שאלה אין קורצן ענין
#14 - פארוואס ווער איך צעבראכן ביים הערן פון א צווייטן א מעשה פון תפלה?
התחזקות, תפילה והתבודדות, חברים, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען איך הער איינעם דערציילן א מעשה פון תפלה, ווי אזוי יענער איז געהאלפן געווארן מיט א געוויסע זאך נאכ'ן בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און די געוויסע זאך איז גראדע עפעס אויף וואס איך בעט שוין אויך א לאנגע צייט און איך בין נאך דערווייל נישט געהאלפן געווארן, ווער איך פון דעם זייער צעבראכן.


יענער מאכט מיר שפירן אז נאר זיי קענען פועל'ן, נאר זיי זענען גענוג חשוב ביים אייבערשטן ער זאל ענטפערן זייערע תפלות, און איך נישט.


איך פארגין יענעם אינגאנצן, איך בין נישט מקנא, איך פיל נאר דעמאלט ווי יענער מאכט זיך מער חשוב, זיי קענען פועל'ן, איך עפעס ווייס נישט ווי אזוי מען בעט אויפ'ן ריכטיגן וועג. און די שטעך איז נאך מער ווען די מעשה ווערט דערציילט מיט אזא גאווה און שטאלץ. איז עס נארמאל צו פילן צוקלאפט פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, תפילה העלפט; קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן, יעדע ווארט וואס מען בעט דעם אייבערשטן - גייט ארויף צום אייבערשטן און מען ווערט געהאלפן, און אז מען זעט נישט גלייך די ישועה - דאס איז נישט אונזער געשעפט, מיר דארפן ווייטער בעטן.


אז דו זעסט נישט ווי דער אייבערשטער ענטפערט דיר - זאלסטו זיך נישט מייאש זיין פון תפילה, זאלסט ווייטער בעטן. אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (ברכות לב:): "אִם רָאָה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", אויב א מענטש זעט אז ער בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און ער האט עס נישט באקומען - זאל ער נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ, וְקַוֵּה אֶל ה'".


מען טאר זיך נישט מייאש זיין פון בעטן דעם אייבערשטן; אז מען האט שוין געבעטן - דארף מען ווייטער בעטן. עס נעמט אמאל צייט, אבער ביים סוף - ווערט יעדע תפילה אנגענומען ביים אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ואתחנן ב, יז) אויפ'ן פסוק (דברים ד, ז): "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו", וואס איז פשט פון בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו? זאגן די הייליגע חכמים: "יֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְאַרְבָּעִים יוֹם", אמאל דארף מען ווארטן די תפילה זאל אנגענומען ווערן פערציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי משה רבינו (דברים ט, יח): "וָאֶתְנַפַּל לִפְנֵי ה' כָּרִאשֹׁנָה אַרְבָּעִים יוֹם וגו'", משה רבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן פערציג טעג. "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְעֶשְׂרִים יוֹם", אמאל דארף מען ווארטן די תפילה זאל אנגענומען ווערן צוואנציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי דניאל (דניאל י, ג): "לֶחֶם חֲמֻדוֹת לֹא אָכַלְתִּי וגו' עַד מְלֹאת שְׁלשֶׁת שָׁבֻעִים יָמִים", ער האט געפאסט דריי וואכן, נאכדעם האט ער געבעטן (שם ט, יט): "ה' שְׁמָעָה ה' סְלָחָה וגו'". "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לִשְׁלשָׁה יָמִים", אמאל דארף מען ווארטן די תפילה זאל אנגענומען ווערן דריי טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי יונה הנביא (יונה ב, א): "וַיְהִי יוֹנָה בִּמְעֵי הַדָּג וגו'", און נאכדעם שטייט (יונה ב, ב): "וַיִּתְפַּלֵּל יוֹנָה אֶל ה' אֱלֹקָיו מִמְּעֵי הַדָּגָה", יונה האט געבעטן דעם אייבערשטן אין די בויך פון די פיש. "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְיוֹם אֶחָד", אמאל ווערט די תפילה אנגענומען נאך איין טאג, אזוי ווי מיר זעען ביי אליהו הנביא (מלכים א יח, לו): "וַיִּגַּשׁ אֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא וַיֹּאמַר" וגו'. "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְעוֹנָה", אמאל ווערט מען גלייך געהאלפן, אזוי ווי מיר זעען ביי דוד המלך (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", און אמאל דארף מען גארנישט ווארטן, מען ווערט געהאלפן נאך איידער מען דאווענט, דער אייבערשטער זאגט (ישעיה סה, כד): "וְהָיָה טֶרֶם יִקְרָאוּ וַאֲנִי אֶעֱנֶה".


זיי ממשיך מיט בעטן דעם אייבערשטן, זיי זיך נישט מבלבל פון אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - איך מוטשע זיך מיט מיין ווייב, זאל איך זיך גט'ן?
התחזקות, שלום בית, רפואה, סבלנות, תפילה והתבודדות, נסיונות, גט, יאוש, שכל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די אלע דרשות פון חיזוק און עצות. בזכות דעם ראש ישיבה האט זיך מיין לעבען אסאך געטוישט.


איך בין א יונגערמאן שוין א שיינע פאר יאר פון דער חתונה, איך האב געוואלט בעטן הדרכה, אבער קודם דארף איך אביסל מסביר זיין מיין מצב; איך בין אויפגעוואקסן אין אן עכטע חסידישע שטוב, מיין טאטע איז גאר א פארמאכטער מענטש, ער איז אריבער גאר אסאך אין לעבן, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין אמת'ער קשר מיט אים חוץ פון לערנען, ער האט מיר קיינמאל נישט אויסגעלערנט עניני קדושה, ווי אזוי מ'דארף זיך אפהיטן, און אויך אין אונזער חדר האט מען בשיטה נישט גערעדט פון דעם.


מיך האט שוין פון אלס קליין קינד געצויגן צו שלעכטע זאכן, שוין ביי די ניין יאר האב איך אנגעהויבן זינדיגען מיט פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, אן דעם וואס איך זאל האבן אן אנאנג אז מ'טאר דאס נישט טון, איך האב זיך אזוי שטארק צוגעוואוינט צו דעם אז עס איז געווארן א נארמאלע זאך ביי מיר, מיינע געפילן צו אידישקייט איז געווארן שוואכער און איך האב געשפירט אז דאס איז א דירעקטע רעזולטאט פון מיינע זינד, אבער איך האב דאך דעמאלט נישט געוואוסט וואס מ'טאר נישט טון, איך האב זיך געשעמט צו פרעגן און אזוי בין איך געפאלן מער און מער, איך וויל שוין נישט שמועסן ווען איך בין געוואויר געווארן אז דאס איז אן עבירה, מ'איז חייב אויף דעם מיתה, עס העלפט אויף דעם נישט קיין תשובה, דעמאלט בין איך אזוי געפאלן געווארן ביי מיר, אז איך האב שוין נישט געוואלט בלייבן אידיש, נישט להכעיס חס ושלום נאר פון יאוש.


ברוך ה' אז אין די לעצטע מינוט האט דער אייבערשטער מיך געראטעוועט און מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, איך האב זיך אינגאנצן איבערגעדרייט לטובה. בערך א יאר דערנאך בין איך א חתן געווארן און איך האב חתונה געהאט עב"ג בשעה טובה ומוצלחת.


אבער גלייך נאך מיין חתונה האט זיך אויפגעשאקלט מיין לעבן. מיין ווייב האט נישט געוואלט הערן פון א נארמאלע לעבן אינאיינעם, ווען זי האט געלערנט מיט איר כלה טיטשער האט זי איר שוין געזאגט אז זי וויל נישט חתונה האבן. און דער בראך איז געווען פיל גרעסער אז איך בין געקומען פון פונקט די פארקערטע זייט, איך בין שוין געווען א גוטער בחור, איך האב פרובירט זיך צו האלטן מיט'ן רבינ'ס עצות, און איך האב זיך מחזק געווען מיט דעם אז ווען איך וועל חתונה האבן וועט עס לייכטער ווערן, און דערווייל איז געשען פונקט פארקערט.


די ערשטע פאר יאר האבן מיר פרובירט צו גיין צו פסיכיאלאגן, איך וואלט געקענט קויפן א שיינע פאר קארס מיט די געלט וואס איך האב שוין אויסגעגעבן פאר דעם צוועק. שפעטער האב איך זיך נאכמער אריינגעלייגט אינעם רבינ'ס עצות, איך האב געלערנט און פארשטאנען אז אלע פראבלעמען קומען נאר פון מיינע עבירות, האב איך אפאר יאר געארבעט זייער שטארק אויף קדושה, איך האב אסאך תשובה געטון, אסאך גערעדט צום אייבערשטן, אסאך געלערנט תורה, און געזאגט אסאך תפילות, אבער גארנישט האט זיך געטוישט.


איך מוז צולייגן עטליכע נקודות, קודם כל אז מיר האבן זיך זייער ליב, מיר פארברענגען, שמועסן און לאכן אסאך צוזאמען, נאר ווען עס קומט צו א נארמאלע חתונה געהאטע לעבן פארשטייט זי נישט וואס איך וויל, זי האט ממש נישט קיין שום געברויך פאר דעם, און זי קוקט מיר זייער אראפ פאר דעם. נאך איין נקודה איז וואס אלע פרעגן די ערשטע זאך אויב איינער האט איר געטשעפעט אלס קינד, און דער ענטפער איז בפירוש אז נישט.


אזוי איז אריבער אסאך יארן וואס איך האב זיך באשולדיגט אז איך בין שולדיג אין אלעס וועגן מיין חטאת נעורים, און איך האב אסאך עוסק געווען אין תשובה, און איך האב זיך אריינגעלייגט שטארק אין דעם אז איך זאל גארנישט דארפן פון איר, איך זאל נאר זיין א משפיע, נאר געבן און נישט ווארטן צו באקומען גארנישט אויף צוריק, אבער דערווייל ארבעט עס נישט פאר מיר, און איך פאל א גאנצע צייט דורך אין פגם הברית, איך וויל נישט און איך שריי צום אייבערשטן, איך שפיר אז איך קען שוין נישט מער, איך פאל א גאנצע צייט אריין אין עבירות.


איך האב שוין אזויפיל מאל געקויפט אן אפענעם סמארטפאון און עס צעבראכן, איך דראפע זיך נאך און נאך, איך שריי צום אייבערשטן אז איך ווייס אז איך בין שולדיג אין אלעס פאר דעם איז זי נישט כרצוני ווי דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן ביי כוונת אלול (תורה פ"ז) אבער וואס זאל איך טון? טאקע דערפאר וואס זי וויל נישט, בין איך אומדירעקט מער פוגם, נישט ווייל איך וויל, איז איך בין סטאק! איך זע נישט קיין וועג ארויס! איך ווייס אז זיך גט'ן איז נישט דער דרך אין ברסלב, בפרט ביים ראש ישיבה, ובפרט אז עס איז דא אהבה צווישן אונז.


אזוי וואלגער איך זיך פאר יארן, איך פרוביר אבער עס גייט נישט. איך האלט שוין די לעצטע שטיק צייט ממש על סף היאוש, איך האב פרובירט צו זאגן סליחות פאר ראש השנה, אבער ווען איך קום צום פסוק "לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים" ווער איך סטאק, האב איך דען אמאל געוואלט זינדיגן?! איך האב נישט געהאט הדרכה אלס קינד, און איך לעב אזויפיל יארן מיט אזא ווייב, וואס וויל דער אייבערשטער פון מיר? ער מאכט איך זאל זינדיגן, איך שריי א גאנצע צייט אז איך וויל נישט זינדיגן, איך גיי אין מקוה און איך זאג תיקון הכללי, וואס נאך וויל מען פון מיך? אלעס האט א שיעור!


איך בין געווען דאס יאר אין אומאן ראש השנה, און איך האב דארט געבעטן נאר איין זאך, אז איך וויל שוין שטארבן! איך וויל שוין נישט זיין מער דא! איך האב שוין גענוג געליטן! איך קען נישט זאגן סליחות, איך בין אזוי מיואש און צובראכן, איך זע נישט קיין שום עתיד פאר מיר, איך האב ערנסטע נסיונות פון דורכפאלן מיט נשג"ז, מיין שכל ארבעט שוין נישט, איך בין זייער פארלוירן און צעבראכן, נאכדעם וואס איך האב שוין אלעס פרובירט.


מיין שאלה אין קורצן איז וואס זאל איך טון, אפשר אין מיין מצב זאל איך זיך יא גט'ן? אבער עס איז שוין דא קינדער.


אנטשולדיגט מיר אויף די לאנגע שאלה, אבער לתועלת השאלה האב איך געמוזט מאריך זיין. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן און געבן די ריכטיגע הדרכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער ענטפער אין קורצן איז: חס ושלום זיך גט'ן!


יעצט אביסל מער באריכות, דו שרייבסט אז דו האסט געבעטן ביים רבינ'ס ציון אז דו ווילסט שטארבן; איך וויל דיר פרעגן, וואס טראכסטו, ווען מען שטארבט איז גרינגער? דו מיינסט אז נאכן שטארבן איז נישטא קיין דין וחשבון? ערשט דעמאלט הייבן זיך אן די פראבלעמען, דעמאלט דארף מען אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע זאך וואס מען האט געטון, מען נעמט אפיר אלע מעשים, מען קען זיך אפילו נישט פארשטעלן וואס און וויאזוי עס וועט דעמאלט זיין, אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "אלעס קען איך אויסטראכטן וויאזוי עס גייט זיין, אויסער דער ברוך הבא אין קבר, ווען מען וועט מיר אריינלייגן אין דער ערד - דאס קען איך נישט אויסטראכטן וויאזוי עס וועט זיין".


צוריק צום שאלה, זיך גט'ן וועט דיר נישט העלפן; וואס ווייסטו וואס וועט זיין מיט די צווייטע ווייב וכו'? אפגערעדט אז דיינע קינדער וועלן דיר קיינמאל נישט מוחל זיין פאר'ן צעשטערן זייער לעבן, די ערגסטע זאך פאר קינדער איז ווען די עלטערן גט'ן זיך, קינדער פון גע'גט'ע שטובער וואקסן אויף אומזיכער, זיי גייען אריבער שרעקליכע פיין וואס מען קען נישט משיג זיין, און דו אליינס איז א ספק אויב דו וועסט טרעפן א שידוך, און ביז דו וועסט טרעפן א שידוך וועסטו זיין פארוואגלט, דו וועסט זיין נע ונד, און נאכדעם איז ווייטער א ספק ספיקא וואס וועט זיין מיט די צווייטע ווייב.


וואס איז יא די עצה? די עצה איז זאלסט גיין צום אייבערשטן און אים בעטן ברחמים ובתחנונים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן מיט דיין ווייב און בעטן פאר איר זי זאל וועלן לעבן כדרך כל הארץ.


תפילה איז אזא שטארקע זאך, עס טוישט די טבע; תפילה איז אזוי שטארק - עס דריידט אלעס איבער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ט, אות ה): "תְפִילָּה הוּא בְּחִינַת נִסִּים שֶׁהוּא אֵין דֶּרֶךְ הַטֶּבַע", אז מען בעט דעם אייבערשטן זעט מען ניסים פארקערט פון די טבע, "כִּי לִפְעָמִים הַטֶּבַע מְחַיֵּב אֵיזוֹ דָּבָר וְהַתְּפִילָּה מְהַפֶּכֶת אֶת הַטֶּבַע", אפילו עס איז שלא כדרך הטבע קען מען זען ניסים דורך תפילה; וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען ביי דיר.


פארשטייט זיך אז מען דארף האבן אסאך סבלנות און אויך אסאך חכמה ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב; חס ושלום איר נישט מאכן פאר א פראבלעם, נאר איר ארויסנעמען פונעם פראבלעם; אז מען האט די דריי זאכן, מען האט סבלנות, אביסל שכל מיט אסאך תפילה - קען מען אלעס איבערדרייען צום גוטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - איך וויל זיך נעמען דאס לעבן, ווי אזוי שטארק איך זיך?
התחזקות, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער אסאך צרות אין לעבן, איך שפיר ממש אז איך וויל זיך נעמען דאס לעבן, ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נישט אנטלויפן פונעם אייבערשטן, דעריבער זאלסטו נישט טראכטן פון די שלעכטע מחשבה פון זיך נעמען דאס לעבן חס ושלום. זיך נעמען דאס לעבן וועט דיר גארנישט העלפן, עס וועט נאר ערגער מאכן; וואס מיינסטו, אין קבר וועט דיר בעסער זיין? דארט וועט זיין אסאך ערגער.


דער הייליגער רבי איז מסביר (שיחות הר"ן, סימן פד) די משנה (אבות ד, כב) "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", אז דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען - יעדער איינער מיט זיינע טרדות; פרנסה וכו' וכו', ממילא קען זיין מען זאל כאפן א ביס פון א ווארים, פון א פליג און מען זאל דאס ניטאמאל שפירן, ווייל מען איז אריין געטון אין אנדערע זאכן, פרנסה און דאס גלייכן. אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טירדות און מחשבות וואס זאלן אוועק נעמען די קאפ פון הערן ווי די ווערעם קריכן און בייסן דעם מענטש, מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע ביס פון די ווערעם און די צער וואס מען האט פון הערן ווי זיי קריכן אויפ'ן מענטש.


איך טראכט אז זיך נעמען דאס לעבן וועט נישט זיין קיין גוטע זאך פאר דיר, ענדערש נעם די עצה פון רבי'ן; דער רבי האט אונז מגלה געווען א נייע וועג ווי אזוי צו לעבן. א וועג פון טראכטן פאזעטיוו אפילו מען האט א ביטערע שווערע ציפעדיגע לעבן; אז א מענטש זאל זוכן דאס גוטס און זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דאס איז געווען דאס גרויסקייט פון דוד המלך ער האט שטענדיג געזוכט גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך זאגט פאר'ן אייבערשטן: "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי (תהלים ד, ב), רבונו של עולם, איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


בעט איך דיר זייער טייערער ברודער, אמת עס גייט אריבער אויף דיר צרות צרורות רחמנא לצלן, דו שפירסט ווי דו קענסט נישט ווייטער אנגיין מיט דיין לעבן, מיט דעם אלעם בעט איך דיר, זוך אויף א 'ברעקעלע' גוטס, א 'פינטעלע' גוטס וואס עס וואלט ווען געקענט זיין פיל ערגער און דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם, וועט דיר ווערן גרינגער אויפן הארץ; דו וועסט אנהייבן צו שפירן א טעם אין דיין לעבן, א טעם וואס דו האסט נאך קיינמאל פארדעם נישט געשפירט, און נאכדעם וואס דו טרעפסט עפעס גוטס אין דיין לעבן און דו דאנקסט דעם אייבערשטן דערויף זאלסטו אים בעטן מיט רחמנות ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


א איד איז קיינמאל נישט אליינס; א איד האט שטענדיג מיט זיך דעם געווער פון תפילה. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש דברים רבה ב, טז): עס איז געווען אמאל א שטורם ווינט אויפן וואסער און א שיף איז פארבלאנדשעט געווארן און אנגעקומען צו א ווייטע שטאט, אויפן שיף האט זיך געפונען איין איד מיט אסאך גוים. ווען דער שיף איז אנגעקומען צו די פרעמדע מדינה זענען אלע גוים צוגעקומען בעטן פון דעם איד ער זאל זיי גיין קויפן עסן, האט דער איד זיי צוריק געפרעגט מיט וואונדער: "איך בין דען באקאנט דא, אז איר אלע קומט מיר בעטן איך זאל קויפן עסן?" האבן די גוים געשריגן צו דעם איד און געזאגט: "א איד איז קיינמאל נישט אליין, א איד האט אייביג דעם אייבערשטן מיט זיך", פירט דער מדרש אויס: "הֲוֵי אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרוֹבִים אֵלָיו (דברים ד, ז)".


בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, פארצייל אים דיין צער און פיין וועסטו זען גרויסע ניסים.

#11 - וואס קען איך טון אז כ'בין מיואש פון מיין לעבן?
תפילה והתבודדות, שמחה, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין מיואש פון מיין לעבן. איך גיי שוין צו טעראפי, עס העלפט מיר ב"ה, אבער אינעווייניג בין איך נאך צומישט, ממילא בלייב איך שלאפן ביז בערך 4:00 נאכמיטאג, און איך פיל נישט אז איך קען רעדן צום אייבערשטן.


וואס טו איך? אפשר קענט איר ארויסהעלפן?


יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלע דיינע פראבלעמען וואס גייט אריבער אויף דיר איז ווייל דו ביסט נישט פרייליך; ווען דו וואלסט ווען געווען פרייליך וואלט דיר גארנישט געפעלט.


דער הייליגער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון מידת השמחה. ווייל ווען א מענטש איז פרייליך באקומט מען ישוב הדעת, און ווי מער מען איז פרייליך איז מען מער מצליח אין לעבן אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דער וואס איז שטענדיג פרייליך איז שטענדיג מצליח.


די נאטור פון א מענטש איז צו זיין טרויעריג, ווייל אויף יעדן גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן וואס דאס שלעפט אראפ דעם מענטש אין דאגות און אין מרה שחורה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "כִּי טֶבַע הָאָדָם לִמְשֹׁך עַצְמוֹ לְמָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת מֵחֲמַת פִּגְעֵי וּמִקְרֵי הַזְּמַן, וְכָל אָדָם מָלֵא יִסּוּרִים", יעדער איינער האט זיך זיינע שוועריקייטן אין לעבן וואס מאכט אים דערביטערט און צוגעלייגט, "עַל כֵּן צָרִיך לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", דערפאר דארף א מענטש פרובירן מיט אלע זיינע כוחות צו זיין פרייליך; מען דארף זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען - אפילו מיט נארישקייטן.


מען קען נישט צו קומען צו שמחה נאר דורך תפילה; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך וועט ער צוקומען צו די העכסטע מדריגות וואס איז דא אויף דער וועלט.


שמחה פארברענט אלע קליפות, און מוהרא"ש זאגט אז דאס איז דער סימן ווי אזוי א מענטש קען זיך מעסטן צי ער איז ביי די קדושה צי חס ושלום ביי די טומאה, ער זאל קוקן אויב ער איז פרייליך. ווייל שמחה פארברענט אלע קליפות, וואס זייער גאנצער זאך איז עצבות ומרה שחורה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", עפר דאס איז עצבות ועצלות וואס דאס קומט פונעם יסוד העפר (עיין לקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפט).


דערפאר זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דו זאלסט ארויס קריכן פון דיין עצבות ומרה שחורה און דו זאלסט שטענדיג זיין פרייליך, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.


איך שרייב דיר דא א תפילה וואס דו זאלסט זאגן יעדן טאג:


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל ארויס גיין פון מיין דעפרעשאן, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט א השגחה פרטיות. איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפה'נען און נישט פון קיינעם מורא האבן. בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר אמן".

#10 - דורכפאלן אין עבירות, אדער ענדערש זיך נעמען דאס לעבן?
תשובה, נסיונות, עבירות, יאוש, זעלבסמארד, שטארבן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז לעצטנס האב איך גאר שווערע נסיונות צו פאלן אין עניני קדושה.


איך שפיר אז ענדערש זאל איך שטארבן ווי איידער אראפצופאלן אין קדושה. איך האב געזען שטיין אין ספרים אז אויב א מענטש נעמט זיך דאס לעבן כדי נישט צו זינדיגן, הייסט ער נישט קיין "מאבד עצמו לדעת".


איך גיי אריבער זייער שווערע נסיונות; ביז יעצט האב איך נישט למעשה געזינדיגט, אבער אויב וועט עס אנקומען צו דעם, וועל איך זיך נעמען דאס לעבן. איך בין שוין געווען אמאל א זינדיגער איד, היינט בין איך א ריינער איד, איך באלאנג צום אייבערשטן, און אויב קום איך אן דורכצופאלן אין עבירות, וועל איך ענדערש שטארבן ריינערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טייערער ברודער וואס איז מיט דיר געשען? פארוואס זאלסטו טראכטן מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן?! מיר האבן א רבי וואס האט געשריגן: "קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען", דער רבי האט געשריגן מיט א הויך קול (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל", רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, סימן קנג) דער רבי האט דאס געשריגן מיט זיין גאנצע כח, ער האט געשריגן בקול גדול: "גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען", עס איז נישטא אזא זאך ווי יאוש.


וואס מיינסטו, אין קבר וועט דיר זיין בעסער, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פד) אויף די וועלט ווען מען איז טרוד מיט טרדת הפרנסה וכדומה קען מען כאפן א ביס פון א ווארעם אדער א פליג, אָן וויסן אז מען כאפט יעצט א ביס, אבער אין קבר איז נישטא קיין שום טירדות און מחשבות וואס זאלן אוועק נעמען די קאפ פון הערן ווי די ווערעם קריכן און בייסן דעם מענטש, מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע ביס פון די ווערעם און די צער וואס מען האט פון הערן ווי זיי קריכן אויפן מענטש.


קוק אויף די גוטע זאכן וואס דו טוסט, קוק אויף די מצוות; עס לוינט צו בלייבן לעבן צו קענען טון נאך איין מצוה, ווייל דאס איז מער פון עולם הבא. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, יז): "יָפָה שָׁעָה אַחַת בִּתְשׁוּבָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בָּעוֹלָם הַזֶּה", עס איז בעסער איין שעה פון טון גוטע זאכן אויף די וועלט, "מִכָּל חַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא" - פון די גאנצע עולם הבא; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון אריינכאפן נאך איין מאל אנטון תפילין, נאך איין מינוט גיין מיט ציצית.


אז דו האסט ביטערע נסיונות - זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר ראטעווען, און אז דו ביסט נכשל געווארן בעבר מיט עבירות - זאלסטו תשובה טון; זיי זיך מתוודה און זאג דעם אייבערשטן אז דו גייסט מער נישט טון, און גלייב באמונה שלימה וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - בין איך א דורכפאל?
התחזקות, תשובה, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין ווייטער דורכגעפאלן, מיינט דאס אז איך בין שוין א דורכפאל? איך דארף חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא אזא זאך "איך בין שוין א דורכפאל", יעדער איינער קען פאררעכטן די שלעכטע מעשים וואס מען האט געטון. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס - גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.


טו תשובה, זיי זיך מתוודה, דערצייל דעם אייבערשטן דיין דורכפאל און בעט אים ער זאל אנעמען דיין תשובה, זאג אים צו אז דו וועסט מער נישט טון די שלעכטע זאך. דאס איז די עכטע וועג פון תשובה טון, מער נישט טון וואס מען האט געטון, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מט): "וְדַע" זאלסט וויסן, "שֶׁעִקָּר הַתְּשׁוּבָה הַשְּׁלֵמָה הִיא" די עכטע וועג פון תשובה טון איז – "כְּשֶׁאָדָם עוֹבֵר בְּאֵלּוּ הַמְּקוֹמוֹת מַמָּשׁ שֶׁהָיָה מִקֹּדֶם הַתְּשׁוּבָה" ווען מען גייט אריבער נאכאמאל די נסיון וואס מען האט געהאט, "כָּל אֶחָד לְפִי מַה שֶּׁעָבַר עָלָיו בַּיָּמִים הַקּוֹדְמִים" יעדער איינער זיינע נסיונות, "וּכְשֶׁעוֹבֵר בְּאֵלּוּ הַמְּקוֹמוֹת וְהָעִנְיָנִים שֶׁהָיָה מִתְּחִלָּה מַמָּשׁ" און אז מען האט נאכאמאל די נסיונות, מען האט נאכאמאל די מעגליכקייט צו טון די שלעכטס, "וְעַכְשָׁו פּוֹנֶה עֹרֶף מֵהֶם" און מען דרייט זיך אוועק פון דעם, "וְכוֹפֶה יִצְרוֹ" און מען פאלגט נישט דעם יצר הרע, "לִבְלִי לַעֲשׂוֹת עוֹד מַה שֶּׁעָשָׂה" מען טוט נישט וואס מען האט געטון - "זֶהוּ עִקָּר הַתְּשׁוּבָה הַשְּׁלֵמָה", דאס איז עכטע תשובה, "וְרַק זֶה נִקְרָא תְּשׁוּבָה" און נאר דאס איז תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - האב איך נאך אן האפענונג צו זיין גוט?
התחזקות, ספרים, דאווענען, תשובה, עבירות, תפלין, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער עס גייט מיר ממש נישט.


איך שעם זיך זייער צו שרייבן וואס עס גייט אריבער אויף מיר, נישט קיין שחרית, נישט קיין מנחה, נישט קיין מעריב, נישט קיין תפלין, גארנישט. נאר א בלאט גמרא יעדן טאג, איך גיי אין מקוה, און איך רעד אביסל צום אייבערשטן.


איך ווייס אז עס איז געפערליך, עס טאר נישט זיין אזוי, אבער ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון דעם ביטער געשעפט. איך וויל זיין א פשוטער ערליכער איד, איך בין זייער פארשעמט פון מיין אייגענע אויפפירונג, האב איך נאך אן האפענונג צו זיין גוט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, ב' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט אין די תשובות (שות ברסלב חלק ב', מכתב רמב), איינער שרייבט אזא שאלה: "איך בין אזוי געפאלן אז איך לייג נישט קיין תפילין", מוהרא"ש ענטפערט אים: "דאס קומט פון זיין דערביטערט", און מוהרא"ש שרייבט אים: "וויסן זאלסטו, עס וועט דיר גארנישט העלפן דאס זיין דערביטערט, עס וועט דיר נאר מער און מער אראפווארפן, ביז שאול תחתית".


מוהרא"ש מיט זיין גרויס רחמנות געבט אים אן עצה ער זאל זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים, מוהרא"ש זאגט: "ולכן לדעתי תתחיל לעיין בספרי רביז"ל ושם תראה את גודל רחמנותו יתברך על כל בריותיו, ובפרט אלו שחוזרים אליו ומתחילים לדבר עמו יתברך, עליהם הקדוש ברוך הוא פונה תיכף ומיד", אין רבינ'ס ספרים וועסטו זען די רחמנות פון אייבערשטן, ווי ער האט אויף יעדן רחמנות, ובפרט אויף די וואס קערן זיך צוריק, די וואס טוען תשובה; אויף זיי האט ער זייער רחמנות און ער נעמט אן זייער תשובה.


דעריבער טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים. לדעתי זאלסטו אנהויבן מיט ספר אשר בנחל, דאס איז א תמצית פון רבינ'ס ספרים, די בריוו וועלן דיך אויפוועקן און מוטיגן צו תשובה, צו גיין אין שול אנטון טלית ותפילין, און דאווענען די דריי תפילות. די בריוו פון ספר אשר בנחל וועט אריינבלאזן א גייסט אין דיר, עס וועט ווערן ממש תחיית המתים, וועסט ווערן א גרויסער צדיק. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש האט א כח צו מאכן דעם מענטש פאר א בעל תשובה, די בריוו זענען דעם רבינ'ס שיחות, און דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פארן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - נאכן עובר זיין אויף אזויפיל הארבע עבירות, מעג איך בכלל חתונה האבן?
התחזקות, חתונה, תהלים, תשובה, עבירות, יאוש, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אנהויבן דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א מיין גאנצע לעבנ'ס געשיכטע פון אנהויב, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל פארשטיין וואס איך גיי אריבער.


איך וועל אנהויבן פון מיינע קינדער יארן אין חדר, איך וויל דער ראש ישיבה שליט"א זאל פארשטיין אז איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין חברים, יעדער האט זיך אלץ נאר געקריגט מיט מיר, און אפילו רוב פון מיינע מלמדים פלעגן חוזק מאכן פון מיר, איך גאר אסאך געליטן אין חדר, אזוי ווייט אז כמעט יעדן טאג פלעג איך אהיימלויפן אינמיטן טאג פון חדר, איך וועל נישט צופיל מאריך זיין אין דעם, נישט צו דעם וויל איך צוקומען, איך האב מוחל געווען אלע קינדער און מלמדים, אבער די חדר יארן האבן מיר גענצליך צוזאמגעבראכן פון אינעווייניג.


וואס פאסירט ווען מען דרייט זיך ליידיג? האב איך זיך אנגעהויבן דרייען מיט שלעכטע חברים, וואס זיי האבן מיר אויסגעלערנט זאכן וואס איך האב איך מיין לעבן נישט גע'חלומ'ט, אין אנהויב האבן זיי מיר געוויזן סתם מאוויס, און דארט האט זיך געקייקלט צו די ערגסטע סארט שמוציגע און טמא'נע זאכן, זיי האבן מיר אויסגעלערנט גאר ביטערע זאכן און עבירות, און אין ווייניגער פון א חודש האב איך שוין געהאט מיין אייגענעם סמארטפאון, און איך האב אנגעהויבן פאלן גאר שטארק אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, ממש אן אויפהער, און דאס האט אנגעהאלטן פאר גאנצע פיר יאר, און קיינער האט נישט געוואוסט פון דעם.


נאך פיר יאר איז איינער געווארן געווארן פון דעם, ער האט מיר געוואלט העלפן, אבער למעשה האט ער מיר נאר ערגער געמאכט, ער האט אוועקגענומען פון מיר דעם סמארטפאון, ער האט מיר אבער נישט געגעבן קיין שום ערזאץ, און אז איך בין געווען צוגעוואוינט צו קוקן מאוויס און איך האב נישט געהאט עפעס אנדערש אנשטאט דעם, האב איך אנגעהויבן טון נאך ערגערע עבירות רחמנא ליצלן.


איך וויין ווען איך שרייב די שורות, איך קען זיך אליין נישט גלויבן ווי ווייט און ווי טיף איך בין נעבעך אראפגעפאלן אין שאול תחתית, איך האב זיך אנגעהויבן דרייען אין די גאסן און קוקן אויף פרויען און מיידלעך, איך האב פרובירט צו האבן שייכות מיט זיי, און פארשטייט זיך אז ס'האט נישט גענומען צו לאנג ביז איך האב זיך געקויפט א נייע סמארטפאון, איך בין שוין נמאס געווארן פון קוקן אזויפיל מאוויס האב איך זיך אנגעהויבן שרייבן מיט עבירות, און עס איז געגאנגען אזוי ווייט ביז איין שבת האב איך זיך דערזען אז איך קען נישט אנגיין אן מיין טעלעפאן, האב איך ליידער אנהויבן מחלל שבת זיין רחמנא ליצלן, שבת נאך שבת.


איך בין געפאלן ווייטער מדחי אל דחי, טיפער און טיפער אין דער ערד, איך האב אנגעהויבן צאלן געלט פאר עבירות, וואך נאך וואך האב איך געטון די ערגסטע שבערגסטע עבירות, איך האבן אפילו נישט געשפירט שולדיג, אזוי ווייט בין איך פארקראכן. איך שרייב די שורות און איך שעם זיך פאר מיר אליין, איך וויין ווי אזוי איך האב זיך דערקייקלט אזוי טיף אין תהום.


ביז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר, און איך האב זיך אנגעטראפן אין איינעם וואס האט מיר מקרב געווען, ער האט מיר אנגעהויבן מסביר צוביסלעך וואס איך טו, מיך ווייזן וואו איך בין אנגעקומען, ער האט מיר אנגעהויבן עפענען די אויגן און מיר מקרב זיין צום אייבערשטן, איך דאנק דעם אייבערשטן מיט מיין גאנצע הארץ אז ער האט מיר געגעבן די כוחות תשובה צו טון, זיך אפצולאזן פון אלע שלעכטע זאכן, און זיך אנהויבן אויפפירן ווי אן ערליכער איד.


יעצט בין איך ברוך ה' א חתן צו א גוטע פיינע מיידל, איך האב נישט די ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער איך עס זיך אויף דאס הארץ טאג און נאכט, איך קען ממש נישט שלאפן ביינאכט, ווי אזוי בין איך ראוי אפילו חתונה צו האבן נאך די אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געטון? קומט זיך עס מיר בכלל? קען איך זיין א טאטע פאר קינדער? א מאן פאר א ווייב? בין איך בכלל ווערד דאס צו האבן? ווער זאגט אז איך מעג בכלל חתונה האבן נאכן עובר זיין אויף אזויפיל הארבע עבירות רחמנא ליצלן?


איך וויין צום אייבערשטן יעדן טאג ער זאל מיר מוחל זיין אויף מיינע עבירות, אבער איך קען נישט בארואיגן מיינע געפילן, איך וויין צום אייבערשטן יעדן טאג פאר עטליכע שעה, איך וויין ווי א קינד ער זאל מיר מוחל זיין אויף די פילע הארבע און ביטערע עבירות וואס איך האב אזויפיל עובר געווען.


איך ווייס נישט וואס צו טון מיט זיך, און איך בעט זייער דעם ראש ישיבה שליט"א אויב ער קען מיר געבן א וועג אין לעבן פון דא און ווייטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין ווייטאגליכע בריוו.


וויסן זאלסטו, יעדער איינער קען תשובה טון, און אפילו מען האט דערצערנט דעם אייבערשטן זייער אסאך מאל, הונדערטער מאל - קען מען אויך תשובה טון.


אליהו הנביא זאגט (תנא דבי אליהו רבא, כב) דער אייבערשטער זאגט: "אֲפִילוּ הִגְדִּיל אָדָם מֵאָה עֲבֵירוֹת זוּ לְמַעְלָה מִזּוּ וְעָשָׂה תְּשׁוּבָה, הֲרֵינִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וָאֲקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ", אפילו א מענטש האט געזינדיגט און געטון איבער הונדערט עבירות, אויב טוט ער תשובה האב איך רחמנות אויף אים און איך נעם אן זיין תשובה, "וַאֲפִלּוּ עוֹמֵד אָדָם וּמְחָרֵף כְּלַפֵּי מַעֲלָה, וְיַחֲזֹר וְיַעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹחֵל לוֹ עַל כּוּלָם", און אפילו א מענטש איז אזוי ווייט אוועקגעפאלן אז ער רעדט קעגן דעם אייבערשטן רחמנא לצלן, אויב טוט ער תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל און האט אים ליב.


דער אייבערשטער האט זייער ליב איינער וואס טוט תשובה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לד:): "מָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, צַדִּיקִים גְּמוּרִים אֵינָם עוֹמְדִים", ווען מען טוט תשובה קומט מען אן אזוי הויך, העכער ווי די צדיקים קומען אן. נאך זאגן זיי (פסיקתא דרב כהנא, פרשה מה): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה", תשובה איז אזוי גרויס, "שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֵר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה", ווי נאר א מענטש טראכט פון תשובה - ער טראכט 'איך וויל זיך אומקערן צום אייבערשטן', "מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שָׁנִים; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לְפָנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד.


יעצט דארפסטו זיך אליינס קענען מוחל זיין, טארסט נישט זיך פייניגן מיט דיין עבר; אז דער אייבערשטער האט דיך ליב ווייל דו האסט באמת תשובה געטון - דארפסטו זיך אויך ליב האבן. דאס איז א חלק פון דיין תיקון, זיך צו שטארקן אויף די געפיל, אוועקשטופן די טריפה'נע געפילן פון זיך נישט קענען ליידן און זיך פון היינט אן יא ליב האבן.


בפרט יעצט אז דו גייסט חתונה האבן דארפסטו וויסן וואס דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", אז מרקדים איז א לשון פון טאנצן און שפרינגען, "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", דאס הייסט אז א חתן דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה, ער דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהויבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


זאג יעדן טאג דעם יום תהילים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהילים; יעדער איד וויל זיין ערליך, און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהילים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6 - איך בין ארויסגעקראכן פון מיין דעפרעסיע דורך די דרשות
חובות, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, פרנסה, הפצה, דרשות, עצבות, יאוש, האטליין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע פעולות וואס איר טוט פאר כלל ישראל.


פאר אפאר יאר צוריק בין איך אריין אין א שווערע דעפרעסיע צוליב שוועריקייטן אין פרנסה וואס האט מיך צוגעברענגט צו חובות וואס איך האב נישט געהאט צוריקצאלן און בעלי חובות זענען מיר נאכגעלאפן אן אויפהער, און צוזאמען מיט דעם האב איך געשפירט א שטארקע יאוש, איך האב אינגאנצן פארלוירן די טעם אין לעבן, איך בין געליגן אין בעט צוואנציג שעה א מעת לעת פאר חדשים לאנג, איך קען אפילו נישט אראפשרייבן די פילע סארט שלעכטע מחשבות וואס איך האב געטראכט, אזוי כסדר יעדע נאכט האב איך זיך אויפגעגעסן דאס הארץ מיט די מחשבות וואס האבן מיר נישט געלאזט שלאפן, און נאר ערשט פארטאגס איז מיר געלונגען איינצושלאפן ביז נאכמיטאג. איך בין ממש געווען אין א גיהנום און קיינער האט נישט געוואוסט פון מיין מצב.


איין זאך האב איך מיך נאך געהאלטן, אז שבת האב איך זיך געפירט נארמאל. איך בין געגאנגען אין שול, זיך אנגעטון שטריימל און בעקיטשע, און געפירט די סעודות שבת. בעיקר האב איך עס געטון ווייל איך האב זייער מורא געהאט אז מענטשן וועלן באמערקן אז עפעס איז נישט בסדר מיט מיר, איך האב זיך זייער געשעמט אויב איינער וועט זיך דערוויסן דערפון.


איין מאל אויפ'ן וועג אהיים מוצאי שבת האב איך געזען א קארטל אויפ'ן וואנט מיט די נומער פון "קול ברסלב", איך האב שוין פארדעם געהערט פון דעם ראש ישיבה'ס נאמען, האב איך געטראכט צו זיך אז אזוי ווי איך בין סיי ווי אויף א גאנצע נאכט, וועל איך זיך כאטש צוהערן צום האט-ליין אביסל איבערצופירן די צייט.


וואס זאל איך זאגן? פון די ערשטע מינוט וואס איך האב געהערט די קול פונעם ראש ישיבה שליט"א איז מיר פשוט גוט געווארן, איך האב געפילט ווי איך הייל זיך אויס. אין אנהויב האב איך אפילו נישט געהאט די כוחות הנפש אויסהערן די שיעורים, איך האב נאר געהערט די ניגונים. דאס  זענען געווען ניגונים וואס איך האב אין מיין לעבן נישט געהערט, נישט די ניגון אליין און נישט די ווערטער. איך האב זיך צוגעהערט נאך און נאך ביז צוביסלעך האב איך אנגעהויבן הערן אויך די שיעורים, און אויך דאס איז געווען פאר מיר גרויסע חידושים. איך בין אריבער שיעור נאך שיעור, פרשה נאך פרשה, יאר נאך יאר, ביז איך האב געהערט אלע שיעורים וואס זענען געווען אויפ'ן ליין. איך האב געהאט א פראגראם פון א טעלעפאן קאמפאני וואס מען קען נוצן 8,000 מינוט א חודש (אזוי ווי עס איז איינגעפירט דא אין ארץ ישראל), אבער עס איז נאכאלץ נישט געווען גענוג, איך האב געדארפט קויפן נאך א סים-קארד עס זאל מיר זיין גענוג מינוטן.


אזוי שטייטליך האב איך באקומען מער און מער כוחות, ביז איך האב שוין געקענט ארויסגיין פון בעט, און דערנאך ארויסגיין פון שטוב, זיך ווענדן צו דאקטוירים און גבאי צדקה אויף "עזרה ראשונה", און אזוי מיט קליינע שריט טרעפן אן ארבעט, און אזוי ווייטער.


איך בין נאכאלץ נישט אינגאנצן אויסגעהיילט, עס איז מיך נאכאלץ שווער צו טון זאכן וואס פאר אנדערע קומט אן גרינג, אבער ברוך השם אז איך בין שוין ארויס פון די גיהנם אין וואס איך בין געלעגן. איך האב זייער געוואלט באדאנקען דעם ראש ישיבה "פנים בפנים", אבער די לעצטע מאל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט באזוכט אין ארץ ישראל האב איך ווידער נישט געטראפן די וועג אנצוקומען צום ראש ישיבה, האב איך זיך מיישב געווען אז "אם לא עכשיו אימתי". איך וויל דער ראש ישיבה זאל וויסן אז איר האט מיר געראטעוועט דעם לעבן פשוטו כמשמעו, וד"ל.


איך בין זייער דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס וואס איך האב, און אויף אלעס וואס איך וועל אמאל האבן. איך בין זיכער אז אייער שכר איז גאר גרויס, נאר דער באשעפער ווייסט ווי סאך נפשות איר האט אויסגעהיילט און געראטעוועט. איך האב געהאט אפאר שאלות צו שרייבן, אבער איך בין יעצט זייער איבערגעשטרענגט וועל איך עס לאזן פאר א צווייטע מאל.


זאל דער באשעפער בענטשן דעם ראש ישיבה שליט"א מיט לאנגע געזונטע יארן, נחת פון די קינדער און תלמידים, מנוחת הדעת ושלוות הנפש, און אסאך כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע עבודה וואס איר טוט כסדר.


מיט שעצונג און דאנקבארקייט. יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן, דער רבי געבט אונז לעבן, די עצות פון רבי'ן העלפן פשוט צו קענען לעבן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ד) "כְּשֶׁתִּסְעוּ", ווען איר וועט אהיימפארן פון מיר "וְיִשְׁאֲלוּ אֶתְכֶם", און מען וועט ענק פרעגן: "מַה פְּעַלְתֶּם", וואס האט איר מקבל געווען ביי מיר? "תֹּאמְרוּ 'רוּחַ'", זאלט איר זאגן 'רוח חיים', לופט צום לעבן; די אמונה וואס דער רבי לערנט מיט אונז - דאס העלפט אונז דורכגיין אלע שווערע צייטן.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער לעבן ווערט אזוי זיס ווען מען האט די עצות פון רבי'ן. אזוי אויך, ווער עס פאלגט די עצות פון רבי'ן - ווערט א גרויסער צדיק, מען קומט צו מדריגות וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און ווערן נישט מקורב, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - (וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


מיר דארפן פארגינען אנדערע, מיר דארפן גיין הפצה פארשפרייטן פאר כלל ישראל די עצות פון רבי'ן; זאלן אלע וויסן אז מען קען זיך אומקערן צום אייבערשטן, זאלן אלע וויסן עס אז דא א וועג צו לערנען כל התורה כולה. מיר דארפן נישט האלטן דעם רבי'ן בסוד פאר אונז; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, פון ווען ער האט זיך דערוואוסט פון רבי'ן און ער האט געזען וואס פאר א דראסטישע טויש עס האט מיט אים פאסירט - האט ער אפגעמאכט 'דאס איז עס, איך וועל מיין גאנץ לעבן נאר אין דעם עוסק זיין; איך וועל פארשפרייטן פאר אלעמען אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן העלפן', און מוהרא"ש האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיינעם נישט, ער האט זיין גאנץ לעבן געדרוקט און פארשפרייט מיליאנען ספרים און קונטרסים מיט מסירות נפש און ליכטיג געמאכט די וועלט.


וואויל איז דעם וואס איז עוסק אין הפצה. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח.): "תָּא חֲזֵי", קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - איך בין דורכגעפאלן אין די הארבסטע עבירה, בין איך שוין דערנאך?
אומאן, התחזקות, קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, עצבות, תיקון הכללי, יאוש, עונשים, וידוי, זעלבסמארד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן מיט א טייערע ווייב און קינדער, איך ווייס נישט ווי אזוי אנצוהויבן שרייבן, איך בעט זייער דער ראש ישיבה זאל רחמנות האבן אויף מיר.


נעכטן איז אריין אין מיר א רוח שטות, איך בין געגאנגען טון אן עבירה מיט א גוי'טע רחמנא ליצלן. טייערער ראש ישיבה שליט"א, איך שרייב דעם בריוו מיט טרערן אין די אויגן, וואס איז געשען מיט מיר?! איך בין באמת א וואוילער איידעלער אינגערמאן, איך ווייס נישט ווי אזוי איך האב געטוען אזא זאך. איך דערמאן זיך צוריק ווי אזוי איך האב דאס געטון, און איך געדענק ממש ווי א שד, א רוח, איז אריין אין מיר, און ער האט עס געטון, איך האב עס נישט געטון, עס איז נישט מיר, איך בין א נארמאלער מענטש. איך בין אזוי פארלוירן, אזוי צעבראכן, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען נישט קוקן מיין ווייב אין פנים, א רחמנות אויף איר, זי איז אזוי וואויל און אזוי פיין, איך וויל זיך ממש נעמען דאס לעבן, איך ציטער פון מיין שאטן.


טייערער ראש ישיבה שליט"א, איך וויל נישט אויפגעבן, איך דארף א דרך תשובה, איך קען ממש נישט טרעפן א לימוד זכות אויף מיר אויסער אז איך בין א משוגענער, איך בעט זייער דעם ראש ישיבה שליט"א זאל מיר שרייבן א דרך תשובה און א תיקון. וואס טו איך יעצט ווייטער? ווי אזוי גייט מען ווייטער?


איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ביטע שנעל עפעס צוריק שרייבן, ווייל איך האלט עס נישט אויס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויי און ביטער איז אז מען טוט אן עבירה מיט א גוי'ה רחמנא לשיזבן, עס איז אזוי שרעקליך די עבירה אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין פב.): "הבא על הגוי'ה, חייב עליה משום נדה, שפחה, גויה, זונה", מען איז עובר אויף די אלע עבירות, און דאס איז כאילו מען האט חתונה מיט עבודה זרה ממש; וויי און ביטער פאר די נשמה, וויי אויף די וועלט און וויי אויף יענע וועלט, די עבירה בלייבט צוגעטשעפעט צום מענטש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:) דער וואס טוט אן עבירה מיט א גוי'ה, "רבי אליעזר אומר קשורה בו ככלב", מען בלייבט צוגעקלעבט אזוי ווי א הינט, מען ווערט ארומגענומען מיט קליפות און משחיתים וואס איז באשאפן געווארן פון די עבירה; די קליפות ומשחיתים גייען מיט מיטן מענטש, זיי ברענגען שרעקליכע צרות, מען ליידט שרעקליכע ביטערע פיין אין לעבן, און מען ווייסט נישט פארוואס מען ליידט.


מיט דעם זאלסטו וויסן אז תשובה העלפט אויף אלעם. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לד:): "מקום שבעלי תשובה עומדים, צדיקים גמורים אינעם עומדין", ווען מען טוט תשובה קומט מען אן אזוי הויך, העכער ווי די צדיקים קומען אן. נאך זאגן זיי (פסיקתא דרב כהנא, פרשה מה): "גָדוֹל כּוֹחָהּ שֶׁל תְּשׁוּבָה", תשובה איז אזוי גרויס, "שֶׁכֵּיוָן שֶׁאָדָם מְהַרְהֵר בְּלִבּוֹ לַעֲשֹוֹת תְּשׁוּבָה", ווי נאר א מענטש טראכט פון תשובה - ער טראכט 'איך וויל זיך אומקערן צום אייבערשטן', "מִיַּד הִיא עוֹלָה לֹא עַד עֲשָֹרָה יָמִים, וְלֹא עַד עֶשְֹרִים וְלֹא עַד מֵאָה, אֶלָּא עַד מַהֲלַךְ חֲמֵשׁ מֵאוֹת שְׁנַיִם; וְלֹא עַד רָקִיעַ רִאשׁוֹן וְשֵׁנִי, אֶלָּא שֶׁהִיא עוֹמֶדֶת לְפָנַי כִּסֵא הַכָּבוֹד", קומט ער גלייך אן צום כסא הכבוד.


די עבירה איז זייער גרויס, גיין צו א גוי'ה און טון מיט איר אן עבירה איז שרעקליך, אבער קענסט נאך תשובה טון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, ד) "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט: "אִם אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה לְפָנַי", אויב א מענטש טוט עבירות, "אִם חוֹזֵר וְעוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה", אויב האט ער חרטה אויף וואס ער האט געטון און ער טוט תשובה - "הֲרֵי אֲנִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וַאֲנִי מְקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ", נעם איך אים צוריק, איך נעם אן זיין תשובה, "וְאֵין אֲנִי זוֹכֵר לוֹ אֲפִילוּ מִקְצָת עֲוֹנוֹתָיו", און איך וועל נישט דערמאנען קיין איין עבירה; נאך זאגט דער אייבערשטער (שם, פרק ו): "בָּנַי, אֲנִי אָמַרְתִּי לָכֶם אֵין חֶפְצִי אֶלָּא בְּרָכָה וּבְמִי שֶׁאֵין בּוֹ עֲבֵרוֹת", איך האב ענק געזאגט איך וויל נאר די מענטשן וואס האבן נישט געזינדיגט, "וְחָזַרְתִּי בּוֹ בִּדְבָרַי", יעצט צי איך צוריק, "אֲפִלּוּ יַעֲשֶׂה אָדָם מֵאָה עֲבֵרוֹת זוֹ לְמַעְלָה מִזּוֹ", אפילו א מענטש וועט טון הונדערט עבירות איינס נאכן צווייטן, "וְיַחֲזֹר וְיַעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה", אויב וועט ער חרטה האבן, ער וועט תשובה טון, "וְיַשְׁפִּיל אֶת עַצְמוֹ לָאָרֶץ, וְיִרְאֶה אֶת עַצְמוֹ כְּאִלּוּ הוּא חֶצְיוֹ זַכַּאי וְחֶצְיוֹ חַיָּב, וְיִרְאֶה אֶת עַצְמוֹ כְּאִלּוּ חַיָּב בְּאָשָׁם תָּלוּי בְּכָל יוֹם", ער וועט שטענדיג טראכטן 'איך דארף נאך תשובה טון' - "הֲרֵינִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וּמְקַבְּלוֹ בִּתְשׁוּבָה", וועל איך זיך פירן מיט אים מיט רחמנות, איך וועל אננעמען זיין תשובה, "וְאֶתֵּן לוֹ בָּנִים שֶׁל בַּעֲלֵי קוֹמָה וְעוֹסְקֵי בַּתּוֹרָה וּמְקַיְּמֵי מִצְוֹת", און איך וועל אים געבן קינדער צדיקים.


וואס איז תשובה? ווי אזוי הויבט מען אן טון תשובה? דאס ערשטע זאך פון תשובה איז וידוי דברים. דער רמב"ם זאגט (פרק א' מהלכות תשובה, הלכה א) יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה, סיי א מצות לא תעשה, - אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד; ווען מען טוט תשובה, - דארף מען זיך מתודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם, חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיךָ, וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָךְ, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי, וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון, איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, און דער רמב"ם פירט אויס: "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיךְ בְּעִנְיָן זֶה, הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", ווער עס פארמערט זיך מתודה צו זיין פאר'ן אייבערשטן - דער איז געלויבט.


ברודער, זיי זיך מתוודה צום אייבערשטן; דאס זאלסטו טון נישט איין מאל, נאר יעדן טאג. דערצייל דעם אייבערשטן די גאנצע מעשה וואס דו האסט געטון, ווען, וואו און אזוי ווייטער. שעם זיך נישט, דערצייל אלעס, ווייל נישטא קיין גרעסערע זאך ווי וידוי דברים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים בחוקותי, פרק ח) "אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט: "מִיָּד שֶׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם", גלייך ווען א מענטש איז זיך מתודה פאר מיר, "מִיָּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", האב איך רחמנות אויף אים און איך נעם צוריק דעם מענטש צו מיר.


זאלסט זיין א גרויסער עקשן אין די זאך פון שמועסן מיטן אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך ארויסנעמען פון די קליפות און משחיתים וואס זענען מיט דיר און נעמען דיך ארום, און דאס וועט זיין דיין תשובה.


אז דו וועסט דאס טון, קענסטו זיין זיכער אז דער אייבערשטער האט אנגענומען דיין תשובה. האב נישט מורא פון קיינעם און הער נישט אויס די וואס ווילן דיר זאגן אז דו האסט מער נישט קיין תקוה, גלייב דעם רבינ'ס ווערטער וואס ער האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיב): "אם אתה מאמין שיכולים לקלקל, תאמין שיכולים לתקן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - גלייב אז דו קענסט פאררעכטן.


עס וועט דיר יעצט זיין ביטער שווער, דו וועסט יעצט כסדר ווערן בעצבות ומרה שחורה, פלוצלונג אינמיטן טאג וועט דיר ווערן שלעכט, ווייל אזוי געשעט מיט די וואס זענען פוגם בברית, און די וואס זענען עובר אויף די שרעקליכע עבירה פון נשג"ז רחמנא לצלן, עס לויפט זיי נאך דער נישט גוטער רוח, זיי זענען שטענדיג בעצבות, ביז מען טראכט מחשבות פון זיך הרג'ענען ה' ירחם, אבער מיט די צייט, נאך אסאך התבודדות און אסאך וידוי דברים - וועט עס צוביסליך ארויסגיין פון דיר און דו וועסט קענען זיין פרייליך.


אויך זאלסטו טון אלעס אויף דער וועלט אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהילים, דער תיקון הכללי. ווייל דער רבי האט צוגעזאגט, א צדיק מיחידי הדורות האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן רכה) ווער עס וועט קומען צו זיין ציון זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית".


דער אייבערשטער זאל אננעמען דיין תשובה.

#4 - איך בין דורכגעפאלן און געקוקט שלעכטע זאכן, קען איך נאך מצליח זיין אין לעבן?
שידוכים, התחזקות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, תפילה והתבודדות, מאוויס, שמחה, תשובה, עבירות, יונגע יארן, שמירת עינים, סמארטפאון, יאוש, שכחה, סיפוק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער דורכגעפאלן, איך האב זיך שטילערהייט געקויפט א סמארטפאן, און ליידער האב איך געקוקט דערויף גאר שמוציגע און שלעכטע זאכן, און יעצט קען איך זיך נישט מוחל זיין, מיין לעבן איז מיר ממש נמאס געווארן, און בין שוין מיואש פון האבן א גוטע לעבן.


איך קען נישט דאווענען, איך האב נישט קיין סיפוק און צופרידנהייט פון קיין שום זאך, קיין איין זאך מאכט מיר נישט פרייליך, עס האלט מיר אין איין ארויפקומען אין מח די שלעכטע זאכן וואס איך האב געזען, און איך ווייס נישט וואס צו טון, ווי אזוי קען איך פארגעסן די אלע זאכן?


יעצט קלאפט מיר שוין אין קאפ אז איך וועל שוין נישט באקומען א וואוילע חתן, איך וועל שוין מוזן באקומען א שידוך איינער וואס האט אויך געקוקט שלעכטע זאכן.


איך בין זייער שטארק צעבראכן און צעקלאפט, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב עס נאר געקויפט ווייל איך האב נישט געהאט קיין סיפוק, נישט געהאט מיט וועמען צו רעדן, איך האב געמיינט אז דאס וואס מיר צופרידן שטעלן, אבער עס האט מיר נאר פיל ערגער געמאכט דאס לעבן. וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די ערגסטע זאך איז אויפגעבן אויפ'ן לעבן; אפילו א מענטש זאל טון דאס ערגסטע אין לעבן - איז דא פאר אים א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן און צו האבן א גוט לעבן.


אז איר האט זיך שטילערהייט געקויפט א סמארטפאן און דארט געזען עבירות - דארפט איר וויסן אז מען קען אלץ פאררעכטן; אז איר וועט תשובה טון, איר וועט מער נישט קוקן קיין עבירות, איר וועט זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל אייך מוחל זיין - וועט איר אלעס פאררעכטן.


א שאד אויף בחורים און מיידלעך, טייערע נשמות, אז זיי ווייסן נישט אז ווען מען קוקט עבירות מאכט מען זיך אליינס שאדן, מען פארלירט דעם טעם פון לעבן, מען ווערט דערביטערט, מען פארלירט די טעם פון לעבן, אלעס איז אנגעהאנגען אין די זאך: אין קדושה וטהרה; ווי נאר מען איז פוגם, מען טוט עבירות - פארלירט מען אלעס.


אויב איר וועט אוועקווארפן די שלעכטע טעלעפאן, איר וועט מער נישט קוקן די זאכן, און איר וועט זאגן יעדן טאג תהלים און זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן – וועט איר מיט די צייט צוריק באקומען די טעם פון וועלן לעבן, איר וועט צוריק ווערן א פרייליכע מיידל, איר וועט זיין גליקליך און צופרידן.


הויבט אן א שיעור אין תהילים; זאגט יעדן טאג אביסל תהילים אין א רייע און פארציילט די גאנצע מעשה פאר'ן אייבערשטן, ווען און ווי און מיט וועם איר זענט געגאנגען קויפן א טעלעפאן און פארוואס איר האט עס געטון. שעמט זיך נישט, דערציילט אלעס פאר'ן אייבערשטן, רעדט צו אים שטילערהייט אין א פלאץ וואו קיינער הערט נישט, זאגט פאר'ן אייבערשטן פינקטליך וואס איר האט געזען, אלע עקלדיגע זאכן, אלע גרויליגע זאכן, און ווי דאס הרג'עט אייך, איר קענט גארנישט טראכטן, עס קומט אריין א גאנצע צייט אין אייער מחשבה די עקלדיגע זאכן; וועט איר זען עס וועט אוועקגיין, און מיט דער צייט וועט איר צוריק באקומען אייער טעם אין לעבן.


דער רבי האט צוגעזאגט, דער וואס מאכט התבודדות, דער וואס רעדט צום אייבערשטן, שמועסט מיט'ן אייבערשטן - ווערט מיט די צייט א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - איך מאך א פעסטע החלטה, איך גיי זיין אן ערליכער איד
לימוד התורה, התחדשות, עבודת השם, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק, ספעציעל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ביי א שיעור, "פארוואס טראכסטו דו קענסט נישט זיין קיין ערליכער איד? פרוביר נאכאמאל, אפשר דאס מאל ביסטו שוין שטערקער, וועט עס יא גיין, זיי נישט אזוי ווי דער עלעפאנט וואס געבט אויף אלס קינד", דאס האט מיר זייער מחזק געווען און איך האב אפגעמאכט מיט א זייער שטארקע החלטה, איך הייב אן פון יעצט זיין אן ערליכער איד, עס גייט מיר גארנישט אן אויב איך וועל נאכאמאל אראפפאלן, איך גיי נישט אפלאזן דעם אייבערשטן.
איך גיי אנהייבן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז איך וועל זיכער ווערן אן ערליכער איד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער אינטערעסאנט ווי אזוי מען טרענירט בעלי חיים; צום ביישפיל, דער גרויסער שטארקער עלעפאנט בינדט מען צי ווען זי איז גאר קליין, זי פרובירט זיך אויסצורייסן אבער זי קען נישט, זי פרובירט איין מאל, צוויי מאל, ביז זי זעט אז עס איז נישטא וואס צו טון; אזוי בלייבן זיי געבינדן זייער גאנץ לעבן, זיי ווייסן נישט אז ווען זיי וואלטן פרובירט נאך איין מאל יעצט ווען זיי זענען שוין שטארק, גרויס און מעכטיג - וואלטן זיי זיך גרינגערהייט געקענט באפרייען.


אזוי אויך איז מיט'ן מענטש, מען וויל אפילו נישט פרובירן נאכאמאל זיך ארויסצורייסן פונעם יצר הרע, מיט'ן אויסרייד 'עס גייט נישט', 'איך קען נישט', 'מיר גייט עס נישט' וכו' וכו'; מען טראכט נישט אז יעצט איז מען שוין שטערקער פון נעכטן, גרעסער פון דעמאלט, יעצט אז מען וועט זיך געבן איין בייג צום אייבערשטן קען מען זיך אינגאנצן ארויסרייסן פון זיין נעץ.


שטארק זיך מיט עבודות השם, מאך זיך שיעורים אין די הייליגע תורה; מאך זיך א שיעור אין מקרא, משנה, גמרא און אין מדרש, די פיר לימודים זענען אנטקעגן דעם שם הוי"ה ברוך הוא, אז מען לערנט יעדן טאג אביסל פון די פיר שיעורים - הייבט אן שיינען און לייכטן די ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן, דאס לעבן ווערט ליכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - וועל איך שוין קיינמאל נישט האבן קיין זעלבס זיכערקייט?
התחזקות, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש, זעלבס זיכערקייט, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א אז יעדער מענטש איז זיך מייאש אין געוויסע ענינים, לגבי די זאכן האט ער שוין אויפגעגעבן, ער גלויבט אז ער וועט שוין נישט מצליח זיין אין דעם, אבער דער רבי לערנט אונז אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש.


איך האב אריינגעטראכט אין דעם און געזען אז דאס איז ליידער גאר אמת ביי מיר אין לעבן. איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו איך האב קיינמאל נישט צוגעזען קיין רואיגקייט אדער א שמייכל צווישן די עלטערן, איך געדענק נישט אפילו איין מאל אין מיינע יונגע יארן אז די משפחה זאל זיצן און פארברענגען מיט א שמייכל, אפילו נישט איין נאכטמאל.


איך בין אויפגעוואקסן צוזעענדיג נאר דאגות, אנגעצויגנקייט, מחלוקת אין שטוב. ביידע פון מיינע עלטערן זענען גאר נעגאטיוו און אלעס זעט אויס שווארץ. ועל כולם דאס צוזעענדיג די קאלטקייט צווישן מיינע עלטערן, און ווי זיי קריגן זיך כסדר, האט מיך איבערגעלאזט אלע יארן מיט א געפיל פון אומזיכערקייט אויף דער וועלט, איך בין אלע מאל פול מיט ספיקות. איך בין שוין נישט קיין יונגער אינגערמאן, און איך קען נישט זיין פרייליך, איך קען נישט שמייכלען, איך פיל אלעמאל אומרואיג און אומזיכער מיט זיך און מיט די וועלט. און נאך מער אז ווען איך זע אנדערע מענטשן שמייכלען אדער פרייליך הייב איך פשוט אן צו פילן נערוועז און אומרואיג, ווייל עס איז שרעקעדיג פאר מיך צו זיין בשמחה, איך פיל זיך גאר אין פרעמד ווען עס איז דא א מצב פון פרייליכקייט ארום מיך.


איך האב טאקע איינגעזען אז איך בין אינגאנצן מיואש פון פילן פרייליך און פילן צופרידן און זיין בשמחה, פילן זיכער און רואיג אין לעבן.


דער רבי האט דאך אבער געזאגט אז יאוש איז גארנישט פארהאן, איז מיין שאלה ווי אזוי איז טאקע דא א מעגליכקייט איך זאל נאך יא קענען אמאל זיין פרייליך און זיכער מיט זיך?


נאך א זאך, איך שפיר ביי מיר אז איך וויל זייער שטארק באקומען אויפמערקזאמקייט פון מענטשן, א גוט ווארט פון א צווייטן, ממש ווי א קליין קינד. איך שעם זיך צו זאגן, אבער ווי עס זעט אויס, אזוי ווי איך האב עס נישט באקומען קיינמאל אלס קינד, דערפאר זוך איך עס יעצט אין די עלטערע יארן. איז דא אן עצה פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט נעמען די עצה פון רבי'ן; דו וועסט זיך אביסל מתבודד זיין, דו וועסט זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן - וועסטו אנהייבן שפירן ליבשאפט און ווארעמקייט, אזוינס וואס דו האסט קיינמאל אין דיין לעבן נישט געשפירט.


דאס וואס מען איז זוכה דורך התבודדות איז נישט עפעס וואס מען קען מסביר זיין, מען הייבט אן שפירן אזא זיסקייט אין לעבן וואס מען האט נישט געשפירט און מען וועט קיינמאל נישט שפירן; רעדן צום אייבערשטן ברענגט דעם מענטש צו שפירן מורא'דיג נאנט צום הייליגן באשעפער, דאס פארהיילט אלע וואונדן און היילט אלע שניטן. אפילו א מענטש זאל דורך גיין גאר ביטערע שוועריקייטן, אויב נעמט ער די עצה פון התבודדות, ער הייבט אן רעדן צום אייבערשטן - ווערט אים פלוצלינג אזוי ליכטיג און אלע וואונדן היילן זיך אויס.


דעריבער אז דו האסט געהאט אזא שווערע יוגנט, דו האסט צוגעזען ווי דיינע עלטערן קריגן זיך און דאס האט דיר איבערגעלאזט אין א וועלט פון ספיקות, אין א וועלט פון אומזיכערקייט - זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, זאלסט זיך קובע זיין יעדן טאג א צייט זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, דורכדעם וועסטו ווערן זיכער ביי זיך, דו וועסט ווערן אויפגעבויט.


בנוגע דאס וואס דו ווילסט אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט און דו שעמסט זיך, דו מיינסט אז דאס איז א קינדערישע זאך; בעט עס פונעם אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר געבן אביסל ליבשאפט, ער זאל דיר געבן ווארעמקייט, ער זאל דיר גלעטן. ווען מען איז זוכה צו שפירן איבסל נאנטקייט צום אייבערשטן - דאס איז די בעסטע ליבשאפט.


מוהרא"ש דערציילט אז מען פלעגט הערן ברסלב'ער חסידים זאגן תהילים מיט א געשמאק, זיי פלעגן רעדן צום אייבערשטן אויסגעמישט מיט די פסוקי תהילים; איינמאל האט מען געהערט רבי נתן'ס אן אייניקל רבי מיכל'ע, ווי ער זאגט תהלים (קאפיטל לה, א): "לְדָוִד רִיבָה ה' אֶת יְרִיבַי", האט מען געהערט ווי ער רעדט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם קריג זיך פאר מיר, נעם זיך אן פאר מיר, 'אֱמֹר לְנַפְשִׁי יְשֻׁעָתֵךְ אָנִי', זאג מיר אייבערשטער אז דו האסט מיר ליב, איך בין אזוי צעבראכן, איך דארף אביסל ווארעמקייט, אביסעלע ליבשאפט פון דיר".


דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "קיין יאוש איז נישט פארהאנען"; דאס איז נישט סתם געזאגט, 'עס איז נישטא קיין יאוש'; אויב מען טוט די עצות פון רבי'ן איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע טונקלקייטן און פון אלע ביטערניש.


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן, וועט ער שפירן אויף די וועלט וואס צדיקים שפירן אין גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - איך שפיר נישט קיין טעם אין לעבן, ווי אזוי פריש איך זיך אויף?
חתונה, ספיקות, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן און איך גיי חתונה האבן אין עטליכע חדשים אי"ה, און איך מוז אייך ארויסשרייבן מיינע געפילן.


איך בין ממש אינגאנצן אויסגעלאשן און איך האב נישט קיין טעם אין מיין לעבן. איך שפיר נישט קיין טעם אין מיין אידישקייט, אין מיין ציצית און תפלין, און אין גארנישט. איך האב נישט קיין קיין אידישקייט און איך האב נישט קיין גוי'אישקייט, איך בין ממש אן אויסגעלאשענער מענטש. איך האב טאקע נישט קיין סמארטפאן אבער אויפ'ן גאס מוז איך קוקן אויף יעדע פרוי און מיידל. די איינציגסטע זאך וואס איך האב איז נאר אז מיין מאמע איז א איד, און דעריבער בין איך אויך א איד.


איך ווייס אז מיין איינציגסטע עצה איז נאר צוריק זיך אויפצופרישן און צוריק קומען צום אייבערשטן, איך שפיר אבער נישט אז איך קען רעדן צום אייבערשטן, איך זע נישט פארוואס דער אייבערשטער זאל אפילו קוקן אויף מיר, אין די צייט וואס ער האט מיר געגעבן אזויפיל געלעגנהייטן צו זיין וואויל, און איך האב זיי אלע אוועקגעווארפן. פארוואס זאל ער מיר גלייבן אז איך וויל תשובה טון, ווען דער אמת איז דאס וועט בלויז אנהאלטן אפשר פאר עטליכע טעג.


פון אינדרויסן זע איך אויס זייער חשוב, מ'איז מיר אפילו מקנא, ווען זיי וואלטן אבער געוואוסט וואס טוט זיך ביי מיר אין הארץ וואלט מיר קיינער נישט מקנא געווען, איך בין אויסגעלאשן און צעבראכן, און איך האף אז איר וועט מיר קענען געבן אן עצה ווי אזוי אויפצולעבן און זיך אויפפרישן.


יישר כח, חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", און דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פון דאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דו ווייסט אודאי אז פאר א חתן איז מען מוחל אלע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן - גֵּר שֶׁנִתְגַּיֵּר, וְהָעוֹלֶה לִגְדוּלָּה, וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל אלע זייערע עבירות, א גר וואס איז זיך מגייר, ווען איינער איז עולה לגדולה און א חתן וואס האט חתונה, אזוי ווי עס שטייט "מָחֲלַת" - שֶׁנִּמְחֲלוּ עֲוֹנוֹתָיו; דערפאר איז יעצט די פאסיגע צייט אז דו זאלסט אפלאזן אלע דיינע חכמות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר און אנהייבן נוצן די עצות פון הייליגן רבי'ן.


וויסן זאלסטו אז די אלע מחשבות וואס דו טראכסט און אלע ספיקות וואס דו האסט - צי דער אייבערשטער דארף דיר יא וכו', דאס איז אלעס בטל ומבוטל כעפרא דארעא, ווייל דער אייבערשטער שטייט און ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריק קערן צו אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ב, יב): "יָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְעוֹלָם פְּתוּחָה לְקַבֵּל שָׁבִים", דעם אייבערשטנ'ס האנט איז שטענדיג אויסגעשטרעקט צו מקבל זיין מענטשן וואס ווילן תשובה טון, עס איז נישט דא א מענטש וועמען דער אייבערשטער נעמעט נישט צוריק, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט - אויב טוט ער תשובה, ער לאזט אפ זיינע עבירות, איז אים דער אייבערשטער מקבל.


דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ט, מחכם ותם) אז ווען דער תם האט באקומען דעם בריוו פונעם מלך אז ער וויל רעדן מיט אים, איז ער גלייך געלאפן צום קעניג אן קיין חכמות און אן קיין ספיקות, מה שאין כן דער חכם ווען ער האט באקומען דעם בריוו פונעם קעניג אז דער קעניג וויל רעדן מיט אים, האט ער אנגעהויבן מיט כפירה; קודם האט ער געזאגט "ווי אזוי קען זיין אז דער קעניג - וואס דאס איז דער אייבערשטער - וויל רעדן צו מיר?! איך בין דאך אזא קליינטשיגער מענטש, ווי פאסט עס אז אזא גרויסע קעניג זאל מיר דארפן וכו'?!" ביז ער האט אפגעמאכט אז עס איז גאר קיין קעניג נישט דא אויף דער וועלט (עפרא לפומיה).


ווייל דאס איז דער סוף ווען מען גייט מיט די אייגענע חכמות און מען מיינט אז מען איז קלוגער פון די הייליגע חכמים; אז זיי האבן אונז געזאגט אז אפילו א מענטש האט געטון די הארבסטע עבירות קען מען נאך אלץ תשובה טון, דארף מען גלייבן אין דעם.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): " אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן גלייב אויך אז דו קענסט פארעכטן; אזוי אויך האט דער רבי געשריגן מיט א הויעך קול (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; ווייל אפילו א מענטש זאל אפטון די ערגסטע עבירות קען ער נאך אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן. און אז ער טוט תשובה נעמט דער אייבערשטער אן זיין תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט הושע, רמז תקלב): אויפן פסוק (הושע יד, ב): " שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ; אָדָם עוֹמֵד וּמְחָרֵף וּמְגַדֵּף בַּשּׁוּק וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה תְּשׁוּבָה בֵּינִי לְבֵינְךָ וַאֲנִי מְקַבֶּלְךָ", א מענטש איז מחרף ומגדף דעם אייבערשטן, מיט דעם אלעם זאגט דער אייבערשטער: "טו תשובה און איך וועל דיר מוחל זיין"; איז דען דא א גרעסערע עבירה ווי רעדן אויפן אייבערשטן און אים לעסטערן? דאס איז דאך דאס ארגסטע זאך אויף דער וועלט! מיט דעם אלעם זאגט דער אייבערשטער: "קום צוריק צו מיר און איך בין דיר מוחל", און נישט נאר איז אים דער אייבערשטער מוחל, נאר דער אייבערשטער געבט אים נאך כבוד, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תהילים, מזמור יח): "שֶׁכָּל הָעוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה מֵעֲבֵרָה שֶׁבְּיָדוֹ, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מוֹסִיף לוֹ כָּבוֹד, וְקוֹרֵא לוֹ שֵׁם חָבִיב".


א איד דארף אנטון תפילין אפילו ער שפירט נישט קיין שום טעם אין דעם; דאס איז די לעבן פון א איד. מען דארף גיין מיט ציצית נישט ווייל מען שפירט א טעם אין טעם, נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן.


דו שרייבסט: "די איינציגסטע זאך וואס איך האב נאך, אז איך בין א איד"; א איד דארף גארנישט מער פון דעם, און מיט דעם אליינס קען מען זיך שוין מחי' זיין א גאנץ לעבן. זינג צום אייבערשטן: "געלויבט ביסטו הייליגער באשעפער אז איך בין א איד; ברוך ה' אז א גוי בין איך נישט".


דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג) אז דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה "שלא עשני גוי", מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


זעט מען פון דעם, אז אויב אזא הייליגע צדיק וואס דער רבי האט אים אנגערופן "פאר הדור" (עיין שיחות הר"ן, סימן קצו) האט זיך נישט געהאט מיט וואס מחזק זיין נאר מיט'ן "שלא עשני גוי", איז דאך זיכער אז מיר קליינטשיגע מענטשעלעך וואס מיר זענען טאקע גארנישט, דארפן מיר זיכער נעמען דעם "שלא עשני גוי" און זיך מחזק זיין מיט דעם, טראכטן שטענדיג צו זיך: "ברוך ה' איך בין נישט קיין גוי טמא, איך בין א איד".


איך האף אז דו וועסט זיך מחזק זיין מיט דיינע ווערטער וואס דו שרייבסט "די איינציגסטע זאך וואס איך האב נאך אז איך בין א איד"; ווייל אז דו וועסט זיך פרייען מיט דעם נקודה וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה און דו וועסט זוכה זיין אויפצובויען א בית נאמן בישראל.