר זענען ארויס פון די מערה נאך דרייצן יאר האבן זיי געזען ווי א פאנגער שפרייט אויס זיינע נעצן צו כאפן פייגלעך, זיי זעען ווי אזוי ער שפרייט אויס די נעץ און א פייגל ווערט שיער אריינגעכאפט, אין די לעצטע סעקונדע האט זיך די פייגל געראטעוועט, נאכדעם קומט נאך א פייגל און זיי הערן ווי עס גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס זאגט: "געפאנגען" און די פייגל איז געפאנגען געווארן; האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי געזאגט פאר זיין זון: "זעסט, אפילו א קליינטשיג פייגעלע קען אויך נישט געכאפט ווערן אן דעם וואס מען זאל דאס אפשרייבן אויבן אין הימל".


דאס האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אריינגעברענגט אין די וועלט, מען זאל וויסן אז עס איז גאר נישט דא אויסער דעם אייבערשטן. אפילו א וואגן פארט און עס פאלן אראפ שטרוי איז אויך אנגעשריבן פון אויבן פונקטליך וואו די שטרוי זאל פאלן און ווען א בלעטעלע פאלט אראפ פון בוים איז אויך אנגעשריבן פון הימל פונקטליך וואו עס זאל פאלן; קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליינס. דאס ווערט אנגערופן אין די ספרים הקדושים: "ידיעה", מען זאל וויסן אז עס איז גארנישט דא, נאר דער אייבערשטער; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער אליינס, ער האט זיך פארשטעלט אין די זאכן עס זאל אויסזען ווי עס איז דא א וועלט, אבער עס איז איין שטיק אייבערשטער.


פון די אנדערע זייט האט דער אייבערשטער אונז געגעבן די מעגליכקייט מיר זאלן אויסוועלן צו טון גוט; דאס ווערט אנגערופן אין די ספרים הקדושים: "בחירה", דער מענטש האט א מעגליכקייט אליינס אויסצואוועלן צו זיין גוט אדער פארקערט חס ושלום - טון שלעכטס; אויב טוט ער גוטס וועט ער האבן שכר און אויב טוט ער נישט גוט און טוט נישט תשובה - וועט ער באקומען אן עונש.


דאס איז זייער שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין "בחירה" מיט "ידיעה"? ווי אזוי קען דער מענטש אויסוועלן צו טון גוטס אדער שלעכטס ווען אלעס איז דער אייבערשטער? ווי קען זיין אז איינער זאל קענען טון דעם צווייטן שלעכטס ווען אלעס איז דער אייבערשטער? אזוי אויך איז שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין אז דער מענטש האט א בחירה יא טון אדער נישט טון ווען אלעס איז אנגעשריבן אנהייב יאר ראש השנה, פונקטליך וואס גייט זיין? אלעס איז דאך דער אייבערשטער, דער אייבערשטער ווייסט אלעס וואס גייט זיין, דער אייבערשטער מאכט אלעס אליינס, ווי קען זיין אז דער מענטש זאל אויסוועלן גוטס אדער שלעכטס ווען אלעס איז דער אייבערשטער?!


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כא) ווען א מענטש פירט זיך ערליך, ער הייליגט זיינע שבעה נרות; ער הייליגט זיינע אויגן, אויערן, נאז און מויל - דעמאלט איז ער זוכה צו האבן א ריינעם מח, נאר דעמאלט קען ער פארשטיין ווי אזוי די צוויי זאכן גייען אינאיינעם, דעם מענטש איז נישט שווער די קשיא פון ידיעה און בחירה, ווייל ער טרעפט דעם אייבערשטן אין די בחירה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און דאך איז דא א בחירה.


דאס קען נישט פארשטיין נאר דער וואס האט א ריינעם מח. מען רייניגט זיך די אויגן; מען קוקט נישט קיין שום שלעכטע קוק, מען קוקט נאר צום אייבערשטן, מען רייניגט זיך די אויערן; מען הערט נישט קיין שלעכטע זאכן, אזוי אויך רייניגט מען זיך די נאז; מען גלייבט אין די ווערטער פון צדיקים, מען רייניגט זיך די מויל; נישט צו רעדן שלעכטס אויף קיינעם, נישט רעדן שלעכטע זאכן - דעמאלט ווערט דער מח לויטער און ריין, דעמאלט קען מען פארשטיין ווי אזוי דאס ארבעט אינאיינעם.


דאס מיינט נישט אז די שלעכטע מענטשן וואס טוען שלעכטס פאר אנדערע, בא'גנב'נען אנדערע, זענען מצער אנדערע - וועלן נישט באקומען זייער עונש; דער וואס איז מצער אנדערע, דער וואס טוט רשעות פאר אנדערע - וועט האבן א שרעקליכע ענדע. קען זיין עס וועט נעמען א שטיק צייט, עס וועט אריבער גיין א שטיק צייט, אבער ביים סוף וועט יענער באקומען א גרויסער עונש; דאס אליינס איז אויך פון די וואונדער פונעם אייבערשטן. ווי קען זיין אזא זאך, אלעס איז דאך דער אייבערשטער? דער אייבערשטער מאכט דאך אלעס און טוט אלעס?! דאס איז א באהאלטענע זאך וואס מיר קענען נישט פארשטיין.


וואויל איז דעם מענטש וואס נעמט אריין אין זיך די ריינע אמונה, אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך איז א פערצופאל, נאר יעדע זאך טוט דער אייבערשטער אליינס מיט א פונקטליכקייט, און אלעס וואס מיר זעען און אלעס וואס פאסירט - איז א פארשטעלטע זאך; עס זעט אויס ווי דער טוט, ווי יענער טוט, עס זעט אויס אז אויב מען ארבעט האט מען פרנסה און אויב מען ארבעט נישט האט מען נישט פרנסה, ווען באמת איז דאס נאר א פארשטעלטע זאך, אלעס איז נאר דער אייבערשטער אליין; דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - מעג מען האבן א סמארטפאון פאר די ארבעט?
שלום בית, תפילה והתבודדות, סמארטפאון, דרשות, תפלות אויף אידיש, בחירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מחי' אונזער גאנצע שטוב, איך און מיין ווייב און די קינדער הערן אויס אלע שיעורים, און דאס איז אונזער וועג ווייזער אין לעבן.


איך האב א סמארטפאון פאר די ארבעט, און מיין ווייב טענה'ט אז איך מוז עס אויפגעבן, ווייל אפילו איך נוץ עס טאקע בלויז פאר פרנסה, און עס האט א גוטע פילטער, פון דעסט וועגן איז עס נישט גוט פאר די חינוך פון די קינדער, ווייל זיי ווייסן נישט אויב ס'האט א פילטער, און זיי וועלן גיין נאך ווייטער, און האבן סמארטפאון אן א פילטער, און נישט פאר פרנסה.


דער אמת איז אז איך נוץ עס טאקע באמת נאר פאר פרנסה, איך בין נאך קיינמאל נישט אריינגעגאנגען זען קיין שום סטאטוס, און ווען מ'זעט מיר אריינרעדן אינעם טעלעפאן [אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א מאכט עס נאך ביי די שיעורים] איז עס נאר אז איך געב אנווייזונגען פאר מיין ארבייטער ווי אזוי צו טון וואס ער דארף טון, איך שיק נישט קיין שטותים. דארף איך אויפגעבן מיין טעלעפאן און אויפהערן צו ארבעטן?


פון די שיעורים ווער איך אביסל צעמישט, אמאל זאגט דער ראש ישיבה אז מ'קען האבן א פאון אבער מ'זאל נישט אריינברענגען אינדערהיים, אבער א צווייטע מאל זאגט דער ראש ישיבה, "פארוואס דארפסטו עס האבן? פאר ביזנעס?! אך און וויי פאר אזא ביזנעס!"; אמאל זאגט דער ראש ישיבה אז אויב מ'דארף עס פאר פרנסה איז אן אנדערע זאך, און ווידער מאכט דער ראש ישיבה חוזק פונעם סמארטפאון מיט די מעשה מיט די קו, אז ער שלעפט אריין דעם קו אין בית המדרש לצורך פרנסה.


למעשה האב איך אפגעמאכט מיט מיין ווייב אז מיר גייען פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון, און מיר וועלן פאלגן וואס דער ראש ישיבה וועט זאגן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט קיינמאל נישט געזאגט פאר א צווייטן וואס צו טון, דער רבי האט גערעדט אויף אן אופן עס זאל אלץ בלייבן די בחירה.


מען האט יענעם געווינקען ווי אזוי זיך צו פירן אבער נישט געזאגט קלאר; ווייל ווי קען מען זאגן פאר א צווייטן וואס צו טון? עס קען זיין אז מיט דעם וואס מען זאגט יענעם וואס צו טון, ווי אזוי זיך צו פירן - מיט דעם שניידט מען אים אפ פונעם אייבערשטן. צום ביישפיל, מען זאגט פאר'ן מענטש זיך צו פירן מיט אן עבודה וואס איז נישט שייך פאר אים, קען מען אים דורכדעם אינגאנצן מרחק זיין, דעריבער האט דער רבי שטענדיג געענטפערט אויף א וועג אז יענער זאל אליינס אויסקלויבן די גוטע וועג.


אזוי אויך, דער הייליגער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכותו יגן עלינו, ווען מען פלעגט אים פרעגן הנהגות, מען פלעגט אים פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן פלעגט ער אלץ זאגן: "ווי קען מען זאגט יענעם ווי אזוי זיך צו פירן? איין זאך קען מען, יענעם מחזק זיין ער זאל בעטן דעם אייבערשטן; ווען מען איז מחזק א צווייטן ער זאל רעדן צום אייבערשטן וועט ער שוין אליינס וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


אז דו ווילסט באמת וויסן וואס צו טון מיט'ן טעלעפאן זאלסטו יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג; העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, העלף מיר איך זאל בלייבן ערליך, איך מיט מיינע קינדער; העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט'ן טעלעפאן", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


מיט יעדע זאך זאלסטו אזוי טון; וואס דו ווייסט נישט און וואס דו מיינסט אז דו ווייסט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים בעטן: "הורינו ה' דרכך אהלך באמיתך, ווייז מיר דעם וועג אייבערשטער, ווייז מיר ווי אזוי זיך צו פירן; איך ווייס גארנישט, איין מינוט וויל איך דאס - א צווייטע מינוט וויל איך יענץ, העלף מיר אייבערשטער איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן", דורכדעם וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דאס וואס דו ווערסט צעמישט פון די שיעורים; איינמאל הערסטו מען זאל בכלל נישט האבן קיין טעלעפאן, א צווייטע מאל הערסטו 'אז דו האסט א טעלעפאן לייג א פילטער', א דריטע מאל הערסטו דער עיקר זאל מען נישט אהיים ברענגען וכו' וכו'; דאס איז ווייל מען דארף ארום דרייען מיט יעדן איינעם לויט זיין קאפ אז יענער זאל עס קענען נעמען, עס זאל ביי יענעם פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.