שאלה אין קורצן ענין
#11 - בין איך מחויב צו גיין צו מיינע עלטערן אויף שבת?
שלום בית, שבת קודש, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט אזוי ליב צו גיין צו מיינע עלטערן בכלל, און ספעציעל נישט אויף שבת, איך קום זיך נישט אויס מיט זיי, און שבת איז דארט די אטמאספער ממש ווי תשעה באב. ווידער ביי מיין שווער און שוויגער איז זייער געשמאק, און איך האב זייער ליב דארט צו זיין.


יעדן דאנערשטאג דארף איך זיך פריש ברעכן קאפ צו זוכן תירוצים זיך ארויסצודרייען פון צו גיין צו מיינע עלטערן, און איך שפיר אויך אז מיין מאמע לאדענט אונז אויף שבת נאר ווייל זי טראכט וואס מענטשן וועלן זאגן אויב מיר וועלן נישט קומען, און וואס וועט איר שנור טראכטן, און אזוי ווייטער, נישט ווייל זי ווארט טאקע אויף אונז.


אלנפאלס, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז איך וויל נישט גיין צו זיי, און איך בין נישט מחויב צו גיין צו זיי, זי טענה'ט אבער אז מיר דארפן זיי מכבד זיין און יא גיין, נישט אלץ דארף מען טון וואס ס'איז געשמאק, מ'דארף טון וואס מ'האט צו טון.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן די ריכטיגע וועג וואס צו טון, ווייל איך טראכט אויך אז זי איז גערעכט, אבער יעדער מאל איך קום צוריק פון דארט, בלייב איך מיט א שלעכטן טעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין ווייב איז גערעכט, מען טוט נישט וואס מען וויל און וואס מען האט ליב, מען טוט וואס מען דארף צו טון; אז דיינע עלטערן ווילן דו זאלסטו קומען - זאלסטו גיין צו זיי, און אז די לופט דארט איז נישט פרייליך - זאלסטו עס פרייליך מאכן, זאלסט זינגען שיינע זמירות און דערציילן שיינע מעשיות מיט שיינע תורות אויף די פרשה.


נעם דעם רבינ'ס ווערטער און טו עס אן מיט אנדערע קליידער; דאס הייסט, דו קענסט עס נאכזאגן אין נאמען פון 'צדיקים', אין נאמען פון 'ספרים הקדושים', דארפסט נישט זאגן אז דאס איז ברסלב; וועסטו זיי אויפלעבן און האבן די גרויסע מצוה פון פרייליך מאכן טאטע מאמע.


נעם אן דיין ווייב'ס ווערטער; מען טוט נישט וואס מען וויל און וואס מען האט ליב, מען טוט וואס דער איבערשטער הייסט, וואס די תורה זאגט. די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ", זיי מכבד דיין טאטע און מאמע; דארף מען זיך מוסר נפש זיין פאר די מצוה, נישט קוקן אויף די אייגענע באקוועמליכקייטן.


ערליכע אידן איידער זיי גייען צו זייערע עלטערן און בעפאר זיי רופן זייערע עלטערן זאגן זיי: "הֲרֵינִי מוּכָן וּמְזוּמָן לְקַיֵּם מִצְוַת עֲשֵׂה שֶׁל כִּיבּוּד אָב וָאֵם כַּכָּתוּב בַּתּוֹרָה, לְשֵׁם יִחוּד קוּדְשָא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּיהּ, לַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ", אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, אות ד): "בְּכָל הַדְבָרִים שֶׁבָּעוֹלָם, הֵן בַּתּוֹרָה, הֵן בִּתְּפִלָה, הֵן בְּמִצְוֹת מַעֲשִׂיוֹת, יַרְגִיל אֶת עַצְמוֹ לוֹמַר בָּזֶה הַלָשׁוֹן", איידער מען טוט א מצוה, סיי פאר'ן לערנען, פאר'ן דאווענען אדער אנדערע מצוות, זאל מען זאגן: "הֲרֵינִי עוֹשֶׂה זֹאת", איך גיי יעצט טון די מצוה מיט איין כוונה: "לְשֵׁם יִחוּד קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּיהּ", איך זאל ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן דורך די מצוה וואס איך טו, "לַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ", צו טון א נחת רוח פאר'ן הייליגן באשעפער. אפילו אין אנהייב שפירט מען נישט קיין טעם ווען מען זאגט די ווערטער, דאך זאל מען זאגן די ווערטער, "וּבְהֶמְשֵׁךְ הַזְמַן יַרְגִישׁ הֶאָרָה גְדוֹלָה בְּאֲמִירָה זוּ", מיט די צייט וועט מען שפירן א גרויסע ליכטיגקייט ביים זאגן די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - זאל איך אנטון ווייסע זאקן אום שבת קודש?
שבת קודש, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געטראכט צוצולייגן צו מיין שבת'דיגע לבוש ווייסע זאקן, אזוי ווי ס'איז איינגעפירט ביי חסידישע אינגעלייט. און איך מיין אז מוהרא"ש זי"ע האט אפילו מקפיד געווען אזוי אין יבנאל.


מיין טאטע גייט נישט קיין ווייסע זאקן, אבער אז איך וועל זיך אנטון ווייסע זאקן וועט ער זיך פרייען, און אויך מיין ווייב תחי' וועט זיך פרייען.


איך בעט זייער דער ראש ישיבה זאל מיר זאגן וואס אין ווי אזוי עס צו טון


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט זייער מחשיב געווען ווייסע זאקן און אפילו געזאגט פאר אסאך פון די תלמידים זיי זאלן אנטון ווייסע זאקן לכבוד שבת.


דעריבער, אז דיין טאטע וועט זיך פרייען דערצו און דיין ווייב איז דאס אויך מחשיב, זע איך נישט פארוואס דו זאלסט עס נישט אנטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - זאל איך גיין צו א שבת התוועדות פון די פירמע וואו איך ארבעט?
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די פירמע וואו איך ארבעט וויל מאכן א שבת מיט אלע ארבייטערס מיט די ווייבער, כ'האב געפרעגט מיין ווייב אויב זי וויל גיין און זי איז נישט דערקעגן, אבער זי איז אויך נישט זייער אינטערעסירט, זי זאגט איך זאל טון ווי אזוי איך וויל.


וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך זאל אהינגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דער בעל הבית פארלאנגט עס נישט - זאלסטו נישט גיין; שבת קומט צו זיין אין שטוב מיט די ווייב און קינדער.


די בעלי בתים ווייסן נישט ווי אזוי צו זיין פריינטליך צו זייערע ארבעטערס, זיי מיינען אז דורך מאכן פארטי'ס, געדערינגס און שבת התוועדות - וועלן זיי באקומען א גוטע נאמען; ענדערש זאלן זיי נעמען די געלט און געבן פאר די ארבעטערס, זאלן זיי געבן די ארבעטערס געלט זיי זאלן גיין אליינס מיט די ווייב אויף וואקאציע; דער אפגעמאטערטער אינגערמאן זאל קענען האבן אביסל מנוחה, ער מיט די ווייב.


גיי נישט אוועק פון שטוב, בלייב אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער; א גאנצע וואך ביסטו פאריאגט און פארפלאגט, דו זעסט נישט דיינע קינדער, דו האסט נישט קיין צייט צו פארברענגען מיט דיין שטוב; שבת איז א צייט וואס די קינדער זענען מיט זייער טאטע מאמע, זאלסטו בלייבן אין שטוב.


שבת זאלסטו אלעס לייגן אין דער זייט, פרייטאג צו נאכטס זאלסטו אהיים גיין מאכן א שיינע סעודה; רעד צו דיינע קינדער, זינג מיט דיינע קינדער, פארברענג מיט זיי. לייג אריין אין זיי אמונה אינעם אייבערשטן, אמונה אין צדיקים. ווען מען האט קליינע קינדער איז נישט קיין צייט פון שבת התוועדות, עס איז א צייט פון זיין אין שטוב.


מאך עס מיט חכמה, דריי זיך ארויס פון גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#8 - מעג א מיידל גיין מיט א גיטאר אויפ'ן גאס?
שבת קודש, חיזוק פאר מיידלעך, צניעות, ניגונים, מוזיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר די אלע שיינע שיעורים און בריוו וכו', וואס איז אזוי מחי'. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געגעבן אזא שיינע זיסע לעבן פון הייליגן רבי'ן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מיידלעך זאלן נישט גיין שבת שפאצירן, וויל איך וויסן אויב צום טיש מעג איך יא גיין?


אויך וויל איך וויסן אויב ס'איז צניעות'דיג פאר א מיידל צו גיין מיט א גיטאר אויף די גאס.


ברוך ה' אז איך האב שוין געענדיגט פינף מאל תהילים, איך דאנק דעם ראש ישיבה פאר'ן מיר אויסלערנען צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים און פאר'ן מחזק זיין אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', ירושלים.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען פירט זיך בצניעות איז מען זוכה צו ערליכע קינדער; חכמינו זכרונו לברכה זאגן (במדבר רבה ח, ט) אויפ'ן פסוק (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ", דיין ווייב וועט זוכה זיין צו האבן קינדער אזוי ווי א וויינשטאק וואס איז פול מיט טרויבן בזכות וואס זי פירט זיך בצניעות, "בִּזְמָן שֶׁהִיא נוֹהֶגֶת בְּעַצְמָהּ דַּת יְהוּדִית שֶׁהִיא צְנוּעָה", ווען זי פירט זיך ווי די תורה זאגט, זי פירט זיך באשיידן און איידל, "זוֹכָה שֶׁיוֹצְאִין מִמֶּנָּה בָּנִים בַּעֲלֵי מִקְרָא, בַּעֲלֵי מִשְׁנָה, בַּעֲלֵי מַעֲשִׂים טוֹבִים", וועט זי זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה און טון מצוות און מעשים טובים.


בנוגע די בריוו פאר מיידלעך מען זאל זיך נישט דרייען פרייטאג צו נאכטס אין גאס; מען מיינט נישט מען זאל זיין איינגעשפארט אין שטוב וכו', מען קען גיין צום טיש וכדומה, נאר סתם שפאצירן אראפ און ארויף די גאס איז נישט די בעסטע זאך.


שפילן גיטאר איז זייער גוט; דער רבי זאגט (סיפורי מעשיות מעשה יג, דעם זעקסטן טאג) דער עיקר רפואה ווי אזוי מען קען אויסהיילן די בת מלך איז דורך ניגונים; איר קענט שפילן אין שטוב און אז איר ווילט גיין מיט דעם אין גאס זאלט איר דאס נעמען אין א זעקל - נישט אויפ'ן רוקן, ווייל עס איז נישט קיין צניעות פאר א מיידל צו גיין מיט א גיטאר אויפ'ן רוקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#7 - ווי אזוי קען איך זיך אפגעוואוינען פון נייעס און פאליטיק?
שבת קודש, חינוך הילדים, היטן די צייט, תכלית, נייעס, פאליטיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס האט מיר אלעמאל שטארק געצויגן מיטצוהאלטן נייעס, ספעציעל אמעריקאנע פאליטיק, אבער ספעציעל די לעצטע פאר יאר ווען די נייעס קאכט אזוי שטארק יעדן טאג, ציעט עס מיר נאך אסאך מער.


איך קום שבת אין שול, און יעדער רעדט נאר פון די נייעס און פאליטיק, און איך ווער אויך אריינגעצויגן אין די שמועסן, איך שעם זיך אבער נאכדעם פון מיר אליין אז ס'איז שבת קודש און איך האב נישט קיין בעסערע דאגות נאר צו רעדן איבער נארישע פאליטיק.


וואס איז די עצה זיך אפצוגעוואוינען פון זיין פארנומען אזויפיל מיט'ן הערן און ליינען די נייעס, סיי אום שבת קודש, און סיי איבער די גאנצע וואך? איך ווייס אז עס פארברענט מיר אזויפיל טייערע שעות יעדן איינציגן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעט מען ווי מענטשן קאכן זיך אין פאליטיק, א טייל פרייען זיך מיט'ן געווינס פונעם נייעם פרעזידענט און א טייל בייזערן זיך; פרעג די וואס פרייען זיך: 'מיט וואס פרייסטו זיך? וואס האט דאס מיט דיר?' און פרעג די וואס בייזערן זיך אז דער פרעזידענט האט פארלוירן: 'וואס גייט דיר עס אן? וואס איז דאס נוגע פאר דיר?' קיינער פון זיי וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן, ווייל די גאנצע פאליטיק, פארוועם מען זאל שטימען, ווער עס גייט געווינען, ווער עס האט געווינען - איז איין גרויסער דמיון.


ווייניג מענטשן האבן די שכל נישט צו פארברענען די צייט פון לעבן מיט זאכן וואס געבט נישט צו פאר'ן לעבן; מיר דארפן געדענקען וואס דער רבי מאנט פון אונז, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; ווען מען טראכט אריין זעט מען אז די טעג פונעם לעבן פליען אריבער אזוי שנעל ווי א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה (דברי הימים-א כט, טו)", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווילאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן, דאס לעבן גייט אריבער אזוי שנעל ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


מען האט אמאל געזען ווי רבי נתן רעדט דיבורי התחזקות מיט א קינד, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער פארברענגט מיט א קינד, האט רבי נתן געזאגט מיט א ניגון: "אט איז מען א אינגל, אט איז מען א בחור, אט איז מען א אינגערמאן, אט איז מען אן אלטער איד און אט פירט מען שוין צום אייביגן ארט - צום בית החיים"; יעדע פאר יאר קומט פרישע וואלן, מען קאכט זיך אין פאליטיק, מען כאפט נישט אז דערווייל גייען אריבער די יארן און עס בלייבט גארנישט איבער פון דעם, מען האט גארנישט פון דעם.


א רחמנות אויף די וואס קאכן זיך אין פאליטיק; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכט האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" און פאר יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך - זאגט דער רבי - איז מיט'ן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט, ער איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


גיי ארויס פון די דמיונות פון פאליטיק, בפרט שבת קודש; שבת איז נישט א צייט פון פאליטיק, שבת איז א טאג פון נאנט ווערן צום אייבערשטן. די הייליגע חכמים זאגן (זוהר הקדוש ויקהל, רה:) "הַאי יוֹמָא, יוֹמָא דְנִשְׁמָתִין הוּא וְלֹא יוֹמָא דְגוּפָא", שבת איז א טאג פאר די נשמה, נישט פאר'ן גוף, שבת איז א צייט וואס מען דארף זיך אנגרייטן ליום שכולו שבת. די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק א) אויפ'ן פסוק (תהלים קלט, טז): "יָמִים יֻצָּרוּ וְלוֹ אֶחָד בָּהֶם" - דאס גייט ארויף אויף שבת קודש, "אַף עַל פִּי שֶׁאַתֶּם עוֹשִׂים מְלָאכָה כָּל שִׁשָׁה יָמִים", אפילו מען ארבעט א גאנצע וואך, "יוֹם הַשַׁבָּת יַעֲשֶׁה כּוּלוּ תּוֹרָה", זאל מען שבת אויסנוצן מיט לערנען די הייליגע תורה, "מִכָּאן אָמְרוּ: לְעוֹלָם יַשְׁכִּים אָדָם וְיִשְׁנֶה בְּשַׁבָּת, וְיֵלֵךְ לְבֵּית הַכְּנֶסֶת וּלְבֵית הַמִדְרָשׁ, יִקְרָא בַּתּוֹרָה וְיִשְׁנֶה בַּנְּבִיאִים", דערפאר זאל א מענטש אויפשטיין שבת אינדערפרי און גיין אין שול לערנען און דאווענען, "וְאַחַר יֵלֵךְ לְבֵיתוֹ וְיֹאכַל וְיִשְׁתֶּה", און נאכדעם אהיים גיין מאכן די סעודה, "לְפִי שֶׁאֵין לוֹ מְנוּחָה לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא עִם עוֹשֵׂי תּוֹרָה בִּלְבַד", ווייל דער אייבערשטער האט נישט קיין נחת רוח נאר פון די וואס לערנען די הייליגע תורה. "מִכָּאן אָמְרוּ: שֶׁיִּקְרָא אָדָם כְּדֵי שֶׁלֹא תַּשִׂיגֶנוּ בּוּשָׁה וּכְלִימָּה בְּשָׁעָה שֶׁאוֹמְרִים לוֹ: 'עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ', 'עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנֶה שֶׁשָׁנִיתָ'", א מענטש זאל זען צו לערנען חומש און משניות, ווייל ווען מען קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען דעם מענטש: "הייב אן זאגן חומש וואס דו האסט געלערנט, הייב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט", ווי גרויס וועט זיין די בושה אז מען וועט בלייבן שטיין מיט אן אפענעם מויל און מען וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן.


שבת איז א צייט פון חינוך הילדים, אנשטאט שטיין אין שול רעדן מיט חברים פאליטיק - גיי אהיים מיט דיינע קינדער מאכן די סעודה. פרייטאג צו נאכטס נאכן דאווענען קומען מלאכים און זיי באגלייטן דעם מענטש ביזן שטוב (שבת קיט:), עס איז נישט קיין כבוד צו לאזן די מלאכים ווארטן ביז מען ענדיגט שמועסן, מען דארף גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'ענט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רעא, סעיף א): "כְּשֶׁיָּבֹא לְבֵיתוֹ יְמַהֵר לֶאֱכֹל מִיַּד", מען דארף גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה; פון די אלע שמועסעלעך בלייבט גארנישט איבער, אנשטאט שמועסן אין שול פאליטיק, גיי אהיים און שמועס מיט דיין ווייב און קינדער פון די פרשה, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים און מעשיות פון תפילה.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער האט נישט קיין שייכות מיט קיין שום פאליטיק; ער לעבט מיט'ן אייבערשטן, ער לעבט מיט תכלית; דער וועט זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - זאלן מיר צעטיילן די קינדער אויף שבת צו קענען גיין צו א שמחה?
שמחות, שבת קודש, חינוך הילדים, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א גרויסע משפחה קע"ה, און ווען מיינע געשוויסטער מאכן א שבת שבע ברכות וויל זיי אז ידער זאל קומען, אבער נאר די פארפאלק. דאס מיינט אז כדי צו גיין צו די שמחה דארף מען צעטיילן די קינדער אויף שבת.


מיין מאן האלט אז ס'איז נישט קיין נארמאלע זאך, און ער איז נישט מסכים צו דעם. אמאל קען איך אים איבעררעדן יא צו גיין און אמאל נישט. און פארשטייט זיך אז ווען מיר גייען נישט, בארעדט מען מיר ביי משפחה.


ביי יעדע שמחה האב איך פראבלעמען אין שלום בית, און אויך ביי מיין משפחה, און איך ווייס נישט וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון. איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו זאגן ווי אזוי מען דארף זיך פירן, און אזוי וועלן מיר טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן איז גערעכט; עס איז נישט קיין לכתחילה'דיגע זאך צו צעטיילן די קינדער און אוועק פארן אויף שבתים. קינדער דארפן שבת זייער אייגענע טאטע מאמע, זיי דארפן שבת'דיגע סעודות מיט זייערע אייגענע עלטערן. א גאנצע וואך ווארטן די קינדער אויף שבת, זיי ווארטן צו זיצן מיט זייערע עלטערן, דעמאלט איז די צייט וואס טאטע מאמע פלאנצן איין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צום הייליגן שבת.


עס איז נישט גערעכט פון די וואס לאדענען אויף א שמחה צו קומען עסן שבת'דיגע סעודות און מען נעמט זיך אויס: "קינדער קענען נישט קומען"; אז מען קען נישט קומען מיט קינדער איז בעסער צו בלייבן אין שטוב מאכן די סעודות מיט די קינדער און נאך די סעודה זאל מען גיין וואונטשן מזל טוב, און אז די שמחה איז אין אן אנדערע שטאט בלייבט מען אין שטוב.


שבת'דיגע סעודות איז א צייט פון אמונה, דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת יתרו, פח:): "תָּא חֲזֵי, בִּסְעוּדָתֵי אִלֵּין, אִשְׁתְּמוֹדְעוּן יִשְׂרָאֵל דְּאִינּוּן בְּנֵי מַלְכָּא, דְּאִינּוּן מֵהֵיכָלָא דְּמַלְכָּא דְּאִינּוּן בְּנִי מְהֵימָנוּתָא", ווען מען עסט דריי סעודות שבת זעט מען אז דער מענטש איז א קינד פונעם אייבערשטן, דער האט אמונה, נאך זאגט דער זוהר: "רַבִּי שִׁמְעוֹן אָמַר, הַאי מָאן דְּאַשְׁלִים תְּלַת סְעוּדָתֵי בְּשַׁבְּתָא, קָלָא נָפִיק וּמַכְרְזָא עֲלֵיהּ (ישעיהו נח, יד): אָז תִּתְעַנַּג עַל יְיָ", ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת גייט ארויס א בת קול אין הימל אז דער מענטש האט אמונה; זעט מען אז דעמאלט איז א צייט פון איינפלאנצן אמונה אין די קינדער.


פארשטייט זיך אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; עס איז דא פאלן וואס מען האט נישט קיין ברירה מען דארף יא צעטיילן די קינדער, אבער דאס דארף מען וויסן אז עס איז נישט קיין לכתחילה, און אז מען קען זיך ארויסדרייען איז זיכער געזונטער צו בלייבן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#5 - וואס טו איך אז מיין טאטע מאכט זייער אנצויגן דעם גאנצן שבת?
שבת קודש, חינוך הילדים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אייך געוואלט זייער באדאנקען פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס געבן מיר ממש לעבן, ובפרט די שיעורים פון זומער אין קעמפ, וואס זענען גאר עפעס אנדערש, איך ווארט א גאנץ יאר דערויף. א גרויסן יישר כח.


מיין טאטע מיט מיינע ברידער זענען געקומען צו מיר אויף שבת, איך האב אריינגעלייגט אסאך כוחות און געלט אז דער שבת זאל זיין שיין און געלונגען, אז יעדער זאל זיין זייער צופרידן, למעשה האט זיך עס אבער אויסגעלאזט זייער נישט גוט. מיין טאטע איז געווען זייער נערוועז דעם גאנצן שבת, יעדע מינוט האט געשריגן אויף א צווייטן קינד, און וויפיל איך האב פרובירט צו מאכן א געשמאקע אטמאספער ביים טיש, האט ער ווייטער געהאלטן אין איין שרייען און מאכן אנגעצויגן די לופט.


פארשטייט זיך אז אלעמאל איז ער גערעכט מיט זיינע טענות, און וואס איך טו איז קיינמאל נישט גוט, אזוי איז אלץ די שבתים אויך ביי אים אינדערהיים, אלץ איז אנגעצויגן און נערוועז.


מיין שאלה איז צי איך דארף נאך גיין צו אים אויף שבתים, אז מיין ווייב און מיינע קינדער זאלן צוזען זיינע שבת טיש מיט כעס און נערווען. ער פארלאנגט אז מיר מוזן קומען יעדע פאר וואכן, וואס דארפן מיר צו טון?


א גרויסן יישר כח נאכאמאל אויף אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחיה מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן; ווער עס הערט דעם רבינ'ס עצות און התחזקות ווערט אן ערליכער איד, מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, מען הייבט אן לערנען און דאווענען און די גאנצע לעבן ווערט אן אנדערע סארט לעבן.


בנוגע דיין טאטע וכו'; וויסן זאלסטו אז כיבוד אב ואם איז נישט קיין גרינגע מצוה מקיים צו זיין, אבער ווער עס איז נזהר אין די מצוה איז זוכה אז זיינע קינדער וועלן זיך אנשטרענגען אים צו מכבד זיין און אזוי אויך פארקערט; אויב מען פירט זיך נישט מיט דרך ארץ צו די עלטערן וועלן די קינדער זיך אויך פירן מיט חוצפה.


דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו ברענגט א פחד פון א מעשה (ספר בן יהוידע על מסכתא בבא מציעא דף לג): עס איז געווען א גרויסער גביר וואס האט געהאט אן אלט'ן טאטע'ן אן ארימאן, דער גביר האט נישט אכטונג געגעבן אויף זיין טאטע, ער האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב און ער האט געדארפט שלאפן אין גאס מיט אנדערע ארימעלייט; ויהי היום עס איז געווען אינמיטן ווינטער, זייער א קאלטע טאג, ווען דער אלטער טאטע איז געזיצן אין גאס פרירנדיג פאר קעלט, איז דארט אריבער זיין אייניקל - א זון פון דעם גביר, האט דער זיידע געבעטן זיין אייניקל: "איך בעט דיר, גיי בעט דיין טאטע זאל אויף מיר רחמנות האבן און מיר שיקן א ווארעמע מלבוש אז איך זאל נישט אויסגיין פאר קעלט דא אין גאס, דער אייניקל איז אהיים געקומען און געבעטן: "טאטע, האב רחמנות אויף זיידי; זיידי בעט א ווארעמע קלייד", האט דער גביר געזאגט צו זיין זון: "גיי ארויף אויבן אין בוידעם, דארט האב איך אן אלטע קלייד וואס איך דארף סיי וויי נישט, דאס קענסטו טראגן פאר'ן זיידע'ן"; דער זון איז ארויף אין בוידעם און געטראפן אן אלטע קלייד פול מיט ריסן און גרויסע לעכער. ער איז געווארן זייער אויפגערעגט, ער האט גענומען א שערל, איינגעקנייטשט דעם קלייד און דאס צעשניטן אין האלב. ווען זיין טאטע - דער גביר האט געזען אז דער זון קומט נאך נישט אראפ, האט ער ארויף געשריגן צום בוידעם: "וואס טוסטו אזוי לאנג אין בוידעם? גיי שוין מיט דעם קלייד צו מיין טאטע!" דער זון האט זיך אבער ווייטער פארזוימט, ער האט געענדיגט שניידן דעם קלייד אויף צוויי שטיקלעך און אראפ געקומען צו זיין טאטע מיט איין שטיקל קלייד, האט אים דער טאטע געפרעגט: "פארוואס האסטו צעשניטן דעם קלייד אויף צוויי שטיקלעך?" האט ער געזאגט פאר זיין טאטע: "איין שטיקל לייג איך אוועק פאר דיר, ווען דו וועסט ווערן אן אלטער מענטש וועל איך דיר ארויס ווארפן פון שטוב און ווען עס וועט קומען ווינטער און דו וועסט זיין קאלט וועל איך דיר שיקן דעם צווייטן חלק פונעם קלייד, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין תנחומא לך לך, ט): 'מַעֲשֶׂה אָבוֹת - סִימָן לְבָּנִים', ווי אזוי די פירסט זיך מיט דיינע עלטערן וועל איך זיך פירן מיט דיר"; האט דער טאטע זיך געכאפט ביים קאפ וואס ער האט געטון און ער האט אהיים גערופן זיין אלטן טאטע'ן, ער האט אים אריין גענומען אין שטוב און אים איבערגעבעטן.


עס איז כדאי דו זאלסט נאכקוקן די מעשה ווי אזוי ער ברענגט דאס, מער באריכות.


נאך די מעשה וועסטו שוין וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט דיין טאטע; אפילו דיין טאטע שרייט און האלט דיר פאר וכו' וכו' וועסטו אים ווייטער מכבד זיין און ווייזן פאר דיינע קינדער ווי אזוי א איד פירט זיך מיט א טאטע. דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.


שרייב מיר נאך, וועל איך דיר מדריך זיין אויפן זיסן וועג וואס מוהרא"ש האט געלערנט מיט אונז; די וועג פון הייליגן רבי'ן, ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו האבן א חיים טובים, א לעבן פון גן עדן אויף די וועלט.


א גוט שבת.

#4 - פארוואס האט מוהרא"ש איינגעפירט אין יבנאל צו גיין שבת מיט ווייסע בעקיטשעס?
יבנאל, שבת קודש, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פארוואס מוהרא"ש האט איינגעפירט אין יבנאל צו גיין שבת מיט ווייסע בעקיטשעס, אין די צייט וואס אין אנדערע קהלות גייט מען אנגעטון שווארץ. און אפילו אין ירושלים, וואו אסאך גייען יא ווייסע בעקיטשעס, איז עס נאר געשטרייפט, נישט אינגאנצן ווייס.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן אריז"ל (פרי עץ חיים שער השבת, פרק ד): "צָרִיךְ שֶׁיִּלְבּוֹשׁ בְּכָל שַׁבָּת בְּגָדִים לְבָנִים", מען זאל גיין שבת מיט ווייסע קליידער, און רבי חיים וויטאל זכר צדיק לברכה זאגט דארט: "וְקִבַּלְתִּי מִמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁכְּפִי הַגִּווּן הַמּלְבּוּשִׁין שֶׁאָדָם לוֹבֵשׁ בְּשַׁבָּת בָּעוֹלָם הַזֶּה, כַּךְ מַלְבִּישִׁין אוֹתוֹ אַחַר פְּטִירָתוֹ בִּימֵי הַשַּׁבָּת תָּמִיד", ווי אזוי מען גייט אנגעטון שבת דא אויף די וועלט אזוי טוט מען אן דעם מענטש אויבן אין הימל נאך זיין פטירה אין די שבת טעג, און דער אר"י הקדוש האט דערציילט: "לָכֵן רָאָה לְחָכָם אֶחָד לָבוּשׁ שְׁחוֹרִים אַחַר פְּטִירָתוֹ בִּימֵי הַשַׁבָּת, וְהִגִּיד כִּי כַּךְ הָיָה לָבוּשׁ בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהוּא נֶעֱנַשׁ בְּמִדָּה זוּ", אז ער האט געזען א חכם אויבן אין הימל אנגעטון שווארץ, און ער האט געזאגט אז ווייל ער פלעגט גיין אויף די וועלט אנגעטון שווארץ שבת דערפאר האט ער באקומען די עונש פון גיין אנגעטון שווארץ, דעריבער זאל מען גיין מיט פיר ווייסע קליידער, "וְאַרְבָּעָה בִּגְדֵי לָבָן אֵלּוּ, נֶגֶד אַרְבַּע אוֹתִיוֹת הֲוָיָ"ה", און די פיר ווייסע קליידער זענען אנקעגן די פיר אותיות פונעם אייבערשטנ'ס נאמען, עיין שם.


ווען מוהרא"ש האט אנגעהויבן בויען די ברסלב'ע שטאט יבנאל האט ער איינגעפירט אז מען זאל זיך פירן דארט אזוי ווי דער אריז"ל. היות דארט איז א פלאץ וואו מען איז אפגעזונדערט פון אלעמען און עס איז נישט דא פון ווען זיך צו שעמען, דאס איז די סיבה פארוואס מיר גייען נישט מיט ווייסע קליידער, ווייל מיר זענען אויסגעמישט צווישן מענטשן וואס אלע גיין שווארץ, וועט זיך עס אנזען זייער אינטערעסאנט, אלע וועלן לאכן וכו'.


מוהרא"ש האט דערציילט אז דער הייליגער צדיק רבי יצחק פון דראביטש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "אויב אלע וואלטן געגאנגען שבת מיט ווייסע קליידער, בפרט די וואס וואוינען אין ארץ ישראל וואלט שוין געווען די גאולה". דער צדיק רבי יצחק פון דראביטש זכותו יגן עלינו פלעגט ארום פארן אין אלע שטעט רעדן איבער דאס גרויסקייט פון צו גיין שבת מיט ווייסע קליידער, ביז דער ס"מ אליינס איז געקומען צו אים און אים געווארנט אז אויב ער וועט ווייטער ממשיך זיין צו רעדן פון דעם וועט ער זיך נעמען צו זיינע קינדער וכו', דעמאלט האט ער אויפגעהערט רעדן פון דעם.


דערפאר האט מוהרא"ש זייער מקפיד געווען אז אלע וואס וואוינען אין יבניאל און געהערן צו די קהלה זאלן גיין מיט ווייסע בעקיטשעס אום שבת און יום טוב, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זוהר חדש נח, דף כג): "דְּאִי יַחְזְרוּן בִּתְשׁוּבָה רֵישֵׁי כְּנִישְׁתָּא, אוֹ חָדָא כְּנִישְׁתָּא, בִּזְכוּתָם יִתְכְּנֵשׁ כָּל גָּלוּתָא"; אפילו נאר איין קהלה אדער איין בית המדרש וועלן תשובה טון - וועט זיין די גאולה; אזוי אויך מיט ווייסע קליידער - האט מוהרא"ש געזאגט, אז מען וועט גיין אין יבנאל מיט דעם וועט מען ברענגען די גאולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה, אמן.

#3 - מעגן די מיידלעך מיטזינגען די זמירות שבת?
שבת קודש, הלכה, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און דרשות.


איך האב געהערט לעצטנס ביי א דרשה ווי איר זאגט אז די משפחה קען זינגען אינאיינעם די זמירות שבת, דער טאטע מיט די מאמע מיט די קינדער.


איך מיין אז דאס איז קעגן די הלכה, אויב ווייס איך גוט איז די הלכה אז דער טאטע מעג טאקע הערן זיין ווייב און טעכטער זינגען, אבער למעשה איז קול באשה ערוה, און ער טאר נישט זאגן קיין דברים שבקדושה בשעת זיי זינגען. אזוי ווי ווען זיי זענען נישט צוגעדעקט צניעות'דיג איז דאס נישט קיין פראבלעם פאר'ן טאט'ן און מאן, אבער ער טאר נישט דעמאלט זאגן קיין דברים שבקדושה אין פארנט פון זיי.


איך האף איר וועט מיר דאס ענטפערן און קלאר שטעלן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין שאלות ותשובות ברסלב (ג' אלפים, תמ"ד) פרעגט איינער אן מוהרא"ש אזא שאלה: "איך פיר זיך צו זינגען זמירות שבת קודש צוזאמען מיט מיינע קינדער, אבער היות איך האב שוין עלטערע מיידלעך, וויל איך פרעגן אויב זיי מעגן מיט זינגען צוזאמען מיט מיר די זמירות שבת?" און מוהרא"ש ענטפערט אים: "אשריך ואשרי חלקך שאתה שר ומזמר זמירות בשולחן השבת עם כל הילדים", וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו זינגסט זמירות שבת ביי די סעודה מיט אלע דיינע קינדער, "שרבינו זכרונו לברכה הקפיד על זה מאד מאד, ורצה שאנשי שלומינו ישירו בכל שבת את שירי השבת ויאמרו את כל הזמירות ולא יתביישו מאף אחד, כי עיקר היהדות זה תמימות ופשיטות", ווייל דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל זינגען יעדן שבת ניגונים לכבוד שבת, און מען זאל זאגן און זינגען אלע זמירות און זיך נישט שעמען פון קיינעם, ווייל זינגען זמירות אין שבת איז אן עיקר אין אידישקייט.


זאגט מוהרא"ש ווייטער: "ולכן גם הבנות הגדולות יכולות לשיר, כי סוף כל סוף זה בתוך המשפחה", דעריבער קענסטו זינגען מיט דיינע מיידלעך די זמירות ווייל דאס איז דאך דיין משפחה. "וכמובן, שאסור שיהיו שמה אנשים זרים", פארשטייט זיך אז עס טארן זיך נישט געפונען דארט פרעמדע מענטשן, ווייל (ברכות כד:): "קוֹל בְּאִשָּׁה - עֶרְוָה", פרעמדע מענטשן טארן נישט הערן פרויען זינגען, "אבל בתוך המשפחה, שלא נמצאים רק אתה ואשתך והילדים - מותר גם לבנות הגדולות לשיר", אבער מיט דיין משפחה אליין, ווען נאר דיין ווייב און קינדער זענען ביי די סעודה קענען זיי מיט זינגען די זמירות.


מוהרא"ש פירט אויס די תשובה: "וזה מעיקר החינוך - לחנך את הילדים שישירו זמירות בשבת, שזה דבר גדול מאד מאד", זינגען זמירות מיט די קינדער איז אן עיקר און א יסוד אין חינוך, דאס ברענגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - כ'בין א בחור וואס מוטשעט זיך מיט שווערע נסיונות, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?
שבת קודש, קדושה, נסיונות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א ישיבה בחור, און איך מוטשע זיך זייער מיט מיין אידישקייט. איך פלעג ממש מחלל שבת זיין יעדע וואך רחמנא ליצלן, איך האב פיל געזינדיגט אין פגם הברית, געקוקט א גאנצן טאג שמוץ, און אפילו אום שבת רחמנא ליצלן.


מיט א יאר צוריק בין איך אנגעקומען צו אייערע שיעורים, און דאס האט מיר געטוישט דאס לעבן, איך בין געווארן א נייער מענטש, איך בין שוין געווען אין אומאן ביים רבי'ן צו נעמען א תיקון, און איך האב זיך אנגעהויבן פירן ווי עס דארף צו זיין, פאר די לעצטע יאר צייט.


לעצטנס האב איך אבער אנגעהויבן צוריק צו פאלן, איך האב אנגעהויבן ווייטער דורכצופאלן און קוקן שמוץ, און דאס ברענגט מיר צו פגם הברית. קיינער אין די וועלט ווייסט נישט פון דעם, נאר איך און דער אייבערשטער, איך בין אזוי צעבראכן פון דעם, איך וויין צום אייבערשטן יעדן טאג, יעדעס מאל וואס איך פאל דורך ווער איך זייער צעבראכן פון דעם, איך פיל זיך זייער זייער שלעכט, אבער יעדן טאג געווינט מיר דער יצר הרע נאכאמאל, איך קען זיך ממש נישט שטארקן איבער אים. אויך אין שמירת שבת בין איך אביסל צוריק געפאלן, און איך פיל אז איך האלט עס מער נישט אויס, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה ווי אזוי ארויסצוקריכן פון מיין בלאטע.


איך לערן אין א ישיבה וואס דער ראש ישיבה דארט רעדט נאר אז מ'זאל גיין מיט א הוט און רעקל, ער רעדט קעגן פליפ-פאונס און סענסעס, ער כאפט נישט אז ער דארף פשוט רעדן פון שמירת שבת און פגם הברית.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן אין מיין שווערע מצב.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "וְאֲפִלּוּ כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אפילו מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויס צו גיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (ר' נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויס קריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".


דערפאר, אז דו ביסט נעבעך אריין געפאלן אין א געדעכטע בלאטע, דו זינדיגסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; נאכדעם איז עבירה גוררת עבירה - איין עבירה שלעפט דאס צווייטע, דאס שלעפט דיר נעבעך צו נאך עבירות, האסטו נאר איין עצה: "פאלג דעם רבי'ן", שריי צום אייבערשטן : "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת"; אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ביז דו וועסט ארויס קריכן פון דיינע עבירות.


דורך די הייליגע תורה קען מען ארויס קריכן פון אלע עבירות; דער הייליגער ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות חכירות וקבלנות, הלכה ב, אות יב): "וַאֲפִלּוּ מִי שֶׁנָּפַל לְמָקוֹם שֶׁנָּפַל, וְהוּא רָחוֹק מְאֹד מֵהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ עַל־יְדֵי מַעֲשָׂיו הָרָעִים, אַף־עַל־פִּי־כֵן יָכוֹל לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ "בְּקַל עַל־יְדֵי לִמּוּד הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", כִּי הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה יוֹרֶדֶת אֲפִלּוּ לְמִי שֶׁהוּא בְּעִמְקֵי הַקְּלִפּוֹת, בַּשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת, חַס וְשָׁלוֹם. וּמְעוֹרֶרֶת אוֹתוֹ וּמְקָרֶבֶת אוֹתוֹ לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ", אפילו ווער עס איז אראפ געפאלן אין שאול תחתית חס ושלום און האט זיך דערווייטערט פונעם אייבערשטן דורך זיינע שלעכטע מעשים, קען ער דורך די תורה גרינג צוריק קומען צום אייבערשטן, ווייל די תורה וועקט אויף דעם מענטש ער זאל צוריק קומען צו די קדושה, "וְהַכְּלָל, שֶׁהַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה הִיא יוֹרֶדֶת אֲפִלּוּ בְּעִמְקֵי תְּהוֹם לְעוֹרֵר אֲפִלּוּ אֶת הַפָּחוּת שֶׁבַּפְּחוּתִים, לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ. וְעַל־יְדֵי עֵסֶק הַתּוֹרָה - יְכוֹלִין לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ אֲפִלּוּ מִשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): 'אֵין דִּבְרֵי תּוֹרָה מְקַבְּלִין טֻמְאָה', וְעַל־כֵּן אֲפִלּוּ הַזָּבִין וְהַמְצֹרָעִים וְכוּ' עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה וְכוּ' – דאס קומט מרמז זיין אז אפילו די מענטשן וואס זענען נעבעך "בְּסִטְרָא דִּמְסָאֲבוּתָא", דארפן אויך לערנען תורה, "כִּי הַתּוֹרָה תְּקָרֵב גַּם אוֹתָם לְהַשֵּׁם־יִתְבָּרַךְ", ווייל די תורה וועט זיי אויך מקרב זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי די תורה זאגט (דברים לא, יז־כא): "וְהִסְתַּרְתִּי פָנַי וְכוּ' וְעָנְתָה הַשִּׁירָה הַזֹּאת לְפָנָיו וְכוּ', כִּי לֹא תִשָּׁכַח מִפִּי זַרְעוֹ", אפילו ווען אידן זינדיגן חס ושלום און דורך זייערע עבירות ווערן זיי דערווייטערט פונעם אייבערשטן, עס ווערט אן הסתרת פנים חס ושלום, דאך וועלן זיי זיך צוריק קערן צום אייבערשטן דורך די הייליגע תורה, אזוי ווי עס שטייט "וְעָנְתָה הַשִּׁירָה הַזֹּאת וְכוּ' כִּי לֹא תִּשָּׁכַח" וְכוּ'. עיין שם.


אין אנהייב וועסטו נישט האבן קיין געדולד צו זיצן אויף איין פלאץ מיט א משניות אדער גמרא וכו', ווייל ווען מען זינדיגט אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן ווערט דער מענטש פול מיט נערוון, מען האט נישט קיין געדולד צו זיצן אויף איין פלאץ, אויך וועט דיר זיין שווער צו קאנצעטרירן דיין מח צו פארשטיין וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה. זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד, רַק הָאֲמִירָה לְבַד; לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין; אזוי וועסטו זוכה זיין זיך אפצולאזן פון דיינע שלעכטע מעשים.


נעם אן די צוויי עצות פון רבי'ן; שריי צום אייבערשטן און לערן משניות וכו' וועסטו ארויס קריכן פון דיינע שלעכטע מעשים.

#1 - ווי אזוי רעאגיר איך ווען כ'האב איינעם געכאפט מיט חילול שבת?
שבת קודש, חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די שעורים און חיזוק.


איך האב דרינגענד גאר א וויכטיגע שאלה. איך בין א מיידל און איך לערן אין א סעמינאר. דעם שבת האט א מיידל מיר געבעטן אז איך זאל איר אויפוועקן שבת אינדערפרי. איך ווען איך בין אריינגעקומען אין איר צימער שבת צופרי האב איך געזען ווי זי שלאפט אין איר בעט מיט עיר-פאונס אין איר אויער!


איך בין געווארן אויפגעשוידערט, אבער איך האב פרובירט זיך איינצוהאלטן. און ווי נאר זי האט זיך אויפגעוועקט און מיך דערזען, האט זי זיך שנעל באדעקט די אויער מיט די דאכענע און ארויסגענומען די עיר-פאונס.


וויפיל איך ווייס איז זי אן ערליכע און גוטע מיידל, און דערפאר האב איך שטארק פרובירט איר דן צו זיין לכף זכות, און אפשר איז עס נישט געווען קיין חילול שבת ווי ס'האט אויסגעזען. די פראבלעם איז אז אויב ס'איז דאך יא חילול שבת, וואס דארף איך טון? קען איך איר דען צולאזן אז דאס זאל אנהאלטן אפילו פאר נאך איין שבת?!


וואס קען איך אבער באמת טון צו דעם? וואס דארף איך איר זאגן? איך ווייס אויך נישט צי איך בין דער פאסיגסטער מענטש איר עפעס צו זאגן דערוועגן, ווייל איך בין נישט זייער נאנט מיט איר. אבער קיינער אנדערש ווייסט נישט פון דעם, און וועמען קען איך דערציילן אזא זאך? וועמען קען איך געטרויען און דערציילן פון דעם, אן דעם וואס עס זאל בלייבן פאר די מיידל אן אייביגער שלעכטער פלעק? ווייל איך ווייס אז באמת איז זי א גוטע מיידל.


איך וואלט עס זייער געשעצט אויב דער ראש ישיבה וואלט מיר געקענט ענטפערן נאך פאר דעם קומענדיגע שבת.


א גרויסן יישר כח!

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב איז די מיידל טאקע אזוי ווי איר זאגט, א וואוילע מיידל; דעמאלט זאלט איר איר נישט פארשעמען און איר זאלט דאס פאר קיינעם נישט דערציילן.


איר זאלט איר מחזק זיין זי זאל היטן שבת; ווען א מענטש איז זוכה און ער האלט שבת, ער איז נישט מחלל דעם שבת, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתוֹ - אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ, מוֹחֲלִין לוֹ", ווען א מענטש היט אפ דעם שבת איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; עס איז נישט דא קיין שענערע זאך ווי שבת, שבת איז די שענסטע מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת י:): "אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְמֹשֶׁה, מַתָּנָה טוֹבָה יֵּשׁ לִי בְּבֵית גְּנָזֵי וְשַׁבָּת שְׁמָהּ, וַאֲנִי מְבַקֵּשׁ לִיתְּנָהּ לְיִשְׂרָאֵל, לֵךְ וְהוֹדִיעָם", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, איך האב א גוטע מתנה איך וויל עס געבן פאר די אידישע קינדער, גיי זאג זיי פון די שיינע מתנה.


ווען מען וויל מחזק זיין א צווייטן איד, דארף מען דער עיקר רעדן דיבורי אמונה, ווייל אז מען האט אמונה האט מען אלעס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "דְדָּא בֵּיהּ כּוּלָא בֵּיהּ, דְּלֹא דָא בֵּיהּ מַּה בֵּיהּ", אויב האט מען אמונה האט מען אלעס און אז מען האט נישט קיין אמונה האט מען גארנישט; דאס וואס מען זעט אז מענטשן פאלן נעבעך אראפ אין עבירות דאס איז ווייל עס איז ביי זיי אויסגעלאשן די אמונה, אבער אז מען גלייבט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז איבעראל, דעמאלט איז נישט שייך מען זאל זיך באהאלטן צו טון שלעכטע זאכן.


איינמאל מען לעבט מיט אמונה איז דער מענטש א גליקליכער מענטש, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות אמונה, סימן לג): "עַל-יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", ווען א מענטש האט אמונה און ער גלייבט אינעם אייבערשטן, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; און ער וועט לכתחלה נישט אראפפאלן אין עבירות, ווייל ער לעבט מיט אמונה, ער לעבט מיט די מחשבה אז דער אייבערשטער איז מיט אים. דערפאר האט זיך דער רבי זייער פארלייגט אויף אמונה, אזוי ווי ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה".


פון ווען דער רבי האט זיך אריין געצויגן קיין אומאן, האט דער רבי געהאלטן אין איין רעדן נאר פון אמונה; ווייל ווען א מענטש האט אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און קיין שום זאך פירט זיך נישט אליין, נאר דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, איז אים אלעס פיין און אלעס גוט.


אויב די מיידל איז פארדארבן, דאס הייסט זי רעדט אנקעגן די אמונה, זי רעדט ליצנות ווערטער אויף די תורה און אויף צדיקים - דארף מען אנטלויפן פון אזא איינעם, ווייל א חבר האט זייער א שטארקע השפעה אויפן מענטש און מען קען זייער גרינג נאכגעשלעפט ווערן חס ושלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.