שאלה אין קורצן ענין
#4 - זאל איך רופן מיין פריערדיגער בעל הבית צו דין תורה?
מחלוקת, פרנסה, סגולות, ברכת המזון, בית דין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך בין זיך ממש מחי'.


איך בין ארויס פון מיין ארבעט אנהויב זומער ווייל זיי האבן נישט באצאלט פאר אפאר חדשים, זיי זענען מיר שולדיג געבליבן שווערע צענדליגע טויזענטערס. ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן און צוגעשיקט א גוטע ארבעט פאסטן וואו מען צאלט יא, מיין פריערדיגער בעל הבית האלט אבער מיר נישט ביים באצאלן, זאל איך אים רופן צו דין תורה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעדע סכסוך וואס איז דא צווישן איין איד מיטן צווייטן - איז ריכטיג צו גיין צו א רב און זיך אויסקומען, אדער גיין צו א בית דין און פאלגן די בית דין.


אז דו ווילסט האבן פרנסה בשפע - זאלסטו נעמען די סגולה וואס מוהרא"ש זאגט, פון בענטשן ברכת המזון פון אינעווייניג, ווארט ביי ווארט בקול ובשמחה. מוהרא"ש זאגט, דאס בענטשן אין א בענטשער - איז מסוגל פאר עשירות, עס איז בדוק ומנוסה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - איינער בא'גנב'ט מיין טאטע, וואס זאל איך טון?
פרנסה, גניבה, בין אדם לחבירו, בית דין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל בעטן אן עצה איבער א גרויסע צרה. מיין טאטע האט א געשעפט, און איינער פון די ווייטע קרובים פון די משפחה האט באשלאסן זיך אריינצוזעצן דארט שלא ביושר, און ער נעמט פאר זיך ארויס די גאנצע געלט. מיין טאטע און מאמע עסן זיך אויף די געזונט, אבער זיי זענען צו ווייך יענעם ארויסצואווארפן. איך זע ווי זיי גייען ממש צוגרונד דערפון, און איך וויל זיי העלפן.


כ'האב שוין אפאר מאל געטראכט צו רופן פאליציי, איך בין אבער נישט זיכער אז איך טו וואס איז ריכטיג, אבער פון די אנדערע זייט קען איך נישט בלייבן שטיל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א איד האט א סכסוך מיט א צווייטן איד גייט מען צום בית דין; גיי צום בית דין, בעט ביים בית דין זיי זאלן שיקן אן הזמנה לדין און וואס בית דין וועט פסק'ענען - אזוי זאלסטו טון.


אויב זיי וועלן נישט קומען צום דין תורה, וועט דיר בית דין געבן רשות צו רופן פאליציי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2 - מיין שכן טוט זאכן וואס שטערן מיר, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט אים?
הלכה, שכנים, בית דין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שכן וואס האט לעצטנס געקויפט א הויז, וואס איז באהאפטן צו מיין הויז, און למעשה האט ער אנגעהויבן טוען אומלעגאלע זאכן וואס שטערן מיר זייער. ער האט ארויסגעבויעט אין פארנט מער ווי ערלויבט, אויך האט ער געלייגן פון הונטן אן עירקאנדישאן וואס בלאזט אריין די הייסע לופט צו די הויף הונטער מיין הויז.


מיין שאלה איז צו איך מעג אים עפעס זאגן דערוועגן, אדער זאל איך ענדערש פרובירן צו פארמיידן מחלוקת און אים גארנישט זאגן, כאטש וואס מיין ווייב איז זייער נישט צופרידן אז איך רוף זיך גארנישט אן וועגן דעם.


וואס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען אין אזא מצב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו האסט א טענה אויף דיין שכן, ווי למשל אז ער האט געלייגט זיין עירקאנדישן מאשין נעבן דיין שטוב וכו', זאלסטו גיין מיט אים צו א רב און דער רב זאל פסק'נען א דין תורה וואס די הלכה איז.


מענטשן האבן א טעות, מען קוקט אן דאס גיין צו א דין תורה ווי א מחלוקת; אבער דער אמת איז אז ווען מען גייט צו א רב הערן וואס די הלכה איז, איז דאס נישט קיין מחלוקת. מחלוקת איז ווען מען קריגט זיך איינער מיט'ן צווייטן און מען פסק'נט זיך אליינס שלא על פי תורה.


דעריבער אז דו האסט טענות אויף דיין שכן וכו', זאלסטו גיין צו דיין רב און עס דורכשמועסן מיט אים; עס קען גאר זיין אז דיינע טענות זענען בכלל נישט אויסגעהאלטן, אפשר לאזט אים די תורה לייגן דעם עירקאנדישן דארט וואו ער האט דאס געלייגט און דו עסט זיך אויף פאר גארנישט און פאר נישט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א גוטע אויג, דו זאלסט האבן די גוטע מדה פון "עין טוב", אז עס זאל דיר נישט אנגיין ווען דיינע שכנים בויען ארויס בשעת עס שטערט דיר נישט וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ט): "צְאוּ וּרְאוּ אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם", וואס איז א גוטע מידה וואס דער מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו לעבן מיט דעם? "רֶבִּי אֱלִיעֶזֶר אוֹמֵר, עַיִן טוֹבָה", רבי אליעזר זאגט א גוט אויג; שטענדיג קוקן גוט אויף יעדעם איינעם.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נד) אז משיח וועט אריין ברענגען די זאך פון קוקן גוט אויף א צווייטן, אזוי ווי עס שטייט ביי דוד המלך (שמואל א טז, יב): "יְפֵה עֵינַיִם וְטוֹב רֹאִי", ער האט געהאט שיינע אויגן און א גוטע קוק; עס איז א שלעכטיקייט פון מענטשן וואס שטערן זייערע שכנים ארויסצובויען ווען עס נעמט גארנישט צו פון זיי.


א שאד זיך אויפצועסן און זיך פיינט האבן ווען מען קען לעבן בשלום על פי תורה.

#1 - דארף איך צאלן רענט, אויב דער לענדלארד טוט נישט ריכטיג?
אמונה, צרות, דירה, השגחה פרטית, חשבון הנפש, בית דין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שטיקל פראבלעם מיט מיין לענדלארד, איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה ווי אזוי זיך אויסצוקומען מיט אים.


איך וואוין אין א פורניטשט דירה, איך האב זיך אויסגענומען מיט אים ביים ארויסנעמען די דירה אז ער וועט פאררעכטן אלעס וואס פעלט זיך אויס, און בערך צוויי חדשים צוריק האט מיין דרייער זיך אביסל צעבראכן, עס ארבעט פיין, עס טרוקנט די קליידער ברוך ה', אבער עס מאכט א געפערליכע גערודער, ממש מען קען נישט לייגן די קינדער שלאפן בשעת עס ארבעט.


איך האב שוין געזאגט פאר מיין לענדלארד פאר צוויי חדשים צוריק פון דעם פראבלעם, און ער זאגט מיר אלץ 'איך גיי רופן א בעל מלאכה, איך גיי רופן א בעל מלאכה', און למעשה גייט דורך טעג און אין קול ואין עונה. איך רוף אים א וואך שפעטער זאגט ער מיר מען וועט זען וואס מען גייט טון, איך רף אים נאכאמאל לעצטנס און איך שלאג אים פאר אן עצה אז אפשר קען איך רופן א בעל מלאכה און איך וועל אים צאלן און נאכדעם וועל איך עס אראפרעכענען פון די רענט, זאגט ער מיר אז מען גייט "שוין" זען וואס מען גייט טון, ער זאגט אז ער האלט אינמיטן טראכטן צי ער זאל קויפן א נייע אנשטאט פאררעכטן. בקיצור, ער נעמט זיך נישט צוזאם.


מיין שאלה איז וואס איך זאל טון מיט אים, איך טראכט אפשר זאל איך אים נישט צאלן קיין רענט, אדער נישט די גאנצע, ביז ער פאררעכט עס, אדער אים אריינגעבן אין קאפ אריין. איך וויל נישט טון קיין ווילדע זאכן אן קיין מורה דרך, וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ווען נישט די שיעורים וואלט איך שוין לאנג זיך צעקריגט מיט געוויסע שכנים וואס טראכטן אביסל אנדערש ווי מיר, זיי לייגן זייערע זאכן אויף פלעצער וואס קען מיר שטערן, און אין זכות פון די שיעורים בין איך מוותר, איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן כח אנצוגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז א שאלה אין דיני ממונות, דאס דארפסטו פרעגן א דיין. פרעג א דיין אויב דו מעגסט דאס טון, נישט צו צאלן רענט וכו'.


אויך זאלסטו וויסן אז אלעס וואס פאסירט מיטן מענטש, אלעס איז מיט א חשבון, און אז עס צעברעכט זיך עפעס אין שטוב - איז דאס אויך מיט א חשבון. אלעס איז צו דערמאנען דעם מענטש אז דער אייבערשטער פירט אלעס און מאכט אלעס, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא תצא, ג): "צָרִיךְ אָדָם לְהַחֲזִיק טוֹבָה לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָּה, שֶׁהַיִּסּוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", א מענטש דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די שוועריקייטן וואס ער האט, ווייל דאס ברענגט אים נענטער צום אייבערשטן, עס מאכט אים לעבן מיט תכלית, מיט חשבון הנפש, טראכטן וואס מען דארף פאררעכטן, און אויך קומט מען אפ מיט דעם וואס מען דארף אפקומען.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.