שאלה אין קורצן ענין
#3 - פארוואס איז געווען התנגדות קעגן רבי'ן און זיינע תלמידים?
מוהרא"ש, לצנות, ראש ישיבה, התנגדות, חסידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט ארויסברענגען א מחשבה וואס איז מיר איינגעפאלען בנוגע חסידות ברסלב, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר לאזן וויסן צי דאס איז א ריכטיגע מהלך.


מען זעט א חידוש לגבי די התנגדות אויף ברסלב, אז עס איז דא אין דעם פארשידענע מדריגות. קודם איז דא וואס האלטן בכלל נישט פון ברסלב, נישט פונעם הייליגן רבי'ן און נישט פון די שפעטערדיגע תלמידים. נאכדעם איז דא וואס זאגן אז פון רבי'ן אליין האט מען געהאלטן אבער נישט פון זיינע תלמידים. נאכדעם, ווען מוהרא"ש איז נתגלה געווארען, האבן מתנגדים געזאגט, ברסלב איז דער רבי און ר' נתן, אבער מוהרא"ש האט מחדש געווען א נייער אייגנארטיגער דרך וואס האט נישט מיט ברסלב, ס'איז נישט דעם רבינ'ס זאך. און היינט איז דא מתנגדים וואס זאגן אז דער דרך פונעם ראש ישיבה איז נישט מוהרא"ש, ווייל מ'זעט ביים ראש ישיבה פארשידענע התנהגות וואס איז נישט געווען ביי מוהרא"ש, און וואס מוהרא"ש האט אפשר נישט געהאלטן דערפון.


מיין פשוטער הסבר לעניית דעתי איז ווי פאלגענד: איך האב געהערט א שיעור פון מוהרא"ש, פון ל"ג בעומר תשד"מ. דארט איז ער מסביר אז רבי שמעון בר יוחאי האט מגלה געווען ענינים פון עולם האצילות, דער אר"י הקדוש האט עס מער מוריד געווען אין עולם הבריאה, דער בעש"ט זי"ע האט ווייטער ממשיך געווען אין עולם היצירה, און דער רבי האט עס אראפגעברענגט אין עולם העשיה, אז אפילו אין די נידריגסטע מדרגה זאל מען קענען טרעפן דעם באשעפער. אויך איז באקאנט אין די ספרים הקדושים אז אין יעדע פון די פיר עולמות, אצילות בריאה יצירה עשיה, איז אויך דא פיר עולמות אצילות בריאה יצירה עשיה. קען מען אפשר זאגן אז דער רבי איז געווען אצילות דעשיה, ר' נתן איז געווען בריאה דעשיה, מוהרא"ש איז געווען יצירה דעשיה, און דער ראש ישיבה שליט"א איז עשיה דעשיה. ממילא מיט דעם איז פארשטענדליך די חילוקי ההנהגה וואס איז געווען צווישן זיי. בפרט הנוגע לעניננו קען מען גוט פארשטיין ווי דער ראש ישיבה איז ממשיך ביז עשיה דעשיה, צו די נידריגסטע פון די נידריגסטע דרגא, אז אפילו דארט קען מען טרעפן דעם באשעפער.


ואם שגיתי, ה' הטוב יכפר בעדי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גארנישט מחדש געווען, בסך הכל געב איך איבער פאר תלמידים וואס מוהרא"ש האט מיר געלערנט. מוהרא"ש האט גענומען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער און דאס אזוי שיין אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, מיר זאלן קענען לעבן א גוט לעבן; פארוואס זאל איך עס האלטן פאר מיר אליין, פארוואס זאלן נישט אלע וויסן פון דעם? דאס איז בסך הכל וואס איך טו.


די אלע וואס זאגן מען האט געהאלטן פון רבי'ן אבער נישט פון רבי נתן - ווייסן נישט וואס דער רבי האט געזאגט, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מען דארף דאנקען ר' נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטל שמות". נאך האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי אביסל".


אלע ספרים וואס מיר האבן היינט פון רבי'ן איז נאר א דאנק רבי נתן זכרונו לברכה; ער האט אפגעשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פון רבי'ן, דעם ערשטן חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט בחיים חיותו פון רבי'ן און דער צווייטער חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט נאכן רבינ'ס הסתלקות.


נעם זיך נישט צום הארצן פון די עזות פנים'ער; ווען איינער רעדט אויף צדיקים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערע עזות פנים ווי איינער וואס וואגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?! ווי שעמט זיך נישט א מענטש צו רעדן אויף צדיקי עולם? נאר ווייל די מענטשן זענען פגום בברית, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים נה, כא): "שָׁלַח יָדָיו בִּשְׁלֹמָיו חִלֵּל בְּרִיתוֹ", ווען א מענטש רעדט אויף ערליכע אידן, צדיקי אמת, איז עס ווייל "חִלֵּל בְּרִיתוֹ", דער מענטש זינדיגט אין הארבע עבירות.


רבי נתן איז געווען א תלמיד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקער מתמיד און בקי אין ש"ס און אין אלע פוסקים. רבי נתן האט געקענט גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות אויף אויסנווייניג. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב רבי דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען".


אזוי אויך די אלע וואס מאכן חוזק פון מוהרא"ש, די אלע דארפן תשובה טון; אנדערש וואלטן זיי נישט חוזק געמאכט פון א צדיק וואס האט זיין גאנץ לעבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן און פאר די תורה. מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן געליטן פון די לצים און עזות פנים'ער, בעיקר פון די וואס רופן זיך 'ברסלב'ע חסידים', זיין גאנץ לעבן האט ער נאר עוסק געווען צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן מיט'ן הייליגן רבי'נס עצות, די אלע וואלטן געוואלט רעדן אויף צדיקים למעלה בקודש און אויפ'ן באשעפער, נאר זיי האבן מורא מען וועט זיי אוועק שטופן, דערפאר רעדן זיי אויף שפעטערדיגע צדיקים. אזוי זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן לח),  אויפ'ן פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי ווילן רעדן קעגן פריערדיגע צדיקים, זיי ווילן רעדן קעגן דעם אייבערשטן, נאר זיי האבן מורא, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", דעריבער רעדן זיי אויף די צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט קיין לצים, מיט מתנגדים; מיר זאלן זיין דבוק צו צדיקי אמת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#2 - זאל מען גיין מיט א גארטל?
חסידות ברסלב, חסידות, גארטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען ליטוויש, אבער מיר האבן אנגענומען דעם וועג פון ראש ישיבה און מוהרא"ש, און דאס העלפט אונז גאר אסאך אין לעבן. מיר זענען לעצטנס געווען ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל, און מיר זענען פרייליך צו זיין א טייל פון היכל הקודש.


מיין מאן האט זייער געוואלט אנטון א גארטל, טראץ וואס מיר זענען ליטוויש, און ווען מיר זענען געווען ביים ציון אין יבנאל האט ער באשלאסן טאקע אנצוטון א גארטל. אבער אנקומענדיג אהיים האט אונזער רב אים געזאגט ער זאל עס נישט טון, ער קען זיך פירן חסידיש אינדערהיים אבער נישט אינדרויסן, ווייל אונזערע קינדער לערנען אין ליטווישע מוסדות, און דאס קען זיי מאכן שפעטער האבן א שווערערע קשר מיט זייער פאטער. ווייל דא אין ארץ ישראל איז עס נאר אדער שווארץ אדער ווייס, אדער איז מען חסידיש אדער איז מען ליטוויש, מ'קען נישט גיין אינצווישן.


מיין מאן האט דאס אנגענומען, אבער עס איז אים זייער שווער, ער פילט זיך צעבראכן, איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן צייט אונז צו שרייבן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן עורך (אורח חיים סימן צא, סעיף ב): "צָרִיךְ לֶאֱזֹר אֵזוֹר בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה", מען דארף אנטון א גארטל ווען מען גייט דאווענען, "אֲפִילוּ יֶשׁ לוֹ אַבְנֵט שֶׁאֵין לִבּוֹ רוֹאֶה אֶת הָעֶרְוָה", אפילו דער וואס האט שוין סיי ווי א צווישנשייד צווישן די הארץ אין די ערוה דארף זיך אויך אנטון א גארטל ווען מען גייט דאווענען, אזוי ווי עס שטייט (עמוס ד, יב): "הִכּוֹן לִקְרַאת אֱלֹקֶיךָ יִשְׂרָאֵל", מאך זיך שיין ווען דו גייסט צום אייבערשטן; ווייל ווען מען שטעלט זיך אוועק דאווענען פאר'ן אייבערשטן דארף מען זיך אנגרייטן מיט גרויס דרך ארץ, אזוי ווי מען גייט צו א קעניג; דעריבער דארף מען זיך אנגארטלען מיט א גארטל ווען מען גייט דאווענען.


עס זענען דא וואס זאגן אז מען דארף נישט אנטון קיין גארטל ווייל מען גייט היינט מיט הויזן און אין די הויזן איז דא א גארטל וואס שיידט שוין סיי ווי אפ צווישן די הארץ און די ערוה, אבער עס איז נישט אזוי, ווייל דער שלחן ערוך זאגט קלאר אז אפילו די הארץ זעט נישט די ערוה דארף מען אנטון א גארטל, אלץ הִכּוֹן לִקְרַאת אֱלֹקֶיךָ יִשְׂרָאֵל, דעריבער זאלט איר יא גיין מיט א גארטל; איר וועט גארנישט דערלייגן דערפון.


עס איז נישט אמת דער כלל וואס איר שרייבט אז אין ארץ ישראל קען מען נישט זיין אן ערליכער איד, מען קען נישט גיין אינצווישן נאר מען מוז געהערן אהער אדער אהין ; אז מען קוקט וואס אנדערע זאגן, מען לעבט פאר אנדערע - ווייס איך נישט, אבער די ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן קענען יא גיין אינצווישן.


נעמט די גוטע זאכן פון די ליטווישע און די גוטע זאכן פון די חסידים, דער רבי האט געזאגט: "איך האב גענומען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע"; ווייל ביי חסידים איז דער עיקר תפילה, און ביי די ליטווישע איז דער עיקר תורה, און דער רבי האט ביידע; ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר תורה און תפילה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם, אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמֹד וּלְהִתְפַּלֵּל", וואס האט א מענטש צו טון אויף די וועלט? נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


אז איר האט גענומען דעם הייליגן רבי'ן פאר אייער וועג ווייזער זאלט איר נעמען דאס גוטס פון די ליטווישע און דאס גוטס פון די חסידים, ביידע כיתות זענען טייערע אידן, ביידע האבן מעלות וואס מען דארף זיך לערנען פון זיי. גייט ווייטער אויף אייער וועג און שיקט ווייטער די קינדער אין די ליטווישע חדר און אויך זאלט איר נעמען דאס גוטס פון חסידים, איך זאג אייך צי עס וועט אייך נישט שאטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - וואס האט די חסיד'ישע זאכן און די קבלה זאכן מיט מיר
שלום בית, עבודת השם, בארד און פאות, תמימות, קשיות, חסידות, קבלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגען א קשיא וואס איז אביסל סענסיטיוו און ס'ליגט מיר שוין אויפ'ן הארץ זייט איך בין א יונגער בחור, ממילא זאלט איר פארשטיין אז איך קום נישט חס ושלום אטאקירן, נאר פונקט פארקערט, ווייל איך האב אין ערגעץ נישט געקענט באקומען א תשובה, פרעג איך עס דא, ווייל איך האף אז דא וועל איך באקומען קלארקייט. איך שעפ אסאך חיזוק פון די קונטרסים פון מוהרא"ש, און די בריוון און שיעורים פון ראש ישיבה, ממילא האף איך אז אפשר דא וועל איך ענדליך באקומען א הסבר אויף וואס באדערט מיר.


איך וועל זיך באציען צו א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר אינגערמאן וואס פרעגט אויב ער מעג אביסל צופיצן די בארד ווייל זיין ווייב וויל עס זייער שטארק, און דער ראש ישיבה האט געענטפערט אז די בארד איז די צינורות השפע, און אז מ'שערט די בארד פארלירט מען די פרנסה. דאס פארשטיי איך נישט, טרעפן מיר דען נישט צענדליגע טויזענטער אידן וואס שערן זיך די בארד און האבן יא פרנסה בריוח? צווייטנס, שניידן די בארד מיט א שערל איז דאך מותר על פי הלכה? דריטנס, די גמרא זאגט דאך אז מ'באקומט גאר עשירות פאר'ן מכבד זיין די ווייב, און דא קומט א אינגערמאן וואס וויל מכבד זיין די ווייב, און טון א זאך וואס איז אויסגעהאלטען להלכה, און מ'זאגט אים אז ער וועט דורכדעם פארלירן זיין פרנסה?


אבער דער עיקר האט מיר געשטערט וואס איר שרייבט וועגן די צינורות השפע, באמת איז די קשיא מיר אלץ שווער געווען אויף אלע ספרי חסידות. ס'איז זיכער אז די סודות התורה זענען א חלק פון די תורה, און מיר גלייבן אז יעדעס ווארט איז אמת ויציב, אבער מיר זענען דאך פשוטע אידן, וואס האבן די אלע זאכן מיט מיר?


איך ווער זייער צעמישט ווען איך פרוביר צו לערנען חסידי'שע ספרים און זיי הייבן אן צו רעדן פון בחינות און עולמות, זאכן וואס איך שפיר עס האט נישט קיין שום שייכות מיט מיר. איך פארשטיי דער וועלט, און איך קען אפילו אביסל פארשטיין תורה, כאטש איך ווייס אז ס'ליגט טיפע סודות באהאלטען אין יעדער אות, אבער ווען ס'קומט צו חסידות הייב איך נישט אן צו פארשטיין. ביטע העלף מיר צוציקומען צו א הבנה אין דער חלק פון תורה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף רייסן קריעה ווען מען ליינט דיינע ווערטער; ווי שעמסטו זיך נישט צו שרייבן אויפ'ן הייליגן זוהר אז דאס איז נישט א חלק אין די תורה? ווי קען מען זאגן אויף די בארד און פיאות אז דאס איז נישט אידישקייט?!


קוק די ווערטער וואס דער הייליגער רבי נתן שרייבט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דאס ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין די בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.


מען דארף רייסן קריעה אויף די ווערטער וואס דו שרייבסט אז מען דארף טון אלעס וואס די ווייב בעט! די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "כָּל הַהוֹלֵךְ בַּעֲצַת אִשְׁתּוֹ נוֹפֵל בַּגֵּיהִנֹּם", ווער עס פאלגט די ווייב וועט ביים סוף אנקומען אין גיהנום, אזוי אויך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות אות עצה, סימן ט): "הַהוֹלֵךְ אַחַר עֲצַת אִשְׁתּוֹ, נוֹפֵל בְּגֵיהִנֹּם", ווער עס גייט נאך די עצה פון זיין ווייב וועט ביים סוף אנקומען אין גיהנום; אך און וויי פאר די וואס גייען נאך די ווייב און טוען אלעס וואס זיי בעטן.


דאס וואס דו מישט אויס די יוצרות, דו שרייבסט אז אויב מען פאלגט די ווייב ווערט מען רייך; אויף דעם זאגן חז"ל (בבא מציעא, שם) עס ווענדט זיך וואס זי וויל, וואס זי פארלאנגט; ווען עס רעדט זיך פון שטוב זאכן אדער סתם וועלט זאכן, דעמאלט איז גוט מיט צו גיין מיט איר און זיך נישט עקשנ'ען און זיכער נישט טענה'ען און מאכן וויכוחים, אבער ווען עס רעדט זיך פון גיין קעגן די תורה - טאר מען נישט נאך גיין די ווייב, ווייל ביים סוף קומט מען אן אין גיהנום.


א מאן דארף האבן שטארקע פרינציפן וואס ער בייגט זיך נישט דערביי פאר קיינעם. מען דארף אוועק שטעלן שטארקע פרינציפן אין שטוב, גדרים וסייגים כדי מען זאל חס ושלום נישט אנקומען עובר צו זיין אויף קיין שום איסור, בפרט אין שמירת המצות, וואס אפילו זי וויינט און שרייט טאר מען נישט נאכגעבן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט מותר זיין בשום פנים ואופן. סיי אין כשרות, ביים עסן וכו' און סיי אין די וועג ווי אזוי מען טוט זיך אן וכו'; ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פ:): "נָשִׁים דַּעְתָּן קַלּוֹת", פרויען זענען נישט אזוי שטארק; נאר ווען עס קומט צו וועלט זאכן וכדומה, דארט דארף מען געדענקען וואס די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא גָּחִין וְתִלְחוֹשׁ לָהּ", בייג אראפ דיין גאוה און הער אויס וואס זי זאגט.


אויף דיין אנדערע פראגע: "מען זעט דאך טויזנטער מענטשן וואס שניידן די בארד און האבן פרנסה וכו' וכו'"; די פראגע קען דיר מאכן פאר א גרויסער אפיקורס, די פראגע האט נישט מיט שניידן די בארד, די פראגע זאגן די אפיקורסים אויף אלע מצוות וואס דער אייבערשטער הייסט.


דאס וואס דו שרייבסט: "מיר זענען דאך פשוט'ע אידן וכו'"; אז דו ווילסט אזוי שטארק זיין א פשוט'ער איד זאלסטו אננעמען די ווערטער פון די צדיקים וואס נאר זיי ווייסן וואס איז א פשוט'ע איד. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדריידט די וועלט און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאכגעגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִּפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט תמימות, ער גייט אין די וועגן פון די תורה אן קיין שום חכמות; דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו לעבן א זיכערע לעבן. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי י, ט): "הוֹלֵךְ בַּתֹּם יֵלֶךְ בֶטַח", ווער עס גייט בתמימות - גייט אויף א זיכערע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.