שאלה אין קורצן ענין
#36 - מיטנעמען די שבת'דיגע קליידער קיין אומאן?
אומאן, שבת קודש, דרך ארץ, ראש ישיבה, בגדי שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך קיין אומאן מיט מיין ווייב אויף שבת.


איך האב געוואלט פרעגן אויב איז וויכטיג אז איך זאל מיטנעמען מיין שטריימל, וואס דאס איז מער בדרך כבוד, אזוי ווי מען וואלט געפארן צו א לעבעדיגער רבי, כאטש וואס עס וועט אונז אוועקנעמען וויכטיגע פלאץ און וואג אינעם רענצל? אדער איז נישט געפערליך אויב איך וועל דארט גיין שבת מיט אן ארטיגער הוטל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן, יעדע מאל מען קען גיין צום רבי'ן - איז דאס א טובה פארן מענטש, פאר זיין נפש, רוח ונשמה לנצח נצחים. אויף יענע וועלט וועלן מיר זען וואס דאס איז גיין צום רבינ'ס ציון, דער הייליגער רבי נתן האט פארשטאנען וואס דעם רבינ'ס ציון איז, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ער איז גרייט נאכאמאל מגולגל ווערן, נאכאמאל אראפצוקומען בזה העולם אויב ווייסט ער אז ער וועט קענען נאכאמאל גיין צום הייליגן רבינ'ס ציון.


ווער רעדט נאך אז מען קען זיין א שבת אין אומאן ביים צדיק, איז דאס גאר א גרויסע זאך. ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַׁבָּתִים שֶׁשׁוֹבְתִים אֶצְלִי, הֵם גְדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַׁבָּת לְשַׁבָּת", זיין ביי מיר שבת איז מער און גרעסער ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת.


זיכער זאלסטו גיין צום רבי'ן מיט שיינע קליידער, און אז דו גייסט דארט זיין שבת קודש זאלסטו גיין מיט דיין שטריימל, אזוי ווי דו וואלסט אריינגעגאנגען צום רבי'ן ביים לעבן. שווער און גרינג - איז אין מח, אז מען ווייסט אז אזוי גייט מען אנגעטון - איז דאס נישט שווער, עס איז דא נעבעך מענטשן וואס ביי זיי איז אויך שווער צו גיין מיט לאנגע הויזן און מיט א העמד, ווייל אין קאפ איז דאס ביי זיי אן איבריגע זאך.


א קליינע טובה, אויב דו קענסט מיך דערמאנען ביים ציון, בעטן פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל און מיין משפחה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - מעג מען זיך מתבודד זיין אום שבת קודש?
שידוכים, התחזקות, שבת קודש, תפילה והתבודדות, ספיקות, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען מעג זיך מתבודד זיין אום שבת קודש, מתפלל זיין און בעטן דעם אייבערשטן פאר זאכן וואס ליגן מיר אויפ'ן הארץ, צום ביישפיל פאר א שידוך?


איך האב געהערט אז אום שבת מעג מען מתפלל זיין נאר אויף רוחניות'דיגע זאכן, נישט אויף גשמיות, אבער פון ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש האב איך פארשטאנען אז אלעס איז רוחניות, ווייל אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס.


אויך האב איך געוואלט באקומען אביסל חיזוק אויף דעם וואס איך ווארט אויף א שידוך, איך בין זייער צעבראכן, איך וויל שוין חתונה האבן, עס קומט מיר כסדר אריין שלעכטע מחשבות אז עס וועט מיר נעמען נאך זייער לאנג צו טרעפן א שידוך, פארוואס זאל מיר איינער בכלל וועלן? און אזוי ווייטער אסאך אזעלכע סארט מחשבות.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן, עס וועט מיר ממש אויפלעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען מעג שבת רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, אפילו וויינען מעג מען - אויב מען טוט דאס פון נאנטקייט און פון בענקעניש צום אייבערשטן, אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (מדרש אגדה; הובא בבית יוסף אורח חיים סימן רפח), דער הייליגער תנא רבי עקיבא פלעגט וויינען שבת ביים דאווענען, ווייל עס איז אים געווען א פארגעניגן, עס איז געווען פון שמחה און פון בענקעניש. ער פלעגט זאגן שיר השירים מיט הייסע טרערן, פון דעם לערנט מען ארויס אז אויב דאס בעטן און וויינען איז אן עונג שבת - מעג מען (טורי זהב סימן רפח, סעיף קטן ב).


נישטא נאך א זאך וואס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן אזוי ווי התבודדות ותפילה, ווען מען שמועסט מיטן אייבערשטן ווערט מען צוגעקלעבט מיט די גרעסטע דביקות צום אייבערשטן, מען ווערט איינס כביכול מיטן אייבערשטן, און מען קומט צו די גרעסטע מדריגות.


בנוגע א שידוך וכו'; בעט דעם אייבערשטן און ווארט מיט סבלנות, און זאג יעדן טאג די פרשה פון די "קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים". דער רבי זאגט (ספר המדות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס קומט אן שווער צו טרעפן א שידוך, זאל זאגן אסאך די קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים; דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביז סוף סדרה; דאס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה - קריאה לחנוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#34 - ווי אזוי שטארק איך זיך נישט צו פארבן די נעגל?
שידוכים, שבת קודש, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילה והתבודדות, סגולות, נעגל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו, עס געבט מיר אסאך כח אין לעבן.


איך דארף חיזוק, איך האב זיך ברוך ה' מקבל געווען, אין זכות פון די שיעורים, זיך נישט צו פארבן די נעגל. איך האב זיך ברוך ה' געהאלטן שטארק צו דעם שוין איבער א יאר, אבער לעצטנס איז מיר עס געווארן שווערער, זעענדיג ווי מיינע חבר'טעס פארבן זיך יא. איך בין פרייליך מיט מיין גוטע קבלה, און איך וויל עס נישט טוישן, איך ציטער צו פארבן די נעגל נאכ'ן הערן ביי די שיעורים ווי הארב דאס איז, און איך בעט דעם אייבערשטן אז אין דעם זכות זאל איך זוכה זיין צו א גוטע און ערליכע שידוך בקרוב, אבער איך דארף אביסל חיזוק אויף דעם.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וואס איך דארף צו טון ווען מיין מאמע בעט מיר איך זאל איר פארבן אירע נעגל. פארגאנגענע וואך האט זי מיר עס געבעטן, איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם און באשלאסן עס צו טון פאר איר, כדי איר נישט מצער צו זיין, אויב וועל איך איר זאגן פארוואס איך וויל עס נישט טון. האב איך געטון ריכטיג? און וואס דארף איך טון אויב פאסירט דאס נאכאמאל?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, דער אייבערשטער זאל געבן אסאך כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר שמירט נישט אייערע נעגל, אין דעם זכות וואס איר פירט זיך איידל און ערליך – זאלט איר טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן שיינע ערליכע דורות; איידלקייט ברענגט ערליכע דורות. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", איידלקייט ברענגט גוטע קינדער.


זייער גוט האט איר געטון אז איר האט געטון וואס אייער מאמע בעט אייך, אבער פאר זיך זאלט איר נישט שמירן די נעגל; נישט פון די הענט און נישט פון די פיס, און אויך נישט גיין מיט קיין לאנגע נעגל, נאר זיך שערן די נעגל יעדן ערב שבת לכבוד שבת, ווייל לאנגע נעגל איז דינים, לאנגע נעגל ברענגט טומאה.


געוואוינט אייך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן אן ערליכע שידוך און האבן ערליכע דורות, און זייט שטארק נישט צו ווערן צעפאלן פון אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - פארוואס פאל איך דורך דוקא אום שבת קודש?
שבת קודש, קדושה, לימוד התורה, נסיונות, עבירות, היטן די צייט, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים, איך הער זיי אויס אויפ'ן טעלעפאן ליין "קול ברסלב", עס גיבט מיך אסאך חיזוק, און בעיקר די שיעורים איבער קדושת הברית מיט וואס איך מוטשע זיך זייער שטארק.


אסאך מאל ווען איך באקום אן התעוררות פון א ניגון אדער פון א שיעור, ברעך איך עס דורך; ווען עס קומט אבער שבת און פרייטאג צונאכטס נאך די סעודות איז עס אוממעגליך, און נאכדעם פאל איך אראפ. איך גיי נאר בארג אראפ, ערגער און ערגער יעדעס מאל, אן קיין גרעניץ. איך שפיר ווי עס איז מיך אפילו נישט ווערד צו פרובירן, ווייל אפילו אויב איך וועל זיך יא קענען איינהאלטען פאר אביסל, איז מיר זיכער אז איך גיי נאכאמאל אראפפאלן אום שבת, און נאך אראפפאלן ערגער און ערגער.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר העלפן און זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קען זיין ווען עס קומט דער הייליגער טאג שבת קודש דעמאלט גייסטו ליידיג, דעריבער האסטו דעמאלט שווערע נסיונות; גיין ליידיג איז א שרעקליכע זאך, גיין ליידיג ברענגט צו אלע עבירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", ליידיג גיין ברענגט צו אלעס שלעכטס. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָתוֹ מְרֻבָּה וכו'", דער ליידיגייער וואס טוט גארנישט - דער האט אסאך נסיונות און פאלט אראפ אין עבירות, עיין שם.


שבת נאך די סעודה זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין די הייליגע תורה, גיי נישט ליידיג חס ושלום זינדיגן אין די עבירה, ווייל די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז זייער זייער א גרויסע עבירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שלחן ערוך אבן העזר סימן כג, סעיף א): "אָסוּר לְהוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה", מען טאר נישט פוגם זיין בברית, "וְעָוֹן זֶה חָמוּר מִכָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", און די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות פון די תורה, נאך זאגן זיי (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה, "רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", רבי יצחק און רבי אמי זאגן, עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, "רַב אַסִּי אָמַר, כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", רב אסי זאגט, עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון זאגן משניות. יעדן טאג זאלסטו לערענען פרקים משניות, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן פרקים משניות יעדן טאג, דאס וועט דיך ארויסנעמען פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; ווען רבי נתן האט געהערט די שיחה, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי אים געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש וואס ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - ווי אזוי פאררעכט מען דאס נישט פארברענען חלה טייג?
שלום בית, שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילה והתבודדות, אמונה, פרנסה, תשובה, סגולות, חלה, תיקונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר מוזן זיך זייער באדאנקען אויף די חיזוק און הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווען נישט די שיעורים און בריוו וואלטן מיר שוין לאנג געווען איינגעזינקען אין חובות, ברוך ה' אז מיר שטעלן זיך צוריק אויף די פיס, מיר זענען מורא'דיג דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס, יישר כח פאר אונז געבן א גן עדן אויף די וועלט.


איך האב געוואלט פרעגן, מיר האבן געהאט א זעקל טייג פון חלה נעמען וואס איז געווארן פארשימלט און געברענגט אסאך פליגן, האבן מיר עס ארויסגעלייגט אינדרויסן. איך האב כסדר דערמאנט מיין מאן עס צו פארברענען אבער ער האט נישט געהאט קיין צייט, ביז איין טאג האבן מיר געזען אז עס איז מער נישטא.


איך בין זייער דערשראקן פון דעם, ווייל איך האב געהערט אז מען קען באקומען א גרויסע שטראף אויב מען געבט נישט אכטונג אויף די חלה טייג עס צו פארברענען ווי מען דארף. וואס קענען מיר טון דאס צו פאררעכטן און תשובה טון אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער  בריוו.


עס איז זייער א גרויסע זאך צו באקן חלות לכבוד שבת. מוהרא"ש זאגט, פרויען דארפן וויסן דאס גרויסקייט פון פועל'ן ישועות ביים מקיים זיין די מצוה פון אפשיידן חלה, מען איז זוכה צו ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך מיט אמונה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה חלק ב, סימן יד): "אִשָּׁה הַזְּהִירָה בְּחַלָּה, בָּנֶיהָ בַּעֲלֵי אֱמוּנָה", א פרוי וואס געבט אכטונג צו טון די מצוה פון אפשיידן חלה - וועלן אירע קינדער האבן אמונה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה טו, ו): "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן, לָמָּה נִסְמְכָה פָּרָשַׁת חַלָּה לְפָרָשַׁת עֲבוֹדָה זָרָה", פארוואס שטייט אין די תורה געשריבן די מצוה פון חלה נעבן די פרשה פון עבודה זרה? "לוֹמַר לָךְ", אונז צו לערנען, "שֶׁכָּל הַמְקַיֵם מִצְוַת חַלָּה כְּאִלּוּ בִּטֵּל עֲבוֹדָה זָרָה", אז ווער עס איז מקיים די מצוה פון חלה - ווערט גערעכנט אזוי ווי ער נעמט אוועק עבודה זרה פון די וועלט.


מוהרא"ש זאגט בשם רבי נתן, באקן חלות אין שטוב ברענגט אריין א ליבשאפט אין שטוב, און איינמאל עס איז דא א ליבשאפט אין שטוב - איז שוין אלעס דא; ביים אפשיידן חלה קען מען זיך גוט אויסבעטן אויף שלום בית, אויף אמת'ע ליבשאפט און אויף ערליכע דורות; קוקט נאך אין ספר לקוטי הלכות (חלה הלכה ב', אות ב') ווי ער זאגט אז אפשיידן חלה איז סוד אהבה דקדושה, עיין שם.


פרויען דארפן אויסנוצן די פאר מינוט ביים אפשיידן חלה; גלייך נאכן מאכן די ברכה, ווען מען האלט די שטיקל טייג אין האנט, נאכן זאגן: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ, ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ, שֶׁיִּבָּנֶה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בִּמְהֵרָה בְּיָמֵינוּ, וְתֵן חֶלְקֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ, וְשָׁם נַעֲבָדְךָ בְּיִרְאָה כִּימֵי עוֹלָם וּכְשָׁנִים קַדְמוֹנִיּוֹת" - זאל זי בעטן אויף אלעס וואס ליגט אויפן הארץ; אויב האט זי נישט קיין קינדער, אדער עס איז נישטא קיין שלום בית, אדער עס איז נישטא קיין פרנסה אדער געזונט - זאל זי בעטן ביי די טייג, און זי וועט זיכער געהאלפן ווערן, בזכות די גרויסע מצוה פון אפשיידן חלה וואס איז זייער טייער און חשוב ביים אייבערשטן.


דאס וואס האט פאסירט - איז געווען א אונס, און אונס רחמנא פטריה; פאר א תשובה זאלט איר זיך מקבל זיין מער אכטונג צו געבן וואו מען לייגט די שטיקל טייג, די בעסטע זאך איז, נאכן אפשיידן חלה זאל מען לייגן די שטיקל טייג אין א ספעציעלע זעקל און לייגן אין פריזער, עס זאל נישט ברענגען קיין פליגן, און ווען עס זאמלט זיך אן אפאר שטיקלעך זאל מען דאס גלייך פארברענען; מען דארף זייער אכטונג געבן נישט מזלזל זיין אין דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - וואס איז דער מקור פון נישט זאגן תחנון אום פרייטאג?
שבת קודש, הלכה, שמחה, מנהגים, דאווענען, תחנון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך השם איך האב שוין געענדיגט צוועלף מאל משניות, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געוואלט פרעגן, איך האב געדאווענט עטליכע פרייטאגס אין היכל הקודש, ווען מען זאגט נישט קיין תחנון, און מען האט אויך נישט געזאגט "תפלה לדוד", איך האב געוואוסט אז נאר ווען מען זאגט נישט תחנון על פי הלכה זאגט מען אויך נישט תפילה לדוד, האט דאס א מקור?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אסאך צדיקים איז אזוי געווען, זיי האבן נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת. דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, דער הייליגער צדיק רבי הערשלע זידיטשובער זכותו יגן עלינו האט נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, אזוי אויך דער ייטב לב, דער קדושת יום טוב און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותם יגן עלינו האבן נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, אויך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זיך אזוי געפירט, נישט צו זאגן ערב שבת תחנון.


זיי זיך נישט מבלבל פון דעם, דער עיקר זאלסטו זיך גרייטן ערב שבת מיט א שטארקע הכנה, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת. דער הייליגער רבי פלעגט אלס קינד אסאך וויינען ערב שבת ער זאל זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת.


אויך זאלסטו בעטן אסאך אויף שמחה, ווייל שמחה ברענגט דעם מענטש צו די העכסטע מדריגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - דארף איך טוישן די מנהגים פון מיין טאטע און זיך פירן ווי היכל הקודש?
שבת קודש, ספיקות, היכל הקודש, מנהגים, עבודת השם, בלבולים, ניטל, שבועות, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך האב נעכטן געענדיגט ששה סדרי משנה די צוויי און צוואנציגסטע מאל און היינט האב איך אנגעהויבן נאכאמאל. ברוך ה' איך הער די שיעורים און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, ממש עס פרישט מיך אויף און עס לייגט אריין אמונה און בטחון אין מיינע ביינער. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך וויל פרעגן א שאלה וואס איז מיר צומאל גורם בלבולים, איך רעד לגבי די מנהגים ווי אזוי מען פירט זיך אין היכל הקודש; איך ווייס אז אין היכל הקודש איז דער עיקר צו רעדן פונעם אייבערשטן, א פלאץ פון אמונה, בטחון און תורה ותפילה, און אזוי ווייטער, ווען עס קומט אבער צו פרטיות'דיגע מנהגים, איז מיר עס אפאר מבלבל, צום ביישפיל דאס וואס איך האב געזען תשעה באב אז מען זאגט נישט קיין קינות אום תשעה באב אינדערפרי, נאר מען זאגט נאכאמאל מגילת איכה. אויך דאס וואס מען זאגט נישט די געהעריגע לאנגע תיקון ליל שבועות אום יום טוב שבועות ביינאכט, נאר די קורצע. אויך אום ניטל פירט מען זיך אז מען לערנט יא.


מיין טאטע פירט זיך אזוי ווי אלע פירן זיך, און איך וויל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; זאל איך זיך פירן ווי מיין טאטע אדער ווי אין היכל הקודש?


אויך וויל איך פרעגן, מיין טאטע האט געלערנט אלס אינגל אין סאטמאר און ער איז זייער מקפיד אויפ'ן זמן רבינו תם, סיי לגבי זמן מוצאי שבת קודש און ביים אויספאסטן נאך א תענית; האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי איך זאל זיך פירן, זאל איך ממשיך זיין צו טון אזוי ווי מיין טאטע אדער נישט?


יישר כח


 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, געב א קוק אויף תכלית; וואס האסטו אין די האנט? האסט צוויי און צוואנציג מאל ששה סדרי משנה, דאס איז מער פון אלעמען, אויך ווערסטו געשטארקט מיט אמונה און בטחון; אויף דעם זאלסטו קוקן.


מיר זאגן אויך קינות, מיר ליינען מגילת איכה סיי בייטאג און סיי ביינאכט און מיר זאגן די קינות פון ביינאכט, אויך אינדערפרי זאגן מיר די קינות פון ביינאכט, און אז דו ווילסט זאגן דעם גאנצן קינות - קענסטו דאס זאגן.


אזוי אויך קענסטו זאגן דעם גאנצן תיקון ליל שבועות, קיינער זאגט נישט מען זאל דאס נישט זאגן; מוהרא"ש זאגט, מענטשן זאגן בכלל נישט דעם תיקון ליל שבועות ווייל מען זעט אז דאס איז זייער אסאך און דעריבער האלט מען זיך צוריק פון זאגן, אויף דעם ארויף זאגט מוהרא"ש מען זאל זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק, און די תרי"ג מצוות וואס דאס נעמט נישט לאנג, דאס קענען אלע באווייזן.


בנוגע לערנען ניטל; מוהרא"ש זאגט מען זאל גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס לערנען, איך ווייס נישט פארוואס דו קוקסט אויף די אלע זאכן שווארץ.


בנוגע זמן רבינו תם; אודאי און אודאי זאלסטו האלטן די זמן רבינו תם, דאס האט נישט מיט חסידי סאטמאר, דאס איז דער זמן וואס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אלע דארפן האלטן דעם זמן.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - מעג איך מאכן מיינע פיאות מיט א קעמל אום שבת נאך די מקוה?
שבת קודש, הלכה, מקוה, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי יעדעס מאל ווען איך גיי שבת אין מקוה מאך איך נאכדעם מיינע פיאות מיט א קעמל, ווייל איך קען נישט אנגיין אן דעם, האב איך געוואלט פרעגן, אויב עס איז בעסער אז איך זאל ענדערש נישט גיין שבת אין מקוה, אדער איז דא עפעס אן היתר צו מאכן די פיאות מיט א קעמל אום שבת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מען איז זוכה דורך מקוה. דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה" (שיחות הר"ן, סימן קמא), ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בכלליות, און בפרטיות אין פגם הברית - איז די ערשטע זאך 'מקוה'. נאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה - איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה - נעמט מען אוועק אלע דינים.


א קעמל איז מוקצה, עס איז חילול שבת; מען טאר נישט נוצן א קעמל שבת (שלחן ערוך אורח חיים סימן שג, סעיף כז).


שבת איז שיין פיאות וואס איז נישט געקעמט. גיי אין מקוה, און חס ושלום קעמען די פיאות, און אז מען זעט שיינע געקעמטע פיאות שבת קודש  - איז דאס נישט שיין, מען קען נישט קוקן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#28 - מעג מען ברענגען קליינע קינדער שבת אין שול?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, בית המדרש, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער ברענגען קליינע קינדער שבת אין שול, עס איז זיכער אז אויב דאס קינד מאכט א גערודער און דרייט איבער דעם בית המדרש, קען מען זיי נישט ברענגען אין שול, איך פרעג אבער וועגן מיינע קינדער וואס ביי שמונה עשרה, און ווען דער רב פון בית המדרש רעדט, ווייסן זיי צו זיין שטיל, אבער סתם אזוי אינמיטן דאס דאווענען איז שווער צו פארלאנגען פון זיי צו זיצן שטיל די גאנצע צייט נעבן מיר, און זיי ווילן אויך נישט ארויסגיין שפילן אינדרויסן.


געווענליך שפילן זיי ביי מיין טיש אין שול מיט זייער חברים, זיי קריכן ארויף און אראפ און טאנצן אביסל ארום, אבער אלעס מער רואיג און שטיל. אבער מיין חבר האט מיר מעורר געווען אז דאס שטערט לכאורה מענטש פון דאווענען, פון די אנדערע זייט וויל איך אבער יא ברענגען די קינדער אין שול, זיי זאלן הנאה האבן און טרעפן חברים, און זיי זאלן זען ווי אזוי מען דאווענען, און די קינדער האבן טאקע ליב צו קומען אין שול און אויך מיין ווייב האט הנאה דערפון ווי פארשטענדליך, אבער למעשה זענען זיי נאך קליין און איך קען נישט פארלאנגען פון זיי זיך אויפצופירן ווי גרויסע קינדער.


למעשה ווייס איך נישט וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון, דארף איך זיך רעכענען מיט דעם אז אפשר שטערן זיי אנדערע מענטשן פון דאווענען? איך רעד נישט פון גרויסע איבערדרייענישן מיט קולות, מען רעדט סתם פון קליינע קינדער וואס שפילן זיך שטילערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, מען קען ברענגען קינדער אין שול נאר אויב מען געבט אכטונג אויף זיי, ווייל אז מען ברענגט קינדער אין שול און מען לאזט זיי אויף הפקר - איז ענדערש זיי צו לאזן אין שטוב.


ברענג דיינע קינדער אין שול, אבער נאר אז דו וועסט אכטונג געבן אויף זיי. זיי זאלן נישט רעדן און דו וועסט דאווענען מיט זיי, דו וועסט זיי מחנך זיין אויף כבוד בית המדרש.


דער עיקר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט מצליח געווען מיט די קינדער, האט ער געזאגט: "איך האב אסאך טרערן פארגאסן פאר זיי, איך האב אנגעפילט א גלעזל טרערן ביי תיקון חצות פאר גוטע ערליכע קינדער, אזוי האב איך מצליח געווען".


אזוי אויך איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט געהאט זייער גוטע ערליכע קינדער. ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז דער סוד פון די הצלחה, האט ער געזאגט: "וואס מיינט איר, קינדער זענען עפעלעך וואס מען רייסט אראפ פון בוים? איך האב אסאך געוויינט צום אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - ווי אזוי באקום איך צייט און געדולד צו זאגן תהלים?
שבת קודש, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר די הערליכע בית פיגא סקול וואו איך לערן.


איך האב געוואלט בעטן אביסל חיזוק אויף זאגן תהילים, ווי דער ראש ישיבה ווייסט האב איך א גרויסע געבענטשטע משפחה, איך דארף אסאך העלפן אינדערהיים, און עס קומט כמעט נישט אויס אז איך זאל האבן אן עקסטערע רגע אין טאג ווען איך זאל מיך קענען אראפזעצן זאגן תהילים, נאר שבת.


שבת איז די איינציגסטע צייט ווען איך קען זאגן תהילים, אבער אפילו דעמאלט ווען איך האב שוין יא אביסל צייט האב איך נישט קיין געדולד פאר דעם, ווייל איך וויל זיך אביסל סתם הנאה און שפילן עפעס אדער ליינען עפעס.


איך וואלט זיך זייער געפריידט צו באקומען א בריוו פון דער ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר העלפט אייער מאמע תחי', דאס איז דאך די גרעסטע מצוה.


די הייליגע חכמים זאגן אונז (ירושלמי פאה א, א) אז די מצוה פון מכבד זיין טאטע מאמע איז חמורות שבחמורות, עס איז פון די הארבסטע מצוות, נאך זאגן אונז חכמינו זכרונם לברכה (קידושין ל:): "בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אֹמֵר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", דער אייבערשטער זאגט, אויב זענט איר מכבד די עלטערן - איז דאס אזוי ווי איר זענט מיך מכבד.


אוי געוואלד, וויפיל קינדער ווייסן נישט פון די מצוה פון כיבוד אב ואם, וויפיל קינדער זענען אזוי אריינגעטון מיט פרענדס, מען לויפט ארויס פון שטוב מיט חבר'טעס, מען לאזט איבער די מאמע מיט די שטוב ארבעט. די אויסגעמוטשעטע מאמע דארף אלעס טון פאר די קינדער און די קינדער זענען נישט געלערנט וואס איז דאס א "מאמע", וואס איז דאס "לעבן", מען איז מזלזל אין די מאמע, שפעטער ווען מען וווערט אליינס א מאמע און מען קען קוים אטעמען - דעמאלט כאפט מען זיך, מען האט חרטה.


וואויל איז אייך אז איר העלפט אין שטוב. פרובירט צו זאגן יעדן טאג איין קאפיטל תהילים, און שבת זאלט איר זאגן פינף קאפיטלעך. אויך זאלט איר זיך אפרוען און שפילן געימס און זאגן לכבוד שבת קודש, און אלץ זאל די מצוה פון כיבוד אב ואם שטיין העכער אלעס.

#26 - ווי אזוי שטארק איך זיך צוריק אנצוהויבן היטן שבת?
שבת קודש, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צוריק צו קומען צו אידישקייט, צו זיין א פשוטער איד. איך האב זיך ברוך ה' אויסגעלערנט אז עס מאכט נישט אויס וואס עס איז געווען ביז יעצט און וואס עס וועט זיין שפעטער, דער עיקר איז צו קוקן אויף די יעצטיגע מינוט, און דאס העלפט מיר אסאך ארויס.


ווען עס קומט אבער צום שבת קודש מוטשע איך זיך זייער שטארק, איך וויל היטן שבת, אבער איך ווייס נישט פארוואס עס קומט מיר אן זייער שווער, איך שפיר ווי איך קען דאס נישט באווייזן. איך רעד צום אייבערשטן, איך שריי און איך וויין צו אים, אבער למעשה ווערט מיר נאר שווערער און שווערער יעדן שבת. איך שפיר יעדן שבת ווי איך ווער מער און מער אוועקגעשטופט אלץ ווייטער און ווייטער.


איז דא עפעס הדרכה און עצות וואס דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה כה, יב): "אִם תִּזְכּוּ לִשְׁמֹר שַׁבָּת מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִלּוּ שְׁמַרְתֶּם כָּל הַמִּצְווֹת שֶׁבַּתּוֹרָה, וְאִם חִלַּלְתֶּם אוֹתָהּ מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִלּוּ חִלַּלְתֶּם כָּל הַמִּצְווֹת", ווער עס היט שבת איז אזוי ווי ער היט אפ די גאנצע תורה, און אויב חס ושלום מען היט נישט שבת - לייקנט מען בכל התורה כולה; היטן שבת איז אזוי גרויס אז ווער עס היט שבת - איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתוֹ, אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ, מוֹחֲלִין לוֹ", ווער עס היט שבת, אפילו ער האט געדינט עבודה זרה - איז אים דער אייבערשטער מוחל, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נו, ב): "'אַשְׁרֵי אֱנוֹשׁ יַעֲשֶׂה זֹּאת וּבֶן אָדָם יַחֲזִיק בָּהּ, שֹׁמֵר שַׁבָּת מֵחַלְּלוֹ, וְשֹׁמֵר יָדוֹ מֵעֲשׂוֹת כָּל רָע', אַל תִּקְרֵי מֵחַלְּלוֹ אֶלָּא מָחוּל לוֹ".


היט שבת - וועסטו האבן אלעס גוטס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת, שם): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַּׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ נַחֲלָה בְּלִי מְצָרִים", ווער עס איז זיך מענג שבת, ער האט פארגענוגן שבת - געבט מען אים פון הימל גוטס אן קיין ענדע, נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַּׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ מִשְׁאֲלוֹת לִבּוֹ", ווער עס פריידט זיך שבת - געבט מען אים פון הימל אלעס וואס ער באגערט.


בעט דעם אייבערשטן די תפילה, און לייג צו דיינע אייגענע ווערטער - וועסטו זוכה זיין צו היטן שבת און שפירן א טעם אין שבת:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען היטן שבת, איך זאל מיך פרייען שבת; איך האב אזעלכע שווערע נסיונות. יעדע שבת ווערט מיר אזוי ביטער שווער, איך ווער אזוי צעבראכן און דערביטערט אז איך פארליר מיין שכל און איך בין מחלל שבת; הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין גוט, איך וויל היטן שבת, איך בעט דיר הייליגער באשפער העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, איך זאל זיין פרייליך, איך זאל ליב האבן שבת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט מיינע קינדער שבת אין שול?
שבת קודש, חינוך הילדים, בית המדרש, סכנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם מיינע קינדער שבת אין שול, איך ווייס אבער נישט וואס צו טון ווען זיי לויפן ארום אין שול, דרייען אלעס איבער, און זיי הערן ניטאמאל וואס איך רעד.


די גבאים פון שול האבן מיר שוין געהייסן עטליכע מאל איך זאל אהיימטראגן די קינדער, וואס זאל איך טון?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נאר ברענגען קינדער אין שול אז מען האלט זיי מיט זיך.


עס איז א גרויסע אחריות פאר די עלטערן וואס ברענגען קינדער אין שול און לאזן זיי אויף הפקר; עס זענען דא עלטערן וואס מיינען אז א שול איז א פלאץ פאר בעבי סיטן, מען וויל העלפן די ווייב, מען נעמט ארויס די קינדער און מען ברענגט זיי אין שול אויף הפקר; א שול איז נישט קיין בעבי סיטינג, עס איז א חילול בית המדרש און עס שטערט די מתפללים.


מוהרא"ש זאגט מען זאל ברענגען קינדער אין שול, אפילו גאר קליינע קינדער - זיי מחנך זיין, זיי אויסצולערנען דאווענען, זיי מרגיל זיין ווי אזוי דאווענען זעט אויס; וואס איז קדושה, כתר, קריאת התורה, וכדומה; דאס קען נאר זיין אז מען האלט די קינדער נעבן זיך מיט דרך ארץ, אבער סתם ברענגען קינדער אין שול און זיי לאזן ארום ווילדעווען – דאס טאר מען נישט.


אז דיינע קינדער הערן נישט וואס דו רעדסט - זאלסטו פרובירן א שפראך וואס רעדט צו זיי; עס זענען דא קינדער ווען זיי זעען נאש - דאס רעדט צו זיי, מען ווייזט זיי א נאש און מען זאגט זיי "ווער עס זיצט שיין נעבן טאטי באקומט א גוטע נאש"; אדער מען שמועסט אפ אז מען גייט גיין צו א פארק - ווער עס האט כך וכך טיקעטס, און אזוי איז דא אסאך וועגן ווי אזוי מען קען זיי מרגיל זיין צו דאווענען און צו זיצן מיט דרך ארץ, מען זאגט זיי "ווער עס וועט פאלגן טאטע מאמע - וועט באקומען א בייק".


הכלל, סתם ברענגען קינדער אין שול און זיי לאזן אויף הפקר - איז א שרעקליכע עולה, סיי עס שטערט דאס דאווענען, און עס קען פאסירן מיט זיי אן אומגליק חס ושלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - ווי אזוי קען מען לעבן מיט א מאן וואס היט נישט שבת?
שלום בית, שבת קודש, תשובה, גט, זיכוי הרבים, קירוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן פאר מיין זיסע געשמאקע לעבן, איך ווייס אפילו נישט וויפיל איך בין שולדיג פאר'ן אייבערשטער אז איך האב אן ערליכער מאן וואס היט תורה און מצות.


די וואך שבת בין איך געווען ביי מיין שוועסטער, איך האב געזען וויפיל איך דארף לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אז מיין מאן היט שבת, איר מאן איז געווען א גאנץ שבת אויף זיין טעלעפאן, ער איז קוים אריינגעקומען אפאר מינוט דא און דארט פאר די סעודה, אבער ער איז נאכאלץ דער וואס האקט קעגן דעם ראש ישיבה, ער טענה'ט אז זאגן משניות הייסט נישט געלערנט, עס איז נעבעך א ביטער געלעכטער. ער גלייבט נישט אינעם אייבערשטן רחמנא ליצלן, אבער ער קען אלעס אפפרעגן מיט ראיות און פשטים.


איך ווייס נישט ווי אזוי מיין שוועסטער קען לעבן מיט א מאן וואס היט נישט קיין תורה; פון איין זייט וויל זי זיך נישט גט'ן, אבער פון די אנדערע זייט וויל זי נישט ווייטער לעבן אזוי.


ש'כח אייבערשטער אז איך היט שבת, אז מיין מאן היט שבת! ש'כח אייבערשטער אז איך האב אפילו נישט קיין תאוה צו נוצן מיין טעלעפאן שבת!


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן דאס הארץ רייסנדע בריוו.


אוי עס רייסט דאס הארץ, אוי עס שטעכט אין הארץ - צו הערן ווי טייערע נשמות, אידישע קינדער פאלן אוועק.


אפשר זאלט איר רעדן צו אייער שוועסטער און איר מקרב זיין מיט איר מאן; איך בין זיכער אז ווי נאר זיי וועלן טועם זיין דעם רבי'ן, זיי וועלן הערן די זיסע חיזוק, די זיסע רייד פון רבי'ן וועט ער תשובה טון און די שטוב וועט בלייבן א גאנצע שטוב.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "די וועלט זאל מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיט'ן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - זאל איך נאכאמאל איבערזינגען די זמירות שבת אינדערהיים?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מנהגים, ראש ישיבה, עבודת השם, זמירות שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט יעצט זומער, איך וועל אי"ה נאכאמאל האבן די זכי' צו זיין א מלמד אין לויף פונעם זומער, לערנען תורה ויראת שמים מיט מיינע טייערע תלמידים.


ביי אונז אין קעמפ איז אויסגעשטעלט אז פרייטאג צו נאכטס זינגען די מלמדים מיט די אינגלעך די זמירות ביז קידוש אין בית המדרש נאכ'ן דאווענען, אין די צייט מאכן די מדריכים די סעודה ביי זיך אינדערהיים, און דערנאך גייען די מלמדים אהיים צו זייער באנגעלאו מאכן זייער סעודה.


מיין שאלה איז צי איך דארף איבערזינגען די זמירות נאכאמאל אינדערהיים אלס חינוך, אדער פעלט עס נישט אויס ווייל איך האב שוין געזינגען אין שול, בפרט אז מיין גרויסער זון קומט דאך אויך אין שול און הערט מיר דארט זינגען, און מיין משפחה ווייסט אז איך זינג אין שול מיט די תלמידים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז אין ישיבה אין די זומער וואכן, ווען די בחורים עסן אינאיינעם די סעודות שבת, בלייב איך מיט זיי נאכן דאווענען זינגען זמירות: "שלום עליכם", "רבון כל העולמים" און "אשת חיל", ווייל עס זענען דא בחורים וואס קומען פון שטיבער וואס מען זעצט זיך גלייך עסן, מען זינגט נישט קיין זמירות וכו', וויל איך זיי ווייזן ווי אזוי א שבת סעודה דארף אויסזען; סעודות שבת הויבט מען אן מיט זמירות, מען זינגט לכבוד די מלאכים, מען באגריסט די מלאכים וואס באגלייטן דעם איד אהיים פון שול.


נאכן זינגען מאכט א בחור קידוש פאר די בחורים, און נאך קידוש גיי איך אהיים מאכן די סעודה מיט מיין משפחה. שפעטער נאך די סעודה קום איך צוריק צו די בחורים זינגען מיט זיי זמירות און שיינע ניגונים לכבוד שבת.


ווען איך קום אהיים זינג איך איבער די זמירות: "שלום עליכם", "רבון כל העולמים" און "אשת חיל", ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קד) אז זמירות שבת איז דער עיקר פון אידישקייט; וויל איך מיינע קינדער זאלן אויך זינגען זמירות, און ווייל עס איז גאר אנדערש די סעודה ווען מען הויבט עס אן מיט זמירות.


אויך לכבוד די מלאכים וואס באגלייטן אהיים פון שול. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בערב שבת מבית הכנסת לביתו", צוויי מלאכים באגלייטן דעם איד פון שול אהיים פרייטאג צו נאכטס, "אחד טוב ואחד רע", א גוטער מלאך און א שלעכטער מלאך, ווען מען קומט אהיים און אלעס איז גוט, די שטוב איז צאמגענומען, עס איז דא א שיינע געדעקטע טיש מיט שבת ליכט, און די בעטן זענען שיין געמאכט - וואונטשט דער גוטער מלאך א ברכה: "יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך", עס זאל זיין די ווילן פונעם אייבערשטן אז דעם קומענדיגן שבת זאל אויך זיין אזוי שיין, און דער שלעכטער מלאך האט נישט קיין אנדערע ברירה, ער מוז צושטימען און אויך וואונטשן. און אויב חס ושלום די שטוב איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין וואונטשט דער שלעכטער מלאך אז די קומענדיגע וואך זאל אויך אזוי זיין, און דער גוטער מלאך דארף בעל כרחו זאגן אמן; ממילא פאסט אז ווען די מלאכים קומען אהיים זאל מען זיי באגריסן מיט שלום עליכם.


אזוי אויך די תפילה פון "רבון כל העולמים"; דאס איז דאך א מורא'דיגע תפילה, דאס וועקט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי נתן פלעגט גיסן טייכן טרערן ביי די תפילה, אזוי אויך אנשי שלומינו זאגן די תפילה מיט א שטארקע בענקשאפט צום אייבערשטן. מען קען שפירן דעמאלט זייער א גוטע טעם, ווייל די שטוב איז פול מיט מלאכים. אויסער די צוויי מלאכים - קומען מיט טויזנטער מלאכים וואס ווערן באשאפן דורכאויס די וואך פון אלע מצוות וואס א איד טוט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא ויקהל, א): "עַל כָּל מִצְוָה שֶׁאָדָם עוֹשֶׂה", אויף יעדע מצוה וואס א איד טוט, "מוֹסְרִין לוֹ מַלְאָךְ", געבט מען אים א מלאך, "לְשָׁמְרוֹ" אים צו היטן; דעריבער איז זיכער בעסער נאכאמאל צו זינגען די זמירות און נאכאמאל זאגן די תפילה אין שטוב ביים שבת טיש, צוליב די אלע טעמים.


אזוי אויך שבת אינדערפרי מאך איך אלץ איבער קידוש אין שטוב, אפילו מיר מאכן קידוש אין שול, ווייל א סעודה הויבט זיך אן מיט קידוש. אזוי ווי די מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו. איינער האט ארויסגעלאזט א שמועה אז דער חתם סופר זכותו יגן עלינו מאכט נישט קיין קידוש שבת אינדערפרי, ווען באמת פלעגט ער מאכן קידוש, גיין אביסל לערנען און נאכדעם מאכן די סעודה. איינמאל איז געווען ביי אים א גאסט, יענער האט נישט געוויסט אז דער חתם סופר האט שוין קידוש געמאכט, ער איז געקומען צו די סעודה און געזען ווי דער היילגער חתם סופר גייט זיך וואשן אן מאכן קידוש, איז ער געגאנגען זאגן אז דער חתם סופר מאכט נישט קיין קידוש; פון דעמאלט האט ער אלץ איבערגעמאכט קידוש.


אזוי אויך וויל איך אז מיינע קינדער זאלן נישט זאגן אז זומער זינג איך נישט קיין שלום עליכם און שבת אינדערפרי מאכט מען נישט קיין קידוש; קינדער דארפן זען גאנצע שיינע סעודות.


וואויל איז דעם וואס מאכט שיינע סעודות; ער זינגט זמירות און דערציילט מעשיות פון צדיקים - וועט ער זוכה זיין צו אמונה, און די קינדער וועלן האבן אמונה.


סעודות שבת איז אמונה, אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר יתרו, פח.): "וּבָעֵי לְאִתְעַנָּגָא בְּכֻלְהוּ סְעוּדְתֵי", מען דארף האבן פארגענוגן ביי אלע דריי סעודות שבת, "וּלְמֶחֱדֵי בְּכָל חַד וְחַד מִנַּיְהוּ", און מען דארף זיין פרייליך ביי אלע דריי סעודות, "מִשׁוּם דְּאִיהוּ מְהֵימְנוּתָא בְּכֻלְּהוּ שְׁלֵימָתָא", ווייל די סעודות שבת ברענגט אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - ווען דער זמן איז שפעט, זאל מען לייגן די קינדער שלאפן פאר די סעודה?
שבת קודש, חינוך הילדים, שבת טיש, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא ביי אונז אין לאנדאן ווערט דער זמן מוצאי שבת בערך 10:20 ביינאכט, און ביז איך קום אהיים פון שול איז שוין א האלבע שעה שפעטער, עס ווערט זייער שפעט פאר די קינדער, און זיי גייען שלאפן נאך איידער איך קום אן אהיים, איז דאס ריכטיג?


אויך פרייטאג צו נאכטס איז דא דעם פראבלעם, איך דאווען ביי די פלג המנחה, און עס קומט אויס אז מ'הויבט אן די סעודה א פערטל צו צען ביינאכט, מיין ווייב זאגט אז דאס וואס די קינדער זענען אויף אזוי שפעט מאכט זיי צעמישט, און זיי זענען מיד שבת אינדערפרי, און דעריבער וויל זי לייגן די קינדער שלאפן פאר די סעודה. זי איז גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט איז מיר שווער צו מאכן די סעודה אן די קינדער ביים טיש.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין ווייב איז גערעכט, מען קען נישט אויפהאלטן קינדער אזוי שפעט אין די נאכט אריין; קינדער דארפן זיין אויסגערוט, קינדער דארפן גיין שלאפן צייטליך.


די בעסטע זאך וואלט געווען דו זאלסט זיי לייגן שלאפן פרייטאג נאכמיטאג פאר עטליכע שעה, אזוי אויך לייג זיי שלאפן שבת נאכמיטאג פאר אפאר שעה, אזוי וועלן זיי קענען מיטהאלטן די סעודות שבת.


מוהרא"ש זאגט, די סעודות שבת איז א יסוד פאר חינוך הבנים והבנות; ביי די שבת סעודות קען מען אריינלייגן אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די תורה, דעמאלט איז די ריכטיגע צייט זיי אויפצובויען; א שאד זיי זאלן נישט מיטהאלטן די הייליגע סעודות, זיי זאלן גיין שלאפן, אדער זיין מיד און ווילד.


דער הייליגער מונקאטשער רב זכותו יגן עלינו ברענגט אן אינטערעסאנטע זאך (דברי תורה ט, אות יג) בשם דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט: "איך וואונדער זיך פארוואס עס שטייט נישט אין די עשרת הדברות מען זאל שלאפן ערב שבת", פרעגט דער הייליגער מנחת אלעזר (שם): "וואס איז פשט פון די ווערטער 'עס וואלט ווען געדארפט שטיין אין די עשרת הדברות' וואס איז נישט גענוג עס זאל שטיין אין די תורה?" ענטפערט ער, ווייל נאר ווען מען שלאפט ערב שבת קען מען מאכן א שיינע סעודה, זינגען זמירות, אביסל לערנען פאר די סעודה און נאך די סעודה, אז נישט שלאפט מען איין ביי די סעודה, מען זינגט נישט קיין זמירות, מען רעדט נישט מיט די קינדער.


ביי מיין טאטע שליט"א זענען מיר אזוי מחונך געווארן, די גאנצע שטוב מקטן ועד גדול - אלע האבן זיך אראפגעלייגט, מיין טאטע פלעגט זיין זייער שטרענג ביי דעם. ווען מיר זענען געווען קינדער האבן מיר נישט פארשטאנען וואס עפעס מוזן מיר שלאפן, ווייסט דאך אז קינדער ווילן נישט שלאפן; היינט פארשטיי איך דאס, ווען איך זע ביי אסאך שטובער לייגט מען די קינדער שלאפן אינמיטן די סעודה, און איך דערמאן זיך אונזערע הערליכע סעודות שבת, ווי אלע קינדער זענען געזיצן אויסגערוט, מיר האבן געווארט א גאנצע וואך פאר די שבת סעודות.


און אזוי פיר איך זיך, ביי אונז גייען אלע קינדער שלאפן סיי ערב שבת מען זאל קענען זיין אויסגערוט ביי די סעודות, און שבת נאכמיטאג, מען זאל קענען זיין אפגעהיטן און קענען מיט האלטן שלש סעודות, הבדלה און מלוה מלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - אנשטאט שרייען אויף די ווייב, שרייט מען "ש'כח אייבערשטער"
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, שמחה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר מיין שיינע לעבן, פאר אלע שיינע לימודים וואס דער ראש ישיבה לערנט מיר אויס, בפרט ווי אזוי צו רעדן צו מיין ווייב, איר אויסהערן, איר בארואיגן אפילו ווען איך קען איר בכלל נישט העלפן, נאר רעדן שיין און אויסהערן.


איך וויל שרייבן א שיינע מעשה וואס איך האב געהאט דעם שבת, איך האב אנגעשטעלט פאר שבת דעם "עיר קאנדישאן" אויף א געוויסע נומער אז ווען עס פילט אז עס איז הייס זאל זיך עס אנצינדען. למעשה האב איך עס נישט גוט אנגעשטעלט און עס האב זיך כמעט נישט אנגעצינדען. ווען איך בין אהיים פון שול איז געווען זייער הייס, שרעקליך הייס, איך האב געבעטן דעם אייבערשטער אז עס זאל זיך שוין אנצינדען, למעשה האט זיך עס ערשט אנגעצינדען אינמיטן די סעודה און פון גרויס שמחה האב איך הויך אויסגערופן "ש'כח אייבערשטער!"


פון דעמאלט און ווייטער, יעדעס מאל עס האט זיך אנגעצינדען, האט מיין זון, וואס איז צוויי יאר אלט און האט יעצט אנגעהויבן רעדן, געשריגן "ש'כח אייבערשטער!"


ווען איך זאל ח"ו שרייען אויף מיין ווייב פארוואס זי האט עס נישט געקענט אנשטעלן נארמאל, כאטש וואס ס'האט באמת גארנישט מיט איר, אבער ווי דער סדר העולם ווען עפעס גייט נישט גוט איז די ווייב שולדיג, וואס וואלט מיין זון געשריגן יעדעס מאל?


איך האב נישט די ווערטער זיך גענוג צו באדאנקען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מענטשן כאפן נישט, מען לייגט נישט צו קאפ אז יעדע ווארט וואס מאן און ווייב רעדן - הערן זיך די קינדער צו דערצו; נישט נאר די גרויסע, נאר די גאר קליינע. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא", וואס א קינד רעדט, "אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", אדער האט ער דאס געהערט פון דער טאטע אדער פון די מאמע.


מענטשן מיינען אז חינוך האט מיט די קינדער, מוהרא"ש זאגט, חינוך האט מיט זיך; ווי אזוי דו פירסט זיך - וועסטו דאס זען אין דיינע קינדער, אזוי ווי מען קוקט אין א שפיגל; קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואס יעדע צווייטע ווארט איז "אייבערשטער", לויב ווערטער צום אייבערשטן, אדער ווערטער פון אמונה, ווען עפעס פאסירט שרייט מען הויך: "גם זו לטובה!" "שכוח אייבערשטער!" - וועלן די קינדער דאס נאכמאכן, זיי וועלן לעבן מיט אמונה, עס וועט זיי גוט גיין.


אז קינדער הערן עלטערן שרייען און שעלטן, און ווען עפעס גייט נישט ווי מען וויל - ווערט מען פארלוירן, מען שעלט, מען שרייט - וועלן די קינדער אויך אזוי לעבן, און ווען דער טאטע וועט רופן די קינדער אין אן ערנסטן מינוט און לערנען מיט זיי מוסר - וועלן זיי זיך שטילערהייט אונטערלאכן, עס וועט נישט אריינגיין אין זייער הארץ, עס וועט זיי שטעכן די ווערטער; זיי זעען דאך א לעבעדיגע פארקערטע ביישפיל ווי דער מוסר ספר...


עס איז געווען א מעשה מיט א קינד, מען האט אים געפירט אין חדר ביי די דריי יאר זאגן די א' ב'; נישט אלע קינדער לאזן זיך פונעם מלמד זאגן די א' ב', אסאך קינדער וויינען און שרייען. איז געווען א מעשה מיט א קינד וואס האט זיך אנגערופן א זייער מיאוס'ע ווארט, דער מלמד האט נישט געוויסט וואס האט אים באטראפן, 'ווי קען זיין א קינד פון דריי יאר זאל זאגן א מיאוס'ע ווארט וואס מען הערט נאר ביי די נידריגע אומות העולם?' די עלטערן האבן געזוכט א לאך וואו זיך צו באגראבן פאר בושה, אלע זענען געווען דערשראקן, שטיל, מען האט זיך נישט גערירט; דער מנהל האט גענומען דעם קינד און א זייט מיט א גרויסע שטעקן, ער גייט אים שלאגן מלקות, רופט זיך אן א גוטער איד צום מנהל: "פארוואס שלאגסטו דעם קינד? שלאג די עלטערן; דער קינד הערט דאס טאג און נאכט, ער ווייסט נישט וואס מיינט שלעכט, וואס מיינט גוט - ער זאגט וואס ער הערט אין שטוב".


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ה): "אַמָאל הָאט דֶער בֶּן מֶלֶךְ גִישְׁנִיצְט הָאלְץ אוּן הָאט זִיךְ אַ שְׁנִיט גִיטָאן אִין פִינְגֶער. אִיז דִי בַּת מַלְכָּה צוּ גִילָאפִין. אִים אַרוּם בִּינְדְן דֶעם פִינְגֶער. הָאט זִי דָארְט דֶערְזֶען אֵיין אֶבֶן טוֹב", די בת מלכה איז געקומען צו לויפן העלפן דעם בן מלך ווען ער האט זיך צעשניטן די פינגער, אים פארבינדן און אפשטעלן דאס בלוט, האט זי געזען עס איז ארויסגעקומען א דיימאנט, דאס איז דער בן מלך וואס דער צדיק האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין בלויז פון אבנים טובות. קיינער האט נישט געזען אז דאס איז טאקע אזוי געווען, אבער ווען דער בן מלך האט זיך צעשניטן - איז ארויסגעקומען א דיימאנט.


אזוי איז מיט'ן רבינ'ס מענטשן, מען זעט נישט פון דרויסן אז מען איז בלויז פון דיימאנטן, אבער ווען מען צעשניידט זיך, מען קומט אהיים שבת אינדערפרי נאס פון שווייס, קוים וואס מען קען אטעמען, מען גייט א לאנגע וועג, מען האט כח נאר ווייל מען ווייסט אז 'נאך אביסל קום איך אהיים אין א קילע שטוב', און ווען מען קומט אהיים, מען דערזעט זיך אן עירקאנדישן - דעמאלט קומט ארויס די דיימאנט שטיין, מען זאגט: "גם זו לטובה!" מען בלייבט פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - וועלכע סארט שליסל חלה מאכט מען אויף שבת נאך פסח?
שבת קודש, חינוך הילדים, אמונה, פרנסה, מנהגים, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר מיין לעבן און פאר די שיעורים.


איך האב געוואלט פרעגן וועלכע סארט שליסל חלה מען מאכט אין ברסלב פאר שבת נאך פסח?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער מנהג איז, דער ערשטער שבת נאך פסח מאכט מען אויף די חלה א שליסל, מען מאכט מיט די טייג א שליסל אויבן אויף די חלה צו ווייזן און געדענקען אז די שליסל פון פרנסה ליגט אינעם אייבערשטנ'ס האנט.


אזוי זאגן די הייליגע חכמים (תענית ב.): "מַפְתֵּחַ שֶׁל פַּרְנָסָה הִיא בְּיַד הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", די שליסל פון פרנסה איז אינעם באשעפער'ס האנט; א שאד צו זארגן פאר פרנסה, א שאד זיך איבערארבעטן, דער אייבערשטער איז דער זן ומפרנס לכל. מען דארף טון פאר פרנסה, די הייליגע חכמים זאגן (ספרי דברים טו, קנח) אויפ'ן פסוק (מלשון הכתוב דברים טו, יח): "'וּבֵרַכְתִּיךָ בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה', יָכוֹל יְהִי יוֹשֵׁב וּבָטֵל, תַּלְמוּד לוֹמַר בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה"; אבער דאס מיינט נישט אז מען זאל זארגן און זיך איבערארבעטן.


מאך א שיינע גרויסע שליסל אויף די לענג פון די חלה, געב א שטיקל שליסל פאר יעדן אין די משפחה און דערצייל זיי: "דער שליסל פון פרנסה, פון הצלחה - ליגט אין דעם אייבערשטנ'ס האנט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - ווי אזוי פירט מען זיך ניטל נאכט ווען עס פאלט אויס שבת?
שבת קודש, הלכה, מנהגים, ניטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי פירט מען זיך ניטל נאכט ווען עס פאלט אויס שבת? וואס קען מען יא לערנען און וואס לערנט מען נישט? חיזוק בריוון פון עצתו אמונה קען מען לערנען? און וואס איז לגבי זמירות שבת און דברי תורה ביים שבת טיש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז מאכט מען נישט קיין עסק פון ניטל.


לערן און זיי זיך מחזק מיט די בריוון פון עצתו אמונה, זינג זמירות און דערצייל שיינע זאכן ביים שבת טיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - מעג מען ארויסנעמען אום שבת פון א טאפ וואס ליגט אויפ'ן האטפלעיט?
שבת קודש, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס מ'טוט אום שבת קודש, אויב קיינער איז נישט אינדערהיים מיר צו העלפן האלטן דעם טאפ, אויב מעג איך ארויסנעמען זופ אדער טשאלנט גלייך פונעם טאפ וואס ליגט נאך אויף די האטפלעיט, צו געבן פאר די קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן שבת נישט צו קומען צו חילול שבת, מען דארף גוט קענען הלכות בישול פאר מען גייט צו צום טאפ שבת; איינער וואס קען נישט הלכות בישול טאר נישט אנרירן די טעפ, מען קען מיט איין ריר עובר זיין אויף קאכן אום שבת.


אויב די עסן איז נאכנישט געקאכט - דארף מען וויסן אז מען טאר נישט עפענען דעם דעקל פונעם טאפ, ווייל אויב מען עפנט די דעקל - טאר מען עס נישט צודעקן, עס איז א חיוב חטאת, דאס הייסט קאכן אין שבת. אויך דארף מען וויסן, אויב די עסן איז נישט אינגאנצן געקאכט און מען האט דאס אראפגענומען פון פלאם - טאר מען נישט צוריק לייגן דעם טאפ אויפ'ן פייער, אויך טאר מען נישט ארויסנעמען מיט א לעפל, ווייל ווען מען נעמט ארויס מיט'ן לעפל מישט מען די עסן, און מישן עסן - איז קאכן, דעריבער איז זייער וויכטיג צו קאכן די עסן גענוג פרי, אז ביים זמן שבת זאלן אלע הייסע עסן שוין זיין געקאכט.


ווען די עסן איז שוין אינגאנצן געקאכט, דעמאלט, אויב מען עפנט אויף די דעקל - מעג מען צוריק צודעקן דעם דעקל, אויך מעג מען צוריק לייגן דעם טאפ אויפ'ן פייער אויב עס איז דא א בלעך און מען האט נאכנישט אראפגעלייגט דעם טאפ פון די הענט.


בנוגע ארויסנעמען פון טאפ ווען די עסן איז שוין אינגאנצן געקאכט און עס ליגט נאך אויפ'ן בלעך; אויב איז דאס א טרוקענע עסן, צום ביישפיל קוגל - איז בכלל נישט קיין פראבלעם. אויב עס איז א נאסע עסן, אזוי ווי טשאלנט; לכתחילה דארף מען אונטערהייבן דעם טאפ, אבער אויב מען האט נישט ווער עס זאל העלפן, אדער די טאפ איז זייער א שווערע - קען מען ארויסנעמען פון טאפ, מען זאל אבער אכטונג געבן נישט צו נעמען פון אונטן, נאר נעמען פון אויבן און זיכער נישט מישן די עסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#17 - דארף מען באקן חלות לכבוד שבת דוקא אום פרייטאג?
שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, חלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך זייער משתדל צו מאכן יעדע וואך היימישע חלות לכבוד שבת, איך מאך עס געווענליך דאנערשטאג, און בשעת איך גרייט אן די טייג בעט איך דעם אייבערשטן אז ווער עס עסט פון די חלות זאל האבן אין דעם די בעסטע טעמים, וויטאמינען, מיניראלען, און כח, געשמאק און זיסקייט אין לעבן אין רוחניות און אין עבודת ה', גוטע מידות, און אזוי ווייטער.


סיי איך פריי זיך מיט די תפילות וואס איך בעט, און אוודאי וועגן די גרויסע מצוה פון הפרשת חלה וואס מען קען דעמאלט שטארק פועל'ן ווייל עס איז מער אן עת רצון.


פארגאנגענע וואך האט מיר איינער געזאגט אז איר מאן האט איר געזאגט אז עס שטייט אז די מצוה פון באקן חלות איז דוקא אום פרייטאג ערב שבת, האב איך געוואלט פרעגן אויב איז דאס ריכטיג? מיר קומט נישט אויס עס צו קענען טון אום ערב שבת, מיט די קליינע קינדער און נאך פילע אנדערע ארבעט, און זיכער נישט אין די קורצע פרייטאגס פון ווינטער, עס וועט זיין אויפ'ן חשבון פון מקבל זיין דעם שבת פרי און האבן ווייניגער לחץ.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען פון ראש ישיבה א קלארקייט אין די מצוה פון הפרשת חלה.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל אויף אלע חיזוקים און הערליכע שיעורים, עס איז מחיה מיר מיט מיין מאן און די גאנצע שטוב.


גוט שבת

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז עס קומט אייך אויס גרינגער צו זיין גרייט אויף שבת דורכן באקן די חלות דאנערשטאג און נישט פרייטאג - איז דאס נישט קיין פראבלעם; אדרבה, מיט דעם וואס איר באקט נישט פרייטאג נאר א טאג פריער - זענט איר מכבד אזוי דעם שבת.


בפרט יעצט ווינטער ווען דער זמן איז זייער פרי - דארף מען אכטונג געבן נישט צו קומען צו קיין חילול שבת; מען דארף אנגרייטן וואס מען קען פון פריער כדי מען זאל קענען זיין גרייט אין צייט.


ביים רבי'ן האט מען געצינדן שבת ליכט פריער פונעם זמן, מען האט אפגעווארט דעם שבת.


וואויל איז דעם וואס טוט אלעס כדי צו קענען זיין גרייט אין צייט אויפצונעמען דעם שבת קודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - זאלן מיר פארקויפן די צירונגען, ווען מיר האבן נישט קיין פרנסה?
שלום בית, שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, פרנסה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר מוטשען זיך יעצט זייער שטארק מיט פרנסה, האב איך געוואלט פרעגן אויב ס'איז כדאי איך זאל פארקויפן מיינע עכטע צירונגען און נוצן דאס געלט פאר אונז? אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען העלפן מיין מאן מיט פרנסה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארקויפט נישט אייערע צירונג; זייטס ענק ביידע מחזק מיט אמונה אינעם אייבערשטן, דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק - וועט דער אייבערשטער ענק געבן שפע, עס וועט ענק נתרחב ווערן די פרנסה.


מוהרא"ש זאגט: "שמחה ברענגט פרנסה", אז מען פריידט זיך און מען מאכט פרייליך אנדערע - דאס ברענגט פרנסה; אז איר ווילט העלפן אייער מאן מיט פרנסה - זאלט איר אים פרייליך מאכן, אים אויפבויען; געבט אים גוטע ווערטער, זייט אים מחזק - דאס וועט אים געבן מוט, עס וועט אים פרייליך מאכן און איינמאל מען איז פרייליך - קומט גרויס שפע.


ווען איר צינדט די שבת ליכט זאלט איר בעטן ביי די ליכט אין אייער שפראך, האלטס די הענט אויף די אויגן און וויינט צום אייבערשטן, זאגט אים אלעס וואס טוט אייך וויי. אזוי אויך ווען איר טוט אנדערע מצות, איר שיידט אפ חלה, אדער ווען איר גייט וכו' - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אין אייער שפראך מיט אייערע ווערטער ארויס פון הארץ אויף אלעס וואס דרוקט אייך, וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - וועלכע זמירות זאל איך זינגען ביים שבת טיש?
שבת קודש, ניגונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וועלכע זמירות איך זאל זינגען שבת ביי די סעודה; זאל איך זינגען אלע זמירות אזוי ווי מיין טאטע זינגט, אדער קען איך זינגען אזמר בשבחין און נאך איין שטיקל פון די זמירות, און נאכדעם זינגען אנדערע שיינע לידער פון שבת, נישט פון די זמירות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אומאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביידע, סיי זינג אלע זמירות און סיי אנדערע שיינע זמירות.


דער רבי האט זייער מקפיד געווען צו זינגען אלע זמירות, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות; און רבי נתן שרייבט מורא'דיגע ווערטער (שם, סימן קד): "הָיָה אוֹהֵב מְאֹד אֶת הָעֲבוֹדוֹת הַפְּשׁוּטוֹת", דער רבי האט זייער ליב געהאט די פשוט'ע עבודות, "שֶׁל סְתָם בְּנֵי אָדָם הָאֲנָשִׁים הַפְּשׁוּטִים הַכְּשֵׁרִים", פון פשוט'ע ערליכע אידן. "וְהָיָה אוֹהֵב מְאֹד מִי שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת בְּתוֹךְ הַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים כְּדֶרֶךְ הַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים", און דער רבי האט זייער ליב געהאט די וואס זאגן אלע תחינות און בקשות וואס זענען געדרוקט אין די גרויסע סידורים, אזוי ווי די פשוט'ע מענטשן פירן זיך. "וְהָיָה מַזְהִיר וּמוֹכִיחַ אוֹתָנוּ כַּמָּה פְּעָמִים, לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת", דער רבי פלעגט אונז זייער אנזאגן און אנווארענען אז מיר זאלן זינגען זמירות אום שבת, "וְהָיָה מַקְפִּיד וְכוֹעֵס מְאֹד עַל מִי שֶׁהוּא חָכָם בְּעֵינָיו וְאֵינוֹ מִתְאַמֵּץ לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת אוֹ שְׁאָר עֲבוֹדוֹת פְּשׁוּטוֹת", און דער רבי פלעגט זייער מקפיד זיין אויף די מענטשן וואס האלטן זיך פאר חכמים און זינגען נישט קיין זמירות שבת ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה און אנדערע פשוט'ע עבודות. "כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", ווייל דער עיקר אידישקייט איז זיך פירן פשוט אן קיין חכמות - ווי א פשוט'ער איד, "וְגַם הוּא בְּעַצְמוֹ קֹדֶם שֶׁהִגִּיעַ לוֹ הַחוֹלַאַת הַכָּבֵד שֶׁנִּסְתַּלֵּק עַל יָדוֹ, קֹדֶם לָזֶה, כָּל יָמָיו הָיָה מְזַמֵּר זְמִירוֹת הַרְבֵּה בְּכָל שַׁבָּת וְשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת", דער רבי פלעגט זינגען זיין גאנץ לעבן זייער אסאך זמירות יעדן שבת און יעדן מוצאי שבת.


א פרייליכן שבת!

#14 - וואס איז דער מקור צו צינדען פיר ליכט לכבוד שבת?
שבת קודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אז מוהרא"ש זי"ע שרייבט אז מ'זאל צינדען פיר לעכט לכבוד שבת קודש, האב איך געוואלט פרעגן וואס איז דער מקור צו דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, א יונג פארפאלק נאך די חתונה זאלן צינדן צוויי לעכט פון שמן זית, איינס פאר זכור און איינס פאר שמור, און בנוסף לזה זאל מען צינדן פיר לעכט קעגן די פיר אותיות פונעם שם הוי"ה ברוך הוא.


מוהרא"ש זאגט אז דאס ברענגט א ברכה אין שטוב, עס ברענגט השראת השכינה אין שטוב, און ווען עס ווערט געבוירן א קינד זאל מען צולייגן א לעכט, און אזוי פירן זיך תלמידי היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#13 - מעג מען עסן שבת רויטע אייסעס צו מאכן רויט די ליפן?
שבת קודש, הלכה, חיזוק פאר מיידלעך, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך מחי' דא אין קעמפ, מיר האבן אזעלכע טייערע חשובע קאונסלערס וואס לערנען אונז אזעלכע גוטע זאכן פאר'ן לעבן, און עס איז אזוי געשמאק דא יעדן איינציגסטן טאג.


איך וויל וויסן אויב איך מעג עסן אום שבת א רויטע אייסעס, מיט'ן ציל אז עס זאל מאכן מיינע ליפן אויסזען שטארק רויט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט צופרידן אין קעמפ, איר זענט צופרידן פון די קאונסלערס, איר לערנט זיך שיינע זאכן פאר'ן לעבן.


בנוגע אייער פראגע, אויב מען מעג עסן שבת א רויטע אייסעס זיך צו מאכן רויט די ליפן עס זאל אויסקוקן אזוי ווי מעיקאפ; עס איז א קלארע הלכה (אורח חיים סימן שג, סעיף כה): "אָסוּר לָאִשָּׁה שֶׁתַּעֲבִיר בְּשַׁבָּת סְרָק עַל פָּנֶיהָ מִשּׁוּם צוֹבֵעַ, וּמִטַּעַם זֶה אֲסוּרָה לִכְּחוֹל בְּשַׁבָּת, וּמִטַּעַם זֶה אֲסוּרָה לָטוֹחַ עַל פָּנֶיהָ בָּצֵק וּכְשֶׁנָטְלָתוֹ מְאֵדִים הַבָּשָׂר", מען טאר זיך נישט שמירן די פנים שבת, שמירן די פנים איז פון די ל"ט מלאכות וואס איז אסור אום שבת; דעריבער, אויב מען עסט די אייסעס מיט'ן ציל זיך צו פארבן די ליפן - איז דאס א פראבלעם. אויב מען עסט א זאך וואס לאזט איבער א קאליר און מען האט נישט אינזין זיך צו פארבן - איז נישט קיין פראבלעם.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט דארפן די זאכן, איר זאלט האבן נאטורליכע חן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות חן, סימן ו): "כְּשֶׁתַּעֲבִיר עַל מִדּוֹתֶיךָ, תִּמְצָא חֵן", אז מען געבט נאך, מען זוכט נישט אויסצופירן, מען פארטראגט זיך מיט יעדן איינעם - דעמאלט האט מען חן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "וְיִשְׁמֹר אֶת פִּיו מִדִּבּוּר אָסוּר", אז מען רעדט נאר גוטע זאכן, מען רעדט נישט קיין ניבול פה, מען רעדט נישט שלעכטס אויף אנדערע - איז מען זוכה צו חן; דעמאלט דארף מען נישט שמירן די ליפן און די אויגן, מען האט חן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - מעג מען זיך בראטן אונטער די זון אום שבת?
שבת קודש, אחדות, הלכה, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, קעמפ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פיינע געשמאקע קעמפ בית פיגא, ס'איז אזוי געשמאק צו זיין דא זומער, אלע מיידלעך לעבן באחדות, מ'שפילט און מ'פארברענגט אינאיינעם, מ'טשעפעט זיך נישט און מ'קריגט זיך נישט ברוך ה'.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'מעג זיצן אום שבת אונטער די זון, זיך אפצובראטן פון די זון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר האט הנאה אין קעמפ; אלע מיידלעך לעבן באחדות, מען קריגט זיך נישט, מען טשעפעט זיך נישט, מען העלפט זיך איינער דעם צווייטן.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג שבת קודש זיצן אונטערן זון זיך אפצובראטן די פנים וכו'; עס ווענדט זיך פארוואס מען וויל זיין אונטערן זון, אויב מען האט אינזין צו באקומען אן אנדערע קאליר, מען וויל ווערן רויט, ברוין, שווארץ - איז אסור (עיין שאלות ותשובות מנחת יצחק חלק ה', סימן לב). אויב וויל מען זיין אונטערן זון, מען האט הנאה פון זיצן אונטער די זון - איז יא מותר, אבער מען דארף זייער אכטונג געבן נישט זיך צו שמירן, ווייל שבת טאר מען זיך נישט שמירן.


זעט אויסצוניצן די צייט שבת מיט זאגן תהילים; אויב דורכ'ן וואך איז מען נישט אנגעקומען צו זאגן תהילים - איז שבת א גוטע צייט צו ענדיגן תהילים. שבת נאכמיטאג זאלט איר אכטונג געבן אויף די קליינע געשוויסטער, אז אייערע עלטערן זאלן זיך קענען אביסל אפרוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.