שאלה אין קורצן ענין
#3 - וואס איז דער אמת'ער ריכטיגער וועג ווי אזוי אינגעלייט דארפן זיך פירן אינדערהיים?
חתונה, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע דרשות און חיזוק וואס זענען ממש כמים קרים על נפש עיפה, עס העלפט און שטארקט, און לערנט א וועג ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן מצב.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם ענין פון "קדש עצמך במותר לך" ווען עס קומט צו ענינים שבינו לבינה וכו'. יעדער מדריך און יעדער רב און דיין האט אן אנדערער מהלך אין די ענינים, איינער איז מער מחמיר און א צווייטער איז מער מקיל, און פרישע אינגעלייט האבן נישט קיין קלארקייט צו וויסן ווי אזוי זיי דארפן זיך צו פירן. איינער זאגט אז אויב מען איז מער מקיל וועט עס מאכן בעסער דעם שלום בית, א צווייטער זאגט אז דאס איז בלויז דמיונות, ס'איז נאר אן עצה פונעם יצר הרע אריינצוכאפן דעם מענטש, למעשה אויף די אונטערשטע שורה איז נישט קלאר וואס מען דארף צו טון. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א אויסקלארן דעם ענין?


אויך האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז ווען א איד לערנט אסאך גמרא און משניות, מען לערנט די הייליגע תורה, איז דאס א תיקון הברית, דאס פאררעכט אלע פגמים פונעם מענטש. למעשה זעען מיר אז אסאך גרויסע צדיקים האבן יא עוסק געווען אין תעניתים און סיגופים, זיי האבן זיך נישט באגנוגט מיט'ן לערנען תורה.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער שווער צו שרייבן פון די ענינים וכו', אבער היות אסאך אינגעלייט זענען צעמישט אין דעם ענין וועל איך פרובירן צו שרייבן וויפיל עס איז שייך.


דו שרייבסט מיר אז אין שלחן ערוך שטייט (אורח חיים, סימן רלא): "אֲפִילוּ בָּעוֹנָה הָאֲמוּרָה בַּתּוֹרָה, אִם עָשָׂה לְהַשְׁלִים תַּאֲוָתוֹ אוֹ לַהֲנָאַת גּוּפוֹ - הֲרֵי זֶה מְגֻנֶּה", ווען מען האט חתונה און מען לעבט צוזאמען וכו' זאל מען נישט אינזין האבן פאר די אייגענע הנאה; דא וועל איך דיר ווייזן ווי דער יצר הרע שפילט ארום מיט דיר, לאמיר נעמען דעם שלחן ערוך און זען וואס עס שטייט אין אנהייב פון אט דעם זעלבן סימן: "וְכֵן בְּכָל מַה שֶׁיֵּהָנֶה בָּעוֹלָם הַזֶּה, לֹא יְכַוֵּן לַהֲנָאָתוֹ אֶלָּא לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַך", אלעס וואס א מענטש טוט אויף דער וועלט זאל ער טון פארן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָּעֵהוּ", און די הייליגע חכמים חכמים דרש'נען אויף דעם: "כָּל מַעֲשֶׂיךָ יִהְיוּ לְשֵׁם שָׁמַיִם", אלע דיינע מעשים זאלן זיין נאר פארן אייבערשטן, "כְּגוֹן הָאֲכִילָה, וְהַשְּׁתִיָּה, וְהַהֲלִיכָה, וְהַיְשִׁיבָה, וְהַקִּימָה, וְהַתַּשְׁמִישׁ, וְהַשִּׂיחָה, וְכָל צָרְכֵי גּוּפְךָ", צום ביישפיל, ווען מען עסט, מען טרינקט, מען גייט, מען זיצט, מען שטייט, מען איז מיט די ווייב און אזוי אלע צרכי הגוף, "יִהְיוּ כֻּלָּם לַעֲבוֹדַת בּוֹרְאֲךָ", אלעס זאל מען טון פארן אייבערשטנס וועגן, "אוֹ לְדָבָר הַגּוֹרֵם עֲבוֹדָתוֹ", אדער מיט די כוונה אז מען זאל צוקומען דורך דער זאך צו דינען דעם אייבערשטן. "שֶׁאֲפִלּוּ הָיָה צָמֵא וְרָעֵב, אִם אָכַל וְשָׁתָה לַהֲנָאָתוֹ - אֵינוֹ מְשֻׁבָּח, אֶלָּא יִתְכַּוֵּן שֶׁיֹּאכַל וְיִשְׁתֶּה כְּפִי חִיּוּתוֹ לַעֲבֹד אֶת בּוֹרְאוֹ", און אפילו אויב איינער איז הונגעריג און דארשטעריג, אויב וועט ער עסן און טרינקען צו ווערן זאט - איז נישט גוט, נאר מען דארף אינזין האבן אז מען עסט און מען טרינקט נאר פארן אייבערשטנס וועגן.


וויל איך דיר פרעגן: ווען דו עסט און דו טרינקסט האסטו אויך קאפ דרייעניש אז דו עסט פאר דיין הנאה, אדער דעמאלט גייט דיר דאס נישט אן און דו טראכסט ניטאמאל פונעם אייבערשטן... ביי אלע אנדערע זאכן וואס דער שלחן ערוך ברענגט דארט ווייטער אראפ, למשל ווען עס קומט צו גיין שלאפן, וואס דער מחבר זאגט: "וְכֵן בִּשְׁכִיבָה, בִּזְמַן שֶׁהוּא יָגֵעַ וְצָרִיך לִישַׁן כְּדֵי לָנוּחַ מִיְּגִיעָתוֹ - אִם עָשָׂה לַהֲנָאַת גּוּפוֹ אֵינוֹ מְשֻׁבָּח, אֶלָּא יִתְכַּוֵּן לָתֵת שֵׁנָה לְעֵינָיו וּלְגוּפוֹ מְנוּחָה לְצֹרֶך הַבְּרִיאוּת, שֶׁלֹא תִּטָּרֵף דַּעְתּוֹ בַּתּוֹרָה מֵחֲמַת מְנִיעַת הַשֵּׁנָה", ווען מען איז זייער אויסגעמאטערט, אויב לייגט מען זיך שלאפן זיך אפצורוען איז נישט גוט, נאר מען דארף גיין שלאפן פארן אייבערשטנס וועגן; איז אינטערעסאנט אז דו שרייבסט נישט מיט ווייטאג ווי ווייט דו ביסט פארקראכן אז דו גייסט שלאפן יעדע נאכט פאר דיין הנאה, ווער ווייסט צי דו טראכסט בכלל פונעם אייבערשטן ביים גיין שלאפן, צי דו ליינסט קריאת שמע און צי דו גרייטסט אפילו אן נעגל וואסער; דייקא ווען עס קומט צו זיין אן ערליכער איד, מען האט חתונה און מען וויל האבן א ריינע מח, דעמאלט 'ויבא השטן'; דער שטן איז דא און ברענגט אריין עצבות און מרה שחורה, ספיקות און בלבולים צי מען מעג יא אדער מען טאר נישט, צי מען האט אינזין דעם אייבערשטן אדער מען טוט דאס פאר די אייגענע הנאה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן בפירוש (נדרים כ:): "אֵין הַלָכָה כְּיוֹחָנָן בֶּן דַהֲבָאִי", מען פסק'עט נישט ווי יוחנן בן דהבאי, ביי דעם ציטערט מען פון עונשים קשים ומרים, אבער אינטערעסאנט איז אז אפאר שירות פאר דעם זאגן חז"ל (שם, עמוד א): "כָּל הַצּוֹפֶה בַּנָּשִׁים - סוֹפוֹ בָּא לִידֵי עֲבֵירָה", ווער עס היט זיך נישט די אויגן וועט צו קומען צו טון עבירות, "וְכָל הַמִּסְתַּכֵּל בַּעֲקֵבָהּ שֶׁל אִשָׁה, הַוְיָין לוֹ בָּנִים שֶׁאֵינָם מְהוּגָנִים", און ווער עס קוקט אפילו נאר אויף די פיס פון א פרוי וועט האבן קינדער וואס וועלן נישט זיין ערליך - דארט קלאפט דיר בכלל נישט דיין הארץ, דארט שרייסטו נישט: 'וואס וועט זיין מיט מיינע קינדער?!'


איינע פון די וויכטיגסטע זאכן איז צו זיין א "מַכִּיר אֶת מְקוֹמוֹ" - זיך אליינס קענען; ווען א מענטש ליגט נאך אין עבירות, ער איז נאך ווייט פון האבן ריינע מחשבות, דארף ער זען צו טון אלעס אויף דער וועלט אז ער זאל נישט אראפפאלן אין עבירות.


דאס וואס דיין קאפ דריידט זיך צי דו ביסט א בעל תאוה צי נישט - ווען עס קומט צו לעבן מיט די ווייב אן פרישות וכו', דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט קדושה, דאס איז פשוט דער יצר הרע וואס קומט צו אלע אינגעלייט נאך די חתונה, ווען ער זעט ווי ער גייט זיי פארלירן, ווייל זיי גייען יעצט ווערן צדיקים, קדושים, זיי גייען מער נישט נכשל ווערן אין פגם הברית רחמנא לצלן; וואס טוט דער רשע מרושע - דער יצר הרע? ער טוט זיך אן א גרויסע היט מיט א לאנגע בעקיטשע, ער לייגט ארויף די הענט אויף זיינע בריסטן און הייבט אן רעדן צו אינגעלייט פון פרישות וכו'; ער שרעקט זיי אן מיט עונשים קשים ומרים; ער שרעקט זיי אן מיט נישט ערליכע קינדער, ביז די אינגעלייט זענען זיך פורש, איינער למחצה, דער צווייטער לשליש, און דער דריטער ולרביע; אזוי כאפט ער זיי אריין אין זיין פאסטקע און איז זיי מכשיל מיט הארבע עבירות, וואס די עבירות ברענגען באמת עונשים קשים ומרים, מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט רחמנא לצלן.


דער יצר הרע וואס איז אנגעטון מיט א גרויסע היט און א בעקיטשע דער איז זייער מסוכן; גלייך אין די ערשטע תורה מיט וואס דער רבי הייבט אן דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, זאגט דער רבי: "הַאי גַּלָּא דְּמַטְבַּע לִסְפִינְתָּא", דער יצר הרע איז ווי א וואל וואס וויל דערטרענקען דעם איד, "מִתְחַזֵּי כִּי צוּצִיתָא דְּנוּרָא חִוַּרְתָּא בְּרֵישָׁא", ער פארשטעלט זיך ווי א ווייסע ברענעדיגער מלאך; ער קומט נישט צום מענטש און רעדט אים איין צו טון עבירות, נאר ער פארשטעלט זיך ווי אן ערליכער איד און פארבט די עבירות ווי א מצוה. אנשטאט דער אינגערמאן זאל יעצט לעבן מיט זיין ווייב אן קיין שום פרישות וכו', אזוי וועט ער באקומען א ריינע מח, ער וועט זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, קומט ער און מאכט אים משוגע מיט חומרות וכו' אזוי דריידט זיך דער אינגערמאן ארום נעבעך אן א קאפ, נאך ערגער ווי אלץ בחור; דאס אלעס איז דער ארבעט פונעם יצר הרע.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויף דעם ספר ... וואס איז מדריך אברכים בעניני קדושה, אז דער בעל מחבר איז אן ערליכער איד, א גרויסער צדיק, אבער זיין ספר טאר מען נישט האלטן אין שטוב; דער ספר האט שוין גורם געווען אז אידישע קינדער זאלן אראפפאלן אין ביטערע עבירות. דער מחבר האט צוזאמגענומען הנהגות און פרישות פון צדיקים וואס זענען געווען מלאכים, הנהגות פון צדיקים וואס זענען געווען מובדל ומפרש פון די וועלט, און דאס געבט ער איבער פאר אונז פשוט'ע מענטשן וואס מיר זענען נאך זייער ווייט פון זיין אפילו פשוט'ע אידן...


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים כ:): "אֵין הֲלָכָה כְּיוֹחָנָן בֶּן דַהֲבָאִי, אֶלָּא כָּל מַה שֶׁאָדָם וְכוּ' - עוֹשֶׂה", מען פסק'עט נישט ווי יוחנן בן דהבאי; פרעגן די הייליגע חכמים: "ער האט דאך געהערט פון די מלאכי השרת אז אלע עונשים קומען ווייל מען איז נישט אפגעשיידט וכו'?!" ענטפערן חז"ל אז ער האט דאס נישט געהערט פון מלאכים ממש, נאר "מָאן 'מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת'? רַבָּנָן", ער האט דאס געהערט פון די חכמים וואס ווערן אנגערופן מלאכים, "וְאַמַאי קָרוּ לְהוּ 'מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת'? - דִמְּצַיְינִי כְּמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", פארוואס רופט מען אן די חכמים 'מלאכים?' ווייל זיי זענען אפגעשיידט פון דער וועלט ווי מלאכי השרת; ביי א מלאך איז נישט שייך די אלע זאכן, א מלאך האט נישט קיין ווייב, א מלאך האט נישט קיין קינדער, דערפאר קען א מלאך זאגן פאר מענטשן "מען דארף זיין אפגעשיידט וכו'"; דער בעל מחבר פונעם ספר ... איז אזוי ווי די מלאכי השרת, אבער מיר פשוט'ע מענטשן טארן נישט אריינקוקן אין א ספר וואס לערנט אויס פרישות, ווייל דאס מאכט מען זאל אראפפאלן אין עבירות חמורות רחמנא לצלן.


על פי תורה דארף א מענטש ווערן הייליג און ריין נאך די חתונה, איי וועסטו פרעגן אז מען הערט פון אינגעלייט ווי זיי וויינען נאך זייער חתונה אז זיי פאלן אין עבירות; נאר שולדיג אין דעם זענען די וואס לערנען מיט חתנים און זיי געבן איבער פאר חתנים א פאלשע תורה, בשעת ווען דער אינגערמאן איז קוים קוים א פשוט'ער איד, לייגט מען שוין ארויף אויף אים הנהגות און פרישות פון מלאכים. איין חילוק איז דא צווישן דער בעל מחבר ספר ... און די חתנים מלמדים, אז דער בעל מחבר האט דאס געמיינט ערנסט, ער איז טאקע א מלאך וכו', אבער די חתנים מלמדים זענען פשוט'ע מנוולים; פאר זיך לעבן זיי אן קיין פרישות וכו', און נאר אויף טייערע אברכים, אומשולדיגע חתנים וואס ווילן אנהייבן לעבן ווי ערליכע אידן, אויף זיי לייגן זיי ארויף דעם יצר הרע'ס חומרות.


אזוי איז אויך ביי כלות; מען דערשרעקט זיי, מען לייגט זיי אראפ די גאנצע זאך פון חתונה האבן און זיין צוזאמען מיטן מאן וכו' כאילו דאס איז א גוי'אישע זאך, און ווי מער אפגעשיידט מען איז אלץ מער האט דער אייבערשטער א נחת רוח - ווען דאס אלעס איז אנטקעגן די הייליגע תורה און אנטקעגן די וועגן פון ערליכע אידן; א ערליכער איד לעבט אן קיין פרישות, א ערליכע איד דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב, אזוי איז ער אפגעהיטן פון עבירות.


וואס זאל איך דיר זאגן, ווען א מענטש הייבט אן צו לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג מיטן אייבערשטן, ער לעבט מיט אמונה, וואס ער דארף בעט ער דעם אייבערשטן און ער שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט אים ביי אים און נעבן אים, דער מענטש איז מקיים (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָּעֵהוּ"; אזא מענטש טוט אלעס מיטן אייבערשטן. ווען ער עסט דאנקט ער דעם אייבערשטן אויף די גוטע עסן וואס ער האט באשאפן, ווען ער גייט אין בעט ליינט ער קריאת שמע; ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין טאג, ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט א בעט וואו צו שלאפן וכו' און בעט דעם אייבערשטן אויפן מארגנדיגן טאג, ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין ווייב, אויף זיינע קינדער און אויף זיין שיינע לעבן, דעמאלט פאלן אוועק אלע פראבלעמען.


אנשטאט ארבעטן אוועק צו נעמען די טונקלקייט, קען מען ארבעטן אנצוצינדן מער און מער ליכט, דורכדעם וועט די טונקלקייט פון זיך אליינס אוועק גיין; דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן; דעמאלט איז נישטא קיין תאוות, דעמאלט איז נישט דא קיין חושך, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מג, ב): "וְהִנֵּה כְּבוֹד אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל בָּא מִדֶּרֶךְ הַקָּדִים, וְקוֹלוֹ כְּקוֹל מַיִם רַבִּים", יחזקאל הנביא דערציילט ווי ער האט געזען כביכול דעם אייבערשטן קומען אין די עזרה, עס האט זיך געהערט א רעש ווי וואסער שטורעמט, "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ" און פלוצלינג איז ליכטיג געווארן די גאנצע וועלט; ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן ווערט ליכטיג, אמונה מאכט ליכטיג. דאס טוט דער רבי מיט אונז, ער ברענגט אריין אין אונז פשוט'ע מענטשן אזא קלארע אמונה, אז מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן.


אויף די צווייטע שאלה וואס דו פרעגסט, אז איך זאג שטענדיג אז אויב מען לערנט אסאך גמרא און משניות איז דאס א תיקון הברית, פרעגסטו, ווי אזוי קען זיין אז דאס אליינס איז א תיקון הברית, מיר געפונען דאך אז אלע צדיקים האבן זיך מסגף געווען מיט סיגופים און תעניתים, זעט מען דאך אז לערנען אליינס איז נישט גענוג וכו'; קודם כל זאלסטו וויסן אז נישט איך זאג דאס, נאר דער רבי זאגט דאס; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן".


נישט איך זאג דאס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאס )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט; דאס וואס די צדיקים האבן זיך מסגף געווען מיט סיגופים - דאס איז געווען אין די פריערדיגע דורות, דעמאלט איז דאס געווען דער וועג צוצוקומען צום אייבערשטן, אבער היינט ווען מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן דארף מען שוין נישט די אלטע וועג, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט, אז מען זאל נישט פאסטן קיין שום אייגענע תעניתים, נאר די ד' תעניתים און תשעה באב און יום כיפור; חוץ פון די פיר תעניתים האט דער רבי נישט געלאזט פאסטן.


דער רבי האט אונז געגעבן פאר א תיקון שווערערע סיגופים ווי פאסטן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ו): "עִיקָר הַתְּשׁוּבָה יִשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ יִדֹּם וְיִשְׁתּוֹק", דער עיקר וועג ווי אזוי מען טוט תשובה, אז "ווען מען פארשעמט דיר זאלסטו נישט ענטפערן"; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות תפלה, סימן עז): "כְּשֶׁתִּשְׁמַע חֶרְפָּתְךָ וְתִשְׁתֹּק, תִּזְכֶּה שֶׁיַּעֲנֶה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בַּקָּשָׁתְךָ", ווען מען פארשעמט דיר און דו ענטפערסט נישט, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט צוהערן דיינע בקשות; נאך זאגט דער רבי (שם, אות מריבה, סימן פו): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ חֶרְפָּתוֹ וְשׁוֹתֵק, עַל יְדֵי זֶה נִתְבַּטֵּל מִמֶּנּוּ רַבּוֹת רָעוֹת שֶׁהָיוּ רְאוּיִין לָבוֹא עָלָיו", ווער עס ענטפערט נישט ווען מען פארשעמט אים, איז זוכה צו מבטל זיין אסאך צרות וואס וואלט ווען געדארפט קומען אויף אים; אז דו וועסט אריין טראכטן אין די אלע דערמאנטע ווערטער פון רבי'ן, וועסטו זען אז דאס איז אסאך שווערער ווי פאסטן און גלגול שלג.


דעריבער זאלסטו אויסהערן וואס דער רבי זאגט; גיי אוועק פון דיינע נארישע מחשבות וואס זאגן דיר זאלסט זיך מדמה זיין צו די פריערדיגע צדיקים מיט פרישות און עבודות וסיגופים. פאלג דעם רבי'ן, הייב אן לערנען יעדן טאג אביסל תורה; נעם א חומש און זיי מעביר סדרה חומש, תרגום מיט רש"י, זונטאג זאלסטו לערנען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; נעם א משניות און לערן אפאר פרקים יעדן טאג, דאס וועט אויסוואשן דיין נשמה פון אלע עוונות און חטאים; נאכדעם זאלסטו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, הייב אן ש"ס און גיי כסדרן. אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה, דורכדעם וועסטו ארויס קריכן פון דיינע חטאים. און ענטפער נישט ווען מען פארשעמט דיר, אזוי וועסטו פארעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען.


איך האב נאך נישט אנגעהויבן צו שרייבן אין דעם ענין וויפיל מען דארף שרייבן, וואס איך האב זוכה געווען מקבל צו זיין פון מוהרא"ש בדברים שבינו לבינה, איך קען ווען שרייבן נאך טויזנט בלעטער, אבער מען קען נישט אלעס שרייבן מפני הצניעות; שלמה המלך זאגט (משלי ט, ט): "תֵּן לְחָכָם וְיֶחְכַּם עוֹד, הוֹדַע לְצַדִּיק וְיוֹסֶף לֶקַח", לערן דעם קלוגן און ער וועט שוין אליינס פארשטיין ווי אזוי זיך צו פירן.


דער עיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט אפנארן בזה העולם; דער רבי האט אונז געבעטן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מען דארף זייער אכטונג געבן זיך נישט צו לאזן אפנארן, נאר מען זאל זיך פרייען מיט פשטות אידישקייט, מען זאל זיך פרייען אז מיר האבן א רבי וואס לערנט אונז ווי אזוי זיך צו פירן און ער נעמט אונז ארויס פון אלע אונזערע דמיונות, חלומות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען גיין אין די וועגן פון הייליגן רבי'ן און זיך נישט אפנארן, דאן וועלן מיר זיין ערליכע אידן.

#2 - איך שפיר נישט קיין טעם אין לעבן, ווי אזוי פריש איך זיך אויף?
חתונה, ספיקות, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן און איך גיי חתונה האבן אין עטליכע חדשים אי"ה, און איך מוז אייך ארויסשרייבן מיינע געפילן.


איך בין ממש אינגאנצן אויסגעלאשן און איך האב נישט קיין טעם אין מיין לעבן. איך שפיר נישט קיין טעם אין מיין אידישקייט, אין מיין ציצית און תפלין, און אין גארנישט. איך האב נישט קיין קיין אידישקייט און איך האב נישט קיין גוי'אישקייט, איך בין ממש אן אויסגעלאשענער מענטש. איך האב טאקע נישט קיין סמארטפאן אבער אויפ'ן גאס מוז איך קוקן אויף יעדע פרוי און מיידל. די איינציגסטע זאך וואס איך האב איז נאר אז מיין מאמע איז א איד, און דעריבער בין איך אויך א איד.


איך ווייס אז מיין איינציגסטע עצה איז נאר צוריק זיך אויפצופרישן און צוריק קומען צום אייבערשטן, איך שפיר אבער נישט אז איך קען רעדן צום אייבערשטן, איך זע נישט פארוואס דער אייבערשטער זאל אפילו קוקן אויף מיר, אין די צייט וואס ער האט מיר געגעבן אזויפיל געלעגנהייטן צו זיין וואויל, און איך האב זיי אלע אוועקגעווארפן. פארוואס זאל ער מיר גלייבן אז איך וויל תשובה טון, ווען דער אמת איז דאס וועט בלויז אנהאלטן אפשר פאר עטליכע טעג.


פון אינדרויסן זע איך אויס זייער חשוב, מ'איז מיר אפילו מקנא, ווען זיי וואלטן אבער געוואוסט וואס טוט זיך ביי מיר אין הארץ וואלט מיר קיינער נישט מקנא געווען, איך בין אויסגעלאשן און צעבראכן, און איך האף אז איר וועט מיר קענען געבן אן עצה ווי אזוי אויפצולעבן און זיך אויפפרישן.


יישר כח, חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", און דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פון דאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דו ווייסט אודאי אז פאר א חתן איז מען מוחל אלע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן - גֵּר שֶׁנִתְגַּיֵּר, וְהָעוֹלֶה לִגְדוּלָּה, וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל אלע זייערע עבירות, א גר וואס איז זיך מגייר, ווען איינער איז עולה לגדולה און א חתן וואס האט חתונה, אזוי ווי עס שטייט "מָחֲלַת" - שֶׁנִּמְחֲלוּ עֲוֹנוֹתָיו; דערפאר איז יעצט די פאסיגע צייט אז דו זאלסט אפלאזן אלע דיינע חכמות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר און אנהייבן נוצן די עצות פון הייליגן רבי'ן.


וויסן זאלסטו אז די אלע מחשבות וואס דו טראכסט און אלע ספיקות וואס דו האסט - צי דער אייבערשטער דארף דיר יא וכו', דאס איז אלעס בטל ומבוטל כעפרא דארעא, ווייל דער אייבערשטער שטייט און ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריק קערן צו אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ב, יב): "יָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְעוֹלָם פְּתוּחָה לְקַבֵּל שָׁבִים", דעם אייבערשטנ'ס האנט איז שטענדיג אויסגעשטרעקט צו מקבל זיין מענטשן וואס ווילן תשובה טון, עס איז נישט דא א מענטש וועמען דער אייבערשטער נעמעט נישט צוריק, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט - אויב טוט ער תשובה, ער לאזט אפ זיינע עבירות, איז אים דער אייבערשטער מקבל.


דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ט, מחכם ותם) אז ווען דער תם האט באקומען דעם בריוו פונעם מלך אז ער וויל רעדן מיט אים, איז ער גלייך געלאפן צום קעניג אן קיין חכמות און אן קיין ספיקות, מה שאין כן דער חכם ווען ער האט באקומען דעם בריוו פונעם קעניג אז דער קעניג וויל רעדן מיט אים, האט ער אנגעהויבן מיט כפירה; קודם האט ער געזאגט "ווי אזוי קען זיין אז דער קעניג - וואס דאס איז דער אייבערשטער - וויל רעדן צו מיר?! איך בין דאך אזא קליינטשיגער מענטש, ווי פאסט עס אז אזא גרויסע קעניג זאל מיר דארפן וכו'?!" ביז ער האט אפגעמאכט אז עס איז גאר קיין קעניג נישט דא אויף דער וועלט (עפרא לפומיה).


ווייל דאס איז דער סוף ווען מען גייט מיט די אייגענע חכמות און מען מיינט אז מען איז קלוגער פון די הייליגע חכמים; אז זיי האבן אונז געזאגט אז אפילו א מענטש האט געטון די הארבסטע עבירות קען מען נאך אלץ תשובה טון, דארף מען גלייבן אין דעם.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): " אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן גלייב אויך אז דו קענסט פארעכטן; אזוי אויך האט דער רבי געשריגן מיט א הויעך קול (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; ווייל אפילו א מענטש זאל אפטון די ערגסטע עבירות קען ער נאך אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן. און אז ער טוט תשובה נעמט דער אייבערשטער אן זיין תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט הושע, רמז תקלב): אויפן פסוק (הושע יד, ב): " שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ; אָדָם עוֹמֵד וּמְחָרֵף וּמְגַדֵּף בַּשּׁוּק וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה תְּשׁוּבָה בֵּינִי לְבֵינְךָ וַאֲנִי מְקַבֶּלְךָ", א מענטש איז מחרף ומגדף דעם אייבערשטן, מיט דעם אלעם זאגט דער אייבערשטער: "טו תשובה און איך וועל דיר מוחל זיין"; איז דען דא א גרעסערע עבירה ווי רעדן אויפן אייבערשטן און אים לעסטערן? דאס איז דאך דאס ארגסטע זאך אויף דער וועלט! מיט דעם אלעם זאגט דער אייבערשטער: "קום צוריק צו מיר און איך בין דיר מוחל", און נישט נאר איז אים דער אייבערשטער מוחל, נאר דער אייבערשטער געבט אים נאך כבוד, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תהילים, מזמור יח): "שֶׁכָּל הָעוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה מֵעֲבֵרָה שֶׁבְּיָדוֹ, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מוֹסִיף לוֹ כָּבוֹד, וְקוֹרֵא לוֹ שֵׁם חָבִיב".


א איד דארף אנטון תפילין אפילו ער שפירט נישט קיין שום טעם אין דעם; דאס איז די לעבן פון א איד. מען דארף גיין מיט ציצית נישט ווייל מען שפירט א טעם אין טעם, נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן.


דו שרייבסט: "די איינציגסטע זאך וואס איך האב נאך, אז איך בין א איד"; א איד דארף גארנישט מער פון דעם, און מיט דעם אליינס קען מען זיך שוין מחי' זיין א גאנץ לעבן. זינג צום אייבערשטן: "געלויבט ביסטו הייליגער באשעפער אז איך בין א איד; ברוך ה' אז א גוי בין איך נישט".


דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג) אז דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה "שלא עשני גוי", מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


זעט מען פון דעם, אז אויב אזא הייליגע צדיק וואס דער רבי האט אים אנגערופן "פאר הדור" (עיין שיחות הר"ן, סימן קצו) האט זיך נישט געהאט מיט וואס מחזק זיין נאר מיט'ן "שלא עשני גוי", איז דאך זיכער אז מיר קליינטשיגע מענטשעלעך וואס מיר זענען טאקע גארנישט, דארפן מיר זיכער נעמען דעם "שלא עשני גוי" און זיך מחזק זיין מיט דעם, טראכטן שטענדיג צו זיך: "ברוך ה' איך בין נישט קיין גוי טמא, איך בין א איד".


איך האף אז דו וועסט זיך מחזק זיין מיט דיינע ווערטער וואס דו שרייבסט "די איינציגסטע זאך וואס איך האב נאך אז איך בין א איד"; ווייל אז דו וועסט זיך פרייען מיט דעם נקודה וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה און דו וועסט זוכה זיין אויפצובויען א בית נאמן בישראל.

#1 - איך בין א כלה, קענט איר מיר געבן הדרכות פאר'ן נייעם לעבן?
חתונה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

שלום לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


אי"ה קומענדיגע וואך האב איך חתונה בשעה טובה ומוצלחת. איך וויל זייער שטארק בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו שרייבן אביסל עצות, שכל, און הדרכה, ווי אזוי צו פירן מיין נייע לעבן.


א גרויסן יישר כח.


א כלה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר אייער חתונה בשעה טובה ומוצלחת; דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן אויפשטעלן א "בית נאמן בישראל", ערליכע אידישע דורות, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, אמן.


איר האט מיר געבעטן פאר הנהגות, שכל און הדרכה פארן לעבן.


איר ווייסט דאך אודאי דעם סיפור אז ווען דער רבי'ס טאכטער איז געקומען צום רבי'ן זיך באקלאגן אז איר דינסט איז אוועקגעגאנעגען פון איר און זי דארף א דינסט צו העלפן אין שטוב, האט איר דער רבי געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן פאר א דינסט ווען דו ביסט געשטאנען אונטער די חופה?" זעט מען וואסערע כח חתן כלה האבן ביום חופתם, מען קען אין דעם טאג אלעס פועל'ן.


ווען א מענטש געוואוינט זיך איין זיך אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן איז ער א געהאלפענער, ווייל וואס עס וועט אריבער גיין אויף אים וועט ער דערציילן פארן אייבערשטן; וואס עס זאל פאסירן מיט אים ווייסט ער אז דאס איז נישט קיין פערצופאל נאר דאס קומט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "ווען מען וויל שטראפן א מענטש, נעמט מען אים אוועק זיין אמונה"; ווייל ווען א מענטש האט א קלארע ריינע און לויטערע אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דומם, צומח, חי, מדבר, אלעס איז נאר עצם עצמיות חיות אלוקתו יתברך, קען מען אים נישט שטראפן, ווייל וואס עס וועט נאר פאסירן מיט אים ווייסט ער אז דאס איז נישט קיין פערצופאל און ער איז דאס מקבל באהבה.


אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן - סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א מאן, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'" - זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן אז מען זאל וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן מיט א מאן און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער וכו', אזוי באקומט מען שכל. מוהרא"ש זאגט: "שכל איז די ראשי תיבות "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ", דאס איז די שכל וואס דער רבי געבט אונז, מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, ערליכע אידישע דורות, אמן.