שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי נעם איך אראפ די קללה אז איך וועל נישט טרעפן מיין שידוך?
שידוכים, טשעפען, בין אדם לחבירו, קללות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס א תלמיד פון ישיבה וויל איך אנוואונטשן א מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה אז נאך א בחור פון ישיבה איז געווארן א חתן, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה זאל זען אסאך אידיש נחת ביי מיר און ביי אלע תלמידים.


ברוך ה' אז א דאנק דעם ראש ישיבה'ס עצות און לימודים ווער איך נישט צעבראכן ווען א בחור וואס איזיונגער פון מיר ווערט א חתן, ווייל דער ראש ישיבה חזר'ט שטענדיג אז יעדער איינער האט זיין זיווג און קיינער קען נישט צונעמען מיין באשערטע זיווג.


וואס ברענגט מיך יעצט צו שרייבן דעם בריוו איז, אז איך בין באזארגט וועגן מיין שידוך צוליב א צווייטע סיבה, און דאס מאכט מיך שוין יא צעבראכן.


דאס איז פארגעקומען פאריאר ווען דער ראש ישיבה האט מיך איינמאל אנגעשריגן אז "איך וועל נישט קענען חתונה האבן בעפאר נאך עטליכע יאר!", דער זאץ קלינגט מיר שטענדיג אין די אויערן, און איך ווער ממש משוגע פון דעם.


דערפאר קום איך מיט א צעבראכן הארץ פרעגן דעם ראש ישיבה אויב איז דא עפעס אויף די וועלט וואס קען אראפנעמען פון מיר די קללה, אדער האב איך נישט קיין ברירה נאר אויסווארטן נאך אפאר יאר ביז די קללה וועט אוועקגיין, און דעמאלט זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג.


יישר כח פאר מיין לעבן, א גוט שבת.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך שעלט נישט קיינעם; איך פארגין דיר דו זאלסט שוין חתונה האבן און איך דאווען פאר דיר יעדן טאג דו זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


דאס וואס איך האב דיר געזאגט פאריאר אז דו וועסט נאך דארפן לאנג ווארטן אויף דיין שידוך; ווייל דו האסט פארגאסן אידיש בלוט אין ישיבה. דו האסט ארויס געלאזט א שמועה אויף אן אומשולדיג בחור אז ער ווערט א חתן צו משפחת ..., דער בחור איז געקומען צו מיר וויינען אז ער איז א חוזק פאר אלע בחורים, איך האב נישט געוואוסט ווער עס האט געמאכט די ליצנות, האב איך געזאגט אז דער וואס האט דאס געמאכט וועט נאך דארפן ווארטן אויף זיין שידוך. ווייל אז מען טשעפעט א צווייטן, מען מאכט וויינען א צווייטן - באצאלט מען נאכדעם א טייערע פרייז.


מיר געפונען ביי אלקנה אז ער האט געהאט צוויי ווייבער - פנינה און חנה, פנינה האט געהאט צען קינדער און חנה איז געווען אן עקרה, זי האט נישט געהאט קיין קינדער. שטייט אין פסוק (שמואל-א א, ו) אז פנינה האט געטשעפעט חנה: "וְכִעֲסַתָּה צָרָתָהּ גַּם כַּעַס בַּעֲבוּר הַרְּעִמָהּ", זאגט רש"י אז זי האט איר געפרעגט: "כְּלוּם קָנִיתָ הַיוֹם מַעֲפוֹרֶת לְבִנְךָ הַגָּדוֹל?" האסט געקויפט א ווארימע קלייד פאר דיין קינד? "אוֹ חָלוּק לְבִנְךָ הַקָטָן?" האסט געקויפט א העמד פאר דיין בעבי? זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בבא בתרא טז.): "פְּנִינָה לְשֵׁם שָׁמַיִם נִתְכַּוְנָה", פנינה האט אינזין געהאט לשם שמים, זי האט געוואוסט אז ווען א מענטש וויינט ווערן זיינע תפילות גלייך אנגענומען ביים אייבערשטן, דערפאר פלעגט זי טשעפען חנה כדי זי זאל וויינען און זי זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער; למעשה איז חנה טאקע געהאלפן געווארן, זי האט זוכה געווען צו זיין די מאמע פון שמואל הנביא, אבער אין די זעלבע צייט האט פנינה פארלוירן אלע אירע קינדער, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א ב, ה): "עַד עֲקָרָה יָלְדָה שִׁבְעָה וְרַבַּת בָּנִים אֻמְלָלָה", זעט מען ווי הארב עס איז צו טשעפען א צווייטן.


למעשה איז ... נרו יאיר שוין א חתן געווארן, ער האט שוין חתונה געהאט און נאך אביסל איז ער שוין א טאטע קיין עין הרע; יעצט דארפסטו אים איבערבעטן, פאל אים צו די פוס ער זאל דיר מוחל זיין, און זאג צו פארן אייבערשטן אז דו וועסט קיינמאל נישט מאכן קיין געלעכטער פון א צווייטן.


איך זאג דיר נאכאמאל: "איך שעלט נישט!" דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות קללה, חלק ב', סימן א): "הָרָגִיל בִּקְלָלוֹת הוּא מֵעוֹלָם הַתֹּהוּ", דער וואס שעלט איז פון עולם התוהו; אבער אז מען טשעפעט א צווייטן, מען מאכט א שפיל ווי איינער ווערט א חתן, מען פארגיסט יענעמס בלוט - אויף דעם באצאלט מען א פרייז.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יד:): "כָּל מָקוֹם שֶׁאַתָּה מוֹצֵא שְׁנֵי מִקְרָאוֹת אֶחָד מְקַיֵים עַצְמוֹ וּמְקַיֵּם דִּבְרֵי חֲבֵירוֹ וְאֶחָד מְקַיֵים עַצְמוֹ וּמְבַטֵּל דִּבְרֵי חֲבֵירוֹ, מַנִּיחִין אֶת שֶׁמְּקַיֵּם עַצְמוֹ וּמְבַטֵּל חֲבֵירוֹ, וְתּוֹפְסִין אֶת שֶׁמְּקַיֵּם עַצְמוֹ וּמְקַיֵּם חֲבֵירוֹ"; אז איינער זוכט זיך צו דערהאלטן און אויך דערהאלטן זיינע חברים - אזא איינער האט הצלחה, אבער אז איינער בויט זיך אויף און ער איז מבטל זיין חבר - איז מען אים אויך מבטל.


הלואי זאלסטו אריין ברענגען צווישן דיינע חברים אז מען ווערט נישט גרויס ווען מען לאכט פון א צווייטן, מען ווערט נישט חשוב ווען מען שפעט פון א צווייטן; שלמה המלך זאגט (משלי כו, יח): "כְּמִתְלַהְלֵהַּ הַיֹּרֶה זִקִּים חִצִּים וָמָוֶת", אזוי ווי איינער שיסט פיילן אויף א צווייטן יענעם צו הרג'נען, "כֵּן אִישׁ רִמָּה אֶת רֵעֵהוּ וְאָמַר הֲ‍לֹא מְשַׂחֵק אָנִי", אזוי אויך איז דער וואס שפעט פון זיין חבר און ווען דער חבר כאפט אז ער מאכט חוזק פון אים זאגט ער: "הֲ‍לֹא מְשַׂחֵק אָנִי", איך מיין עס נישט ערנסט; למעשה איז יענעמס בלוט פארגאסן געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן לעבן מיט אלעמען בשלום; מיר זאלן געדענקען וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך בעט אין זיין תפילה (תפילה קודם התפילה): "תֵּן בְּלִבֵּנוּ שֶׁנִּרְאֶה כָּל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵינוּ וְלֹא חֶסְרוֹנָם", רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל זען נאר דאס גוטס ביי א צווייטן, איך זאל נישט זען יענעמס פעלערן, "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", איך זאל רעדן שיין צו א צווייטן, "וְאַל יַעֲלֶה שׁוּם שִׂנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרוֹ חָלִילָה", און איך זאל נישט פיינט האבן א צווייטן.


דאס דארפן מיר בעטן שטענדיג - מיר זאלן נישט פיינט האבן א צווייטן איד, מיר זאלן קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן איד, מיר זאלן נאר זוכן ווי אזוי מיר קענען טון א טובה פאר א צווייטן איד, אזוי וועלן מיר ארויס גיין פון דעם ביטערן גלות און מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן.


דער הייליגער בעל התניא האט נאכגעזאגט פון זיין רבי'ן דער הייליגער מגיד פון מעזריטש וואס האט געהערט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט און לעבט דא אפ זיבעציג אכציג יאר - נאר כדי א טובה טון פאר א צווייטן איד"; הער ווערטער וואס הייסט א טובה טון פאר א צווייטן איד, "עס לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר אבי א טובה צו טון פאר א צווייטן!"


זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.