שאלה אין קורצן ענין
#22 - צוזאגן אין מירון צו געבן דעם נאמען שמעון, כדי געהאלפן צו ווערן?
שלום בית, סיפורי צדיקים, קינדער, משפחה, סגולות, קנאה, מירון, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס דערנענטערט זיך דער הייליגער טאג ל"ג בעומר, און עס איז באקאנט א סגולה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, אז מען זאל צוזאגן ביים ציון הקדוש אין מירון צו געבן דעם נאמען שמעון פאר'ן אינגל וואס מען וועט האבן.


שוין פארגאנגענע יאר האב איך דאס געוואלט טון, מיין ווייב האט אבער נישט מסכים געווען, זי שעמט זיך אז מען זען אז מיר זענען געווען אז אין לחץ געהאלפן צו ווערן. איינער האט מיר געזאגט אז איך זאל נאר צוזאגן צו מאכן די חאלאקע אין מירון, אבער עס איז שוין אריבער א יאר און מיר זענען נאכנישט געהאלפן געווארן.


יעצט בין איך נאך מער באזארגט, נאכדעם וואס מיינע יונגערע געשוויסטער האבן חתונה און אפשר וועלן זיי האבן קינדער פאר אונז.


זאל איך נאכאמאל ארויפברענגען דעם געדאנק צו טון די סגולה אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד .. נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צוויי זאכן דארפסטו וויסן; איינס, האבן קינדער איז נישט קיין פארמעסט. אז א יונגערער אין די משפחה האט ערשט קינדער, אדער מער קינדער - איז דאס נישט א צרה און נישט קיין פארמעסט; קינדער איז א מתנה פונעם אייבערשטן און עס איז נאריש צו האלטן חשבון ווען מען האט, ווער עס האט ערשט, וויפיל קינדער מען האט און ווער עס האט מער קינדער; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און ווארטן מיט געדולד ביז די ישועה קומט.


צווייטנס, מען קען פועל'ן ביי רבי שמעון בר יוחאי קינדער אפילו מען זאגט נישט צו אז מען וועט געבן א נאמען שמעון. בפרט ווען עס איז נוגע אין דיין שלום בית, דיין ווייב וויל נישט געבן שמעון, זי שעמט זיך וכו' - איז דאך זיכער אז דו זאלסט ענדערש זיך מקבל זיין ל"ג בעומר אין מירון אז דו וועסט לעבן בשלום מיט איר, דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב און זיך נישט קריגן; וועסטו מיט דעם פועל'ן קינדער.


די הייליגע חכמים דערציילן פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי (שיר השירים רבה א, לא), א פארפאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי ווילן זיך גט'ן, היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאכנישט נפקד געווארן מיט קינדער. האט זיי רבי שמעון בר יוחאי געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה, ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין, האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן, וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן.


דער מאן האט ווייטער געטרינקען וויין, ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד טויט שיכור און איז איינגעשלאפן. האט די פרוי געבעטן די משרתים זיי זאלן אים אריינלייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן אין שטוב, צומארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז - האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!"


זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה, האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיר אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר, זאג איך אייך צו אז איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער; אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי.


דארפסט נישט ווארטן אויף ל"ג בעומר זיך דאס צו מקבל זיין, זיי זיך שוין מקבל צו מכבד זיין דיין ווייב און איר נישט וויי טון, און בעט דעם אייבערשטן פאר קינדער - וועט איר זוכה זיין צו זרע של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#21 - ווי אזוי דערהאלט איך זיך ווען עס איז א גיהנום אינדערהיים?
שידוכים, תהלים, כיבוד אב ואם, קינדער, מחלוקת, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, משפחה, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין לאנגע חדשים וואס דער מצב ביי אונז אינדערהיים איז זייער שווער, אבער יעצט איז שוין ממש עק וועלט, מיינע עלטערן האלטן זיך ביים גט'ן, און יעדן טאג איז דא קריגערייען און פיינטשאפט אינדערהיים, עס שפירט זיך ווי זיי זענען ממש צוויי פיינט.


איך שרייב די ווערטער מיט טרערן אין די אויגן, איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך מוז האבן אסאך חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין אין לעבן מיט שמחה און ערליכקייט.


אויסער דער זע איך ווי מיינע עלטערן ווערן שוואכער און שוואכער אין אידישקייט, און ווי מיין יונגערע שוועסטער קען מער נישט אויסהאלטן דעם מצב און זי אנטלויפט צו מאוויס, און דאס טוט מיר זייער וויי.


איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אז ער האט מיר צוגעשטעלט די רפואה פאר די מכה, אז איך בין געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן, צו די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, וואס דאס געבט מיר חיות, האפענונג, און א שטארקע אמונה, איך קען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי איך וואלט זיך אן עצה געגעבן אן דעם.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען שרייבן אביסל חיזוק, און אויך ווי אזוי איך קען מחזק מיין יונגערע שוועסטער און איר ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דערהאלטס אייך מיט אלע כוחות, נאך אביסל ווערט איר א כלה, איר וועט אויפשטעלן א שיינע אידישע ווארעמע שטוב, און מיט'ן רבינ'ס עצות און מיט'ן רבינ'ס שכל - וועט איר האבן א זיסע גוטע לעבן.


עס איז זייער שווער פאר קינדער ווען עלטערן קריגן זיך. קיינער פארשטייט נישט די צער פון די קינדער וואס די עלטערן קריגן זיך; עס איז זיי געפערליך שווער, מען ווערט צעדריקט יעדע מינוט אין לעבן.


מישט זיך נישט אריין ווען זיי קריגן זיך. איר זאלט שטיין פון די זייט און בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זיך נישט קריגן, זיי זאלן זיך ליב האבן. אזוי אויך געבט אכטונג אויף אייערע יונגערע געשוויסטער, עס זאל זיי גוט זיין.


זייט שטארק אין תפילה והתבודדות, גייט יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, און גיסט אויס אייער הארץ. שמועסט מיט'ן אייבערשטן אין אייער שפראך, דערציילט אים וואס גייט אלץ אריבער אין שטוב, דערציילט אים אייער ווייטאג, בעטס אים פאר א גוטע שידוך, פאר שלום ביי די עלטערן און ביי גאנץ כלל ישראל.


אזוי אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהילים, אפילו נאר אפאר קאפיטלעך תהילים - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - זאל איך צוריק אנטון מיין הוט און רעקל לכבוד מיין מאמע?
כיבוד אב ואם, קליידער, משפחה, משניות, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט געגאנגען שבת מיט א הוט און רעקל און אינדערוואכן בין איך געגאנגען מיט קאלירטע קליידער. מיין מאמע האט מיר געבעטן איך זאל צוריק אנטון א הוט און רעקל, און איך האב טאקע צוריק אנגעטון מיין הוט און רעקל אויך אינדערוואכן לכבוד מיין מאמע.


מיינע עלטערע ברידער זענען אבער ליידער פריי, נישט קיין שומרי תורה רחמנא ליצלן, און זיי זענען געווען ביי אונז אויף שבת, און זיי האבן נישט אויפגעהערט חוזק צו מאכן פון מיר די גאנצע צייט, און עס איז מיר געווען זייער נישט בא'טעמ'ט.


וואס זאל איך טון? זאל איך צוריק אויסטון די הוט און רעקל, ווייל עס איז מיר באמת זייער נישט אנגענעם ווען מיינע ברידער לאכן אפ פון מיר, אדער זאל איך נישט קוקן אויף זייער זייט און מכבד זיין די רצון פון מיין מאמע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך א נחת רוח פאר דיין מאמע, טו זיך צוריק אן די חסידי'שע קליידער. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחי' זיין טאטע מאמע, די שכר וואס דער אייבערשטער באצאלט אויף די וועלט און שפעטער אויף יענע וועלט - ווען מען איז מחי' און משמח טאטע מאמע; ווער רעדט נאך ווען זיי ווילן גוטע זאכן, זיי ווילן זאלסט גיין אנגעטון מיט קליידער וואס ערליכע אידן גייען - זאלסטו דאס זיכער טון.


שעם זיך נישט פון קיינעם און אויך נישט פון דיינע ברידער. ווער עס לאכט אפ פון א צווייטן איז א סימן פון קנאה; דיינע ברידער לאכן פון דיר ווייל זיי ווילן אויך זיין גוט, טיף אין זייער הארץ ווילן זיי אלע תשובה טון; זאלסטו זיין שטארק און זיך נישט צוטון מאכן פון קיינעם אין די וועלט.


מאך זיך א שיעור אין משניות, לערן יעדן טאג כמה פרקים משניות - אפילו בלי הבנה כלל. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה", נאר זאגן די ווערטער; דאס וועט דיר געבן כח צו זיין ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - מעג מיין ווייב גיין צו א געמישטע קאנצערט?
שלום בית, צניעות, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, משפחה, זינגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א וויכטיגע שאלה, אויב מיין ווייב מעג גיין מיט אירע שוועסטערס און אירע עלטערן צו א קאנצערט פון א געוויסן זינגער, וואס מען זיצט דארט געמישט מענער און פרויען, מען קען אבער אויך זיצן באזונדער מיט די אייגענע משפחה, און אויב יא, אויב מעג איך אויך מיטגיין מיט איר, ווייל זי וועט מער הנאה האבן אויב איך וועל זיין מיט איר.


איך פאר מיר וואלט נישט געוואלט גיין, און איך וואלט אויך נישט געוואלט זי זאל גיין, ווייל איך ווייס אז מוהרא"ש זי"ע איז געווען קעגן קאנצערטן, אבער זי וויל זייער שטארק יא גיין.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר שרייבן די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראגע איז אויב דיין ווייב וויל וויסן אדער דו ווילסט וויסן, ווייל אויב זי האט דיר געשיקט פרעגן, זי וויל הערן און זי איז גרייט אנצונעמען - איז דער ענטפער קלאר "ניין", מען טאר נישט גיין צו א קאנצערט וואס איז געמישט מענער און פרויען.


די פראגע איז, אויב דיין ווייב וויל נישט הערן, זי גייט סיי ווי גיין - דעמאלט דארפסטו זיך באנוצן מיט חכמת מוהרא"ש איר נישט צו פארלירן. און אז זי גייט סיי ווי גיין - זאלסטו איר נישט טשעפען און וויי טון; דארפסט איר נישט אויסלויבן אז זי גייט, אבער חס ושלום נישט טשעפען. און אז זי וויל דו זאלסט מיט קומען מיט איר, זאלסטו איר זאגן שיינערהייט זי זאל גיין מיט איר משפחה און דו וועסט בלייבן אין שטוב.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך, פאר די ווייב און קינדער - מען זאל בלייבן ערליך, מען זאל זיך ציען צו גוטס, בענקען צו גוטע זאכן; אין יעדע שטוב איז דא וואס פארלירן די געפיל צו בלייבן ערליך, גיין אין די וועג פון די עלטערן; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אידישע קינדער זיי זאלן זיך קענען דערהאלטן אינעם לאנגן גלות; אזויפיל פאלן אוועק, מען גייט נאך אומות העולם.


דו ווייסט אוודאי די מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט פון רבי נפתלי זכרונו לברכה, ער האט געהאט א זון וואס איז אוועקגעפאלן פון אידישן וועג, פלעגט ער דאווענען אז דער קינד זאל שטארבן; ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי זיין זון פירט זיך אויף נישט אידיש, און אזוי איז געשען, דער קינד איז געשטארבן. האט אים רבי נתן פארגעהאלטן: "אז דו האסט יא אזא כח, דו קענסט פועל'ן מיט'ן דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן? וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#18 - בין איך מחויב אריינצונעמען מיין שווער און שוויגער אויף שבת?
כיבוד אב ואם, הכנסת אורחים, שווער און שוויגער, משפחה, עלטערע יארן, זומער

תוכן השאלה‎

מיין שווער און שוויגער האבן אפגעמאכט צו קומען צו אונז אין אונזער קליינע פארשטופטע באנגעלאו אויף שבת, מיט מיין מאנ'ס הסכמה.


דער פראבלעם איז אז איך בין זייער זייער נישט באקוועם מיט די גאנצע זאך, איך פיל ווי סיי מיין שווער און סיי מיין שוויגער וועלן זיין אין מיין נאז א גאנץ שבת און זונטאג, עס נעמט אוועק מיין גאנצע פריוואטקייט, איך גיי דארפן שלאפן אין די קאך מיט א פורהאנג, איך וועל זיך נישט קענען דרייען באקוועמעהייט אין מיינע אייגענע ד' אמות, איך גיי שפירן ווי א פרעמדער גאסט אין מיין אייגענע שטוב, איך גיי זיין ווי א שטיקל מיסט, בלויז ווייל מיין מאן וויל געבן פאר זיינע עלטערן א שבת וואקאציע.


בין איך מחויב נאכאלץ צו מסכים זיין צו דעם, נאר ווייל מיין מאן וויל אזוי? ווען זיינע עלטערן זענען נעבן מיר, בין איך שוין גארנישט ווערד; איך בין א מענטש וואס דארף מיין רואיגקייט, מיין "ספעיס", און דא זאל איך זיך אריינלייגן אין א מצב ווי איך שפיר ווי איך האב נישט קיין לופט צו אטעמען? איך בין נישט באקוועם מיט זיי בכלל, און א קליינע באנגעלאו נאך אויך, וואס דארף איך טון? איך מעג אראפשטעלן קלאר אז איך בין נישט מסכים? איז עס גערעכט? איך טראכט אז מיין מאן קען מיך בכלל נישט פארשטיין. איך בין צעמישט אויב איך דארף זיך מוסר נפש זיין פאר דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט נישט מחויב דאס צו טון, איר דארפט דאס נישט טון; די שאלה איז, וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום ווען איר וועט זיין די אלטע באבע און אייער מאן - דער זיידע, און איר וועט זוכן זומער א פלאץ וואו צו זיין; איר וועט זיך זיכער מחי' זיין אויב אייער קינד וועט זיך צאמקוועטשן פאר א שבת, אייך ארייננעמען און אייך מאכן באקוועם.


על פי הלכה קענט איר זאגן: "מיר האבן נישט קיין פלאץ", "עס האט נישט קיין פשט צו שלאפן אין קאך מיט א פירהאנג וכו' וכו'", אבער וואס טוט מען נישט פאר עלטערן... דאס לעבן איז דאך נאר אינטערעסאנט אז מען קען מחי' זיין די עלטערן; אפגערעדט אז דאס איז די גרעסטע חינוך, מען ווייזט פאר די קינדער ווי אזוי מען איז מכבד עלטערן, דאן וואקסן די קינדער אויף אזוי הייליג און אזוי געזונט; זיי וועלן אייך אויך מכבד זיין.


איך בין אזוי אויפגעוואקסן אלע מיינע יארן. מיינע עלטערן האבן אריינגענומען מיין באבע, מרת רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, זי פלעגט איינשטיין א האלבע זומער ביי מיינע עלטערן; מיינע עלטערן האבן נישט געהאט א פלאץ, זיי האבן געהאט א פשוט'ע באנגעלאו, זיי האבן אוועקגעגעבן זייער שלאף שטוב פאר איר, און זיי האבן זיך אריינגעקוועטשט אינאיינעם מיט די קינדער. עס זענען געווען צוויי שלאף שטובער, די בעסטע שטוב האט מען איר געגעבן, און מיין טאטע שליט"א און מאמע תחי' האבן זיך אריינגעקוועטשט מיט די קינדער אין די צווייטע שטוב. עס איז געווען אזוי פרייליך אין שטוב, מען האט געשפירט די שכינה אין שטוב; עס איז אונז קינדער ניטאמאל איינגעפאלן אז דאס איז עפעס א זאך וואס אנדערע טוען נישט, מיר האבן געמיינט אז אלע טוען אזוי, מיר האבן געמיינט אז ביי אלע משפחות זענען די עלטערן דער עיקר פון די לעבן.


די שאלה איז, פארוואס דארף דאס זיין מסירות נפש? פארוואס זאל מען דאס נישט וועלן טון מיט שמחה?! עס וואלט ווען געדארפט זיין די גרעסטע שמחה אז די עלטערן קומען.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן די מצוה פון כיבוד אב ואם, איר זאלט לעבן מיט די מצוה - וועט איר זיך בכלל נישט דארפן מוסר נפש זיין, איר וועט הנאה האבן פון מכבד זיין די עלטערן, איר וועט האבן א זיסע לעבן.

#17 - ווי אזוי קען איך גיין קיין ברסלב, אן מצער זיין מיין פאמיליע?
חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, משפחה, חברים, ראש ישיבה, התנגדות, לשון הרע, שבועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען מיר אזוי שטארק מחי' און העלפן מיר אזוי שטארק אין לעבן.


איך קום פון א ליטווישע משפחה, ביי אונז אין די משפחה האט מען נישט ליב ברסלב, מען רעדט אויף ברסלב, אבער מיר ציעט עס זייער שטארק, עס געבט מיר א סיפוק און חיות אין לעבן, ווען איך טרעף זיך מיט פרויען פון ברסלב ווער איך אזוי שטארק איבערגענומען פון די גוטע אטמאספער, ווי יעדער איז פרייליך און פאזיטיוו, ווי מען זאגט יעדע מינוט "יישר כח אייבערשטער", און איך וויל אזוי שטארק זיין א חלק פון די ברסלבע קהלה.


ווי אזוי געב איך זיך אבער אן עצה מיט מיין פאמיליע? ווי אזוי האלט זיך צוריק נישט צוריק צו ענטפערן ווען מען האלט מיר פאר וועגן ברסלב? יעדעס מאל איך וויל גיין צו עפעס א מסיבה אדער צוזאמקום אין ברסלב, דארף איך טרעפן עפעס א תירוץ פאר מיינע עלטערן וואו איך גיי און פארוואס איך גיי, יעדעס מאל בין איך נאכאמאל מסופק אויב איך זאל זיי בכלל זאגן אז איך גיי צו א ברסלב'ע פלאץ אדער טרעפן עפעס א תירוץ וואו איך גיי, ווי לאנג קען איך דאס אויסבאהאלטן און זיך נישט ארויסשטעלן אפן אז איך האב ליב ברסלב און איך וויל גיין צו ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב צו אייך א פראגע, פארוואס דארפן בכלל אייער משפחה וויסן אז איר נעמט אייער חיות פון הייליגן רבי'ן? פארוואס דארף צוגיין דאס התקרבות מיט מחלוקות? פארוואס אוועקגיין פון שטוב? צי דען קען מען נישט זאגן "שכוח אייבערשטער" אין שטוב? מען מוז זיך צעקריגן מיט משפחה, אוועקגיין פון שטוב - צו קענען זאגן "שכוח אייבערשטער"? מען קען דאך זיין מקורב, בלייבן אין שטוב, אויסהערן שיעורים, לערנען דעם רבינ'ס ספרים - אן גיין און קומען וכו'.


איר דארפט פארשטיין, קודם, וואס איז דאס ברסלב? ברסלב איז שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן. דער רבי לערנט אונז אמונה, דער רבי געבט אונז חיזוק צו קענען אריבערגיין שווערע זמנים אין לעבן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט די שיינע דיבורים פון רבי'ן, שיעורים פון אנשי שלומינו ווי זיי לערנען און דערציילן פון רבי'ן - ווערט דער לעבן אזוי זיס, מען האט כח אריבערצוגיין די שווערע נסיונות, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען הויבט אן שמועסן מיט'ן אייבערשטן, ממש א לעבן פון גן עדן.


עלטערן ווערן דערשראקן ווען פלוצלונג יעדן טאג וויל זייער טאכטער גיין דא, גיין דארט; מען ווערט דערשראקן ווען דאס קינד וויל כסדר ארויסגיין. די עלטערן ווייסן נישט פינקטליך וואס איז דאס ברסלב, און אסאך מאל הערט מען לשון הרע, דעריבער איז נישט כדאי זיך צו שפאַרן ארויס צו גיין דא, ארויסגיין דארט; מען קען האבן גוטע חבר'טעס דורך רעדן אויפ'ן טעלעפאן, ענדערש בלייבט מען אין שטוב העלפן די עלטערן.


איך בין אפאר יאר געווען מקורב צום רבי'ן אן דעם וואס איינער זאל בכלל וויסן, איך האב זיך מתבודד געווען און געלערנט מיינע שיעורים כסדרן, אויך האב איך געהאט שטילערהייט שיחות מיט ערליכע חברים, קיינער האט נישט גע'חלומ'ט בכלל אז איך בין ברסלב. שפעטער ווען איך בין געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה, דעמאלט איז ארויסגעקומען דער סוד, מיין משפחה האט זיך דערוויסט אז איך צי זיך קיין ברסלב. נאך ראש השנה, נאכן צוריקקומען פון אומאן בין איך ווייטער געבליבן אלע זמנים וואס מען קומט זיך צאם מיט משפחה, איך בין נישט אוועקגעלאפן יעדע שני וחמישי.


מוהרא"ש האט מיר דאס געלערנט. איך האב אמאל געפרעגט מוהרא"ש פאר יום טוב שבועות: "איך קום אריין קיין בארא פארק צו מיינע עלטערן אויף שבועות, מיין טאטע דאווענט ביי מיין זיידע (שליט"א) [זכרונו לברכה], חברים זאגן מיר אז איך מוז קומען דאווענען אין היכל הקודש, ווייל שבועות דאווענט מען מיט אנשי שלומינו, דאס ראטעוועט פון עולם התוהו, אדער זאל איך בלייבן דאווענען אין קארלסבורג מיט מיין משפחה און נישט מאכן מחלוקות?" מוהרא"ש זאגט מיר: "קודם געב אכטונג נישט צו זיין בזה העולם אין עולם התוהו"; דאס איז געווען דער וועג פון מוהרא"ש, נישט צו מאכן קיין מחלוקות, בלייבן מיט די משפחה און דארט לעבן מיט די עצות פון רבי'ן.


למעשה האב איך אויסגעארבעט א וועג צו קענען דאווענען ביי מוהרא"ש. דעמאלט האט מוהרא"ש געדאווענט ותיקין, איך האב זיך געמאכט א חשבון אז איך גיי ותיקין צו מוהרא"ש און ווען מען ענדיגט דאווענען וועל איך גיין צו מיין זיידע, אזוי האב איך געטון אפאר יאר, איך האב געדאווענט ביי מוהרא"ש און נאכדעם בין איך געזיצן מיט'ן טלית ביי מיין זיידעס מנין פאר כמה שעות, איך האב זיך מתבודד געווען אונטערן טלית אן דעם וואס מען זאל וויסן אז איך בין אנדערש פון די משפחה.


באזונדער ווען עס רעדט זיך פון פרויען און מיידלעך וואס ווילן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, ביי זיי איז דאך אסאך גרינגער עס זאל נישט ווערן קיין מחלוקות. ביי מענער, דארט קלאפט עס אויס ביים פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, ביי פרויען איז דאס נישט שייך, פרויען פארן נישט קיין אומאן ראש השנה, קען מען דאך בלייבן מיט די משפחה, מיט די עלטערן און שלום על ישראל.


וואס איז די זאך פון גיין צו ברסלב'ע מענטשן וואס זענען פאזעטיוו און זאגן א גאנצן צייט "שכוח אייבערשטער"? צי דען קען מען נישט בלייבן אין שטוב און דאנקען דעם אייבערשטן? מען מוז שטיין נעבן ברסלב'ער מענטשן צו קענען זאגן "שכוח אייבערשטער"?!


געדענקט, ברסלב איז נישט אוועקגיין פון משפחה, ברסלב איז נאר די זאך: דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און זיך פרייען מיט גוטע זאכן וואס מען טוט; דאס קען מען טון ווען מען איז אויסגעמישט מיט די משפחה, און אזוי קען מען גאר מקרב זיין די גאנצע משפחה, אלע זאלן מקורב ווערן.

#16 - וואס טו איך אז מיין שוויגער וויל נישט אין זאל דאווענען אין ברסלב?
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, בית המדרש, משפחה, קאמפלימענטס, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעדעס מאל וואס איך גיי דאווענען אין היכל הקודש, בין איך זיך נאכאמאל מחי' פון פריש, איך באקום א פרישע התחזקות צו דינען דעם אייבערשטן.


מיין ווייב האט נישט קיין פראבלעם איז איך גיי דארט דאווענען, אבער פאר מיין שוויגער שטערט עס יא, זי טענה'ט אז איך דארף גיין צו א געהעריגע מסודר'דיגע חסידות, און זי האלט אין איין מוטשען מיין ווייב דערוועגן, אז זי זאל מיר איבעררעדן איך זאל גיין ביי זייער חסידות, און דאס שטערט פאר מיין ווייב אז איר מאמע מאכט איר משוגע וועגן דעם.


וואס קען מען טון אין אזא מצב? מיין ווייב בעט מיר צומאל אז איך זאל גיין דאווענען מיט מיין שווער, און איך געב איר נאך, איז דאס די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי איז נישט קיין מתנגדת אויפ'ן רבי'ן; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ווייסט פון רבי'ן און דיין ווייב איז דיר נישט קיין אפהאלט.


אויך זאלסטו איר דאנקען; דאנק איר און לויב איר, געב איר אסאך גוטע ווערטער. איינע פון די הויפט שליסלען פון האבן שלום בית איז געבן אסאך גוטע ווערטער, נישט זיין א קארגער ווען עס קומט צו געבן גוטע ווערטער.


דיין שוויגער זאלסטו אויך באגיסן מיט גוטע ווערטער, זאג איר: "איך בין אזוי דאנקבאר אז איך האב באקומען א טייערע ווייב, איך האב ליב די משפחה, עס איז מיר אזוי גוט צו זיין דא"; שווער און שוויגער מישן זיך נישט אריין אינעם איידעמ'ס לעבן, זיי ווילן איין זאך, עס זאל זיין גוט פאר זייער טאכטער; ווען זיי זעען די טאכטער פרייליך און צופרידן, זיי זעען אז דער איידעם האט דרך ארץ - וועלן זיי שטיין אין די זייט און עסן די נחת.


דו זאלסט זיך פירן מיט די גרעסטע כבוד צו דיין שווער, זיי אים מכבד - וועט ער אנהויבן אויך דאווענען מיט דיר אין ברסלב, און דיין שוויגער וועט אויך קומען קיין ברסלב.


לאך נישט; איך האב דאס שוין געזען צענדליגער מאל, ווי עלטערן וואס זענען מתחילה געווען גרויסע מתנגדים - זענען מקורב געווארן דורך א זון, אדער אן איידעם - פון זען זייער דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - וואס טו איך אז מ'רעדט ניבול פה ביי מיר אינדערהיים?
משפחה, ניבול פה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב א וואוילער שווער, ער העלפט מיר אלץ מיט וואס ער קען, בכלל איז ער א גוטער מענטש ער ווייסט נישט וויאזוי מען טוט וויי איינעם. איך האב אבער א פראבלעם אז ער נוצט זייער אסאך מאל א שמוציגע ווארט, למשל לעצטנס איז ער געווען ביי מיר אינדערהיים, און בשעת די קינדער האבן געשפילט, ווען ער וויל זיך אויסדריקן עפעס, נוצט ער די שמוציגע ווארט, פארשטייט זיך אביסל שטילער.


איך בין מודה אז איידער איך בין מקורב געווארן האב איך עס אויך גענוצט, אבער יעצט שטערט מיר עס זייער שטארק, און אויך כאפט זיך עס אריין ביי מיין ווייב. איך דארף אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט אויב דו ווייסט וואס פאר א צרות און גזירות - ניבול פה ברענגט אויף די וועלט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג:) און דער רבי ברענגט דאס (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", צוליב די עבירה פון ניבול פה קומען אסאך צרות און נייע גזירות אויף די וועלט, "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, חַס וְשָׁלוֹם", יונגע מענטשן שטארבן, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", יתומים און אלמנות שרייען פאר הילף און זיי ווערן נישט געענטפערט, אלעס דורך די עבירה פון ניבול פה.


נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים אפגעשריבן א גוטע זאך פאר זיבעציג יאר, "הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", דריידט מען עס איבער צו שלעכט, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", דורך ניבול פה מאכט מען זיך טיפער די גיהנום, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", און נישט נאר דער וואס רעדט ניבול פה, נאר אפילו דער וואס הערט אויס ניבול פה.


נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ה): "חָמוּר הַאוֹמֵר בְּפִיו", עס איז אסאך ערגער די וואס רעדן שמוציג מיט'ן מויל, "מִן הָעוֹשֶׂה מַעֲשִֶׂה", ווי דער וואס טוט שמוץ; דער וואס רעדט, ער דערציילט א שמוציגע מעשה - איז נאך ערגער פון דער וואס האט געטון די מעשה.


געוואלד און געשריגן פאר דער וואס רעדט ניבול פה, ער מאכט חרוב די וועלט! ביי אונז אין ישיבה איז מען זייער מקפיד אויף ניבול פה, מער ווי אויף אלעס. אויך די מלמדים זענען זייער שטרענג אויף דעם, אז מען הערט ביי א קינד אפילו כמו ניבול פה, אדער ווערטער וואס זענען נישט די איידלסטע - איז מען זייער שטרענג.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, אונז שיקן א רוח טהרה פון הימל, מיר זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


א ליכטיגן חנוכה.

#14 - וואס טו איך אז די צניעות ביי מיין שוויגער'ס הויז איז נישט אויסגעהאלטן?
שלום בית, צניעות, שווער און שוויגער, משפחה, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון אז מיינע שוועגערינס און אויך מיין שוויגער גייען נישט אנגעטון אזוי צניעות'דיג, מיט צוגעפאסטע קורצע קליידער און נישט צו דיקע שטרימפ, און דאס גלייכן; און כמעט אלעמאל וואס איך קום צו זייער הויז ווער איך נכשל אין זען פיס פון פרויען ווען זיי זיצן אויפגעדעקט די קלייד העכער די קני, אדער ווי איינע פון די מיידלעך ליגט אויסגעלייגט אויף די סאפע מיט דער קלייד אויפגעהויבן.


אויך קענען זיי זינגען ווען איך בין דארט, זיי קענען מיטזינגען די זמירות, און אויב וועל איך זיי דערמאנען אז ס'איז דא פרעמדע מענער, וועט עס העלפן קוים פאר צוויי מינוט, און פארשטייט זיך אז פאר מיין שוויגער קען איך בכלל גארנישט זאגן.


דאס אז מיין ווייב טוט זיך אן מער צניעות'דיג פון אלע אירע שוועסטערס איז ממש א מסירות נפש פון איר, זי וויל זיך צושטעלן צו צניעות, אבער עס איז אויך זייער שווער ווען אלע גייען אנגעטון אזוי און זי איז אנדערש, און אויך די נייע מאדע פון יעדע סעזאן רעכנט זיך בכלל נישט מיט די כללים פון צניעות, און זי וויל נישט בלייבן אונטערשטעליג; דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט חס ושלום נישט זאגן דיין שווער און שוויגער. ווען דו גייסט צו זיי זאלסטו זיצן אין דער זייט איידל, נעם א ספר, באשעפטיג זיך מיט גוטע זאכן - וועסטו נישט ווערן געשטערט פון גארנישט, עס וועט זייער וויי טון דיין ווייב אז דו וועסט זיך קריגן מיט איר משפחה. זוך נישט איבערצומאכן די וועלט, מאך זיך אליינס איבער.


דו זאלסט דאנקען דיין ווייב אז זי איז איידל און אז זי פירט זיך מיט יראת שמים, דאס וועט איר געבן כח צו זיין שטארק און נישט פאלן פאר אירע געשוויסטער. די חיזוק זאל זיין מיט שכל, נישט אויף א וועג פון אונטעררייסן אירע געשוויסטער און איר מאמע; זאלסט איר חס ושלום נישט וויי טון. עס איז נישט קיין חיזוק ווען מען זאגט פאר די ווייב: "איך בין אזוי פרייליך אז דו ביסט נישט ווי דיין מאמע און שוועסטערס", דאס ציפט אין הארץ; דו זאלסט איר נאר זאגן ווי פרייליך דו ביסט אז זי איז איידל.


נאכאמאל, לאז אפ דעם וועג; זוך נישט צו פאררעכטן יענעם, פאררעכט זיך אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - מעג מען שניידן די שנויצן?
משפחה, בושה, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך שניידן אביסל די שנויצן, עס שטערט מיר ביים עסן, אבער איך שעם זיך זייער פון מיין משפחה אז זיי וועלן מיר אראפקוקן אז איך שנייד עס.


דאס מאכט מיר אויך אז איך זאל זיך צוריק האלטן פון גיין באזוכן מיין פאמיליע, איך שעם זיך פון זיי, אבער פון די אנדערע זייט שטערט מיר אבער די לאנגע שנויצן.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו שניידן די שנויצן; דער באר היטב ברענגט אראפ (שלחן ערוך יורה דעה סימן קפא סעיף י, סעיף קטן ה) פונעם אריז"ל, אז ער פלעגט שניידן זיינע שנויצן כדי עס זאל אים נישט שטערן ביים עסן.


וואס גייט דיר אן וואס דיין ברודער זאגט אויף דיר? לאז יעדן איינעם טראכטן וואס מען וויל אויף דיר, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן ר): "טוֹב מְאֹד כְּשֶׁמּוֹסְרִין אֶת הַשּׁוֹטֶה לְתוֹךְ הָעוֹלָם", עס איז גוט ווען מען לאזט יעדן איינעם זאגן און טראכטן וואס זיי ווילן, דער עיקר איז מען זאל זיך נישט אליינס אפנארן, "וּמִי שֶׁנִּשְׁמָר שֶׁלֹּא לְהַטְעוֹת אֶת עַצְמוֹ, אֲזַי הוּא מַטְעֶה אֶת כָּל הָעוֹלָם", דער וואס טוט אלעס פאר'ן אייבערשטן, ער האט נישט קיין שום זייטיגע חשבונות - ביי אים פאסירט אז אלע זאגן אין אים סברות און דעות.


טו וואס איז גוט פאר דיר און דיין ווייב, לאז יעדן איינעם טראכטן אויף דיר וואס זיי ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#12 - האב איך ריכטיג געטון צו טוישן די שייטל צו א טיכל?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, משפחה, חאלאקע, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס אנגעהויבן גיין מיט א טיכל אנשטאט די שייטל מיט וואס איך בין געגאנגען ביז יעצט, פארשטייט זיך מיט רשות און מיט די הסכמה פון מיין מאן.


למעשה בין איך אבער צעמישט אויב איך האב ריכטיג געטון, ווייל איך האב נאנטע משפחה וואס זאגן אז איך האב עס נישט געטארט טון, זיי טענה'ן אז א צניעות'דיגע שייטל איז מער אויסגעהאלטן ווי א טיכל, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל נאר טון דעם רצון ה', און יעצט בין איך מסופק צי דער אייבערשטער איז טאקע צופרידן פון דעם שריט.


איך בין זיך זייער מחזק יעדע וואך מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן חיזוק אויף דעם.


אויך מאכן מיר ברוך ה' חאלאקע דעם ל"ג בעומר, און איך וויל וויסן אויב ס'איז עפעס אויף וואס מ'דארף פון יעצט מער מקפיד זיין ווען דאס קינד איז שוין דריי יאר אלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר ווילט אויסטון די שייטל און אנטון א טיכל און אייער מאן איז מסכים צו דעם, זאלט איר דאס אוודאי טון.


עס איז נישט וואר וואס אייער משפחה זאגט; אודאי איז א טיכל מער צניעות'דיג פון א שייטל. די גאנצע זאך וואס מען האט מתיר געווען א שייטל איז נאר ווייל מען וויל די פרויען זאלן זיך נישט שעמען זיך צו צודעקן דעם קאפ, א פרוי טאר נישט גיין אויפגעדעקט די אייגענע האר; פאר די פרויען וואס שעמען זיך צוצודעקן דעם קאפ אז זיי זאלן נישט נכשל ווערן - פאר זיי האט מען מתיר געווען צו גיין א שייטל, אבער א טיכל איז זיכער מער מעלה אין צניעות.


קיינער פון די משפחה קען זיך נישט אריינמישן אין אייער לעבן; אז איר מיט אייער מאן ווילן ביידע טון די גוטע זאך - זאלט איר דאס טון.


בנוגע אייער קינד וואס ווערט דריי יאר; פון היינט און ווייטער זאלט איר זען ער זאל שטענדיג גיין צוגעדעקט דעם קאפ, אפילו ביים שלאפן; א קאפל איז מסוגל אויף יראת שמים. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קנו:), די שטערן זעער האבן געזאגט פאר די מאמע פון רבי נחמן בר יצחק אז זי גייט האבן א קינד א גנב, האט די מאמע געמאכט א קאפל, זי האט דאס אנגעטון דעם קינד און אים אנגעזאגט ער זאל אלץ גיין מיט דעם, און ער איז געווארן א גרויסער צדיק, איינמאל איז אים די קאפל אראפגעפאלן, איז ער גלייך געלאפן גנב'ענען; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון גיין צוגעדעקט דעם קאפ.


אויך זאלט איר אכטונג געבן ער זאל גיין מיט ציצית און שלאפן מיט ציצית.


ועל כולם זאלט איר דאווענען צום אייבערשטן יעדן טאג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן ערליכע אידן, צדיקים. מוהרא"ש ברענגט זייער אסאך מאל די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵך בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש. און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - מיין ווייב טאר נישט האבן סמארטפאון, ווען אירע שוועסטערס האבן יא?
שלום בית, קדושה, קאמפיוטער, מאוויס, אידישע שטוב, משפחה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין לאנג געוואלט פרעגן די שאלה, איך האב אבער נישט געוואוסט ווי אזוי צו עס ריכטיג ארויסברענגען, יעצט זע איך אז דער ראש ישיבה האט לעצטע וואך געשריבן וויאזוי צו רעדן צו קינדער וועגן די ארומיגע משפחה וואס האבן סמארטפאונס.


קודם וויל איך זיך באדאנקען אויף די ענטפער, אבער ביי מיר איז עס נאך מער ווייל דער וואס פרעגט עס איז נישט מיינע קינדער, נאר מיין ווייב; און די משפחה זענען נישט קאזינס, נאר איר מאמע וואס האט א סמארטפאון און א קאמפיוטער אין שטוב, און אירע שוועסטערס האבן סמארטפאונס און זיי קוקן מאוויס.


מיין ווייב פילט זיך זייער ארויס פון די משפחה אז זי איז קען נישט מיטהאלטן מיט אלע זייערע זאכן, און מיט אלע שמועסן וועגן א נייע עפיזאד וואס איז יעצט ארויס אין די סעריע פון ..., און אזוי ווייטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר קענט זיך נישט פארשטעלן אייער זכות אז איר גייט מיט אייער מאן; איר ברענגט נישט אריין אין שטוב קיין טעלעפאן, איר קוקט נישט קיין מאוויס - אפילו עס איז אייך שווער. אייער מאן האט מיר געשריבן אז עס איז אייך זייער שווער ווען די גאנצע משפחה האט גרויסע שיינע בליטשקעדיגע טעלעפאונס, אלע קוקן מאוויס, אלע האלטן מיט די סעריע פון ...; ווען מען קומט זיך צאם אינאיינעם רעדט מען פונעם נייעם קאפיטל און נאר איר זענט אן קיין טעלעפאן, אן קיין מאוויס; איר שפירט זיך ארויס פון די משפחה, איר זענט נישט אפדעיטעד מיט אלע זאכן, איר ווילט אויך האבן א מאשין אויף וואס מען קען קוקן וכו'.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי', יעצט קען זיין איז אביסל שווער אבער עס וועט אריבערגיין אביסל צייט וועט איר זען וואס וועט פאסירן; איר וועט אויפשטעלן א שיינע דור ערליכע אידן, אייערע קינדער וועלן האבן א געפיל אין תורה און מצוות, זיי וועלן זיין ריין און לויטער; אנדערש וועט זיין ביי די עלטערן וואס זיי זענען נישט אפגעהיטן, זיי האבן טעלעפאונס און קוקן מאוויס, ביי זיי וועט נישט זיין אזוי ווי ביי די קינדער וואס זייערע עלטערן זענען ערליך.


איר דארפט זיך זייער פרייען אז אייער מאן איז אפגעהיטן, ער איז א ריינער אינגערמאן; אויב וועט איר צעברעכן דעם גדר, איר וועט מקיל זיין, מען וועט אנהייבן קוקן נאר דאס און נאר יענץ - וועט ער מער נישט אהיים קומען, איר וועט בלייבן עלנד אזוי ווי צענדליגער פרויען וואס זייערע מענער קומען נישט אהיים, עס אינטערעסירט זיי מער נישט אהיים צו קומען צו די ווייב.


איך האף אז איר וועט זיך מחזק זיין מיט די פאר ווערטער; איר וועט זיין פעלזן פעסט קעגן די נסיונות, איר וועט זיין שטערקער פון אייער מאן, איר וועט זיין דער וואס זאגט: "אין אונזער שטוב קומט נישט אריין קיין טעלעפאן וכו', וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ווי אזוי ערקלערט מען פאר קינדער אז מיר פירן זיך אנדערש פון די קרובים?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, מורה דרך, משפחה, סמארטפאון, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען זיך זייער מחזק מיט די בריוו פון "עצתו אמונה", א גרויסן יישר כח.


מיר האבן געוואלט פרעגן א זאך וואס שטערט אונז זייער שטארק. אין אונזער משפחה איז דא פילע פעטערס און קאזינס ארום און ארום וואס זיי אלע דרייען זיך מיט סמארטפאונס, האבן קאמפיוטערס אין שטוב, און אזוי ווייטער. זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, זיי זאגן אז די ערוואקסענע דארפן זיך אביסל אויסלופטערן, און די קינדער טאר מען נישט האלטן אזוי פארמאכט.


מיר זענען זייער קעגן דעם, מיר האבן נישט די אלע זאכן, מיר ווילן נישט ווייזן קיין ווידיאס פאר די קינדער. אבער די קינדער טרעפן זיך אסאך מיט די קרובים, און זיי ווילן אויך זען וואס די אנדערע זעען.


ווי אזוי קען מען דאס מסביר זיין פאר די קינדער אז מיר זענען אנדערש פון זיי? זיי גייען דאך אנגעטון פונקט ווי אונז, און ווי אזוי קענען די קינדער פארשטיין אז מיר גייען אויף אן אנדערן וועג?


פארשטייט זיך אז מיר זענען אסאך מתפלל פאר די הצלחה פון די קינדער ברוחניות ובגשמיות, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז אלעס פועל'ט מען נאר מיט תפלה, אבער מיר דארפן אויך אן עצה אויף למעשה ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין דעם ענין, און ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער איבער דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, י"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל זענען די עלטערן וואס געבן אכטונג אויף זייער שטוב, אויף זייערע קינדער; זיי זאלן אויפוואקסן אפגעהיטן און ריין.


זייער גוט טוט איר אז איר שטייט ווייט פון טעלעפאון און קאמפיוטער אז די קינדער זאלן וואקסן ערליך און ריין; איר וועט האבן נחת און שניידן שיינע פירות.


בנוגע וואס צו זאגן פאר די קינדער ווען זיי זעען ביי משפחה אז זיי האבן טעלעפאונס, קאמפיוטערס וכו' וכו'; וואס זאגט מען? וואס ענטפערט מען? די שאלה איז א כלליות'דיגע שאלה, עס איז נישט נאר ביי טעלעפאונס, עס איז ביי אלעס, ביי זייער אסאך משפחות צעטיילט זיך די משפחה, א טייל זענען זייער איידל און אפגעהיטן און א טייל זענען מער צעפלויגן און פראסט וכו'; שטעלט זיך די פראגע, וואס זאגט מען פאר די קינדער ווען זיי פרעגן 'פארוואס טארן מיר נישט גיין אנגעטון נאר אזוי און אזוי, און די אנדערע טייל פון די משפחה גייען אנגעטון ווי אזוי זיי ווילן?' אדער קען מען הערן קינדער פרעגן 'פארוואס טארן מיר נישט עסן ביי די פלאץ, בשעת אונזערע פעטערס און מומעס מיט זייערע משפחות עסן יא דארט?' זייער אסאך מאל איז עס גאר נאנטע משפחה און עס איז אזעלכע זאכן וואס מען קען נישט ווייזן קלאר פאר די קינדער אז די אנדערע טוען קעגן די תורה, שטעלט זיך די פראגע, וואס זאגט מען? וואס ענטפערט מען?


דאס בעסטע איז אז מען רעדט צו די קינדער שטענדיג פון האבן א מורה דרך אין לעבן; פון האבן א רב, אן ערליכער איד, וואס ער לערנט אונז ווי אזוי מען זאל זיך פירן - אזוי פירן מיר זיך און היות אונזער רב זאגט מיר זאלן נישט האבן קיין טעלעפאון און קאמפיוטער אין שטוב - פאלגן מיר וואס אונזער רב זאגט, קען זיין אז די איבריגע משפחה האבן אנדערע שיטות, אנדערע וועגן וכו'. אונזער רב זאגט מיר זאלן גיין אנגעטון אזוי און אזוי, אונזער מורה דרך לערנט אונז מיר זאלן עסן נאר די הכשר וכו', וכו'.


לייגט אריין אין די קינדער זיי זאלן ליב האבן ערליכע אידן, ארויפקוקן ערליכע אידן; זיי זאלן וויסן אז מען דארף האבן אן ערליכער איד וואס פירט דער לעבן. חזר'ט מיט זיי אז א איד קען נישט טון וואס מען וויל, א איד האט די תורה, מען דארף גיין אין די וועג פון די תורה און אין יעדן דור מאכן זיך נייע שאלות און נייע ספיקות, דארף מען האבן ערליכע אידן תלמידי חכמים יראי השם וואס זיי ווייזן אונז וואס דער וועג פון תורה איז.


אז מען לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו תלמידי חכמים יראי השם, וועלן זיי וואקסן ערליכע אידן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", ווער עס איז מכבד תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו האבן איידעמער תלמידי חכמים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און ווער עס האט מורא פון תלמידי חכמים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָא מֵרַבָּנָן", וועט אליינס ווערן אן ערליכער איד; חס וחלילה אוועק מאכן ערליכע אידן, חס וחלילה שפעטן פון תלמידי חכמים, די אלע וואס מאכן חוזק פון ערליכע אידן, שפעטן פון ערליכע אידן - וועלן זייערע קינדער אוועקגיין פון אידישקייט.


ווען מען פארענטפערט אזעלכע פראגעס דארף מען בעיקר רעדן פון זיך, נישט אוועק מאכן אנדערע; דאס הייסט, דער עיקר זאל מען רעדן פון האבן א רב, א מורה דרך וואס ער ווייזט אונז ווי אזוי מיר זאלן לעבן. וואס ווייניגער רעדן קעגן די איבריגע משפחה, מען קען רעדן קעגן דעם פראבלעם, דאס שעדליכקייט פונעם פראבלעם, אבער נישט אוועק מאכן די משפחה.


אז מען לייגט אריין אין די קינדער פון יוגנט אז 'מיר האבן א וועג ווייזער' - ווערן זיי קלאר, זיי ווערן נישט צומישט ווען זיי זעען אנדערע גייען אין אנדערע וועגן. דאס האט דער הייליגער תנא רבי אליעזר געזאגט פאר זיינע תלמידים איידער ער איז נסתלק געווארן (ברכות כח:), ווען זיי האבן אים געבעטן: "רֶבִּי, לַמְּדֵנוּ אָרְחוֹת חַיִּים", רבי, איידער דער רבי גייט אוועק פון אונז זאל אונז דער רבי זאגן ווי אזוי זאלן מיר זיך פירן, האט ער זיי געזאגט אפאר וויכטיגע זאכן, איינע פון די זאכן האט ער זיי געזאגט: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", איר זאלט נעמען אייערע קינדער זיי זאלן זיך דרייען ביי ערליכע אידן, לערנען די וועג פון די תורה, אזוי וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - זאלן מיר גיין צו א משפחה שמחה אן קיין מחיצה?
שמחות, צניעות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין שוואגער מאכט בר מצוה אין עטליכע וואכן, ער מאכט עס אין א זאל אן קיין מחיצה.


ער לאדנט איין נאר די נאנטע משפחה פון זיין זייט און פון זיין ווייב זייט, און ער וויל עס מאכן מיט סאציאלע אפזינדערונג (סאשעל דיסטענס) און דעריבער שטעלט ער אויס די טישן לויט די משפחות. איך מיט מיין ווייב וועלן זיצן ביי א טיש מיט מיין שווער און שוויגער, און מיין רוקן וועט זיין אויסגעדרייט צום איבריגן עולם. און ער וויל וויסן אויב איך קען קומען אפילו אז ס'וועט נישט זיין קיין מחיצה.


וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון, זאל איך גיין מיט מיין ווייב, אדער זאל נאר מיין ווייב גיין, אדער זאל קיינער פון אונז נישט גיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט זאגן מען זאל יא גיין.


מוהרא"ש זאגט, די אלע וואס האבן משפחה וואס זענען נישט אזוי אפגעהיטן אין צניעות, ווען עס קומט אויס צו גיין צו א חתונה וכדומה קען מען גיין, מען קען זיין ביי די שמחה און אין די זעלבע צייט זאל מען נישט דארט זיין. צום ביישפיל ביי א חתונה; בשעת די חופה קען מען זיין, מען וואונטשט יעדן איינעם מזל טוב, נאכדעם ביי די סעודה טרעפט מען א איידעלע פלאץ און ביים טאנצן - אויב איז עס נישט מיט'ן אייבערשטן, מען טאנצט אינאיינעם בתערובות רחמנא לצלן - גייט מען ארויס פון זאל, שפעטער ביי די הפסקה ווען מען טאנצט נישט, באווייזט מען זיך נאכאמאל דעם פנים; מיט חכמה זעט מען אז מען זאל נישט מאכן קיין מחלוקת און מען זאל נישט נכשל ווערן אין תערובות השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון אונזער גלות, דער אייגענער גלות, אלע אידן זאלן תשובה טון און זיך פירן בדרך התורה.

#8 - ווי אזוי קען איך זיך אויסקומען מיט מיין יונגערע שוועסטער?
חיזוק פאר מיידלעך, משפחה, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער באדאנקען פארן ראש ישיבה, וואס האט מיר ממש געגעבן א נייע לעבן, א נייע מח, פשוט שכל! איך לעב מיט אמונה, תפילה, און התבודדות, איך רעד שיין אין שטוב צו טאטע מאמע, איך פאלג זיי אויפ'ן רגע, א זאך פון וואס זיי שעפן פיל נחת פון מיר.


איך האב א זאך וואס איך מוטשע זיך זייער שטארק מיט דעם,
איך האב א שוועסטער וואס איז יונגער פון מיר, און איך וועל זאגן דעם אמת אז איך האב איר נישט ליב, איך האב נישט ליב איר נאטור, איך זוך אלץ נישט צו זיין מיט איר צוזאמען, און נישט זיצן נעבן איר. איך ווייס נישט ווער ס'מאכט נערוועז וועמען. אבער די מציאות איז אז מיר האבן זיך נישט אזוי ליב און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך האב זיך אזויפיל מאל אונטערגענומען קבלות צו רעדן צו איר שיין, איר פאלגן וואס זי בעט מיר, איר ענטפערן שיין, עס איז מיר אבער זייער שווער. איך רעג זיך אויף אזוי שנעל ווען זי רעדט צו מיר, איך דארף זיך איינהאלטן מיט אייזערנע כוחות צו רעדן שיין צו איר. און אז איך רעד שיין צו איר איז עס נאר ווייל איך ארבעט זייער שטארק אויף מיר.


איך וויל א עצה, איך וויל וויסן צי איך וועל נאך קענען אמאל זיצן און שמועסן מיט איר שיין אזוי ווי צוויי גוטע פריינד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס דארף אייך נישט שטערן אז איר קומט זיך נישט אויס מיט אייער יונגערע שוועסטער. עס איז דא ביי אסאך יונגע מענטשן דעם געפיל; מען לויפט אוועק פון די געשוויסטער, מען ווערט נערוועז פון זיי. רוב מאל קומט דער געפיל ווייל מען מיינט אז מען טראגט די אחריות אויף זיי, מען שפירט ווי מען וועט ווערן פארשעמט פון זייער רעדן, פון זייער אויפפירונג און דאס גלייכן.


אז איר וועט אריין נעמען אין זיך אז איר טראגט נישט קיין אחריות ווי אזוי אייער שוועסטער פירט זיך אויף, עס איז נישט אייער אחריות ווי אזוי זי פירט זיך - וועט אייך זיין גרינגער איר אויפפירונג, איר וועט קוקן אויף איר ווי מען קוקט אויף א פרעמדע מיידל, וועט עס אייך נישט אזוי נערוועז מאכן.


ווען איר מאכט קבלות, איר ווילט זיין גוט; דארפט איר נישט מאכן קבלות צו פאלגן אייער שוועסטער און צו טון וואס זי בעט אייך, פאלגן זאלט איר אייערע עלטערן און פאלגן דארף מען דעם אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן שיין צו אלעמען, אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו בעט זיך צום אייבערשטן: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", איך זאל רעדן צו מיינע פריינט שיין, "וְאַל יַעֲלֶה בְּלִבֵּנוּ שׁוּם שִֹנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרוֹ חָלִילָה", איך זאל קיינעם נישט פיינט האבן.


ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט מען מער און מער אויסגעארבעט; עס באדערט שוין נישט אזויפיל זאכן, עס שטערט נישט מער די זאכן וואס פלעגן שטערן ביז אהער. רעדן צום אייבערשטן איז אזוי ווי דאס כשר מאכן פלייש, מען זאלצט די פלייש ארויס צו נעמען די בלוט, דאס זעלבע איז התבודדות; ווען מען איז זיך מתבודד, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, מען בעט אים ער זאל העלפן ארויס נעמען די שלעכטע מידות פון זיך, דורכדעם גייט ארויס די גאנצע שלעכטע נאטור און מען ווערט א כשר שטיקל פלייש, מען ווערט אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#7 - וואס טו איך ווען מיין משפחה רודפ'ט מיר וועגן אומאן?
אומאן, משפחה, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א ליטווישע משפחה וואס איז נישט מחשיב ברסלב, און זיי דרייען מיר כסדר א קאפ וועגן מיין מאן וואס פארט קיין אומאן. נישט נאר דאס יאר מיט קאראנע, נאר יעדעס יאר ס'איז דא עפעס אנדערש וואס זיי זאגן מיר אז אויב וויל איך זיין א גוטע ווייב טאר איך נישט לאזן מיין מאן פארן, ס'איז א סכנה וכו' וכו' אלע זאכן וואס מ'קען זאגן.


אבער דאס יאר ספעציעל, רופן זיי מיר יעדע שטיק צייט מיר צו זאגן ווי סכנות'דיג ס'איז, און אז די גרעניץ איז פארמאכט, און ס'איז דאך דא קאראנע וכו', און דאס איז מיר זייער שווער אויסצוהאלטן, איך האב שוין גענוג מניעות צו שיקן מיין מאן צו א ווייטע פלאץ אויף יום טוב פאר אזוי לאנג, ס'איז מיר שוין גענוג שווער אן די אלע בלבולים און פחדים, און די רדיפות פון מיין משפחה מאכט עס נאר ערגער.


אויך, מיין משפחה איז זייער שטארק מיט דעם לאזונג, "לעב און לאז לעבן", און געווענליך מישן זיי זיך נישט אריין אין א צווייטנ'ס לעבן זיי צו זאגן וואס צו טון. צום ביישפיל, ווען מיין ברודער האט זיך נעבעך געדרייט מיט א גוי'טע, האבן מיינע עלטערן און אנדערע געשוויסטער אים גארנישט געזאגט, און ווען מיר האבן זיך יא אריין געמישט און געזאגט אז ער טאר איר נישט ברענגען צו אונזער הויז, איז די משפחה געשפרינגען אויף אונז אז מיר האבן אים נישט ליב, און מיר זענען אים נישט מחזק, און ווי אזוי גייט ער צוריק ווערן פרום אויב מיר שטופן אים ווייטער וכו' וכו'. אבער ווען מיין מאן וויל פארן צום צדיק, זיך מקשר זיין צו אים און זיך מחזק זיין, אין דעם מישן זיי יא אריין.


ס'טוט מיר זייער וויי אז זיי שפייען אויף עפעס וואס איז אזוי חשוב ביי אונז. ברוך ה' אז איך האב זייער א גוטע קשר מיט מיינע עלטערן און געשוויסטער, און איך רעד מיט זיי אסאך. איך האב זיי שוין געבעטן זיך נישט אריין מישן, אבער ס'העלפט נישט. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער אסאך פרויען ווערן צעשטאכן פון זייערע עלטערן וועגן ברסלב; ווען די עלטערן ווערן געוואויר אז דער איידעם פארט קיין אומאן הייבן זיי אן רודפ'ן זייער טאכטער, זיי לייגן גרויס דרוק זי זאל שטעלן א ווידערשטאנד און נישט לאזן דעם מאן פארן קיין אומאן.


אנשטאט די עלטערן זאלן זיך פרייען אז זייער טאכטער איז גליקליך און צופרידן מיט איר מאן, אנשטאט זיי זאלן טאנצן פאר שמחה אז דער איידעם פירט זיך ערליך, ער האט א רבי וואס שטארקט אים - רודפ'ט מען דעם איידעם און די טאכטער; ווי מען קען שטעכן געבט מען א שטעך און ווי מען קען מאכן א וויץ מאכט מען א וויץ, אן טראכטן ווי שטארק דאס טוט וויי.


וואס זאל מען טון אז ברסלב איז פארשעמט, וואס קען מען טון אז מען רעדט אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים - לשון הרע; דאס מאכט אז מענטשן זאלן ווערן דערשראקן פון ברסלב, דאס מאכט מען זאל מורא האבן ווען מען הערט אז די קינדער האבן א שייכות מיט ברסלב; אזוי מוז דאס גיין, עס דארף זיין ליצנות אויף א צדיק. אויף אלע אמת'ע צדיקים איז דא ליצנות, חכמינו הקדושים זאגן (ירושלמי ברכות ב, ח): "אֵין דּוֹר שֶּׁאֵין בּוֹ לֵצָנִים", אין יעדע דור זענען דא לצים; אלע צדיקים האט מען געטשעפעט און מען האט געקריגט אויף זיי.


יעדע פרישער מקורב וואס וויל קומען צום רבי'ן דארף אריבער גיין דעם נסיון, מען טשעפעט און מען שפעט; אנדערש קען מען נישט זוכה זיין צו נעמען פון רבי'ן אלע גוטס. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) וואס עס האט זיך אפגעטון מיט זיין נשמה איידער זי איז אראפ געקומען אויף די וועלט, ווי דער סמ"ך מ"ם האט געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה", מוהרא"ש זאגט אז די עצה זייערע איז ליצנות; מען שפעט פון רבי'ן און פון רבינ'ס מענטשן, פון ברסלב'ער חסידים. דאס איז די עצה וואס דער סמ"ך מ"ם האט קעגן דעם רבי'ן, דורכדעם האלטן זיך מענטשן אפ פון מקורב ווערן צום רבי'ן.


דאס וואס איר שרייבט פון אייער משפחה אז זיי זענען פריינטליכע מענטשן, זיי האבן די שיטה פון 'לעב און לאז יענעם לעבן' וכו' וכו'; דא קענט איר זען דאס פארפוילקייט פון די אלע לינקע וכו' וואס שטעלן זיך ארויס מיט א שיינעם פנים אז מען דארף יעדן איינעם לאזן לעבן זייער וועג - ווי ליגנט און פאלש דאס איז; והא ראי', ווען עס קומט צו ערליכקייט, ווען עס קומט צו זיין פרום - דעמאלט פארגעסט מען פון די שיינע זיסע געמאכטע שפריך ווארט: 'לעב און לאז יענעם לעבן'. די פרומע מענטשן מעג מען טשעפען, די דארף מען רודפ'ן; פלוצלונג איז נישט דא דער באגריף 'לעב און לאז יענעם לעבן', יעדן איינעם דארף מען מכבד זיין, מען דארף יעדן איינעם לאזן טון וואס זיי ווילן - ביז דער ערליכער איד וואס וויל גארנישט, ער וויל נאר טון וואס דער אייבערשטער הייסט; אים רייסט מען אראפ, ביי אים איז מער נישט דא 'לעב און לאז יענעם לעבן', אים דארף מען נישט רעספעקטירן וכו'.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן; לעבט מיט אים, זייט אים מכבד, זייט אים מחזק ער זאל פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה זיך אויסבעטן א גוט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה, און ווען אייערע עלטערן טשעפען אייך זאלט איר גארנישט ענטפערן; טענה'ט זיך נישט מיט זיי, זאגט זיי אז איר דארפט טון וואס דער אייבערשטער הייסט, א פרוי דארף טון דעם רצון פונעם מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#6 - מיינע עלטערן גייען זיך גט'ן, ווי אזוי בין איך זיך מחזק?
שלום בית, כיבוד אב ואם, משפחה, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן חתונה געהאט פאר נישט לאנג צוריק, ברוך ה' אז מיר האבן א זיס געשמאק לעבן, איך האב ברוך ה' היינט זוכה געווען מסיים צו זיין ששה סדרי משנה צום 32'סטע מאל, און איך בין זיך מחזק דא אינאיינעם מיט די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א.


מיינע עלטערן גייען זיך יעצט גט'ן, און איך דארף חיזוק פאר מיר און פאר מיין ווייב ווי אזוי דאס צו האנדלען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער ווייטאגליך ווען קינדער דארפן אריבערגיין די שרעקליכע פיין ווען טאטע מאמע גט'ן זיך השם ישמרינו; קיינער אין די וועלט קען נישט פארשטיין די צער און ווייטאג וואס קינדער גייען אריבער ווען די עלטערן גט'ן זיך. די עלטערן טראכטן נאר פון זיך; דער טאטע טוט וואס איז אים באקוועם און די מאמע טוט וואס איז איר באקוועם, קיינער פון זיי טראכט נישט פון די שרעקליכע פיין און ווייטאג וואס די קינדער גייען אריבער.


ביי דיר איז דאס אביסל גרינגער, דער אייבערשטער האט צוגעגרייט דיין רפואה פאר די מכה, דו האסט חתונה געהאט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג ע"ב; שיר השירים רבה ד, יב) דער אייבערשטער ברענגט נישט די מכה פאר ער גרייט צו די היילונג דערצו; דאס אז דו האסט חתונה געהאט, דו לעבסט אזוי שיין, דו לעבסט אזוי זיס מיט דיין ווייב - דאס איז דיין רפואה אז דו זאלסט נישט צעפאלן ווען דיין עלטערנס שטוב צעפאלט.


שטארק זיך מיט דיין ווייב; איר זאלט לעבן א שיינע לעבן. איר וועט אינאיינעם אויפשטעלן א שיינע שטוב ווייל איר ווייסט דאך יא וואס קינדער גייען אריבער ווען זיי זעען מיט זייערע אויגן ווי מען פארברענט זייער בית המקדש, ווי מען צעברעכט זייער טייערסטע און הייליגסטע זאך אין די וועלט.


וואס יא? דו זאלסט רחמנות האבן אויף דיינע יונגערע געשוויסטער וואס זיי האבן נאך נישט זייער אייגענע שטוב, זיי ליגן נאך אנגעליינט אויף טאטע מאמע, פאר זיי איז יעצט גאר ביטער; ווי שווער עס איז פאר דיר אסאך שווערער איז פאר זיי, זאלסטו זיי עפענען דיין טיר, זיי זאלן וויסן אז זיי האבן א שטוב וואו זיי קענען קומען רעדן, שמועסן און באקומען אביסל ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עינינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#5 - מיט א גרויסע משפחה מוז מען האבן א שווער לעבן?
חיזוק פאר פרויען, קינדער, אמונה, צרות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע עלטערן האבן אויפגעשטעלט א גרויסע משפחה ברוך ה', אלע זענען גוטע און ערליכע, און בויען שיינע שטיבער, אויסער איינער וואס איז נעבעך אראפ פון וועג.


מיין מאמע האט באמת אסאך אסאך נחת, אבער זי ענדיגט נישט האבן דאגות פון יעדעס קינד באזונדער; איינער וואס וואוינט אין א פלאץ וואס איז מער מאדערן, און כאטש די קינדער זענען נאך קליין דאגה'ט זי. א צווייטע האט פראבלעמען אין פרנסה. א דריטע דאגה'ט זי אויף אן אייניקל וואס האט פראבלעמען, און אזוי ווייטער די רשימה איז לאנג, זי האט נישט קיין איין טאג מנוחה.


זי געבט אוועק אסאך כח און צייט צו העלפן יעדן, אלע קינדער קומען זיך דורכרעדן מיט איר, זיך אויסרעדן און אויסגיסן דאס הארץ, זי איז אסאך מתפלל אויף יעדן. אבער איך זע אז ס'איז איר זייער שווער.


איך טראכט צו זיך, אויב אזוי דארף טאקע זיין. אזוי דארף אויסקוקן א אידישע מאמע?! וואס מער קינדער אלץ מער דאגות, אלץ ווייניגער מנוחה? עס זעט אויס אז ס'ענדיגט זיך קיינמאל נישט, אז ביז 120 וועט אזוי אויסזען איר לעבן, און עס וועט נאר ווערן שווערער, ווייל עס קומען נאך איידעמער, נאך אייניקלעך, אלע וואקסן ב"ה, און אזוי ווייטער.


מיין שאלה איז אזוי, איז דא א וועג וואס איך קען איר ארויסהעלפן? און צווייטנס אויב אזוי וועט זיין אויך ביי מיר? אזוי זעט אויס די לעבן פון א מאמע וואס האט אסאך קינדער?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט א שטארקע שאלה, א וויכטיגע שאלה; א שאלה וואס אלע האבן.


דער ענטפער איז: "עס ווענדט זיך אינעם מענטש אליין"; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך אמונה, ער לעבט מיט אמונה; ער ווייסט אז דער אייבערשטער אליין פירט די וועלט, אלעס וואס פאסירט, אלעס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט איז דער לעבן זיס און שיין, דעמאלט איז נישט קיין חילוק וויפיל קינדער מען האט; מען ווייסט אז ווי מער קינדער מען האט אלץ מער נחת רוח מאכט מען פאר'ן אייבערשטן, מען ווערט נישט אויס און מען ווערט נישט צעפאלן ווען עס גייט נישט פונקט ווי מען האט זיך אויסגע'משל'ט.


דער אייבערשטער זאל אפהיטן, אויב מען נעמט ארויס די אמונה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען קוקט אויפ'ן לעבן אז זאכן פאסירן פון זיך אליין חס ושלום, דעמאלט עסט מען זיך אויף פון יעדע זאך; מען ווערט פאר'דאגה'ט און פארשווארצט, מען ווערט אלט און שוואך, דעמאלט איז אויך נישט קיין חילוק וויפיל קינדער מען האט; מען איז באזארגט סיי מיט קינדער און סיי אן קינדער, סיי א אידישע מאמע און סיי ווער עס זאל נאר זיין.


אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט אויפ'ן לעבן; מען קען האבן די זעלבע לעבן, די זעלבע קינדער, די זעלבע איבערגייאכץ און מען איז נישט פאר'דאגה'ט, מען איז נישט פארשווארצט, מען האט הנאה יעדע סעקונדע פונעם לעבן.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אמאל געוויזן פאר זיינע תלמידים ווי ווייט אלעס ווענדט זיך אינעם מענטש; ער איז צוגעגאנגען צו יענקל וואסער טרעגער און אים געפרעגט: "וואס מאכסטו יענקל?" געבט ער א קרעכץ און זאגט: "וואס קען איך שוין מאכן? ביי די אכציג יאר דארף איך שלעפן שווערע עמערס וואסער, איך שלעפ דאס ארויף אפאר שטאק, ממש די רוקן ברעכט זיך מיר, די פיס האלטן מיר שוין כמעט נישט, פארוואס דארף איך אזוי שווער ארבעטן?!" דער הייליגער בעל שם טוב הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים. א וואך שפעטער גייט דער בעל שם טוב זי"ע נאכאמאל מיט די תלמידים און זאגט זיי: "קומט וועל איך אייך ווייזן אז אלעס האט מיט'ן מענטש אליין, ווי אזוי ער נעמט אויף זיין לעבן", דער בעל שם טוב זי"ע גייט ווידער צו צום וואסער טרעגער יענקל און פרעגט אים: "יענקל וואס הערט מען עפעס? וואס מאכסטו?" זאגט ער: "רבי, ווי קען איך קרעכצן? מיין לעבן איז מיר אזוי שיין, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן אזא גרינגע פרנסה, איך דארף גארנישט אינוועסטירן, איך שעפ אן וואסער ביים ברונעם אומזיסט און טראג דאס צו מענטשן און זיי צאלן מיר, אַה! - געבט ער א זאג - איך דאנק גאט פאר מיין זיסע לעבן", דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע הערט אים אויס און גייט ווייטער מיט די תלמידים, דערנאך האט ער זיי ערקלערט דאס פאלגנדע: "געבט א קוק, דאס איז דער זעלבער יענקל; צענדליגער יארן שלעפט ער די זעלבע שווערע עמערס וואסער, די זעלבע שטאקן דארף ער ארויפקריכן, אבער עס ווענדט זיך ווי אזוי ער נעמט דאס אן"; ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן איז מען פאר'דאגה'ט און מלא טענות, און ווען מען נעמט אריין די אמונה אין זיך, מען זוכט דאס גוטס, מען קוקט אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט - דאן איז מען פול מיט פרייד.


צדיקים טייטשן דאס וואס רש"י זאגט אויף שרה אמנו (בראשית כג, א): "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", אז עס איז איר שטענדיג גוט געווען; זי האט געוואוסט אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, ביי איר איז געווען בַּת ק' כְּבַת כ', וּבַת כ' כְּבַת ז' - אלע אירע יארן איז איר גוט געווען, מיט אלע שווערע ביטערע נסיונות איז געווען: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה".


שטארקטס אייך און שטארקטס אייער מאמע; רעדטס אסאך פונעם אייבערשטן וועט איר גרינגער מאכן פאר אייער מאמע זי זאל הנאה האבן פונעם לעבן, זי זאל אויסלעבן אירע יארן מיט נחת און פרייד.


בנוגע אייך וכו'; ווי מער איר וועט חזר'ן אין אייערע יונגע יארן אמונה, ווי מער איר וועט אריין נעמען אין זיך אמונה - וועט אייער לעבן זיין צוקערדיג און שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - זאלן מיר צעטיילן די קינדער אויף שבת צו קענען גיין צו א שמחה?
שמחות, שבת קודש, חינוך הילדים, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א גרויסע משפחה קע"ה, און ווען מיינע געשוויסטער מאכן א שבת שבע ברכות וויל זיי אז ידער זאל קומען, אבער נאר די פארפאלק. דאס מיינט אז כדי צו גיין צו די שמחה דארף מען צעטיילן די קינדער אויף שבת.


מיין מאן האלט אז ס'איז נישט קיין נארמאלע זאך, און ער איז נישט מסכים צו דעם. אמאל קען איך אים איבעררעדן יא צו גיין און אמאל נישט. און פארשטייט זיך אז ווען מיר גייען נישט, בארעדט מען מיר ביי משפחה.


ביי יעדע שמחה האב איך פראבלעמען אין שלום בית, און אויך ביי מיין משפחה, און איך ווייס נישט וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון. איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו זאגן ווי אזוי מען דארף זיך פירן, און אזוי וועלן מיר טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן איז גערעכט; עס איז נישט קיין לכתחילה'דיגע זאך צו צעטיילן די קינדער און אוועק פארן אויף שבתים. קינדער דארפן שבת זייער אייגענע טאטע מאמע, זיי דארפן שבת'דיגע סעודות מיט זייערע אייגענע עלטערן. א גאנצע וואך ווארטן די קינדער אויף שבת, זיי ווארטן צו זיצן מיט זייערע עלטערן, דעמאלט איז די צייט וואס טאטע מאמע פלאנצן איין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צום הייליגן שבת.


עס איז נישט גערעכט פון די וואס לאדענען אויף א שמחה צו קומען עסן שבת'דיגע סעודות און מען נעמט זיך אויס: "קינדער קענען נישט קומען"; אז מען קען נישט קומען מיט קינדער איז בעסער צו בלייבן אין שטוב מאכן די סעודות מיט די קינדער און נאך די סעודה זאל מען גיין וואונטשן מזל טוב, און אז די שמחה איז אין אן אנדערע שטאט בלייבט מען אין שטוב.


שבת'דיגע סעודות איז א צייט פון אמונה, דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת יתרו, פח:): "תָּא חֲזֵי, בִּסְעוּדָתֵי אִלֵּין, אִשְׁתְּמוֹדְעוּן יִשְׂרָאֵל דְּאִינּוּן בְּנֵי מַלְכָּא, דְּאִינּוּן מֵהֵיכָלָא דְּמַלְכָּא דְּאִינּוּן בְּנִי מְהֵימָנוּתָא", ווען מען עסט דריי סעודות שבת זעט מען אז דער מענטש איז א קינד פונעם אייבערשטן, דער האט אמונה, נאך זאגט דער זוהר: "רַבִּי שִׁמְעוֹן אָמַר, הַאי מָאן דְּאַשְׁלִים תְּלַת סְעוּדָתֵי בְּשַׁבְּתָא, קָלָא נָפִיק וּמַכְרְזָא עֲלֵיהּ (ישעיהו נח, יד): אָז תִּתְעַנַּג עַל יְיָ", ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת גייט ארויס א בת קול אין הימל אז דער מענטש האט אמונה; זעט מען אז דעמאלט איז א צייט פון איינפלאנצן אמונה אין די קינדער.


פארשטייט זיך אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; עס איז דא פאלן וואס מען האט נישט קיין ברירה מען דארף יא צעטיילן די קינדער, אבער דאס דארף מען וויסן אז עס איז נישט קיין לכתחילה, און אז מען קען זיך ארויסדרייען איז זיכער געזונטער צו בלייבן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#3 - וואס טו איך אז מיין שווער ברענגט אריין א סמארטפאון?
שלום בית, חינוך הילדים, שווער און שוויגער, קאמפיוטער, משפחה, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, איך בין היינט ב"ה אן אנדער מענטש אינגאנצן, איך האב אנגעהויבן לערנען שיעורים כסדרן, איך גיי יעצט ענדיגן תנ"ך צום ערשטן מאל אין לעבן, און אין די אנדערע שיעורים בין איך ב"ה אויך זייער שיין מצליח.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן וועגן מיין שווער. ער קומט צו מיר אהיים און ער ווייזט פאר די קינדער קליפס אויף זיין אייפאון. איך פרוביר אים צו זאגן אז ביי אונז קוקט מען נישט אין די זאכן, אבער ער זאגט אז אביסל מעג מען יא, און אז מ'דארף אויסלערנען די קינדער וואס מ'מעג זען און וואס מ'טאר נישט זען.


ווידער איז ער א ביזנעס מאן, ער פארט אסאך איבער די וועלט, און מיר האבן נישט אלץ א וועג ווי אזוי אנצוקומען צו אים. און דעריבער זאגט ער אונז אלץ אז מיר זאלן אריינעמען די כלים אינדערהיים כדי צו קענען האלטן קשר מיט אים.


אויך האבן מיר א שאלה וואס צו טון ווען ער איז ביי אונז אויף שבת, מיר ווייסן נישט אויב מיר קענען יוצא זיין קידוש פון אים, צי מ'מעג טרינקען פון זיין וויין, און אזוי ווייטער לגבי אנדערע הלכות, וואס איז זיין דין?


אויך מאכט זיך אז ער רעדט אמאל זאכן וואס מ'רעדט נישט אין א אידישע שטוב.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן הדרכה וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן. ביז יעצט האב איך געהאט נאר קליינע קינדער, אבער יעצט הויבן זיי שוין אן צו פארשטיין אביסל, און מיר מוזן וויסן וואס זיי צו זאגן, און ווי אזוי זיך צו פירן מיט זיי.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות איז זוכה צו גאר שיינע זאכן, מען איז זוכה צו מטייל זיין בכל התורה כולה און צו זיין דבוק אינעם אייבערשטן.


אויף דיינע פראגות וואס דו פרעגסט וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:


א)   וויסן זאלסטו אז דער רבי גיבט אונז א וועג צו קענען זיין ערליך און הייליג און אין די זעלבע צייט אויך מכבד זיין די עלטערן אפילו זיי פירן זיך אנדערש וכו'.


בנוגע אייער שווער וואס ער קומט אין שטוב און ווייזט פאר די קינדער קליפס וכו'; וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, הלכה טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה - הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז דיר אז דו נעמסט נישט אריין אין דיין שטוב קיין שום סארט כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב און דו ווילסט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן ווי די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז דו וועסט מכבד זיין דיין שווער און פון די אנדערע זייט וועסטו ווייטער זיין שטארק מיט דיין וועג פון חינוך וכו' וועט דיין שווער אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו דיר מיט דעם וכו', ער וועט אליינס אויפהערן ווייזן פאר דיינע קינדער קליפס וכדומה.


דו קענסט אים זאגן מיט גרויס דרך ארץ מיט געמאסטענע ווערטער פאר ער קומט צו דיר אין שטוב אז דו ביסט מחנך די קינדער זיי זאלן זיין אפגעזונדערט פון די כלים וכו' און אזוי לערנט מען מיט זיי אין חדר און אין סקול און אז זיי זעען דאס ביי זייער זיידע טוט עס זיי צעמישן; אז דו וועסט אים דאס זאגן מיט דרך ארץ, נישט אויף אן אופן אז דו לערנסט אים וואס צו טון נאר אז דאס צעמישט די קינדער וועט ער זיכער מער נישט קומען צו דיר מיט דעם.


ב)   אויף דיין צווייטע פראגע אז ער בעט איר זאלט אריין נעמען אין שטוב א קאמפיוטער אז ער זאל קענען רעדן וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, הונדערטער שטובער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריין געברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו'. דאס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. דערפאר איז אסור צו האבן אין שטוב סיי וואס פאר א כלי וועלכע מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, אדער וואס מען קען זען דערויף מאוויס. דאס האט נישט צו טון מיט פרומקייט, דאס איז פשוט'ע שכל; און די אלע וואס לאכן זיך אויס דערפון, זיי לאכן אפ פון ערליכע אידן וואס זאגן אז מען זאל דאס נישט אריין ברענגען אין שטוב, די מאכן לצנות פון זיך אליינס און זיי וועלן באצאלן א טייערן פרייז ה' ירחם.


ג)     אויף דיין דריטע פראגע; דו שרייבסט נישט פארוואס מען קען נישט יוצא זיין קידוש פון אים וכו'. דו קענסט נוצן פאר קידוש מאסט וכדומה לזה וואס האט נישט די אלע שאלות, אבער חס ושלום מאכן א פירוד לבבות צווישן אירע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות וואס דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער.

#2 - ווי אזוי ציעט מען אויף ערליכע קינדער ווען זיי זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן באקומען אייער ענטפער ווי אזוי זיך אומצוגיין ווען דער זיידע פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, ער האט אפענע אינטערנעט אויף זיין טעלעפאן, און נאך זאכן, א גרויסן יישר כח פאר די ענטפער, למעשה זענען מיר אבער נאכאלץ נישט אינגאנצן קלאר וואס מיר דארפן צו טון.


מיר שפירן אז מיט דעם וואס מיר זענען מכבד דעם זיידן, און מיר רעדן נישט חס ושלום קעגן אים אין פארנט פון די קינדער, דאס וועט מאכן אז די קינדער זאלן אים וועלן נאכמאכן און נאכטון זיינע שלעכטע וועגן. ווי אזוי קען מען גיין צווישן די טראפן? פון איין זייט צו מכבד זיין יעדן איינעם אין די משפחה, און פון די אנדערע זייט ווי אזוי זיכער צו מאכן אז די קינדער זאלן בלייבן ערליכע אידן, זיי זאלן נישט וועלן זיך אויפפירן אזוי ווי זיי, ווען זיי פירן זיך נישט ווי מ'דארף?


און אויך וועגן זיך באטייליגן ביי א שבתון פון די פאמיליע, ווען מ'גייט זיך טרעפן מיט די קרובים וואס מיר ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן אויסקוקן אזוי ווי זיי? מיר ווילן וויסן א קלארע הדרכה, זאלן מיר גיין אהין אדער נישט?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח, און מיר האפן אז איר וועט נעמען די צייט אונזער ארויסצוהעלפן און אונז לערנען די ריכטיגע וועג וואס צו טון.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הגם איך האב אייך שוין געענטפערט אויף אייערע פראגעס אינעם פריערדיגן תשובה וואו איר וועט טרעפן א קלארע וועג ווי אזוי צו לעבן וכו' אזוי ווי איר וועט זען ביים איבערליינען די תשובה, און איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין אין דעם ענין, דאך וועל איך אייך נאכאמאל שרייבן מער באריכות. ווייל דער ענין איז נוגע פאר זייער אסאך משפחות; זייער אסאך אינגעלייט האבן די פראגע ווי אזוי מען קען אויפציען קינדער על טהרת הקודש ווען די קינדער זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט ווי מען לערנט זיי.


די ערשטע עצה פאר עלטערן אז זיי זאלן זוכה זיין צו זען ערליכע דורות - איז תפילה. מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך מאל דערציילן די מעשה פון א איד וואס איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער; האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום; זי פלעגט יעדן טאג זאגן תהילים און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, אז דו וועסט זאגן תהילים און וויינען צום אייבערשטן וועסטו אויך זוכה זיין צו גוטע קינדער"; אז עלטערן נעמען אראפ אפאר מינוט יעדן טאג צו מתפלל זיין צום אייבערשטן אויף ערליכע דורות וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי די קינדער און קינד'ס קינדער.


צווייטנס, די שענסטע מתנה וואס עלטערן קענען געבן פאר זייערע קינדער איז זיי ווייזן ווי אזוי מען לעבט מיט אהבה און כבוד איינער צום צווייטן; ווען קינדער זעען ווי טאטע מאמע האבן זיך ליב, זיי רעדן שיין צווישן זיך און קיינער גרויסט זיך נישט אויפן צווייטן - דאס איז די שענסטע מתנה וואס מען קען זיי געבן, דאס געבט זיי מח, דאס מאכט זיי זאלן וואקסן און זיך ערנערן געזונט און שטארק, און בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן.


דאס איז די ערשטע יסוד ביים בויען א אידישע שטוב, ווייל איינמאל עס איז דא ליבשאפט צווישן די עלטערן - דעמאלט קען מען גיין א טריט ווייטער, מען קען נאכדעם פארלאנגען פון די קינדער זיך צו פירן מיט יראת שמים וכו' וכו', אבער אז עס איז נישט דא קיין ליבשאפט אין שטוב איז נישט דא קיין כלי, און אז עס איז נישט דא קיין כלי איז א שאד אויף אלעס וואס מען לייגט אריין אין זיי.


קינדער וואס האבן א ווארימע היים און ווארימע עלטערן - וואקסן געזונט; דער עיקר פון א קינד איז זיין היים און זיינע עלטערן. קינדער וואס האלטן מיט ווי זייערע עלטערן קריגן זיך איינער מיטן צווייטן בלייבן מיט א וואונד; קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז נישט דא קיין דרך ארץ וכו', די עלטערן שרייען און שעלטן וכו', בלייבן איבער מיט וואונדן.


דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו לערנען מיט אידישע קינדער תורה; במשך די אלע יארן וואס איך האב די ישיבה וכו' האב איך געזען אז די אלע קינדער וואס קומען פון גוטע שטובער - גוטע שטובער מיין איך צו זאגן געזונטע שטובער, וואס די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן און עס איז דא ליבשאפט איינער צום צווייטן - מיט אזעלכע קינדער איז גרינג צו ארבעטן, ווייל זייער מח בדרך כלל איז געזונט, אבער קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואס דער שטוב איז נישט קיין שטוב - דאס איז שוין א צווייטע מעשה; זיי וואקסן אויף צעקלאפט און פארמאכט און זיי דערקייקלען זיך ביז זיי זוכן זיך שלעכטע חברים, און נעמען דראגס השם ישמרינו.


אוודאי וועלן די קינדער אלץ וועלן נאכמאכן משפחה, שכנים, חברים און חבר'טעס וכו' וכו', דערפאר דארפן די עלטערן זיין שטארק מיט וואס מען פארלאנגט און נישט נאך געבן; עלטערן טארן נישט שפירן ביי זיך שולד געפילן ווען מען זאגט 'ניין' פאר די קינדער, ווען די קינדער קומען מיט טענות: "פארוואס זיי מעגן און אונז טארן נישט?" "פארוואס די שכנים שפילן מיט די סארט שפילן און אונז מעגן נישט?" "פארוואס די קאזינס גייען אנגעטון אזוי און אזוי, און אונז טארן נישט?" עס איז זייער נארמאל פאר קינדער אזוי צו רעדן; קינדער זענען קינדער, די אויפגאבע פון די עלטערן איז צו זיין זייער שטארק מיט זייערע פרינציפן און נישט נאך געבן, ענטפערן פאר די קינדער רואיג מיט א שמייכל: "מיר האבן א וועג ווייזער; א רב, רבי, דיין - וואס לערנט אונז ווי אזוי זיך צו פירן; איינער עסט דעם הכשר, א צווייטער איז מקפיד אויף א בעסערע הכשר; אונזער רבי, אונזער מורה דרך זאגט אז מען זאל נישט שפילן מיט די סארט שפיל". אזוי אויך לגבי ווי אזוי צו גיין אנגעטון: "מיר גייען נישט אזוי, מיר גייען מער איידל, מער באשיידן"; אז מען רעדט אזוי צו די קינדער, ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועלן זיי זיך האלטן צו די וועג לויט ווי אזוי די עלטערן האבן זיי מחנך געווען.


אויב עס איז נישט דא אין שטוב קיין לופט צו אטעמען, דאס הייסט טאטע מאמע קריגן זיך ארום, מען שרייט איינער אויפן צווייטן; אדער טאטע מאמע קלאפן אראפ די קינדער, מען זוכט נאר זיי אראפ צו קלאפן: "דו טויגסט נישט", "דו ביסט נישט", "דו בטלן", "דו שלימזל", און אזוי ווייטער - דעמאלט וועלן די קינדער זוכן א וועג פטור צו ווערן פון די עלטערן, זיי וועלן דאס מלביש זיין אין דעם וואס מען לאזט גארנישט טון, זיי וועלן ווייזן מיט די פינגער אויף די משפחה ארום און ארום וואו מען איז יא ערלויבט צו שפילן מיט אלע סארט שפילן, גיין אנגעטון מיט אלעס און עסן אלעס וואס גלוסט זיך, כאילו דאס איז דער פראבלעם, אבער באמת האט דאס נישט צו טון מיט דעם.


נאכאמאל לגבי אייער שווער וכו'; ווען קינדער זעען ווי זייערע עלטערן רעדן מיט שעצונג אויף זייערע עלטערן וועלן זיי אויך מכבד זיין די עלטערן, אבער אויב קינדער באקומען די געפיל אז זייערע עלטערן שעצן נישט זייערע עלטערן דאן ווערן זיי צעמישט און דעמאלט הייבן זיך אן די פראבלעמען.


לגבי גיין אויף שבתון'ס וכו'; עס זענען פארהאן צוויי וועגן ווי אזוי נישט צו גיין, איינער גייט נישט און מאכט זיכער אז יעדער זאל וויסן אז ער גייט נישט און פארוואס ער גייט נישט וכו', א צווייטער גייט נישט אבער ער מאכט זיכער קיינעם נישט וויי צו טון, ער דריידט זיך ארויס מיט כל מיני תירוצים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער געזונטערהייט מיט אייער מאן אינאיינעם.

#1 - זאל מען אפהאקן קשר מיט נאנטע משפחה וועלכע פירן זיך נישט ווי מ'דארף?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה, סמארטפאון, אינטערנעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק און שיעורים וואס העלפן אונז אזוי שטארק ארויס אין לעבן.


איך מיט מיין מאן לעבן ב"ה זייער גוט מיט א נאנטע קשר, ווי אויך האבן מיר ב"ה זייער א נאנטע קשר מיט די קינדער, מיר פירן אן ערליכע און פרומע לעבן, און מיר פרובירן צו זיין וואויל און ערליך אויפ'ן בעסטן פארנעם.


מיין שווער פירט אבער אן אנדערע סארט לעבנסשטייגער, און ער קומט אסאך מאל צו אונז אויף שבתים, און דא הויבט זיך אן די פראבלעמען, איך וויל נישט אונזערע קינדער זאלן זען אינעם זיידן א ביישפיל ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן, למשל ער האט א סמארטפאון מיט אפענע אינטערנעט, און אסאך מאל מוצאי שבת וויל ער באשטעלן מתנות פאר די קינדער פון זיין טעלעפאן, ער ווייזט פאר די קינדער זיי זאלן זיך אויסקלויבן דארט וואס זיי ווילן, און דאס טוט מיר זייער וויי. און אזוי איז דא נאך זאכן ווי אזוי ער פירט זיך, וואס איך וויל נישט די קינדער זאלן דאס זען, און זיכער נישט נאכמאכן חס ושלום.


מיין מאן פארשטייט מיר זייער גוט, ער איז מודה אז דאס קען שאטן פאר די קינדער, אבער למעשה מוז ער זיך אבער אננעמען פאר זיין טאטע, און דאס ברענגט אויך צו שלום בית פראבלעמען.


ווי אויך האט מיין שווער חשק צו מאכן א שבתון פאר די גאנצע משפחה, דאס וויל איך אויך זייער נישט, די משפחה פירן אויך אן אנדערע סארט לעבן, מיט אפענע אינטערנעט וכדומה, איך בין בכלל נישט אינטערעסירט צו גיין צו אזא שבתון, וואס דאס קען זייער ווארשיינליך שאטן פאר אונזערע קינדער.


איך האף אז ער וועט מיר קענען געבן אן עצה ווי אזוי זיך אומצוגיין, פון מיין זייט וואלט איך שוין לאנג שוואכער געמאכט דעם קשר פון אונזער שטוב מיט מיין שווער, בין איך מחויב שוואכער צו מאכן די ערליכקייט און תמימות פון מיינע קינדער לכבוד א זיידע? מוז מען האלטן קשר צו די מומעס, פעטערס און קאזינס, וועלכע האבן נישט קיין מורה דרך, און פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין?


א גרויסן יישר כח, א פארווייטאגטע מאמע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר לעבט בשלום ובשלוה מיט אייער מאן און איר ציט אויף אייערע קינדער מיט יראת שמים, און וואויל איז אייך אז איר געבט אכטונג צו האבן אן ערליכע שטוב, איר ברענגט נישט אריין אין אייער שטוב קיין שום כלי וואס האט שייכות מיט די גאס (אינטערנעט). דאס איז די וועג זוכה זיין צו זען ערליכע דורות.


קינדער זענען צוגעגליכן צו בלומען; פונקט אזוי ווי בלומען דארף מען באוואסערן און אכטונג געבן זיי זאלן וואקסן שיין, אזוי אויך דארף מען אכטונג געבן אויף קינדער ווען זיי זענען יונג אז זיי זאלן נישט האבן קיין שלעכטע חברים, כדי זיי זאלן אויסוואקסן ריין און הייליג.


מיר לעבן היינט אין שווערע צייטן וואס דער יצר הרע פראבירט צו רייסן שטיקער פון כלל ישראל און עס פאלן ליידער אוועק אידישע קינדער, דעריבער דארפן מיר זייער אכטונג געבן אריין צו לייגן אין די קינדער ליבשאפט און ווארעמקייט זיי זאלן ליב האבן זייער שטוב און ליב האבן טאטע מאמע, דעמאלט וועלן זיי נישט נאכלויפן שלעכטע חברים.


ליבשאפט איז די פונדאמענט פון א שטוב; קינדער וואס קומען פון א געזונטע שטוב, פון א שטוב וואו די עלטערן האבן זיך ליב און זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן - וועלן אייביג ציען צו בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן, אבער אויב קריגן זיך די עלטערן וועלן די קינדער פריער אדער שפעטער אוועק לויפן פון זייערע עלטערן.


דערפאר אז איר זוכט א וועג ווי אזוי אכטונג צו געבן אז אייערע קינדער זאלן נישט נאך לויפן פעטערס, מומעס און קאזינס וואס לעבן אן אנדערע סארט לעבן ווי איר און אייער מאן, איז די עצה אז אין אייער שטוב זאלט איר זען עס זאל שטענדיג הערשן א געשמאקע לופט און א איינגענעמע אטמעספער, דאן וועלן די קינדער קיינמאל נישט וועלן טוישן און אפלאזן דאס וואס מען האט מיט זיי געלערנט. אבער אויב אין שטוב וועט זיין אן אנגעצויגענע אטמאספער דאן וועלן זיי אייביג וועלן לויפן צו מענטשן וואס שטעלן אהער א פרייליכן פנים.


מען קען נישט אפהאקן מיט משפחה - בפרט מיט זיידע און באבע, אויך טאר מען נישט – אין געגנווארט פון די קינדער - אוועק מאכן די עלטערן, זיידע, באבע וכו'; עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו הערן ווי מען מאכט אוועק א שווער, שוויגער, טאטע אדער מאמע - נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.


די אלע וואס זענען מחנך קינדער אנטקעגן סמארטפאונס דארפן זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט, כדי די קינדער זאלן נישט ווערן צעמישט ווען זיי הערן: "ווער עס האט א סמארט פאון איז א שגץ", ווייל וואס דארף ער טראכטן אויף זיינע עלטערן וכו'...


מען דארף אסאך רעדן צו קינדער באופן כללי: ווי שטארק מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו האבן א סמארט פאון וואס איז אפען צו די גאס (אינטערנעט), און אויב מען דארף דאס האבן פאר ביזנעס זאל מען פרעגן א רב, קינדער און בחורים וואס ארבעטן נישט - פאר זיי איז עס זיכער נישט גוט און עס ברענגט נישט גוטע זאכן, ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן ליידט מען נאכדעם זייער אסאך צרות.


ווען מען רעדט אנטקעגן סמארטפאונס דארף מען אראפ רייסן די זאך, נישט דעם מענטש וואס האט דאס.


אזוי אויך ווען מען רעדט צו קינדער, מען איז זיי מחנך אויף הלכות, און זיי פרעגן: "טאטי טוט אזוי?" "זיידי טוט אזוי?" דארף מען זיין זייער קלוג און שארף צו קענען מסביר זיין פארן קינד אויף א וועג אז זיי זאלן נישט ווערן צעמישט.


לגבי אוועק פארן מיט די גאנצע משפחה אויף א שבת אין א האטעל וכו'; הלוואי וואלט מען געקענט פטור ווערן פון דעם צעדרייטן מנהג. עס קומט נישט ארויס פון דעם קיין שום גוטס, און מען קומט נישט אהיים מיט קיין יראת שמים פון דארט; אויב קען מען זיך שיינערהייט ארויסדרייען מיט תירוצים אז עס זאל נישט ווערן א ריס חס ושלום אין די משפחה - איז זיכער בעסער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן שכל איר זאלט וויסן ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן; פון איין זייט נישט צו מאכן קיין מחלוקת און חס ושלום נישט וויי טון אייער מאן צו רעדן אנטקעגן זיינע עלטערן, און פון דער אנדערע זייט צו קענען אויפציען קינדער וואס זאלן גלייבן אינעם אייבערשטן און גלייבן אין צדיקים; זיי זאלן וויסן אז מען מוז האבן א מורה דרך אין לעבן און עס איז נישט הפקר וועלט.


דעם שכל קען מען נאר באקומען אז מען בעט דעם אייבערשטן; שכל קען מען נישט געבן פאר א מענטש, שכל באקומט מען אז מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט אז "שכל" איז די ראשי תיבות "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ"; אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א מאן, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'" - זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן מען זאל וויסן ווי אזוי מען פירט זיך מיט א מאן, און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.