שאלה אין קורצן ענין
#3 - ווי אזוי קען מיר מאכן אז מ'זאל אננעמען אונזער טאכטער אין סעמינאר?
התחזקות, קינדער, חיזוק פאר מיידלעך, מוסדות, איינזאם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער וועכנטליכער קונטרס עצתו אמונה איז די עונג שבת פון אונזער גאנצע משפחה. א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע בריוו, פול מיט אזויפיל חיזוק און עצות אין לעבן.


אונזער טאכטער דארף אריינגיין קומענדיגע יאר אין סעמינאר דא אין ירושלים עיר הקודש, מיר האבן איר איינגעשריבן אין א גוטע סעמינאר, ס'זעט אונז אויס ווי ס'וועט זיין א גוטע פלאץ פאר איר, זי איז זייער וואויל, האט א גוטע הארץ און גוטע מדות, און איז צניעות'דיג און איידל.


דער פראבלעם איז אז ס'איז דא אזא גרויסע פארלאנג פון מיידלעך וואס ווילן דארט אריינגיין, און אויך זענען מיר פון "עדות המזרח", און מיר זענען נישט געבוירענע אין ארץ ישראל, די אלע זאכן מאכט אז מיר זאלן זיין די לעצטע אויף די ליסטע אנצונעמען. מיר האבן דערווייל נאכנישט באקומען קיין ענטפער פון זיי, און זי האט חבר'טעס וועמען מ'האט שוין יא אנגענומען, און דאס מאכט דער מצב זייער אנגעשטרענגט.


מיר וועלן זיך פרייען צו באקומען חיזוק און אן עצה אויף דעם ענין. אויך אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מתפלל זיין פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דערמאנסט מיר א מעשה, מוהרא"ש האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, אות מט און ווייטער) אז זומער תשכ"ו האבן אנשי שלומינו נאכאמאל באקומען רשות צו פארן קיין אומאן; דעמאלט האט מען נישט געקענט פארן קיין אוקריינא נאר מיט רשות פון די רעגירונג. די ערשטע מאל ווען די רעגירונג האט געגעבן רשות פאר אנשי שלומינו צו קומען, שנת תשכ"ד, האט מוהרא"ש אויך באקומען רשות, אבער וויבאלד מען האט זייער פיינט געהאט מוהרא"ש האבן זיי זיכער געמאכט אז מוהרא"ש זאל נישט מיט קומען.


די צווייטע מאל, שנת תשכ"ו האט מוהרא"ש זייער שטארק געוואלט מיט גיין מיט די קבוצה וואס האט באקומען רשות, איז ער געגאנגען זיך בעטן ביי הרב החסיד ר' צבי אריה רוזנפעלד ער זאל אים מיט נעמען, ר' צבי ארי' האט זיך פרובירט ארויס צו דרייען, ווייל ער האט מקבל געווען לשון הרע אויף מוהרא"ש, מען האט אים אויפגעהעצט קעגן אים, האט ער אים נישט געוואלט געבן א וויזע, אבער מוהרא"ש האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו קענען קומען קיין אומאן, מוהרא"ש האט מיט זיינע טרערן ווייך געמאכט זיין הארץ און באקומען רשות מיט צו גיין.


דער אנפירער פון די גרופע האט אנגעזאגט יעדן איינעם מען זאל נישט האבן קיין שייכות מיט מוהרא"ש און מ'זאל נישט רעדן מיט אים; אזוי האבן זיי טאקע געטון. מוהרא"ש דערציילט: "איך האב אבער ברוך ה' אויסגעניצט די טייערע צייט, ספעציעל אז איך בין געווען איינער אליין, און איך האב זיך אסאך מתבודד געווען אויפ'ן וועג; מיר זענען אנגעקומען צו אן האטעל אין קיעוו, פאר מיר האט מען געגעבן א פריוואטע צימער, ווייל איך בין דאך געווען אין חרם, מען האט נישט געטארט האבן קיין שייכות מיט מיר".


מוהרא"ש איז געזעסן אליין, קיינער האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, פונדעסטוועגן האט אים גארנישט אינטערעסירט, ווייל ער איז געווען צוגעוואוינט צו אנטלויפן אלץ צום אייבערשטן, ער האט נישט געדארפט קיינעם אויף די וועלט.


אזוי ווי די נסיעה האט גענומען זייער לאנג, איבער פיר און א האלב שעה, (ווייל דעמאלט איז דער וועג פון קיעוו קיין אומאן געווען זייער צעבראכן), האבן זיי אויפ'ן וועג אנגעהויבן שמועסן צווישן זיך, אז אזוי ווי די ד' אמות פון רבינ'ס ציון איז זייער קליין און עס וועלן נישט קענען דארט זיין אויף איינמאל אזא גרויסע גרופע פון פינף און דרייסיג מענטשן וואס קומען צום ערשטן מאל צום ציון, עס וועט דאך נישט זיין קיין פלאץ פאר יעדן צוזאמען צו שטיין ביים ציון, דערפאר האבן זיי צעטיילט דעם עולם מיט א גורל, אז עס זאל זיין דריי גרופעס פון צען מענטשן אויף אמאל וואס זאלן קענען צוגיין צום ציון. פארשטייט זיך אז מוהרא"ש האט מען בכלל נישט אריינגעלייגט אינעם גורל...


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זיך אבער פארלאזט נאר אויפ'ן אייבערשטן, אז אין זכות פון ארבעטן אזויפיל פאר'ן רבי'ן די אלע יארן וועט מען אים נישט קענען אוועקשטופן; ער האט זיך בכלל נישט אריינגעמישט, ער האט זיך נישט געבעטן און נישט גערעדט בכלל איבער דעם ענין. ער איז געזעסן אין די זייט און געלאכט פון זיי, אז דאס איז גאר מיט וואס זיי פארברענגען די צייט זיך צוצוגרייטן צום ציון פון הייליגן רבי'ן. מוהרא"ש האט זיך זייער אסאך מתבודד געווען די גאנצע וועג: 'וואו פאר איך? צו וועמען פאר איך?' ער האט זיך גוט גוט צוגעגרייט אנצוקומען צום ציון פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט: "דעמאלט האב איך געזען אז ביים רבי'ן איז נישטא קיין מיוחסים, אלע זענען אייניג ביי אים; ווייל ווען מיר זענען שוין ענדליך אנגעקומען צום הויז וואס דארט אין הויף געפונט זיך דער ציון פון רבי'ן, און די רוסן זענען נישט געווען צוגעוואוינט אז ס'זאל אנגעקומען אזא גרויסע גרופע אמעריקאנער בירגער אין אזא קליין שטעטל ווי אומאן, דערפאר זענען דארט געשטאנען פאליציי און נישט אריינגעלאזט דעם עולם, מיט טענות ומענות אז די באלעבאסטע פונעם הויז וויל נישט אז אזא גרויסער ציבור זאל אריינגיין אין הויף און מ'זאל איר דארט אלעס צעברעכן.


דער הויפט אנפירער פון די נסיעה האט פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו עקשנ'ען ביי זיי, מען האט פרובירט אלע טענות און געבעטן, עס האט אבער גארנישט געהאלפן, מען האט פרובירט צוצוזאגן אסאך שוחד, עס האט אבער אויך נישט געהאלפן, די פאליציי האט נאר געוואלט אז יעדער זאל שוין צוריק ארויפגיין אויפ'ן באס און צוריק פארן קיין קיעוו".


יעדער איז געווען זייער נערוועז און דערשראקן, מ'האט זיך גע'טענה'ט און געשריגן, און דערווייל האט מען אינגאנצן פארגעסן פונעם סדר וואס מען האט איינגעטיילט, ווער עס זאל זיין פריער אדער שפעטער און ווען מוהרא"ש האט געזען די איבערקערענישן וואס קומט דארט פאר צווישן עולם האט ער זיך צוביסלעך צוגערוקט נענטער און נענטער צום צוים; קיינער האט נישט געכאפט אז ער איז דער ערשטער וואס שטייט ביים טויער, ביז נאכ'ן טענה'ן כמעט א שעה מיט די פאליציי און די באאמטע איז ער שוין געווען דער ערשטער אין די רייע. (קיינער האט נישט באמערקט ווי אין די צייט וואס זיי זענען געווען דארט פארנומען מיט די גאנצע איבערקערעניש איז מוהרא"ש געשטאנען ביים טויער און זיך אסאך מתבודד געווען צום אייבערשטן, ער זאל רחמנות האבן, ער זאל זען די פילע בזיונות און שפיכות דמים וואס ער ליידט די גאנצע וועג, מען איז אים מחרים און מען וויל נישט רעדן מיט אים, ער זאל כאטש זוכה זיין אריינצוגיין און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהלים - די "תיקון הכללי").


דאן איז געקומען די באפעל אז מען קענען אריינגיין; פארשטייט זיך מוהרא"ש איז געווען דער ערשטער וואס האט געעפנט די טיר, ער איז גלייך געלאפן צום רבינ'ס ציון, זיך געשטעלט אין א ווינקל און אנגעהויבן זאגן די צען קאפיטלעך תהלים מיט א געוואלדיגע התעוררות און זיך דארט מתבודד געווען אויפ'ן גאנצן "ליקוטי מוהר"ן".


מען איז דארט געווען פאר דריי און א האלב שעה, און ווי פארשטענדליך האבן אלע פארגעסן פונעם גורל מיט די ליסטעס, ווייל פון גרויס שרעק אז מען זאל זיי נישט פארטרייבן פון דארט, האט יעדער פארגעסן פון א צווייטן, און וואונדער איבער וואונדער האט מען געזען אז די ד' אמות פון רבי'ן איז א מועט המחזיק את המרובה, עס איז געווען פלאץ פאר יעדן איינעם און קיינער האט נישט געדארפט אוועקשטופן א צווייטן (ווייל אין די מינוט וואס מ'טראכט נישט פון יענעם, יעדער טראכט נאר פון זיך אליין, דאן איז שוין דא פלאץ פאר יעדן. מוהרא"ש זאגט: "דעמאלט האב איך געזען אז ביים רבי'ן איז נישטא קיין שום מיוחסים; די אלע וואס האבן געטראכט איבער דעם ווער עס זאל זיין פריער אדער שפעטער זענען געבליבן זייער פארשעמט, ווייל יעדער איז געשטאנען אינאיינעם אין די ד' אמות פון רבי'ן, עס איז געווען פלאץ פאר יעדן").


מוהרא"ש איז געשטאנען מיט גרויס עקשנות אויף איין פלאץ פאר דריי און א האלב שעה אין א צו, אונטער די ברענעדיגע זון און עס האט אים גארנישט אינטערעסירט; (דערציילט מוהרא"ש: "כאטש וואס זיי האבן שוין געענדיגט די 'תיקון הכללי' און די תפלות מיט התבודדות און זיי האבן זיך געזעצט דארט עסן און גערעדט וואס זיי האבן גערעדט, און אזוי ווייטער. האט מיר דאס גארנישט אינטערעסירט, איך האב זיך נאר מתבודד געווען אויפ'ן גאנצן 'ליקוטי מוהר"ן' וואס איך האב געדענקט אויסנווייניג").


אינצווישן זענען די פאליציי שוין אנגעקומען און האבן יעדן פארטריבן צוריק צום באס. און מוהרא"ש, וואס איז געשטאנען דארט מיט פארמאכטע אויגן, האט נישט אויפגעפאסט בכלל וואס עס קומט פאר ארום אים, ער האט זיך ווייטער מתבודד געווען און נישט געכאפט אז די פאליציי זענען דארט און עס איז דא א באפעל צוריק צו גיין צום באס.


זיי האבן אפגעציילט וויפיל מענטשן געפונען זיך אויפ'ן באס און געזען אז איינער פעלט, פון גרויס צעמישעניש און איבערקערעניש האבן זיי אינגאנצן פארגעסן אז מוהרא"ש שטייט נאך ביים רבינ'ס ציון מיט פארמאכטע אויגן, ער האט נישט געוואוסט און נישט געהערט, נישט געזען און נישט געשפירט, וואס טוט זיך בכלל ארום אים.


זיי זענען אים געקומען זוכן, זיי האבן אפילו געשריגן אז ער דארף שוין קומען, מוהרא"ש האט אבער נישט צוגעלייגט קאפ צו זיי, ביז ווען די פאליציי זענען צוגעקומען צו אים און אים אנגעהויבן שאקלען, דעמאלט האב ער געעפנט די אויגן און זיי געוויזן מיט די צען פינגער, ווי צו ווייזן אז זיי זאלן אים געבן נאך צען מינוט צו בלייבן ביים ציון און זיי האבן מסכים געווען.


דערווייל האבן זיי געשטעלט שומרים אויפ'ן באס, אז קיינער זאל זיך נישט דערוואגן אראפצוגיין; אלע אנשי שלומינו זענען געזעסן און געזינגען אויפ'ן באס, זיי זענען געווען זייער פרייליך אז זיי האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבינ'ס ציון פאר אזא לאנגע צייט, זיי האבן אבער נישט געקענט אראפגיין פון באס ווייל מען האט זיי נישט געלאזט.


מוהרא"ש איז דערווייל געבליבן ביים ציון פאר נאך א האלבע שעה, ווייל פון די צען מינוט וואס זיי האבן מסכים געווען איז געווארן א האלבע שעה, ביז זיי זענען געקומען אים ארויסשלעפן מיט כח פון דארט, פונדעסטוועגן איז אים געלונגען נאך צוויי מאל זיך ארויסצודרייען פון זיי און צוריק גיין צום רבינ'ס ציון און ער איז געווען דארט פאר נאך פופצן מינוט ביז ער איז ארויף אויפ'ן באס.


"דעמאלט האבן מיינע שונאים געזען", זאגט מוהרא"ש, "אז נישט נאר בין איך נישט געווען דער לעצטער אריינצוגיין צום רבינ'ס ציון, נאר קיינער האט קודם נישט געהאט קיין רשות אריינצוגיין בכלל און ווען מען האט שוין יא געגעבן רשות, בין איך געווען דער ערשטער אריינצוגיין און דער לעצטער ארויסצוגיין, איך בין דארט געווען כמעט א שעה מער פון יעדן. דערפאר האבן זיי שוין אנגעהויבן אסאך רעדן מיט מיר אויפ'ן וועג צוריק, זיי זענען נתפעל געווארן פון די גרויסע עקשנות וואס איך האב געהאט אויפ'ן רבינ'ס ציון, אז עס האט מיר קיינעם נישט אינטערעסירט און עס איז מיר גארנישט אנגעגאנגען וואס טוט זיך ארום מיר".


דאס אלעס שרייב איך דיר דו זאלסט פארשטיין אז אפילו דא אונטן איז דא א ליסטע וועמען מען נעמט אן קודם און וועמען מען לייגט ביים סוף, אבער אויבן אין הימל איז דא אן אנדערע סדר; אויב מען בעט דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל טוישט זיך די סדר, דער וואס מיינט ער גייט קודם דער גייט ביים סוף און דער וואס מיינט ער וועט זיין דער לעצטער ער באקומט דער ערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי געב איך מיין מעשר געלט פאר הפצה?
הפצה, צדקה, מוסדות, מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר די ווארעמע דרשות און חיזוק, ס'איז ממש מחיה נפשות.


איך האב געמאכט עפעס אן אינוועסטמענט, און איך האב זיך אונטערגענומען אז א חלק פון די מעשר וועל איך געבן פאר הפצה. יעצט איז מיין שאלה וואס ס'גייט אריין אין גדר פון הפצה, נאר צו דרוקן ספרים, אשר בנחל און קונטרסים? אדער אויך צו פארשפרייטן די שיעורים און ניגונים, אדער אפשר פאר די טעלעפאן ליין וואו מ'קען הערן די שיעורים?


א גרויסן יישר כח, יחזקאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יחזקאל נרו יאיר.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מזכה זיין אידישע קינדער זיי זאלן אויך וויסן פונעם הייליגן רבינ'ס עצות.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות ברכת השחר, הלכה ה', אות לו): אויפן פסוק (תהלים קיט, קמב): "צִדְקָתְךָ צֶדֶק לְעוֹלָם, וְתוֹרָתְךָ אֱמֶת", וועלכע צדקה בלייבט אויף אייביג? ווען מען גיבט צדקה צו פארשפרייטן די לימודים פונעם צדיק וואס איז מגלה תורת אמת, ער ווייזט פאר אלעמען אז מען קען נאך צוריק קומען צום אייבערשטן – דאס בלייבט אויף אייביג.


דעריבער איז נישט דא קיין גרעסערע צדקה ווי צו געבן געלט פאר די ספרים; בפרט אין אונזער דור וואס מיר דארפן זייער וויכטיג האבן די ספרים, נאכדעם וואס מיר געפונען זיך אין א וועלט וואס איז אנגעפולט מיט כפירות און אפיקורסות, און מען קען זייער גרינג אנקומען צו עבירות. עס ווערן געדרוקט יעדע רגע אזויפיל עקלדיגע און אויסגעלאסענע מאגאזינען וכו' וואס דורך דעם ווערן אוועק געריסן אידישע קינדער פונעם אייבערשטן, און נאר די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן האבן א כח און ברענגען צוריק אזויפיל אידן צום אייבערשטן, אפילו פון די ווייטסטע פלעצער.


וואויל איז פאר דעם וואס גיבט זיין צדקה צו קענען דרוקן די ספרים, בפרט אז ער העלפט דרוקן די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן - וואס עס איז ארויס גענומען די תמצית פון רבינ'ס ספרים, כדי עס זאל זיין גרינג צו פארשטיין פאר אלע וואס זענען שוין ווייט פארקראכן - איז נישט דא קיין גרעסער'ס פון דעם.


פארבינד זיך מיט 'מוסדות היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג' און געב זיי איבער דיין נדבה; דאס וועט גיין פאר די ספרים, קונטרסים, גליונות און פאר אלע אופנים ווי אזוי מען קען נאר פארשפרייטן די ריינע אמונה פאר אידישע קינדער.


אין זכות וואס דו פארשפרייטס'ט די הייליגע דיבורים אויף די וועלט זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - מ'רודפ'ט מיינע קינדער אין חדר און אין שולע, וואס קען איך טון?
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, וואו איך האב ב"ה זייער שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב, איך לעב ב"ה א הערליך לעבן מיט מיין ווייב און קינדער, איך האב ב"ה קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען, איך האב ב"ה געראטענע קינדער און איך האב געטון הערליכע שידוכים מיט זיי. איך האב ב"ה ברייט פרנסה, און אלעס גייט מיר זייער גוט, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


לעצטנס האט זיך אבער געמאכט אן אינצידענט און דאס האט געברענגט אז די מענטשן אין מיין געגנט האבן מיר אנגעהויבן זייער שטארק צו רודפ'ן, דאס וואלט מיר נישט אזוי געשטערט, דער פראבלעם איז אבער אז ס'איז געגאנגען נאך ווייטער, אז מ'האט אויך אנגעהויבן צו רודפ'ן מיינע קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך, אין חדר און אין שולע.


די קינדער קומען אהיים ממש אויסגעלאשן, זיי דערציילן ווי מען רודפ'ט זיי און מען פייניגט זיי אויס, און דאס מאכט מיר געפערליכע צער. איך און מיין ווייב מאכן נאס דעם קושן יעדע נאכט.


ליידער איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, נישטא קיין הנהלה אדער רבנים וואס זאלן זיך צוהערן צו אונזער ווייטאג. וואס זענען שולדיג מיינע אומשולדיגע קינדער, אז מ'טשעפעט זיי אזויפיל און מ'געבט זיי צונעמען, און אזוי ווייטער.


ביטע האט רחמנות אויף מיין משפחה וואס גייט ממש צוגרינד, און געבט אונז אן עצה וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח, יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויין ווען איך ליין דיין בריוו.


איך בין דאס אריבער ווען איך האב געעפענט די ברסלב'ע ישיבה; פאר צען יאר צוריק האט מען דאס געטון מיט מיינע קינדער. מען האט זיי געטשעפעט און פארשעמט, מען איז זיי נאכגעלאפן אין די גאסן, די שכנים וכו' האבן זיי נאכגעשריגן מיט אלע מיאוס'ע ווערטער אויף זייער טאטע, דאס האט מיר זייער וויי געטון, נאך מער פון אלעס.


פרוביר צו רעדן צו די מלמדים און טיטשערס פון דיינע קינדער, פארצייל זיי וואס מען טוט מיט די קינדער, זיי וועלן אודאי אנזאגן די תלמידים אז מען טאר נישט וויי טון א צווייטן איד. אויב זיי וועלן זיך נישט וואוסענדיג מאכן, זיי וועלן זאגן אז עס איז א מצוה צו רודפ'ן דיינע קינדער זאלסטו ארויס נעמען דיינע קינדער פון אזא פלאץ; אויב א מלמד איז מחנך זיינע תלמידים מיט רשעות, צו טשעפען אנדערע קינדער, וועלן אלע קינדער ביים סוף ארויס גיין לתרבות רעה.


איך ווייס נישט וואו דו געהערסט, צו וואסערע חסידות וכו'; איך וויל דיר דערציילן אז דא איז דא א געגענט וכו' וואו מען האט פאר דרייסיג יאר צוריק מחנך געווען קינדער צו שפייען אויף קינדער וואס לערנען אין אן אנדערע מוסד, מען האט אויסגעלערנט די מיידלעך אז ווען זיי זעען א מיידל וואס גייט אין די אנדערע שולע זאל מען ציען אירע האר און שרייען מיאוס'ע ווערטער. רוב פון די קינדער זענען ארויס לתרבות רעה און די איבעריגע האבן נעבעך יענעם חיים טובים.


דערווייל לייג אריין אין זיי א שטארקייט אז זיי זאלן נישט ווערן צעפאלן און דערנידערט פון קיינעם; אויב איינער שלאגט זיי, זאלן זיי צוריק געבן מכות רצח, זיי זאלן נישט מורא האבן פון קיינעם. זאג זיי אן אז קיינער קען נישט קומען שרייען אויף זיי "נקמה", ווייל מען דארף אויסלערנען פאר די קינדער: "הבא להרגך השכם להרגו", דאס הייסט "סעלף דיפענס" וואס איז נישט נקמה, ווייל נקמה מיינט אז איינער האט מיר שלעכטס געטון טאר איך אים נישט צוריק טון קיין שלעכטס, אבער אז איינער וויל מיר שלאגן איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן.


עס איז נישט דא קיין שום היתר צו טשעפען קינדער וועגן די עלטערן; ווען דער הייליגער סאטמארער רב זכותו יגן עלינו האט געעפענט די חדר "תורה ויראה", האט ער געזאגט אז מען קען נישט קוקן אויף די עלטערן וכו', ער האט געהייסן אריין נעמען אין חדר און אין שולע ווער עס האט נאר געוואלט; ווען עלטערן זענען געקומען זיך אפרעדן אז עס זענען דא קינדער וואס זייערע עלטערן היטן נישט קיין שבת, און זיי ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן לערנען צוזאמען מיט זיי, האט דער רבי זי"ע געענטפערט: "אויב איר ווילט נעמט ארויס אייער קינד"... אזוי אויך האט מען זיך אפגערעדט אז עס זענען דא עלטערן וואס פארמאגן טעלעוויזשן אין שטוב, אויף די אלע טענות האט דער רבי געענטפערט: "מיט די צייט וועלן די קינדער משפיע זיין אויף די עלטערן זיי זאלן אויך תשובה טון"; ער האט בשום אין אופן נישט געלאזט מען זאל ארויס ווארפן א קינד וועגן די עלטערן.


דעריבער זאלסטו נאכאמאל פרובירן צו רעדן צו די מלמדים און טיטשערס, צום מנהל און מנהלת אז מען טוט וויי דיינע קינדער; אפשר איז עס נישט ממש ווי דו זאגסט, אפשר זוכן דיינע קינדער צו טשעפען מיט אנדערע, זיי מברר וואס גייט פאר, און אויב עס איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט, זאלסטו שוין ארויס נעמען דיינע קינדער פון אזא פלאץ וואס וועט סיי ווי צעפאלן.


די הנהלת המוסד איז געקומען אמאל צום הייליגן סאטמארער רבי זאגן אז עס איז נישט דא קיין געלט און די מוסד האלט זיך ביים פארמאכן, האט דער רבי זכותו יגן עלינו זיי געזאגט אזוי: "א מוסד מאכט זיך נישט צו אז מען האט נישט קיין געלט, א מוסד מאכט מאכט זיך צו פון מחלוקות"; קינדער טאר מען נישט אריין מישן אין קיין מחלוקת, קינדער וואס הערן רעדן אויף א צווייטע איד וועלן שפעטער אוועק גיין פון אידישקייט, מחלוקות איז נישט גוט פאר קיינעם, עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פאר קיינעם, ספעציעל פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז, און אונז שיקן דעם גואל צדק וואס זאל מאכן שלום צווישן אונז, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג): "הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא וגו' והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם", און חכמינו זכרונם לברכה דרש'נען אויף דעם (עדיות, ח): "אין אליהו בא לא לרחק ולא לקרב, אלא לעשות שלום בעולם", אליהו הנביא וועט קומען נאר צו מאכן שלום אויף די וועלט; אמן.