בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז זייער שווער צו שרייבן פון די ענינים וכו', אבער היות אסאך אינגעלייט זענען צעמישט אין דעם ענין וועל איך פרובירן צו שרייבן וויפיל עס איז שייך.
דו שרייבסט מיר אז אין שלחן ערוך שטייט (אורח חיים, סימן רלא): "אֲפִילוּ בָּעוֹנָה הָאֲמוּרָה בַּתּוֹרָה, אִם עָשָׂה לְהַשְׁלִים תַּאֲוָתוֹ אוֹ לַהֲנָאַת גּוּפוֹ - הֲרֵי זֶה מְגֻנֶּה", ווען מען האט חתונה און מען לעבט צוזאמען וכו' זאל מען נישט אינזין האבן פאר די אייגענע הנאה; דא וועל איך דיר ווייזן ווי דער יצר הרע שפילט ארום מיט דיר, לאמיר נעמען דעם שלחן ערוך און זען וואס עס שטייט אין אנהייב פון אט דעם זעלבן סימן: "וְכֵן בְּכָל מַה שֶׁיֵּהָנֶה בָּעוֹלָם הַזֶּה, לֹא יְכַוֵּן לַהֲנָאָתוֹ אֶלָּא לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַך", אלעס וואס א מענטש טוט אויף דער וועלט זאל ער טון פארן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָּעֵהוּ", און די הייליגע חכמים חכמים דרש'נען אויף דעם: "כָּל מַעֲשֶׂיךָ יִהְיוּ לְשֵׁם שָׁמַיִם", אלע דיינע מעשים זאלן זיין נאר פארן אייבערשטן, "כְּגוֹן הָאֲכִילָה, וְהַשְּׁתִיָּה, וְהַהֲלִיכָה, וְהַיְשִׁיבָה, וְהַקִּימָה, וְהַתַּשְׁמִישׁ, וְהַשִּׂיחָה, וְכָל צָרְכֵי גּוּפְךָ", צום ביישפיל, ווען מען עסט, מען טרינקט, מען גייט, מען זיצט, מען שטייט, מען איז מיט די ווייב און אזוי אלע צרכי הגוף, "יִהְיוּ כֻּלָּם לַעֲבוֹדַת בּוֹרְאֲךָ", אלעס זאל מען טון פארן אייבערשטנס וועגן, "אוֹ לְדָבָר הַגּוֹרֵם עֲבוֹדָתוֹ", אדער מיט די כוונה אז מען זאל צוקומען דורך דער זאך צו דינען דעם אייבערשטן. "שֶׁאֲפִלּוּ הָיָה צָמֵא וְרָעֵב, אִם אָכַל וְשָׁתָה לַהֲנָאָתוֹ - אֵינוֹ מְשֻׁבָּח, אֶלָּא יִתְכַּוֵּן שֶׁיֹּאכַל וְיִשְׁתֶּה כְּפִי חִיּוּתוֹ לַעֲבֹד אֶת בּוֹרְאוֹ", און אפילו אויב איינער איז הונגעריג און דארשטעריג, אויב וועט ער עסן און טרינקען צו ווערן זאט - איז נישט גוט, נאר מען דארף אינזין האבן אז מען עסט און מען טרינקט נאר פארן אייבערשטנס וועגן.
וויל איך דיר פרעגן: ווען דו עסט און דו טרינקסט האסטו אויך קאפ דרייעניש אז דו עסט פאר דיין הנאה, אדער דעמאלט גייט דיר דאס נישט אן און דו טראכסט ניטאמאל פונעם אייבערשטן... ביי אלע אנדערע זאכן וואס דער שלחן ערוך ברענגט דארט ווייטער אראפ, למשל ווען עס קומט צו גיין שלאפן, וואס דער מחבר זאגט: "וְכֵן בִּשְׁכִיבָה, בִּזְמַן שֶׁהוּא יָגֵעַ וְצָרִיך לִישַׁן כְּדֵי לָנוּחַ מִיְּגִיעָתוֹ - אִם עָשָׂה לַהֲנָאַת גּוּפוֹ אֵינוֹ מְשֻׁבָּח, אֶלָּא יִתְכַּוֵּן לָתֵת שֵׁנָה לְעֵינָיו וּלְגוּפוֹ מְנוּחָה לְצֹרֶך הַבְּרִיאוּת, שֶׁלֹא תִּטָּרֵף דַּעְתּוֹ בַּתּוֹרָה מֵחֲמַת מְנִיעַת הַשֵּׁנָה", ווען מען איז זייער אויסגעמאטערט, אויב לייגט מען זיך שלאפן זיך אפצורוען איז נישט גוט, נאר מען דארף גיין שלאפן פארן אייבערשטנס וועגן; איז אינטערעסאנט אז דו שרייבסט נישט מיט ווייטאג ווי ווייט דו ביסט פארקראכן אז דו גייסט שלאפן יעדע נאכט פאר דיין הנאה, ווער ווייסט צי דו טראכסט בכלל פונעם אייבערשטן ביים גיין שלאפן, צי דו ליינסט קריאת שמע און צי דו גרייטסט אפילו אן נעגל וואסער; דייקא ווען עס קומט צו זיין אן ערליכער איד, מען האט חתונה און מען וויל האבן א ריינע מח, דעמאלט 'ויבא השטן'; דער שטן איז דא און ברענגט אריין עצבות און מרה שחורה, ספיקות און בלבולים צי מען מעג יא אדער מען טאר נישט, צי מען האט אינזין דעם אייבערשטן אדער מען טוט דאס פאר די אייגענע הנאה.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן בפירוש (נדרים כ:): "אֵין הַלָכָה כְּיוֹחָנָן בֶּן דַהֲבָאִי", מען פסק'עט נישט ווי יוחנן בן דהבאי, ביי דעם ציטערט מען פון עונשים קשים ומרים, אבער אינטערעסאנט איז אז אפאר שירות פאר דעם זאגן חז"ל (שם, עמוד א): "כָּל הַצּוֹפֶה בַּנָּשִׁים - סוֹפוֹ בָּא לִידֵי עֲבֵירָה", ווער עס היט זיך נישט די אויגן וועט צו קומען צו טון עבירות, "וְכָל הַמִּסְתַּכֵּל בַּעֲקֵבָהּ שֶׁל אִשָׁה, הַוְיָין לוֹ בָּנִים שֶׁאֵינָם מְהוּגָנִים", און ווער עס קוקט אפילו נאר אויף די פיס פון א פרוי וועט האבן קינדער וואס וועלן נישט זיין ערליך - דארט קלאפט דיר בכלל נישט דיין הארץ, דארט שרייסטו נישט: 'וואס וועט זיין מיט מיינע קינדער?!'
איינע פון די וויכטיגסטע זאכן איז צו זיין א "מַכִּיר אֶת מְקוֹמוֹ" - זיך אליינס קענען; ווען א מענטש ליגט נאך אין עבירות, ער איז נאך ווייט פון האבן ריינע מחשבות, דארף ער זען צו טון אלעס אויף דער וועלט אז ער זאל נישט אראפפאלן אין עבירות.
דאס וואס דיין קאפ דריידט זיך צי דו ביסט א בעל תאוה צי נישט - ווען עס קומט צו לעבן מיט די ווייב אן פרישות וכו', דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט קדושה, דאס איז פשוט דער יצר הרע וואס קומט צו אלע אינגעלייט נאך די חתונה, ווען ער זעט ווי ער גייט זיי פארלירן, ווייל זיי גייען יעצט ווערן צדיקים, קדושים, זיי גייען מער נישט נכשל ווערן אין פגם הברית רחמנא לצלן; וואס טוט דער רשע מרושע - דער יצר הרע? ער טוט זיך אן א גרויסע היט מיט א לאנגע בעקיטשע, ער לייגט ארויף די הענט אויף זיינע בריסטן און הייבט אן רעדן צו אינגעלייט פון פרישות וכו'; ער שרעקט זיי אן מיט עונשים קשים ומרים; ער שרעקט זיי אן מיט נישט ערליכע קינדער, ביז די אינגעלייט זענען זיך פורש, איינער למחצה, דער צווייטער לשליש, און דער דריטער ולרביע; אזוי כאפט ער זיי אריין אין זיין פאסטקע און איז זיי מכשיל מיט הארבע עבירות, וואס די עבירות ברענגען באמת עונשים קשים ומרים, מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט רחמנא לצלן.
דער יצר הרע וואס איז אנגעטון מיט א גרויסע היט און א בעקיטשע דער איז זייער מסוכן; גלייך אין די ערשטע תורה מיט וואס דער רבי הייבט אן דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, זאגט דער רבי: "הַאי גַּלָּא דְּמַטְבַּע לִסְפִינְתָּא", דער יצר הרע איז ווי א וואל וואס וויל דערטרענקען דעם איד, "מִתְחַזֵּי כִּי צוּצִיתָא דְּנוּרָא חִוַּרְתָּא בְּרֵישָׁא", ער פארשטעלט זיך ווי א ווייסע ברענעדיגער מלאך; ער קומט נישט צום מענטש און רעדט אים איין צו טון עבירות, נאר ער פארשטעלט זיך ווי אן ערליכער איד און פארבט די עבירות ווי א מצוה. אנשטאט דער אינגערמאן זאל יעצט לעבן מיט זיין ווייב אן קיין שום פרישות וכו', אזוי וועט ער באקומען א ריינע מח, ער וועט זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, קומט ער און מאכט אים משוגע מיט חומרות וכו' אזוי דריידט זיך דער אינגערמאן ארום נעבעך אן א קאפ, נאך ערגער ווי אלץ בחור; דאס אלעס איז דער ארבעט פונעם יצר הרע.
מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויף דעם ספר ... וואס איז מדריך אברכים בעניני קדושה, אז דער בעל מחבר איז אן ערליכער איד, א גרויסער צדיק, אבער זיין ספר טאר מען נישט האלטן אין שטוב; דער ספר האט שוין גורם געווען אז אידישע קינדער זאלן אראפפאלן אין ביטערע עבירות. דער מחבר האט צוזאמגענומען הנהגות און פרישות פון צדיקים וואס זענען געווען מלאכים, הנהגות פון צדיקים וואס זענען געווען מובדל ומפרש פון די וועלט, און דאס געבט ער איבער פאר אונז פשוט'ע מענטשן וואס מיר זענען נאך זייער ווייט פון זיין אפילו פשוט'ע אידן...
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים כ:): "אֵין הֲלָכָה כְּיוֹחָנָן בֶּן דַהֲבָאִי, אֶלָּא כָּל מַה שֶׁאָדָם וְכוּ' - עוֹשֶׂה", מען פסק'עט נישט ווי יוחנן בן דהבאי; פרעגן די הייליגע חכמים: "ער האט דאך געהערט פון די מלאכי השרת אז אלע עונשים קומען ווייל מען איז נישט אפגעשיידט וכו'?!" ענטפערן חז"ל אז ער האט דאס נישט געהערט פון מלאכים ממש, נאר "מָאן 'מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת'? רַבָּנָן", ער האט דאס געהערט פון די חכמים וואס ווערן אנגערופן מלאכים, "וְאַמַאי קָרוּ לְהוּ 'מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת'? - דִמְּצַיְינִי כְּמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", פארוואס רופט מען אן די חכמים 'מלאכים?' ווייל זיי זענען אפגעשיידט פון דער וועלט ווי מלאכי השרת; ביי א מלאך איז נישט שייך די אלע זאכן, א מלאך האט נישט קיין ווייב, א מלאך האט נישט קיין קינדער, דערפאר קען א מלאך זאגן פאר מענטשן "מען דארף זיין אפגעשיידט וכו'"; דער בעל מחבר פונעם ספר ... איז אזוי ווי די מלאכי השרת, אבער מיר פשוט'ע מענטשן טארן נישט אריינקוקן אין א ספר וואס לערנט אויס פרישות, ווייל דאס מאכט מען זאל אראפפאלן אין עבירות חמורות רחמנא לצלן.
על פי תורה דארף א מענטש ווערן הייליג און ריין נאך די חתונה, איי וועסטו פרעגן אז מען הערט פון אינגעלייט ווי זיי וויינען נאך זייער חתונה אז זיי פאלן אין עבירות; נאר שולדיג אין דעם זענען די וואס לערנען מיט חתנים און זיי געבן איבער פאר חתנים א פאלשע תורה, בשעת ווען דער אינגערמאן איז קוים קוים א פשוט'ער איד, לייגט מען שוין ארויף אויף אים הנהגות און פרישות פון מלאכים. איין חילוק איז דא צווישן דער בעל מחבר ספר ... און די חתנים מלמדים, אז דער בעל מחבר האט דאס געמיינט ערנסט, ער איז טאקע א מלאך וכו', אבער די חתנים מלמדים זענען פשוט'ע מנוולים; פאר זיך לעבן זיי אן קיין פרישות וכו', און נאר אויף טייערע אברכים, אומשולדיגע חתנים וואס ווילן אנהייבן לעבן ווי ערליכע אידן, אויף זיי לייגן זיי ארויף דעם יצר הרע'ס חומרות.
אזוי איז אויך ביי כלות; מען דערשרעקט זיי, מען לייגט זיי אראפ די גאנצע זאך פון חתונה האבן און זיין צוזאמען מיטן מאן וכו' כאילו דאס איז א גוי'אישע זאך, און ווי מער אפגעשיידט מען איז אלץ מער האט דער אייבערשטער א נחת רוח - ווען דאס אלעס איז אנטקעגן די הייליגע תורה און אנטקעגן די וועגן פון ערליכע אידן; א ערליכער איד לעבט אן קיין פרישות, א ערליכע איד דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב, אזוי איז ער אפגעהיטן פון עבירות.
וואס זאל איך דיר זאגן, ווען א מענטש הייבט אן צו לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג מיטן אייבערשטן, ער לעבט מיט אמונה, וואס ער דארף בעט ער דעם אייבערשטן און ער שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט אים ביי אים און נעבן אים, דער מענטש איז מקיים (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָּעֵהוּ"; אזא מענטש טוט אלעס מיטן אייבערשטן. ווען ער עסט דאנקט ער דעם אייבערשטן אויף די גוטע עסן וואס ער האט באשאפן, ווען ער גייט אין בעט ליינט ער קריאת שמע; ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין טאג, ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט א בעט וואו צו שלאפן וכו' און בעט דעם אייבערשטן אויפן מארגנדיגן טאג, ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיין ווייב, אויף זיינע קינדער און אויף זיין שיינע לעבן, דעמאלט פאלן אוועק אלע פראבלעמען.
אנשטאט ארבעטן אוועק צו נעמען די טונקלקייט, קען מען ארבעטן אנצוצינדן מער און מער ליכט, דורכדעם וועט די טונקלקייט פון זיך אליינס אוועק גיין; דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן; דעמאלט איז נישטא קיין תאוות, דעמאלט איז נישט דא קיין חושך, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מג, ב): "וְהִנֵּה כְּבוֹד אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל בָּא מִדֶּרֶךְ הַקָּדִים, וְקוֹלוֹ כְּקוֹל מַיִם רַבִּים", יחזקאל הנביא דערציילט ווי ער האט געזען כביכול דעם אייבערשטן קומען אין די עזרה, עס האט זיך געהערט א רעש ווי וואסער שטורעמט, "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ" און פלוצלינג איז ליכטיג געווארן די גאנצע וועלט; ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן ווערט ליכטיג, אמונה מאכט ליכטיג. דאס טוט דער רבי מיט אונז, ער ברענגט אריין אין אונז פשוט'ע מענטשן אזא קלארע אמונה, אז מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן.
אויף די צווייטע שאלה וואס דו פרעגסט, אז איך זאג שטענדיג אז אויב מען לערנט אסאך גמרא און משניות איז דאס א תיקון הברית, פרעגסטו, ווי אזוי קען זיין אז דאס אליינס איז א תיקון הברית, מיר געפונען דאך אז אלע צדיקים האבן זיך מסגף געווען מיט סיגופים און תעניתים, זעט מען דאך אז לערנען אליינס איז נישט גענוג וכו'; קודם כל זאלסטו וויסן אז נישט איך זאג דאס, נאר דער רבי זאגט דאס; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן".
נישט איך זאג דאס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאס )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט; דאס וואס די צדיקים האבן זיך מסגף געווען מיט סיגופים - דאס איז געווען אין די פריערדיגע דורות, דעמאלט איז דאס געווען דער וועג צוצוקומען צום אייבערשטן, אבער היינט ווען מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן דארף מען שוין נישט די אלטע וועג, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט, אז מען זאל נישט פאסטן קיין שום אייגענע תעניתים, נאר די ד' תעניתים און תשעה באב און יום כיפור; חוץ פון די פיר תעניתים האט דער רבי נישט געלאזט פאסטן.
דער רבי האט אונז געגעבן פאר א תיקון שווערערע סיגופים ווי פאסטן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ו): "עִיקָר הַתְּשׁוּבָה יִשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ יִדֹּם וְיִשְׁתּוֹק", דער עיקר וועג ווי אזוי מען טוט תשובה, אז "ווען מען פארשעמט דיר זאלסטו נישט ענטפערן"; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות תפלה, סימן עז): "כְּשֶׁתִּשְׁמַע חֶרְפָּתְךָ וְתִשְׁתֹּק, תִּזְכֶּה שֶׁיַּעֲנֶה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בַּקָּשָׁתְךָ", ווען מען פארשעמט דיר און דו ענטפערסט נישט, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט צוהערן דיינע בקשות; נאך זאגט דער רבי (שם, אות מריבה, סימן פו): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ חֶרְפָּתוֹ וְשׁוֹתֵק, עַל יְדֵי זֶה נִתְבַּטֵּל מִמֶּנּוּ רַבּוֹת רָעוֹת שֶׁהָיוּ רְאוּיִין לָבוֹא עָלָיו", ווער עס ענטפערט נישט ווען מען פארשעמט אים, איז זוכה צו מבטל זיין אסאך צרות וואס וואלט ווען געדארפט קומען אויף אים; אז דו וועסט אריין טראכטן אין די אלע דערמאנטע ווערטער פון רבי'ן, וועסטו זען אז דאס איז אסאך שווערער ווי פאסטן און גלגול שלג.
דעריבער זאלסטו אויסהערן וואס דער רבי זאגט; גיי אוועק פון דיינע נארישע מחשבות וואס זאגן דיר זאלסט זיך מדמה זיין צו די פריערדיגע צדיקים מיט פרישות און עבודות וסיגופים. פאלג דעם רבי'ן, הייב אן לערנען יעדן טאג אביסל תורה; נעם א חומש און זיי מעביר סדרה חומש, תרגום מיט רש"י, זונטאג זאלסטו לערנען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; נעם א משניות און לערן אפאר פרקים יעדן טאג, דאס וועט אויסוואשן דיין נשמה פון אלע עוונות און חטאים; נאכדעם זאלסטו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, הייב אן ש"ס און גיי כסדרן. אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה, דורכדעם וועסטו ארויס קריכן פון דיינע חטאים. און ענטפער נישט ווען מען פארשעמט דיר, אזוי וועסטו פארעכטן אלעס וואס דו האסט פוגם געווען.
איך האב נאך נישט אנגעהויבן צו שרייבן אין דעם ענין וויפיל מען דארף שרייבן, וואס איך האב זוכה געווען מקבל צו זיין פון מוהרא"ש בדברים שבינו לבינה, איך קען ווען שרייבן נאך טויזנט בלעטער, אבער מען קען נישט אלעס שרייבן מפני הצניעות; שלמה המלך זאגט (משלי ט, ט): "תֵּן לְחָכָם וְיֶחְכַּם עוֹד, הוֹדַע לְצַדִּיק וְיוֹסֶף לֶקַח", לערן דעם קלוגן און ער וועט שוין אליינס פארשטיין ווי אזוי זיך צו פירן.
דער עיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט אפנארן בזה העולם; דער רבי האט אונז געבעטן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מען דארף זייער אכטונג געבן זיך נישט צו לאזן אפנארן, נאר מען זאל זיך פרייען מיט פשטות אידישקייט, מען זאל זיך פרייען אז מיר האבן א רבי וואס לערנט אונז ווי אזוי זיך צו פירן און ער נעמט אונז ארויס פון אלע אונזערע דמיונות, חלומות וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען גיין אין די וועגן פון הייליגן רבי'ן און זיך נישט אפנארן, דאן וועלן מיר זיין ערליכע אידן.