שאלה אין קורצן ענין
#4 - ווי אזוי געבט מען זיך אפ מיט א יתום אין קלאס?
חינוך הילדים, מלמדים, בריוו, יתום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און צום נייעם זמן באקום איך צום ערשטן מאל אלס תלמיד א קינד וואס איז א יתום פון זיין טאטע. ברוך ה' אז איך האב קיינמאל נישט געשפירט וואס דאס מיינט, ממילא איז מיר טאקע אוממעגליך אים צו פארשטיין, איך וויל אבער וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט אים, ווייל חז"ל זאגן כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, און די זעלבע אויף פארקערט חס ושלום.


וואס איז מיין חוב זיך איבערצוגעבן פאר אים מער ווי פאר אן אנדערער קינד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דארפסטו וויסן, שכרך הרבה מאוד, דיין שכר איז זייער גרויס; אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב, בפרט ווען דער מלמד געבט זיך אפ מיט די תלמידים ווי אייגענע קינדער, דעמאלט איז ער נאך מער חשוב אין הימל. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", ווער עס לערנט מיט תלמידים איז דאס אזוי ווי זיינע אייגענע קינדער; און ווי צדיקים טייטשן, אז דאס איז נישט פשט מען געבט דעם מלמד א גוט ווארט, נאר דאס איז אן התחייבות, מען זאגט פאר'ן מלמד 'ווען דו לערנסט מיט תלמידים זאלסטו טראכטן כְּאִילוּ יָלְדוֹ - דאס איז אזוי ווי דו לערנסט מיט דיינע אייגענע קינדער'.


דארפסטו זיין זייער פרייליך און דאנקען דעם אייבערשטן ששמת חלקך מיושבי בית המדרש, אז דיין לעבן גייט אריבער מיט גוטע זאכן, מיט הייליגע זאכן; מיט לערנען מיט אידישע קינדער תורה. בפרט אז דו ביסט א הארציגער מלמד, דו זארגסט פאר דיינע תלמידים, דו האסט רחמנות אויף זיי - ביסטו זייער חשוב אין הימל.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר אמאל זייער מחזק געווען און געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעסט אין א געשעפט וואס פארקויפט קליידער? שטעל זיך פאר דו ארבעסט אין אזא געשעפט און עס גייט אריבער די זיבעציג יאר, דו קומסט ארויף אויבן אין הימל און מען פרעגט דיר 'וואס האסטו געטון זיבעציג יאר? זיבעציג יאר האסטו פארקויפט בעקיטשעס? זיבעציג יאר האסטו געשניטן סחורה?'" מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דארפסט דאך זיין זייער פרייליך אז דו וועסט קענען ענטפערן 'זיבעציג יאר האב איך געלערנט מיט אידישע קינדער'".


בנוגע דעם יתום; זאלסט אכטונג געבן אויף אים מער ווי אנדערע קינדער, ווייל יתומים זענען זייער נאנט צום אייבערשטן, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיך אננעמען פאר זיי, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי אויסהערן; דער אייבערשטער - ער איז זייער טאטע, ער נעמט זיך אן פאר זיי, ער איז דער (תהילים סח, ו): "אֲבִי יְתוֹמִים".


ווען עס קומט אויס צו רעדן מיט די קינדער וועגן זייערע עלטערן, צום ביישפיל דו זאגסט די קינדער זיי זאלן לערנען מיט זייער טאטע אדער זאלן מאכן נחת פאר זייער טאטע, זאלסטו שטענדיג געדענקען פון דעם יתום; אים געבן א וועג מיט זיין טאטע עליו השלום, זאלסט באזונדער מאכן אן עסק פונעם יתום, זאלסט אים זאגן: "דיין טאטע איז אין הימל, אין גן עדן נעבן דעם אייבערשטן; ער זעט ווי פלייסיג דו לערנסט, ער האט נחת פון דיר, ער זארגט פאר דיר".


אויך זאלסטו ארויסנעמען די שרעק פון אים און פון אלע קינדער פון שטארבן; רעד צו די קינדער אז שטארבן איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך פאר אידישע קינדער, ביי אידישע קינדער ווען מען שטארבט - גייט מען אין גן עדן, דארט לערנט מען תורה מיט אלע צדיקים און מיט'ן אייבערשטן, אין גן עדן איז דא אלע גוטע זאכן, מען איז זייער נאנט צום אייבערשטן, און נאך אביסל וועלן אלע אויפשטיין תחיית המתים, עס גייט זיין אזוי פרייליך צו זען ווי אלע טאטעס, זיידעס, עלטער זיידעס, עלטער עלטער עלטער זיידעס גייען אויפשטיין תחיית המתים.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געענטפערט ביז יעצט, בדרך כלל פרוביר איך צו ענטפערן פאר מלמדים שנעלער ווי אנדערע בריוו; עס האט זיך יעצט פארשלעפט צוליב די נסיעה קיין אומאן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי קען מען ענטפערן שווערע שאלות פון בחורים?
בחור, שאלות, ספרי ברסלב, אשר בנחל, עצתו אמונה, בריוו, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך שטארק באדאנקען אויף די תשובה וואס איר האט מיר געשריבן איבער רעדן צו בחורים פון די עצות וואס איר זאגט פון הייליגן רבי'ן, עס איבערצוזאגן אן א נאמען.


כ'וויל אבער אביסל בעסער ערקלערן מיין צווייטע שאלה מיין שאלה איז נישט געווען, ווי אזוי מען נעמט כח און קראפט צו ענטפערן שאלות פון בחורים, מיין שאלה איז געווען ווי אזוי נעמט מען א כח ההכרעה און שכל וואס און ווי אזוי צו ענטפערן א ריכטיגע תשובה פאר א בחור אויף א שאלה וואס כ'האב נישט געטראכט אדער געלערנט איבער דעם פון פריער, בפרט ווען ס'איז דא גאר שווערע שאלות פון א יונגער בחור וואס דארף א ריכטיגע און א קלארע תשובה צו זיין טאג טעגליכן לעבן.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח אויף אייערע עבודת הקודש, איר זאלט שטענדיג קענען מחזק זיין און מקרב זיין אידן לאבינו שבשמים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין רבינ'ס ספרים איז אלעס דא; ווער עס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים באקומט זייער א גראדע שכל, א קלארע פארשטאנד. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמז): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל מֹחַ גָּדוֹל עַל יְדֵי סִפְרוֹ", ווער עס וועט לערנען זיינע ספרים וועט באקומען א טיפע מח, "כִּי יֵשׁ בּוֹ שֵׂכֶל גָּדוֹל וְעַמְקוּת נִפְלָא מְאֹד עַל פִּי פְּשׁוּטָן שֶׁל דְּבָרִים", ווייל אין די ספרים ליגט טיפע שכל, מען באקומט שכל צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן פרט.


בפרט דארפן די וואס זענען עוסק מיט בני הנעורים - לערנען דעם רבינ'ס ספרים, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רנח): "הָיִיתִי סָבוּר שֶׁהַיֵּצֶר הָרָע שֶׁלִּי אוֹמֵר לִי שֶׁאֵין מִי שֶׁיּוּכַל לְהַנְהִיג אֶת בְּנֵי הַנְּעוּרִים כָּמוֹנִי", אין אנהייב האב איך געמיינט אז דאס וואס איך טראכט אז נאר איך פארשטיי צו די יונגווארג, איך קען זיין זייער מנהיג - דאס זאגט מיר דער יצר הרע, "עַכְשָׁו אֲנִי יוֹדֵעַ בְּבֵרוּר אַז אִיךְ בִּין אֵיין מַנְהִיג, וְאֵין מַנְהִיג כָּמוֹנִי", יעצט ווייס איך קלארערהייט אז נאר איך פארשטיי צו די יוגענט, נאר איך קען זיין זייער פירער; אזוי ווי מען זעט היינטיגע צייטן אז קיינער האט נישט קיין שפראך צו די יוגענט, אלע חכמים און פותרי חלומות ברעכן זיך קאפ: 'וואס טוט מען מיט די יוגענט? וואס טוט מען מיט די בחורים? וואס טוט מען מיט די מיידלעך?' אלע זענען פארלוירן, זיי זענען מודה אז זיי ווייסן נישט וואס צו טון, נאר דער רבי האט א שפראך צו זיי, די חיזוק פון רבי'ן דאס האלט זיי און מאכט זיי פאר ערליכע אידן.


מאך זיך שיעורים אין ספר אשר בנחל - בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן, אויך זאלסטו לערנען ספר עצתו אמונה - בריוו וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו שרייבן דורכאויס די יארן וואס איך בין באשעפטיגט מיט בני הנעורים; דארט וועסטו זען די שכל פון רבי'ן, דו וועסט האבן א קלארקייט אין יעדע ענין, אויף אלע שאלות וואס די בחורים פרעגן דיר וועסטו זיין קלאר, דו וועסט זיי קענען מחי' זיין.


שטארק זיך, לאז נישט אפ דיין הייליגע ארבעט; היינט איז דאס די חשוב'סטע זאך - רעדן מיט בחורים, לערנען מיט זיי און אריין לייגן אין זיי אמונה אינעם אייבערשטן און אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - דארף מען רעדן שיין און זיך באדאנקען פאר די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים, עצתו אמונה, בריוו, ברית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט יעדע וואך, איך און מיין ווייב און קינדער ליינען יעדע וואך דעם קונטרס "עצתו אמונה", מיר זענען זיך מחי' דערמיט, און מיר פרובירן צו לעבן אויף דעם וועג, הלואי זאל דער ראש ישיבה שליט"א שרייבן מער בריוו.


איך האב א שטיקל ויכוח מיט מיין ווייב איבער ווען מ'בעט עפעס פון א קינד אויב מ'זאל זאגן "ביטע" און "יישר כח". איך האלט אז ווען עלטערן בעטן עפעס פון א קינד דארף מען נישט בעטן מיט "ביטע" און מ'דארף זיך נישט באדאנקען, אבער מיין ווייב האלט אז יא, וויל איך וויסן וואס דער ריכטיגער וועג איז.


אויך האב איך געוואלט וואונטשן א מזל טוב צום געבורט פון אייער אייניקל, דער אייבערשטער זאל אייך געבן פיל אידיש נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט. איך האב געזען אויף די בילדער פונעם ברית אז איר זענט געווען "קוואטער", האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'איז דא א ספעציעלער ענין צו זיין קוואטער, און וואס איז דער ענין דערפון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא א' - ערב יום טוב שבועות, ה' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז דו האסט חיזוק פון די בריוו; דו און דיין משפחה זענען זיך מחי' מיט די בריוו. וויסן זאלסטו אז דאס וואס שטייט אין די בריוו איז נישט מיינס, אלעס איז גענומען פונעם הייליגן ספר "אשר בנחל" וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירות נפש זיין גאנץ לעבן. גלייב מיר, איך וויל אויך שרייבן מער, איך קום פשוט נישט אן צו שרייבן און ענטפערן אויף אלע בריוו וואס ווארטן אויף אן ענטפער.


בנוגע צי מען דארף רעדן שיין צו קינדער וכו'; איך בעט דיר זייער, קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב, בפרט ווען זי איז גערעכט מיט'ן רעדן שיין צו די קינדער. מען דארף רעדן שיין צו יעדן איינעם און זיך שטענדיג באדאנקען און זיכער צו די קינדער, ווייל ווי אזוי מען רעדט צו די קינדער אזוי וועלן זיי רעדן צו אנדערע. קינדער מאכן נאך זייערע עלטערן; אז מען רעדט צו זיי שיין און מען באדאנקט זיך פאר זיי, וועלן זיי אויך רעדן שיין צו אנדערע און זיך באדאנקען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא - אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד רעדט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן חז"ל (מדרש תנחומא, וישלח, ז) אויפ'ן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה – בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך אזוי פירן זיך די קינדער.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, מאך נישט קיין ויכוחים. מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך זאגן: "מיט א פרוי גייט מען נישט אין ויכוחים"; בפרט אין דיין פאל איז זי דאך גערעכט, אודאי דארף מען זיך באדאנקען און שיין רעדן צו זיי.


בנוגע קוואטער וכו'; עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז א לשון פון קטורת (אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן [כריתות ו:] דער לשון פון קטורת איז דָבָר שֶׁ'קוֹטֵר' וְעוֹלֶה), היות א ברית איז אזוי ווי מקטיר זיין קטורת, פון דעם איז דער ווארט קוואטער. עס איז דא וואס זאגן אז קוואט-טער איז א לשון פון כבוד – טיר, אז דער כיבוד איז ביים טיר ווען מען ברענגט אריין דעם קינד. עס זענען פארהאן אסאך סגולות אין דעם, עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז מסוגל פאר קינדער, עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז מסוגל פאר עשירות.


א פרייליכן יום טוב.

#1 - פארוואס זאל מען נישט גיין אויף טערעפי?
רפואה, בריוו, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך ארויסברענגען מיינע געפילן איבער די געוואלדיגע שיעורים און חיזוק, מיט וואס איר זענט מחזק אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער יעדן טאג, ווי אויך די געוואלדיגע בריוו וואס איר ענטפערט פאר יעדן מיט אזא שכל הישר און א קלארקייט, ממש הפלא ופלא. איך ליין כסדר די בריוו און איך נעם דערפון אסאך חיזוק, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך האב פרעגן איין זאך וואס איז מיר זייער אינטערעסאנט. חז"ל זאגן אויפ'ן פסוק "וְרַפֹּא יְרַפֵּא" (שמות כא, יט) אז "מכאן שנתנה רשות לרופא לרפאות", דאס מיינט אז מ'קען און מ'דארף גיין צו א דאקטער ווען ס'פעלט אויס. און אזוי ווי ווען א מענטש האט א מחלה לא עלינו אין זיין גוף פארשטייט מען אז מ'דארף גיין צו א דאקטער, די זעלבע וואלט געדארפט זיין ווען א מענטש ליידט נעבעך אויף זיין נפש, ער קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט זיין ווייב, מיט זיינע קינדער, מיט אנדערע מענטשן, און אזוי ווייטער. צי ער האט א פראבלעם מיט כעס אדער אנדערע שלעכטע מדות, אדער איינער וואס האט פראבלעמען מיט פחדים, דמיונות און שלעכטע מחשבות, וואלט ער אויך געדארפט גיין צו א נפשיות'דיגער דאקטער אים צו היילן.


דערפאר וואונדער איך זיך פארוואס איר שרייבט אלץ אויף די אלע זאכן אז די איינציגסטע עצה צו דעם איז נאר תפלה. איך פארשטיי  אז אפילו ווען מ'גייט זיך יא היילן דארף מען אוודאי האבן אויך תפלה צו דעם, אזוי ווי ביי א געווענליכע מחלה וואס מ'קען זיך נישט פארלאזן בלויז אויפ'ן דאקטער, מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן צו האבן א רפואה שלימה, אבער פארוואס שרייבט דער ראש ישיבה אז נאר תפלה איז די איינציגסטע זאך צו טון?


איך האף איר וועט מיר קענען אויסקלארן די זאך, און דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט מיט די הרבצת התורה, מיט פיל נחת און הרחבת הדעת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט מיר מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן; איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן דורך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און מיר מזכה געווען איבערצוגעבן ווייטער פאר בני הנעורים די עצות פון רבי'ן. בפרט די לעצטע פאר יאר פון ווען מוהרא"ש זי"ע איז נסתלק געווארן האבן בחורים און אינגעלייט אנגעהויבן שרייבן בריוו וואו זיי דערציילן זייער ווייטאג, זייערע נסיונות און איבערגייעכצער וואס גייט אריבער אויף זיי, האט דער אייבערשטער מיר מזכה געווען צו שרייבן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן.


אלע בריוו, אלע עצות און חיזוק דאס איז גענומען געווארן פון ספר הקדוש "אשר בנחל"; דאס ענטהאלט שכל פאר'ן לעבן, עצות פאר'ן לעבן, חיזוק פאר'ן לעבן, ווערטער פון הייליגן רבי'ן. ווען מען ווערט מקורב צום צדיק אמת באקומט מען א קלארע שכל און א לויטערע אמונה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ן צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; דאס באקומט מען ווען מען ווערט מקרוב צום רבי'ן. אלע קשיות, ספיקות און בלבולים גייען אוועק און די אמונה שיינט און לייכט, מען לעבט מיט א אמונה ברורה ומזוככת.


בנוגע דיין פראגע וואס איז שלעכט מיט'ן גיין צו מענטשן זיך אויסהיילן דעם נפש וכו', וכו'; וויסן זאלסטו אז רוב טערעפיסטן זענען גרויסע פארברעכערס, זיי קענען נישט העלפן און זיי ווילן נישט העלפן, זיי זוכן נאר אויסצומעלקן אידישע קינדער וכו' וכו'. ליידער זענען דא זייער אסאך וואס ליידן פחדים, דמיונות און שלעכטע מחשבות וכו', וכו', וואס דאס קען מען נישט היילן נאר דורך אמונה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות און זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


פרעג זיך נאך ביי מענטשן וואס זענען מיד געווארן פון ארום לויפן צו טערעפיסטן און ביים סוף זענען זיי אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן, זיי האבן אנגעהויבן לעבן מיט אמונה, זיי לעבן מיט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן אויף פראסט אידיש, אויף די אייגענע שפראך, זיי וועלן דיר זאגן וואס יתרו האט געזאגט (שמות יח, א): "עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים"; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא יתרו א, יב) יתרו האט געדינט אלע עבודה זרה'ס, ער האט נישט אויסגעלאזט קיין איינס און ער האט געזען אז אלעס איז נארישקייטן, ער איז געקומען צו משה רבינו און געזאגט: "עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים"; אזוי אויך יעצט, ווען די מענטשן לעבן מיט'ן רבינ'ס עצה, זיי מאכן 'התבודדות', זאגן זיי: "עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים", מיר ווייסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן דעם מענטש.


עס איז נישט דא קיין שום וועג ארויסצוגיין פון פחדים, דמיונות און שלעכטע מחשבות, עס איז נישט דא קיין וועג צו אויפבויען 'סעלף קאנפידענס', נאר דורך 'אמונה'; נאר דער רבי קען אויסהיילן דעם מענטש מיט זיינע וואונדערליכע עצות, אזוי ווי דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג): "אין איך הייל זי"; דער רבי האט אזויפיל חיזוק און גרינגע עצות ווי אזוי א מענטש קען ארויס קריכן פון זיינע שלעכטע מחשבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו לעבן מיטן רבי'ן וועלן מיר זוכה זיין צו א שטארקע אמונה, וועלן מיר זיין געזונט בגוף ובנפש.