שאלה אין קורצן ענין
#1 - וועלכע סארט מעשיות דערציילט מען פאר קינדער?
חינוך הילדים, מדות טובות, אמונת חכמים, סיפורי מעשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע בריוו וואס איך האב באקומען איבער זיך שטארקן אין שמירת הזמנים אלס מלמד.


דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט אויך געשריבן איבער די גרויסקייט צו דערציילן מעשיות פון צדיקים פאר די קינדער, האב איך געוואלט קלאר מאכן איבער וועלכע סארט מעשיות דער ראש ישיבה שליט"א רעדט, ווייל ס'זענען דא מעשיות פון צדיקים וואס איז נישט שייך פאר קינדער נאכצומאכן, דאס וועט נאר אויפטון אז די קינדער וועלן מיינען אז צו זיין א צדיקים דארף מען זיין ממש א מלאך, ווידער איז דא מעשיות וואס קינדער קענען יא נאכמאכן, צום ביישפיל די מעשה פון רבי אביש'ל פראנקפורטער וואס האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן ביז זיין קאפ האט זיך געעפנט און ער האט אנגעהויבן פארשטיין לערנען. און דאס גלייכן אזעלכע סארט מעשיות ווי צדיקים האבן שטארק אכטונג געגעבן נישט מצער צו זיין א צווייטן וכדומה.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען קלאר מאכן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען דערציילט מעשיות פון צדיקים דארף מען וויסן ווי אזוי דאס צו דערציילן, מען דארף זיי געבן צו פארשטיין אז צדיקים האבן אויך געהאט יונגערהייט א יצר הרע און האבן זיך זייער געמוטשעט. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "איך האב געהערט פון אמת'ע צדיקים, זיי האבן געזאגט אז זיי האבן אויך געהאט שווערע ביטערע נסיונות, זיי האבן געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף זיי נישט, זיי האבן געהאט שווערע מלחמות - ביז זיי האבן מנצח געווען דעם יצר הרע".


מעשיות פון צדיקים איז זייער וויכטיג פאר עבודת השם, בפרט פאר קינדער. עס איז באוואוסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מיט זיי מוסר, ווען דער מלמד האט געזאגט אז ער לערנט מיט זיי חובות הלבבות און נאך האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געזאגט פאר'ן מלמד: "נישט דאס מיין איך, איך וויל אז דו זאלסט זיי דערציילן מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך, פון הייליגן רבי ר' זושא זי"ע", ווייל מעשיות פון צדיקים פלאקערט אויף דאס הארץ, בפרט קינדער - ווען זיי הערן מעשיות פון צדיקים ברענגט עס אריין אין זיי א חשק און א גליסטעניש אויך צו וועלן זיין ערליך און הייליג.


עס האט נישט צו טון אויב מען קען נאכמאכן די מעשה אדער נישט, ווייל מיר קענען טאקע נישט נאכמאכן די מעשיות וואס צדיקים טוען. צום ביישפיל מען דערציילט פאר קינדער די מעשה פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אז ער האט געזען ווי זיין אייניקל וויינט, א קליינטשיג קינד וויינט אין שויס פון זיין מאמע און האקט די מאמע, האט ער אנגעהויבן שרייען: "אוי וויי, אוי וויי איז מיר, שלאגן א מאמע?!" דארט איז געשטאנען דער הייליגער רבי אלימלך'ס מאמע, האט זי געזאגט פאר אים: "ווען דו ביסט געווען א קליינטשיג קינד האסטו מיר אויך געשלאגן..."


ווי נאר דער הייליגער רבי אלימלך האט דאס געהערט איז ער געלאפן צום אויוון און ער האט אריין געלייגט זיינע הענט אין פייער, ער האט געוויינט צו זיך און געזאגט: "הענט וואס שלאגן א מאמע דארף מען פארברענען", ביז ער האט זיך פארברענט זיינע הענט.


דעם קומענדיגן טאג האט ער געוואלט דאווענען און לייגן תפילין - האט ער געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, מילך וויל לייגן תפילין אבער מילך האט נישט קיין הענט", האט דער אייבערשטער געמאכט א נס אז זיינע הענט האבן זיך אויסגעהיילט.


אזעלכע מעשיות דארף מען דערציילן פאר קינדער זיי אויסצולערנען אז מען טאר נישט שלאגן א מאמע, און זיי זאלן זען וואס א צדיק איז, ער טוט תשובה אויף עבירות וואס ער האט געטון אין די צייט ווען ער האט נאך נישט געהאט קיין שכל, און זיי אויסלערנען אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן העלפט דער אייבערשטער.


דערצייל זיי אז דער הייליגער רבי אלימלך האט געפאסט משבת לשבת פאר איין און צוואנציג יאר; זיבן יאר פאר זיינע עבירות, זיבן יאר פאר זיינע קינדער און אייניקלעך און נאך זיבן יאר פאר אידישע קינדער עס זאל זיי גוט זיין; מיר קענען דאס נישט נאכמאכן און מיר טארן דאס נישט נאכמאכן, דאך דארפן מיר וויסן וואס צדיקים זענען געווען, און אז מיר וועלן זיין דבוק צו זיי, מיר וועלן לעבן מיט צדיקים - וועלן מיר אויך זיין גרויסע צדיקים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן: "כל המחובר לטהור טהור", ווער עס איז באהאפטן צו א טהור איז אויך ריין.


דערצייל פאר די קינדער אלע מעשיות פון צדיקים; עס האט נישט צו טון יא נאכמאכן נישט נאכמאכן, ווייל מיר דארפן וויסן אז מיר זענען זייער ווייט פון זיין א צדיק, מיר זענען זייער ווייט פון וואס מיר דארפן באמת זיין, אבער אויב מיר וועלן זיין מקושר צו צדיקים, מיר וועלן גלייבן אין זיי און פאלגן וואס זיי זאגן - וועלן מיר אויך זוכה זיין צו ווערן צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.