שאלה אין קורצן ענין
#5 - וואס טו איך אז מיין התבודדות איז זייער צעמישט?
סבלנות, התבודדות, מסודר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, איך בין אן אנדערער מענטש א דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א.


איך מאך לעצטנס התבודדות, אבער איך בין זייער נישט מסודר וואס און ווי אזוי צו רעדן, איך רעד סתם וואס עס קומט מיר ארויף, מיין קאפ לויפט פון איין זאך צום צווייטן, און איך בין זייער צעמישט. איז דא עפעס א סדר ווי אזוי צו מאכן התבודדות, פון וואס צו רעדן קודם און נאכדעם?


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז ביי התבודדות דארף מען האבן סבלנות, דאס בארואיגט מיר אז ס'איז גוט ווי ס'זאל נאר זיין, דער עיקר אז מ'רעדט אביסל צום אייבערשטן, מ'דארף האבן סבלנות און אלעס וועט זיין גוט.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסקלארן און ענטפערן ווי אזוי איז די ריכטיגע וועג צו מאכן התבודדות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי גייט עס מיט יעדן איינעם; אין אנהייב איז מען נישט מסודר, מען ווייסט נישט ווי אזוי צו רעדן צום אייבערשטן, מען הייבט אן רעדן, מען פארט אריין פון איין שמועס צו אן אנדערע שמועס, מען הייבט אן בעטן אויף איין זאך און מען קען זיך נישט געהעריג ארויסברענגען, הייבט מען אן בעטן אויף דעם אליינס, מען זאל קענען רעדן; א רגע שפעטער הייבט מען אן דאנקען, מען איז צעמישט אן א שיעור.


מען טאר נישט ווערן צעבראכן פון דעם, אפילו מען איז נישט מסודר ביי התבודדות, מען ווייסט נישט ווי אזוי צו רעדן - דארף מען ווייטער אזוי רעדן. אויבן אין הימל איז א גרויסע פרייד ווען מען הערט ווי מען רעדט צום אייבערשטן, אפילו מען זאגט נאר איין ווארט. מוהרא"ש פלעגט אונז אלעמאל זאגן דעם ביישפיל ווי שטארק א טאטע מאמע פרייען זיך ווען זיי הערן זייער קליין קינד הייבט אן רעדן האלבע ווערטער, מען מאכט א גאנצע עסק פון דעם, מען האט אזא תענוג און שעשועים ווען דער קינד מורמעלט עפעס ווערטער, אדער אפילו דער קינד מאכט נאר א קול. מען פריידט זיך, מען שפירט אזא געשמאק; כל שכן וקל וחומר אויבן אין הימל ווערט אזא גערודער, אזא פרייד - ווען מען הערט א קרעכץ, א קול, א ווארט, א געשריי: 'טאטע!' און זיכער ווען מען זאגט א זאץ: 'טאטע העלף מיר!' 'טאטע איך קען נישט מער!' 'טאטע איך וויל זיין גוט!' 'טאטע איך מיין נישט קיין שלעכטס!' 'טאטע, זע מיין הארץ'; עס ווערט א שמחה אין אלע וועלטן.


איך בעט דיר זייער, לאז נישט אפ די הייליגע זאך פון התבודדות. דער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמ): "אפילו כשאין יכולין לדבר בהתבודדות, רק תבת 'רבונו של עולם', גם כן טוב מאד", אפילו מען קען נישט רעדן קיין ווערטער, מען קען נאר זאגן 'טאטע' - איז דאס אויך זייער חשוב.


אפילו מען קען נאר געבן א קרעכץ: "אוי, אוי" - איז דאס זייער גוט. דער רבי האט געגעבן אן עצה פאר איינעם וואס איז געקומען פרעגן דעם רבי'ן אז ער קען נישט עפענען זיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן (שם, סימן תקיא), האט אים דער רבי געזאגט: "אם כן שוכבין עצמן וגונחין גניחה אחר גניחה", אז דו קענסט נישט רעדן, דו האסט נישט קיין ווערטער - זאלסטו קרעכצן, "ועשה רבנו זכרונו לברכה בעצמו גניחות תכופות, כמרמז שכך יעשה", דער רבי האט אים געוויזן ווי אזוי דאס צו טון.


הכלל, דו גיי ווייטער אן מיט דיין צעמישטע וועג פון רעדן צום אייבערשטן. תפילה איז צוגעגליכנט צו פיילן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ב) תפילה איז אזוי ווי געווער, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט רש"י: "תפלה ובקשה"; ווען מען שיסט פיילן ווייסט מען נישט וואס פאר א פייל וועט ריכטיג צוטרעפן, מען שיסט פיילן, אפילו אלע פיילן וועלן גיין לאיבוד און נאר איין פייל וועט צוטרעפן - איז שוין גענוג, אזוי איז ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען ווייסט נישט וואס פאר א תפילה וועט צוטרעפן, וואס וועט מאכן א רושם. רעד ווי אזוי עס לאזט זיך, צעמישטערהייט; ווייל איין ווארט וועט אנקומען און שפאלטן אלע הימלען, עס וועט ברענגען דיין ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי קענען מיר געהאלפן ווערן מיט קינדער?
רפואה, סבלנות, קינדער, צדיקים, סגולות, צדקה, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים כמעט יעדן טאג שוין פאר אסאך יארן, און ס'איז נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס דאס געבט פאר טאג טעגליכן לעבן, מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל עפעס פרעגן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען בארואיגן די געפילן. מיר ווארטן שוין זייער לאנג געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, מיר האבן שוין געטון גאר אסאך פעולות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, געהאלפן צו ווערן, אבער דערווייל האבן מיר ליידער נאכנישט מצליח געווען.


אין די לעצטע שטיק צייט האבן מיר באקומען זייער שטארקע הבטחות פון צוויי גרויסע צדיקים און גדולים, אז מיר וועלן זיכער געהאלפן ווערן, און צום סוף האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, מיין שאלה איז ווי אזוי ס'קען זיין אז א גרויסער צדיק זאל ממש צוזאגן אז איך וועל געהאלפן ווערן, נישט מיט א ברכה נאר מיט אן הבטחה, און צום סוף זאל עס נישט מקוים ווערן?


איך בין חס ושלום נישט מזלזל אין קיינעם, איך רעד זיך נישט אפ, איך וויל נאר פארשטיין ווי אזוי דאס קען פאסירן, און איך דארף חיזוק זיך צוזאם צו נעמען די כוחות, און ווייטער גלייבן אין די גדולי הדור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט ווער זענען די גדולים, ווער זענען די צדיקים; מען קען גוט אויספאפן מענטשן. עס זענען דא מענטשן וואס ארבעטן אויף אנדערע, זיי פאפן אויס, זיי זאגן אז זיי זענען גרויסע צדיקים, זיי זעען זאכן וואס טוט זיך אין הימל ווען זיי ווייסן נישט פון זייער לעבן צו זאגן, זיי ארבעטן צו בא'גנב'נען מענטשן, נעבעך, אומשולדיגע מענטשן ווערן פארנארט דורך זיי.


שטארקט זיך, ווערט נישט מיואש, בעטס דעם אייבערשטן מיט רחמנות ער זאל אייך געבן קינדער; טוט וואס חנה, די מאמע פון שמואל הנביא - האט געטון, זי האט געבעטן דעם אייבערשטן, זי האט גע'טענה'ט מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א א, יב): "וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה'", חנה האט אסאך געדאווענט צום אייבערשטן פאר קינדער ביז זי איז געהאלפן געווארן, זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (ירושלמי ברכות ד, א): "שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה בִּתְפִלָּה נֶעֱנֶה"; פון דא זעט מען אז דורכדעם וואס מען דאווענט און מען בעט אסאך דעם אייבערשטן - ווערט מען געהאלפן.


מאכט אייך א פושקע און יעדן טאג זאלט איר אריינלייגן פינף הונדערט צוויי און ניינציג פרוטות (אין דאלער איז דאס כמעט זעקס דאלער און אין שקל איז דאס כמעט זעקס שקל) און בעטן: "הייליגער באשעפער, תן לי בנים, געב מיר קינדער", ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה חלק ב', סימן יד; תפלה חלק ב', סימן ט): "יֵשׁ תְּפִלּוֹת", עס זענען דא תפילות, "שֶׁאֵינָם נִתְקַבְּלִים לְמַעְלָה", וואס ווערט נישט אנגענומען אויבן, "אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִים כָּל כָּךְ מָעוֹת לִצְדָקָה", נאר ביז מען געבט אזויפיל געלט פאר צדקה, "כְּפִי מִסְּפַּר הָאוֹתִיּוֹת שֶׁל הַתְּפִלָּה הַשַּׁיָּךְ לְזֶה הַדָּבָר", אזויפיל ווי עס באטרעפט די צאל פון די תפילה, "לְמָשָׁל", דער רבי געבט א משל, "כְּשֶׁמִּתְפַּלֵּל אֵלּוּ הַתֵּבוֹת: 'תֵּן לִי בָּנִים'", ווען מען בעט, געב מיר קינדער, "צָרִיךְ לִתֵּן צְדָקָה", דארף מען געבן פאר צדקה, "כְּמִסְפַּר אוֹתִיּוֹת 'תֵּן לִי בָּנִים'", וויפיל עס באטרעפט די צאל פון 'געב מיר קינדער'; און די געלט זאלט איר געבן פאר ארעמעלייט, ווייל דער רבי זאגט (שם, בנים סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם", וואס זאל א מענטש טון, "וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", אז ער זאל האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן געלט פאר ארעמעלייט, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", און ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


איך האב שוין געזען ביי אנשי שלומינו וואס האבן דאס געטון; אנשטאט אויסגעבן געלט פאר דאקטורים וואס קענען סיי ווי נישט העלפן, האבן זיי געהאט א צדקה פושקע אין שטוב און יעדעס מאל געגעבן די סכום פרוטות פאר צדקה. זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן מיט א תמימות און א פשיטות, זיי האבן געהאלטן די פרוטות מיט ביידע הענט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה, סימן כז; תפלה, סימן מה): "עַל יְדֵי צְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם", ווען מען געבט צדקה מיט ביידע הענט, "תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", ווערט אנגענומען די תפילה; און דערביי געבעטן דעם אייבערשטן 'תֵּן לִי בָּנִים', זיי האבן געגעבן די געלט פאר ארעמעלייט און זיי האבן קינדער שלא על פי דרך הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - איך מוטשע זיך מיט אזויפיל פראבלעמען, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
ישועות, שלום בית, חינוך הילדים, רפואה, סבלנות, צרות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ווייב וואס איז גייסטיש קראנק, זי איז שוין געווען אין שפיטאל אן א שיעור מאל. יעצט איז ברוך ה' שוין בעסער, ס'איז אבער נאכאלץ א זאך וואס מ'מוז לעבן דערמיט, זי נעמט שווערע מעדעצינען.


איך האב נישט קיין געהעריגע פרנסה, אדער בעסער געזאגט איך האב נישט קיין סימן ברכה אין די ביסל געלט וואס איך ברענג יא אריין, יעדע וואך בלי שום גוזמא דארף איך צוקומען צו יענעם פאר אפאר דאלאר.


מיין אינגל איז חוצפה'דיג וכו', דער מנהל פון ענגליש זאגט אז ער דארף נעמען מעדעצינען.


די היינטיגע טערעפיסטן און מחנכים באשולדיגן די עלטערן פאר אלעס וואס גייט נישט כשורה מיט די קינדער, ווען איך בין אויפגעוואקסן זענען די קינדער געווען די באשולדיגטע, היינט זאגט מען אונז צו געבן מער ליבשאפט וכו', אבער וואס מיר פרובירן אלץ צו טון איז נישט גענוג, איך בין אויך א מענטש און איך האב די דאגות פון מיין ווייב און פון פרנסה.


איך האב אסאך מער וואס צו שרייבן. אבער איך האב נישט קיין כח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר ווי שטארקט דו מוטשעסט זיך מיט דיין ווייב, מיט דיין פרנסה און מיט חינוך הבנים. איין זאך בעט איך דיר זייער, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, זיי שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, פונעם אייבערשטן גייט נישט ארויס קיין שלעכטס. אז עס איז דיר אזוי שלעכט און אזוי ביטער זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן - דאס איז ביטול", דאס הייסט, מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראכט נישט קעגן די אמונה; דאס זענען די לימודים וואס דער רבי לערנט מיט אונז.


זוך דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דאנק דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס, לויב אים אז דיין ווייב איז שוין אביסל בעסער, זי איז שוין אין שטוב. דאנק אים אויף דאס ביסל פרנסה וואס דו האסט; מיט'ן דאנקען דעם אייבערשטן וועסטו זיך מאכן א כלי לקבל, דו וועסט באקומען נאך מער פרנסה.


אנטלויף נישט, ווארט אויס אויף די ישועה, אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט אויסווארטן אויף די ישועה - וועסטו זען גרויסע ניסים. דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים) עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז נאך אביסל קומט שוין דער יום טוב פסח, האט ער זיך אינטערעסירט וואס איז דאס פסח? האט מען אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר און אלע אידן, אפילו ארעמעלייט - עסן א רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט און מען טרינקט און מען איז פרייליך. די ארעמעלייט האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו פאסטן אפאר טעג פאר יום טוב כדי מען זאל זיין גוט הונגעריג צום סדר. דער גוי האט געטראכט צו זיך: 'איך מוז דאס אויספרובירן, איך וועל מיך פארשטעלן ווי א איד און איך וועל גיין צו א סדר, איך וויל כאטש איינמאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'. למעשה האט מען אים נישט דערציילט אז מען הייבט נישט אן מיט 'שלחן עורך', נאר קודם זאגט מען די הגדה און מען עסט א שטיקל גרינצייג ווייניגער ווי א כזית, און נאכדעם מוציא מצה און מרור וכו' וכו'; פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צו זיין ביים סדר, און ער זיצט ביים סדר און ער ווארט און ווארט צו עסן די שיינע סעודה, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער איז שוין געווען זייער הונגעריג, האט ער געטראכט אז מען האט אים דא זיכער אויסגעשפילט, ווייל ער ווארט אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט אים, האט ער זיך אויפגערעגט און אנטלאפן.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן, ביז מען האט אריין געברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד אז דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א הערליכע סעודה".


דערפאר בעט איך דיר, זאלסט נישט אויסקוקן ווי דער גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווארט און האב געדולד, אנטלויף נישט מיט'ן ביטערן טעם אין מויל, ווארט אויס אויף דיין ישועה.


בנוגע דיין זון; מען קען יעדן קינד אנקוקן ווי א מחוצף און מען קען יעדן מחוצף אנקוקן ווי א טייער קינד, אז דו קענסט זיך קוים דערהאלטן - וואס ערווארסטו פון דיין זון? ער איז יונג, ער האט ווייניגער כח זיך צו קענען דערהאלטן אין אזעלכע שווערע מצבים, אז דער טאטע וועט זיין שטארק, דער טאטע וועט זיין פרייליך - וועט דער זון אויך זיין פרייליך און שטארק, ער וועט פאלגן און זיין א וואויל קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי איז מען מקרב די ווייב און קינדער צום הייליגן רבי'ן?
שלום בית, סבלנות, קינדער, חסידות ברסלב, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט פאר די שיעורים וואס דער ראש ישיבה רעדט צו פרישע מקורבים אז זיי זאלן נישט שלעפן די ווייב צום רבי'ן מיט געוואלד, נאר מ'זאל האבן סבלנות צו ארבעטן שטייטערהייט, דאס האט מיר געגעבן זייער אסאך חיזוק, איך האב עס איבערגעהערט עטליכע מאל, ווייל איך בין א פרישער מקורב, און איך וויל זייער שטארק אז מיין ווייב זאל אויך מקורב ווערן, און איך זע אליין אז עס גייט נישט מיט געוואלד.


איך האב געוואלט בעטן דעם ראש ישיבה אויב ער קען מער רעדן אדער שרייבן פון דעם, ווייל איך שטעל זיך פאר אז אסאך פרישע מקורבים האבן דעם זעלבן פראבלעם, ווייל ווען מ'ווערט געוואויר פון הייליגן רבי'ן, שפירט מען אזא זיסקייט ממש א גן עדן, און מען באקומט אזא ברען און פלאקער און מען וויל אז די ווייב און קינדער זאלן אויך אויסהערן די שיעורים און לעבן מיט די עצות, אבער עס גייט נישט אזוי שנעל און גרינג, און מען ווערט דערפון זייער צובראכן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען וויל אריין ברענגען אין שטוב דעם רבי'ן, אז די ווייב זאל אויך האבן א געפיל אין רבי'ן - דארף מען דאס טון מיט גרויס חכמה. מען קען דאס נישט טון מיט געוואלד; אז מען גייט מיט כח פאסירט נאר דאס פארקערטע, עס ווערט אן אומאנגענעמליכקייט אין שטוב.


דער ריכטיגער וועג איז, מען זאל אריין נעמען דעם רבי'ן אין זיך אליינס, מען זאל לעבן מיט די עצות; דעמאלט וועלן אלע מקורב ווערן, אלע וועלן זאגן: "קוקט ווי שיין א ברסלב'ער חסיד פירט זיך אויף", דאס וועט ברענגען אז אלע זאלן וועלן ווערן ברסלב'ער חסידים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ", זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען: קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


עס איז א טעות פון אינגעלייט - פרישע מקורבים אז גלייך ווען זיי ווערן מקורב גייען זיי מיט כח צו די ווייב איר צו שלעפן צום רבי'ן; קוים וואס זיי זענען מקורב, זיי אליינס האבן נאך א שיינע וועג צו גיין - ווילן זיי שוין אז די ווייב זאל קומען צום רבי'ן. פון דעם ווערט אסאך מחלוקת און שטיבער צעפאלן, דער ריכטיגער וועג איז, מען זאל אריין נעמען דעם רבי'ן אין זיך, מען זאל אנהייבן לעבן מיט די עצות, דעמאלט זעט די ווייב ווי שיין ער פירט זיך און ווי שיין ער לעבט - דאן קומט זי אליינס, זי ווערט נאכגעשלעפט נאך אים.


מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש", זאגט מוהרא"ש: "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז די ווייב זעט א גאנץ יאר ווי שיין מען פירט זיך, זי זעט וואס א ברסלב'ער חסיד איז, מען לערנט יעדן טאג תורה, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן - דאן וועט זי נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיז:): "בלאזן שופר איז א חכמה - נישט קיין מלאכה", עס גייט נישט מיט כח, עס דארף גיין מיט חכמה; אז מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דער שופר ליגט אין ארון קודש, דעמאלט דארף מען נישט קיין כח צו בלאזן דערמיט, עס איז נישט קיין שווערע ארבעט, עס געשעט אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט א פאר'חלומ'ט קינד?
חינוך הילדים, סבלנות, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, ובפרט פאר די חיזוק אויפ'ן סדר דרך הלימוד, יעדעס מאל וואס איך הער עס שטארקט עס מיר פון פריש צוריק צו לויפן צו די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א ליכטיגער זון, ער איז אבער זייער א פאר'חלומ'טער, ער קען זיצן שעות און זיין פארנומען בלויז מיט זיינע חלומות און פאנטאזיעס. דער מלמד האט נישט קיין פראבלעמען מיט אים, ווייל ער שטערט נישט אין קלאס, ער זיצט רואיג אויף זיין פלאץ, ווען עס קומט אבער צו קענען דאס לערנען, האט ער נישט אנונג וואס מ'האט געלערנט אין חדר.


איך פרוביר אביסל צו לערנען מיט אים אינדערהיים, אבער ס'איז ממש ווי קריכן אויף גראדע ווענט, נאר ווען איך שריי אים אן אדער איך געב אים א פעטשל, דעמאלט וועקט ער זיך אויף און הויבט אן אביסל אויסהערן, אבער ס'נעמט נישט לאנג ביז ווען ער ווערט ווידער פאר'חלומ'ט, ביז איך גיי ממש ארויס פון די כלים, איך האב אבער נישט קיין אנדערע אויסוועג, ווייל איך וויל נישט ער זאל אויסוואקסן א ליידיגער שטריק.


איך ווייס אז ער איז נישט שולדיג, ווייל דער אייבערשטער האט אים אזוי באשאפן, אבער איך קען אים נישט לאזן אזוי לויפן, און דאס וואס איך רעג זיך אויף אים קומט דאך נאר מיט א גוטע כוונה אים צו שטעלן אין פלאץ.


ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אכטונג געבן אויף דיין זון אים נישט צו פארשעמען און אים נישט צו צעקלאפן; אז דו וועסט אים אויפהייבן וועסטו ערגעץ אנקומען מיט אים, אבער אויב דו וועסט אים פארשעמען, דו וועסט אים באטיטלען מיט א צונאמען 'חולם', אדער 'פאר'חלום'טער' וכדומה, אדער דו וועסט אים שלאגן ה' ישמרינו - וועסטו אים חרוב מאכן אינגאנצן.


שלמה המלך, דער חכם פון די וועלט לערנט אונז ווי אזוי מחנך צו זיין קינדער (משלי כב, ו): "חֲנֹךְ לַנַּעַר עַל פִּי דַרְכּוֹ, גַּם כִּי יַזְקִין לֹא יָסוּר מִמֶּנָּה"; דאס הייסט מען דארף מחנך זיין קינדער "עַל פִּי דַרְכּוֹ" – לויט זיין וועג. יעדעס קינד האט אנדערע נאטורן, אן אנדערע מח און אן אנדערע וועג ווי אזוי ער וואקסט, מען דארף גיין מיט יעדן איינעם אויף זיין וועג. איינער איז א שארפער קאפ - דער צווייטער איז א גראדער קאפ, איינער איז א שנעלער קאפ - דער צווייטער איז א שטייטער קאפ; מיט יעדן קינד דארף מען גיין אויף זיין וועג.


מיר געפונען ביים הייליגן תנא רבי יוחנן בן גודגדא, אז זיינע קינדער זענען געווען טויבע קינדער לא עלינו; דאך זעען מיר וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אז זיי זענען געווען ממונה אויף אלע טהרות אין ירושלים (תוספתא תרומות פרק א, ירושלמי שם). זעט מען פון דעם ווי די הייליגע תנאים האבן אויפגעבויט זייערע קינדער; אפילו זיי זענען געווען טויב לא עלינו, דאך זענען זיי געווען גרויסע צדיקים און זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן אויף זייער וועג.


אז דו וועסט האבן סבלנות מיט דיין זון וועט ער אויסוואקסן א געזונטער מענטש, ער וועט אויסוואקסן לויט זיינע כשרונות און דו וועסט האבן אסאך נחת פון אים, אויב אבער דו וועסט אים טשעפען וועט גארנישט בלייבן פון אים.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אלע דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן און בעט דעם אייבערשטן פאר דעם קינד ער זאל זוכה זיין אז זיין קאפ און מח זאל זיך אים עפענען, ער זאל פארשטיין לערנען און ליב האבן צו לערנען - וועסטו זען גרויסע וואונדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אויף דעם אויבנדערמאנטער תנא רבי יוחנן בן גודגדא (חגיגה ג.) אז זיינע אייניקלעך זענען אויך געווען טויבע, זיי פלעגן זיצן אין בית המדרש ביי די שיעורים פון דעם הייליגן תנא רבי יהודה הנשיא און זיי פלעגן זיך שאקלען און מאכן מיט זייערע ליפן, האט רבי מתפלל געווען אז זיי זאלן ווערן געזונט ביז זיי זענען געווארן אויס טויב; דאס זאלסטו טון טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט - דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן פאר אלע קינדער און פאר דעם קינד, דורכדעם וועסטו זען ניסים.


נאכאמאל, איך בעט דיר און איך ווארן דיר, געב אכטונג אים נישט צו שלאגן און נישט פארשעמען.