שאלה אין קורצן ענין
#4 - וואס טו איך אז מיין ווייב וויל איך זאל זיצן אין כולל, און איך האלט נישט דערביי?
לימוד התורה, שלום בית, פרנסה, היטן די צייט, כולל, יונגע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל קודם דאנקען דעם ראש ישיבה פאר אלע חיזוק, דרשות, שאלות ותשובות, און אזוי ווייטער.


איך האב חתונה געהאט אפאר יאר צוריק, איך האב אלץ געהייסן א גוטער בחור אין ישיבה, אבער באמת האב איך געהאלטן ביי גארנישט. איך האב גוט געפאפט. למעשה האב איך אבער גארנישט פארדינט דערפון ווייל ווען עס איז געקומען צו שידוכים האט מען מיך אנגעטראגן מסלתה ומשמנה, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין געהעריגע אפענע קשר מיט מיינע עלטערן, דערפאר ווען מען האט אנגעטראגן מיין שידוך האב איך גארנישט געזאגט. מיין ווייב איז טאקע אן אשה כשירה א ערליכע אידישע פרוי מיט אלע פירושים, אבער למעשה איז זי אויף סאך א העכערע מדריגה ווי מיר.


פאר עטליכע יאר נאך די חתונה האב איך פרובירט זיך צוצושטעלן, אבער נאך אפאר יאר איז עס געווארן ערגער, איך האב געשטופט אין כולל גאנצע טעג, און איר איינגערעדט אז איך לערן, איך האב ממש געלעבט א טאפלטע לעבן אין ממש יעדע טריט.


יעצט זע איך אז דאס איז נישט קיין וועג, האב איך זיך פרובירט אביסל צו עפענען, איך האב אנגעהויבן זאגן אז איך טראכט פון גיין ארבעטן ווייל כולל איז נישט פאר מיר. אבער זי זאגט אז זי האט געמיינט אז איך בין אן ערליכער אינגערמאן. וואס האב איך אז דו גייסט ארבעטן?


איך האב באמת רחמנות אויף איר, זי איז גרייט מיט מסירת נפש צו ברענגען פרנסה, אבי איך זאל בלייבן אין כולל. אבער איך שפיר אז איך קען נישט. אפשר קען דער ראש ישיבה מיר געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                        יום א' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם לעצטן מענטש וועם דו וועסט קענען אויספאפן איז דיין ווייב; א ווייב קען מען נישט פאפן, די ווייב איז פון די איינציגסטע וואס קענען גאר גוט זייער מאן, זיי ווייסן ווער דער מאן איז, אויב ער איז ערליך אדער נישט; מיט א ווייב קען מען נישט ארום שפילן.


דעריבער איז א שאד סתם צו זיצן אין כולל און זיך איינרעדן אז זי וועט מיינען דו לערנסט; אז דו בטל'סט די צייט זאלסטו וואס פריער ארויסגיין פון כולל. בטל'ן צייט איז א סכנה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", אז מען בטל'ט צייט קומט מען נאכדעם צו צו טון עבירות און נאכדעם ווערט מען דעפרעסט; גיין ליידיג איז זייער שעדליך, מען פארלירט דעם טעם פון לעבן, מען פארלירט דעם טעם פון אלעס.


פארוואס זאלסטו זאגן אז מען קען נישט זיין אן ערליכער איד ווען מען ארבעט? ארבעטן איז נישט קיין סתירה מיט זיין ערליך, ארבעטן איז נישט קיין סתירה מיט לערנען די הייליגע תורה; עס זענען דא הונדערטער און טויזנטער ערליכע בעלי בתים יראי השם וואס ארבעטן רוב טאג און אין די איבריגע צייט זענען זיי זיך קובע צייט צו לערנען. זיי הייבן אן דעם טאג פארטאגס מיט תורה ותפילה, אינמיטן טאג כאפן זיי ווייטער ארויס תורה און ביינאכט זענען זיי זיך ווידעראמאל קובע צייט צו לערנען.


טענה זיך נישט מיט דיין ווייב; זי וויל נישט דיין שלעכטס, זי וויל א גוטע לעבן, זי וויל א מאן א ירא שמים. עס שטערט איר צו זען ווי דו שפילסט ארום מיט איר, עס שטערט איר אז דו פירסט זיך נישט אויף ערליך, זי האט מורא אז ווען דו וועסט גיין ארבעטן וועט עס ווערן נאך ערגער, אבער אז דו וועסט אנפילן דיין צייט מיט גוטע זאכן, דו וועסט נישט גיין ליידיג - וועט זי אנהייבן האלטן פון דיר, זי וועט דיר מחשיב זיין.


נעם דעם רבינ'ס דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו); דער רבי האט אונז געגעבן א זיסע וועג צו לערנען, א וועג פאר אלעמען, נישט קיין אונטערשיד א גוטע קאפ - א שוואכע קאפ, נישט קיין חילוק צי מען האלט יא ביים לערנען אדער מען האלט נישט ביים לערנען, דעם רבינ'ס דרך הלימוד ארבעט מיט יעדן איינעם.


מאך זיך א שיעור אין חומש רש"י מיט'ן תרגום, הייב אן זונטאג די פרשה ביז שני, מאנטאג זאלסטו גיין ווייטער פון שני ביז שלישי, דינסטאג זאלסטו לערנען ביז רביעי און אזוי ווייטער, ביז די ענדע וואך וועסטו האבן מסיים געווען די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", דער וואס איז מעביר סדרה יעדע וואך צוויי מאל די חומש און איין מאל די תרגום וועט לאנג לעבן; דער שלחן ערוך פסק'ענט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין; און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


נאכדעם זאלסטו זיך קובע זיין א שיעור אין משניות; הייב אן מסכת ברכות און לערן א פרק נאך א פרק, קוק נישט אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער דו פארשטייסט נישט, דו זאג די ווערטער פון משניות. יעדע ווארט תורה וואס מען לערנט האט דער אייבערשטער א נחת רוח דערפון, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין", און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט): בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען.


ועל כולם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; הייב אן ש"ס און גיי כסדרן, די בלעטער גמרא דאס פארברענט דעם יצר הרע. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע, וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", דער אייבערשטער זאגט, איך האב באשאפן דעם יצר הרע, אבער איך האב א רפואה פאר'ן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן אים, "אִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט זיין אונטער די הענט פונעם יצר הרע, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אבער אויב לערנט מען נישט קיין תורה איז מען אונטער אים.


אז דו וועסט אויסנוצן דיין טאג, דיינע טייערע יונגע יארן - וועט דיין ווייב קוקן אויף דיר מיט כבוד, מיט הערצה; זי וועט דיר מחשיב זיין און זיך נישט קריגן מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - מ'טראגט מיר אן א שידוך, און זיי ווילן איך זאל לערנען אין כולל, וואס טו איך?
לימוד התורה, שידוכים, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך זיך באדאנקען פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך. א גרויסן יישר כח.


לעצטנס האט מען מיר אנגעטראגן א שידוך, און די מיידל'ס משפחה פרעגט אויב איך גיי לערנען אין כולל נאך די חתונה פאר עטליכע יאר. איך שפיר אז איך בין נישט געמאכט פאר דעם, איך ארבעט שוין יעצט רוב טאג, און איך האב שיעורים צו לערנען עטליכע שעה אין טאג. איך מיין אז אויב וועל איך נישט זיצן א גאנצן טאג אין כולל, איך וועל נאר האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט, וועט זי מיר נישט ארויפקוקן, ווייל איר האט מען אזוי מחנך געווען אז ס'איז נאר חשוב אויב מ'לערנט א גאנצן טאג.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען רעדט דיר א שידוך און די איינציגסטע פראבלעם איז יא כולל נישט כולל, זאלסטו זיך נישט אפהאלטן צו טון דעם שידוך.


נאך די חתונה וועסטו זיך קובע זיין צו לערנען און אויך וועסטו ברענגען פרנסה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן", עס איז גוט מען זאל לערנען און ארבעטן, אזוי איז נישט דא קיין צייט צו טון נארישקייטן.


מען קען ארבעטן און אין די זעלבע צייט אויסנוצן די צייט, לערנען פלייסיג יעדע מינוט וואס מען האט, און מען קען זיצן אין כולל און בטל'ן די צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע אידישע ערליכע שטוב.

#2 - זאל איך ארויס פון כולל און גיין ארבעטן?
לימוד התורה, משפחה, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים פון חיזוק און הדרכה. איך הער אויס יעדע נייע שיעור, און נישט קיין חילוק ווי צעבראכן איך בין, וועט די שיעור מיר אלץ מחזק זיין און אויפהויבן, עס ברענגט אריין אין מיר א מורא'דיגע שמחה און חיזוק ווייטער אנצוגיין. איך האב ב"ה אנגעהויבן א שיעור אין נ"ך, איך האב שוין געענדיגט יהושע און שופטים, און איך האלט אינמיטן ספר שמואל.


יעצט צו מיין שאלה. איך לערן אין כולל פארמיטאג, און נאכמיטאג ארבעט איך. למעשה אבער זע איך נישט קיין תכלית אין זיצן אין כולל פארמיטאג, איך קען נישט לערנען דארט מיינע שיעורים, א בלאט גמרא מיט חומש רש"י, תהלים און נ"ך, און אזוי ווייטער. איך מוז לערנען די שיעורי הכולל, און כ'האב נישט צופיל געדולד דערצו, און איך שמועס אסאך אינמיטן לערנען. איך מיין אז דאס בעסטע וואלט געווען פאר מיר צו גיין ארבעטן געהעריג, און אליין האבן מיינע שיעורים צו לערנען יעדן טאג.


פאר מיין שווער וועט דאס אבער לכאורה אביסל שטערן אז איך גיי ארויס פון כולל, וויל איך וויסן וואס ס'איז די ריכטיגע זאך צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די ערגסטע זאך איז צו 'גיין ליידיג'; אלע פראבלעמען קומען פון גיין ליידיג. אז מען גייט ליידיג קומט מען צו טון עבירות און עס ברענגט אלע שלעכטס פארן מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", אז מען בטל'ט די צייט קומט מען צו עבירות און מען ווערט דעפרעסט.


איז זיכער אז דו זאלסט זען אנצופולן דיין טאג; זאלסט לערנען דיינע אייגענע שיעורים כסדרן און נעמען אן ארבעט, ווייל (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ", עס איז גוט פאר'ן מענטש ער זאל לערנען און ארבעטן, "שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן"; 'מְשַׁכַּחַת' איז דער זעלבער לשון פון: 'שִׁכְחָה', אז מען ארבעט און מען לערנט פארגעסט מען צו זינדיגן און מען האט ניטאמאל קיין צייט צו זינדיגן.


בנוגע דיין שווער וכו'; א שווער קען מען נישט אפנארן, יעדער שווער ווייסט פונקט דעם מצב מיט זיין איידעם - צי ער לערנט אדער ער גייט ליידיג, מיט דעם וואס דו זיצט אין כולל און דו בטל'סט צייט וכו' וועסטו אים נישט מאכן קיין נחת. דעריבער זאלסטו שוין זוכן עפעס מיט וואס אנצופולן דיינע שעות.


אז דו וועסט גיין ארבעטן, זיך פירן מיט יראת שמים און דו וועסט אויסנוצן דיין צייט; יעדע איבעריגע מינוט וועסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, חומש רש"י מיט'ן תרגום איינגעטיילט אויפ'ן טאג: זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אויך וועסטו זאגן פרקים משניות, דפים גמרא און קאפיטלעך תהילים - וועסטו מאכן נחת פאר דיינע עלטערן און פאר דיין ווייב'ס עלטערן; אלע וועלן האלטן פון דיר.


כולל איז געמאכט נאר פאר יונגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה, זיי לערנען אן קיין הפסק א גאנצן טאג.


 

#1 - וואס טו איך אז מיין ראש הכולל איז זייער נערוועז?
לימוד התורה, פרנסה, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן אין א כולל, אבער דער ראש הכולל איז אלעמאל אנגעצויגן און ברוגז אויף די אינגעלייט, און דאס שטערט ממש פון צו קענען לערנען געהעריג מיט ישוב הדעת. האט איר אפשר אן עצה פאר מיר וואס איך קען טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גאנצע זאך פון גיין אין כולל איז נישט אזוי פשוט; א יונגערמאן וואס האט חתונה געהאט דארף גיין ארבעטן און ברענגען פרנסה, אזוי ווי ער האט געשריבן אין די כתובה: "וַאֲנָא אֲפַלַח וְאוֹקִיר וְאֵיזּוֹן וַאֲפַרְנֵס יָתִיכִי כְּהִלְכוֹת גּוּבְרִין יְהוּדָאִין, דְּפָלְחִין וּמוֹקְרִין וְזָנִין וּמְפַרְנְסִין לִנְשֵׁיְהוֹן בְּקוּשְׁטָא", איך וועל דיר שפייזן אזוי ווי א איד דארף שפייזן זיין ווייב מיט אן אמת; דאס איז דער דרך התורה, אז דער מאן זאל ברענגען פרנסה און די ווייב זאל אויפציען די קינדער, טון די שטוב ארבעט, מסדר זיין די שטוב, קאכן פאר די מאן און קינדער און אזוי ווייטער.


'כולל' איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם, כולל איז נאר געמאכט פאר יונגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה, זיי לערנען מיט גרויס התמדה און זענען נישט מבטל קיין איין רגע. דעמאלט איז א גרויסע זאך אז די ווייב איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין און ברענגען פרנסה אז איר מאן זאל זיצן און לערנען, אבער דאס וואס יונגעלייט זיצן אין כולל און גייען ליידיג וכו' בשעת די ווייב זייערע דארף זיך ארויס שלעפן ארבעטן עבודת הפרך, נאכדעם נעמט ער די געלט פאר זיך מעשה פריץ און טיילט איר איין וואס צו טון דערמיט וכו' - דאס איז א שרעקליכע זאך, דאס ווייזט אז דער מענטש איז פול מיט אכזריות.


יעצט וועסטו שוין פארשטיין פארוואס דיין ראש הכולל איז אזוי ברוגז; ער דארף זוכן צו שאפן געלט צו צאלן פאר די כולל יונגעלייט ווען רובו דרובם דרייען זיך ליידיג און בטל'ן די צייט. השם ישמרינו וואס קומט ארויס פון גיין ליידיג! איז אוודאי פארשטיי איך דיין ראש הכולל פארוואס ער איז ברוגז; ער זוכט פון וואו ער קען אויס האלטן די יונגעלייט, און ווען ער בעט זיך אז מען זאל לערנען לאכט מען אים אין פנים וכו'.


דו פרעגסט וואס דו קענסט טון; דו האסט צוויי ברירות, אדער זעץ דיך לערנען פלייסיג, דעמאלט וועט ער נישט זיין ברוגז אויף דיר, נאר ער וועט דיר מחזק זיין און העלפן מצליח זיין אין לערנען. אבער אויב דו האלסט נישט ביים לערנען לאז אפ כולל; פארוואס זאלסטו זיצן אין כולל און מבטל זיין צייט און גורם זיין צער פאר דיר און פאר דיין ראש הכולל? ענדערש גיי זוך א מלאכה קלה ונקיה, א זויבערע ריינע ארבעט, און ווען דו האסט אביסל איבעריגע צייט זאלסטו לערנען פאר דיר אביסל חומש, אביסל משניות און אביסל גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.