שאלה אין קורצן ענין
#3 - ווי אזוי קענען מיר האלטן אונזערע חומרות ביי די עלטערן אין שטוב?
כיבוד אב ואם, פסח, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר גייען אי"ה אויף פסח צו מיינע עלטערן, און מיין מאמע קויפט געוויסע עסן פאר די סעודות, וויל איך וויסן וואס מיר זאלן טון ווייל מיין מאן איז מקפיד זיך נישט צו מישן, און ביי מיינע עלטערן איז מען נישט אזוי מקפיד אויף דעם.


אויך ביי מיין משפחה איז מען נישט אזוי מקפיד אויף שמועסן מענער מיט פרויען, וואס זענען די הלכות ביי דעם? מעג איך אריינרעדן און זאגן פאר מיינע עלטערן וואס צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען האט ערליכע עלטערן וואס היטן תורה ומצוות, ווען מען גייט צו זיי - נעמט מען נישט מיט די אייגענע חומרות. אין שטוב קען מען זיך פירן מיט שיינע מנהגים און חומרות, אבער ווען מען גייט צו ערליכע עלטערן שומרי תורה ומצוות - דארף מען געדענקען די מצוה פון כיבוד אב ואם, נישטא קיין שום אנדערע מנהג, קיין שום אנדערע חומרא, נאר די איין מצוה פון כבד את אביך ואת אמך.


מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו האט געגעסן זופ אום פסח אינאיינעם מיט זיין אלטע מאמע, זיי האבן געגעסן פון איין טעלער. אמאל האט פאסירט, די מאמע האט פארגעסן אז מען בראקט נישט און זי האט אריינגעלייגט שטיקלעך מצה אין טעלער, און צו אלעמענ'ס וואונדער האט דער הייליגער צדיק ווייטער געגעסן פון די זופ, ער האט אוועקגעריקט די שטיקלעך מצה צו איר זייט און ער האט ווייטער געעגעסן די זופ, נאכדעם האט דער צדיק געזאגט: "נישט בראקן איז א חומרא און וויי טון די מאמע, מזלזל זיין אין מצות כיבוד אם - איז א דאורייתא, א חומרא קען נישט אוועקשטופן א דאורייתא".


דערפאר ווען איר גייט צו אייערע עלטערן - זאלט איר זייער אכטונג געבן צו מכבד זיין די עלטערן; אין דעם דארף ליגן דער גאנצער קאפ, 'ווי נאך קען מען מכבד זיין טאטע מאמע'.


בנוגע רעדן און שמועסן וכו'; ביי די עלטערן אין שטוב איז מען א חלק פון די שטוב, ווי אזוי די עלטערן פירן זיך - אזוי פירט מען זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - דארף איך טון אלע חומרות פון מיין טאטע אום פסח?
מנהגים, פסח, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך דארף זיך פירן מיט אלע חומרות וואס מיין טאטע פירט זיך אום פסח?


איך האב שוין ברוך ה' אן אייגענע משפחה, מיר מאכן דעם פסח ביי אונז אינדערהיים, איז די שאלה אויב איך מוז נאכמאכן אלע חומרות פון מיין טאטע. איך רעד נישט פון עסן געבראקטס און דאס גלייכן, נאר אזעלכע חומרות ווי למשל נישט צו עסן קיין געקויפטע זאכן, מילכיגע פראדוקטן, טשאקאלאד, און נאך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי איז געווען זייער קעגן חומרות (עיין שיחות הר"ן, סימן רלה), אפילו לגבי חומרות אום פסח - האט דער רבי נישט געהאלטן מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה.


דער רבי האט דערציילט: "ווען איך בין געווען יונג און איך האב דעמאלט נישט געוויסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' - בין איך אויך אריינגעפאלן אין דעם טעות, ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח בין איך געווארן פארלוירן, איך האב נישט געוויסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז מיר בייגעפאלן נאך חומרות, ביז איין מאל האב איך געטראכט 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח? ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?'" דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט קיין עצה, ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער דורכאויס גאנץ יום טוב עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, "האב איך געטראכט 'די בעסטע וואסער וואלט ווען געווען קוואל וואסער', ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ", אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


מיט דעם אלעם פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל אכטונג געבן פסח נישט אהיים צו ברענגען די נאכגעמאכטע זאכן פון חמץ. דער רבי האט טאקע נישט געוואלט מיר זאלן האבן חומרות, אבער מען דארף וויסן מען זאל נישט עסן פסח "פיצה", אפילו עס איז געמאכט כשר לפסח. אויך זענען מיר מקפיד אויף בראקן, מיר בראקן נישט פסח נאר אחרון של פסח, אויך זאל מען אכטונג געבן אפצושיילן די ירקות און פירות.


מילכיגס קענסטו עסן; צום ביישפיל מילך, קעז וכדומה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ביי מיינע עלטערן איז זייער אנגעצויגן פסח, ווי אזוי האלט איך זיך פרייליך?
כיבוד אב ואם, שמחה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט דריי יאר צוריק, ווען איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, וואס האבן ממש געעפנט מיינע אויגן.


איך בין א בחור פון 19 יאר, איך הער ווי דער ראש ישיבה זאגט ביי די שיעורים ווי אזוי מ'דארף פירן א סדר מיט רואיגקייט, ווי אזוי מ'קען האבן א פרייליכע פסח, ס'זאל נישט זיין קיין אנגעצויגנקייט אינדערהיים. דאס איז אלעס זייער שיינע זאכן, וואס קען איך אבער טון אז ביי אונז אינדערהיים איז נישט אזוי, מיין טאטע איז געפערליך נערוועז און שרייט זייער אסאך, יעדעס יאר קומט צו פרישע חומרות ביי אונז. מיינע חתונה געהאטע געשוויסטער ווילן שוין נישט קומען צו אונז אויף פסח, ווייל ס'איז שוין ממש נישט אויסצוהאלטן.


איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה געבן א וועג ווי אזוי איך קען האבן א רואיגע געשמאקע פסח צום ערשטן מאל?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני-א, י"א ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיטן הייליגן רבי'ן. דער רבי לערנט אונז אז מיר זאלן שטענדיג זוכן דאס גוטס; אפילו ווען עס גייט אריבער שוועריקייטן אויפן מענטש זאל מען אויפזוכן דעם אייבערשטן אינעם שוועריקייט, מען זאל זוכן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיטן מענטש און מען זאל אים דאנקען און לויבן דערויף.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן; אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס, האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


בנוגע וואס דו פרעגסט ווי אזוי דו קענסט האבן א געשמאקע יום טוב; נוץ דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות. בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב, בעט אים דו זאלסט שטענדיג זיין פרייליך, עס זאל דיר גארנישט באדערן און עס זאל דיר גארנישט אנגיין. ווען א מענטש איז פרייליך און ער הערט נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט וואס דער אייבערשטער געבט אים פאלן ממילא אוועק אלע פראבלעמען און אלע ווייטאגן וכו'.


פון איין זייט איז דיר זייער שווער צו מקיים זיין מצות כיבוד אב ואם וכו', אבער פון דער אנדערע זייט איז די שכר זייער גרויס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", ווי שווערער עס קומט אן צו מקיים זיין א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען, בפרט די מצוה פון כיבוד אב ואם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּרוֹתֵיהֶם בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לוֹ לָעוֹלָם הַבָּא; כִּבּוּד אָב וָאֵם", אויף כיבוד אב ואם באצאלט דער אייבערשטער שכר נישט נאר אויף יענע וועלט, נאר אויך אויף דער וועלט; אז דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן וועסטו זען נחת ביי דיינע קינדער. נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך און ווי אזוי דו האסט זיך אויפגעפירט צו דיינע עלטערן וועסטו צוריק באקומען מיט פראצענט פון דיינע קינדער.


דו שרייבסט מיר: "איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח"; וויל איך דיר זאגן אז דאס איז דיין אייגענע פראבלעם, דאס האט גארנישט צו טון מיט דיינע עלטערן, דו דארפסט ארבעטן אויף דיר אליינס אז דו זאלסט זיין פרייליך. כל זמן דו וועסט באשולדיגן דיינע עלטערן וכו' וועסטו גארנישט האבן דערפון, נאר שברון לב און עגמת נפש; עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן עלטערן און לייגן די גאנצע מיסט אויף זיי אבער דאס וועט דיר גארנישט העלפן אין לעבן. אז דו וועסט ארבעטן אויף דיינע מידות, צו זיין א זיסער איד, דו זאלסט זיין א פרייליכער איד, דו זאלסט נישט זיין קיין נערוועזער מענטש, שרייען און שלאגן וכו', וועט דיר גוט זיין. עס וועט מקוים ווערן ביי דיר (שופטים יד, יד): "מֵעַז יָצָא מָתוֹק".


דו שרייבסט אז דו שעפסט חיות פון רבי'ן די לעצטע דריי יאר; לערן אביסל ספר "אשר בנחל" וועסטו זען וואס ברסלב איז, מוהרא"ש ברענגט סיפורים פון אנשי שלומינו וואס האבן גארנישט געהאט אין לעבן און זיי זענען שטענדיג געווען פרייליך. איך ווייס נישט צי דו האסט נאך זוכה געווען צו קענען מוהרא"ש וואס איז געווען א לעבעדיגער ביישפיל. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט גארנישט געהאט אין לעבן; ווען איך זאג דיר גארנישט געהאט מיין איך טאקע גארנישט, נישט סתם געזאגט, אזוי ווי מען זאגט און מען שרייבט וכו', ער האט גארנישט געהאט אין לעבן און מיט דעם אלעם איז ער שטענדיג געווען פרייליך, שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל און א גאנץ לעבן מחזק געווען אידישע קינדער.


יעצט פרעג איך דיר, דו ביסט א יונגער בחור און נאך אביסל הייבסטו אן דיין לעבן, פארוואס זאלסטו זיין אזוי צעבראכן און שרייבן: "איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח"? פארוואס? ווייל דיין טאטע האט חומרות, איז וואס? דאס איז א צרה? מאך דיר פרייליך, דאנק דעם אייבערשטן אז דו זיצט ביים סדר טיש מיט טאטע און מאמע! וויפיל אידישע קינדער ליגן נעבעך אין שפיטאל און קענען נישט זיצן אין שטוב ביים סדר, דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט ארויס גיין פון דיין אייגענע מצרים, דיין מצר–ים, דיין קטנות הדעת; זאלסט זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן וואס דעמאלט דארף מען שוין גארנישט. ווען א מענטש שפירט אביסל נאנטשאפט צום אייבערשטן איז ער א צופרידענער מענטש, און מיר אלע זאלן שוין זיין זוכה זיין צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.