שאלה אין קורצן ענין
#38 - פארוואס דרוקט מען נאר די נייע ספרים און קונטרסים?
ספרי ברסלב, הפצה, הדפסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי אסאך מאל הפצה נאך די ארבעט, מענטשן פרעגן מיר אסאך מאל אויב איך האב דעם רבינ'ס ספרים, ווי למשל ליקוטי מוהר"ן אדער ליקוטי הלכות, אבער געווענליך האב איך נאר די קונטרסים. האב איך טאקע געוואלט פארשטיין פארוואס די קרן הדפסה היכל הקודש דרוקט נישט דעם רבינ'ס ספרים, נאר בעיקר די נייע ספרים און קונטרסים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט הפצה, דו פארשפרייסט די הייליגע ספרים און קונטרסים פאר אידישע נשמות, קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף אזא גרינגע שפראך וואס יעדער קען דאס פארשטיין אין יעדע מצב ווי ער זאל זיך נאר געפונען. מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און רבי נתן'ס ספרים און מיט א העכערע כח, א כח פון הימל דאס אראפגעברענגט אזוי נידריג אז פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען, זאלן אויך האבן א געפיל אין דעם; מיר זאלן אויך וועלן טון די עצות און לעבן א לעבן מיט'ן אייבערשטן.


אין אנהייב האט מוהרא"ש געדרוקט דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט, צוביסלעך האבן נאך מענטשן אנגעהויבן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און היינט קען מען שוין באקומען דעם רבינ'ס ספרים וואו מען גייט און וואו מען שטייט. מוהרא"ש האט געזאגט אז היינט דארפן מיר שוין נישט דרוקן דעם רבינ'ס ספרים ווייל אנדערע דרוקן דאס שוין און מען קען דאס באקומען איבעראל; מיר דארפן בעיקר דרוקן די ספרים און קונטרסים וואס זענען מחי' אלעמען.


שטארק זיך ווייטער מיט הפצה; ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א מענטש וואס ברענגט צוריק פארבלאנזשעטע נשמות צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכ"ח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - וועלכע ברסלב'ע ספרים זאל איך לערנען?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, אשר בנחל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל ווערן מקורב צו ברסלב, איך קען זיך אבער נישט אויס אין די ברסלב'ע ספרים. וועלכע ספרים זענען דא אין ברסלב, און וועלכע ספרים זאל איך לערנען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הייב אן מיט'ן לערנען די שיחות און מעשיות פון רבי'ן; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. מאך זיך א שיעור אין ספר חיי מוהר"ן, אין ספר שיחות הר"ן, סיפורי מעשיות און אין ספר המידות; די ספרים וועסטו פארשטיין און דו וועסט טרעפן דערין גרויס חיזוק און ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן; אן ערליכער איד מיין איך אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און ער וועט טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען קען צוקומען ווען מען לערנט די עצות פון רבי'ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיר נישט; ווייל ווען עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר - און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס וועט ער זייער חרטה האבן, טראכטנדיג: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


אזוי אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אינעם ספר 'אשר בנחל'; מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפ געברענגט פאר אונז אויף א פשוט'ע שפראך. אזוי ווי מען צעדריקט אן עפל פאר א קינד וואס קען נאך נישט עסן קיין גאנצע עפל, אזוי האט מוהרא"ש געטון - צעדריקט און צעריבן דעם רבינ'ס ספרים פאר אונז פשוט'ע מענטשן וואס מיר פארשטייען נישט קיין טיפע תורות וכו', אז מיר זאלן דאס פארשטיין און לעבן מיט דעם.


דער וואס לערנט דעם ספר אשר בנחל ווערט נישט צעפאלן און צעבראכן ווען עס גייט איבער אויף אים שוועריקייטן; פרוביר דאס אויס וועסטו האבן התחזקות אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#36 - וואס איז די מעשה מיט די פאנצער?
ספרי ברסלב, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין ברסלב'ע ספרים אז דער רבי האט דערציילט עפעס א מעשה מיט א פאנצער, ער האט אבער אנגעזאגט אז מ'זאל נישט אויסזאגן די מעשה, און איך בין זייער נייגעריג צו וויסן וואס די מעשה איז.


איך האב געזען אויף עטליכע פלעצער וואו עס ווערט געברענגט רמזים פון די מעשה. צום ביישפיל ביים סוף פון ספר פעלת הצדיק ברענגט דארט מוהרא"ש די גאנצע מעשה מיט די ברויט, אבער איבער די מעשה פון די פאנצער שרייבט ער אויך נאר רמזים.


איך וויל וויסן אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט מקבל פון מוהרא"ש די גאנצע מעשה מיט די פאנצער.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר מעתיק זיין די מעשה בקיצור לויט ווי מוהרא"ש שרייבט דאס אינעם בריוו (הובא בסוף ספר פעולת הצדיק, דף תשלג). ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי האט דער רבי דערציילט א מעשה פון א פאנצער, אז ווען מען גייט אין מלחמה טוט מען זיך אן א פאנצער, דעמאלט אפילו מען שיסט אויפ'ן מענטש טויטליכע פיילן גייט עס נישט אריין אינעם מענטש נאר דער פאנצער באשיצט דעם מענטש אין די פיילן פאלן אראפ, און אפילו אין פאל דער פאנצער צעברעכט זיך און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט וועט ער אויך ווערן געראטעוועט וכו'.


אין דעם ליגט באהאלטן דעם סוד פונעם תיקון הכללי; דער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) – ווערט באשיצט מיט דעם אזוי ווי א פאנצער, די פיילן קענען נישט אנקומען צו אים צוליב דעם פאנצער. דאס הייסט אז אפילו דער מענטש האט געזינדיגט חס ושלום וועט עס נישט אריין גיין אין זיין נשמה, ציליב דעם פאנצער - דעם תיקון הכללי, און אפילו דער פאנצער צעברעכט זיך און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט וועט ער אויך ווערן געראטעוועט וכו', דאס הייסט אז דער תיקון הכללי איז אזוי גרויס אז עס וועט אים ראטעווען פון אן אייביגער מיתה, ער וועט נאכאמאל מגולגל ווערן וכו'. מוהרא"ש פירט דארט אויס: "מער פון דעם טאר איך נישט אנטפלעקן".


ווער עס פארשטייט קען ארויס נעמען פון דעם דאס גרויסקייט פון די צען קאפיטלעך תהילים; וואויל איז דעם מענטש וואס זאגט יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים - דעם תיקון הכללי, דורכדעם וועט ער גערייניגט ווערן פון אלע חטאים און זיין נשמה וועט מתוקן ווערן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער הייליגער רבי איז; דער רבי קען אויסהיילן א מענטש אפילו ער איז שוין געשאסן געווארן פונעם יצר הרע מיט די טויטליכסטע פיילן, אפילו א מענטש איז אראפגעפאלן אין פגם הברית רחמנא לצלן, ער ליגט אין עשרא כתרא דמסאבותא השם ישמרינו - קען אים דער רבי היילן. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): עס איז געווען א שלעכטע קעניג וואס האט פארכאפט א בת מלכה און זי איז אנטלאפן פונעם קעניג, האט דער קעניג ארויסגעשיקט זיינע באדינער מען זאל זוכן וואו זי איז, ביז מען האט איר געטראפן זיך דרייען ביי א שלאס פון וואסער. איז דער קעניג געגאנגען צום וואסעריגן פעסטונג מיט זיין מיליטער איר כאפן, ווען די בת מלכה האט געזען דעם מלך האכזר האט זי געטראכט: 'ענדערש וועל איך אריין לויפן אינעם שלאס פון וואסער און דערטראנקען ווערן ווי איידער אנצוקומען צום מלך האכזר', ווען דער קעניג האט געזען ווי זי לויפט אריין אין די וואסערדיגע פאלאץ האט דער קעניג געהייסן מען זאל איר שיסן מיט אלע סארט פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע סארט סמ'ען, מען האט איר געשאסן מיט די פיילן וואס זענען געווען אנגעשמירט מיט טויטליכע סם, איז די בת מלכה אראפ געפאלן חלשות, האט דער רבי אויסגעפירט: "אוּן אִיךְ הֵייל זִי".


דער מלך האכזר - דאס איז דער יצר הרע וואס זוכט צו פארכאפן אידישע קינדער וואס זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער; ער איז מכשיל א מענטש מיט עבירות רחמנא לצלן ביז דער מענטש פאלט חלשות, מען ווערט צעבראכן ביי זיך און מען געבט אויף. קומט דער הייליגער רבי און זאגט: "אוּן אִיךְ הֵייל זִי", דער רבי האט אזעלכע לימודים וואס קען אויסהיילן יעדן איינעם און אלעמען צוריק ברענגען צום אייבערשטן, אפילו א מענטש וועם דער יצר הרע האט אראפ געווארפן אין די ארגסטע בלאטע, ער איז נכשל געווארן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה וכו' רחמנא לצלן, אויב פאלגט ער דעם רבי'ן און נעמט זיינע עצות, איז ער זוכה ארויס צו קריכן פון אלע פראבלעמען.


עס איז נישט כדאי אריין צו קריכן אין זאכן וואס מען קען נישט מגלה זיין וכו'; דער עיקר דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן און אנהייבן טון די עצות פון רבי'ן, בעיקר די ליכטיגע עצה פון התבודדדות; זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן - יעדער אויף זיין אייגענע שפראך און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, וועלן מיר זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#35 - דער רבי האט דאך געוויינט צום אייבערשטן ער זאל פארשטיין דאס לערנען?
לימוד התורה, ספרי ברסלב, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע חיזוק וואס איך באקום פון די שיעורים, ניגונים, און בריוו. ממש מחיה נפשות.


איך לערן ב"ה רוב טאג, איך בין אויפגעוואקסן אין ליטווישע ישיבות אין ארץ ישראל, און איך בין ב"ה מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, און איך פרוביר צו גיין אין זיינע וועגן.


מיין שאלה איז אזוי, אין אייער זכות האב איך זוכה געווען שוין צו ענדיגן צוויי מאל משניות און עטליכע מסכתות גמרא, איך האב אבער ב"ה א גוטן קאפ, איך קען פארשטיין וואס איך לערן, איז די שאלה צי איך זאל טאקע נאר זאגן, אדער איינער וואס קען לערנען דארף יא לערנען געהעריג, דער רבי האט דאך אויך געזאגט אז ער פלעגט וויינען צום אייבערשטן אז ער זאל פארשטיין וואס ער לערנט. אדער אפשר דארף מען זיך מאכן א חוק קבוע צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות מיט זיבן בלאט גמרא וכדומה, און ערשט נאכדעם וואס מ'ענדיגט די שיעורים, קען מען פרובירן צו לערנען און פארשטיין?


אויך וויל איך וויסן, איך בין יעצט זייער אסאך עוסק אין ליקוטי הלכות, כמעט רוב טאג לערן איך נאר דאס. איז די שאלה אויב דאס איז דער ריכטיגער וועג, אדער דארף מען ענדערש לערנען רוב טאג גמרא וכדומה, און נאר אביסל צייט אוועקגעבן צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים? אדער איז נישטא קיין כלל אין דעם, נאר יעדער דארף טון לויט וואס עס ציעט אים?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט בהתמדה רבה, דו האסט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה און אפאר מסכתות אין ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז מען זאל לערנען אפילו אן פארשטיין.


אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט פארשטייט דאס די נשמה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "וְדַע שֶׁלֶּעָתִיד מַזְכִּירִין אֶת הָאָדָם כָּל מַה שֶּׁלָּמַד, אַף אִם שָׁכַח", אויף יענע וועלט דערמאנט מען די נשמה אלעס וואס זי האט געלערנט און פארגעסן, "גַּם בְּנֵי אָדָם הַשּׁוֹמְעִים הַתּוֹרָה שֶׁל הַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְאֵינָם מְבִינִים אוֹתָהּ", אזוי אויך, אויב מען האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט, "לֶעָתִיד - בָּעוֹלָם הַבָּא - יָבִינוּ", וועט מען אויף יענע וועלט זוכה זיין דאס צו פארשטיין, "כִּי עִקַּר הַתּוֹרָה הִיא לְהַנְּשָׁמוֹת", ווייל דער עיקר וואס מען לערנט תורה איז פאר די נשמה, "שֶׁבָּעוֹלָם הַבָּא יִהְיוּ הַנְּשָׁמוֹת בְּקִיאִים וּמַשִּׂיגִים הֵיטֵב אֶת הַתּוֹרָה שֶׁלָּמַד וְשָׁמַע הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה", אז אויף יענע וועלט זאלן די נשמות פארשטיין די תורה וואס זיי האבן געלערנט אויף די וועלט; "אַשְׁרֵי הַמְבַלֶּה יָמָיו בְּתוֹרָה וַעֲבוֹדָה הַרְבֵּה", וואויל איז פאר'ן מענטש וואס פארברענגט זיינע טעג און יארן מיט תורה און מיט עבודת השם.


חוץ פון דיינע שיעורים וואס דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד בגירסא, מאך זיך א שיעור מיט א חברותא צו פארשטיין וואס דו לערנסט. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", מען דארף האבן א שיעור אין עיון יעדן טאג; אבער רוב צייט זאלסטו זאגן אסאך גמרא און אסאך משניות.


דו פרעגסט אין דיין בריוו: ווי קען מען זאגן אן פארשטיין, מען זעט דאך פון רבי'ן אז מען דארף יא פארשטיין וואס מען לערנט, ווייל דער רבי האט דערציילט ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, סימן ח): "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", ער האט אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן ביז ער האט זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות; זעט מען אז מען דארף יא פארשטיין?


דאס איז בכלל נישט קיין קשיא, ווייל אודאי דארף מען פארשטיין וואס מען לערנט און דעריבער האט דער רבי געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה, אבער ווען עס קומט צו לערנען דעמאלט טאר מען נישט קוקן אויף דעם אז מען וויל פארשטיין - אז דאס זאל מונע זיין פון לערנען.


אז מען קוקט מיט אן אמת'ע אויג זעט מען אז רוב מענטשן האלטן זיך אפ פון לערנען צוליב דעם וואס מען וויל פארשטיין, און מען האט יעדן טאג אן אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו לערנען. אבער אז מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, דאס שניידט שטיקער, ווייל דאס איז א דרך הלימוד פאר יעדן מענטש און יעדע צייט. עס איז נישט דא קיין שום זאך וואס קען מונע זיין דעם מענטש פון לערנען ווען מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד; מען דארף נישט קיין חברותא, מען דארף נישט קיין קאפ, מען דארף גארנישט. נאר וואו מען איז, אין וואס פאר א מצב מען געפונט זיך, נעמט מען דעם משניות און מען זאגט א פרק נאך א פרק, מען נעמט די הייליגע גמרא און מען זאגט א בלאט נאך א בלאט. וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, וועט ער זוכה זיין צו מסיים זיין כמה פעמים כל התורה כולה און דאס פארשטיין.


אז דו האסט א שטארקע געפיל אין דעם הייליגן ספר ליקוטי הלכות זאלסטו דאס נישט אפלאזן. מוהרא"ש האט דערציילט אז ער האט במשך א שטיק צייט געלערנט אויסטערליש פלייסיג דעם ספר ליקוטי הלכות פון רבי נתן זכרונו לברכה, אז ער פלעגט דאס ענדיגן יעדן חודש. ער האט זיך אזוי געפירט צוויי און א האלב יאר - דרייסיג חדשים ברציפות. רבי נתנ'ס התחזקות איז אים אריין אין די בלוט און פון דעם האט ער זוכה געווען צו מחבר זיין די הייליגע קונטרסים, פופצן הונדערט באזונדערע סארט קונטרסים האט מוהרא"ש געשריבן, וואס איז התחזקות - ארויס גענומען פון ליקוטי הלכות - פאר אידישע קינדער אין אלע מצבים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - וואס מיינט די ווערטער, "איך האב אויסגעפירט, און איך וועל אויספירן"?
ספרי ברסלב, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן דורכברעכן דאס חתונה מאכן פאר ביליג, און מאכן אזא הערליכע חתונה פאר אזוי ביליג. הלואי זאלן מיר זיך אויך אפלערנען און חתונה מאכן אזוי.


איך האב נאר געוואלט וויסן וואס איז דער פשט פון די ווערטער וואס זענען אויפגעשריבן אויף די חופה, "איך האב אויסגעפירט, און איך וועל אויספירן", וואס דארף דאס צו מיינען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


"איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן" איז א ווארט פון הייליגן רבי'ן.


רבי נתן זכרונו לברכה ברענגט דעם דיבור און דעם סיפור ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "איך האב געפרעגט דעם רבי'ן: 'וואס וועט זיין מיט אלע דיבורים וואס מיר האבן געהערט פון רבי'ן וכו'?' ווייל עס האט אויסגעזען פון רבינ'ס ווערטער אז ער וועט בלייבן לעבן און אויספירן אלעס וואס ער האט געוואלט בחייו וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן צום עולם וואס זענען געשטאנען דארט: 'עטץ הערטס וואס רבי נתן פרעגט?' – און רופט זיך אן - 'האב איך דען נישט אויסגעפירט? איך האב אויסגעפירט און וועל אויספירן'".


מען זעט טאקע ממש בחוש ווי דער רבי פירט אויס; צוביסלעך גייען אריין זיינע הייליגע דיבורים אין די וועלט; מען רעדט שוין היינט איבעראל פון התבודדות און עס הייבט שוין צוביסלעך אויך אן אריין צו גיין אין די וועלט דעם רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד'; מען זעט שוין ביי אלע מקומות און ביי אלע חסידות'ן ווי בחורים און יונגעלייט זאגן משניות און דפים גמרא; דאס איז וואס דער רבי וויל - אז אלע אידן זאלן לערנען און דאווענען.


נאך אביסל וועט אויך אנהייבן אריין גיין אין די וועלט דעם ענין פון חתונה מאכן יונג די קינדער, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט; עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט שוין מוזן אננעמען די עצה פון חתונה מאכן יונג. ווער עס וועט נישט וועלן פארלירן די קינדער וועט זיי חתונה מאכן יונג, ווען מען איז נאך ריין און ערליך.


געלויבט דעם אייבערשטן אז תלמידי היכל הקודש פאלגן דעם רבי'ן און מאכן חתונה די קינדער יונגערהייט; דו שרייבסט אז דו האסט מיט געהאלטן די חתונה אין ישיבה, האסטו דאך געזען ווי דער רבי פירט אויס. מען מאכט חתונה די קינדער יונג ווען זיי זענען נאך ריין און הייליג, איז דאס דאך ממש וואס דער רבי האט געזאגט: "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ".


דער הייליגער רבי איז אמאל געפארן אונטערוועגנס, אינמיטן וועג זענען אריבער געפארן אסאך זעלנער פון די קאזאקן, האט דער רבי אנגעהויבן צו שמועסן איבער רוסלאנד און די רוסן, וואס עס וועט זיך טון זיי איר ביז משיח וועט קומען, און וואס עס וועט זיין מיט זיי פון נאך ביאת המשיח ביז תחיית המתים. רבי נתן און רבי נפתלי זענען דעמאלט מיטגעפארן אינעם וואגן, אויך איז דעם רבינ'ס איידעם ר' יוסקא דארט געווען, ער איז געזיצן נעבן רבי'ן, אויסער דעם זענען געווען אינעם וואגן נאך צוויי מענטשן - אנשי שלומינו - פון טעפליק; אלע האבן געקוקט דעם רבי'ן אין פנים בשעת דער רבי האט דערציילט וואס עס וועט זיין דער סדר פון ביאת המשיח. נאכדעם האט רבי נתן געוואלט איבער שמועסן מיט ר' יוסקא האט ער געזען אז ער ווייסט נישט גארנישט פונעם גאנצן שמועס, אויך ווען רבי נפתלי האט געוואלט איבערגיין מיט די צוויי מענטשן פון טעפליק דעם שמועס האט ער אויך געזען אז זיי ווייסן נישט פון וואס מען רעדט, דעמאלט האט רבי נתן און רבי נפתלי פארשטאנען אז דער רבי וויל אז קיינער זאל נישט וויסן פון דעם גאנצען שמועס. (דאס אליינס איז גאר א וואונדערליכע זאך, ווי עס קען זיין אזא זאך אז עס זיצן מענטשן צוזאמען מיטן רבי'ן, דער רבי רעדט און קיינער הערט גאר נישט נאר רבי נתן און רבי נפתלי; רבי נתן האט אלעס אפגעשריבן מיט ראשי תיבות, און דאס איז דער ספר "מגילת סתרים").


אמאל האט מען שטארק צוגעדרוקט רבי נפתלי ער זאל דערציילן עפעס פון ספר "מגילת סתרים" האט ער געזאגט: "איך טאר גארנישט אנטפלעקן - אזוי האט מיר דער רבי אנגעזאגט – אבער איין זאך קען איך אייך זאגן, ווען די וועלט וועט אננעמען דעם רבינ'ס ספרים קען מען זיך גרייטן אויף משיח" (עיין בספר פעולת הצדיק סימן תרח, וסימן תתלו בהערה צ).


 יעצט אז מען זעט שוין ווי דער וועלט נעמט אן דעם רבינ'ס ספרים מער און מער, דארף מען זיך גיין גרייטן אויף משיח צדקינו שיבא במהרה בימינו.

#33 - איז כדאי צו לערנען שיחות הר"ן איבערגעטייטשט אויף אידיש?
לימוד התורה, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כח א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, איך האב נישט די ווערטער אייך גענוג צו באדאנקען.


איך האב לעצטנס אנגעהויבן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, איך האב אנגעהויבן מיט שיחות הר"ן, אזוי ווי איך פארשטיי אבער נישט אזוי גוט לשון הקודש, האב איך זיך געקויפט א שיחות הר"ן איבערגעטייטשט אויף אידיש, און איך לערן אין דעם.


לעצטנס האב איך אבער געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ס'זענען דא מענטשן אין ברסלב וואס פארדרייען דעם רבינ'ס ווערטער, און דעריבער האב איך שוין מורא אז אזוי ווי די אידישע שיחות הר"ן קומט נישט פון היכל הקודש, אפשר האבן זיי פארדרייט פונעם רבינ'ס ווערטער דארט. וואס זאגט דער ראש ישיבה שליט"א וועגן דעם?


יישר כח, יואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט דעם הייליגן רבי'נס ספרים און דו האסט א שיעור אין ספר שיחות הר"ן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; ר' נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם-כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פארן לעבן.


מוהרא"ש איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן ווען ער איז געווען א בחור פון זעכצן יאר. מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען דעם ספר ליקוטי מוהר"ן, ער האט זיך זייער געפלאגט צו פארשטיין דעם ספר, האט ער קודם גענומען די שיחות פון רבי'ן - שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן, און אזוי אויך די קליינע תורות פון ליקוטי מוהר"ן וואס איז גרינג צו פארשטיין, און דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל, ביז עס איז אים געווען שגור על פיו, נאכדעם האט ער אנגעהויבן לערנען ליקוטי מוהר"ן.


אז דו פארשטייסט נישט קיין לשון הקדוש איז זייער גוט צו לערנען שיחות הר"ן אין אידיש; מען האט דאס זייער שיין איבערגעטייטשט.


דער עיקר זאלסטו זיך מאכן שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא וכו' אויפן סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן (עיין שיחות הר"ן סימן עו); דער רבי האט געזאגט: "איך האב גענומען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע"; ביי חסידים איז דער עיקר 'תפילה', און ביי די ליטווישע איז דער עיקר 'תורה', און דער רבי האט גענומען ביידע - סיי תורה און סיי תפילה, וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן דער עיקר, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם?" וואס האט א מענטש צו טון אויף דער וועלט? "אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל, וְלִלְמֹד, וּלְהִתְפַּלֵּל", נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


דערפאר זע צו לערנען אסאך משניות און דפים גמרא יעדן טאג, און אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער, ווייל די ווערטער פון תורה וואשט אפ דעם מענטש אינגאנצן פון זיין שלעכטס.

#32 - אויב וועט מען שטארבן אויך נאך ביאת המשיח, ווען וועט זיין תחיית המתים?
ספרי ברסלב, פירושים, משיח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אין חיי מוהר"ן אז די וועלט האט א טעות אז מ'מיינט אז ווען משיח וועט קומען וועט מען נישט שטארבן, און דער אמת איז אז מען וועט יא שטארבן דעמאלט, און אויך משיח אליין וועט שטארבן.


וואס איז פשט פון דעם? אויב אזוי וואס איז דער ענין פון תחיית המתים? אז אלע געשטארבענע וועלן צוריק אויפשטיין לעבעדיג? ווען און פאר וועמען וועט זיין דער תיקון השלם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז נישט קיין קשיא 'פאר וועם וועט זיין דעם תיקון השלם'; קודם וועט זיין (בראשית ג, יט): "וְאֶל עָפָר תָּשׁוּב", אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת משפטים, קח:): אויפן פסוק (דברים לב, לט): אֲנִי אָמִית וַאֲחַיֶּה - "דִּבְהַהוּא זִמְנָא, כָּל אִינּוּן דְּלָא טַעֲמֵי טַעֲמָא דְּמוֹתָא, מִנֵּיהּ תְּהֵא לוֹן מוֹתָא, וְיָקִים לוֹן וכו'", פאר עס וועט זיין תחיית המתים וועלן אלע דארפן שטארבן, און נאכדעם וועט דער אייבערשטער זיי אויפלעבן.


עס איז נישט כדאי אריין צו טראכטן צופיל אין די זאכן; דער רמב"ם זאגט (פרק יב מהלכות מלכים ומלחמות, הלכה ב): "לְעוֹלָם לֹא יִתְעַסֵּק אָדָם בְּדִבְרֵי הַהַגָּדוֹת, וְלֹא יַאֲרִיךְ בַּמִּדְרָשׁוֹת הָאֲמוּרִים בְּעִנְיָנִים אֵלּוּ וְכַיּוֹצֵא בָּהֶן, וְלֹא יְשִׂימֵם עִקָּר", מען זאל נישט צופיל אריין קלערן וואס און ווי אזוי עס וועט זיין נאכדעם וואס משיח וועט קומען, "שֶׁאֵין מְבִיאִין לֹא לִידֵי יִרְאָה וְלֹא לִידֵי אַהֲבָה", ווייל פון דעם קומט נישט ארויס קיין עבודת השם יתברך; דער עיקר דארפן מיר זען וואס מיר קענען יעצט טון אז יעצט זאלן מיר נישט זיין קיין טויטע מענטשן, נאר מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און זיך פארלאזן נאר אויף אים.


יעצט דארפן מיר זען צו לעבן מיט דעם לימוד וואס משיח וועט אריין ברענגען פאר די גאנצע וועלט, וואס דאס איז די זאך פון תפילה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ – הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט איינעמען וועט זיין נאר דורך תפילה; דערפאר דארפן מיר שוין יעצט אפיר נעמען דעם געווער און אלע אונזערע מלחמות און אלעס וואס מיר ווילן פועל'ן זאל זיין נאר מיט תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#31 - איז דא צוויי מעשיות פון רבי'ן מיט רעגן?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס, און ספעציעל פאר די טעגליכע בריוו וואס איז מיר ממש מחיה יעדן טאג. איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן אינעם בריוו פון זונטאג פ' אחרי קדושים, "דער רבי האט דערציילט אז א קעניג איז געגאנגען מיט זיינע באדינערס אין וואלד כאפן א הערש, פלוצלינג איז געווארן טונקל, די הימל איז באדעקט געווארן מיט שווארצע וואלקענעס, עס האט אנגעהויבן רעגענען, אלע מענטשן וואס זענען מיטגעגאנגען מיטן קעניג האבן געוואלט צוריק אהיים גיין, האט דער קעניג געזאגט: "איך בלייב דא ווייל איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל קען צוריקגיין", האט דער רבי אויסגעפירט די מעשה און געזאגט: "דאס זעלבע זאג איך אייך, איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל קען צוריקגיין"., איז דאס די זעלבע מעשה אז די דארפישע מענטשן וועלן ברענגען די גאולה, אדער איז דאס אן אנדערע מעשה?


יישר כח אויף אלעס, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס זענען צוויי באזונדערע סיפורים.


דער רבי האט דערציילט א "מעשה ממטר". עס איז געווען א קעניג וואס איז געגאנגען מיט זיינע שרים פאנגען חיות, ער איז געווען אנגעטון ווי א פשוט'ער דארפסמאן, פליצלונג האט זיך אראפגעלאזט א שטארקע רעגן, אלע שרים זענען זיך צולאפן און זיי האבן איבערגעלאזט דעם קעניג אליין, דער קעניג איז געווען אין א גרויסער סכנה און ער האט געזוכט א פלאץ וואו ער קען זיך באשיצן, ביז ער האט געטראפן א הויז ווי עס האט געוואוינט א פשוט'ער דארפסמאן, דער דארפסמאן האט אריין גענומען דעם קעניג, ער האט אנגעטון דעם קעניג פרישע קליידער און אים געגעבן צו עסן אביסל גריז און אים געלייגט שלאפן נעבן דעם אויבן וכו'. דער קעניג איז געווען זייער מיד און פארמאטערט און ער האט זיך אזוי מחי' געווען מיט דעם בעט וואס דער דארפסמאן האט אים צוגעשטעלט, אז ממש ער האט נאך קיינמאל נישט געשפירט אזא געשמאק ווי ער האט דארט געהאט ביי דעם פשוט'ן דארפסמאן.


שפעטער ווען עס האט אויפגעהערט רעגענען זענען אלע שרי המלוכה געקומען זוכן דעם קעניג, ביז זיי האבן אים געטראפן שלאפן ביים דארפסמאן אין שטוב. ווען זיי האבן געוואלט אהיים נעמען דעם קעניג האט זיי דער קעניג געזאגט: "ווען עס האט גערעגנט האט איר נישט געקוקט אויף מיר, יעדער פון אייך איז געלאפן זוכן שוץ פאר זיך אליין און איך בין געבליבן אליין, נאר דער דארפסמאן האט מיר אריין גענומען צו זיך אין שטוב און מיך געראטעוועט, וועט ער מיר אהיים טראגן צום פלאץ און ער וועט מיר אנטון מיין קרוין", האט דער רבי אויסגעפירט: "פאר משיח וועט קומען וועט זיין א מבול פון אפיקורסות; נישט א מבול פון וואסער און נישט א מבול פון פייער, נאר א מבול פון שלעכטע מחשבות, עס וועט אריין שפריצן אפילו אין די כשר'ע הערצער און מיט חכמות וועט מען זיך נישט קענען אן עצה געבן, נאר די פשוט'ע אידן וואס זאגן תהלים מיט תמימות ופשיטות, זיי וועלן זיך דערהאלטן און זיי וועלן אנטון דעם קרוין פאר משיח (פעולת הצדיק, סימן תתל"ד)".


דער הייליגער רבי מסאטמאר זכותו יגן עלינו ברענגט אראפ די מעשה אין ספר ויואל משה און ער פירט אויס בזה הלשון (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ): "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ, שֶׁרָאָה מַה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא".


 דער רבי האט דערציילט די מעשה ארויס צו ברענגען דאס גרויסקייט פון זיך פירן מיט תמימות און פשיטות; אז דייקא די וואס לעבן מיט פשוט'ע אמונה, די וועלן זיך קענען דערהאלטן אינעם גאס רעגן פון כפירות ואפיקורסות. ווייל די וואס גייען נאך זייערע חכמות די פאלן נאכדעם אוועק, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵך אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדרייט דער וועלט און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאך געגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַך", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט תמימות, ער גייט אין די וועגן פון די תורה אן קיין שום חכמות, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו לעבן א זיכערע לעבן. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי י, ט): "הוֹלֵךְ בַּתֹּם יֵלֶךְ בֶטַח", ווער עס גייט בתמימות - גייט אויף א זיכערע וועג.

#30 - וואו שטייט די מעשה מיט'ן ארימאן וואס האט פארלוירן דעם דיימאנד?
התחזקות, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אמאל געהערט א שיעור פון אייך איבער א מעשה פון אן ארימאן וואס האט געפונען א דיימאנט און האט עס פארלוירן אויפ'ן שיף, און איך האב געהאט דערפון שטארקע חיזוק.


למעשה האב געזוכט די מעשה אין סיפורי מעשיות און אין נאך פלעצער, אבער איך האב דאס נישט געקענט געפינען. אפשר וואלט איר מיר געקענט אנווייזן דעם מראה מקום וואו די מעשה ווערט געברענגט?


א גרויסער דאנק פאר אייך פאר די אלע שיעורים, מען קריגט פון דעם א נייע לעבן.


זלמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט פונעם ארעמאן וואס האט פארלוירן דעם דיימאנט שטיין, ווערט אראפ געברענגט אין ספר כוכבי אור; דארט וועסטו טרעפן זייער שיינע מעשיות פון הייליגן רבי'ן וואס ר' אברהם ב"ר נחמן זכרונו לברכה האט צוזאמגענומען, די מעשיות האט ער געהערט פון זיין טאטן ר' נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה. איך וועל דיר שרייבן די מעשה אז דו זאלסט זען ווי שיין דער סוף איז אויב מען דערהאלט זיך.


דער רבי האט דערציילט (ספר כוכבי אור סיפורים נפלאים, ב): עס איז געווען אן ארעמאן וואס האט זיך מפרנס געווען פון פארקויפן ערד צו מאכן דערפון ליים, ער פלעגט אויפזוכן די ספעציעלע זאמד וואס מען מאכט פון דעם ליים, און ער פלעגט דאס פארקויפן.


איינמאל בשעת'ן גראבן האט ער געטראפן זייער א טייערע שטיין, ער האט געוואלט פארקויפן דעם שטיין, האבן אים די צירונג סוחרים געזאגט אז דאס איז ווערד אזוי סאך געלט, אז עס איז נישט דא אין די גאנצע מדינה איינער וואס זאל האבן דאס געלט צו קענען באצאלן פאר אזא טייערע דיימאנט שטיין, נאר אין לאנדאן אינעם עיר המלוכה וועט מען קענען אפקויפן פון אים דער שטיין.


וויבאלד ער איז געווען זייער ארעם, ער האט נישט געהאט קיין געלט צו פארן קיין לאנדאן, האט ער פארקויפט אלעס וואס ער האט פארמאגט, ביז ער האט צוזאמגעקליבן אביסל געלט, און ער האט מיט די געלט געדינגען א פערד און וואגן וואס זאל אים פירן צום ים פּארט.


ווען ער איז אנגעקומען צום פּארט האט ער שוין נישט געהאט קיין געלט פאר א טיקעט, און ווען ער האט געוואלט ארויפגיין אויפן שיף וואס פארט קיין לאנדאן האט מען אים נישט ארויפגעלאזט, ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט. האט ער געבעטן מען זאל אים צולאזן צום שיפס קאפיטאן, ער האט געוויזן דעם דיימאנט שטיין פארן שיפס קאפיטאן, און ער האט אים געזאגט אז ער איז גאר א גרויסער ביזנעס מאן און ער האנדלט מיטן קעניג. גלייך האט אים דער שיפס קאפיטאן ארויפגעלאזט אויפן שיף און ער האט געהייסן די משרתים מען זאל אים געבן דעם שענסטן צימער, און אים מכבד זיין מיט גרויס כבוד.


דער איד פלעגט זיך שפילן מיטן דיימאנט שטיין בשעת ער האט געגעסן, דאס פלעגט אים מאכן אפעטיטליך, ביז איינמאל האט ער איינגעדרימלט אינמיטן עסן, און ער האט נישט באמערקט ווי דער משרת רוימט אפ דעם טיש מיטן דיימאנט אינאיינעם, און אלעס אריין געווארפן אין וואסער. דער איד וועקט זיך אויף און זעט אז ער האט אלעס פארלוירן... ער איז געווארן זייער צעבראכן, ער איז שיעור נישט אראפ פון זינען, ער האט געטראכט צו זיך: 'יעצט ווען דער שיפס קאפיטאן וועט זיך דערוויסן אז איך האב גארנישט, וועט ער מיר אריין ווארפן אין וואסער, וואס קען איך דא טון?' האט ער אפגעמאכט ביי זיך אז ער וועט זיך מאכן פרייליך, ער וועט זיך מאכן כאילו ער איז רייך, און ער האט נאך אלץ ביי זיך דעם דיימאנט שטיין.


דער שיפס קאפיטאן פלעגט אלץ אריין קומען צו אים אין צימער שמועסן מיט אים, און דער איד האט זיך ווייטער געמאכט פרייליך פונקט אזוי ווי פריער; איין טאג זאגט אים דער שיפס קאפיטאן: "איך זע אז דו ביסט א קלוגער מענטש, וויל איך דיר פארטרויען מיט א גרויסן סוד, איך האב דא אינעם שיף אסאך סחורה וואס איך קען נישט אריין ברענגען אין לאנדאן, ווייל מען איז מיר חושד אז איך גנב'ע דאס, איך וועל עס איבערשרייבן אויף דיין נאמען און מיר וועלן זיך שפעטער פאררעכענען". אזוי האבן זיי געטון; נאכן אנקומען קיין לאנדאן האט דער שיפס קאפיטאן געכאפט א הארץ אטאקע, און דער איד איז געבליבן מיט אלע פארמעגנס וואס ער האט אים איבערגעשריבן און ער איז געווארן א גרויסער עושר.


דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה מיט די ווערטער: "די דיימאנט שטיין איז נישט געווען דעם איד'ס, והא ראי' ער האט דאס פארלוירן; די סחורה פונעם שיף האט געהערט פארן איד והא ראי' ער האט דאס באקומען; און ווי אזוי איז ער געווארן אזוי רייך? נאר ווייל ער האט זיך דערהאלטן".


דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל, ווייל יעדער איינער האט אן אנדערע נמשל, און אפילו ביים מענטש אליינס טוישט זיך דער נמשל יעדע שטיק צייט; איינער פארלירט זיין געלט, איינער פארלירט א שידוך, איינער פארלירט קינדער, דארף מען געדענקען וואס דער איד האט געטון ווען ער האט פארלוירן דעם דיימאנט שטיין, ער האט זיך געמאכט פרייליך, ער האט ווייטער געשפילט עושר, ער האט ווייטער גערעדט מיטן שיפס קאפיטאן כאילו מען מיינט נישט אים, דערפאר האט ער זוכה געווען צו ווערן רייך וכו'.


די גאנצע ברסלב'ער חסידות באשטייט פון איין ווארט: "התחזקות!" א מענטש זאל זיך דערהאלטן אפילו עס גייט אויף אים אריבער שווערע ביטערע צרות. דאס לערענט אונז דער רבי, מיר זאלן זיך "דערהאלטן" אפילו מען האט גארנישט, אפילו מען איז אזוי ווי דער איד אויפן שיף אן קיין איין פרוטה, אן גארנישט, יעדע רגע קען מען אים אריין ווארפן אין וואסער וכו', דאך איז ער געזיצן און געשמועסט מיטן קאפיטאן אזוי ווי ער איז א גרויסער עושר און האט געשעפטן מיטן קעניג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - פארוואס האב איך נישט זוכה געווען אנצוקומען קיין אומאן?
אומאן, התחזקות, סיפורי צדיקים, ראש השנה, ספרי ברסלב, ספיקות, פחדים, בלבולים, רמזים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער שטארק געוואלט און פרובירט אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, אבער ליידער בין איך נישט אנקומען.


איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך ווייס נישט וואס איך דארף פאררעכטן, איך ווייס נישט וואו אנצוהויבן, איך האב געשפירט אז איך בין אזא גרויסער בעל עבירה אז אפילו דער רבי וויל נישט איך זאל קומען צו אים. איך ציטער וואסערע סארט יאר איך וועל האבן דאס יאר.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מחזק זיין, איך זאל וויסן ווי אזוי צו טראכטן, וואס איך קען זיך מקבל זיין, מיט וואס איך דארף זיך פארבעסערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק יארן צוריק ווען א גאנצע חבורה אנשי שלומינו זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס, זיי זענען נישט אנגעקומען קיין אומאן, און זיי זענען געווען זייער צעבראכן אז זיי האבן נישט געקענט אנקומען צום רבינ'ס ראש השנה, האט מוהרא"ש דעמאלט זיי געזאגט: "ענק זענען אלע געווען ביים רבי'ן; ווייל אז מען וויל קומען, מען טוט אלעס צו קומען און מען איז אפגעשטעלט געווארן, מען האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו קומען - איז דאס גערעכנט אזוי ווי מען איז געווען אין אומאן".


צעקלאפ זיך נישט, נעם נישט ארויס פון דעם קיין שלעכטע רמזים כאילו דער רבי דארף דיך נישט, דער רבי דארף דיך יא, דער רבי זארגט פאר דיר, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג", וואס זארגט איר? "מֵאַחַר שֶׁאֲנִי הוֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם", אז איך גיי פאר אייך, איך בין אייך מתקן; עיין שם.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך צובינדן צום רבי'ן מיטן לערנען דעם רבינ'ס ספרים. מאך זיך א שיעור אין ספר ליקוטי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווערט מען צוגעבינדן צום רבי'ן און מען ווערט א גרויסער צדיק, און בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פונעם יאר אז דו זאלסט זוכה זיין צו קענען זיין דעם קומענדיגן יאר ראש השנה ביים רבי'ן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#28 - ווי אזוי ווערט מען נאנט אין "היכל הקודש"?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, צדיקים, ספיקות, היכל הקודש, דרשות, בלבולים, פארנארן, אמונת חכמים, חלישות הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער עס איז געווען א הערליכע פרויען צוזאמקום און א הערליכע שיעור, די נקודה וואס מען האט גערעדט אז מען דארף זיך קאנצעטרירן אויף די שיעורים און אויף די תכלית פון די פלאץ, איז אזא וויכטיגע און שטארקע נקודה.


איך געדענק ווען איך בין געקומען די ערשטע מאל אין א שבת אין שול אין שטעטל, איז דעמאלט צוגעקומען צו מיר א פרוי און אנגעהויבן רעדן עפעס אזוי, "ש'כח אייבערשטער, אמת עס דא איז די שענסטע פלאץ אין די וועלט? און מיר זענען אזוי לאקי צו האבן אזא ראש ישיבה" און אזוי ווייטער אזעלכע סארט ווערטער, און עס האט זיך נישט געענדיגט. איך האב זיך שיעור אויסגעדרייט און אנטלאפן, עס האט מיר שרעקליך געאיבלט, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז איך בין אריינגעפאלן אין די נישט ריכטיגע פלאץ.


שפעטער איז צוגעקומען צו מיר א צווייטע פרוי, און זי האט מיר געזאגט אז זי וויל מיר נאר זאגן א גוטע עצה, זי האט מיר געוויזן אויף די מחיצה און מיר געזאגט אז אויב איך וויל עכט וויסן וואס די פלאץ איז און נישט ווערן צעמישט, זאל איך קוקן נאר דא, און מיט דעם האט זי מיר אריינגעוויזן אין די מחיצה אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א. זי האט מיר געזאגט, "קוק נישט רעכטס און נישט לינקס, ווייל אויב יא האסטו גרויסע שאנסן אוועקצוגיין נאך איידער דו קומסט אן".


איך בין איר זייער מכיר טובה. מערערע מאל האט זי מיר זייער מחזק געווען און מיר געהאלפן האלטן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ. עס איז געווען צייטן ווען איך האב געשפירט אז דאס איז עס, און זי האט מיר זייער אויסגעקלארט און מחזק געווען. זי האט אלעמאל געהאט די ריכטיגע זאך צו זאגן.


איך האב אנגענומען איר עצה, און איך האב אזוי געטון סיי אין שטעטל און סיי ביי די פרויען שיעורים פאר די ערשטע לאנגע צייט. איך האב קודם נישט געוואוסט וואו איך בין אריינגעפאלן, איך בין געקומען צום שיעור און ארויסגעגאנען א מינוט נאכ'ן שיעור. אבער ש'כח אייבערשטער אז מען איז זוכה דורך די שיעורים אויסצואוואשן דעם מח מיט די אלטע וועג פון טראכטן, און זען די שיינקייט פון יעדן.


נישט אז היינט בין איך שוין אריבער אלע זיבן וואסערן, עס פאסירט נאך גענוג מאל וואס איך פאל אריין אין א קטנות הדעת ווען איך קום אין שטעטל. און אלעס און יעדער שטערט מיר, איך ווייס אבער כאטש אז איך בין דער פראבלעם און נישט יענער. ש'כח אייבערשטער.


איך שעפ זייער אסאך חיזוק ווען דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון זיין אנהויב התקרבות, ווייל איך זע אז איך האב נאך אפשר שאנסן אויסצוקלארן מיין בליק און מיין מח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


היכל הקודש איז איין זאך: 'שכל און התחזקות פון הייליגן רבי'ן'; עס איז נישט קיין מענטשן, עס איז נישט דער און נישט יענער, עס איז גארנישט עפעס אנדערש אויסער די ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן.


חלישות הדעת און בלבולים וכו' - דאס מוז זיין, ווייל ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען הויבט אן הערן דעם הייליגן רבינ'ס תורות, חיזוק און עצות, ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן - ווערט דער סמ"ך מ"ם זייער דערשראקן, אז פון זיין שווערע הארעוואניע וועט גארנישט בלייבן, ער זוכט אלע וועגן ווי אזוי אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן.


דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט איז דער סמ"ך מ"ם געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, דו גיי זוך אן עצה"; וואס איז דער סמ"ך מ"ם אזוי דערשראקן פון רבינ'ס נשמה? ווייל וויפיל ער זאל נאר צעברעכן, אראפווארפן און אוועקשלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן - קומט דער רבי און ברענגט דעם מענטש צו תשובה, און צו אנהויבן א נייעם לעבן, דער רבי ברענגט אונז צו מדריגות פון צדיקים, מען טוט תשובה און אלע עבירות ווערן זכיות, דער רבי איז אים ווי א דארן אין אויג.


מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון צדיקים, אלע צדיקים זענען דבוק צום אייבערשטן און רעדן צו זייערע תלמידים פון עבודת השם יתברך, דער סמ"ך מ"ם האט נישט ליב קיין איינע פון די צדיקים, אבער ביים רבי'ן - דארט איז עפעס אנדערש, דער רבי כאפט ארויס נשמות וואס זענען שוין פארכאפט ביי די קליפות, דער רבי לאזט זיך אראפ צו אונז מענטשן וואס מיר זענען אזוי ווייט און האט אויף אונז רחמנות מיר זאלן אויך זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן; דאס קען דער סמ"ך מ"ם נישט ליידן, דעריבער טוט ער אלע פעולות אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן; מיט לשון הרע און ליצנות, חלישות הדעת און בלבולים וכו' וכו'.


מוהרא"ש פארציילט אויף א משפיע ביי אנשי שלומינו וואס איז געפארן פון אמעריקע קיין ארץ ישראל צו זיין ראש השנה ביים קיבוץ אין ירושלים, נאך די ערשטע טאג ראש השנה איז יענער געווארן אזוי אנטוישט פון די הפקירות אין שול (מאה שערים), אז ער איז נישט צוריק געקומען דאווענען מיט אנשי שלומינו, ער איז געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן, ביז מוהרא"ש האט גערעדט מיט אים שעות אויף שעות ער זאל נישט קוקן אויף קיינעם, ער זאל נאר קוקן אין די ספרים און נעמען די שכל פון רבי'ן.


אן א שיעור מענטשן האבן אפגעלאזט דעם הייליגן רבי'ן צוליב חלישות הדעת וכו' וכו'. ווען איך בין מקורב געווארן האבן מיר זייער אסאך זאכן געשטערט, דעמאלט האב איך אפגעמאכט אז איך קוק נישט אויף קיינעם, עס גייט מיר גארנישט אן, איך קום צו מוהרא"ש, איך הער וואס איך דארף הערן און איך לערן די הייליגע ספרים, די הייליגע קונטרסים, מער אינטערעסירט מיר נישט.


מוהרא"ש האט אסאך גערעדט פון דעם צו אונז ביי די שיעורים; נישטא קיין נאנטע מקורבים, נישטא קיין ווייטע מקורבים, אלעס איז שטותים והבלים, איין זאך איז דא, די שיעורים, די ספרים; מען זאל טון וואס מען רעדט ביי די שיעורים, און זיך מאכן א חשבון: 'האב איך היינט גערעדט צום אייבערשטן? האב איך היינט געעפנט א משניות? האב איך היינט געעפנט א ליקוטי מוהר"ן?' מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן צו אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מה שביד בטוח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#27 - אויב "קשת" מיינט תפלה, וואס מיינט "כי לא בקשתי אבטח"?
תפילה והתבודדות, ספרי ברסלב, פירושים, ליקוטי מוהר"ן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים, איך האב געענדיגט ברוך ה' מסכת מכות און מסכת שבועות.


איך האב געהערט ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ב', "וזה עיקר כלי זינו", אז ווי אזוי זעט מען אז תפילה רופט זיך כלי זין? ווייל עס שטייט "בחרבי ובקשתי" און דאס מיינט תפילה; אבער נאכדעם שטייט "וכמו שכתוב כי לא בקשתי אבטח", איז אויב "בקשתי" מיינט תפילה, וואס מיינט צו זאגן "כי לא בקשתי אבטח"? עס דארף ווען שטיין "כי בקשתי אבטח", ווייל "קשתי" מיינט דאך תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן הצלחה אין אלע ענינים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: 'סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען'", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


אויף דיין פראגע וכו'; דער הייליגער רבי זאגט אז דאווענען - דאס איז די כלי זין פון אידישע קינדער, און משיח צדקינו וועט אייננעמען די וועלט מיט תפילה. דער רבי ברענגט א ראי' אז תפילה ווערט אנגערופן כלי זין, אזוי ווי מיר געפינען, יעקב אבינו זאגט (בראשית מח, כב): "וַאֲנִי נָתַתִּי לְךָ שְׁכֶם אַחַד עַל אַחֶיךָ, אֲשֶׁר לָקַחְתִּי מִיַּד הָאֱמֹרִי בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט רש"י, וואס איז די חרב און קשת פון יעקב? תפילה ובקשה; זעט מען אז תפילה איז א כלי זין. מען דארף פארשטיין, פון וואנעט נעמט רש"י אז חרב און קשת פון יעקב איז תפילה ובקשה? אויף דעם זאגט דער רבי ווייטער: "וכמו שכתוב וכו'", דאס איז א גמרא אין מסכת בבא בתרא (דף קכג.), די גמרא פרעגט: "וכי בחרבו ובקשתו לקח", ווי קען זיין יעקב אבינו האט איינגענומען שכם מיט א שווערד און פיילן בויגן? "והלא כבר נאמר כי לא בקשתי אבטח וחרבי לא תושיעני", עס שטייט דאך אין פסוק (תהלים מד, ז), איך פארלאז זיך נישט אויף מיין שווערד און אויף מיין בויגן, קען דאך נישט זיין אז יעקב אבינו בארימט זיך, איך האב איינגענומען שכם מיט א שווערד און פיילן בויגן! ענטפערט די גמרא, "אלא", מוזן מיר זאגן, "חרבי זו תפלה", דאס מיינט מען תפילה, "קשתי זו בקשה", דאס מיינט מען בקשה.


דאס זאגט דער רבי: כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב אזוי ווי עס שטייט (בראשית מח, כב): 'בְּחַרְבִּי' מיט מיין שווערד, 'וּבְקַשְׁתִּי' און מיט מיין בויגן, וּפֵרֵשׁ רַשִׁ"י ווי רש"י געבט דאס צו פארשטיין, 'תְּפִלָּה וּבַקָּשָׁה' מיט דאווענען און געבעט; מען דארף פארשטיין פון וואנעט נעמט רש"י אז די חרב און קשת פון יעקב אבינו איז תפילה? ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא קכג.) עס איז דאך קלאר אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף א פייל און בויגן, וּכְמוֹ שֶׁכָּתוּב און אזוי ווי עס שטייט (תהלים מד, ז) 'כִּי לֹא בְקַשְׁתִּי אֶבְטָח' וְכוּ' איך פארלאז זיך נישט אויף מיין בויגן, אויב אזוי, וואס זאגט יעקב אבינו איך האב איינגענומען די שטאט שכם מיט מיין פייל און בויגן?! נאר וואס דען, מוז זיין אז יעקב אבינו'ס פייל און בויגן איז תפילה, אזוי ווי דער תרגום זאגט: 'בִּצְלוֹתִי וּבְבָעוּתִי' מיט מיין תפלה און מיין געבעט, און דאס איז וואס עס שטיט דארט ווייטער אין תהלים (שם מד, ט) 'בֵּאלֹקִים הִלַּלְנוּ' מיטן לויבן דעם באשעפער; בְּחִינַת 'תְּהִלָּתִי אֶחֱטָם לָךְ' דאס הייסט מיט תפילה - וועט משיח אייננעמען די גאנצע וועלט. ער וועט אויסלערנען יעדן איינעם רעדן צום אייבערשטן, אזוי וועלן מיר ארויסגיין פון גלות. דער גלות איז אז מען פארגעסט פונעם באשעפער, מען דרייט זיך ארום צעבראכן און צעשאסן, מען שפירט זיך איינער אליין, מען פארגעסט אז דער אייבערשטער איז דא און מען קען אים בעטן, מען קען אים אלעס דערציילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - זאל איך ווייטער לייגן קונטרסים, אויב ווערט עס צעריסן?
ספרי ברסלב, הפצה, גליון, קונטרסים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' זוכה צו לייגן יעדן טאג גליונות און קונטרסים אין שולן, און עס זענען דא קביעות'דיגע מענטשן וואס נעמען עס און ליינען עס, און האבן זייער הנאה.


אין די לעצטע צוויי וואכן האב איך זיך זייער דערשראקן צו זען אז טאג נאך טאג זענען דא מענטשן וואס צערייסן די קונטרסים, און אזוי קומט אויס אז יעדן טאג ווען איך קום ברענגען א נייע קונטרס, זע איך אז די קונטרס וואס איך האב נעכטן אראפגעלייגט ליגט דארט צעריסן אויפ'ן טיש אדער אויף דער ערד.


זאל איך ווייטער לייגן דארט קונטרסים, ווייל עס איז למעשה יא דא מענטשן וואס האבן נאך הנאה דערפון, איידער עס ווערט צעריסן. אבער פון די אנדערע זייט ליגט עס נאכדעם צעריסן דארט מיט בזיונות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין נייע זאכן, מוהרא"ש האט נישט געוואלט מען זאל טיילן ספרים און קונטרסים אין די שולן בחינם, הפצה גייט דירעקט פון מענטש צו מענטש, מיד ליד; מען טרעפט א מענטש זאגט מען אים: "דא האט איר א שיינע ספר, איר וועט זיך מחי' זיין", און מען בעט יענעם צדקה; נישט געבן בחינם אדער לייגן אין שולן.


אז דו ווילסט עוסק זיין אין די הייליגע זאך פון פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים - זאלסטו נישט נעמען די פוילע וועג פון לייגן אין שולן אדער לייגן ביי הייזער ביי די טרעפ, הפצה גייט מיד ליד, פון האנט צו האנט. גיי פון שטוב צו שטוב, קלאפ אין די טירן און זאג: "דא האט איר א שיינעם ספר וואס וועט אייך ליכטיג מאכן די אויגן", און בעט צדקה, אזוי אויך קענסטו גיין אין די געשעפטן און אין די כוללים און ישיבות, אבער בשום אין אופן געבן בחינם די ספרים.


גליונות קענסטו לייגן, גליונות לייגן אלע; אין יעדע שול איז דא צענדליגער גליונות פון אלע קרייזן און פון אלע שיכטן, צו לייגן גליונות דארף מען נישט קיין רשות, אלע שולן שווימען מיט אלע סארט צעטלעך, זאל שוין אויך זיין דעם רבינ'ס צעטל וואס וועט אלע מחזיר בתשובה זיין. עס איז א גרויסע זכות צו פארשפרייטן די גליונות, מענטשן זענען זיך זייער מחי', די שכל פון רבי'ן איז פאר אלעמען; פאר אלטע, יונגע, רייכע, ארעמע, לומדים, עמי הארצים וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - איז וויכטיג צו מאכן א מצוה טאנץ ביי די חתונה?
שלום בית, חתונה, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער, מחלוקת, ספרי ברסלב, צדיקים, שלום, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר מיין שידוך, און פאר אלעס גוטס וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון, און טוט אלץ פאר מיר.


ש'כח אייבערשטער אז מיין חתונה דערנענטערט זיך שוין, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. איך האב געוואלט פרעגן בנוגע די "מצוה טאנץ", אזוי ווי ביי מיין שווער פירט מען זיך אז מען מאכט נישט קיין מצוה טאנץ און ביי מיין טאטע איז מצוה טאנץ ממש אן עיקר, וויל איך פרעגן וואס איז דער ענין פון א "מצוה טאנץ", און אויב איך זאל בעטן מיין שווער אז מען זאל יא מאכן א מצוה טאנץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם ספר יום הנשואין, א הערליכע ספר פאר חתנים, ווי אזוי אויסצוניצן די הייליגע טאג, דעם יום החופה. מוהרא"ש האט זייער שיין אויסגעשטעלט דעם גאנצן טאג, פון אינדערפרי ביז ביינאכט, יעדע פרט הערליך שיין, א וועג ווי זיך צו פירן.


קוק אריין אין אות יז, וואו מוהרא"ש רעדט פון דאס גרויסקייט פון מצוה טאנץ, אז עס איז דא אין דעם העכערע סודות, רזי דרזין, סתרי נסתרות. מוהרא"ש זאגט דארט: "ואסור להקל בזה", מען טאר נישט אפלאכן פון דעם, "והמקל בזה", און דער וואס לאכט אפ פון דעם, "מקילין חייו", לאכט אפ פון זיין לעבן "רחמנא לשיזבן", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן, "כי כל ענין הרקודין עם הכלה נבנה על סודות עליונים", די גאנצע זאך פון טאנצן מיט די כלה איז געבויט אויף הייליגע העכערע זאכן.


מוהרא"ש זאגט (שם): "והמנהג שהחתן אוחז בידי הכלה", דער מנהג איז אז דער חתן כאפט אן די כלה, "בלי שום הפסק כלל", אן קיין צווישנשייד, "ועל ידי זה נעשה יחוד גמור בכל העולמות מעילא לתתא ומתתא לעילא", עס געשעען גרויסע זאכן אין אלע עולמות.


אודאי זאלסטו בעטן דיין שווער אויב ער קען דיר געבן די טובה דו זאלסט טאנצן מיט די כלה מצוה טאנץ, אויך אויב קענסטו האבן א צדיק ביי דיין חתונה זאל טאנצן לפני הכלה, אויך די עלטערן און די זיידעס זאלן טאנצן לפני הכלה. אז דו וועסט בעטן שיינערהייט, דו וועסט זיי געבן צו פארשטיין אז ביי ערליכע אידן איז דאס א גרויסע זאך - וועלן זיי זיך נישט עקשנ'ען, זיי וועלן עס נאכגעבן.


דער עיקר זאלסטו זיך פארנעמען יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן נישט האבן צוטון מיט מחלוקת, עס זאל דיך נישט מבלבל זיין קיין שום זאך פון די מחותנים; ווייל בדרך כלל ביי יעדע חתונה איז דא א געטואכץ צווישן די מחותנים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קל.): "ליכא כתובה דלא רמו בה תיגרא", נישטא קיין חתונה וואס מען קריגט זיך נישט דארט, דער סמ"ך מ"ם לאזט נישט עס זאל זיך בויען א שטוב, ער ברענגט אריין פיינטשאפט צווישן די מחותנים און דאס גייט איבער צו די קינדער, די חתן כלה - ביז זיי אליין הייבן אן זיך פיינט האבן רחמנא לצלן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - פארוואס נעמט מיין שווער אן לשון הרע'ס קעגן ברסלב?
שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, ספרי ברסלב, משפחה, עצות, לשון הרע, נחת, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מזל טוב צום געבורט פון די מיידעלע, דער אייבערשטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אסאך נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.


איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם גאר דערהויבענעם ראש השנה וואס איך האב זוכה געווען מיטצוהאלטן דאס יאר אין אומאן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, עס האט מיר געגעבן געזאלין פאר א גאנץ יאר. ש'כח אייבערשטער אז מיר לעבן מיט די לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, און מיר זענען די גליקליכסטע מענטשן אויף דער וועלט.


נעכטן האב איך גערעדט מיט מיין שווער אויפ'ן טעלעפאן, זייער א געשמאקע שמועס, אבער אינמיטן רופט ער זיך אן אז ער וויל מיך נאר זאגן אז ער האט נישט גע'חלומ'ט אז פון אלע זיינע קינדער וועט ער האבן די מערסטע צער פון מיר. עס האט מיר גאר שטארק וויי געטון דאס צו הערן, אבער איך האב זיך אנגעכאפט אינעם בענקל אז איך זאל גארנישט ענטפערן.


עס שטערט מיר זייער שטארק, פארוואס זאל ער נישט האבן פון מיר די מערסטע נחת? איין טאג פריער איז איינע פון זיינע זון געווען ביי מיר אין שטוב אן קיין בארד און אן קיין פיאות, געשטינקען פון דראגס, און ער זאגט מיר אז די איינציגסטע מאל וואס ער לערנט א אידיש ווארט איז נאר ווען איך שיק אים א חיזוק יומי פונעם ראש ישיבה שליט"א.


שבת חול המועד פסח האב איך געהאט אן אנדערער שוואגער ביי מיר, שוין מער א לומד'ישער, און ער האט נישט אויפגעהערט סעקירן מיין ווייב פארוואס מיר האבן נישט יעדער סארט חומרה, ער האט עס ממש נישט געקענט פארשטיין, אבער אין די זעלבע צייט האט ער בכלל נישט געדאווענט, איך האב זיך געבעטן ביי אים צו גיין דאווענען, איך האב איך אים געגעבן מיין טלית, און ער האט געזאגט יא יא, ער גייט שוין באלד גיין.


מיין הארץ איז צעריסן, פארוואס דארף דעם רבינ'ס נאמען זיין אזוי פארשעמט? הלוואי ווען איך קען ארויסברענגען מיט ווערטער וואס איך האב אלץ באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א, הלוואי זאל מיין שווער וויסן דעם אמת וואס היכל הקודש איז און וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, אנשטאט זיך אנצוהערן מיט אלע נארישע לשון הרע'ס.


דאס האט מיר נאך מער אויפגעפלאמט צו העלפן און טון נאך מער פאר הפצה. מיין קאפ רודערט, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר? איך בענק זיך אזוי שטארק צו דער ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טענה נישט מיט דיין שווער, טענה נישט מיט קיינעם, בפרט מיט עלטערן, טאטע מאמע שווער און שוויגער; אז דו ווילסט זיך טענה'ן - זאלסטו גיין התבודדות און אויסשמועסן אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ, דערצייל אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, זאג אים דיין גאנצע עבר, און וואס האט פאסירט מיט דיר פון ווען דו האסט געטראפן דעם רבי'ן און עד היום וואס עס פאסירט מיט דיר ווען דו דערמאנסט זיך פון רבי'ן, און די התעוררות וואס דו באקומסט יעדעס מאל דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים.


דאס ווייסטו אודאי אז דער רבי האט זיך דאס אלעס אליינס געברענגט, דער רבי האט געוואלט עס זאל זיין מחלוקות. ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון די הייליגע נסיעה קיין ארץ ישראל האט ער געזאגט פאר אנשי שלומינו איך האב פאר אייך געברענגט א מתנה – "מחלוקות", פון היינט אן וועט מען קריגן אויף אונז. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "איך האב די כח אראפצונעמען פון מיר אלע מחלוקת, איך האב בכח צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל קומען צו מיר און זינגען 'יחי אדונינו מורינו ורבינו', אבער איך וויל דאס נישט ווייל עס איז דא מדריגות וואו מען קען נישט אנקומען נאר דורך בזיונות", דורך דעם וואס מען טשעפט און מען שפעט איז דער מענטש ביי זיך צעבראכן, עס פאלט אוועק דער 'איך', עס איז נישטא דער 'מיך', 'זיך'; דאס האט דער רבי געוואלט.


זיי נישט ברוגז אויף דיין שווער, האלט נישט קיין האס; עס איז נישט ער, עס איז די לשון הרע'ס וואס גייט שוין אן איבער צוויי הונדערט יאר, פון דעם רבינ'ס צייטן ווי דער חולק האט אנגעדרייט די אלע לשון הרע'ס. דיין שווער מיינט זיכער אז די פלאץ איז שעדליך, אזוי ווי מען רעדט השם ישמרינו; וואלט ער געוויסט וואס דו און דיין ווייב באקומען ביים רבי'ן - וואלט ער דיך געטראגן אויף די אקסלען. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


לערן דעם רבינ'ס ספרים און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען טון וואס דער רבי פארלאנגט פון אונז, בעיקר התבודדות ותפילה; גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען מאכט התבודדות; הער ווערטער, מען קען נישט זיין א איד נאר דורך התבודדות, נאר אז מען רעדט צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, מען דערציילט די ירידות, די נפילות וואס דער יצר הרע מאכט מיטן מענטש; נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו זיך צופלייסן מיט לערנען די הייליגע תורה. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, אפילו מען גייט אריבער שווערע טעג, אפילו מען האט נישט קיין חברותא, אפילו מיט אלע אפילו'ס; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", דער עיקר זאל מען זאגן די אותיות פון די תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, ווייל ביים סוף וועט מען פארשטיין.


מיין ליבער ברודער, וואס זאל איך דיר זאגן, דעם רבינ'ס ספרים איז פאר אונז א פארמעגן, נישטא קיין זאך אין לעבן וואס דער רבי זאל נישט האבן אויף דעם אן עצה; ווער עס לערנט די ספרים פון רבי'ן ווערט קלאר אין לעבן, יעדע זאך איז ביי אים קלאר, ער ווייסט ווי זיך צו פירן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר דאך זיכער אהינגעלאפן און געגראבן דארט כדי צו זוכן ווי מער מען קען נעמען פונעם אוצר, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, נאר איר וואלט אריינגעקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - פארוואס רעדט נישט דער ראש ישיבה שליט"א פון זאגן ליקוטי תפלות?
תפילה והתבודדות, ספרי ברסלב, ליקוטי תפלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט א סיבה פארוואס ער רעדט נישט פון זאגן ליקוטי תפילות? איך האב געזען וואס דער רבי זאגט אז ער איז געווארן אן ערליכער איד פון זאגן גאר אסאך תפילות ותחינות ובקשות, ער האט געזאגט די תפילות אזויפיל ביז ער האט עס געקענט אויף אויסנווייניג, דעריבער האב איך אנגעהויבן זאגן ליקוטי תפילות מיט נאך תפילות, איך הער אבער נישט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אפילו דערמאנען א ווארט פון דעם ביי שיעורים.


יישר כח פאר אלע שיעורים און התחזקות, איך ווער פשוט יעדן טאג א נייער מענטש פונדאסניי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זאגן ליקוטי תפילות. רבי נתן האט געזאגט, אין זיינע תפילות ליגט א גרויסע רוח הקודש, עס קומט פון זייער א הויכע פלאץ, פון שער נ'. נאך האט רבי נתן געזאגט, אסאך מענטשן האבן זוכה געווען צו זיצן אין גן עדן פון זאגן זיינע תפילות.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה) ווען מען הערט א תורה פון א צדיק, אדער מען לערנט תורות פונעם צדיק - זאל מען מאכן פון די תורה תפילות צום אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו מקיים זיין וואס מען האט געלערנט, און ווען מען מאכט פון תורה תפילה - ווערט פון דעם אין הימל אזעלכע שעשועים וואס איז נאכנישט געווען מימות עולם; אויף דעם ארויף האט רבי נתן מחבר געווען די ליקוטי תפילות, געבויט אויפן ליקוטי מוהר"ן.


וואויל איז דעם וואס לערנט די תורות פון ליקוטי מוהר"ן און זאגט די תפילות פון ליקוטי תפילות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - איך בין ארויסגעקראכן פון מיין דעפרעסיע דורך די דרשות
חובות, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, פרנסה, הפצה, דרשות, עצבות, יאוש, האטליין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע פעולות וואס איר טוט פאר כלל ישראל.


פאר אפאר יאר צוריק בין איך אריין אין א שווערע דעפרעסיע צוליב שוועריקייטן אין פרנסה וואס האט מיך צוגעברענגט צו חובות וואס איך האב נישט געהאט צוריקצאלן און בעלי חובות זענען מיר נאכגעלאפן אן אויפהער, און צוזאמען מיט דעם האב איך געשפירט א שטארקע יאוש, איך האב אינגאנצן פארלוירן די טעם אין לעבן, איך בין געליגן אין בעט צוואנציג שעה א מעת לעת פאר חדשים לאנג, איך קען אפילו נישט אראפשרייבן די פילע סארט שלעכטע מחשבות וואס איך האב געטראכט, אזוי כסדר יעדע נאכט האב איך זיך אויפגעגעסן דאס הארץ מיט די מחשבות וואס האבן מיר נישט געלאזט שלאפן, און נאר ערשט פארטאגס איז מיר געלונגען איינצושלאפן ביז נאכמיטאג. איך בין ממש געווען אין א גיהנום און קיינער האט נישט געוואוסט פון מיין מצב.


איין זאך האב איך מיך נאך געהאלטן, אז שבת האב איך זיך געפירט נארמאל. איך בין געגאנגען אין שול, זיך אנגעטון שטריימל און בעקיטשע, און געפירט די סעודות שבת. בעיקר האב איך עס געטון ווייל איך האב זייער מורא געהאט אז מענטשן וועלן באמערקן אז עפעס איז נישט בסדר מיט מיר, איך האב זיך זייער געשעמט אויב איינער וועט זיך דערוויסן דערפון.


איין מאל אויפ'ן וועג אהיים מוצאי שבת האב איך געזען א קארטל אויפ'ן וואנט מיט די נומער פון "קול ברסלב", איך האב שוין פארדעם געהערט פון דעם ראש ישיבה'ס נאמען, האב איך געטראכט צו זיך אז אזוי ווי איך בין סיי ווי אויף א גאנצע נאכט, וועל איך זיך כאטש צוהערן צום האט-ליין אביסל איבערצופירן די צייט.


וואס זאל איך זאגן? פון די ערשטע מינוט וואס איך האב געהערט די קול פונעם ראש ישיבה שליט"א איז מיר פשוט גוט געווארן, איך האב געפילט ווי איך הייל זיך אויס. אין אנהויב האב איך אפילו נישט געהאט די כוחות הנפש אויסהערן די שיעורים, איך האב נאר געהערט די ניגונים. דאס  זענען געווען ניגונים וואס איך האב אין מיין לעבן נישט געהערט, נישט די ניגון אליין און נישט די ווערטער. איך האב זיך צוגעהערט נאך און נאך ביז צוביסלעך האב איך אנגעהויבן הערן אויך די שיעורים, און אויך דאס איז געווען פאר מיר גרויסע חידושים. איך בין אריבער שיעור נאך שיעור, פרשה נאך פרשה, יאר נאך יאר, ביז איך האב געהערט אלע שיעורים וואס זענען געווען אויפ'ן ליין. איך האב געהאט א פראגראם פון א טעלעפאן קאמפאני וואס מען קען נוצן 8,000 מינוט א חודש (אזוי ווי עס איז איינגעפירט דא אין ארץ ישראל), אבער עס איז נאכאלץ נישט געווען גענוג, איך האב געדארפט קויפן נאך א סים-קארד עס זאל מיר זיין גענוג מינוטן.


אזוי שטייטליך האב איך באקומען מער און מער כוחות, ביז איך האב שוין געקענט ארויסגיין פון בעט, און דערנאך ארויסגיין פון שטוב, זיך ווענדן צו דאקטוירים און גבאי צדקה אויף "עזרה ראשונה", און אזוי מיט קליינע שריט טרעפן אן ארבעט, און אזוי ווייטער.


איך בין נאכאלץ נישט אינגאנצן אויסגעהיילט, עס איז מיך נאכאלץ שווער צו טון זאכן וואס פאר אנדערע קומט אן גרינג, אבער ברוך השם אז איך בין שוין ארויס פון די גיהנם אין וואס איך בין געלעגן. איך האב זייער געוואלט באדאנקען דעם ראש ישיבה "פנים בפנים", אבער די לעצטע מאל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט באזוכט אין ארץ ישראל האב איך ווידער נישט געטראפן די וועג אנצוקומען צום ראש ישיבה, האב איך זיך מיישב געווען אז "אם לא עכשיו אימתי". איך וויל דער ראש ישיבה זאל וויסן אז איר האט מיר געראטעוועט דעם לעבן פשוטו כמשמעו, וד"ל.


איך בין זייער דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס וואס איך האב, און אויף אלעס וואס איך וועל אמאל האבן. איך בין זיכער אז אייער שכר איז גאר גרויס, נאר דער באשעפער ווייסט ווי סאך נפשות איר האט אויסגעהיילט און געראטעוועט. איך האב געהאט אפאר שאלות צו שרייבן, אבער איך בין יעצט זייער איבערגעשטרענגט וועל איך עס לאזן פאר א צווייטע מאל.


זאל דער באשעפער בענטשן דעם ראש ישיבה שליט"א מיט לאנגע געזונטע יארן, נחת פון די קינדער און תלמידים, מנוחת הדעת ושלוות הנפש, און אסאך כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע עבודה וואס איר טוט כסדר.


מיט שעצונג און דאנקבארקייט. יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן, דער רבי געבט אונז לעבן, די עצות פון רבי'ן העלפן פשוט צו קענען לעבן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ד) "כְּשֶׁתִּסְעוּ", ווען איר וועט אהיימפארן פון מיר "וְיִשְׁאֲלוּ אֶתְכֶם", און מען וועט ענק פרעגן: "מַה פְּעַלְתֶּם", וואס האט איר מקבל געווען ביי מיר? "תֹּאמְרוּ 'רוּחַ'", זאלט איר זאגן 'רוח חיים', לופט צום לעבן; די אמונה וואס דער רבי לערנט מיט אונז - דאס העלפט אונז דורכגיין אלע שווערע צייטן.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער לעבן ווערט אזוי זיס ווען מען האט די עצות פון רבי'ן. אזוי אויך, ווער עס פאלגט די עצות פון רבי'ן - ווערט א גרויסער צדיק, מען קומט צו מדריגות וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און ווערן נישט מקורב, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - (וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


מיר דארפן פארגינען אנדערע, מיר דארפן גיין הפצה פארשפרייטן פאר כלל ישראל די עצות פון רבי'ן; זאלן אלע וויסן אז מען קען זיך אומקערן צום אייבערשטן, זאלן אלע וויסן עס אז דא א וועג צו לערנען כל התורה כולה. מיר דארפן נישט האלטן דעם רבי'ן בסוד פאר אונז; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, פון ווען ער האט זיך דערוואוסט פון רבי'ן און ער האט געזען וואס פאר א דראסטישע טויש עס האט מיט אים פאסירט - האט ער אפגעמאכט 'דאס איז עס, איך וועל מיין גאנץ לעבן נאר אין דעם עוסק זיין; איך וועל פארשפרייטן פאר אלעמען אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן העלפן', און מוהרא"ש האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיינעם נישט, ער האט זיין גאנץ לעבן געדרוקט און פארשפרייט מיליאנען ספרים און קונטרסים מיט מסירות נפש און ליכטיג געמאכט די וועלט.


וואויל איז דעם וואס איז עוסק אין הפצה. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח.): "תָּא חֲזֵי", קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - ווי אזוי קען איך זיך שפירן א חלק פון היכל הקודש?
ספרי ברסלב, ספיקות, היכל הקודש, עצתו אמונה, בלבולים, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיעורים פון אמונה. איך בין קראנק אויף די מחלה פון טראכטן א גאנצע טאג, דאגה'ן א גאנצן צייט און פארגעסן אז מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מיט'ן ארבעטן אויף אמונה און תפלה, קען מען אלץ האבן א רואיגע און שיינע לעבן, און מיט די שיעורים פון אמונה ווערט אלעס בעסער.


איך וויל פרעגן וואס איך זאל טון אז איך שפיר וואו איך באלאנג נישט אין היכל הקודש? איך פיל אזוי ווי איך דארף קודם זיך טוישן די וועג ווי אזוי איך גיי אנגעטון, די וועג ווי אזוי איך רעד, און בכלל ווער איך בין, און ערשט נאכדעם וועל איך קענען זיין א חלק פון היכל הקודש.


פון איין זייט בין איך אזוי אליינס, נאר ביי היכל הקודש זאגט מען מיר אז עס איז יא דא פלאץ פאר מיר; אבער פון די אנדערע זייט, האב איך די סארט מחשבות אז איך באלאנג נישט דא.


עס איז זייער שווער פאר מיר, ווייל איך וויל נישט זיין קיין רחמנות. איך שעם זיך אז מענטשן זאלן וויסן וואס גייט אויף מיר אריבער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז היכל הקודש? ווער איז היכל הקודש? היכל הקודש איז שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן; היכל הקודש איז נישט א וועג ווי אזוי מען דארף רעדן, ווי אזוי מען גייט אנגעטון, היכל הקודש איז חיזוק און עצות ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, ווי אזוי זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן.


איך געדענק ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש, איך האב געמיינט דער איז היכל הקודש, יענער איז היכל הקודש; איך האב געהאט חלישות הדעת פון דעם און פון יענעם, און במשך א שטיק צייט נאכן הערן פון מוהרא"ש איין שיעור נאכן צווייטן, אז זיין א ברסלב'ער חסיד האט נישט מיט מענטשן, נאר דער וואס לערנט דעם רבינ'ס ספרים - דער איז א ברסלב'ער חסיד, מוהרא"ש האט דאס געחזר'ט פאר אונז אן א שיעור מאל, 'קוק נישט אויף קיינעם, ווער נישט איבערגענומען פון דעם פון יענעם, קוק אין די ספרים, לערן די ספרים, לעב מיט די ספרים - דאס איז ברסלב'.


היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, היכל הקודש איז שכל, חיזוק און עצות - וואס מוהרא"ש האט ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, א וועג פאר אונז פשוט'ע מענטשן צו קענען לעבן, זיך קענען אן עצה געבן מיט די שוועריקייטן, דער וואס לערנט די ספרים און פירט זיך מיט די עצות - דער איז היכל הקודש; נישט דער און נישט יענער.


מאכט זיך א שיעור אין די בריוו עצתו אמונה, דאס וועט אייך געבן חיזוק אין אלע שווערע צייטן און אייך ווייזן א שיינע וועג ווי אזוי צו לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - מוז יעדער מענטש דורכגיין די עונש פון "חיבוט הקבר"?
תהלים, ספרי ברסלב, משניות, עונשים, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער, מיר האבן געהאט זייער א געשמאקע יום טוב. אום שבת האבן מיר געשמועסט וועגן "חיבוט הקבר", מיינע קרובים האבן מיר געזאגט אז אונזער זיידע - וואס ארבעט אין חברה קדישא - האט זיי געזאגט אז יעדער מענטש וואס גייט אוועק פון די וועלט האט חיבוט הקבר, און זיי האבן מיר געזאגט אז מיין זיידע האט אפילו געהערט ווי מען מאכט חיבוט הקבר פאר א מענטש, מיין מאמע האט געזאגט "גיי ווייס וועלכע עבירות האט יענער מענטש געטון, אויב אבער א מענטש זאגט משניות און תהלים, ווען ער גייט אוועק פון די וועלט איז דאס אזוי ווי מען גרייט אריבער פון איין צימער צום צווייטן", אבער מיין מומע האט גע'טענה'ט אז אפילו מיט די אלע זאכן גייט יעדער מענטש אריבער חיבוט הקבר.


איך בין געווארן זייער דערשראקן פון דעם, ווייל ווי קען זיין אז א מענטש זאגט תהילים און משניות און ער האט נאכאלץ חיבוט הקבר?


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן א תשובה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש ברענגט הונדערטער און טויזנטער מאל אין די בריוו פון ספר אשר בנחל, אז דער וואס לערנט און זאגט משניות - וועט געראטעוועט ווערן פון די ביטערע שווערע שטראף פון חיבוט הקבר. אזוי אויך ברענגט דער חיד"א זכר צדיק לברכה (בשם מדרש תלפיות): "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם", אשר זיצט ביים טיר פון גיהנום און ווער עס האט געלערנט משניות - לאזט ער נישט גיין אין גיהנום, מיט דעם טייטשט ער דעם פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', ווען אשר בן יעקב זעט אז א מענטש האט געלערנט משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", וועט ער אים געבן גן עדן.


אזוי אויך, אז מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים - ווערט מען געראטעוועט פון די ביטערע שווערע עונשים פון חיבוט הקבר. רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר איינעם: "אינגערמאן, לערן דעם ספר לקוטי מוהר"ן, ווייל א גוף וואס האט געלערנט דעם לקוטי מוהר"ן - וועלן די ווערעם נישט בייסן אין קבר".


מאך זיך נישט צוטון פון וואס יעדע מומע זאגט, קוק וואס צדיקים זאגן; קוק א שיינע בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן, ווי מוהרא"ש שרייבט קלאר אז דאס וועט באשיצן אין קבר פון אלע דינים:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם חֲמִישִׁי לְסֵדֶר קְדוֹשִׁים, כ"ד נִיסָן ה'תשע"א


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ הַיָקָר לִי מְאֹד ... נֵרוֹ יָאִיר


אִיךְ בֶּעט דִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק זָאלְסְט זֶען זִיךְ צוּ דֶערְהַאלְטְן אוּן נִישְׁט אַרַיינְפַאלְן אִין קַיין שׁוּם חֲלִישׁוּת הַדַעַת, וָוארוּם דוּ קֶענְסְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וָואס מֶען בַּארִימְט זִיךְ מִיט דִיר אִין הִימְל וְכוּ'. קוּמְט אַ אִינְגֶערְמַאן אוּן נֶעמְט אַרוֹיס נְשָׁמוֹת פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית וּמִתַּחְתָּיו אוּן גֶעוואוֹינְט זֵיי צוּ צוּ לֶערְנֶען מִשְׁנַיוֹת, וָואס דֶער זְכוּת פוּן דֶעם קֶען מֶען גָארְנִישְׁט בַּאשְׁרַייבְּן, וָוארוּם דִי גַאנְצֶע גְאוּלָה אִיז תָּלוּי אִין לִימוּד מִשְׁנַיוֹת, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (וַיִקְרָא רַבָּה, פַּרְשָׁה ז', סִימָן ג') אֵין כָּל הַגָלִיוֹת הַלָלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת; קוּמְט אוֹיס מִיט דֶעם וָואס דוּ וַוארֶעמְסְט אָן דִי טֵייעֶרֶע נְשָׁמוֹת אַז זֵיי זָאלְן זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען זָאגְן אַסַאךְ מִשְׁנַיוֹת בִּיסְטוּ מְקַרֵב דִי גְאוּלָה, אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר: נִישְׁט נָאר זָאלְסְט נִישְׁט צוּבְּרָאכְן וֶוערְן פוּן אַלֶע בִּזְיוֹנוֹת אוּן שְׁפִיכוּת דָמִים וָואס דוּ גֵייסְט דוּרְךְ מִבַּיִת וּמִבַּחוּץ וְכוּ' וְכוּ', נָאר זָאלְסְט מְעוֹרֵר זַיין מֶער אוּן מֶער דִי בָּחוּרִים אַז זֵיי זָאלְן זַיין צוּגֶעוואוֹינְט צוּ זָאגְן אַסַאךְ פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת כְּסִדְרָן, אוּן אוֹיף דֶעם דַארְפְסְטוּ אַסַאךְ רֶעדְן אוּן זֵיי מְעוֹרֵר זַיין, אוּן נִישְׁט נָאר דָאס, נָאר אַרַיינְשַׁיינֶען אִין זֵיי דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לֶערְנֶען מִשְׁנַיוֹת, דָאס יֶעדֶער אֵיינֶער זָאל דָאס אִיבֶּערְגֶעבְּן פַאר זַיינֶע חֲבֵרִים, וָוארוּם נָאר דָאס לִימוּד מִשְׁנַיוֹת קֶען אַרוֹיסְנֶעמֶען אַ מֶענְטְשׁ פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית וּמִתַּחְתָּיו וְכוּ', אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (תְּהִלִים ל', ד') הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי, אִיז דִי רָאשֵׁי תֵּיבוֹת "מִשְׁנָה", אֲפִילוּ מֶען לִיגְט שׁוֹין אִין שְׁאוֹל תַּחְתִּית, דוּרְךְ לֶערְנֶען "מִשְׁנֶה" קֶען מֶען אַרוֹיסְנֶעמֶען דֶעם נֶפֶשׁ פוּן שְׁאוֹל, אוּן דָאס דַארְף יֶעדֶער בָּחוּר אִיבֶּערְזָאגְן פַאר זַיינֶע חֲבֵרִים.


אִיךְ וֵוייס אַז אַסַאךְ מָאל פַאלְט אוֹיף דִיר אַרוֹיף חֲלִישׁוּת הַדַעַת, אוּן עֶס קוּמְט דִיר אַרַיין גֶעדַאנְקֶען וָואס פֶעלְט דִיר אוֹיס דִי גַאנְצֶע הָארֶעוַואנְיֶע וְכוּ' וָואס דוּ הָארֶעוֶועסְט מִיט דִי בָּחוּרִים וְכוּ', וָוארוּם אַסַאךְ מָאל זֶעט מֶען נִישְׁט בַּיי זֵיי קַיין שׁוּם עֶנְדֶערוּנְג וְכוּ', זָאלְסְט נִישְׁט זָאגְן אַזוֹי, וָוארוּם אַזֶעלְכֶע בָּחוּרִים וָואס זֵיי זֶענֶען שׁוֹין דוּרְכְגֶעגַאנְגֶען אַלֶע עֶרְלֵיי שְׁמוּץ רַחֲמָנָא לִישֵׁזְבָן, וָואס נָאר דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוּן דֶער צַדִיק וֵוייסְן אִין וָואס פַאר אַ שְׁמוּץ פוּן חַטְאוֹת נְעוּרִים זֵיי זֶענֶען אַרַיינְגֶעפַאלְן וְכוּ', אוּן יֶעצְט הָאבְּן זֵיי אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ לֶערְנֶען אַסַאךְ מִשְׁנַיוֹת, דֶער שְׂכַר פוּן דֶעם קֶען מֶען גָארְנִישְׁט בַּאשְׁרַייבְּן.


עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט פוּן מְקוּבָּלִים דָאס מִשְׁנָה אִיז דִי אוֹתִיוֹת "מֹשֶׁה נ'", דָאס הֵייסְט מֹשֶׁה רַבֵּינוּ הָאט זוֹכֶה גֶעוֶוען בַּיים סוֹף צוּ קוּמֶען צוּם שַׁעַר נ', אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (דְבָרִים ל"ב, מ"ט) "עֲלֵה אֶל הַר הָעֲבָרִים הַזֶּה הַר נְבוֹ", וָואס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט פוּן מְקוּבָּלִים דָאס דֶעמָאלְט הָאט עֶר זוֹכֶה גֶעוֶוען אַרַיינְצוּגֵיין אִין שַׁעַר נ', וָואס דָאס אִיז דָאס וָוארְט "נְבוֹ" - "נ' בּוֹ", עֶר אִיז אַרַיינְגֶעקוּמֶען אִין שַׁעַר נ', וָואס דָארְטְן אִיז דֶער בִּיטוּל אִינְגַאנְצְן צוּ אֵין סוֹף בָּרוּךְ הוּא, וָואס דָאס אִיז "מִשְׁנֶה", אוֹתִיוֹת "מֹשֶׁה נ'", אַז אַ אִיד אִיז זוֹכֶה אוּן עֶר לֶערְנְט אַסַאךְ מִשְׁנֶה, וֶועט עֶר אוֹיכֶעט זוֹכֶה זַיין צוּקוּמֶען בַּיים סוֹף צוּם שַׁעַר נ', דָאס עֶר וֶועט שׁוֹין נִישְׁט זֶען גָארְנִישְׁט פַאר זַיינֶע אוֹיגְן נָאר גֶעטְלִיכְקֵייט.


אִיבֶּערְדֶעם שְׁטַארְק זִיךְ, אוּן זַיי מְעוֹרֵר יֶעדְן טָאג דִי בָּחוּרִים פוּן נֵיי, דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לִימוּד מִשְׁנַיוֹת. אוּן וִויסְן זָאלְסְטוּ וִויסְן אַז דָאס וָואס דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן י"ט) אַז אַ מֶענְטְשׁ וָואס לִיגְט אִין בְּלָאטֶע אוּן טוּט שְׁמוּץ וְכוּ', אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ נֶעמֶען אוֹיף זִיךְ לֶערְנֶען "כַּךְ וְכַּךְ", וֶועט דָאס אִים אַרוֹיסְנֶעמֶען פוּן דִי בְּלָאטֶע אוּן שְׁמוּץ וואוּ עֶר אִיז דָארְטְן אַרַיינְגֶעפַאלְן; אִיז מְקוּבָּל בַּיי אוּנְזֶערֶע לַייט אַז "כַּךְ וְכַּךְ" גֵייט אַרוֹיף אוֹיף לֶערְנֶען חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, וָואס דָאס הָאט אַ גֶעטְלִיכְן כֹּחַ אַרוֹיסְצוּרַייסְן דֶעם מֶענְטְשׁ פוּן זַיין בְּלָאטֶע, וִוי עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט פוּן זֵייעֶר אַסַאךְ צַדִיקִים, אַז מֶען זָאל לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, אוּן וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעגֶעבְּן אַ תִּיקוּן פַאר אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן צוּ זָאגְן יֶעדְן טָאג אַכְצְן פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת (עַיֵין שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן קפ"ה).


אוּן עֶס אִיז אַ פֶּלֶא אַז "כַּךְ וְכַּךְ" בַּאטְרֶעפְט פּוּנְקְט וִוי דֶער שֵׁם "אֱלֹקִים", וָואס דָאס אִיז דֶער שֵׁם פוּן מִידַת הַדִין; אֲפִילוּ עֶס גֵייט שׁוֹין דוּרְךְ אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ אַלֶע דִינִים קָשִׁים וּמָרִים, אוֹיבּ עֶר וֶועט לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג "כַּךְ וְכַּךְ", דָאס הֵייסְט חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, וֶועט נִמְתָּק וֶוערְן פוּן אִים אַלֶע דִינִים.


עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט אִין דִי אַזְהָרוֹת פוּן הַגָאוֹן רֶבִּי נְתַנְאֵל וֵוייל זי"ע [בַּעַל מְחַבֵּר סֵפֶר "קָרְבַּן נְתַנְאֵל" אוֹיפְ'ן רֹא"שׁ], "כֹּל יוֹצְאֵי יְרֵיכִי, מִי שֶׁמְכוּנָה בְּשֵׁם לַמְדָן וּמַשְׁלִים עֲבוֹדָתוֹ עֲדֵי עָרֶב, רָאוּי לַחְזוֹר יוֹם יוֹם חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, חַ"י חַ"י יוֹדוּךָ, תּוֹעֶלֶת לִנְשָׁמָה, וּמַאֲרִיךְ יָמִים", עַיֵין שָׁם. אִיבֶּערְדֶעם זָאלְסְטוּ נִישְׁט הָאבְּן קַיין הִתְפַּעֲלוּת פוּן קַיין שׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, נָאר רֶעדְן יֶעדְן טָאג פְּעָמִים אֵין מִסְפָּר מִיט דִי בָּחוּרִים דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לֶערְנֶען חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת יֶעדְן טָאג, אוּן דוּ זָאלְסְט מִיט זֵיי זִינְגֶען: "כַּךְ וְכַּךְ" דָאס אִיז דֶעם רֶבִּינְ'ס זַאךְ, דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם קֶען שְׁפְּרִינְגֶען בִּיזְ'ן דַאךְ, וַוייל אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת זֵייעֶר אַסַאךְ, גֶעבּ אִיךְ פוּן אִים אַ גְרוֹיסְן לַאךְ, אוּן אִיךְ קוּק נִישְׁט וָואס יֶעדֶער טִיפֵּשׁ טוּט מִיט דִי הַאנְט אַ מַאךְ, דָאס אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת אַסַאךְ. וָואס הָאבּ אִיךְ מִיט יֶענֶעם, אִיךְ וֵוייס אַז נָאר מִשְׁנַיוֹת וֶועל אִיךְ מִיט מִיר מִיטְנֶעמֶען. אוּן דָאס וֶועט מִיךְ פוּן אַלֶעם בֵּייזְן בַּאשִׁיצְן, אוּן אִין קֵבֶר וֶועלְן אַלֶע שְׁרָצִים אוּן וֶוערִים אוּן אַלֶע מַלְאֲכֵי חַבָּלָה פוּן מִיר זִיךְ אַוֶועק פִּיצְן, אוּן כָאטְשׁ זֵיי וֶועלְן מִיט זֵייעֶרֶע בֵּייזֶע צֵיינֶער אוֹיף מִיר טוּעֶן קְרִיצְן, אָבֶּער עֶס וֶועט זֵיי שׁוֹין גָארְנִישְׁט נוּצְן, וָוארוּם דִי פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעלֶערְנְט וֶועלְן מִיר פוּן זֵיי בַּאשִׁיצְן. אוּן אִיךְ וֶועל וֶוערְן פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס אָפְּגֶעהִיטְן, אוּן אִין גַן עֵדֶן וֶועל אִיךְ צוּזַאמֶען מִיט דִי צַדִיקִים זִיצְן.


הַלְוַאי הַלְוַאי זָאלְסְטוּ דָאס קֶענֶען אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין דִי בָּחוּרִים, זֵיי זָאלְן יֶעדְן טָאג זִיךְ בַּאפְלַייסְן אִין לִימוּד מִשְׁנַיוֹת, אוּן נִישְׁט נָאר זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען, נָאר זֵיי זָאלְן מְעוֹרֵר זַיין זֵייעֶרֶע חֲבֵרִים אוֹיף דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לִימוּד מִשְׁנַיוֹת, קֵיינֶער קֶען אוֹיף דֶעם נִישְׁט קְרִיגְן, וָוארוּם עֶס וֶוערְט בְּפֵירוּשׁ גֶעבְּרֶענְגְט אִין סֵפֶר "לִיקוּטֵי תּוֹרָה" פוּן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי מָרְדְכַי פוּן טְשֶׁערְנָאבִּיל זי"ע (הַדְרָכָה ו'), "תֹּאמַר חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם בְּלִי פֵּירוּשׁ, כְּדֵי שֶׁתִּגְמוֹר בְּכָל חוֹדֶשׁ כָּל הַשִׁשָׁה סְדָרִים, כֵּן תִּנְהוֹג כָּל יְמֵי חַיֶיךָ", אוּן אַזוֹי וֶוערְט אוֹיךְ גֶעבְּרֶענְגְט אִין סֵפֶר "יְסוֹד יוֹסֵף" וָואס רֶעדְט אַרוּם זֵייעֶר אַסַאךְ פוּן תִּיקוּן הַבְּרִית, (עַיֵין תִּיקוּן י"ב) "לִימוּד מִשְׁנַיוֹת אֵין לְמַעְלָה מִזֶה, וּמַה טוֹב לִלְמוֹד חַ"י פְּרָקִים מִי שֶׁסִיפֵּק בְּיָדוֹ, נֶגֶד מִדַת יְסוֹד שֶׁפּוֹגֵם בְּחֵטְא זֶה, וּמִדַת יְסוֹד נִקְרָא חַ"י כַּנוֹדַע לְיוֹדְעֵי חֵן".


דוּ הָאסְט נִישְׁט קַיין אַנוּנְג וָואס פַאר אַ שִׂמְחָה אִיךְ הָאבּ פוּן יֶעדְן בָּחוּר וָואס קוּמְט אַרַיין צוּ מִיר אוּן בַּארִימְט זִיךְ, דֶער זָאגְט עֶר הָאט שׁוֹין גֶעעֶנְדִיגְט פוּפְצִיג מָאל שִׁשָׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, אוּן דֶער זָאגְט פֶערְצִיג מָאל וְכוּ' וְכוּ', עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶער נַחַת פוּן דֶעם. אוּן אוֹיבּ דוּ בִּיסְט נִישְׁט גֶעקוּמֶען אוֹיף דֶער וֶועלְט נָאר מְזַכֶּה זַיין בָּחוּרִים צוּ חַזְרְ'ן אַסַאךְ מִשְׁנַיוֹת, אִיז שׁוֹין גֶעוֶוען כְּדַאי, וָוארוּם אַזוֹי שְׁטֵייט אִין זוֹהַר הַקָדוֹשׁ (בְּרֵאשִׁית מ"ב.) מַאן דְקָארֵי וְתָּנֵי שִׁית סִדְרֵי מִשְׁנָה, דָא הוּא מַאן דְיָדַע לְסַדְרָא וּלְקַשְׁרָא קִשׁוּרָא וְיִחוּדָא דְמָארֵיה כִּדְקָא יָאוּת, אִלֵין אִינוּן דִמְקַדְשִׁין שְׁמָא קַדִישָׁא דְמָארֵיהוֹן בְּכָל יוֹמָא תָּדִיר; וֶוער עֶס לֶערְנְט אוּן זָאגְט שִׁשָׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, דֶער קֶען מְקַשֵׁר זַיין אַלֶע עוֹלָמוֹת אוּן מְיַחֵד זַיין יִחוּדִים פוּן דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן דִי זֶענֶען מְקַדֵשׁ דֶעם בַּאשֶׁעפֶערְ'ס הֵיילִיגְן נָאמֶען יֶעדְן טָאג שְׁטֶענְדִיג. פְרֶעג אִיךְ דִיר: נָאךְ דֶעם אַלֶעם דַארְפְסְטוּ הָאבְּן חֲלִישׁוּת הַדַעַת?! דַארְפְסְטוּ צוּבְּרָאכְן וֶוערְן?!


שְׁטַארְק זִיךְ אוּן וֶוער נִישְׁט צֶעפַאלְן, נָאר זָאלְסְט זֶען וָואס מֶער בָּחוּרִים מְקַרֵב זַיין אוּן זֵיי זָאלְן נִישְׁט וֶוערְן פַארְפַאלְן.


זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן טָאג אוּן אַ פְרֵיילִיכְן תָּמִיד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#19 - וואס מיינט דאס ווארט ודו"ק?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, מוהרא"ש, שאלות, מוהרנ"ת ז"ל, פירושים, משיח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אום שבת האט מען געלערנט ביי אונז אין שול אין ספר פעולת הצדיק סימן תשכ"ט, אז דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, "די גאנצע וועלט הארעוועט פאר דיר", און אונטן אין די הערה איז מוהרא"ש דאס מסביר און ענדיגט צו "ודו"ק ודו"ק", האב איך געוואלט פרעגן וואס מיינט דאס ווארט "ודו"ק"?


נאך א זאך, ווייטער אין סימן תש"ל אין די הגהה שרייבט מוהרא"ש אויף די תורה אין ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן רפ"ב אז די תורה איז מבואר באריכות אין ספר שפת הנחל אויף די תורה, אבער פאקטיש גייט דער ספר שפת הנחל נאר ביז סימן נ"ז אין ליקוטי מוהר"ן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבה ומתיבתא היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין קראסני, איז רבי נתן געקומען צום רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "פארוואס ביסטו מרה שחורה? האסט חרטה אויף וואס דו האסט אנגעהויבן?" האט רבי נתן געזאגט: "ניין", פרעגט אים דער רבי: "נו אויב אזוי וואס ביסטו מרה שחורה?" זאגט רבי נתן: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", פרעגט אים דער רבי: "נו, וואס דארפסטו זיך זארגן?!" און דער רבי זאגט אים: "די גאנצע וועלט הארעוועט פאר דיר; דער פארט קיין ברעסלא, און דער פארט דארט, אלעס נאר פאר דיר"; מיט די ווערטער האט אים דער רבי זייער מחי' געווען. קוק נאך די גאנצע מעשה אין ספר פעולת הצדיק, אות תשכט.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, וואס האט די גאנצע וועלט מיט רבי נתן? ווייל דער הייליגער רבי נתן האט אריינגעברענגט דעם רבי'ן אין די וועלט. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "ווען נישט רבי נתן וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין שמות בלעטל"; ווען נישט רבי נתן וואלט קיינער נישט געוויסט פון רבי'ן, עס וואלט געבליבן א סוד. רבי נתן האט מיט מסירת נפש פארשפרייט דעם רבי'ן אויף די וועלט, ער האט אריינגעברענגט אין די וועלט די עצות וואס משיח צדקינו וועט מגלה זיין, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שם, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישטא קיין אונטערשייד, וואס איך זאג וועט משיח זאגן"; קומט אויס אז די גאנצע וועלט איז אלעס פאר אים.


ודו"ק איז מלשון ודייק, קלער גוט אריין וואס דא שטייט; דאס איז אן אויסדרוק וואס מען שרייבט ווען מען וויל מען זאל צולייגן קאפ צו וואס עס שטייט.


אויף די צווייטע פראגע וכו'; מוהרא"ש האט געשריבן זייער אסאך, און נישט אלעס איז שוין געדרוקט, מיר האפן און מיר בעטן דעם אייבערשטן מען זאל שוין ענדיגן אפדרוקן אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - עס אינטערעסירט מיר מער נישט קיין שום פאליטיק
מלכות הרשעה, ספרי ברסלב, תכלית, פאליטיק, בחירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען אויף דעם וואס איך בין דאס מאל נישט געגאנגען שטימען ביי די בחירות דא אין ארץ ישראל, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א. איך האב זוכה געווען מקיים צו זיין די מצוה פון "ועשית ככל אשר יורוך" במשך די 14 שעה פון טאג, יעדע מינוט פון טאג האב איך געפאלגט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אז מען זאל נישט גיין צו די בחירות. אנדערש ווי די וואס גייען יא, מיט'ן אויסרייד אז זיי דארפן פאלגן זייערע רבי'ס און מקיים זיין דעם "ועשית ככל אשר יורוך" נאר איינמאל בשעת'ן אריינווארפן דעם צעטל...


איך מוז זיך באזונדער באדאנקען, ווייל איידער איך בין מקורב געווארן פלעג איך יא גיין צו די בחירות, מיט'ן לשם יחוד און דער גארטל, אזוי ווי מיינע אלטע חברים, און יעדעס מאל פלעג איך ליגן אין דעם מיט'ן גאנצן קאפ און מח, יעדע פאר מינוט האב איך נאכאמאל געדארפט רופן די נייעס קוועלער צו הערן וואו ס'האלט, וויפיל פראצענט האבן שוין געוועלט, וויפיל פראצענט פון יעדע קהלה האט שוין געוועלט, וואס מ'זאגט אלץ פאר ווער עס גייט געווינען, און אזוי ווייטער. שוין אפגערעדט די נאכט נאך די בחירות האב איך געדארפט אלעס מיטהאלטן ביז אינדערפרי, ווער עס האלט וואו. דאס יאר איז אבער געווען גאר אנדערש, איך האב געהערט וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מיר האבן נישט קיין שום שייכות מיט די ערב רב, און איך האב דאס אויסגעפאלגט אינגאנצן, איך בין נישט געגאנגען וועלן, און איך האב בכלל נישט מיטגעהאלטן קיין שום נייעס איבער די בחירות, נישט פארדעם און נישט נאכדעם, און עס אינטערעסירט מיר כמעט נישט די גאנצע זאך.


איך בין געווען איבערגענומען פון מיר אליין ווי אזוי איך האב געהאט די שטארקייט אויף דעם, ממש פונקט פארקערט פון ווי אזוי איך האב זיך געפירט איידער איך בין מקורב געווארן, און דאס אלעס האב איך צו פארדאנקען דעם פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש שרייבט קלאר אין אשר בנחל מען זאל נישט האבן מיט די ערב רב, מען זאל נישט האבן מיט זיי קיין שום מגע ומשא. די אלע וואס שרייען: "ועשית ככל אשר יוריך" - איז איין גרויסע ליצנות, איין שטיק בלאף, איין שטיק שקר; אלע פארטייען איז פאר איין ציל: פאר כבוד און געלט.


מער און מער מענטשן ווערן מיד און האבן מער נישט קיין כח צו די זאכן, מען זעט שוין קלאר אז אלעס איז איין שטיק פאליטיק; מען מאכט משוגע מענטשן, יעדע פארטיי - פאר זייער אייגענע אינטערעסן.


לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים - וועסטו באקומען א קלארע מח, א ריינקייט, א זויבערקייט; עס וועט דיר נישט אינטערעסירן קיין נייעס, קיין פאליטיק, וועסט קוקן אין א צייטונג אזוי ווי דער האן קוקט אין בני אדם.


דעם רבינ'ס ספרים פילטערט דעם מח, מען הויבט אן לעבן מיט תכלית, מען הויבט אן לעבן מיט זכרון בעלמא דאתי, מען הויבט אן טראכטן 'איין טאג וועל איך זיין א גוסס און א טויטער, מען וועט מיר אראפלייגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר'; דעמאלט וועט אפיר קומען אלע בלעטער גמרא, אלע פרקים משניות, דעמאלט וועט אפיר קומען אלע ווערטער וואס מען האט גערעדט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - זאל איך שניידן אליין די גראז?
חינוך הילדים, ספרי ברסלב, היטן די צייט, נ נח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד אין תלמוד תורה אין ברסלב ליבערטי, איך האב געוואלט קויפן א שיינע מתנה פאר מיינע תלמידים זיי עס צו געבן אויף סוף יאר, איך האב זיי געקויפט א קליינע ספר המדות, אבער יעצט זע איך אז ביים סוף איז אריינגעדרוקט איבער די נארישקייטן פון נ נח, איז דאס א פראבלעם צו געבן פאר די קינדער?


איך וויל וויסן אויב עס איז א פראבלעם צו שניידן אליין די גראז? אלס ביטול תורה און העלפן די ווייב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג וואס פאר א ספרים דו געבסט פאר די קינדער, געב אכטונג נישט צו פארשפרייטן די משוגעת פון נ נח; עס איז א דמיון, א באקאנטע מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי אזוי מען האט אים אפגענארט וכו', מען האט אריינגעשטעלט א צעטל אין זיין ספר, 'פתקא מן השמים', און פון דעם איז געווארן די צעדרייטע זאך.


א שאד אוועק צו געבן דיין טייערע צייט פאר שניידן די גראז; ענדערש זאלסטו גיין הפצה אין די צייט, וועסטו סיי מזכה זיין את הרבים, און סיי דו וועסט האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - נאך פאלן פאר אזויפיל יארן, קען איך זיך נאך צוריק כאפן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, שמחה, תשובה, עבירות, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' זוכה צו הערן אביסל שיעורים און חיזוק פון אייך, עס געבט מיר חשק און ווילן צו זיין אן ערליכער איד, די שיעורים ציען מיר צו תורה און עבודה, יראת שמים און חסידות, עס רעדט צו מיין הארץ און איז מעורר מיין נשמה.


איך וויל זיך אביסל אויסרעדן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, אזוי ווי איך מוטשע זיך שוין אזויפיל יארן מיט שווערע איבערלעבענישן, און איך קען זיך נישט בארואיגן, אפשר וועט דער ראש ישיבה מיר קענען עפעס העלפן.


היינט צו טאגס בין איך ברוך ה' א אינגערמאן, מיט א ווייב און עטליכע קינדער, און איך פרוביר צו לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן; איך מוז אבער צוריק מישן דעם בלעטל עטליכע יאר צו פארשטיין אין וועלכע גרוב איך בין אריינגעפאלן דורכאויס די יארן.


זייענדיג א קינד אין כתה ז' האט א אינגל פון מיין קלאס אנגעהויבן טשעפען מיט מיר, ער האט געטון מיט מיר עבירות רחמנא ליצלן, און דאס האט ווייטער אנגעהאלטן אריין אין כתה ח', און אזוי איז עס געגאנגען ווייטער, ער איז מיטגעקומען מיט מיר אין ישיבה קטנה, אבער דארט האט זיך עס נאך מער פארברייטערט צו א גאנצע נעץ פון בעלי עבירה רחמנא ליצלן, פילע וואס זענען געטשעפעט געווארן און דערנאך אנגעהויבן טשעפען אנדערע, עס איז געווען אסאך עבירות דארט ה' ישמרנו.


אין ישיבה גדולה האב איך זיך ערשט געכאפט ווי טיף אין דער ערד איך בין, איך האב זיך אנגעהויבן נעמען אין די הענט אריין ברוך ה', און פרובירט מיט אלע כוחות זיך צוריק צו האלטן פון די אלע עבירות און נארישקייטן, עס איז מיר געלונגען נאר פאר א ממש א קורצע צייט, אבער דעמאלט בין איך געכאפט געווארן דורך א געוויסע ארגאניזאציע וואס האט מיר געשיקט צו א פסיכיאטאר, וואס ער האט מיר ארויפגעלייגט אויף מעדעצין פאר א שטיק צייט.


איך האב ברוך ה' חתונה געהאט, זוכה געווען צו גאר א וואוילע ערליכע פרוי מיט גוטע מידות, איך האב געמיינט אז דא וועט זיך ענדיגן מיינע פראבלעמען, עס האט זיך מיר געדאכט אז נאך די חתונה בין איך שוין פטור געווארן פון מיינע נסיונות, דער יצר הרע איז אבער נישט געגאנגען שלאפן, איך האלט שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה, און איך פאל נאך ווייטער כסדר דורך אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, אויף א שרעקליכן פארנעם.


נאך די חתונה האב איך טאקע פרובירט צו גיין פאר הילף אויף עטליכע פלעצער, עס האט מיר אבער נישט געהאלפן. איך בין ווידער געגאנגען צום דאקטער, וואס האט געזאגט אז אין מיין מצב וועט נאר העלפן מעדעצין, און איך האב טאקע גענומען מעדעצין פאר א שטיק צייט און עס האט געהאלפן אביסל, שפעטער האב איך ווידער אנגעהויבן נעמען מעדעצין, אבער ס'האט אויך נאר געהאלפן פאר ווי לאנג איך האב עס גענומען.


יעצט שטיי איך אין זייער א שווערע פלאץ ברוחניות, איך פאל דורך כמעט יעדן טאג, און מיין הארץ וויינט דערויף. איך פרוביר צו טון גוטע זאכן, לערנען א שיעור יעדן טאג, דאווענען שחרית מנחה מעריב, וואס איז געווענליך מיט א קאלטקייט אן קיין געפיל, איך גיי אין מקוה יעדן טאג, און איך פרוביר זיך צוריק צו האלטן פון שלעכטע כלים וואס מ'קען זען אויף זיי שלעכטע זאכן. עס מאכט זיך אבער צומאל אז איך טרעף זיך יא ביי א קאמפיוטער אדער אנדערע כלים אויף וואס איך זע שלעכטע זאכן, און אזוי שלעפ איך זיך מיט מיינע נסיונות און דורכפעלער איינמאל און נאכאמאל, איך קען נישט טרעפן קיין היילונג פאר מיין זעל וואס וויינט אין מיר מיט ביטערע טרערן אויף מיין וואקלדיגע רוחניות'דיגער מצב; אויסער די אנדערע פראבלעמען אין געזונט, שלום בית, און נאך, וואס איך שפיר אז זיי זענען א תוצאה פון דעם.


איך בעט דעם  ראש ישיבה שליט"א ברחמים ותחנונים ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר ווייזן א וועג ארויס פון דעם פארפלאנטערן געמויזעכטס אין וואס איך געפין זיך. ווי אזוי שטארקט מען זיך איבער'ן שווערן יצר הרע? ווי אזוי ווערט מען אן אמת'ער ערליכער איד? קען איך נאך האבן א פרייליכע, רואיגע, ערליכע לעבן?


דער אייבערשטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אסאך כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פון מחזק זיין אידישע קינדער און זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער ביטער ווען מען איז פוגם בברית, אלעס ווערט חרוב, מען ווערט א פארוואגלטער מענטש. מען ווערט א נערוועזער, א בייזער און א שלעכטער. מען פארלירט די מח, מען פארלירט די געזונט; אלעס גייט צוגרינד פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


די עבירה איז אזוי שלעכט, אז די ספרים הקדושים זאגן, ווער עס פאלט אריין אין די עבירה - קען זיך פון דעם נישט ארויסזען, מען בלייבט פארקראכן, מען איז נישט זוכה צו תשובה. דער זוהר הקדוש זאגט (עיין זוהר הקדוש פרשת וישב, דף קפח ע"א; לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה) אויף די חטא איז געזאגט געווארן (משלי ב, יט): "כָּל בָּאֶיהָ", אלע וואס ווערן נכשל אין די עבירה, "לֹא יְשׁוּבוּן", קענען זיך מער נישט אומקערן, "וְלֹא יַשִּׂיגוּ", און זיי קענען נישט דערגרייכן, "אָרְחוֹת חַיִּים", די וועג צו לעבן; זיי קענען נישט תשובה טון.


עס איז נישטא א הארבערע עבירה ווי פוגם זיין בברית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה, חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אונז געשיקט דעם הייליגן רבי'ן, דער נחל נובע מקור חכמה, וואס זאגט אונז (שיחות הר"ן, סימן עא): "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט", אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, "רַק הוּא לְבַד", נאר דער רבי אליינס, דער רבי זאגט עס העלפט יא תשובה, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה", עס העלפט יא תשובה אפילו אויף די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, "אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אויב מען האט אסאך געזינדיגט אין די חטא פון פגם הברית חס ושלום - קען מען אויך תשובה טון; דער עיקר תשובה איז זיך פארנעמען דאס מער נישט צו טון.


אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען - זאלסטו זיך מתבודד זיין; דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון ביז אהער און אלעס וואס דו טוסט נאכאלץ. דערצייל אים, שמועס מיט אים כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס און מען שמועסט זיך אויס - מיט א גוטע פריינט. דאס זאלסטו טון אויף דיין שפראך וואס דו ביסט געוואוינט צו רעדן, דיין מאמע לשון; אזוי וועסטו זיך קענען בעסער ארויסברענגען. אזוי זאלסטו טון יעדן טאג מיט עקשנות, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


ווער עס פאלט נעבעך אריין אין די עבירה - העלפט אים גארנישט; טערעפי העלפט נישט, גארנישט העלפט, נאר דער רבי קען העלפן; מיט די עצות פון רבי'ן קען מען ארויסגיין פון דעם, מען קען צוריק ווערן א געזונטער מענטש, און אויך קען מען ווערן א גרויסער צדיק.


דעריבער זאלסטו אזוי טון, רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס דו האסט געטון - במחשבה, דיבור ומעשה; זיי זיך מתוודה צום באשעפער, זאג אים אלעס ווי און ווען עס האט זיך אנגעהויבן.


דו האסט דאך א טענה; עס האט זיך אנגעהויבן אלס קינד, קיינער האט צו דיר נישט גערעדט, מען האט דיר נישט געלערנט וואס מען טאר נישט טון, און אזוי ביסטו אראפגעפאלן טיפער און טיפער אינעם טיפסטן אפגרונד רחמנא לצלן.


לפי מוהרא"ש ביסטו בכלל נישט קיין מזיד. מוהרא"ש זאגט, עס איז נישטא אזא זאך א איד זאל זינדיגן במזיד. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פט) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, ב): "עֲבֵירָה גוֹרֶרֶת עֲבֵירָה", איין עבירה שלעפט די צווייטע עבירה. "כְּשֶׁאָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש זינדיגט חס ושלום, "אֲזַי הָעֲבֵרָה גּוֹרֶרֶת אוֹתוֹ לַעֲבֹר עֲבֵירוֹת אֲחֵרוֹת וְכוּ'", שלעפט אים די עבירה צו זינדיגן אין נאך אן עבירה וכו'; קומט אויס אז אויב מען האט איינמאל געזינדיגט בשוגג, ווער רעדט נאך אז מען האט בכלל נישט געוויסט וואס מען טאר נישט טון, אזוי ווי דו שרייבסט באריכות דיין עבר וכו' וכו' - שלעפט דאס צו נאך עבירות, דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן דערפון; קענסטו דאס טענה'ען צום באשעפער, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר העלפן תשובה טון, און אננעמען דיין תשובה.


ביים אנהויב וועט דיר דאס בכלל נישט זיין קיין גרינגע זאך, ווייל ווען מען זינדיגט, בפרט ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - רייסט מען זיך אפ פון די אמונה, עס קומט אריין מחשבות פון אפיקורסות, מען שפירט נישט אלוקית, מען שפירט נישט אייבערשטער; דורכדעם ווערט שווער דאס רעדן צום אייבערשטן, ווייל מען מיינט אז קיינער הערט נישט אויס, אבער אז דו וועסט זיך עקשנ'ען, דו וועסט נישט אפלאזן, דו וועסט וויינען צו אים און שרייען צו אים: "ה' הושיעה, העלף מיך אייבערשטער!" און אפילו דו האסט נישט קיין געפילן, דו שפירסט נישט ווי א רחמנות, עס קומט דיר נישט צו וויינען - זאלסטו רעדן טריקענע תפילות אן קיין ענדע, וועסטו זען ווי דו וועסט פטור ווערן פונעם יצר הרע, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.


מאך זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים - וועסטו זען נאך אסאך עצות, דו וועסט האבן אסאך חיזוק נישט צו פאלן.


איך האב דיר נאר געשריבן אויפ'ן שפיץ גאפל די א' ב' ווי אזוי מען קען געהאלפן ווערן.


נאך איין וויכטיגע זאך; דו קענסט נישט ארומגיין א גאנצן טאג צעבראכן און דערקלאפט, ווייל צעבראכנקייט ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית, ווידער שמחה היט דעם מענטש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) ווען א מענטש איז פרייליך - היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון פגם הברית; זאלסטו זיך זייער היטן פון מרירות און דערביטערטקייט, נאר פרייליך; א גאנצן טאג זאלסטו זיין פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - ווי אזוי קען מען זיך אפגעוואוינען פון אזויפיל טראכטן פון געלט?
ספרי ברסלב, פרנסה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק, ספעציעל פאר די קורצע "חיזוק יומי".


איך האב צוויי שאלות צו פרעגן בענין פרנסה און געלט: 1) אסאך מאל מאכט זיך אין מיין ביזנעס שטילע תקופות וואס עס איז דא ווייניג ארבעט, און עס הייבט אן לויפן מחשבות אין מיין קאפ אז איך זאל רופן מענטשן, פרובירן צו טרעפן פרישע קאסטומערס, אבער איך קען זיך נישט נעמען דאס צו טון ווייל איך פיל אז פרנסה קומט פון באשעפער, און דער אייבערשטער דאגה'ט שוין פאר יעדנ'ס פרנסה, איז ממילא ווי קום איך זיך צו מישן, כאילו ח"ו דער באשעפער דארף מיין הילף. מיין שאלה איז צי אפשר דארף איך יא אביסל רופן, עפעס טון און מאכן, אלס צד פון טון "השתדלות"? וואס איז די ריכטיגע וועג אין דעם?


2) א גאנצע טאג טראכט איך וועגן מאכן געלט און מאכן נאך און נאך געלט, איך לויף צו דו ארבייט מיט אזא חשק, און איך פריי זיך אזוי מיט יעדע דאלער איך מאך, איך ווייס אז עס איז נישט אידישליך אזוי צו ליגן אין תאוות הממון, און ספעציעל שטערט עס מיר אז אויב וויל איך לערנען אדער דאווענען און עס איז בשעת די שעות פון די ארבייט האב איך פשוט נישט די ישוב הדעת, ווייל עס איז דאך די צייט פון ארבעט, א גאנצן טאג טראכט פון געלט און געלט, מיין שאלה איז ווי אזוי קען מען זיך אפגעוואוינען פון אזויפיל טראכטן פון געלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט דיין צווייטע פראגע וואס דו פרעגסט - ווערט אוועקגענומען די ערשטע פראגע; אז דיין גאנצע קאפ, מח מחשבה ליגט אין געלט, טאג און נאכט טראכסטו נאר פון געלט - דארפסטו יעצט וויכטיג האבן הילף געראטעוועט צו ווערן, איז די ערשטע פראגע נישט נוגע יעצט פאר דיר.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים - וועסטו ניצול ווערן פון תאוות ממון. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כג): "אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם הַנּוֹפְלִים בְּתַאֲוֹות מָמוֹן", די וואס פאלן אין די תאוה פון געלט, "וְאֵינָם מַאֲמִינִים שֶׁהַקָּדוֹש בָּרוּךְ הוּא יָכוֹל לְפַרְנֵס אֶת הָאָדָם בְּסִבָּה קַלָּה", זיי גלייבן נישט אז דער אייבערשטער קען געבן פרנסה גרינגערהייט, "וְרוֹדְפִים אַחַר פַּרְנָסָתָם בִּיגִיעוֹת גְּדוֹלוֹת", זיי לויפן נאך די געלט און מוטשען זיך זייער פאר די געלט, "וְהֵם אוֹכְלֵי לֶחֶם בְּעִצָּבוֹן", זיי זענען דעפרעסטע מענטשן, זייער פרנסה איז עצבות, אזוי ווי עס שטייט: "בְּעִצָּבוֹן תֹּאכֲלֶנָּה", "וְעַצְבוּת הוּא מָרָה שְׁחוֹרָה", זיי זענען אין מרה שחורה, "אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם נִקְשָׁרִים בְּפָנִים דְּסִטְרָא אָחֳרָא, אֱלֹהִים אֲחֵרִים, חֹשֶׁךְ, בְּחִינַת מִיתָה", דאס איז די סטרא אחרא, עס איז זיי אלץ פינסטער, זייער לעבן איז טויט, אזוי ווי עס שטייט: "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי" וְכוּ', אויף זיי איז געזאגט געווארן דער פסוק: "וּזְהָבָם לְנִדָּה", "הַיְנוּ בְּחִינַת עֲבוֹדַת אֱלִילִים", זייער געלט איז א בחינה פון עבודה זרה, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (שבת פב.) "מִנַּיִן לַעֲבוֹדַת אֱלִילִים שֶׁמְּטַמֵּא כְּנִדָּה, שֶׁנֶּאֱמַר, 'תִּזְרֵם כְּמוֹ דָוָה'", און די אייציגסטע עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון תאוות ממון איז נאר דורך דעם צדיק, אזוי פירט דער רבי אויס די תורה: "כִּי רֹב הָעוֹלָם נִלְכְּדוּ בָּזֶה הַיְנוּ בְּתַאֲוַות מָמוֹן", רוב וועלט איז געכאפט אין תאוות ממון, "וְהַמָּמוֹן הוֹרֶגֶת וּמֵמִית אוֹתָם", די געלט הרג'עט זיי, "וְאִי אֶפְשָׁר לְהִנָּצֵל מִזֶּה כִּי אִם עַל יְדֵי הַצַּדִּיק", מען קען נישט געראטעוועט ווערן פון די תאוה נאר דורך דעם צדיק, וואס אויף אים שטייט אין פסוק: "'טוֹב לִפְנֵי הָאֶלֹקִים יִמָּלֵט מִמֶּנָּה' וְכוּ' כַּנַּ"ל, אַשְׁרֵי לוֹ".


דעריבער, אז דו ביסט נעבעך אזוי אריינגעטון אין געלט, טאג און נאכט טראכסטו פון געלט - דארפסטו האבן דעם הייליגן רבי'ן זאל דיך ראטעווען. זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים כסדרן, לערן לקוטי מוהר"ן און זאג די הייליגע תפילות פון לקוטי תפילות - וועט דיך דער רבי ראטעווען.

#14 - קענט איר אביסל דערציילן וואס איר האט מקבל געווען פון מוהרא"ש?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, שלום, תשובה, הפצה, דרשות, בחור, עצתו אמונה, ראש ישיבה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, רעדן, תעניתים, זיכוי הרבים, בריוו, משיח, מנהיגים, סיפור התקרבות, מגילת סתרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שרייב איך יעצט א ספר איבער מוהרא"ש, און איך פרוביר צו רעדן צו די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש צו הערן און פארשטיין אביסל וואס מוהרא"ש האט אלץ אויפגעטון און געטון פאר אונז. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אביסל צייט, און מיר איבערגעבן וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.


א.    ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל, און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


ב.    וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חייתו?


ג.      עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


ד.     דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


ה.    דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


ו.      וואס איז דא אין ברסלב, אז עס ציעט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


ז.      חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה דעם געבענטשטן טויש וואס האט פאסירט?


א גרויסן יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגעס.


ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בפרט, און אויב איך קען אייך דערציילן מיין סיפור התקרבות; וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "'אתה יודע רזי עולם', דער אייבערשטער ווייסט דער סוד פארוואס איך ווייס פון אזא רבי און א צווייטער נישט".


איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן מיין סיפור התקרבות; עס איז א לאנגע סיפור, איך וועל אייך שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זייער טייערע עלטערן, איך קום מיין לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי זענען ספעציעלע מענטשן, מיין טאטע שליט"א - זיין גאנצע לעבן איז נאר לערנען די הייליגע תורה און דינען דעם אייבערשטן, אזוי אויך מיין מאמע תחי' - איר גאנצע לעבן איז אמונה, תפילה און שמחה. איך האב אלע יארן זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געזוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אויפצואוואקסן ביי מיין זיידע, הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה, איך האב אים משמש געווען אסאך יארן בייטאג און ביינאכט, איך האב געזען זיין עבודה, זיינע תעניתים, זיינע סיגופים, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, ער איז נישט געשלאפן אין בעט קיין איין נאכט, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, געזיצן א גאנצן טאג מעוטר בטלית ותפילין, געלאפן אין מקוה צענדליגער מאל א טאג.


איך האב געזען זיינע עבודות און איך האב פארשטאנען אז א צדיק קען מען נאר ווערן דורך די שווערע עבודות, דורך פאסטן, סיגופים און אזוי ווייטער, איך האב דאס פרובירט נאך צו טון, עס איז מיר אבער נישט געגאנגען. מיר האט דאס זייער וויי געטון, איך האב פרובירט צו לערנען, דאווענען און טון רצון השם, איך האב אבער געשפירט א חסרון אין מיין עבודות השם, איך האב געשפירט ווי עפעס פעלט מיר; אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם רב און בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), דער בן יחיד האט געשפירט אז עפעס פעלט אים אין לעבן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפונען א קליין ספר, ספר אשר בנחל חלק כז, און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס איז דא א וועג צו ווערן אן ערליכער איד - דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; מען קען זיין דא אויף די וועלט, מען קען עסן, שלאפן, זיין א מענטש צווישן מענטשן, און זיין דבוק צום אייבערשטן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך התבודדות ותפילה - ווערט דער מח צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


***


וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו?


אויף אייער פראגע, וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו; עס איז שווער אראפצושרייבן אין איין בריוו אלע שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, איך וועל אייך שרייבן דריי שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; דריי וויכטיגע יסודות וואס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


ערשטנס א וועג ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א "סדר דרך הלימוד" פאר יעדן איינציגסטן מענטש צו קענען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, אפילו מען פארשטייט נישט ביים אנהויב וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפשטעלן, נאר ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו בלא הבנה כלל. מען זאל פרובירן זיך קאנצעטרירן צו פארשטיין וואס מען לערנט; אז מען פארשטייט איז גוט, און אז מען פארשטייט נישט - זאל מען ווייטער גיין, ווייטער זאגן די ווערטער, זיך נישט אפשטעלן; מען זאל לערנען און לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


*


צווייטנס האב איך געהערט פון מוהרא"ש די זאך פון התבודדות; ווי די גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטנס ווען מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, דאס איז ביי מיר געווען די שטערקסטע זאך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


אפילו איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב פון אמונה, אלע ווייסן פון תפילה, מיינע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, אבער אויף לעובדא ולמעשה, איך זאל אנהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן - האב איך באקומען ביי מוהרא"ש; קענען שמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט.


*


דריטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש אכטונג צו געבן אויף מיין ווייב תחי'. איידער מיין התקרבות האב איך געמיינט אז שלום בית איז א שיינע זאך צו האבן, איך האב דאס נישט אגעקוקט ווי א זאך וואס האט מיט עבודת השם. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלערנט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, צו זיין אן ערליכער איד; מען מוז רעדן שיין אין שטוב, מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, קיינמאל זיך נישט טענה'ען מיט איר; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח מחשבה און ווערן א גרויסער צדיק.


*


איך האב גארנישט באקומען עפעס ספעציעל מער פון אנדערע; מוהרא"ש האט איבערגעלאזט פאר יעדן איינעם ספרים אן א שיעור און טויזנטער בריוו, חיזוק און עצות ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט פאר אונזערע קליינע פארשמירטע מוחות, מיר זאלן אויך האבן אן השגה און פארשטיין דעם רבינ'ס עצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר גארנישט ספעציעל געזאגט; איך האב געהאט די זכי' פאר צען יאר יעדע וואך ליל שישי נאכן שיעור אריינצוגיין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אל הקודש פנימה, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר אסאך מאל א שעה אדער מער; די חברים פלעגן מיר פרעגן: "וואס האט מוהרא"ש גערעדט? וואס האט מוהרא"ש דערציילט?" איך פלעג זיי זאגן: "מוהרא"ש האט גארנישט דערציילט עפעס סודות וואס נאר איך מעג וויסן און אנדערע נישט, מוהרא"ש האט מיט מיר געשמועסט וואס עס שטייט אין די בריוו"; זאכן וואס איז נוגע צו פירן א ישיבה, א חדר, א בית חנוך לבנות, ווי אזוי צו פירן אינגעלייט וכו', פון סדר דרך הלימוד און פון די זיסע עצות פון רבי'ן. אסאך מאל איז געווען פרטיות'דיגע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט די תלמידים, אדער ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די מחלוקות וואס איז געווען קעגן מיר; אלעס שטייט געשריבן אין די ספרים און קונטרסים, ווער עס וועט לערנען די ספרים וועט אלעס זען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט וועגן דעם ספר מגילת סתרים (ספר פעלת הצדיק, סימן תרח) דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן און רבי נפתלי אלעס וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, רבי נתן האט דאס אפגעשריבן אין ראשי תיבות און דאס איבערגעגעבן פאר רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער גרויסער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה. אלע פרעגן 'פארוועם האט דאס מוהרא"ש איבערגעגעבן?' דער ענטפער איז: מוהרא"ש האט דאס אריינגעלייגט אין ספר אשר בנחל, ווער עס לערנט דעם ספר קען זען און פארשטיין וואס וועט זיין דער גאנצער סדר ביז משיח וועט קומען, אמן ואמן.


***


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


אויף אייער פראגע, עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, וואס זענען אבער די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש אלס פערזענליכקייט; מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך וואלט ווען געקענט נעמען די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן און לעבן מיט דעם פאר מיר אליינס, זיך איינשפארן אין א ספרים צימער, לערנען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, און זיין דבוק צום אייבערשטן מיט די גרעסטע מאס דביקות"; דאס ווייסטו, אז מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט ספרים, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעדער מענטש האט זיינע תאוות, מיין תאוה איז ספרים"; יעדע ספר וואס איז ארויס לאור עולם האט מען געברענגט פאר מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט אנגעגרייט מענטשן פאר דעם, זיי זענען געווען ממונה צו גיין יעדן טאג אין די ספרים געשעפטן אויפזוכן פאר אים נייע ספרים, זיי האבן געברענגט יעדע ספר וואס איז ארויסגעקומען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה וואלט ווען געקענט פארשפארן זיין טיר און זיין פארנומען א גאנץ לעבן מיט לערנען און דאווענען, מוהרא"ש האט אבער אנדערש געטון, ער האט אלעס אוועקגעלייגט, ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן מיט אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן; ער האט זיך פארשמירט מיט בלאטע צו העלפן אידישע קינדער.


מיר געפונען, דוד המלך האט געזאגט (ברכות ד.): "וַאֲנִי יָדַי מְלוּכְלָכוֹת בְּדָּם", מיינע הענט זענען פארשמירט צו מטהר זיין אידישע קינדער; דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון, ער האט זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; עד היום וועסטו הערן מענטשן רעדן קעגן דעם צדיק.


מוהרא"ש האט קיינעם נישט שלעכטס געטון, ער האט סך הכל געשריבן ספרים און קונטרסים פון נושאים וואס קיינער וויל נישט רעדן פון דעם, מחזק זיין בחורים און מיידלעך זיי זאלן נישט אויפגעבן אפילו זיי זענען אראפגעפאלן אין פגם הברית, זיי זענען נכשל געווארן אין די הארבע עבירה רחמנא לצלן; זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען דערנאך, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן זייער תשובה; אויב זיי וועלן זיך מתבודד זיין, זיי וועלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן און שרייען צו אים: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות; איך זאג דיר צו איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי זיין ערליך" - נעמט דער אייבערשטער זיי אן.


עס דרייען זיך ארום טויזנטער און צענדליגער טויזנטער בחורים און מיידלעך פארלוירן, צעבראכן, אליינס; קיינער ווייסט נישט זייער צער וואס זיי גייען אריבער, נאר דער אייבערשטער ווייסט און זעט זייער הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן אבער זיי קענען נישט, זיי פאלן אין שאול תחתיות, זיי זענען אבער נישט שולדיג; צו זיי איז מוהרא"ש געקומען און זיי מחזק געווען, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיי געשריבן טויזנטער בריוו זיי זאלן נישט אויפגעבן, זיי זאלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט כמה פעמים און דאס געשריבן, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן אין הימל וועט ער זיך אננעמען פאר בחורים און מיידלעך, ער וועט איבערדרייען דעם בית דין של מעלה, ער וועט טענה'ען פאר די אלע וואס מען האט אראפגעווארפן אין פגם הברית, ער וועט זאגן פאר די מקטריגים זיי זאלן אראפקומען זיין דא אויף דער וועלט, וועלן זיי זען אז עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען האט חתונה; ווילאנג מען איז א פלג גוף - איז מען אין א סכנה.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לערנען, עס האט געברענט אין אים אויסצולערנען פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם ווי אזוי צו לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש האט געדרוקט און פארשפרייט דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, דורך זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


פרעגט נישט; מען האט חוזק געמאכט, מען האט געשפעט; עד היום שפעט מען פון דעם "סדר דרך הלימוד", אפילו אין ברסלב וואס זיי וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע דאס צו טון, דאס איז דאך נישט מוהרא"ש'ס אייגענע אויסגעטראכטע וועג, דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, קוק אריין אין שיחות הר"ן סימן עו באריכות, וואו עס שטייט אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין, וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם לֹא יָבִין אַחַר כָּךְ מַה בְּכָךְ? וְכוּ'" זיי האבן אפגע'חוזק'ט.


פון די אנדערע זייט האבן טויזנטער מענטשן באקומען א וועג צו לערנען. מוהרא"ש האט גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד ביי יעדע שיעור, ער האט זיך געבעטן ביי אונז: "הויבט אן זאגן משניות", "הויבט אן זאגן גמרא", "זוכט נישט צו פארשטיין, ביים סוף וועט איר פארשטיין", עס האט געקענט אויסקוקן ווי איינער בעט זיך מען זאל אים א טובה טון, אזוי פלעגט מוהרא"ש אונז בעטן; ער האט זיך געבעטן מיר זאלן דאס אננעמען פאר אונזער אייגענע טובה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אונז פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; קיינער טראכט נישט פון די שאלה, מען טראכט נאר פון זאכן פון די וועלט; דער צדיק האט רחמנות אויף אונז, ער טראכט וואס וועט זיין אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן 'וואס האסטו געלערנט?' ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין די שאנד; מען וועט זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו זיין דבוק צום אייבערשטן, עס האט געברענט אין אים דאס אויסצולערנען פאר אלעמען, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו זיין דבוק צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק. ער האט געשריבן אזויפיל בריוו פון אלע סארט זאכן און אלעס קומט צוריק צום זעלבן מכוון, אלע בריוו ענדיגט זיך מיט איין עצה: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן"; נישט קיין חילוק ווער דו ביסט, וואס דו טוסט, ווי אזוי דו פירסט זיך - דערצייל אלעס דעם אייבערשטן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, דערצייל אים ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ איין מאל און נאכאמאל; דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט דביקות בשם.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, זיך אויסקומען מיט מענטשן, מיט עלטערן, ווייב און קינדער; עס איז אים געגאנגען אין לעבן דאס אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט.


*


דאס איז א קליינע ברעקעלע השגה וואס מיר קענען זאגן, וואס מיר פארשטייען און מיר זעען - וואס דער צדיק איז געווען.


***


דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


אויף אייער פראגע ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל עפענען די ישיבה, רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן. מיט די צייט האבן די בחורים אנגעהויבן אפצוכאפן די דרשות און דאס ארויסגעגעבן פאר אנדערע בחורים, עס האט זיך אנגעהויבן א התעוררות אין אנדערע ישיבות, בחורים האבן זיך צוגעכאפט צום "סדר דרך הלימוד", שפעטער זענען געקומען אינגעלייט פון ארץ ישראל, זיי האבן אנגעהויבן מתרגם זיין די דרשות פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש זיי זאלן אויך פארשטיין, נאכדעם זענען געקומען וואס זענען מתרגם אויף ענגליש און אויף ספאניש; עס וועט נאך זיין אויף אלע שפראכן.


*


יארן צוריק ווען עס האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל געבן שיעורים פאר חתנים און אברכים, דעמאלט פלעגט זיין שיעורים נישט באופן קבוע, נאר שטילערהייט פאר תלמידי הישיבה, מוהרא"ש האט דעמאלט געלעבט איז דאס געווען אויף א קליינעם פארנעם.


שפעטער ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעבעצין עליה השלום, זי האט מיר זייער ליב געהאט; זי האט זיך זייער צואוויינט, זי האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס איז מיר זייער אריין אין מיינע ביינער, דאס האט געטוישט מיין מהלך מחשבה, פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן מיט שיעורים און דרשות באופן קבוע.


די רעבעצין האט מיר דעמאלט געזאגט א זאך וואס זי האט קיינעם נישט געזאגט, זי האט מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "וואס זאל איך טון, איך האב נישט געהאט די שכל, איך האב נישט געפאלגט מוהרא"ש"; איר ווייסט דאך זיכער, ווען די רעבעצין האט באקומען די שרעקליכע מחלה לא עלינו ולא עליכם האט מוהרא"ש זיך געבעטן ביי איר, ביי די קינדער און אייניקלעך אז מען זאל איר נישט געבן די שארפע קימא טערעפי, מוהרא"ש האט געזאגט: "אויב מען וועט געבן פאר מיין ווייב די שארפע מעדעצין וועל איך אוועקגיין נאך פאר איר פון די וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין פון די וועלט, און אויב וועט זי נישט נעמען קיין מעדעצין וועט זי זיין געזונט און שטארק און איך וועל אויך בלייבן לעבן"; זיי האבן זיך אלע אויסגעלאכט, זיי האבן נישט געהאט קיין אמונת חכמים, זיי האבן גערופן דאקטורים מיט רבנים זאלן פארדרייען דעם קאפ.


למעשה האט זיך מוהרא"ש געהאלטן פעסט, און ווער עס איז אריינגעקומען צו אים האט מוהרא"ש זיך געבעטן: "פאלגט מיר, געבט נישט מיין ווייב קיין טריטמענטס, נאר אזוי וועט זיין א ישועה"; למעשה האט מען נישט געפאלגט, מען האט אנגעהויבן געבן טריטמענטס פאר די רעבעצין, און אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט - אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז קודם נסתלק געווארן.


דעמאלט בין איך געקומען מנחם זיין, האט זי געוויינט זייער ביטערליך צו מיר, זי האט מיר געזאגט: "פארוואס האב איך נישט געפאלגט? פארוואס האב איך זיך געהאלטן קלוגער?!" דעמאלט האט זי מיר געזאגט א ווארט וואס איז מיר אריין אין מיינע ביינער, זי האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט צאמנעמען די אינגעלייט און די בחורים, זיי ווייטער מחזק זיין - וועט דיר מיין מאן האקן אויפ'ן קאפ מיט א שטעקן, איך ווארן דיר אויב דו וועסט לאזן צעפאלן די שיינע חבורה", זי האט עס געזאגט אין ענגליש און מיין ווייב האט מיר דאס איבערגעטייטשט; דאס האט מיר געמאכט איך זאל צאמנעמען די חברים און תלמידים, איך האב גענומען אלע אינגעלייט און זיי אנגעהויבן מחזק זיין ביתר שאת וביתר עוז.


***


דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


אויף אייער פראגע, דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה; דער רבי זאגט אויס דעם סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין מען זאל אננעמען די דיבורים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט - הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט, נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט - דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד) "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים, בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם", וואס איז די סוד מען זאל אויסהערן? "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין ווען מען רעדט צו מענטשן, בפרט צו בני הנעורים - זיי זאלן אננעמען די דיבורים. אז מען רעדט פון צדיקים, מען רעדט התחזקות, מען ווייזט די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אידישע קינדער, דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים, נישט קיין חילוק ווי ווייט דער מענטש זאל זיין איינגעזינקען אין טומאה קען ער זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - די דיבורים איז נתקבל על הלב, מען רעדט פאזיטיוו, מען ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן - דאס האבן מענטשן ליב צו הערן.


***


וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


אויף אייער פראגע וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור; דאס וואס מיר האבן פריער גערעדט - דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ציען זיך צום הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי געבט חיזוק, דער רבי לאזט נישט פאלן, די חיזוק וואס מען באקומט ביים רבי'ן - געפונט מען נישט ערגעץ אנדערש, דער רבי לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע מענטש און ווייזט א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


וויסן זאלט איר, מענטשן זענען היינט זייער צעבראכן, מענטשן זענען זייער דורשטעריג פאר חיזוק, אידישע קינדער בענקען זיך זייער צום אייבערשטן, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) מיט א שטארקע בענקשאפט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען; פון די אנדערע זייט זענען די נסיונות היינט זייער שטארק, מענטשן פאלן זייער גרינג אראפ און דאס צעברעכט זייער שטארק, מען שפירט אז מען איז שוין פארפאלן; ביז מען הערט דעם קול פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; נישטא קיין ייאוש! יעדער איינער קען ווערן א גרויסער צדיק, דארפסט נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר מוחל זיין און דיך מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער ענטפער פארוואס ברסלב ציט אזויפיל מענטשן, ווייל עס איז נישטא קיין מענטש, קיין משפחה - וואס דארף נישט קיין חיזוק.


***


חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה פון דעם געבענטשטן טויש, וואס האט פאסירט?


אויף אייער פראגע פארוואס חסידות ברסלב ווערט היינט אזוי צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; איך ווייס נישט וואס איז געווען פופציג יאר צוריק, איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז געווען פופציג יאר צוריק; עס איז נישט געווען קיין מנין אידן וואס האבן געוויסט ווי אזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט "ב-ר-ס-ל-ב", דורך הפצה האט מוהרא"ש אריינגעברענגט דעם הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט, נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט וויסן פון רבי'ן און נישט נעמען חיזוק פון רבי'ן; אפילו די מתנגדים לעבן אויך פון רבי'ן, זיי ווייסן נישט; זיי מיינען אז זיי האבן חיזוק פון דעם און יענעם, זיי ווייסן נישט אז דער בעל דרשן פון וועם זיי נעמען חיזוק - ער נעמט חיזוק פון רבי'ן.


*


מיר שטייען שוין נענטער צו ווערן אויסגעלייזט. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתלו הערה צ) מען האט געפרעגט רבי נפתלי ער זאל ארויסגעבן עפעס סודות פון מגילת סתרים, זאכן וואס דער רבי האט פאראויסגעזאגט וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט רבי נפתלי געזאגט מיט א שמייכל: "ווען די וועלט וועט אננעמען דעם לקוטי מוהר"ן קען מען זיך רעכטן אויף משיח"; דאס זעט מען היינטיגע טעג, ווי עס גייט אריין דעם רבינ'ס זאך אין די וועלט מער און מער, עס ווערן מקורב פון אלע שיכטן און פון אלע קרייזן, און וויפיל מען זעט און וויפיל מענטשן שטעלן זיך ארויס - איז דאס נאך גארנישט וויפיל לעבן פון רבי'ן; אלע האבן חיות פון רבי'ן.


די אדמורי"ם ווייסן נישט אז אלע זענען שטילערהייט ברסלב'ער חסידים, באלד וועט די פייגל געבן א פייף און אלע וועלן פליען מיט'ן פייגל קיין אומאן. אזוי האט דער רבי דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל צו זיצן אויף די אייער און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון דעם שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן ענדיגט דעם שיחה: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים, מען מיינט זיי באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, באלד וועט דער רבי געבן א פייף און אלע וועלן קומען קיין אומאן, איבערלאזן זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


איך האף אז איר וועט זיין צופרידן מיט די תשובות און עס וועט ארויסקומען א תועלת פון דעם.


***


איך וויל אייך בעטן איין קליינע בקשה, היות איר געבט ארויס א ספר, איר נעמט צוזאם פון אלע תלמידי היכל הקודש און פון אלע וואס פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש, זאלט איר אריינדרוקן די פאר שירות:


טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, דער רבי האט שוין געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך גרופעס גרופעס; דאס מיינט עס וועט זיין אסאך כיתות אין ברסלב, יעדער איינער וועט גיין דארט וואו זיין הארץ ציט אים, דארט וואו ער קען שעפן חיות אין עבודת השם; דעריבער זעען מיר וויפיל כתות עס איז דא אין ברסלב בכלל און יעצט אין היכל הקודש בפרט, אבער מיר מוזן זיך קענען ליידן איינער דעם צווייטן, מען טאר זיך נישט פיינט האבן.


איך בעט אייך, הערט אויף זיך פיינט האבן, לאזט אפ די פיינטשאפט איינער צום צווייטן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן עס זאל זיין שלום צווישן אונז, לאמיר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. איר געדענקט דאך אלע אין אומאן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשות, איך קען נישט פארגעסן די מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפ'ן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיט'ן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פאר'ן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט; מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן.


א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.