שאלה אין קורצן ענין
#14 - קענט איר אביסל דערציילן וואס איר האט מקבל געווען פון מוהרא"ש?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, שלום, תשובה, הפצה, דרשות, בחור, עצתו אמונה, ראש ישיבה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, רעדן, תעניתים, זיכוי הרבים, בריוו, משיח, מנהיגים, סיפור התקרבות, מגילת סתרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שרייב איך יעצט א ספר איבער מוהרא"ש, און איך פרוביר צו רעדן צו די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש צו הערן און פארשטיין אביסל וואס מוהרא"ש האט אלץ אויפגעטון און געטון פאר אונז. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אביסל צייט, און מיר איבערגעבן וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.


א.    ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל, און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


ב.    וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חייתו?


ג.      עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


ד.     דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


ה.    דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


ו.      וואס איז דא אין ברסלב, אז עס ציעט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


ז.      חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה דעם געבענטשטן טויש וואס האט פאסירט?


א גרויסן יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגעס.


ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בפרט, און אויב איך קען אייך דערציילן מיין סיפור התקרבות; וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "'אתה יודע רזי עולם', דער אייבערשטער ווייסט דער סוד פארוואס איך ווייס פון אזא רבי און א צווייטער נישט".


איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן מיין סיפור התקרבות; עס איז א לאנגע סיפור, איך וועל אייך שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זייער טייערע עלטערן, איך קום מיין לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי זענען ספעציעלע מענטשן, מיין טאטע שליט"א - זיין גאנצע לעבן איז נאר לערנען די הייליגע תורה און דינען דעם אייבערשטן, אזוי אויך מיין מאמע תחי' - איר גאנצע לעבן איז אמונה, תפילה און שמחה. איך האב אלע יארן זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געזוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אויפצואוואקסן ביי מיין זיידע, הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה, איך האב אים משמש געווען אסאך יארן בייטאג און ביינאכט, איך האב געזען זיין עבודה, זיינע תעניתים, זיינע סיגופים, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, ער איז נישט געשלאפן אין בעט קיין איין נאכט, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, געזיצן א גאנצן טאג מעוטר בטלית ותפילין, געלאפן אין מקוה צענדליגער מאל א טאג.


איך האב געזען זיינע עבודות און איך האב פארשטאנען אז א צדיק קען מען נאר ווערן דורך די שווערע עבודות, דורך פאסטן, סיגופים און אזוי ווייטער, איך האב דאס פרובירט נאך צו טון, עס איז מיר אבער נישט געגאנגען. מיר האט דאס זייער וויי געטון, איך האב פרובירט צו לערנען, דאווענען און טון רצון השם, איך האב אבער געשפירט א חסרון אין מיין עבודות השם, איך האב געשפירט ווי עפעס פעלט מיר; אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם רב און בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), דער בן יחיד האט געשפירט אז עפעס פעלט אים אין לעבן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפונען א קליין ספר, ספר אשר בנחל חלק כז, און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס איז דא א וועג צו ווערן אן ערליכער איד - דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; מען קען זיין דא אויף די וועלט, מען קען עסן, שלאפן, זיין א מענטש צווישן מענטשן, און זיין דבוק צום אייבערשטן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך התבודדות ותפילה - ווערט דער מח צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


***


וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו?


אויף אייער פראגע, וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו; עס איז שווער אראפצושרייבן אין איין בריוו אלע שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, איך וועל אייך שרייבן דריי שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; דריי וויכטיגע יסודות וואס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


ערשטנס א וועג ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א "סדר דרך הלימוד" פאר יעדן איינציגסטן מענטש צו קענען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, אפילו מען פארשטייט נישט ביים אנהויב וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפשטעלן, נאר ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו בלא הבנה כלל. מען זאל פרובירן זיך קאנצעטרירן צו פארשטיין וואס מען לערנט; אז מען פארשטייט איז גוט, און אז מען פארשטייט נישט - זאל מען ווייטער גיין, ווייטער זאגן די ווערטער, זיך נישט אפשטעלן; מען זאל לערנען און לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


*


צווייטנס האב איך געהערט פון מוהרא"ש די זאך פון התבודדות; ווי די גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטנס ווען מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, דאס איז ביי מיר געווען די שטערקסטע זאך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


אפילו איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב פון אמונה, אלע ווייסן פון תפילה, מיינע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, אבער אויף לעובדא ולמעשה, איך זאל אנהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן - האב איך באקומען ביי מוהרא"ש; קענען שמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט.


*


דריטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש אכטונג צו געבן אויף מיין ווייב תחי'. איידער מיין התקרבות האב איך געמיינט אז שלום בית איז א שיינע זאך צו האבן, איך האב דאס נישט אגעקוקט ווי א זאך וואס האט מיט עבודת השם. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלערנט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, צו זיין אן ערליכער איד; מען מוז רעדן שיין אין שטוב, מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, קיינמאל זיך נישט טענה'ען מיט איר; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח מחשבה און ווערן א גרויסער צדיק.


*


איך האב גארנישט באקומען עפעס ספעציעל מער פון אנדערע; מוהרא"ש האט איבערגעלאזט פאר יעדן איינעם ספרים אן א שיעור און טויזנטער בריוו, חיזוק און עצות ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט פאר אונזערע קליינע פארשמירטע מוחות, מיר זאלן אויך האבן אן השגה און פארשטיין דעם רבינ'ס עצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר גארנישט ספעציעל געזאגט; איך האב געהאט די זכי' פאר צען יאר יעדע וואך ליל שישי נאכן שיעור אריינצוגיין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אל הקודש פנימה, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר אסאך מאל א שעה אדער מער; די חברים פלעגן מיר פרעגן: "וואס האט מוהרא"ש גערעדט? וואס האט מוהרא"ש דערציילט?" איך פלעג זיי זאגן: "מוהרא"ש האט גארנישט דערציילט עפעס סודות וואס נאר איך מעג וויסן און אנדערע נישט, מוהרא"ש האט מיט מיר געשמועסט וואס עס שטייט אין די בריוו"; זאכן וואס איז נוגע צו פירן א ישיבה, א חדר, א בית חנוך לבנות, ווי אזוי צו פירן אינגעלייט וכו', פון סדר דרך הלימוד און פון די זיסע עצות פון רבי'ן. אסאך מאל איז געווען פרטיות'דיגע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט די תלמידים, אדער ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די מחלוקות וואס איז געווען קעגן מיר; אלעס שטייט געשריבן אין די ספרים און קונטרסים, ווער עס וועט לערנען די ספרים וועט אלעס זען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט וועגן דעם ספר מגילת סתרים (ספר פעלת הצדיק, סימן תרח) דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן און רבי נפתלי אלעס וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, רבי נתן האט דאס אפגעשריבן אין ראשי תיבות און דאס איבערגעגעבן פאר רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער גרויסער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה. אלע פרעגן 'פארוועם האט דאס מוהרא"ש איבערגעגעבן?' דער ענטפער איז: מוהרא"ש האט דאס אריינגעלייגט אין ספר אשר בנחל, ווער עס לערנט דעם ספר קען זען און פארשטיין וואס וועט זיין דער גאנצער סדר ביז משיח וועט קומען, אמן ואמן.


***


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


אויף אייער פראגע, עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, וואס זענען אבער די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש אלס פערזענליכקייט; מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך וואלט ווען געקענט נעמען די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן און לעבן מיט דעם פאר מיר אליינס, זיך איינשפארן אין א ספרים צימער, לערנען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, און זיין דבוק צום אייבערשטן מיט די גרעסטע מאס דביקות"; דאס ווייסטו, אז מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט ספרים, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעדער מענטש האט זיינע תאוות, מיין תאוה איז ספרים"; יעדע ספר וואס איז ארויס לאור עולם האט מען געברענגט פאר מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט אנגעגרייט מענטשן פאר דעם, זיי זענען געווען ממונה צו גיין יעדן טאג אין די ספרים געשעפטן אויפזוכן פאר אים נייע ספרים, זיי האבן געברענגט יעדע ספר וואס איז ארויסגעקומען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה וואלט ווען געקענט פארשפארן זיין טיר און זיין פארנומען א גאנץ לעבן מיט לערנען און דאווענען, מוהרא"ש האט אבער אנדערש געטון, ער האט אלעס אוועקגעלייגט, ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן מיט אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן; ער האט זיך פארשמירט מיט בלאטע צו העלפן אידישע קינדער.


מיר געפונען, דוד המלך האט געזאגט (ברכות ד.): "וַאֲנִי יָדַי מְלוּכְלָכוֹת בְּדָּם", מיינע הענט זענען פארשמירט צו מטהר זיין אידישע קינדער; דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון, ער האט זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; עד היום וועסטו הערן מענטשן רעדן קעגן דעם צדיק.


מוהרא"ש האט קיינעם נישט שלעכטס געטון, ער האט סך הכל געשריבן ספרים און קונטרסים פון נושאים וואס קיינער וויל נישט רעדן פון דעם, מחזק זיין בחורים און מיידלעך זיי זאלן נישט אויפגעבן אפילו זיי זענען אראפגעפאלן אין פגם הברית, זיי זענען נכשל געווארן אין די הארבע עבירה רחמנא לצלן; זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען דערנאך, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן זייער תשובה; אויב זיי וועלן זיך מתבודד זיין, זיי וועלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן און שרייען צו אים: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות; איך זאג דיר צו איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי זיין ערליך" - נעמט דער אייבערשטער זיי אן.


עס דרייען זיך ארום טויזנטער און צענדליגער טויזנטער בחורים און מיידלעך פארלוירן, צעבראכן, אליינס; קיינער ווייסט נישט זייער צער וואס זיי גייען אריבער, נאר דער אייבערשטער ווייסט און זעט זייער הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן אבער זיי קענען נישט, זיי פאלן אין שאול תחתיות, זיי זענען אבער נישט שולדיג; צו זיי איז מוהרא"ש געקומען און זיי מחזק געווען, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיי געשריבן טויזנטער בריוו זיי זאלן נישט אויפגעבן, זיי זאלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט כמה פעמים און דאס געשריבן, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן אין הימל וועט ער זיך אננעמען פאר בחורים און מיידלעך, ער וועט איבערדרייען דעם בית דין של מעלה, ער וועט טענה'ען פאר די אלע וואס מען האט אראפגעווארפן אין פגם הברית, ער וועט זאגן פאר די מקטריגים זיי זאלן אראפקומען זיין דא אויף דער וועלט, וועלן זיי זען אז עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען האט חתונה; ווילאנג מען איז א פלג גוף - איז מען אין א סכנה.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לערנען, עס האט געברענט אין אים אויסצולערנען פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם ווי אזוי צו לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש האט געדרוקט און פארשפרייט דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, דורך זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


פרעגט נישט; מען האט חוזק געמאכט, מען האט געשפעט; עד היום שפעט מען פון דעם "סדר דרך הלימוד", אפילו אין ברסלב וואס זיי וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע דאס צו טון, דאס איז דאך נישט מוהרא"ש'ס אייגענע אויסגעטראכטע וועג, דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, קוק אריין אין שיחות הר"ן סימן עו באריכות, וואו עס שטייט אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין, וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם לֹא יָבִין אַחַר כָּךְ מַה בְּכָךְ? וְכוּ'" זיי האבן אפגע'חוזק'ט.


פון די אנדערע זייט האבן טויזנטער מענטשן באקומען א וועג צו לערנען. מוהרא"ש האט גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד ביי יעדע שיעור, ער האט זיך געבעטן ביי אונז: "הויבט אן זאגן משניות", "הויבט אן זאגן גמרא", "זוכט נישט צו פארשטיין, ביים סוף וועט איר פארשטיין", עס האט געקענט אויסקוקן ווי איינער בעט זיך מען זאל אים א טובה טון, אזוי פלעגט מוהרא"ש אונז בעטן; ער האט זיך געבעטן מיר זאלן דאס אננעמען פאר אונזער אייגענע טובה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אונז פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; קיינער טראכט נישט פון די שאלה, מען טראכט נאר פון זאכן פון די וועלט; דער צדיק האט רחמנות אויף אונז, ער טראכט וואס וועט זיין אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן 'וואס האסטו געלערנט?' ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין די שאנד; מען וועט זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו זיין דבוק צום אייבערשטן, עס האט געברענט אין אים דאס אויסצולערנען פאר אלעמען, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו זיין דבוק צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק. ער האט געשריבן אזויפיל בריוו פון אלע סארט זאכן און אלעס קומט צוריק צום זעלבן מכוון, אלע בריוו ענדיגט זיך מיט איין עצה: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן"; נישט קיין חילוק ווער דו ביסט, וואס דו טוסט, ווי אזוי דו פירסט זיך - דערצייל אלעס דעם אייבערשטן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, דערצייל אים ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ איין מאל און נאכאמאל; דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט דביקות בשם.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, זיך אויסקומען מיט מענטשן, מיט עלטערן, ווייב און קינדער; עס איז אים געגאנגען אין לעבן דאס אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט.


*


דאס איז א קליינע ברעקעלע השגה וואס מיר קענען זאגן, וואס מיר פארשטייען און מיר זעען - וואס דער צדיק איז געווען.


***


דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


אויף אייער פראגע ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל עפענען די ישיבה, רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן. מיט די צייט האבן די בחורים אנגעהויבן אפצוכאפן די דרשות און דאס ארויסגעגעבן פאר אנדערע בחורים, עס האט זיך אנגעהויבן א התעוררות אין אנדערע ישיבות, בחורים האבן זיך צוגעכאפט צום "סדר דרך הלימוד", שפעטער זענען געקומען אינגעלייט פון ארץ ישראל, זיי האבן אנגעהויבן מתרגם זיין די דרשות פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש זיי זאלן אויך פארשטיין, נאכדעם זענען געקומען וואס זענען מתרגם אויף ענגליש און אויף ספאניש; עס וועט נאך זיין אויף אלע שפראכן.


*


יארן צוריק ווען עס האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל געבן שיעורים פאר חתנים און אברכים, דעמאלט פלעגט זיין שיעורים נישט באופן קבוע, נאר שטילערהייט פאר תלמידי הישיבה, מוהרא"ש האט דעמאלט געלעבט איז דאס געווען אויף א קליינעם פארנעם.


שפעטער ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעבעצין עליה השלום, זי האט מיר זייער ליב געהאט; זי האט זיך זייער צואוויינט, זי האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס איז מיר זייער אריין אין מיינע ביינער, דאס האט געטוישט מיין מהלך מחשבה, פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן מיט שיעורים און דרשות באופן קבוע.


די רעבעצין האט מיר דעמאלט געזאגט א זאך וואס זי האט קיינעם נישט געזאגט, זי האט מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "וואס זאל איך טון, איך האב נישט געהאט די שכל, איך האב נישט געפאלגט מוהרא"ש"; איר ווייסט דאך זיכער, ווען די רעבעצין האט באקומען די שרעקליכע מחלה לא עלינו ולא עליכם האט מוהרא"ש זיך געבעטן ביי איר, ביי די קינדער און אייניקלעך אז מען זאל איר נישט געבן די שארפע קימא טערעפי, מוהרא"ש האט געזאגט: "אויב מען וועט געבן פאר מיין ווייב די שארפע מעדעצין וועל איך אוועקגיין נאך פאר איר פון די וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין פון די וועלט, און אויב וועט זי נישט נעמען קיין מעדעצין וועט זי זיין געזונט און שטארק און איך וועל אויך בלייבן לעבן"; זיי האבן זיך אלע אויסגעלאכט, זיי האבן נישט געהאט קיין אמונת חכמים, זיי האבן גערופן דאקטורים מיט רבנים זאלן פארדרייען דעם קאפ.


למעשה האט זיך מוהרא"ש געהאלטן פעסט, און ווער עס איז אריינגעקומען צו אים האט מוהרא"ש זיך געבעטן: "פאלגט מיר, געבט נישט מיין ווייב קיין טריטמענטס, נאר אזוי וועט זיין א ישועה"; למעשה האט מען נישט געפאלגט, מען האט אנגעהויבן געבן טריטמענטס פאר די רעבעצין, און אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט - אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז קודם נסתלק געווארן.


דעמאלט בין איך געקומען מנחם זיין, האט זי געוויינט זייער ביטערליך צו מיר, זי האט מיר געזאגט: "פארוואס האב איך נישט געפאלגט? פארוואס האב איך זיך געהאלטן קלוגער?!" דעמאלט האט זי מיר געזאגט א ווארט וואס איז מיר אריין אין מיינע ביינער, זי האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט צאמנעמען די אינגעלייט און די בחורים, זיי ווייטער מחזק זיין - וועט דיר מיין מאן האקן אויפ'ן קאפ מיט א שטעקן, איך ווארן דיר אויב דו וועסט לאזן צעפאלן די שיינע חבורה", זי האט עס געזאגט אין ענגליש און מיין ווייב האט מיר דאס איבערגעטייטשט; דאס האט מיר געמאכט איך זאל צאמנעמען די חברים און תלמידים, איך האב גענומען אלע אינגעלייט און זיי אנגעהויבן מחזק זיין ביתר שאת וביתר עוז.


***


דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


אויף אייער פראגע, דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה; דער רבי זאגט אויס דעם סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין מען זאל אננעמען די דיבורים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט - הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט, נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט - דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד) "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים, בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם", וואס איז די סוד מען זאל אויסהערן? "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין ווען מען רעדט צו מענטשן, בפרט צו בני הנעורים - זיי זאלן אננעמען די דיבורים. אז מען רעדט פון צדיקים, מען רעדט התחזקות, מען ווייזט די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אידישע קינדער, דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים, נישט קיין חילוק ווי ווייט דער מענטש זאל זיין איינגעזינקען אין טומאה קען ער זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - די דיבורים איז נתקבל על הלב, מען רעדט פאזיטיוו, מען ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן - דאס האבן מענטשן ליב צו הערן.


***


וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


אויף אייער פראגע וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור; דאס וואס מיר האבן פריער גערעדט - דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ציען זיך צום הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי געבט חיזוק, דער רבי לאזט נישט פאלן, די חיזוק וואס מען באקומט ביים רבי'ן - געפונט מען נישט ערגעץ אנדערש, דער רבי לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע מענטש און ווייזט א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


וויסן זאלט איר, מענטשן זענען היינט זייער צעבראכן, מענטשן זענען זייער דורשטעריג פאר חיזוק, אידישע קינדער בענקען זיך זייער צום אייבערשטן, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) מיט א שטארקע בענקשאפט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען; פון די אנדערע זייט זענען די נסיונות היינט זייער שטארק, מענטשן פאלן זייער גרינג אראפ און דאס צעברעכט זייער שטארק, מען שפירט אז מען איז שוין פארפאלן; ביז מען הערט דעם קול פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; נישטא קיין ייאוש! יעדער איינער קען ווערן א גרויסער צדיק, דארפסט נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר מוחל זיין און דיך מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער ענטפער פארוואס ברסלב ציט אזויפיל מענטשן, ווייל עס איז נישטא קיין מענטש, קיין משפחה - וואס דארף נישט קיין חיזוק.


***


חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה פון דעם געבענטשטן טויש, וואס האט פאסירט?


אויף אייער פראגע פארוואס חסידות ברסלב ווערט היינט אזוי צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; איך ווייס נישט וואס איז געווען פופציג יאר צוריק, איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז געווען פופציג יאר צוריק; עס איז נישט געווען קיין מנין אידן וואס האבן געוויסט ווי אזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט "ב-ר-ס-ל-ב", דורך הפצה האט מוהרא"ש אריינגעברענגט דעם הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט, נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט וויסן פון רבי'ן און נישט נעמען חיזוק פון רבי'ן; אפילו די מתנגדים לעבן אויך פון רבי'ן, זיי ווייסן נישט; זיי מיינען אז זיי האבן חיזוק פון דעם און יענעם, זיי ווייסן נישט אז דער בעל דרשן פון וועם זיי נעמען חיזוק - ער נעמט חיזוק פון רבי'ן.


*


מיר שטייען שוין נענטער צו ווערן אויסגעלייזט. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתלו הערה צ) מען האט געפרעגט רבי נפתלי ער זאל ארויסגעבן עפעס סודות פון מגילת סתרים, זאכן וואס דער רבי האט פאראויסגעזאגט וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט רבי נפתלי געזאגט מיט א שמייכל: "ווען די וועלט וועט אננעמען דעם לקוטי מוהר"ן קען מען זיך רעכטן אויף משיח"; דאס זעט מען היינטיגע טעג, ווי עס גייט אריין דעם רבינ'ס זאך אין די וועלט מער און מער, עס ווערן מקורב פון אלע שיכטן און פון אלע קרייזן, און וויפיל מען זעט און וויפיל מענטשן שטעלן זיך ארויס - איז דאס נאך גארנישט וויפיל לעבן פון רבי'ן; אלע האבן חיות פון רבי'ן.


די אדמורי"ם ווייסן נישט אז אלע זענען שטילערהייט ברסלב'ער חסידים, באלד וועט די פייגל געבן א פייף און אלע וועלן פליען מיט'ן פייגל קיין אומאן. אזוי האט דער רבי דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל צו זיצן אויף די אייער און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון דעם שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן ענדיגט דעם שיחה: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים, מען מיינט זיי באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, באלד וועט דער רבי געבן א פייף און אלע וועלן קומען קיין אומאן, איבערלאזן זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


איך האף אז איר וועט זיין צופרידן מיט די תשובות און עס וועט ארויסקומען א תועלת פון דעם.


***


איך וויל אייך בעטן איין קליינע בקשה, היות איר געבט ארויס א ספר, איר נעמט צוזאם פון אלע תלמידי היכל הקודש און פון אלע וואס פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש, זאלט איר אריינדרוקן די פאר שירות:


טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, דער רבי האט שוין געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך גרופעס גרופעס; דאס מיינט עס וועט זיין אסאך כיתות אין ברסלב, יעדער איינער וועט גיין דארט וואו זיין הארץ ציט אים, דארט וואו ער קען שעפן חיות אין עבודת השם; דעריבער זעען מיר וויפיל כתות עס איז דא אין ברסלב בכלל און יעצט אין היכל הקודש בפרט, אבער מיר מוזן זיך קענען ליידן איינער דעם צווייטן, מען טאר זיך נישט פיינט האבן.


איך בעט אייך, הערט אויף זיך פיינט האבן, לאזט אפ די פיינטשאפט איינער צום צווייטן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן עס זאל זיין שלום צווישן אונז, לאמיר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. איר געדענקט דאך אלע אין אומאן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשות, איך קען נישט פארגעסן די מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפ'ן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיט'ן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פאר'ן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט; מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן.


א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#13 - ווי אזוי קען איך האבן א גוטע סדר צו לערנען ליקוטי הלכות?
ספרי ברסלב, אשר בנחל, מוהרנ"ת ז"ל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די שיינע בריוו, וואס זענען מיר מחי' און מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן איבער א סדר ווי אזוי צו ליקוטי הלכות, וואס איז א גוטע וועג וואס איך קען זיך אויסשטעלן צו קענען לערנען ליקוטי הלכות, און וויפיל צו לערנען יעדן טאג.


איך האב שוין אסאך מאל אנגעהויבן לערנען דעם הייליגן ספר, אבער אלץ האב איך למעשה אויפגעהערט נאך ממש אין אנהויב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל. מוהרא"ש האט ארויסגענומען די חיזוק פון ספר לקוטי הלכות אויף אן אופן אז יעדע איינער זאל עס פארשטיין, דו וועסט זיך מחי' זיין מיט די שיינע זיסע בריוו; נאכדעם וועט דיר זיין גרינגער צו לערנען א שיעור אין לקוטי הלכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - וואס זענען די מנהגים ביים זיך אריינציען אין א נייע דירה?
שלום בית, לימוד התורה, אמונה, ספרי ברסלב, אידישע שטוב, מנהגים, צדקה, מזוזה, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שבת מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, איך האב אזויפיל געדאנקט דעם אייבערשטן פאר דעם שיינעם שבת, ס'איז ממש נישטא קיין ווערטער, איך בין נאך גאר שטארק אונטער'ן רושם פון דעם שבת. אויך א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און בריוו, איך נעם מיין גאנצע חיות נאר פון די שיעורים און עצתו אמונה.


א גרויסן יישר כח פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין שיינע אידישקייט, דער אייבערשטער איז געווארן אזוי גוט און זיס אין מיינע אויגן, אמאל איז עס ליידער נישט געווען אזוי, מיין גאנצע לעבן איז פשוט שיין געווארן בזכותכם.


א צייט צוריק בין איך געווען אין יבנאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש, נאך אזויפיל בענקען דערצו, איך האב געהאט דארט א מורא'דיגע התעוררות, איך האב גאר שטארק געוויינט, איך האב געבעטן פון מוהרא"ש ער זאל אכטונג געבן אויפ'ן ראש ישיבה, אז איך זאל קענען ווייטער אטעמען, ווייל דאס איז מיין גאנצע לעבן, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אסאך זאכן וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה. עס איז נישט גרינג ארויסצוברענגען די הרגשים, איך האב אבער פראבירט.


איך גיי אי"ה אריבער צו א נייע דירה אין די קומענדיגע טעג, איך האב א קליינע שאלה, מענטשן האלטן אין איין זאגן פארשידענע סגולות וואס מען דארף טון איידער מען גייט אריין אין א נייע דירה; מיין שאלה איז צי איך דארף עס טון, איך וועל זיך פרייען צו באקומען א קליינע הדרכה אויב עס איז נישט שווער, איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א איז פארנומען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי מיט שמחה אין דיין נייע דירה; די גרעסטע סגולה איז די מצות עשה פון קביעות מזוזה, דאס איז די גרעסטע שמירה פאר די דירה. דער זוהר הקדוש זאגט (תקוני זוהר, תקון י', דף כה.) "מְזוּזַת" איז די אותיות "זָז מָוֶת", די מזוזה היט די שטוב פון אלעם שלעכטס.


ברענג אריין ביי דיר אין שטוב דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז א סגולה פאר שמירה, עס היט אפ די שטוב. דער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנה): "כִּי סְפָרָיו הֵם שְׁמִירָה גְּדוֹלָה בַּבַּיִת לִשְׁמֹר", זיינע ספרים זענען א שמירה פאר די שטוב, "גַּם הָעֲשִׁירוּת וּמָמוֹן הָאָדָם מִכָּל הַהֶזֵּקוֹ", אויך זענען די ספרים א גרויסע שמירה פאר די געלט, "וְהִזְכִּיר אָז עָשִׁיר אֶחָד שֶׁהָיָה יוֹדְעוֹ וּמַכִּירוֹ, וְאָמַר, שֶׁגַּם אֵלָיו הִיא טוֹבָה גְּדוֹלָה שֶׁיִּהְיֶה הַסֵּפֶר שֶׁלִּי בְּבֵיתוֹ, כִּי יִהְיֶה לוֹ שְׁמִירָה גְּדוֹלָה לְכָל דָּבָר וְשֶׁתִּתְקַיֵּם עֲשִׁירוּתוֹ", דער רבי האט דערמאנט איינעם ביים נאמען, אן עושר וואס האט געהאלטן די ספרים אין שטוב, דורך דעם איז ער געבליבן רייך.


ועל כולם  - נעם אריין דעם אייבערשטן אין שטוב, זע עס זאל זיין נאר שלום אין שטוב, דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.). זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב, אז זי זאגט דיר עפעס א ווארט וואס איז נישט לפי דיין כבוד - זאלסטו נישט ענטפערן; שלינג עס אראפ און זיי איר מוחל.


זאלסט קיינמאל נישט אוועקשיקן א געלט גייער; ווען מען קלאפט אין דיין טיר פאר צדקה - זאלסטו געבן לויט דיין יכולת, און דער עיקר זאלסטו מחזק זיין און מכבד זיין מיט א טרינק וכדומה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ו, יז): "א טיר וואס מען עפנט נישט פאר צדקה - וועט מען דארפן עפענען פאר'ן דאקטער", השם ישמרינו; זאלסטו שטענדיג עפענען דיין טיר פאר צדקה.


זע צו לערנען אין שטוב; מאך זיך א קביעות צו האבן לכל הפחות א שיעור אין שטוב. אפילו מען לערנט אין שול, מען לערנט אין כולל - דארף מען האבן א שיעור אין שטוב, דאס היט די שטוב. די הייליגע חכמים זאגן (עירובין יח:): "כָּל בַּיִת שֶׁאֵין נִשְׁמָעִים בּוֹ דִּבְרֵי תּוֹרָה בַּלַּיְלָה אֵשׁ אוֹכַלְתּוֹ", א שטוב וואס מען הערט נישט דברי תורה ביינאכט - ווערט פארברענט; אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט די תורה היטן דיין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - זאל איך פאסטן תעניתים לטובת די נשמה פון מיין ווייב?
ספרי ברסלב, צדקה, תכלית, תעניתים, נשמה, ספר תורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב באקומען דעם בריוו, און איך האב זייער הנאה געהאט פון וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן מיט אלע מקורות.


איך האלט שוין אבער היינט אינעם הונדערסטן תענית-טאג וואס איך האב זיך מקבל געווען צו פאסטן לזכות נפש רוח ונשמה פון מיין ווייב ע"ה.


איך האב נאר געוואלט פרעגן אויב די תעניתים וואס איך פאסט פאר איר, איז א זכות פאר איר אויפ'ן עולם האמת? ווייל אויב יא, וויל איך ממשיך זיין צו פאסטן נאך 59 טאג, עס זאל אויסקומען צו די גמטריא פון איר נאמען.


אדער בין איך זיך טועה, אן "ן" איז 50, אדער איז עס 700? דעריבער טראכט צו פאסטן משבת לשבת, וואס דאס איז אזוי 65,600 תעניתים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין פאסטן איז בכלל נישט א תיקון פאר איר נשמה; ענדערש זאלסטו זאגן תהילים פאר איר נשמה און געבן צדקה.


פאסטן איז נישט געמאכט פאר אונזערע דורות, דער רבי האט קלאר געזאגט מען זאל נישט פאסטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן י) דער וואס פאסט איז אזוי ווי א זאק וואס איז פול מיט לעכער, אפילו ווען מען ליידיגט אויס די זאק בלייבט דער זאק צעלעכערט, "וְאִם הִתְבּוֹנְנוּ בְּעַצְמָן הָיוּ רוֹאִים אַחַר כָּל הַתַּעֲנֵיתִים עֲדַיִן נִשְׁאֲרוּ אֶצְלָם כָּל תַאֲוַותָם קְשׁוּרִים בְּשַׂקָּם", אז מען וועט אריינטראכטן וועט מען זען אז אפילו נאכן פאסטן בלייבט מען איבער מיט אלע תאוות, עיין שם.


קוק אריין אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק לא, מכתב ג' תתפג), איינער פרעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: "לְדַאֲבוֹנִי וּלְצַעֲרִי אִבַּדְתִּי אֶת אִשְׁתִּי וְנִשְׁאַרְתִּי אַלְמָן, מָה הַדָּבָר הֲכִי טוֹב שֶׁאֲנִי יָכוֹל לַעֲשׂוֹת לְעִלּוּי נִשְׁמָתָהּ", איך האב פארלוירן מיין ווייב, איך בין געבליבן אן אלמן, וואס איז די בעסטע זאך וואס איך קען טון אלס א תיקון פאר איר נשמה?


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ענטפערט: "אֵין לְתָאֵר וְאֵין לְשַׁעֵר אֶת גֹּדֶל הַזְּכוּת כְּשֶׁאָדָם נוֹתֵן צְדָקָה לְעִלּוּי נִשְׁמַת נְשָׁמָה שֶׁנִּפְטְרָה בְּגִיל צָעִיר", מען קען זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכות וואס א נשמה האט אויבן אין הימל ווען מען געבט צדקה פאר איר נשמה, "הַצְּדָקָה מוֹעִילָה בְּחַיִּים חַיּוּתוֹ שֶׁל הָאָדָם וּבִפְרָט לְאַחַר הִסְתַּלְּקוּתוֹ מִזֶּה הָעוֹלָם", צדקה העלפט דעם מענטש אויף די וועלט און אויף יענער וועלט, "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב", אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נח, ח): "וְהָלַךְ לְפָנֶיךָ צִדְקֶךָ".


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם גאנצן תשובה. מוהרא"ש זאגט (שם) ווילאנג א מענטש לעבט בזה העולם ווייסט מען נישט אפצושאצן דאס גרויסקייט פון צדקה, נאר נאכן אוועקגיין פון די וועלט, דעמאלט זעט מען דאס גרויסקייט פון צדקה. די צדקה ראטעוועט דעם מענטש פון אלע ווערעם, מייזן און שלענג וואס קומען צו קריכן צום נפטר.


ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט מאכט מען א לוי', אלע וויינען, מען באגלייט דעם נפטר ביזן בית החיים, די חברה קדושה גראבן א גרוב און מען לייגט אריין דעם נפטר אינעם גרוב, מען דעקט צו מיט ערד, נאכדעם גייען אלע אהיים; די אבלים זעצן זיך שבעה, מען קומט זיי מנחם זיין, מען וויינט מיט זיי, מען טרייסט זיי, מען רעדט מיט זיי, מען מאכט ווערטלעך, מען טוט אלע מיני זאכן זיי זאלן פארגעסן פון זייער צער; איין זאך איז אינטערעסאנט צו פארשטיין, וואס גייט יעצט פאר מיט'ן נפטר? איינער טראכט בכלל אז עס איז דא א נפטר? איינער ווייסט וואס דער נפטר גייט יעצט אריבער? קיינער ווייסט נישט וואס דארט טוט זיך, עס קומען צו גיין הונגעריגע מייז, הונגעריגע שלענג, זיי שמעקן פון דערווייטנס פרישע פלייש, זיי הייבן אן רייסן שטיקער פונעם נפטר, די צער און יסורים וואס דער נפטר האט פון דעם - קען מען נישט מסביר זיין, שרעקליכע ביטערע צער, יעדע ביס פון א ווארעם איז נישט אויסצוהאלטן, דעמאלט נעמט מען אפיר די מצוות פונעם נפטר, די פרוטות צדקה - דאס היט דעם מענטש.


איך האב דיר שוין איינמאל געשריבן, איך זע אז דו ביסט אן אויבער חכם, דו פאלגסט נישט, דו מאכסט זיך ווייטער משוגע מיט די תעניתים; איך בעט דיר נאכאמאל, לאז אפ די וועג; אז דו ווילסט טון פאר די נשמה זאלסטו געבן צדקה לזכותה, אדער זאלסטו שרייבן א ספר תורה לזכותה, אדער דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים פאר איר זכות; דאס וועט איר היטן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#10 - אויב פאר איך נישט קיין אומאן, בין איך נאך א ברסלב'ער חסיד?
אומאן, חסידות ברסלב, ראש השנה, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט אויב דער ראש ישיבה וועט מיר בכלל פארשטיין, איך בין זייער צובראכן.


איך לעב אויף די חיזוק פון רבי'ן, און יעצט קומט ראש השנה, און איך קען נישט פארן קיין אומאן. וויל איך וויסן אויב איך ווער נאך אלץ גערעכנט ווי א ברסלב'ער חסיד? קען איך נאכאלץ האבן א שייכות מיטן רבי'ן? אדער נאר אויב איך פאר קיין אומאן קען איך האבן א שייכות מיט ברסלב?


איך בין זייער צומישט, איך האף און איך ווארט אויף א תשובה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז דער עיקר התקשרות צום רבי'ן איז נאר אז מען לערנט זיינע הייליגע ספרים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", ווען מען לערנט דעם ספר פון א צדיק טרעפט מען דארט דעם פנים, די שכל און פארשטאנד פונעם צדיק; נאר אזוי איז מען מקורב צום הייליגן רבי'ן, אז מען לערנט זיינע הייליגע ספרים.


דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן ס) ווי אזוי קען מען וויסן אויב מען הערט דעם קול פון צדיק? אויב מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן; ווי נאר מען איז זוכה צו הערן דעם קול פון הייליגן רבי'ן עפנט זיך אויף דאס מויל, מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן. דאס איז די מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, התבודדות; א מענטש זאל גיין אין א שטילע פלאץ זיך אויסשמועסן זיין הארץ מיט'ן אייבערשטן, אים דערציילן וואס עס גייט אריבער און אים בעטן מיט אלע סארט שיינע ווערטער, רחמנות'דיגע ווערטער ער זאל אים מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער שליסל אריינצוקומען צו ווערן אנגערופן א ברסלב'ער חסיד. דאס זאלסטו גוט געדענקען, ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן, ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אלץ מער איז ער מקורב צום רבי'ן; דאס איז א סימן אז ער הערט די קול פון רבי'ן, דאס איז א סימן אז דער רבי וועקט אים אויף פון שלאף.


אודאי און אודאי דארף מען טון אלעס אין דער וועלט צו קומען כאטשיג איין מאל אין לעבן צום הייליגן רבינ'ס ציון, ווייל דער רבי האט מבטיח געווען מיט צוויי באגלייבטע עדות אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון אין אומאן, ער וועט געבן א פרוטה לצדקה און זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, "אפילו אם עצמו וגבהו חטאיו ופשעיו", אפילו ער האט געטון זייער אסאך עבירות וועט ער אים ארויסציען פון שאול תחתית ומתחתיו; פאר די הבטחה אליינס איז שוין כדאי אויסצוגעבן די גאנצע געלט און צעברעכן אלע מניעות צו קענען זיין איין מאל אין לעבן ביים רבינ'ס ציון און זאגן די תיקון הכללי, קיין שום אנדערע צדיק האט דאס נישט מבטיח געווען.


מכל שכן ווען עס קומט ראש השנה, ווער עס איז זוכה צו קומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה איז נישטא קיין גרעסערס פון דעם; ווייל אויף ראש השנה האט דער רבי אונז זייער אנגעווארנט, ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה, נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


אבער דער עיקר התקרבות איז נאר תלוי ווער עס לערנט די הייליגע ספרים פון רבי'ן, דער רבי האט קלאר געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", און רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#9 - וואס קען איך טון פאר היכל הקודש?
לימוד התורה, ספרי ברסלב, היכל הקודש, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין עצתו אמונה ווי די ראש ישיבה שרייבט דארט א ש'כח פאר איינעם פאר'ן העלפן די מוסד, און א ש'כח פאר יענעם פאר'ן העלפן די מוסד, איך זע א גאנצע צייט ווי בחורים און אינגעלייט דא אין ירושלים, און אויך אין אמעריקע, יעדער טוט עפעס אנדערש צו העלפן היכל הקודש. דערווייל טו איך נאך גארנישט צו העלפן היכל הקודש, חוץ פון די ביסל הפצה, איך פארשפרייט ספרים, קונטרסים און גליונות, איך בין זייער צובראכן וועגן דעם, ווייל איך וויל אזוי שטארק טון, און אויפטון פאר היכל הקודש.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה וואס נאך איך קען אויפטון, פאר היכל הקודש און פאר'ן רבי'ן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מער פון גיין הפצה? וואס קלאפסטו זיך אראפ אז דו טוסט גארנישט פאר היכל הקודש?! אז דו גייסט הפצה ביסטו היכל הקודש, וואס איז דען היכל הקודש אויב נישט הפצה?!


היכל הקודש איז דאך נאר הפצה; מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט מיט מסירת נפש קהילת היכל הקודש וואס איז געבויט אויף די ווערטער וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נט): "כִּי זֶה הָאִישׁ הַמִּשְׁתַּדֵּל לְקָרֵב וְלַעֲשוֹת נְפָשׁוֹת הוּא בּוֹנֶה בְּחִינַת 'הֵיכַל הַקֹּדֶשׁ", דער צדיק ווען ער איז מקרב אידישע קינדער צום אייבערשטן בויט ער אויף אן היכל הקודש, "וְהַנּוֹתָר בִּירוּשָׁלַיִם קָדוֹשׁ יֵאָמֶר לוֹ, הַיְנוּ זֶה שֶׁבְּנֵי אָדָם נִשְׁאָרִים דְּבוּקִים בְּיִרְאָה שְׁלֵמָה עַל יָדוֹ, אַף עַל פִּי שֶׁיֵּשׁ כַּמָּה וְכַמָּה שֶׁנָּפְלוּ מִקְּדֻשָּׁתָם, אַף עַל פִּי כֵן מֵאֵלּוּ שֶׁנִּשְׁאֲרוּ בְּיִרְאָה שָׁלֵם עַל יְדֵי זֶה "קָדוֹשׁ יֵאָמֵר לוֹ", מען דארף האבן אסאך התחזקות צו קענען בלייבן אין דעם היכל הקודש, ווייל דער סמ"ך מ"ם לאקערט זייער אויף די נשמות זיי אוועק צו נעמען פון דארט; נאך זאגט דער רבי (שם חלק ב', סימן עא): "כִּי בְּוַדַּאי צָרִיךְ שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם כֹּחַ וּגְבוּרָה לַעֲמֹד בָּזֶה, שֶׁיִּזְכּוּ לִהְיוֹת בְּהֵיכָלָא דְמַלְכָּא", מען דארף האבן זייער שטארקע כוחות צו קענען בלייבן אין דעם שיינעם פלאץ וכו'; צו טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין נשמות ישראל צום אייבערשטן.


וואס מיינסטו, ווער איז א תלמיד היכל הקודש? נישט דער וואס איז פון דער נאנט איז נאנט און נישט דער וואס איז פון דערווייטענס שטייט ווייט; דער וואס איז מקיים דעם הייליגן רבינ'ס ווילן - דער איז נאנט, נאר דער איז פאררעכנט פאר א תלמיד.


מוהרא"ש זאגט, א תלמיד היכל הקודש איז דער וואס טוט די פאר זאכן: ערשטנס, דער וואס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. צווייטנס, אז מען איז פרייליך מיט דעם וואס מיר זענען אידן און טוען מצוות. דריטנס, דער וואס פארשפרייט דעם רבינ'ס ליכטיגקייט פאר די וועלט מיט מסירות נפש. פערטנס, דער וואס רעדט שטענדיג צום אייבערשטן, פון ווען מען שטייט אויף אינדערפרי ביז ווען מען גייט שלאפן. פיפטנס, דער וואס איז מחזק אנדערע און מאכט פרייליך אנדערע. זעקסטנס, דער וואס לערנט שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה וכו' וכו'.


צעברעך זיך נישט, קלאפ זיך נישט אראפ; זיי שטארק מיט די זאכן וואס שטייט אינעם בריוו, גיי ווייטער פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים פאר אנדערע און מאך זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, בפרט אין די בריוו פון אשר בנחל, עצתו אמונה וכו'. מאך זיך שיעורים אין די תורה, לערן אביסל חומש, משניות, גמרא; זיי מחזק אנדערע, געב א שמייכל פאר א צווייטן און רעדט זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן; דעמאלט ביסטו פאררעכנט פאר א תלמיד היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - האט דער צאנזער רב זי"ע געלערנט ליקוטי מוהר"ן?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א גוטער פריינד וואס איך פרוביר אים מקרב צו זיין שוין א לאנגע צייט צום הייליגן רבי'ן, ער וויל וויסן דער מקור אז דער צאנזער רב זי"ע האט געלערנט לקוטי מוהר"ן.


ביי מיר איז דער ראש ישיבה שליט"א די בעסטע מקור, ער וויל אבער וויסן פון וואו עס נעמט זיך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז באוויסט אז דער הייליגער דברי חיים זכותו יגן עלינו פלעגט לערנען ליקוטי מוהר"ן שבת קודש, ער האט געזאגט: "דאס איז מיין שבת ספר". אזוי אויך האט דער באבובער רבי, רבי נפתלי זכרונו לברכה – דערציילט, אז דער הייליגער צאנזער רב האט אנגערופן דעם ספר ליקוטי מוהר"ן: "מיין שבת ספר", אויך האט דאס דערציילט רבי משה האלבערשטאם זכרונו לברכה.


אויך איז באוויסט אז דער קדושת ציון, הרב הקדוש רבי בנציון זכותו יגן עלינו ווען זיין זון דער באבובער רבי, רבי שלמה - איז געווען א קינד, איז ער אמאל זייער קראנק געווארן, האט דער טאטע דער קדושת ציון געקויפט א סיפורי מעשיות און דאס געלייגט אין בעט פון רבי שלמה פאר א סגולה.


אויך האבן דערציילט די תלמידים פון קדושת ציון זכותו יגן עלינו, אז דער רבי זייערע האט געקויפט אלע ספרים פון רבי'ן פון רבי בנציון אפטער זכרונו לברכה. זיי דערציילן אז זיי האבן געזען ווי זייער רבי איז געווען זייער פרייליך בשעת ער האט געקויפט די ספרים.


וויפיל מען וויל רעדן קעגן דעם רבי'ן און זיינע ספרים - גייט דאס נישט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קד.): "קושטא קאי", אמת בלייבט שטיין, "שיקרא לא קאי", ליגנט הלאט זיך נישט, ביים סוף קומט ארויס דער אמת; דאס זעט מען ביים רבי'ן, וויפיל דער סמ"ך מ"ם רעדט אויפ'ן רבי'ן און שטעלט אויף מענטשן זאלן רעדן צו די יוגנט קעגן דעם רבי'ן, בלייבט דער אמת. די ספרים ווערן מער און מער פארשפרייט אויף דער וועלט, די הייליגע ספרים ברענגען צוריק טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווער איז דער ריכטיגער רבי פון וועמען איך קען מקבל זיין?
מחלוקת, ספרי ברסלב, מורה דרך, צדיקים, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב פשוט נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט מיר געגעבן לעבן, איידער איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים איז מיין לעבן געווען זייער ביטער, און דורך די שיעורים האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט, איך האב אנגעהויבן זען די זיסקייט פון הייליגן באשעפער, און זיין גרויס רחמנות.


א שטיק צייט צוריק בין איך דורך גאר א שווערע איבערלעבעניש, דעמאלט האט מיר איינער געגעבן א נומער פון א חשובן רב, א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע, און יענער האט מיר גאר שטארק מחזק געווען. און זייט דעמאלט האלט איך אן קשר מיט אים, און ער ענטפערט מיר אויף מיינע שאלות.


דאס מאכט מיר אבער זייער צעמישט, איך שפיר ממש וואס דער הייליגער רבי זאגט אז ווען מ'האט צוויי רבי'ס שאדט דאס פאר אמונת הייחוד, ס'איז מיר שווער מסביר צו זיין, אבער ס'איז א שווערע זאך פאר מיר, אבער פון די אנדערע זייט מאכט מיר דאס פיל גרינגער ווייל איך קען אים קלינגען סיי ווען און ער ענטפערט מיר גלייך, ווידער ביים ראש ישיבה שליט"א דארף איך שרייבן א בריוו וואס איז מיר נישט אזוי גרינג, און ס'קען נעמען אסאך צייט ביז איך באקום דעם ענטפער.


אויך שטערט מיר דאס וואס ער האלט זיך נישט אינגאנצן בשלום מיט אנדערע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, הלואי זאל זיין א פולע אחדות אין היכל הקודש.


איך שפיר זיך נישט באקוועם צו פרעגן די שאלה, אבער תורה היא וללמוד אני צריך, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט עס אנקוקן מיט א גוט אויג, און מיר ענטפערן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר האבן אלע איין רבי, דער הייליגער רבי איז אונזער רבי ביז משיח וועט קומען, דער רבי וועט ענדיגן אלע תיקונים און אונז אלע מתקן זיין; מיר דארפן זיך האלטן אינאיינעם, נישט מאכן קיין מחלוקות.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן אין די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן, מוהרא"ש שרייבט די סימנים פון וואס מען זאל זיך היטן; דער סימן פון א פאלשער מנהג און דער סימן פון אן אמת'ער מנהיג.


איך ברענג דיר אראפ דעם לשון פון די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות טו):


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט גוּט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דֶער עִיקָר אִיז צוּ הָאבְּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' צוּ גְלֵייבְּן אִין דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים. דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן ס"א) אַז וֶוען מֶען הָאט 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' דַאן וֵוייסְט מֶען וָואס מֶען דַארְף צוּ טוּן, מֶען וֵוייסְט וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן אִין 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', צוּ גְלֵייבְּן אַלֶעס וָואס דֶער רֶבִּי זָאגְט אוּנְז, אוּן מְקַיֵים זַיין אִין פָאלְגְן אַלֶעס וָואס עֶר הֵייסְט. דָאס אִיז דֶער שְׁלֵימוּת פוּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קכ"ג).


וֶוען אִיר וֶועט הָאבְּן אֱמֶת'דִיג 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', אִיר וֶועט גְלֵייבְּן אִין רֶבִּי'ן אוּן פָאלְגְן זַיינֶע וֶוערְטֶער, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ קֶענֶען אַן עֵצָה גֶעבְּן אִין יֶעדְן מַצָב, אִיר וֶועט שְׁטֶענְדִיג וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן אוֹיף דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג.


גֶעדֶענְקְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אִיז אוּנְזֶער רֶבִּי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן פוּן פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס אֲפִילוּ זִיךְ אַלֵיין קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן, אוּן זִיכֶער קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן אַנְדֶערֶע. סְפֶּעצִיעֶל אִינֶעם לֶעצְטְן דוֹר, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַז עֶס וֶועט דַאן זַיין זֵייעֶר אַסַאךְ פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אַזוֹי סַאךְ וִוי דִי בְּלֶעטֶער פוּן בּוֹים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין שׁוּם שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אֲפִילוּ מִיט דִי פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס דְרֵייעֶן זִיךְ אוֹיךְ בַּיי אוּנְז צְוִוישְׁן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ.


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק.


אִינֶעם הַיינְטִיגְן דוֹר אִיז דֶער רֶבִּי אַלֵיין דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק. עֶר וֶועט עֶנְדִיגְן אַלֶע תִּקּוּנִים אוּן פַארְרֶעכְטְן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ הַאלְטְן בַּיים רֶבִּי'ן, אִיר זָאלְט פָארְן יֶעדֶעס יָאר רֹאשׁ הַשָׁנָה קַיין אוּמַאן אוּן זִיךְ הַאלְטְן אִינְאֵיינֶעם מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ. אִיר זָאלְט זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַחְלוֹקֶת, אוּן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פָּאלִיטִיק. דֶער רֶבִּי אִיז דֶער אָרוֹן וָואס דָארְט לִיגְט דִי לוּחוֹת, אוּן בַּיי דִי אָרוֹן הָאט דֶער אָרוֹן אַלֵיין גֶעטְרָאגְן דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אִיר גֶעטְרָאגְן, קֵיינֶער דַארְף נִישְׁט הֶעלְפְן דֶעם רֶבִּי'ן, דֶער רֶבִּי טוּט אַלֶעס אַלֵיין.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר גֵיין צוּם רֶבִּי'נְס צִיוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּ מְקַיֵים זַיין וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל קוּמֶען צוּ אִים, אָבֶּער אִיר זָאלְט נִישְׁט פְּרוּבִּירְן צוּ זַיין דָארְט אַ פִירֶער, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט מִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פַּארְטֵייעֶן, אִין קַיין שׁוּם גְרוּפֶּעס, נָאר אִיר זָאלְט זִיךְ הַאלְטְן מִיטְ'ן רֶבִּי'נְס סְפָרִים, אַזוֹי וִוי דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן קצ"ב) אַז דִי פָּנִים, שֵׂכֶל אוּן נְשָׁמָה פוּנֶעם צַדִיק לִיגְט אִין זַיינֶע הֵיילִיגֶע סְפָרִים, מְמֵילָא וֶוען מֶען וִויל זַיין אֱמֶת'דִיג מְקוּרָב צוּם רֶבִּי'ן אִיז דָאס נָאר וֶוען מֶען לֶערְנְט זַיינֶע סְפָרִים, אוּן דַאן וֶועט אִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ זַיין.


אוֹיבּ וֶועט אִיר מְקַיֵים זַיין דָאס אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן, וֶועט אַייךְ זַיין גוּט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט אוֹיף אֵייבִּיג". עד כאן.


דעריבער אז דער רב איז דיר מחזק אויף עבודת השם, דו שפירסט ווי דו ווערסט נענטער צום אייבערשטן, דו באקומסט א חשק צו לערנען און דאווענען - זאלסטו ווייטער נעמען ביי אים חיזוק, אבער אויב דער רבי איז נאר פארנומען רעדן אויף אנדערע - זאלסטו אפלאזן, ווייל מחלוקת איז זייער געפארפול, דאס ווארפט אראפ דעם מענטש פון אלע מדריגות.


בעיקר זאלסטו זיך פלייסן אין רבינ'ס ספרים; דעם רבינ'ס ספרים זענען א אורים ותומים, עס ענטפערט אלעס, ער קלארט אויס אלעס; מען גייט ארויס פון אלע ספיקות, מען באקומט א קלארע מח, א שטארקע אמונה; מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען שפירט זיך ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט דארף מען שוין קיינעם נישט; וואס מען גייט אריבער, וואס עס שטערט - רעדט מען זיך אויס צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - וואס איז די עצה צו בלייבן מקושר צום צדיק?
ספרי ברסלב, צדיקים, התחדשות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע בריוון, עס איז מיר אזוי שטארק מחזק. און ספעציעל א יישר כח פאר די הערליכע טעגליכע שיעורים, עס האט געטוישט מיין לעבן. איך האב שוין געענדיגט אסאך מסכתות הש"ס, און איך האב שוין געענדיגט אסאך מאל משניות.


איך האב געזען א ווידיאו פון מוהרא"ש זי"ע, איך דערקען דארט מענטשן וואס מ'זעט זיי שוין נישט מער אין היכל הקודש, איך ציטער איך זאל ח"ו נישט קאלט ווערן און אויך איבערלאזן די הייליגע פלאץ, וואס איז די עצה צו בלייבן מקושר צום צדיק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "יעדעס מאל מען קומט צום צדיק דארף עס זיין מיט א פרישקייט, מען זאל טראכטן 'דאס איז די ערשטע מאל וואס איך גיי צום צדיק'"; מען דארף געדענקען ווער מען איז, ווי אזוי מיר קוקן אויס אן דעם רבי'ן, דעמאלט וועט מען בלייבן שטענדיג מקושר צום הייליגן רבי'ן.


אז דו ווילסט בלייבן מקושר צום הייליגן רבי'ן זאלסטו זיך מתבודד זיין יעדן טאג; זאלסט יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון אזא רבי וואס איז אונז מחי', און בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, בעט: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג בלייבן צוגעבינדן צום הייליגן רבי'ן; העלף מיר איך זאל זיך נישט אפקילן, מיין שייכות צום רבי'ן זאל זיין פריש, איך זאל נישט ווערן אפגעקילט".


נאך אן עצה צו בלייבן מקושר צום רבי'ן, זאלסט זיך מאכן זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים; מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש ליקוטי מוהר"ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "יְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן איז מען זוכה צו ווערן אן אמת'ער בעל תשובה, "וְאָמַר שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת", נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, "אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכע איד; וְאָמַר בְּזוּ הַלָשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען".


אויך זאלסטו לערנען די שמועסן פון רבי'ן: חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


ובעיקר זאלסטו לערנען יעדן טאג אן קיין אויסנאם "ספר אשר בנחל"; בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונז. אז מען לערנט אשר בנחל איז אזוי ווי מען לערנט אלע ספרים פון רבי'ן און רבי נתן; אשר בנחל איז דער תמצית פון רבינ'ס ספרים, ווען מען לערנט די בריוו ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


מוהרא"ש האט דערציילט אז מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר רבי נתן דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א "כל בו", ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס: דרוש; חסידות וכו'; האט זיך רבי נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנ'ס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק מען שפירט זיך ווי אין גן עדן; און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין אזא שטיק געטליכקייט אזוי ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו - זעט מען די לויטערע ריינע אמונה און מען הויבט אן בענקען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי לערנט מען דעם רבינ'ס ספרים אויפ'ן סדר?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אנהויבן צו לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים אויפ'ן סדר פון אינעווייניג, איך וויל וויסן וואו אנצוהויבן און וואו ווייטער צו גיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו ווילסט אנהויבן שיעורים אין רבינ'ס ספרים, ווייל מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק, געפונט זיך אין זיינע ספרים; דער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן - דער איז א ברסלב'ער חסיד, און אז מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים האט מען נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן.


מאך זיך א שיעור אין דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן; אז דו פארשטייסט נישט די תורות זאלסטו דאס זאגן אן פארשטיין, דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערענען אז אפילו מען פארשטייט נישט זאל מען זיך נישט אפשטעלן און זוכן צו פארשטיין (עיין שיחות הר"ן, סימן עו). אז דו וועסט לערנען אביסל ליקוטי מוהר"ן יעדן טאג וועסטו אנהויבן בענקען צום אייבערשטן, דו וועסט לעבן מיט תשובה און מעשים טובים. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען ליקוטי מוהר"ן, אין אנהויב וועסטו אפשר נישט פארשטיין יעדע זאך, אבער עס דארף דיר נישט שטערן, דו זאג די ווערטער, און ביים סוף, נאך אפאר מאל, וועסטו אנהויבן צו פארשטיין.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין חיי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן; רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן"; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. אז דו וועסט לערנען די שיחות פון רבי'ן וועסטו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


הויב אן קודם חיי מוהר"ן חלק ב', דארט וועסטו זען הערליכע שמועסן פון רבי'ן, און ווען דו וועסט עס מסיים זיין זאלסטו לערנען חלק א'.


אויך מאך דיר א שיעור אין סיפורי מעשיות; דער רבי האט זייער אויסגעלויבט זיינע מעשיות, דער רבי האט געזאגט אז די מעשיות וועקט אויף א מענטש פון שלאף; אפילו איינער וואס שלאפט שוין, זיין נשמה איז שוין פארשלאפן, בבחינת 'אֲנִי יְשֵׁנָה', אבער דורך די מעשיות ווערט 'וְלִבִּי עֵר'.


אויך זאלסטו לערנען ספר המידות; דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי (וואס ער איז איינע פון די צוויי עדים וואס דער רבי האט געשטעלט אויף תיקון הכללי): "מיין ליבער הארציגער חבר, דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".


ועל כולם זאלסטו לערנען ספר אשר בנחל, די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן; דארט וועסטו טרעפן חיזוק פאר יעדן מצב, עס וועט דיר אויפהייבן פון אלע בלאטעס, און ליכטיג מאכן פון אלע טונקלקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי טרעפט מען א שידוך ביי די פערציג יאר?
שידוכים, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין לעבן איז מיר ממש אינגאנצן צעריסן און צעפליקט. איר זענט נאך אזוי יונג און איר האט שוין זוכה געווען חתונה צו מאכן א זון, און איך בין שוין פערציג יאר אלט און איך האב נאכנישט חתונה געהאט.


ווען איך בין געווען יונג האב איך זיך זייער געקלויבט שידוכים, איך האב אפגעזאגט יעדע שידוך, קיין איין שידוך איז מיר נישט געפאלן. מיינע עלטערן האבן אזוי שטארק געוואלט אז איך זאל חתונה האבן, אבער איך האב זיך נישט געקענט אויסקלויבן א גוטן שידוך, און יעצט זענען שוין מיינע עלטערן נפטר געווארן, און מיין הארץ גיסט בלוט אז איך האב זיי אזוי שטארק מצער געווען, אז איך האב נישט חתונה געהאט ווען זיי האבן נאך געלעבט.


פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א געלונגענער מענטש, איך זע אויס פיל יונגער ווי איך בין באמת, אבער אינעווייניג איז מיין הארץ צעשניטן און צעריסן פון יסורים, איך בין זייער צעבראכן, און איך קען נישט אויפהערן צוריק טראכטן פון די טעותים וואס איך האב געמאכט אין לעבן.


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז זייענדיג אין אומאן האט מיר א מפיץ געגעבן צוויי קונטרסים פון מוהרא"ש, "ישועתך קרובה" און "תפסיקו לדאוג", און די קונטרסים זענען ממש מיין לעבן, אן דעם וואלט איך שוין זיכער געכאפט א הארץ אטאקע. ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דוקא די קונטרסים וואס איך האב אזויפיל חוזק געמאכט און גערעדט קעגן דעם, דוקא דאס זענען מיר יעצט אזוי שטארק מחזק אין לעבן, איך דארף זיכער גיין צו מוהרא"ש'ס ציון אים איבערצובעטן.


איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר זאגן וועלכע נאך קונטרסים פון מוהרא"ש קענען מיר מחזק זיין, איך דארף האבן חיזוק אנצוגיין און מצליח צו זיין אין לעבן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אזויפיל געשריבן פאר בחורים און מיידלעך אז זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון דעם פיינט וואס רופט זיך: "צייט", אזוי ווי עס גייט דער מאמר החכם: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד", מען זאל אכטונג געבן אויף די צייט איר צי היטן ווייל עס גייט אריבער זייער שנעל, און אז מען וויל נישט אוועק לייגן די גאוה, נאר מען קלויבט זיך און מען קלויבט זיך, - ביז מען כאפט זיך איז מען שוין פארעלטערט וכו'.


ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפן דיין שידוך; בדרך כלל איז א מענטש א בעל גאוה וכו', עס פאסט אים נישט צו נעמען שידוכים וואס מען טראגט אים אן און ער מאכט אלעס אוועק זאגנדיג: 'איך דער גרויסער חכם וועל נעמען דאס?!' 'איך דער שיינער מענטש, דער קלוגער מענטש וועל חתונה האבן מיט אזאנס?!' אזוי דרייט מען זיך ארום וכו' זוכנדיג א שידוך וואס איז נאך נישט געבוירן געווארן; מען זוכט און מען זוכט, מען גייט ארויס זיך טרעפן וכו' אלץ מיט די כוונה אז אפשר וועט מען טרעפן א כלה וואס וועט קומען צו רייטן אויף א ווייסע פערד מיט אנגעפילטע זעק מיט געלט וכו', מען ווארט עס זאל געבוירן ווערן אזא פארשוין און מען כאפט נישט אז ביז דערווייל גייט אריבער אסאך צייט, און פלוצלינג דערזעט מען זיך פארעלטערט...


אז מען טראגט דיר אן א שידוך זאלסטו גלייך נעמען דעם שידוך און אויפשטעלן דורות, מקיים זיין דעם ווילן פונעם אייבערשטן וואס האט אונז געהייסן חתונה האבן און ברענגען קינדער. אז מען האט נישט חתונה איז דאס זייער א שרעקליכע זאך, דער מחבר הייבט אן די ערשטע סעיף אין חלק אבן העזר פון שלחן ערוך מיט די הלכה: "חַיָיב כָּל אָדָם לִישָּׂא אִשָּׁה כְּדֵי לִפְרוֹת וְלִרְבּוֹת", יעדער איד איז מחיוב חתונה צו האבן מיט א פרוי כדי צו האבן קינדער, "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ עוֹסֵק בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה כְּאִלּוּ שׁוֹפֵךְ דָּמִים וּמְמַעֵט אֶת הַדְּמוּת", און ווער עס האט נישט חתונה, ער איז נישט מקיים די מצוה פון פריה ורביה איז אזוי ווי ער וואלט ווען גע'הרג'ט מענטשן און פארגאסן זייער בלוט, "וְגוֹרֵם לַשְּׁכִינָה שֶׁתִּסְתַּלֵּק מִיִּשְׂרָאֵל", און ער ברענגט אז די שכינה זאל נישט זיין מיט די אידן; חוץ פון דעם וואס עס פעלט אים די אלע גוטע זאכן וואס מען איז זוכה ווען מען האט חתונה, אזוי ווי דער רמ"א זאגט דארט: "וְכָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא בְּרָכָה בְּלֹא תּוֹרָה כוּ', וְלֹא נִקְרָא אָדָם, וְכֵיוָן שֶׁנָּשָׂא אִשָּׁה עֲוֹנוֹתָיו מִפַּקְפְּקִים שֶׁנֶּאֱמַר (מִשְׁלֵי יח, כב) מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב וַיָּפֶק רָצוֹן מֵאֵת ה'".


אז דו האסט מבזה געווען א צדיק וואס האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן פאר'ן אייבערשטן און פאר אידישע קינדער, דו האסט חוזק געמאכט און גערעדט אנטקעגן אים, דארפסטו תשובה טון תשובת המשקל, נעמען די קונטרסים און ספרים און דאס פארשפרייטן פאר אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - וועלכע ברסלב'ע ספרים זאל איך קודם לערנען?
חסידות ברסלב, לימוד התורה, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן ששה סדרי משנה די זעקסטע מאל, און אנגעהויבן די זיבעטע מאל, כל השביעין חביבין, און איך האף צו פארן צו מוהרא"ש'ס ציון לכבוד דעם סיום, אזוי איך האב שוין געטון די לעצטע צוויי מאל.


אויך האב איך געענדיגט דעם ספר "חיי מוהר"ן" צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן דעם פארגאנגענעם חול המועד, און איך האב שוין אנגעהויבן לערנען יעצט "שיחות הר"ן", אזוי ווי איך האב פארשטאנען פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מ'זאל קודם לערנען די גרינגערע ספרים פון רבי'ן, איידער מ'הויבט אן לערנען ליקוטי מוהר"ן.


דעריבער האב איך געוואלט פרעגן וועלכע ספר איך זאל לערנען נאך שיחות הר"ן, זאל איך לערנען ספר המדות און ספורי מעשיות, אדער זאל איך שוין גלייך גיין צו ליקוטי מוהר"ן? גראדע האט מיר זייער שטארק געכאפט דער ספר שיחות הר"ן, איך שפיר ווי דאס רעדט זייער צו מיין הארץ.


ווי אויך לערן איך יעצט דעם ספר "אוצר האמונה" פון מוהרא"ש זי"ע, נאכדעם וואס איך האב שוין דורכגעלערנט דעם ספר "ארך אפים". איך האב אבער פארשטאנען פון די דרשות אז ס'גוט צו לערנען די ספרים "אשר בנחל", איך ווייס אבער נישט וועלכע חלקים צו לערנען, ס'דא אזויפיל חלקים אז ס'איז ממש ווי מים שאין להם סוף.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און דו האסט שוין מסיים געווען ששה סדרי משנה זעקס מאל.


ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט די געוואלדיגע מעלות פון לימוד משניות וואלטן אלע געלערנט משניות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", די גאולה וועט קומען בזכות לימוד משניות; דאס איז בכלליות און אזוי אויך קען יעדער איינער זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע פרטיות'דיגן גלות בזכות וואס ער לערנט משניות.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש; מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", דאס איז ראשי תיבות 'משנ"ה'; אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.


בפרט איינער וואס דער יצר הרע האלט אים אין איין מכשיל זיין אין פגם הברית; וויפיל ער וויל זיין גוט און ער מאכט פעסט אפ ביי זיך אז ער גייט שוין מער נישט טון קיין נארישקייטן, מיט דעם אלעם האלט זיך דער יצר הרע אין איין מתגבר זיין אויף אים, ער ווארפט אים אראפ אין ביטערע עבירות, אזא מענטש - אויב וועט ער זיך באפלייסן אין משניות וועט אים די תורה ראטעווען פון דעם. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


עס איז מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות; אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות וועט אים דאס ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


בנוגע וואספארא ספרים צו לערנען וכו'; אז דו האסט א געפיל אין שיחות הר"ן זאלסטו זיך באפלייסן אין דעם ספר און דאס וועט דיר ברענגען נענטער צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; ר' נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם-כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, און אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פארן לעבן.


ווען א מענטש האט א געפיל אין א ספר קען מען נישט קוקן אויף א צווייטן; יעדער מענטש האט זיין חלק אין די תורה, אזוי ווי מיר בעטן ביים דאווענען: 'ותן חלקינו בתורתיך'. אז דו האסט א געפיל אינעם ספר "אוצר אמונה" זאלסטו דאס נישט אפלאזן.


אזוי אויך דער ספר ארך אפים איז א כרכא דכולא ביה; עס איז דא אסאך וואס צו דערציילן אויף דעם ספר, ווי אזוי דער ספר איז געשריבן געווארן און וואס האט זיך אפגעטון ווען דער ספר איז ארויס געקומען לאור עולם.


לכתחילה האט מוהרא"ש געוואלט שרייבן אן הקדמה אויפן ספר 'שמירת הזמן'; מוהרא"ש האט זיך אוועק געזעצט איין נאכט שרייבן אן הקדמה אויפן ספר שמירת הזמן, פלוצלינג זעט מוהרא"ש אז עס איז שוין טאג - איז ער געגאנגען דאווענען, נאכדעם האט ער זיך בארעכנט אז עס איז שוין כמעט א גאנצע ספר פאר זיך, מען קען דאס נישט נוצן פאר אן הקדמה, דעריבער וועט ער דאס ענדיגן און מאכן פון דעם א ספר פאר סבלנות. גלייך נאכן דאווענען האט ער ווייטער געשריבן דעם ספר ביז ביינאכט, נאך מעריב האט ער געטראכט צו זיך, אז ער איז שוין אויף געווען א נאכט און א טאג וועט ער ווייטער בלייבן אויף נאך א נאכט אזוי וועט ער קענען טון דאס וואס דער רבי האט געגעבן א תיקון פאר ר' נתן צו זיין אויף א נאכט א טאג מיט א נאכט ברציפות, אזוי האט ער געענדיגט שרייבן דעם ספר.


מוהרא"ש האט דערציילט אז בשעת דער ספר איז אריין צום דרוק האט אויסגעבראכן א שריפה ביי אים אין שטוב, ער האט געוויסט אז עפעס וועט פאסירן ווען דער ספר גייט ארויס אויף דער וועלט, אז דער יצר הרע וועט אים נישט אפלאזן צוליב דעם ספר, אזוי אויך האט זיך דעמאלט אנגעהויבן די מחלוקת פון אנשי שלומינו ברסלב'ע חסידים אויף מוהרא"ש – פון ווען דער ספר איז געדרוקט געווארן; עס איז דא אסאך צו דערציילן אויף דעם ספר ואין כאן המקום להאריך.


ווען איך בין מקורב געווארן האב איך אסאך געלערנט דעם ספר 'ארך אפים' ביז איך האב דאס געקענט בעל פה, האב איך דאס אנגעהויבן איבער צו שרייבן אויף אידיש; ווען איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז איך שרייב איבער דעם ספר אין אידיש האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "נאר בתנאי אז דו וועסט נישט ארויס נעמען קיין איין ווארט".


מוהרא"ש האט מיר דעמאלט דערציילט אז ווען עס איז ארויס געקומען דעם ספר 'ארך אפים' האט מען געשריגן אויף אים: "היתכן מען שרייבט אינעם ספר אזוי אפן ארויס געשריבן, אז אפילו מען פאלט אראפ אין עבירות קען מען תשובה טון"; למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אז די וואס האבן געהאט די טענות - זיי אליינס זענען געווען גרויסע בעלי עבירה רחמנא לצלן.


מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש 'אשר בנחל'; נישט קיין חילוק וואספארא חלק, אז מען לערנט דעם ספר ווערט ממש ביטול הבחירה. דער ספר איז מחי' מתים; נישט קיין חילוק אין וואספארא מצב דער מענטש געפונט זיך, וועט אים דאס ספר צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - וועלכע ברסלב'ע ספרים זאל איך אנהויבן לערנען?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאכ'ן הערן אזויפיל דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויל איך אנהויבן לערנען ספרי ברסלב. איך האב געוואלט פרעגן וועלכע ספר זאל איך אנהויבן צו לערנען, איך האב פרובירט אנהויבן לערנען ליקוטי מוהר"ן אבער ס'איז זייער א שווער ספר.


יישר כח.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז עס איז דיר שווער צו לערנען ליקוטי מוהר"ן זאלסטו קודם לערנען שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן - די שמועסן פון הייליגן רבי'ן וואס ר' נתן האט אראפ געשריבן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; ר' נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם-כֵּן כּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פארן לעבן.


מוהרא"ש האט דערציילט, ווען ער איז געווען א בחור פון זעכצן יאר איז ער מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, דעמאלט איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ליקוטי מוהר"ן, ער האט זיך זייער געפלאגט צו פארשטיין דעם ספר ליקוטי מוהר"ן. האט ער קודם גענומען די שיחות פון רבי'ן - שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן, און אזוי אויך די קליינע תורות פון ליקוטי מוהר"ן וואס איז גרינג צו פארשטיין, דאס האט ער זייער אסאך גע'חזר'ט - אן א שיעור מאל.


דער עיקר דארפן מיר זיך צוגעוואוינען צו מאכן התבודדות, וואס אין דעם איז אנגעהאנגען דאס גאנצע 'חסידות ברסלב'; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הִיא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז דער גרעסטער זאך וואס מען קען נאר טון; דעריבער דארף א מענטש זיך צוגעוואוינען זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין שפראך, ער זאל דערציילן אלעס וואס טוט אים וויי און וואס ער גייט אריבער. בפרטיות זאל ער אסאך בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו תשובה טון אויף אלע זיינע נישט גוטע מעשים און בעטן אויף ווייטער ער זאל מקורב ווערן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - וועלכע שיחות פון רבי'ן און רבי נתן זענען די ריכטיגע?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, מוהרנ"ת ז"ל, שיחות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ביי די שיעור ווי איר רעדט וועגן דעם ספר "באש ובמים" אז איר ווילט עס נישט ליינען ווייל איר ווילט באקומען נאר הערן שיחות פון רבי'ן און רבי נתן פון איין מקור, פון מוהרא"ש זי"ע.


איך מיין אבער אז דער ספר איז געשריבן אויפ'ן זעלבן וועג ווי דער ספר "פעולת הצדיק", נאר עס איז אויף רבי נתן, עס איז געשטעלט נאר אויף מקורות פון רבע נתן מיט זיינע תלמידים.


נארמאל וואלט איך אייך נישט געשריבן וועגן דעם, וואס דארף איך זיך מישן? אבער דער ספר איז א מורא'דיגע ספר וואס עס איז פשוט א שאד נישט עס צו ליינען.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט יארן צוריק האב איך דורכגעליינט דעם ספר "באש ובמים"; איך האב דארט געזען צוברענגען בשם ר' נתן א ווארט וואס ער האט געזאלט זאגן אויפן הייליגן רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו און איך האב דאס נאכגעזאגט ביי א שיעור. נאכדעם האב איך געזען אין שו"ת ברסלב (סימן תתקכ"ג) ווי איינער פרעגט מוהרא"ש די פאלגענדע שאלה:


"ברצוני לשאול: האם יש שיחה ממוהרנ"ת שאמר על הרה"ק הרבי ר' זושא: 'אי פעם היו קוראים אותו המלמד ..... כעת קוראים אותו "דער הייליגער רבי ר' זושא"?' איך וויל פרעגן אויב איז דא אזא שיחה פון ר' נתן אז ער האט געזאגט: "אמאל האט מען גערופן דעם הייליגן רבי'ן ר' זושא 'דער משוגע'נער מלמד', אבער היינט רופט מען אים 'דער הייליגער רבי זושא'"? און מוהרא"ש ענטפערט אים אזוי: "אני מאד מאד מבקש אותך ומעורר גם את אחרים: צריכים לשמור מאד מאד משיחות בדויות ומצוצות מהאצבע, וזורקים את זה על רביז"ל ועל מוהרנ"ת ז"ל, שהכל שקר וכזב, ובפרט כשזה פתוח נגד התורה הקדושה, ונגד צדיקי אמת, צריכים לדעת שזה שקר וכזב, וגובל גם עם מינות". איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך היטן פון נאכזאגן אויסגעטראכטע שיחות וואס מען האט אויסגעזויגן פון פינגער און מען לייגט דאס ארויף אויפן הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה און אויף זיין הייליגער תלמיד ר' נתן זכרונו לברכה, בפרט ווען דאס איז אנטקעגן די תורה און אנטקעגן הייליגע צדיקים. מען דארף וויסן אז דאס איז שקר וכזב און דאס גרעניצט זיך מיט מינות.


מוהרא"ש באציט זיך צו דעם שיחה בפרטיות, און שרייבט: "השיחה הזו היא שקר וכזב, כי ידוע איך שרביז"ל הפליג במעלת הרב הקדוש הרבי רבי זושא מאנפולי זי"ע, ואמר עליו שבחים גדולים, ואחד מהשבחים 'שעבד את הקדוש ברוך הוא עם תבערת הלב עצומה בפעם אחת עשרים ושתים שנים רצופות וכו''; היינו כי בדרך כלל כשאדם מתחיל להכנס בעבודת השם יתברך הוא נופל בכל פעם וכו', לא כן הצדיק הקדוש הזה - עם ההתלהבות הראשונה, בָּעַר עשרים ושתים שנה וכו'". עס איז באוואוסט אז דער רבי האט זייער אויסגעלויבט דעם הייליגן רבי זושא זכותו יגן עלינו; דער רבי האט געזאגט אויף אים מורא'דיגע שבחים, צווישן זיי - אז ער איז ארום געגאנגען צוויי און צוואנציג יאר ברציפות מיט די זעלבע ברען צום אייבערשטן. ווייל בדרך כלל ווען א מענטש הייבט אן דינען דעם אייבערשטן הייבט מען אן מיט א ברען און נאכדעם פאלט מען אראפ וכו' אבער דער הייליגער צדיק איז ארום געגאנגען מיטן זעלבן ברען פאר צוויי און צוואנציג יאר, "וכן מוהרנ"ת ז"ל הפליג במעלתו, וסיפר שיצא לו פעם ללון לילה אחד עם הצדיק הקדוש הזה באותו חדר, וכשבא חצות לילה זרק את עצמו מהמיטה על הריצפה וצעק לעצמו זושא זושא תקום כבר וכו', את השאר כבר תישן בקבר", אויך פלעגט ר' נתן דערציילן ווי אמאל איז אים אויסגעקומען צו נעכטיגן אין איין אכסניא מיטן הייליגן רבי'ן ר' זושא זכותו יגן עלינו און ער האט מיט געהאלטן זיין עבודה פון דער נאנט, ווען עס איז געווארן חצות האט ער געזען ווי דער הייליגער ר' זושא ווארפט זיך אראפ פון בעט און הייבט אן רעדן צו זיך, ער האט געשריגן: "זושא, זושא! שטיי שוין אויף, עס וועט קומען א צייט וואס דו וועסט קענען שלאפן - אין קבר וועסטו שלאפן, יעצט איז חצות, שטיי אויף דינען דעם אייבערשטן".


שרייבט ווייטער מוהרא"ש: "אזי איך יכולים להמציא שיחות מגונות כאלו על צדיק קדוש ונורא כזה? ולא רק עליו, אלא יש עוד צדיקים קדושים שהיו מאד מאד חשובים בעיני רביז"ל ומוהרנ"ת ז"ל, ואיך יכולים להדפיס שיחות של שקרים, ולתלות את זה עליהם?" ווי אזוי קען מען אויס טרעפן אזעלכע נישט שיינע שיחות אויף אזא הייליגער צדיק, "אין זה שמראה את גריעות מעשי המספרים, ומכל שכן המדפיסים שיחות כאלו נגד צדיקים קדושים שהיו דבוקים לגמרי באין סוף ברוך הוא, אוי להם ואוי לנפשם מי שמעיז לדבר על צדיקים כאלו, ובזה הם מגלים את זוהמת מעשיהם, כמו שכתוב (תהילים נה, כא): "שלח ידיו בשלומיו חלל בריתו", וויי פאר די וואס רעדן אנקעגן די הייליגע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נעמען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער זיך מחי' צו זיין מיט יעדן ווארט, און נישט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער אוועק צו מאכן א צווייטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא), אויפן פסוק (דניאל יב, ב): "וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", זאגט דער רבי: "עַל יְדֵי שֶׁנִּתְעוֹרֵר שֵׂכֶל חָדָשׁ בַּעֲבוֹדַת ה', מַה שֶּׁלֹּא הָיָה נוֹדָע עַד עַתָּה, עַל יְדֵי זֶה 'רַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ', אַך 'אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם', כִּי 'צַדִּיקִים יֵלְכוּ בָם' - שֶׁעוֹבְדִין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַך, 'וּפוֹשְׁעִים יִכָּשְׁלוּ בָם', שֶׁאֵינָם עוֹבְדִין בָּזֶה אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַך, רַק שֶׁעַל יְדֵי זֶה הֵם מְבַזִּין וּמְחָרְפִין אֶת הָעוֹלָם עַל שֶׁהֵם יוֹדְעִין מִזֶּה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ, וְהָעוֹלָם אֵינָם יוֹדְעִין מִזֶּה, וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי - לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, הַיְנוּ לְחָרֵף וּלְבַזּוֹת הָעוֹלָם, כִּי אֵינָם מִשְׁתַּמְּשִׁין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ רַק לְבַזּוֹת וּלְחָרֵף הָעוֹלָם, עַל יְדֵי שֶׁהֵם יוֹדְעִים מִזֶּה, וְהָעוֹלָם הֵם רֵיקִים וַחֲסֵרִים מִזֶּה"; יעדעס מאל עס ווערט באוואוסט א נייע שכל - א נייע דרך אין עבודת השם, איז דא צוויי סארט מענטשן, איינער איז זיך פשוט מחי' מיט יעדן דיבור, מיט יעדע טראפ שכל און מיט יעדע בריוו – "אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם"; און נאכדעם איז דא וואס זיי נוצן נישט די שכל און די ווערטער פונעם בריוו פאר חיי עולם, נאר פאר – "וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", ווי זיי קענען יענעם וויי טון און יענעם אוועק מאכן, יענעם פארציילן וואס מען האט גערעדט פון אים וכו'.


זיי געזונט און שטארק.