שאלה אין קורצן ענין
#1082 - וואס זאל איך רעדן מיט מיינע תלמידים אין חודש אלול?
חינוך הילדים, ראש השנה, תשובה, בין אדם לחבירו, חודש אלול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך ממש מחי' געווען מיט די בריוו איבער וואס צו רעדן מיט מיינע תלמידים אין די ימי בין המצרים, און איך האב ברוך ה' געפאלגט אלעס וואס איז דארט געשטאנען. יישר כח.


יעצט האב איך געוואלט פרעגט ווי אזוי און וואס מ'זאל רעדן מיט די קינדער, מיינע תלמידים זענען 8 יאר אלט, אין די טעג פון חודש אלול, פאר די הייליגע טעג.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אפאר ווערטער לתועלת די תלמידים.


יישר כח און א כתיבה וחתימה טובה.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין דיר אזוי מקנא מיט דיין הייליגע ארבעט; דו זיצט מיט קליינע קינדער, ריינע נשמות, אכט יעריגע קינדער וואס ווייסן נאך נישט פון קיין פראבלעמען אין לעבן, זיי שלינגען יעדעס ווארט וואס דער מלמד זאגט, יעדעס ווארט פונעם מלמד גייט אריין טיף טיף אין זייערע ריינע הערצער.


א מלמד וואס האט די ריכטיגע הקדמות, ער ווייסט ווי אזוי צו רעדן און וואס צו רעדן - קען ער ברענגען די קינדער צו א מורא'דיגע שטארקייט, די קינדער וועלן אויפוואקסן גרויסע צדיקים, זיי וועלן וויסן זייער גאנץ לעבן די וועג ווי אזוי זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.


לייג אריין אין די קינדער דאס גרויסקייט פון תשובה; דער אייבערשטער שטייט און ווארט מען זאל אים איבערבעטן, מען זאל אים צוזאגן אז מען גייט זיין וואויל. לייג אריין אין די קינדער דאס רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי ער וויל נאר גוטס, ער וויל נישט שטראפן אידישע קינדער, ער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים.


דערצייל זיי מעשיות פון די הייליגע חכמים איבער דאס גרויסקייט פון תשובה, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, זיי האבן קיינמאל נישט אויפגעגעבן אויף קיין שום מענטש; ווי ווייט מען איז פארקראכן קען מען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


רעד נישט צו זיי קיין הויכע זאכן; עבודות פון צדיקים פון תעניתים און סיגופים. רעד צו זיי דעם רבינ'ס ווערטער, די פשוט'ע וועג פון תשובה, ווי דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען זאגט ארויס פשוט'ע ווערטער: "איך וויל זיין גוט", "איך גיי שוין זיין גוט", "איך גיי מער נישט טון די עבירה", וואס דעמאלט איז דער אייבערשטער גלייך מוחל דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות.


אין די זעלבע צייט זאלסטו זיי אויסלערנען דאס הארבקייט פון טשעפען א חבר; ווייל אויף אלע עבירות קען מען תשובה טון, פון אלע פראבלעמען קען מען ארויסגיין, אבער עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ (יומא פה:), אויב מען טוט וויי א צווייטן העלפט נישט קיין תשובה נאר מען מוז יענעם איבערבעטן און יענער דארף מוחל זיין.


זאלסט אסאך רעדן צו די קינדער זיי זאלן אכטונג געבן נישט וויי צו טון א חבר און נישט לאכן פון א חבר; קינדער זענען קינדער און אז מען רעדט נישט צו זיי דערפון ווייסן זיי נישט, און אז זיי ווייסן נישט קענען זיי נכשל ווערן אין פארשעמען אנדערע קינדער השם ישמרינו און אלעס איז דער מלמד שולדיג, ווייל מען רעדט נישט גענוג פון די הארבקייט פון די עבירה.


לייג אריין אין די קינדער דאס גרויסקייט פון בלאזן שופר, ווי דער שטן ווערט דערפון צעטומלט און צעמישט; א גאנץ יאר גרייט ער זיך אן פעק און זעק פון עבירות, ער ווארט אויף ראש השנה צו קומען טענה'ען קעגן אידישע קינדער און ווען מען בלאזט שופר ווערט ער אזוי דערשראקן, ער מיינט אז משיח איז געקומען און מען גייט אים שוין שחט'ן - לויפט ער אוועק, ער לויפט זיך באהאלטן און דער אייבערשטער איז מוחל אלע עבירות.


עס איז דא אסאך וואס צו רעדן צו קינדער אבער די פאר פונקטן זענען זייער וויכטיג; דאס איז דער עיקר פון אידישקייט, די קינדער זאלן וויסן אז עס איז שטענדיג דא א וועג ווי אזוי מען קען זיך גלייך צוריקקערן צום אייבערשטן און אכטונג געבן אויף אנדערע מענטשן זיי נישט וויי צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1081 - אויב אלעס טוט נאר דער אייבערשטער, ווי אזוי קענען מיר זיך בכלל באהיטן?
אמונה, השתדלות, בחירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, ספעציעל פאר די שיעורים אין לשון הקודש, הלואי זאל זיין יעדן טאג א שיעור אין לשון הקודש.


איך וויל פארשטיין אן ענין אין אמונה, פון איין זייט ווייסן מיר דאך אז קיינער קען אונז שלעכטס טון אדער גוטס אן רשות פון אייבערשטן, אלעס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליין, פון די אנדערע זייט זע איך למשל ווי מוהרא"ש שרייבט אסאך אז מ'זאל זיך אכטונג געבן פון מענטשן, מ'קען נישט טראסטן קיין מענטשן, ספעציעל מיט געלט זאכן, לכאורה וואלט מען געקענט זאגן אז מ'זאל זיך פירן נארמאל, און אויב וועט קומען איינער וואס וויל מיר בא'גנב'ענען, וועט ער דאך סיי ווי מיר גארנישט קענען טון אויב איז נישט אזוי אנגעשריבן פון אויבן.


באמת איז די שאלה מער בכלליות אויך, למשל ווען עס קומט צו פרנסה אדער אנדערע השתדלות וואס מ'טוט אין לעבן; אויב וועט סיי ווי אנקומען צו מיר אלעס וואס קומט זיך מיר, פארוואס זאל איך זיך דארפן פלאגן אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט עס זאל אויסזען ווי עס איז דא אזא זאך ווי טבע; עס זעט אויס ווי זאכן פאסירן פון זיך אליינס. דער אייבערשטער האט זיך אזוי שטארק באהאלטן אין די וועלט אז עס קען זיך דאכטן ווי זאכן פאסירן פון זיך אליינס; עס קען זיך דאכטן ווי דער מענטש האט געטון, דער מענטש האט געמאכט - אבער חס ושלום מען זאל זיך איינרעדן איין רגע אז עס קען עפעס פאסירן אן דעם וואס דער אייבערשטער האט געהייסן און באפוילן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צעקלאפט זיך נישט דעם קליינעם פינגער אן דעם וואס מען זאל אנשרייבן אויבן אין הימל עס זאל פאסירן, און די הייליגע חכמים דערציילן (בראשית רבה עט, ו; ירושלמי שביעית כה:) ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון דער הייליגער תנא רבי אלעזר זענען ארויס פון די מערה נאך דרייצן יאר האבן זיי געזען ווי א פאנגער שפרייט אויס זיינע נעצן צו כאפן פייגלעך, זיי זעען ווי אזוי ער שפרייט אויס די נעץ און א פייגל ווערט שיער אריינגעכאפט, אין די לעצטע סעקונדע האט זיך די פייגל געראטעוועט, נאכדעם קומט נאך א פייגל און זיי הערן ווי עס גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס זאגט: "געפאנגען" און די פייגל איז געפאנגען געווארן; האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי געזאגט פאר זיין זון: "זעסט, אפילו א קליינטשיג פייגעלע קען אויך נישט געכאפט ווערן אן דעם וואס מען זאל דאס אפשרייבן אויבן אין הימל".


דאס האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אריינגעברענגט אין די וועלט, מען זאל וויסן אז עס איז גאר נישט דא אויסער דעם אייבערשטן. אפילו א וואגן פארט און עס פאלן אראפ שטרוי איז אויך אנגעשריבן פון אויבן פונקטליך וואו די שטרוי זאל פאלן און ווען א בלעטעלע פאלט אראפ פון בוים איז אויך אנגעשריבן פון הימל פונקטליך וואו עס זאל פאלן; קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליינס. דאס ווערט אנגערופן אין די ספרים הקדושים: "ידיעה", מען זאל וויסן אז עס איז גארנישט דא, נאר דער אייבערשטער; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער אליינס, ער האט זיך פארשטעלט אין די זאכן עס זאל אויסזען ווי עס איז דא א וועלט, אבער עס איז איין שטיק אייבערשטער.


פון די אנדערע זייט האט דער אייבערשטער אונז געגעבן די מעגליכקייט מיר זאלן אויסוועלן צו טון גוט; דאס ווערט אנגערופן אין די ספרים הקדושים: "בחירה", דער מענטש האט א מעגליכקייט אליינס אויסצואוועלן צו זיין גוט אדער פארקערט חס ושלום - טון שלעכטס; אויב טוט ער גוטס וועט ער האבן שכר און אויב טוט ער נישט גוט און טוט נישט תשובה - וועט ער באקומען אן עונש.


דאס איז זייער שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין "בחירה" מיט "ידיעה"? ווי אזוי קען דער מענטש אויסוועלן צו טון גוטס אדער שלעכטס ווען אלעס איז דער אייבערשטער? ווי קען זיין אז איינער זאל קענען טון דעם צווייטן שלעכטס ווען אלעס איז דער אייבערשטער? אזוי אויך איז שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין אז דער מענטש האט א בחירה יא טון אדער נישט טון ווען אלעס איז אנגעשריבן אנהייב יאר ראש השנה, פונקטליך וואס גייט זיין? אלעס איז דאך דער אייבערשטער, דער אייבערשטער ווייסט אלעס וואס גייט זיין, דער אייבערשטער מאכט אלעס אליינס, ווי קען זיין אז דער מענטש זאל אויסוועלן גוטס אדער שלעכטס ווען אלעס איז דער אייבערשטער?!


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כא) ווען א מענטש פירט זיך ערליך, ער הייליגט זיינע שבעה נרות; ער הייליגט זיינע אויגן, אויערן, נאז און מויל - דעמאלט איז ער זוכה צו האבן א ריינעם מח, נאר דעמאלט קען ער פארשטיין ווי אזוי די צוויי זאכן גייען אינאיינעם, דעם מענטש איז נישט שווער די קשיא פון ידיעה און בחירה, ווייל ער טרעפט דעם אייבערשטן אין די בחירה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און דאך איז דא א בחירה.


דאס קען נישט פארשטיין נאר דער וואס האט א ריינעם מח. מען רייניגט זיך די אויגן; מען קוקט נישט קיין שום שלעכטע קוק, מען קוקט נאר צום אייבערשטן, מען רייניגט זיך די אויערן; מען הערט נישט קיין שלעכטע זאכן, אזוי אויך רייניגט מען זיך די נאז; מען גלייבט אין די ווערטער פון צדיקים, מען רייניגט זיך די מויל; נישט צו רעדן שלעכטס אויף קיינעם, נישט רעדן שלעכטע זאכן - דעמאלט ווערט דער מח לויטער און ריין, דעמאלט קען מען פארשטיין ווי אזוי דאס ארבעט אינאיינעם.


דאס מיינט נישט אז די שלעכטע מענטשן וואס טוען שלעכטס פאר אנדערע, בא'גנב'נען אנדערע, זענען מצער אנדערע - וועלן נישט באקומען זייער עונש; דער וואס איז מצער אנדערע, דער וואס טוט רשעות פאר אנדערע - וועט האבן א שרעקליכע ענדע. קען זיין עס וועט נעמען א שטיק צייט, עס וועט אריבער גיין א שטיק צייט, אבער ביים סוף וועט יענער באקומען א גרויסער עונש; דאס אליינס איז אויך פון די וואונדער פונעם אייבערשטן. ווי קען זיין אזא זאך, אלעס איז דאך דער אייבערשטער? דער אייבערשטער מאכט דאך אלעס און טוט אלעס?! דאס איז א באהאלטענע זאך וואס מיר קענען נישט פארשטיין.


וואויל איז דעם מענטש וואס נעמט אריין אין זיך די ריינע אמונה, אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך איז א פערצופאל, נאר יעדע זאך טוט דער אייבערשטער אליינס מיט א פונקטליכקייט, און אלעס וואס מיר זעען און אלעס וואס פאסירט - איז א פארשטעלטע זאך; עס זעט אויס ווי דער טוט, ווי יענער טוט, עס זעט אויס אז אויב מען ארבעט האט מען פרנסה און אויב מען ארבעט נישט האט מען נישט פרנסה, ווען באמת איז דאס נאר א פארשטעלטע זאך, אלעס איז נאר דער אייבערשטער אליין; דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1080 - קען איך מאכן א גליון פונעם ספר "זאת התורה"?
מוהרא"ש, הפצה, גליון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זייער שטארק מאכן הפצה, עס איז מיר אבער זייער שווער ארום צו גיין מיט קונטרסים. לעצטנס האב איך געזען א ספר פון מוהרא''ש זי''ע "זאת התורה" אויף די פרשיות השבוע, איז אפשר קען איך דאס מאכן אויף אן אויסשטעל ווי א גליון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף צו טון הפצה דארף מען נישט קיין רשות פון קיינעם; מוהרא"ש זאגט אז זיינע ספרים זענען מתנות פאר כלל ישראל, יעדער איינער קען דאס דרוקן און ווער עס וועט דאס דרוקן וועט ווערן געבענטשט מיט אלע ברכות.


דא האסטו פאר דיר דעם שטיקל פון צוואת מוהרא"ש (אות יז): "דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט אָפְּדְרוּקְן דִי אַלֶע בְּרִיוְון אוּן מֶען זָאל עֶס אִיבֶּערְדְרוּקְן נָאכְאַמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוֹיף דִי אַלֶע סְפָרִים קֶען מֶען נִישְׁט שְׁרַייבְּן: "כָּל הַזְּכֻיּוֹת שְׁמוּרוֹת", קֵיינֶער קֶען נִישְׁט זָאגְן אַז נָאר עֶר הָאט דִי רֶעכְט דָאס צוּ דְרוּקְן. נָאר יֶעדֶער מֶעג אוּן קֶען עֶס דְרוּקְן, אוּן אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן "אַשֶׁר בַּנַּחַל" וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1079 - וואס טו איך אז מיין ווייב האט נישט ליב ברסלב?
שלום בית, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, חומרות, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען אויף מיין לעבן, איך בין יעצט געווארן ברוך ה' דריי יאר אלט, פאר דריי יאר צוריק בין איך געוואויר געווארן איבער די געוואלדיגע שיעורים, און פון דעמאלט איז מיין לעבן גענצליך געטוישט געווארן צום גוטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


דער פראבלעם איז אבער אז פאר מיין טייערע ווייב געפעלט נישט די ברסלב'ע זאכן, אויסער דעם וואס זי וויל בכלל אז מיר זאלן זיין מער אהערגעשטעלט און מאדערן, זי האלט מיר כסדר פאר אז איך בין צו פארצייטיש און פאנאטיש, צום ביישפיל וויל זי זייער איך זאל זיך "מסדר" זיין די בארד, וואס איך הער אזויפיל ביי די שיעורים איבער די הארבקייט פון דעם.


מיין שאלה איז אויב איך זאל איר נאכגעבן און מיט דעם איר צופרידן שטעלן, אדער וועט זיך עס נישט אפשטעלן ביי דעם נאר גיין ווייטער.


איך בין זייער פארלוירן און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן א גוטע עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין לעבן האט זיך אנגעהויבן פון פריש, דו שפירסט ניי געבוירן פון ווען דו לעבסט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות. עס איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט, ווען מען קומט צום רבי'ן ווערט דאס לעבן א נייע לעבן.


בנוגע דיין ווייב וכו'; דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך וואלט ווען געדארפט שרייבן אזוי סאך ספרים איבער דברים שבינה לבינו, דאס זעלבע וויפיל איך האב געשריבן דעם ספר ליקוטי הלכות"; ווייל מען דארף האבן אזויפיל חיזוק און אזויפיל שכל צו וויסן ווי אזוי צו מכבד זיין די ווייב און ווי אזוי אכטונג צו געבן אויף איר כבוד כדי מען זאל נישט קומען צו קיין קריגערייען און זיך חס ושלום דארפן גט'ן.


עס קען נישט זיין אז פאר דיין ווייב געפעלט נישט די ברסלב'ע זאכן; מן הסתם לייגסטו ארויף אויף איר פרומע זאכן און זי מיינט אז דאס איז ברסלב, דעריבער זאגט זי אז זי וויל נישט די ברסלב'ע זאכן. ווען דו זאלסט זיך פירן ווי אזוי דער רבי וויל, דו וואלסט געפאלגט דעם רבי'ן - וואלט זי זיך געפריידט מיט די ברסלב'ע זאכן.


ברסלב האט נישט מיט קיין פרומקייט; אז איך וועל דיר אויסרעכענען וואס דער רבי פארלאנגט וועסטו זען אז עס האט גארנישט צו טון מיט פרומקייטן וכו'. וואס וויל שוין דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן, פון ווען מען שטייט אויף אינדערפרי ביז ביינאכט ווען מען גייט שלאפן זאל מען טראכטן פונעם אייבערשטן און רעדן צו אים (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צו); אז דו וועסט דאס טון וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען, זי וועט זען ווי דו ביסט שטארק און דו ווערסט נישט אויפגערעגט אזוי שנעל. ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן ווערט זייער שטארק די אמונה, מען הייבט אן שפירן אז עס איז גארנישט דא אויסער אים, איז דאך נישט שייך צו ווערן גערעגט. יעדע פרוי וואלט זיך געוואונטשן צו האבן א מאן וואס ווערט נישט אויפגערעגט, א מאן וואס האלט זיך רואיג אפילו אין שווערע צייטן; דאס איז ברסלב.


וואס נאך וויל דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה אן א שיעור מאל; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט קיין לערנען, אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג ווען מען האט נישט קיין כח, קיין קאפ און מח צו פארשטיין לערנען - דאך זאל מען זאגן די ווערטער פון די תורה. מען זאל זאגן און זאגן ביז דער מח וועט זיך איין טאג עפענען און מען וועט אנהייבן פארשטיין דאס לערנען; אז מען לערנט אויף דעם וועג קען יעדער איינער לערנען. דער שוואכסטער קאפ, דער איינגעשפארטסטער מענטש וואס האט נישט קיין חברים, חברותות - קען זיצן אין שטוב אליין אן קיינעם; מען נעמט די משניות, די גמרא - פאר א חבר, מען לערנט און מען ענדיגט נאך א מסכתא און נאך א מסכתא. אז דו וועסט דאס טון, דו וועסט לערנען - וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען אז זי האט א מאן וואס לערנט די הייליגע תורה, א מאן וואס נוצט אויס די צייט מיט גוטע זאכן; זי וועט נאר האבן ריווח פון דעם וואס דו פאלגסט דעם רבי'ן. ווען זי וועט וועלן ארויסגיין אמאל ביינאכט צו א חבר'טע אדער משפחה וועסטו בלייבן אין שטוב מיט דיין משניות'ל, מיט דיין גמרא און אכטונג געבן אויף די קינדער; ווען זי וועט וועלן מסדר זיין די שטוב וועסטו זיצן אין דער זייט מיט דיינע שיעורים, זי וועט נאר האבן ריווח; דאס איז ברסלב.


וואס נאך וויל דער רבי פון אונז? דער רבי וויל מיר זאלן זיין פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט; אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט זיך שטארקן און נישט ווערן צעפאלן פון וואס עס גייט אריבער אויף דיר, וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה זי וועט זיך פרייען צו לעבן מיט א פרייליכער מאן. זי וועט נאר מרוויח זיין פון דעם וואס דו פאלגסט דעם רבי'ן; דאס איז ברסלב.


אזוי איז מיט יעדע זאך; דער רבי וויל מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, שיין רעדן און האלטן טייער איר כבוד. אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין וויב, דו וועסט איר האלטן טייער און חשוב, וועט דיין ווייב נישט האבן קיין טענות אויף דיר, אדרבה, זי וועט זיך פרייען אז דו ביסט ברסלב; זי וועט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איר מאן איז אנגעקומען קיין ברסלב. זי וועט שרייען צו אלע אירע פריינט: "טראגטס אייערע מענער קיין ברסלב, וועלן זיי שיין רעדן צו ענק".


וואס נאך וויל דער רבי? דער רבי וויל מיר זאלן לעבן מיט תכלית, מיר זאלן לעבן מיט ישוב הדעת; געדענקען אז מיר וועלן באלד צוריק גיין צום אייבערשטן. עס וועט גארנישט נוצן, קיינער בלייבט נישט דא, יעדער דארף ביים סוף צוריק גיין צום אייבערשטן. אז מען לעבט מיט די מחשבה - איז דאס לעבן גאר אנדערש, מען קריגט זיך נישט מיט קיינעם ווייל מען ווייסט אז מען איז דא פאר נישט צי לאנג, מען כאפט אריין גוטע זאכן, מען כאפט אריין חסד.


מאך איר נישט פרום, לייג נישט ארויף קיין פרומקייטן אויף איר, צעדרוק איר נישט; וועסטו זען ווי זי וועט זיך צוכאפן צום הייליגן רבי'ן, זי וועט נאר וועלן די ברסלב'ע לעבן, די ברסלב'ע וועג.


בנוגע דיין בארד וכו'; טו וואס מוהרא"ש האט געטון נאך די חתונה. ווען זיין ווייב האט נישט געוואלט ער זאל גיין מיט א לאנגע בארד און אראפגעלאזטע פיאות (דעמאלט, אין די ערשטע יארן אין אמעריקע איז נישט געווען אזוי ווי היינט; זייער ווייניג זענען געגאנגען מיט אראפגעלאזטע פיאות און בארד) האט מוהרא"ש אריין געקניפט די בארד און ארויף געדריידט די פיאות אז זיין ווייב זאל זיין צופרידן; מוהרא"ש האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל איר נישט שטערן און איין טאג האט דער אייבערשטער געהאלפן אז זי האט אויך געוואלט דאס וואס מוהרא"ש האט געוואלט. זאלסטו אויך אזוי טון, קניפ אריין דיין בארד און אז עס שטערט איר די פאות זאלסטו דאס ארויף דרייען כדי עס זאל איר נישט שטערן און בעט אסאך דעם אייבערשטן אז דיין גאנצע שטוב זאל זיך נישט שעמען מיט די בארד און פיאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1078 - ווי אזוי פאררעכט מען די עבירות וואס מ'האט פוגם געווען?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב יעצט געליינט א קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע, וואו ער ברענגט זייער שארפע מאמרים פון הייליגן רבי'ן איבער פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן. האב איך געוואלט פרעגן, הגם אז מיט די חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א בין איך זיך מתגבר און איך געב אכטונג אויף מיינע אויגן, כאטש וואס איך האב נישט געגלויבט אמאל אז איך וועל דאס נאך קענען באווייזן, וויל איך אבער וויסן ווי אזוי מ'קען תשובה טון אויף לשעבר, אויף די שלעכטע זאכן וואס איך האב אמאל עובר געווען.


דער רבי זאגט דאך אז ס'ווערן באשאפן פון דעם כוחות הטומאה וואס לויפן נאך דעם מענטש אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איז דא א וועג ווי אזוי מבטל צו זיין די כוחות הטומאה, אדער איז דאס שוין פארפאלן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפגעפאלן אין די עבירה און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


נאר דער רבי האט די כח ארויס צו נעמען די וואס זענען אריין געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית; ווייל די עבירה פון פגם הברית איז גאר א גרויסע עבירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם) ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, עס איז ערגער פון אלע עבירות; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אבן העזר סימן כג, סעיף א): "עָוֹן זֶּה חָמוּר מִכָּל עֲבֵירוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות אויף די וועלט, מען פארלירט אלעס דורך די עבירה, מען ווערט קראנק, אלט און שוואך. דער שאדן וואס דאס ברענגט אויפ'ן מענטש איז געפערליך, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רמ, סעיף יד): ווען מען איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט מען אפגעשוואכט, פארעלטערט און מען פארלירט די כוחות. אזוי אויך: "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערט אפגעשוואכט און עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פון קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפ'ן מענטש.


דאס איז אויסער דעם וואס מען פארלירט די פרנסה; דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז דער וואס ווארפט ארויס די טראפלעך פון מח, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


דאס איז אויסער דעם וואס מען באקומט שונאים; מען באשאפט קליפות וואס זענען זיך נוקם אינעם מענטש, זיי מאכן שרעקליכע יסורים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, "בּוֹרֵא קְלִפּוֹת", טוט מען באשאפן קליפות, "הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו", די קליפות גייען אריין אין מענטשן, זיי קריגן זיך מיט'ן מענטש, "וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", און זענען אים מצער.


דאס איז אויסער וואס מען פארלירט אלע ליכטיגקייטן; עס ווערט טונקל, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן. די אמונה קילט זיך אפ; מען דריידט זיך ארום מיט קשיות אויף די אמונה, מען גייט ארום מיט שלעכטע געדאנקען, ביז מען וויל מער נישט לעבן. מען ווערט א בייזער מענטש, מען ווערט בעצבות ומרה שחורה, מען פארלירט אלעס אין די וועלט. מען שפירט ביי זיך וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח ע"א; ויחי ריט.): "מַאן דְאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַּנְיָא חַס וְשָׁלוֹם, אֵין מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", ווער עס איז מוציא זרע לבטלה העלפט נישט קיין תשובה; מען שפירט זיך אויסגעשלאסן פון אלעס, מען גייט ארום מיואש.


נאכן הערן אזעלכע זאכן, איז דאך זייער געפערליך; ווי הייבט מען אן? וואס קען מען טון אז מען האט ליידער יא עובר געווען אויף די עבירה? וואס קען מען טון נישט צו באקומען די אלע שרעקליכע שטראפן? אויף דעם האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף אונז און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אונז אויף פון די נידריגסטע פלעצער און מיט זיינע עצות ברענגט ער אונז צוריק צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט קען נאך יא תשובה טון און קען אלעס פאררעכטן"; אז מען וועט פרעגן: 'ווי קען זיין אזא זאך אז דער רבי זאגט עס העלפט יא תשובה נאכדעם וואס אלע ספרים זאגן אז עס העלפט נישט קיין תשובה?' דאס פרעגט רבי נתן (ליקוטי הלכות תפילין הלכה ד, אות ד): "ווי קען זיין אזא זאך אז דער זוהר הקדוש זאגט אז ווען א מענטש איז פוגם בברית העלפט נישט קיין תשובה, און דער רבי זאגט אז עס העלפט יא תשובה?" זאגט רבי נתן, "באמת העלפט תשובה אויף יעדע עבירה, עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף, נאר וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, ווייל ווען א מענטש איז פוגם בברית רייסט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, דערפאר, ווען דער מענטש וויל תשובה טון שטעלט מען אים אונטער אזא שרעקליכע נסיון, דער נסיון איז אז מען זאגט אים ער איז שוין דערנאך, ער דארף הערן ווי מען זאגט אים 'דו קענסט שוין נישט תשובה טון'; אויב האט ער שכל און ער זאגט 'עס גייט מיר גארנישט אן, איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן אויף קיין שום פאל, צי מען דארף מיר יא צי מען דארף מיר נישט, איך פונעם אייבערשטן וועל זיך קיינמאל נישט אפטיילן, איך נעם זיך פאר מער נישט צו זינדיגן, נישט קיין חילוק צי איך וועל יא ווערן א צדיק צי נישט, נישט קיין חילוק צי איך וועל מיך דארפן מוטשען מיין גאנץ לעבן אדער נישט', אזא איינער וועט זוכה זיין תשובה צו טון. אבער דער וואס האט נישט קיין שכל און זאגט 'איך קען שוין נישט תשובה טון, איך בין דערנאך', בלייבט ער אינדרויסן השם ישמרינו".


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך ווייטער מיט שמירת עינים, היט אפ דיינע אויגן נישט צו קוקן עבירות און היט זיך פון טון עבירות - וועסטו אלעס פאררעכטן, בפרט אז דו וועסט אנהייבן לערנען די הייליגע תורה - וועסטו מבטל זיין אלע קליפות. נישטא נאך א זאך וואס זאל פארברענען די קליפות ווי די הייליגע תורה, ווען מען לערנט די הייליגע תורה ווערן די קליפות בטל ומבוטל כעפרא דארעא, זיי ווערן אויס, ווי די שטויב פון די ערד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


דאס ערשטע זאך זאלסטו אנהייבן לערנען משניות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זאגט אז די שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות; אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, דערפאר אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט, ניטאמאל עברי מיט טייטש קענסטו, זאלסטו ווייטער לערנען, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, זאל מען ווייטער לערנען, מען זאל זאגן די ווערטער ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין".


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תיקוני זוהר; דער הייליגער אריז"ל האט געגעבן א תיקון פאר א בעל תשובה וואס האט געבעטן א תיקון פאר עבירות, ער זאל זאגן יעדן טאג אפאר בלאט פון ספר התיקונים; ווען מען זאגט די ווערטער פון תיקוני זוהר וואשט עס אפ דעם מענטש פון אלע פלעקן.


ועל כולם זאלסטו זיך שטענדיג מתודה זיין; יעדן טאג זאלסטו מאכן א צייט וואס דו וועסט דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, דאס וועט ארויסנעמען די עבירות פון דיינע ביינער. ווען א מענטש זינדיגט ווערן איינגעקריצט די עבירות אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנוֹתָם [חֲקוּקָה] עַל עַצְמֹתָם", און דאס גייט נישט ארויס נאר דורך דעם וואס מען איז זיך מתודה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד). זאג דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, שעם זיך נישט צו דערציילן יעדע פרט און פרט און בעט אים: "רבונו של עולם זיי מיר מוחל, פארגעב מיר מיינע זינד, איך וויל זיין גוט; איך האב חרטה וואס איך האב געטון, איך זאג דיר צו אייבערשטער איך גיי עס מער נישט טון, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל קענען זיין שטארק נישט צו טון מער קיין עבירות".


דאס זאלסטו טון יעדן טאג; א גאנצן טאג זאלסטו זיין פרייליך, נאר איין צייט אין טאג זאלסטו זיך מתודה זיין און צעברעכן דיין הארץ. וועסטו זוכה זיין אויסצומעקן אלעס וואס דו האסט געטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1077 - איך ווער זייער איבערגעשטרענגט פון לערנען אזויפיל, וואס קען איך טון?
רפואה, לימוד התורה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אסאך מאל ווען איך לערן א גאנצן טאג, האב איך מער נישט קיין כח, און דאס מאכט מיר אין א שלעכטע גוסטע.


וואס קען איך טון דערצו? זאל איך לערנען אביסל ווייניגער, אפילו אויב איך וועל נישט אנקומען צו אלע שיעורים? אדער זאל איך אנשטרענגען צו זיין פרייליך אפילו ווען קען זיך קוים רירן?


דאס איז מיר וויכטיג אויך פאר מיין שלום בית.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט אריין קוקן וואס דער רבי זאגט אין שיחות הר"ן (סימן כז), אז א מענטש דארף זייער אכטונג געבן נישט צו נעמען אויף זיך צי סאך, ווייל אז מען נעמט אויף זיך צופיל קען מען נאכדעם אלעס אפלאזן.


נעם נישט אויף זיך צי סאך שיעורים ווייל נאכדעם וועסטו אלעס אפלאזן; א מענטש דארף זיך קענען, מען דארף וויסן ביז וויפיל מען קען לערנען. לערנען דארף פרייליך מאכן דעם מענטש, עס דארף זעטיגן דעם מענטש, אויב ווערט מען אין א שלעכטע גוסטע פון לערנען קען זיין אז עס איז צופיל.


זע צו עסן גוט און שלאפן גענוג און אויך אביסל לערנען און דאווענען; געב אכטונג אויף דיין געזונט נישט איבעררייסן דעם שטריק. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א קליינע לאך אינעם גוף איז א גרויסער לאך אין די נשמה"; ווייל ווען מען איז נישט געזונט, מען איז נישט פרייליך - קען מען נאכדעם אינגאנצן אראפפאלן. אזוי אויך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף אכטונג געבן קודם אז זיין גוף זאל זיין רואיג און נישט איבערגעשטרענגט, נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1076 - דארף איך אויסזאגן ביי א שידוך אז איך האב פחדים?
שידוכים, מורה דרך, בחור, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור אין די יארן פון די שידוכים, איך לייד פון פחדים, אבער איך האב ברוך ה' געטראפן א דאקטער וואס האט מיר געגעבן מעדעצין צו בארואיגן און מיט דעם בין איך ממש א נייער מענטש, אבער אן די מעדעצין איז מיין לעבן אויס.


מיין שאלה איז וואס צו טון וועגן שידוכים, מוז איך אויסזאגן אז איך נעם מעדעצין פאר פחדים, איך טראכט אז אויב וועל איך אויסזאגן וועט מיר קיינער נישט וועלן נעמען, ווידער אויב איך זאג נישט אויס איז עס אפשר גניבת דעת, ס'הייסט אז איך האב יענעם אריינגענארט.


איך האב געליינט אין א בריוו ווי דער ראש ישיבה שרייבט אז דאס איז בלויז ווי נעמען טיילענאל פאר קאפ וויי, און דאס מאכט מיר טראכטן אז לכאורה דארף מען דאך נישט אויסזאגן אז מ'נעמט טיילענאל, ממילא דארף מען אויך נישט אויסזאגן אז מ'נעמט מעדעצין. אדער אפשר איז עס נישט ממש גלייך?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן אן עצה וואס צו טון.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען נישט ענטפערן ווען איך ווייס נישט דיין מצב פון דער נאנט; עס ווענדט זיך ווי שטארק די פחדים זענען און ווי שטארק עס קלאפט אויס.


פרעג דיין מורה דרך וואס קען דיר פערזענליך ער זאל דיר זאגן אויב דיין מצב איז גוט אדער דו דארפסט פארציילן וכו'. ווייל נישט אלץ דארף מען זאגן, אבער דאס איז קלאר אז אויב די פחדים זענען זייער שטארק וכו' - דארף מען יא זאגן, זאלסטו דאס פרעגן דיין מורה דרך וואס קען דיר פערזענליך.


דער עיקר זאלסטו זיך זייער שטארקן, עס זאל דיר בכלל נישט אנגיין אז דו דארפסט נעמען מעדעצין צו זיין רואיג. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן די ריכטיגע מעדעצין וואס ארבעט פאר דיר און מאכט דיר רואיג און פרייליך.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר דיין גוטע לעבן וועסטו שפירן אויף די וועלט די זיסע טעם וואס אלע צדיקים שפירן אין גן עדן. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב): "ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן שפירט מען א טעם פון גן עדן"; ווי מער א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן איז דער מענטש נענטער צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ט, ז): "לֶעָתִיד לָבוֹא כָּל הַקָּרְבָּנוֹת בְּטֵלִין, וְקָרְבַּן תּוֹדָה אֵינוֹ בָּטֵל; כָּל הַתְּפִלּוֹת בְּטֵלוֹת, הַהוֹדָאָה אֵינָהּ בְּטֵלָה", לעתיד לבוא וועלן אלע קרבנות בטל ווערן, חוץ קרבן תודה וועט איבערבלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1075 - ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון ביטערע עבירות?
קדושה, תשובה, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געהאלפן אין לעבן, איך בין שולדיג מיין גאנץ לעבן פאר'ן ראש ישיבה.


אלס בחור האב איך פלייסיג געלערנט אין ישיבה, געענדיגט אסאך מאל משניות, אסאך דפים גמרא, און נאך אסאך. ווען איך האב חתונה געהאט האב איך אנגעהויבן שווער צו ארבעטן, און איך האב מער נישט חשק צום לערנען ווי אמאל, און עס ווערט נאך שוואכער און שוואכער. כמעט וואס איך עפן נישט קיין משניות, נאר צוויי לימודים האלט איך שטארק, דאס איז די בלאט גמרא און מעביר סדרה זיין יעדן טאג. אין א גוטע טאג קען איך אויך זאגן תיקון הכללי, און צומאל אביסל תהלים און משניות.


ליידער האט דער יצר הרע זיך זייער געשטארקט אויף מיר לעצטנס, איך פרוביר צו לעבן מיט מיין ווייב, אבער עס העלפט מיר ליידער נישט, איך זינק אין די נ' שערי טומאה און נאך מיט א שמיץ אריבער, איך גיי צו אלע שלעכטע פלעצער, ס'האט זיך אנגעהויבן נאר מיט אביסל קלייניקייטן, און צוביסלעך איז עס געגאנגען ווייטער און ווייטער ביז צו דאס ערגסטע רחמנא ליצלן, און יעצט איז שוין ליידער נעשה לו כהיתר, עס קלאפט מיר שוין אפילו נישט דאס הארץ.


אבער אז מוהרא"ש האט געשריבן אין זיינע ספרים אז מ'קען תשובה טון אפילו אויף נשג"ז, מיינט דאס אז איך קען נאך האבן א תיקון, די פילע דרשות וואס איך האב געהערט שרייען מיר אין קאפ אז איך זאל שוין אויפהערן מיט די עבירות ווייל מיין סוף וועט זיין ביטער, איך זאל תשובה טון באצייטנס. די חז"ל'ן וואס איך האב געהערט אז א מענטש באהאלט זיך מיט עבירות אבער דער אייבערשטער וועט אים מפרסם זיין אויף די גאנצע וועלט, דאס האקן מיר אין קאפ און לאזן מיר נישט מנוחה.


איך האב א שיינע משפחה, וואס איז מיין טייערע ווייב שולדיג אז איר מאן קען זיך נישט באהערשן? כאטש וואס איך האב שוין געהערט אלע דרשות און עצות, וויל איך אבער אנגעהויבן פון יעצט א נייע לעבן, ווי אזוי מאכט מען אבער דאס?


איך בין שוין געווען אסאך מאל אין אומאן, און איך פאר אי"ה אויך דאס יאר אויף ראש השנה, און איך שעם זיך פון הייליגן רבי'ן צו ווייזן מיין פנים ווי אזוי דאס יאר איז מיר אריבער, אזוי שרייבנדיג די שורות ווער איך רויט פאר בושה.


איך בעט דעם ראש ישיבה מיט'ן גאנצן הארץ אז איך דארף א תיקון, איך דארף א תשובה, איך דארף א וועג ארויס פון מיינע ביטערע נארישע לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויי און ביטער איז דיר, וויי און ביטער איז פאר דיין נשמה; שעם זיך אז דו גייסט זינדיגן מיט פרעמדע פרויען, שעם זיך! נאכדעם וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א טייערע פרוי גייסטו זיך באהאלטן, טון עבירות מיט גוי'טעס?! שעם זיך, ווען דער אייבערשטער געבט דיר אלעס אין לעבן פארקויפסטו דיין לעבן פאר'ן שטן.


הענט און פיס ציטערן מיר פון ווען איך האב געליינט דיין בריוו; ווי קען א איד אזוי אראפפאלן? ווי קען מען אזוי פארלירן די שכל און אפלאזן א זיסע לעבן? ווי קען מען אפלאזן די מתנה, די ווייב וואס דער אייבערשטער האט געגעבן און גיין מיט עקלדיגע גרויליגע גוי'טעס טון עבירות?! וואס וועסטו ענטפערן ווען דו וועסט שטיין פאר'ן בית דין של מעלה און מען וועט אפיר נעמען אלע דיינע מעשים? וואס וועסטו ענטפערן פאר'ן אייבערשטן? וואו וועסטו זיך קענען פארשטעקן פאר בושה?!


טו תשובה, אז נישט וועט זיין זייער ביטער; מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער זאגט (ירמיה כג, כד): "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'", ווי קען זיך א מענטש באהאלטן פון מיר? "הֲלוֹא אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא נְאֻם ה'", דער אייבערשטער איז דאך איבעראל.


מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן טון עבירות און דאס וועט בלייבן א סוד. דער אייבערשטער זאגט (איוב כד, טו): "וְעֵין נֹאֵף שָׁמְרָה נֶשֶׁף לֵאמֹר לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", די בעלי עבירות זאגן 'מיר וועלן ווארטן עס זאל ווערן נאכט דעמאלט וועלן מיר טון עבירות; מיר וועלן גיין אין באהאלטענע פלעצער אז קיינער זאל אונז נישט זען'. זאגן חכמינו זכרונם לברכה (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט טאקע אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים אויף דער גאנצע וועלט.


אז דו וועסט תשובה טון וועט דיר גוט זיין, דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין, אבער אז דו וועסט ווייטער אנגיין מיט זנות וועסטו באקומען א שווערע קלאפ; דיין ווייב וועט דיר אפלאזן, דיינע קינדער וועלן נישט קוקן אויף דיר, דו וועסט זיין פארשעמט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#1074 - מעג מען האבן א סמארטפאון פאר די ארבעט?
שלום בית, תפילה והתבודדות, דרשות, סמארטפאון, תפלות אויף אידיש, בחירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מחי' אונזער גאנצע שטוב, איך און מיין ווייב און די קינדער הערן אויס אלע שיעורים, און דאס איז אונזער וועג ווייזער אין לעבן.


איך האב א סמארטפאון פאר די ארבעט, און מיין ווייב טענה'ט אז איך מוז עס אויפגעבן, ווייל אפילו איך נוץ עס טאקע בלויז פאר פרנסה, און עס האט א גוטע פילטער, פון דעסט וועגן איז עס נישט גוט פאר די חינוך פון די קינדער, ווייל זיי ווייסן נישט אויב ס'האט א פילטער, און זיי וועלן גיין נאך ווייטער, און האבן סמארטפאון אן א פילטער, און נישט פאר פרנסה.


דער אמת איז אז איך נוץ עס טאקע באמת נאר פאר פרנסה, איך בין נאך קיינמאל נישט אריינגעגאנגען זען קיין שום סטאטוס, און ווען מ'זעט מיר אריינרעדן אינעם טעלעפאן [אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א מאכט עס נאך ביי די שיעורים] איז עס נאר אז איך געב אנווייזונגען פאר מיין ארבייטער ווי אזוי צו טון וואס ער דארף טון, איך שיק נישט קיין שטותים. דארף איך אויפגעבן מיין טעלעפאן און אויפהערן צו ארבעטן?


פון די שיעורים ווער איך אביסל צעמישט, אמאל זאגט דער ראש ישיבה אז מ'קען האבן א פאון אבער מ'זאל נישט אריינברענגען אינדערהיים, אבער א צווייטע מאל זאגט דער ראש ישיבה, "פארוואס דארפסטו עס האבן? פאר ביזנעס?! אך און וויי פאר אזא ביזנעס!"; אמאל זאגט דער ראש ישיבה אז אויב מ'דארף עס פאר פרנסה איז אן אנדערע זאך, און ווידער מאכט דער ראש ישיבה חוזק פונעם סמארטפאון מיט די מעשה מיט די קו, אז ער שלעפט אריין דעם קו אין בית המדרש לצורך פרנסה.


למעשה האב איך אפגעמאכט מיט מיין ווייב אז מיר גייען פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון, און מיר וועלן פאלגן וואס דער ראש ישיבה וועט זאגן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט קיינמאל נישט געזאגט פאר א צווייטן וואס צו טון, דער רבי האט גערעדט אויף אן אופן עס זאל אלץ בלייבן די בחירה.


מען האט יענעם געווינקען ווי אזוי זיך צו פירן אבער נישט געזאגט קלאר; ווייל ווי קען מען זאגן פאר א צווייטן וואס צו טון? עס קען זיין אז מיט דעם וואס מען זאגט יענעם וואס צו טון, ווי אזוי זיך צו פירן - מיט דעם שניידט מען אים אפ פונעם אייבערשטן. צום ביישפיל, מען זאגט פאר'ן מענטש זיך צו פירן מיט אן עבודה וואס איז נישט שייך פאר אים, קען מען אים דורכדעם אינגאנצן מרחק זיין, דעריבער האט דער רבי שטענדיג געענטפערט אויף א וועג אז יענער זאל אליינס אויסקלויבן די גוטע וועג.


אזוי אויך, דער הייליגער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכותו יגן עלינו, ווען מען פלעגט אים פרעגן הנהגות, מען פלעגט אים פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן פלעגט ער אלץ זאגן: "ווי קען מען זאגט יענעם ווי אזוי זיך צו פירן? איין זאך קען מען, יענעם מחזק זיין ער זאל בעטן דעם אייבערשטן; ווען מען איז מחזק א צווייטן ער זאל רעדן צום אייבערשטן וועט ער שוין אליינס וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


אז דו ווילסט באמת וויסן וואס צו טון מיט'ן טעלעפאן זאלסטו יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג; העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, העלף מיר איך זאל בלייבן ערליך, איך מיט מיינע קינדער; העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט'ן טעלעפאן", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


מיט יעדע זאך זאלסטו אזוי טון; וואס דו ווייסט נישט און וואס דו מיינסט אז דו ווייסט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים בעטן: "הורינו ה' דרכך אהלך באמיתך, ווייז מיר דעם וועג אייבערשטער, ווייז מיר ווי אזוי זיך צו פירן; איך ווייס גארנישט, איין מינוט וויל איך דאס - א צווייטע מינוט וויל איך יענץ, העלף מיר אייבערשטער איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן", דורכדעם וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דאס וואס דו ווערסט צעמישט פון די שיעורים; איינמאל הערסטו מען זאל בכלל נישט האבן קיין טעלעפאן, א צווייטע מאל הערסטו 'אז דו האסט א טעלעפאן לייג א פילטער', א דריטע מאל הערסטו דער עיקר זאל מען נישט אהיים ברענגען וכו' וכו'; דאס איז ווייל מען דארף ארום דרייען מיט יעדן איינעם לויט זיין קאפ אז יענער זאל עס קענען נעמען, עס זאל ביי יענעם פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1073 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין ווייב מער אינטערעסירט אין מיר?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען ווי א פרוי האט געפרעגט א שאלה ווי אזוי זי קען מאכן איר מאן מער אינטערעסירט אין איר, דאס האט מיר געברענגט צו פרעגן מיין פארקערטע שאלה, ווי אזוי קען איך מאכן מיין ווייב מער אינטערעסירט אין מיר?


מיין ווייב איז ב"ה זייער פיין און וואויל, ס'קוקט אבער נישט אויס אז זי איז צופיל אינטערעסירט אין מיר. וואס זאל איך טון אז איך בין נישט אזא געלונגענער מענטש אזוי ווי זי האט געוואלט? זי דארף מיר בעיקר איך זאל מאכן קידוש און הבדלה, און איך זאל פאררעכטן די זאכן וואס צעברעכן זיך אין הויז. וואס קען איך טון אז זי זאל יא זיין אינטערעסירט אין מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס האט נישט צו טון צו מען איז געלונגען אדער נישט; א פרוי דארף איין זאך, א וואוילער מאן וואס רעדט שיין און פירט זיך מיט יראת שמים.


דעריבער בעט איך דיר זייער, פיר זיך מיט יראת שמים און זע צו לערנען אין שטוב; ווען די פרוי זעט איר מאן לערנט און דאווענט און פירט זיך מיט יראת שמים קוקט זי ארויף אויף אים, דער מאן ווערט חשוב אין אירע אויגן. אויך זאלסטו רעדן ווייך און שיין, וועט זי האבן א געפיל צו דיר.


אויך זאלסטו אכטונג געבן נישט נאך צו לויפן דיין ווייב צי סאך; אז מען לויפט נאך די ווייב, מען מוטשעט איר וכו' - דעמאלט הייבט זי אן זיך צו גרויסן אויפ'ן מאן. דער אייבערשטער האט געשטראפט חוה (בראשית ג, טז): "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ, וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", דו וועסט גליסטן נאך דיין מאן און דיין מאן וועט געוועלטיגן אויף דיר וכו', זאגט מוהרא"ש די צוויי זאכן גייען געקניפט און געבינדן, אויב עס איז "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ", די פרוי לויפט נאך דעם מאן, דעמאלט איז "וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", איז דער מאן דער וואס געוועלטיגט וכו' און די פרוי קוקט ארויף אויף אים זי שעצט אים, אבער ווען עס איז פארקערט, דער מאן לויפט נאך זיין ווייב ער מוטשעט איר וכו' - "וְאֶל אִשָׁה תְּשֻׁקָתְךָ", דעמאלט דריידט זיך אויס דער פסוק אויפ'ן מאן, עס ווערט "וְהִיא יִמְשָׁל בָּךְ", זי הייבט אן געוועלטיגן אויפ'ן מאן; ווי מער מען לויפט נאך די ווייב וכו' ווערט דער מאן זייער אראפגעקוקט אין די פרוי'ס אויגן.


עס איז שווער צו שרייבן מער בפרטיות אין דעם ענין מפני הצניעות, אבער דאס איז דער מציאות, ווי מער מען לויפט נאך די ווייב אלץ ווייניגער חשוב ווערט מען אין אירע אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עינינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1072 - מיינע עלטערן גייען זיך גט'ן, ווי אזוי בין איך זיך מחזק?
שלום בית, כיבוד אב ואם, משפחה, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן חתונה געהאט פאר נישט לאנג צוריק, ברוך ה' אז מיר האבן א זיס געשמאק לעבן, איך האב ברוך ה' היינט זוכה געווען מסיים צו זיין ששה סדרי משנה צום 32'סטע מאל, און איך בין זיך מחזק דא אינאיינעם מיט די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א.


מיינע עלטערן גייען זיך יעצט גט'ן, און איך דארף חיזוק פאר מיר און פאר מיין ווייב ווי אזוי דאס צו האנדלען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער ווייטאגליך ווען קינדער דארפן אריבערגיין די שרעקליכע פיין ווען טאטע מאמע גט'ן זיך השם ישמרינו; קיינער אין די וועלט קען נישט פארשטיין די צער און ווייטאג וואס קינדער גייען אריבער ווען די עלטערן גט'ן זיך. די עלטערן טראכטן נאר פון זיך; דער טאטע טוט וואס איז אים באקוועם און די מאמע טוט וואס איז איר באקוועם, קיינער פון זיי טראכט נישט פון די שרעקליכע פיין און ווייטאג וואס די קינדער גייען אריבער.


ביי דיר איז דאס אביסל גרינגער, דער אייבערשטער האט צוגעגרייט דיין רפואה פאר די מכה, דו האסט חתונה געהאט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג ע"ב; שיר השירים רבה ד, יב) דער אייבערשטער ברענגט נישט די מכה פאר ער גרייט צו די היילונג דערצו; דאס אז דו האסט חתונה געהאט, דו לעבסט אזוי שיין, דו לעבסט אזוי זיס מיט דיין ווייב - דאס איז דיין רפואה אז דו זאלסט נישט צעפאלן ווען דיין עלטערנס שטוב צעפאלט.


שטארק זיך מיט דיין ווייב; איר זאלט לעבן א שיינע לעבן. איר וועט אינאיינעם אויפשטעלן א שיינע שטוב ווייל איר ווייסט דאך יא וואס קינדער גייען אריבער ווען זיי זעען מיט זייערע אויגן ווי מען פארברענט זייער בית המקדש, ווי מען צעברעכט זייער טייערסטע און הייליגסטע זאך אין די וועלט.


וואס יא? דו זאלסט רחמנות האבן אויף דיינע יונגערע געשוויסטער וואס זיי האבן נאך נישט זייער אייגענע שטוב, זיי ליגן נאך אנגעליינט אויף טאטע מאמע, פאר זיי איז יעצט גאר ביטער; ווי שווער עס איז פאר דיר אסאך שווערער איז פאר זיי, זאלסטו זיי עפענען דיין טיר, זיי זאלן וויסן אז זיי האבן א שטוב וואו זיי קענען קומען רעדן, שמועסן און באקומען אביסל ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עינינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1071 - זאל איך צוריק גיין לערנען מיט מיין חברותא בעיון?
לימוד התורה, חברים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין עטליכע יאר וואס איך האלט זיך פאר א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע און פון ראש ישיבה שליט"א, כאטש וואס איך האב קיינמאל נישט געזען מוהרא"ש, און אויך נישט דעם ראש ישיבה, הער איך האב די שיעורים וואס געבן מיר דעם ריכטיגן וועג אין לעבן, און איך בין זייער שטארק דאנקבאר אויף דעם.


אין מיינע יונגע יארן אין ישיבה האבן איך ב"ה ליב געהאט צו לערנען, און דער אייבערשטער האט מיר געשאנקען א גוטע קאפ צו פארשטיין לערנען, און איך האב געהאט ב"ה גוטע חברותות, און איך האב זייער מצליח געווען.


נאך מיין חתונה האבן איך ממשיך געווען צו לערנען מיט מיין חברותא אין כולל פאר עטליכע יאר, און מיט די צייט האבן מיר ביידע געדארפט גיין ארבעטן, אבער מיר האבן זיך נאכאלץ ווייטער קובע געווען יעדן טאג צו לערנען אינאיינעם איין און א האלב שעה, און מיר האבן ב"ה נישט פארברענגט די צייט, נאר באמת געלערנט פלייסיג גמרא רש"י תוספות, און אזוי האבן מיר גרינטליך דורכגעלערנט עטליכע מסכתות.


נאכ'ן אנהויבן הערן די שיעורים, האב איך זיך גאר שטארק געטוישט צום גוטן אין הנהגות הבית, אין חינוך פון די קינדער, און אין נאך אסאך זאכן. ביז מיט א האלב יאר צוריק בערך האט מיר אנגעהויבן כאפן אויך דער סדר דרך הלימוד. ווען מ'האט געהאלטן אינמיטן מסכת נדה און דער ראש ישיבה שליט"א האט דאן געזאגט אז מ'זאל נישט ווארטן אנצוהויבן מסכת ברכות, נאר שוין זיך מיטכאפן מיט א דף גמרא א טאג, האט דאס מיר זייער געכאפט, און איך האב טאקע אזוי געטון, און צו דעם האב איך אויך באקומען א שטארקע חיזוק צו לערנען יעדן טאג נאך פילע שיעורים כסדרן, ח"י פרקים משניות, דף בבלי, דף ירושלמי, שו"ע, נ"ך, חומש רש"י מיט'ן תרגום, זוהר, רמב"ם, תוספתא, מדרש רבה, ליקוטי מוהר"ן, און אזוי ציט זיך דאס שוין איבער 7 חדשים.


למעשה האב איך יעצט מער ווי 7 מאל ששה סדרי משנה, און די אנדערע שיעורים, אבער דאס איז געגאנגען אויפ'ן חשבון פון אונזער לאנג יעריגע חברותא'שאפט, איך האב געמוזט אויפגעבן דעם שיעור גמרא תוספות מיט מיין חבר, איך האב אים ערקלערט אז אפילו מיר האבן טאקע פלייסיג און גרינטליך געלערנט, זענען מיר אבער נאר אנגעקומען צו עטליכע מסכתות, און איך שפיר אז מיט'ן דרך הלימוד קען איך אנקומען פיל מער.


איך מוז אבער זאגן דעם אמת אז לעצטנס האט מיר אנגעהויבן שטארק צוריק צו ציען צו מיין אלטע שיעור, די געשמאק פון אפלערנען גרינטליך א בלאט גמרא מיט א חברותא איז בכלל נישט אוועקצומאכן, אבער פון די אנדערע זייט האב איך אויך גאר א שטארקע געשמאק אין לערנען און אנקומען אסאך מיט'ן סדר דרך הלימוד, און דערפאר בין איך זייער צעמישט ווי אזוי צו גיין ווייטער פון דא.


מיין חברותא בעט זיך זייער שטארק ביי מיר איך זאל צוריק קומען לערנען מיט אים, אבער איך זע אז איך האב נישט קיין צייט פאר ביידע זאכן, אדער בין איך ממשיך מיט מיינע שיעורים אויפ'ן דרך הלימוד, אדער גיי איך צוריק לערנען מיט אים אזוי ווי פריער.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן א קלארע תשובה וואס איך זאל טון, ווייל איך ווייס באמת נישט וואס איז די ריכטיגע וועג צו גיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביסט נישט גערעכט מיט דעם וואס דו האסט אפגעלאזט די חברותא'שאפט; אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א גוטער חבר וואס דו לערנסט שוין לאנגע יארן מיט אים בהתמדה - אזא חבר לאזט מען נישט אפ, זאלסטו ווייטער אנהאלטן דיין שיעור און לערנען פלייסיג די הייליגע תורה.


דאס איז נישט קיין סתירה מיט'ן דרך הלימוד; דער רבי זעלבער רבי וואס הייסט לערנען שנעל הייסט אויך לערנען בעיון. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", אויך דארף מען האבן א שיעור אין עיון יעדן טאג, אויסער די שיעורים וואס מען זאל לערנען שנעל אן זיך פארטיפן, דארף מען אויך האבן א שיעור אין עיון התורה.


די ערשטע זאך זאלסטו צוריק באנייען דיין שיעור מיט דיין חברותא ביתר שאת וביתר עוז; ביז יעצט האסטו געלערנט מיט אים א שעה אין א האלב זאלסטו מוסיף זיין נאך מער צו לערנען מיט אים פלייסיג די הייליגע תורה, און אין די זייטיגע צייט זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן בגירסא; מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה און אלע ספרים אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לָאָדָם, שֶׁיַּעֲבֹר וְיֵלֵךְ בְּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כֻּלָּם, כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", עס איז גוט פאר'ן מענטש דורך צו לערנען יעדע ספר וואס איז דא, כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים, שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְדִינוֹת וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט, זיי געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלץ נאר כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, "כְּמוֹ שֶׁדֶּרֶךְ הַשָּׂרִים לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר: 'הָיִיתִי בְּוַרְשָׁא' וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס "איך בין געווען אין ווארשא" און נאך, "כְּמוֹ כֵן רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְּהַיְנוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים כַּנַּ"ל", דאס זעלבע דארף א מענטש לערנען אלע ספרים אז ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט אז ער האט אלעס געלערנט, ער איז געווען איבעראל; "וּלֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶּׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויף יענע וועלט דערמאנט מען פאר'ן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט אויף די וועלט.


זאג נישט אז עס גייט נישט ביידע אינאיינעם, עס איז נישט אמת; עס איז דא גענוג און נאך צייט סיי פאר עיון און סיי פאר גירסא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1070 - זאל איך רעדן מיט מיין כלה?
שידוכים, חתונה, קדושה, התחדשות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר ענטפערן אויף מיין שאלה וואס צו טון אז דוקא נאכדעם וואס איך בין שוין א חתן געווארן, האב איך אנגעהויבן נאך מער פאלן.


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען זיך צו שטארקן און איך האב צעבראכן מיין אייפעד, נאך אסאך תפילות און בזכות דעם ווארעמען בריוו פונעם ראש ישיבה


איך וויל פרעגן אזא שאלה, איך זע אז יעדעס מאל נאכ'ן רעדן מיט מיין כלה, איז מיר פיל גרינגער, אפשר זאל איך רעדן מער מיט איר, ווייל זי וויל רעדן אבער מיינע עלטערן ווילן נישט איך זאל רעדן מיט איר.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט אוועק געווארפן דעם אייפאד; מיט דעם האסטו מקיים געווען א מצוה פון "וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ (דברים יז, ז)"; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בלייבן שטארק דיין גאנץ לעבן נישט צו קוקן קיין מאווי"ס - וועסטו האבן אלע ברכות.


אודאי זאלסטו רעדן מיט דיין כלה, אזוי וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס. עס זענען דא פלעצער וואו מען איז זייער מקפיד אז חתן-כלה זאלן נישט רעדן און זיך נישט טרעפן, אבער מוהרא"ש האט מדריך געווען חתנים און כלות זיי זאלן יא רעדן.


מאך די ריכטיגע הכנות פאר דיין חתונה; עס קומט א גרויסער טאג, דער יום החופה ווען מען איז מוחל די חתן און כלה אויף אלע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן ... וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל אלע זייערע עבירות, איינע פון זיי - א חתן וואס האט חתונה; מען הייבט אן א פרישע בלעטעל אין לעבן.


זאלסט זיך באנייען, נישט קוקן וואס איז געווען נאר שטענדיג אנהייבן פונדאסניי. דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1069 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון פחדים און חשדות?
שלום בית, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן ענטפערן מיין שאלה איבער מיין מאן וואס איז אויפגעוואקסן אלס יתום און איז פול מיט פחדים, ער איז מיר חושד כסדר מיט נארישקייטן. מיין מאן זאגט מיר אז ער וויל אליין ארויסגיין פון די פחדים, ער פארשטייט אז עס שטערט דאס לעבן, ער ווייסט אבער נישט ווי אזוי זיך צו העלפן. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א שרייבן פאר אים אן עצה און חיזוק אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אייער ווייב האט מיר געשריבן אז זי וויל דיר העלפן, זי וויל דיר אויפבויען און דיר העלפן ארויס גיין פון דיין אומזיכערקייט; זי האט מיר געשריבן איך זאל דיר שרייבן עצות פון רבי'ן ווי אזוי מען קען ארויסגיין פון די פחדים.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "דַע, שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲבֹר עַל גֶּשֶׁר צַר מְאֹד מְאֹד", די וועלט איז ווי א שמאלער בריק, מען דארף אריבער גיין זייער א שמאלער בריק, "וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר שֶׁלֹּא יִתְפַּחֵד כְּלָל", דער עיקר איז מען זאל נישט מורא האבן; מוהרא"ש זאגט, ווען מען גייט אויף א שמאלן בריק דארף מען האבן א צוים פון ביידע זייטן כדי מען זאל נישט אראפפאלן, דער רבי געבט אונז צוויי צוימען אין וואס מען זאל זיך אנכאפן אז מען זאל קענען דורך גיין די וועלט בשלום, דאס איז 'שמחה' און 'התבודדות', אז מען האט די צוויי צוימען קען מען אריבער גיין אפילו דעם שמאלסט'ן בריק אן קיין שום פחד.


דער ערשטער צוים איז שמחה; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט; ווען מען איז פרייליך דעמאלט איז דא א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", ווען א מענטש איז פרייליך קען ער צוקומען צו די גרעסטע מדריגות, ווען מען איז פרייליך גייט מען ארויס פון אלע צרות און פון אלעם שלעכטס, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", דורך שמחה גייט מען ארויס פון אלע פראבלעמען (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י).


דער יצר הרע וויל נאר אז א מענטש זאל ווערן מרה שחורה'דיג און אריין פאלן אין א טיפע דעפרעסיע, דאס איז זיין גאנצע ציל וואס ער וויל עררייכן ווען ער ווארפט אראפ א מענטש אין עבירות - אים אריין ווארפן אין א קטנות הדעת, אין עצבות ומרה שחורה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "עַצְבוּת הִיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׂוֹנֵא אוֹתָהּ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז ער אין די הענט פון די נישט גוטע, דער אייבערשטער האט פיינט ווען מען איז דעפרעסט; דעריבער דארף מען פאלגן דעם רבי'ן און זיך פרייליך מאכן מיט יעדע גוטע נקודה וואס מען האט.


דער צווייטער צוים איז התבודדות; דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג ווי אזוי מיר זאלן קענען נאנט ווערן צום אייבערשטן. אמאל האט מען געדארפט טון שווערע עבודות צו קענען זיין נאנט צום אייבערשטן, מען האט געדארפט פאסטן און זיך מסגף זיין וכו' וכו' ביז מען האט זוכה געווען זיך אויפצוהייבן אביסל פון די וועלט און ווערן נענטער צום אייבערשטן. ביז דער רבי איז געקומען און אונז געגעבן די גרינגע וועג פון התבודדות; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל"; א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די שפראך וואס ער איז באקוועם צו רעדן, כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטער חבר. אים אלעס דערציילן, אלע זאכן וואס מען טוט און אלע מעשים און מחשבות אין וואס דער יצר הרע ווארפט אים אראפ, דאס ברענגט דעם מענטש ער זאל ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן.


אז מען איז שטארק מיט די צוויי עבודות, מען פרובירט צו זיין פרייליך מיט יעדע מצוה וואס מען טוט; מען פריידט זיך מיט דעם וואס מיר זענען אידישע קינדער, מיר זענען נישט קיין גוים, מען פריידט זיך מיט'ן אייבערשטן און מען איז שטארק מיט די זאך פון התבודדות, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן מען דערציילט אים אלעס וואס גייט אריבער, דעמאלט איז מען זוכה אריבער צו גיין די וועלט - דעם שמאלן בריק'ל אן קיין פחדים און אן קיין שרעק. מען ווערט זיכער מיט זיך; מען פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, דעמאלט האט מען נישט קיין שום פחדים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א'): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון האט נישט קיין פחדים פון קיינעם; ווייל ער ווייסט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים און ער ליגט אין זיינע הענט, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קלא, ב): "כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ כַּגָּמֻל עָלַי נַפְשִׁי", איך בין ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע אן קיין שום דאגות און אן קיין שום פחדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1068 - איז אמת אז ווער ס'קומט נישט אויף אומאן גלויבט נישט אין באשעפער?
אומאן, שידוכים, תהלים, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען צוויי מיידלעך חבר'טעס פון ארץ ישראל, מיר זענען זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס דערנענטערן אונז צום אייבערשטן.


מיר האבן געוואלט פרעגן צוויי זאכן. איינס איבער א באקאנטע ליד מיט די ווערטער "ראש השנה שלי עולה על הכל, מי שמאמין בה' יתברך צריך לבוא", דאס מיינט אז ווער ס'גלויבט אין באשעפער דארף קומען ראש השנה אויף אומאן. מיינט דאס טאקע אז ווער ס'גייט נישט ראש השנה קיין אומאן, גלויבט ער נישט אין באשעפער? מיר ווילן וויסן אויב דאס איז טאקע ווערטער וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט.


אויך ווילן מיר וויסן, מיר האבן געהערט אז דער הייליגער רבי האט געזאגט אז אויס א חתן און כלה טרעפן זיך פון נאך די תנאים ביז די חתונה, ברענגט דאס א מבול. ווילן מיר וויסן אויב ס'איז טאקע אמת, ווייל מיר האבן געהערט אז מוהרא"ש האט געהאלטן אז חתן כלה מעגן יא רעדן, ווילן מיר וויסן וואס איז די ריכטיגע וועג.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די שיחות וואס מען זעט אינעם הייליגן ספר חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן זענען קראנט און וואר, אנדערע שיחות וואס מען זאגט נאך בשם דעם און יענעם איז א צווייטע געשיכטע.


בנוגע קומען קיין אומאן; דאס איז קלאר אז דער הייליגער רבי האט געהייסן קומען, אזוי ווי רבי נתן ברענגט. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָראֹשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלסדינג, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער זאל נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה. "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל ראֹשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", נאך האט דער רבי געזאגט: ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


די ווערטער פונעם ניגון איז אויסגעזויגן פון פינגער; אזוי איז אויך מיט די צווייטע שיחה.


דער עיקר זאלט איר זאגן אסאך תהילים און וואס איר דארפט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח): "אֲמִירַת תְּהִלִּים מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כְּאִלּוּ אֲמָרָם דָּוִד הַמֶּלֶךְ בְּעַצְמוֹ. כִּי הוּא אֲמָרָם בְּרוּחַ הַקֹּדֶשׁ, וְהָרוּחַ הַקֹּדֶשׁ מֻנָּח בְּתוֹךְ הַתֵּבוֹת, וּכְשֶׁאוֹמְרָם הוּא מְעוֹרֵר בְּרוּחַ פִּיו אֶת הָרוּחַ הַקֹּדֶשׁ, עַד שֶׁנֶּחֱשָׁב כְּאִלּוּ אֲמָרָם דָּוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם בְּעַצְמוֹ", דוד המלך האט געשריבן דעם ספר תהלים מיט אזא רוח הקודש אז יעדער מענטש וואס זאגט תהלים שפירט ווי דער קאפיטל מיינט אים.


ווען איר האט איבריג צייט זאלט איר נעמען דעם ספר תהלים און זאגן דעם "יום", און אריין פלעכטן אייערע אייגענע געבעטן, וועט איר זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1067 - מעג מען בעטן שבת אויף פרנסה?
שבת קודש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב מ'מעג רעדן צום אייבערשטן אום שבת קודש איבער געברויכן פון פרנסה?


יישר כח פאר אלעס, ובפרט פאר אייער באזוך אין לעיקוואד, וואס האט מיר ממש מחי' געווען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שבת איז א צייט וואס מען קען שפירן דעם אייבערשטן שטערקער ווי א גאנצע וואך; שבת קענען אפילו פשוט'ע מענטשן שפירן דעם אייבערשטן זייער שטארק. דעריבער איז שבת א צייט וואס מען קען בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך: פרנסה, געזונט, קינדער וכו' וכו'; מען מעג אפילו וויינען אום שבת ווען מען בעט דעם אייבערשטן.


די הייליגע חכמים זאגן (מדרש אגדה; הובא בבית יוסף אורח חיים סימן רפח): דער הייליגער תנא רבי עקיבא, ווען ער פלעגט דאווענען שבת פלעגט ער וויינען, עס איז אים געווען א פארגעניגן דאס וויינען צום אייבערשטן. ער פלעגט זאגן שיר השירים מיט הייסע טרערן, ער פלעגט שפירן ביים זאגן שיר השירים זייער א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן; פון דעם זעט מען אז אויב דאס איז אן עונג שבת מעג מען וויינען (טורי זהב סימן רפח, סעיף קטן ב).


זיי מכבד דעם שבת וועסטו האבן שפע פאר די גאנצע וואך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (שבת קיט.): ווען א מענטש איז מכבד דעם שבת ווערט ער געבענטשט מיט עשירות, אזוי ווי רבי חייא בר אבא האט דערציילט, אמאל בין איך געווען אין די שטאט לודקיא און איך בין דארט איינגעשטאנען ביי איינעם, האב איך געזען אז מען האט אים אריין געברענגט א גאלדענעם טיש, דער טיש איז געווען פון געמאכט פון אזויפיל גאלד אז זעכצן מענטשן האבן דאס געדארפט אויפהייבן; אינעם טיש זענען געווען זעכצן זילבערנע קייטלעך צוגעבינדן צו זיי טעלערס און גלעזער, אויפ'ן טיש זענען געווען אלע סארט געשמאקע עסן און טרינקען און שמעקעדיגע בשמים.


ווען מען האט אריין געברענגט דעם טיש האט מען געזינגען דעם קאפיטל (תהלים כד, א): "לַה' הָאָרֶץ וּמְלֹאָהּ וגו'", אלעס אויף די וועלט איז דעם אייבערשטנ'ס, נאכן עסן האבן זיי געזינגען דעם קאפיטל (תהלים קטו, טז): "הַשָּׁמַיִם שָׁמַיִם לַה' וְהָאָרֶץ נָתַן לִבְנֵי אָדָם", האב איך זיך זייער געוואונדערט - דערציילט רבי חייא בר אבא - "איך האב געפרעגט דעם מענטש, וואס פאר א גוטע זאך האסטו געטון אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא רייכטום?" האט ער מיר געזאגט: "איך בין א קצב (בוטשער) און ווען איך זע א שיינע בהמה לייג איך דאס אוועק פאר מיר פאר שבת", האט אים רבי חייא געזאגט: "אַשְׁרֶיךָ שֶׁזָּכִיתָ", וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו דעם, "וּבָרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁזִּכֵּךְ לְכָךְ", און געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט דיר מזכה געווען מיט דעם.


זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט א גאנצע וואך מיט'ן שבת, איז מען זוכה צו גרויס עשירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1066 - ווי אזוי קען מען צערייסן דעם הייליגן גליון?
חינוך הילדים, קדושה, ספרי ברסלב, התנגדות, גליון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט לעצטנס א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם "גליון היכל הקודש", האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר'ן גליון, און זייער בעטן אז מ'זאל ווייטער שרייבן אזוי ווי ביז יעצט, דאס איז מיין גליון, דאס האט געראטעוועט מיין לעבן.


טאקע יענער גליון [פרשת נח תשע"ט] וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט דערפון, וואו ס'איז געשטאנען דער בריוו איבער א קינד וואס דער שכן האט אים אנגערירט נישט בצניעות, האט געראטעוועט מיין משפחה.


ווען איך קום אין בית המדרש אום שבת האב איך קוים כח צו דאווענען, איך קען נישט קוקן קיין גליונות, אבער איין שבת נאכ'ן דאווענען האב איך געזען ווי מיין 9 יעריג אינגל איז זייער בלאס און דערשראקן, איך האב אים געפרעגט צי ער פילט נישט גוט, האט ער מיר געזאגט אז אלעס איז גוט, איך האב אבער געזען אז עפעס טויג נישט, האב איך אים גערופן פריוואט אין די זייט און אים געפרעגט וואס גייט פאר, ער האט גארנישט געענטפערט נאר ארויסגענומען פון טאש דעם גליון, עס איז געווען געקנייטשט צו דעם בריוו, און ער ווייזט מיר עס.


איך האב זיך פארטיפט אין דעם בריוו און ס'איז מיר שלעכט געווארן, אבער אין די זעלבע צייט איז מיר גוט געווארן, אז איך בין געוואויר געווארן וואס גייט פאר. ברוך ה' אז ס'איז נאך געווען אנהויב פון א מעשה, וואס וואלט זיך געקענט ציען לאנג און זיך ענדיגן געפערליך, ברוך ה' אז מ'האט עס געקענט מסדר זיין באצייטנס און געראטעוועט מיין זון.


זייט דעמאלט האב איך אנגעהויבן הערן די שיעורים, און מיין גאנצע שטוב האט זיך געטוישט. יעצט האב איך געהערט אויפ'ן שיעור אז ס'דא מענטשן וואס שרייען אויפ'ן גליון אז ס'איז ניבול פה, דעריבער וויל איך אייך בעטן ברחמים איר זאלט זיי לאזן ווייטער שרייען, אבער איר זאלט ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט צו ראטעווען אידישע קינדער פון טויט. ווי גערעכט זענט איר אז נאר א מנול וועט שרייען אויף דעם, ווייל ער האט מורא מ'וועט אים כאפן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט אויס דיינע קינדער זיי זאלן אכטונג געבן פון מנולים, זיי זאלן נישט לאזן קראנקע מענטשן טון מיט זיי עבירות. עס ליגט א פליכט אויף עלטערן מחנך צו זיין די קינדער זיי זאלן זיין הייליג; אז מען גרייט אן די קינדער זיי זאלן לעבן מיט יראת שמים האט מען שפעטער שיינע נחת, זיי וואקסן אויף ערליכע אידן.


ליידער בעוונותינו הרבים לעבן מיר אין א דור פון הפקרות, מען האט געגעבן פאר'ן יצר הרע אזעלכע כוחות הטומאה, ער שניידט שטיקער פון אידישע קינדער. מען נעמט אומשולדיגע קינדער און מען פארכאפט זיי אין עבירות. מען נעמט אוועק זייער פונדאמענט, זייער יסוד; זיי פאלן אין קדושה און זענען פוגם בברית, מיט דעם הרג'עט מען זייער עתיד.


קעגן די טומאה וואס איז דא האט דער אייבערשטער אונז געשיקט א צדיק, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו, ער איז לוחם מיט'ן סמ"ך מ"ם; ער איז מכניע די טומאה און ראטעוועט אונז פון פארכאפט ווערן ביי די קליפות.


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון קדושת הברית ווייל אז דער יסוד איז גוט, דער פונדאמענט איז שטארק - קען מען בויען שיינע בנינים, אבער אז דער יסוד איז צעבראכן קען מען נישט בויען, דעריבער האט זיך דער רבי פארלייגט צו פאררעכטן דעם יסוד כדי מיר זאלן קענען זיין ערליכע אידן.


קעגן דעם קומט דער יצר הרע און פארדעקט דעם הייליגן רבי'ן, ער מאכט חוזק פון רבי'ן מיט הוצאת שם רע, מען רעדט כל דבר אסור אויפ'ן רבי'ן און זיינע תלמידים. שוין איבער פופציג יאר וואס מוהרא"ש שרייבט, דרוקט און פארפלייצט ספרים און קונטרסים צו ווייזן פאר די גאנצע וועלט די וועג פון לעבן, אז מען קען תשובה טון און מען קען זיך צוריק קערן פון וואו מען איז אריין געפאלן, זענען געקומען מענטשן פונעם מלך האכזר (עיין סיפורי מעשיות, מעשה יג - פון די זיבן בעטלערס) און געמאכט געשפעט אויף די ספרים, אז מען דארף דאס צערייסן, מען דארף דאס פארברענען און מען טאר נישט אריין קוקן אין די ספרים. מען דארף שרייען "גיוואלד!" ווי מעג מען צערייסן די ספרים? ווי מעג מען צערייסן די קונטרסים וואס ראטעווען אידישע קינדער?!


ניתי ספר ונחזה, לאמיר אריין קוקן וואס שטייט אין די ספרים, וואס שטייט אין די קונטרסים? דאס איז דאך ריין יראת שמים, דאס איז דאך ריין קדושה; ווי מעג מען רעדן אויף די ספרים וואס זענען מגלה פאר אלעמען די אמונה?!


ווער צערייסט די גליונות? ווער צערייסט די ספרים? נאר א בעל עבירה, נאר איינער וואס ליגט אין ניאוף; אנדערש וואלט דאך יעדער טאטע געדארפט לערנען די קינדער זיי זאלן זיך היטן פון שלעכטס, די בריוו וואס מיר האבן פארשפרייט אינעם גליון וואלט מען געדארפט לערנען מיט אלע קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


דאס איז ניבול פה? דאס איז נישט איידל?! ניבול פה איז וואס טוט זיך ביי די טונקעלע שלש סעודות תורה'ס ווען מען פארלעשט די לעקטער, וואו זענען דעמאלט די קינדער? וואס טוען זיי?! אפשר איז ער יעצט ביי א מנול אין שויס, אויף דעם דארף מען שרייען גיוואלד! אדער אין די לאנגע פרייטאג נאכמיטאגס און לאנגע שבתים - וואו זענען די קינדער ווען די עלטערן שלאפן? אפשר טוט ער יעצט נישט גוטע זאכן וואס ער וועט זיך נעבעך מוטשען זיין גאנצע לעבן? אויף דעם דארף מען שרייען גיוואלד! א גליון וואס ברענגט יראת שמים, וואס ברענגט אריין טהרה - דאס איז נישט איידל?!


אזוי גייט דעם רבינ'ס זאך, מען צערייסט די ספרים, מען פרובירט צו פארדעקן די ליכטיגקייט. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, און זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה"; מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון): "וואס איז זייער עצה, וואס זיי האבן זיך געטראפן? לאכן - מען לאכט פונעם רבי'ן, און מען שפעט אפ פון די ספרים". אבער עס וועט אים שוין גארנישט ניצן, מען זעט ווי דער רבי נעמט איין די וועלט, אלע זאגן היינט קלאר אז דער רבי איז דער וואס האלט אונז ביים לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א חלק אין ראטעווען אידישע קינדער, זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.

#1065 - מעג איך אוועקגעבן האלב פון מיין געלט צו דרוקן ספרים?
הפצה, צדקה, זיכוי הרבים, הדפסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן און מוהרא"ש אויף די גאנצע וועלט. יעדע בריוו ברענגט פשוט אריין אין מיר אמונה און בטחון אינעם אייבערשטן, און ס'געבט מיר חשק צו טון נאר דעם רצון ה'.


איך וויל פרעגן אויב איך מעג אוועקגעבן האלב פון מיינע פארדינסטן פאר הפצה און הדפסה, אדער פאר אנדערע צדקות. איך בין גרייט דאס צו טון, איך טראכט נאר אז אפשר וועל איך דארפן האבן דאס געלט אין א שפעטערדיגע צייט, און איך ווייס נישט אויב ס'וועט קומען א צייט וואס איך וועל זיין מער אנגעשטרענגט און איך וועל עס נישט קענען באווייזן.


מעג איך זיך אינגאנצן פארלאזן אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז מ'ווערט נישט ארעם פון געבן מעשר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארפלייצן אויף די וועלט.


מיר לעבן היינט אין א פינסטערע דור, עס קומען ארויס יעדן טאג און יעדע מינוט אזויפיל שמוץ; מיר האבן היינט דעם דור המבול מיט'ן דור הפלגה אינאיינעם. עס איז אזוי גרינג אנצוקומען צו זען אלע עקלדיגע אויסגעלאסענע שמוץ פון אלע פעלקער און מען קען אזוי גרינג אריין געכאפט ווערן מיט מינות ואפיקורסות, יונגע בחורים און מיידלעך פאלן אוועק פון אידישקייט; פון די שענסטע שטובער, פון די שענסטע קהילות - פאלן אוועק אזויפיל אידישע קינדער.


וואס איז די עצה, וואס קען מען טון ווען מען זעט ווי דער מבול פארפלייצט נאך און נאך? מיר קענען טון וואס דער הייליגער רבי נתן האט אונז צוואה געלאזט. רבי נתן איז נסתלק געווארן ערב שבת פרשת ויגש, עשרה בטבת שנת תר"ה לפרט קטן. אפאר שעה בעפאר ער איז נפטר געווארן האט ער געזאגט די ווערטער (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


דאס איז די עצה, מיר דארפן טון אלעס אויף די וועלט צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות. מיט'ן רבינ'ס עצות קען מען אלעמען צוריק ברענגען.


אין הימל איז זייער חשוב די וואס דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. דער הייליגער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


וואויל איז די וואס האבן א חלק אין דרוקן די ספרים וואס ברענגען צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1064 - פארוואס האב איך אנגעהויבן מער פאלן נאכ'ן טרעפן מיין שידוך?
קדושה, מאוויס, תפלות אויף אידיש, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' א חתן געווארן למזל טוב, אבער זייט איך בין א חתן געווארן פאל איך מער און מער, בפרט אין קוקן מאוויס. איך שפיר אז איך קען שוין נישט מער, איך בין זייער צעבראכן פון דעם אז איך פאל דוקא נאכדעם וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן אזא גרויסע מתנה, און אויך אז איך בין פוגע אין מיין כלה מיט דעם אז איך טו עבירות, עס קומט איר נישט אזא מאן א בעל עבירה ווי איך. וואס קען איך טון?


א גרויסן ישר כח פאר אלע שיעורים, עס ווארעמט אויף מיין הארץ.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט ערליכע אידישע דורות.


עס איז א שאד אז יעצט ווען דו ביסט שוין א חתן זאלסטו ווייטער קוקן מאווי"ס; ווען מען קוקט עקלדיגע מאווי"ס, מען היט זיך נישט די אויגן, פאלט מען אראפ אין די הארבע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דאס שטערט דעם מענטש פון קענען לעבן א פרייליכע לעבן, עס דערביטערט דעם מענטש ביז מען וויל שוין נישט לעבן.


זייער אסאך מענטשן ליידן היינטיגע טעג פון עצבות און מרה שחורה, מענטשן פייניגן זיך מיט שווערע מחשבות, דמיונות און פחדים; אלעס נעמט זיך פון נישט היטן די אויגן. ווען מען היט נישט די אויגן, מען קוקט אויף פרעמדע פרויען, מען קוקט אויסגעלאסענע עקלדיגע בילדער, קליפס און מאווי"ס - גייט די שכינה הקדושה אוועק פונעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן הייליג וועל איך אוועק גיין פון אייך"; ווען מען קוקט עקלדיגע בילדער, קליפס, מאווי"ס און ווידיאוס פון עבירות - גייט די שכינה הקדושה אוועק פונעם מענטש, דאס מאכט מען זאל זיך פייניגן מיט שווערע געפילן א גאנץ לעבן, מען האט שלעכטע מחשבות, מען האט דמיונות און פחדים, מען האט נישט קיין מנוחה; מען לויפט פון איין טעראפיסט צום צווייטן, מען זוכט אן עצה, א רפואה - אבער גארנישט העלפט נישט ווי לאנג מען איז מפקיר די אויגן.


מאך זיך א חשבון, 'וואס ווילסטו אין לעבן, ווילסט זיך מוטשען דיין גאנצע לעבן? אדער דו ווילסט זיין פרייליך און צופרידן?' דו אליין דארפסט מאכן דעם חשבון פאר דיר, אויב דו ווילסט שפירן א זיסקייט אין לעבן, דו ווילסט זיין א צופרידענער מענטש - זאלסטו פון היינט אפלאזן די מאווי"ס; ווארף אוועק דיינע כלים אויף וואס דו קוקסט די עקלדיגע אויסגעלאסענע בילדער און קליפ"ס, ווייל דאס גייט נישט אינאיינעם. די קליפס, די מאווי"ס ברענען אויס די מח מחשבה פונעם איד, עס פארטונקלט די אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לא): אמונה און ברית גייען צוזאמען, אזוי ווי עס שטייט (תהילים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, פארלירט ער די אמונה.


נעם דיר די עצה פון הייליגן רבי'ן, רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן זאלסט קענען זיין שטארק נישט צו קוקן קיין עבירות, בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד; העלף מיר איך זאל נישט קוקן קיין מאווי"ס, איך זאל נישט קוקן קיין שמוץ. איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין אזוי צוגעקלעבט צו קוקן מאווי"ס, איך קען זיך נישט ארויסזען פון דעם! איך ווייס דאס שעדליכקייט דערפון, איך ווייס אז עס איז נישט גוט, דאך איז מיר אזוי שווער; וויפיל איך מאך אפ אז איך גיי מער נישט קוקן - פאל איך אריין טיפער און טיפער.


הייליגער באשעפער העלף מיר, לייג אריין אין מיר א ריינקייט, לייג אריין אין מיר א הייליגקייט; לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים, געב מיר א נייע הארץ, וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי, באניי אין מיר א נייע ווילן, א נייע גייסט - איך זאל זיך עקלען פון קוקן מאווי"ס. עֲנֵנוּ ה' עֲנֵנוּ, העלף מיר אייבערשטער ענטפער מיר, נעם אן מיין געבעט. העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות דעם הייליגן רבי'ן רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו ובזכות אלע צדיקים, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגֹאֲלִי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן זויבערע אויגן און גיין צו דיין חתונה ריין און הייליג.

#1063 - ווי אזוי קען איך זיין רואיג אז איך וועל נישט פאלן נאך די חתונה?
שידוכים, התחזקות, חתונה, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, קדושה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פארברענטע "בית פיגא" תלמידה, און איך האב פרייליכע נייעס פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך האב היינט געענדיגט די פינף און פופציגסטע מאל ספר תהלים, דאס איז כמנין כלה.


איך האב אנגעהויבן תהלים ארום א האלב יאר צוריק, נאכ'ן הערן אומצאליגע דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וועגן תהלים, ווייל נאר נאכ'ן הערן אזויפיל שיעורים האב איך געכאפט אז תהלים איז געמאכט געווארן אויך פאר מיר; יישר כח ראש ישיבה פאר'ן מיר געבן מיין בעסטע פריינט - מיין תהלים.


איך האב זיך אויך געוואלט באדאנקען פאר'ן מיך מאכן א נייע מענטש; איך הער נישט אויף הערן פון מיינע עלטערן שיחיו וויפיל נחת זיי האבן פון מיר, וויפיל מער צניעות'דיג איך בין געווארן, ווי איך העלף אזוי שיין אין שטוב און איך רעד איידל צו זיי און צו מיינע געשוויסטער.


איך שפיר זיך ווי א געהעריגע "בית פיגא" תלמידה; איך זאג יעדן טאג דעם תיקון הכללי, איך האב א שיעור אין ספר עצתו אמונה, איך טו אסאך הפצה און איך בין אלעמאל פרייליך; יישר כח ראש ישיבה.


ווען איך בין מקורב איז מיין משפחה געווען פייער קעגן מיין התקרבות, אבער ווען זיי האבן געזען די "נייע מיידל" וואס איז "געבוירן געווארן", האט זיך אלעס געטוישט; מיין טאטע האט מיר געבעטן איך זאל אויך רעדן צו מיינע ברידער די דיבורים וואס איך הער ביים ראש ישיבה.


און טאקע צוליב די אלע גוטע אויבנדערמאנטע זאכן האב איך אבער יעצט א שווערע פלאנטער אין לעבן. בנוגע מיין רוחניות'דיגע זייט שפיר איך זיך יעצט ממש אויפ'ן שפיץ בארג; איך טאנץ פאר שמחה יעדע מינוט אז איך בין א איד, אז איך האב תהלים, צניעות, שבת און פשטות יהדות, אזוי ווי איך לערן ביים ראש ישיבה שליט"א.


און אזוי ווי יעדע געזונטע מיידל - וויל איך חתונה האבן, אבער ס'איז געקומען א חשוב'ע לערערין ביי די סקול וואו איך לערן, א באקאנטע חסיד'ישע הויך שולע, און זי האט גערעדט צו אונז זייער שרעקעדיגע זאכן וועגן חתונה האבן.


זי האט למשל געזאגט אז אין רוחניות, כדי צו זיין הונדערט פראצענט גוט נאך די חתונה, דארף מען יעצט זיין צוויי הונדערט פראצענט; זי האט אונז געזאגט אז מיר זאלן קוקן אויף יונגע ווייבלעך ווי גלייך נאך די חתונה פאלן זיי אראפ, יעדער איינער לויט איר פריערדיגע דרגה, און איך האב געזען אז ס'איז טאקע ריכטיג. מיידלעך וואס פלעגן גיין לאנג אנגעטון און גערעדט איידל וכו' זענען געווארן מער מאדערן נאך די חתונה.


איך בין זייער דערשראקן געווארן און איך ווייס נישט וואס צו טון; איך וויל חתונה האבן אבער סאך מער וויל איך בלייבן ערליך, צניעות'דיג און איידל, איך וויל נישט אפלאזן די תהלים.


איך בין שוין אין די יארן פון שידוכים און איך שפיר אז איך וויל נישט חתונה האבן, איך וויל נישט אראפפאלן.


מיין קשיא ווערט גרעסער ווען איך הער פון דעם ראש ישיבה שליט"א אז נאך די חתונה קען מען זיין ערליך, אפשר איז דאס נאר ביי בחורים? איך זע קלאר ביי יונגע ווייבלעך אז נאך די חתונה ווערן זיי ווייניגער פרום, דער ראש ישיבה האט א תירוץ פאר מיר?


איך האב נאך א קשיא אויף וואס די לערערין האט געזאגט, זי האט דערציילט אז זי רעדט מיט אירע תלמידות וואס האבן חתונה געהאט און זי האט שוין זייער אסאך געהערט פון זיי אז די אלע שלעכטע זאכן וואס מ'האט געקוקט אין לעבן קומען ארויף פאר די אויגן בשעת די חופה און מ'קען נישט דאווענען און זיך אויסבעטן. זי האט דערציילט שרעקעדיגע מעשיות פון מיידלעך וואס האבן זיך געלערנט נייען פון גוי'שע ביכער און די אלע נישט צניעות'דיגע בילדער וואס זיי האבן דארט געזען, זענען זיי געשטאנען פאר די אויגן אין די הייליגסטע מינוטן אין לעבן, בשעת די חופה.


ווען זי האט עס דערציילט אין קלאס האבן מיידלעך פשוט אנגעהויבן צו וויינען; ברוך ה' איך קוק נישט קיין מאוויס, אבער איך האב אויך זאכן אין מיין קאפ וואס איך וואלט אוועקגעגעבן אלעס אויף די וועלט עס אויסצומעקן, אבער יעצט שטייען מיר די אלע בילדער פאר די אויגן און לאכן פון מיר, אז זיי בלייבן דא כדי ארויס צו טאנצן ביי מיין חופה צייט.


איך שפיר ווי איך ווער צעדרייט פון די צוויי פראבלעמען, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זיין דער גוטער שליח מיר צו העלפן ווי שנעלער.


נאכאמאל, יישר כח פאר מיין לעבן.    

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך ווי איר שטארקט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות; איר זענט געווארן א נייע מענטש זייט איר הערט דעם רבינ'ס ווערטער. אייערע עלטערן פרייען זיך אז איר זענט אנגעקומען צו א גוטע פלאץ און זיי בעטן אייך איר זאלט אריין שלעפן די אנדערע געשוויסטער זיי זאלן אויך לעבן די שיינע לעבן.


יעצט אז איר האט געענדיגט די פינף און פופציגסטע מאל תהילים אזוי ווי עס באטרעפט דאס ווארט "כלה", זאל דער אייבערשטער העלפן איר זאלט טרעפן אייער שידוך שנעל און גיך, איר זאלט בקרוב ווערן א כלה.


אויף אייערע צוויי פראגעס וכו'; וואס די חשוב'ע רעבעצין ביי אייך אין סקול דערשרעקט די מיידלעך אז נאך די חתונה פאלט מען אין אידישקייט, דאס איז שקר וכזב, עס איז נישט אמת; אונזערע חכמים זאגן אנדערש פון די רעבעצין. די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סב:) נאך די חתונה דעמאלט קען מען זיין פרייליך, דעמאלט קען מען זיין אפגעהיטן פון שלעכטס; און דער הייליגער זוהר זאגט אן א שיעור מאל אז דער אייבערשטער רוט נישט ביים מענטש נאר ווען מען האט חתונה (זוהר הקדוש פרשת ויצא, קמט ע"ב; ויקרא, ז ע"ב; ויקרא נט ע"א; ועוד).


דאס וואס איר שרייבט אז איר זעט קלאר אז די רעבעצין איז גערעכט, איר זעט ווייבלעך פאלן אין אידישקייט נאך די חתונה; דאס איז נישט די חתונה וואס מאכט זיי פאלן, דאס איז ווייל ביז די חתונה איז זייער גאנצע אידישקייט געווען א שפיל, מען שפילט פאר די לערערינס, מען שפילט ווי א איד פאר די עלטערן און נאך די חתונה קומט ארויס דער אמת'ער מענטש; עס ווערט אנטפלעקט וואס מען וויל זיין. ביי אסאך מיידלעך איז צניעות א זאך וואס מען וויל נישט, מען עקלט זיך פון גיין אנגעטון שיין און איידל, מען טוט דאס געצווינגענערהייט, דעריבער גלייך ווען מען האט חתונה, מען האט שוין נישט די פחד פון סקול, די פחד אז מען וועט ארויס ווארפן וכדומה - דעמאלט טוט מען זיך אן ווי אזוי מען האט שוין געוואלט גיין אלע יארן, דאס מאכט אויסזען אז חתונה האבן מאכט פאלן אין אידישקייט.


זאגטס פאר די רעבעצין וואס רעדט די שטותים צו די מיידלעך אז אנשטאט זאגן די מיידלעך אז חתונה האבן איז א שרעקעדיגע זאך וכו', זאל מען זען וואס פאסירט מיט אלע תלמידות נאך די חתונה, ווי זיי ווארפן אראפ פון זיך די צניעות און מען זאל טראכטן וועגן ווי אזוי מען קען אריין ברענגען אין די מיידלעך אז זיי זאלן וועלן זיין איידל; עס ווייזט זיך אויס אז די גאנצע סקול איז איין שטיק בלאף, די גאנצע סקול מיט אלע רעבעצין'ס איז נישט וואר, עס איז נאר א מיטל ווי אזוי מען קען דערשרעקן די קינדער מיט דעם וואס מען סטראשעט זיי אז מען וועט זיי נישט צוריק נעמען, אדער מיט אנדערע סארט פחדים, אז מען וועט נישט קיין כלה ווערן וכדומה.


די זעלבע שטותים רעדט מען צו בחורים אין ישיבות, מען זאגט פאר די בחורים: "א הייסער בחור איז א ווארעמער אינגערמאן, א ווארעמער אינגערמאן איז א קאלטער בחור וכו' וכו'"; דאס איז פארקערט פון די תורה, די תורה זאגט (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִׂמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", איינער וואס האט נישט חתונה געהאט האט נישט די אלע גוטע זאכן; נאך די חתונה, דעמאלט קען מען זיין ערליך. דאס וואס מען זעט אז אינגעלייט רייסן זיך אויף נאך די חתונה, זיי טוען נארישקייטן וכו' - דאס איז א סימן אז אלעס פון די בחורישע יארן איז געווען נאר לפנים, נאר פון פחד המשגיח, פחד הראש ישיבה - נישט פון פחד ה'; אלע עבודות איז געווען צו דינען די מגידי שיעורים, דינען דעם ראש ישיבה וכו' וכו'.


אויף די צווייטע פראגע וכו' וואס די רעבעצין דערשרעקט אייך און אלע מיידלעך וויינען וכו' וכו'; א רחמנות אויף די מיידלעך, וואס דארף מען זיי דערשרעקן? וואס דארף מען זיי מאכן וויינען? דאס וועט נישט העלפן, עס וועט נישט העלפן זיי זאלן אויפהערן קוקן מאווי"ס.


בנוגע אייערע מחשבות וכו'; מען קען זיך נישט קריגן מיט מחשבות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): דאס איז די טבע פון שלעכטע מחשבות, ווי שטארק מען וויל דאס פארטרייבן אלס שטערקער קומען זיי צוריק, אנשטאט זיך קריגן מיט א מחשבה דארף מען טראכטן פונעם אייבערשטן, אריין נעמען אין זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז מלא כל הארץ כבודו, דורכדעם גייען די אלע מחשבות אוועק פון זיך אליינס. ווען מען חזר'ט אמונה ווערט ליכטיג, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מג, ב): "וְהִנֵּה כְּבוֹד אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל בָּא מִדֶּרֶךְ הַקָּדִים, וְקוֹלוֹ כְּקוֹל מַיִם רַבִּים", יחזקאל הנביא דערציילט ווי ער האט געזען כביכול דעם אייבערשטן קומען אין די עזרה, עס האט זיך געהערט א רעש ווי וואסער שטורעמט, "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ", און פלוצלינג איז ליכטיג געווארן די גאנצע וועלט; ווען מען לעבט מיט'ן אייבערשטן ווערט ליכטיג, אמונה מאכט ליכטיג.


אז עס קומט אריין א שלעכטע מחשבה דארף מען נישט מורא האבן, מען דארף נישט ווערן אויסער זיך; אפילו אז מען טראכט א שלעכטע מחשבה אונטער די חופה ווערט נאכנישט אויס וועלט, מען ווערט נישט אויס הייליג, מען זאגט שטילערהייט: "אייבערשטער, זיי מיר מוחל וואס איך האב געקוקט, אייבערשטער נעם ארויס די שלעכטע זאכן פון מיר"; און שוין, מער פון דעם דארף מען נישט טון, מען בלייבט ריין און הייליג.


ווען מיידלעך האבן ליב דעם אייבערשטן, ווען מיידלעך טוען זיך אן שיין, רייך און איידל ווייל זיי האבן דאס ליב - וועלן זיי נאך די חתונה נישט פאלן, זיי וועלן נאך די חתונה אנהייבן לעבן א זיסערע לעבן, זיי וועלן האבן זייער מאן מיט וועם צו לעבן, זיי וועלן זיין הייליג און ריין.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן עס זאל בטל ווערן אלע עלטערע קלאסן פון סקול וואס לאזן נישט די מיידלעך חתונה האבן; מען האלט זיי אויף נאך א יאר און נאך א יאר מיט הבל הבלים, כאילו דאס איז דער דרך התורה. וועלן מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1062 - מעג מען אונטערשניידן די פיאות וואס וואקסן לאנג?
התחזקות, מוסר, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו. איך האב געליינט דעם בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן שטרענג און שארף איבער דעם איסור פון שניידן אדער צופוצן די בארד, מיין פראגע איז וועגן שניידן די פיאות אויב ס'וואקסט צו לאנג. איך ווייס אז ס'איז דא וועלכע רירן נישט צו די פיאות און שניידן עס נישט אונטער אפילו ווען ס'וואקסט לאנג, און אנדערע פירן זיך יא צו שניידן, וויל איך וויסן וואס אונזער מנהג איבער ביי דעם.


אויך וויל איך וויסן אויב מ'מעג שניידן די שנויצן העכער די מויל.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די תשובה איז נישט געשריבן שטרענג און שארף, דאס איז געשריבן ווייך און הארציג, איין שטיק רחמנות; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט, ווען מען ברענגט אריין שכל אין מענטשן זיי זאלן וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט'ן אייבערשטן - דאס איז די גרעסטע רחמנות, נישט וואס זעט אויס ווי רחמנות מיינט רחמנות, רחמנות איז אז מען ברענגט צוריק דעם מענטש צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ז): "מִי שֶׁהוּא רַחֲמָן, הוּא יָכוֹל לִהְיוֹת מַנְהִיג", ווער קען זיין א מנהג ישראל? דער וואס האט רחמנות אויף אידישע קינדער, "כִּי עִקָּר הָרַחֲמָנוּת הוּא כְּשֶׁיִּשְֹרָאֵל עַם קָדוֹשׁ נוֹפְלִין, חַס וְשָׁלוֹם, בַּעֲווֹנוֹת, רַחֲמָנָא לִצְלָן, כִּי זֶהוּ הָרַחֲמָנוּת הַגָּדוֹל מִכָּל מִינֵי רַחֲמָנוּת", ווייל דער עיקר רחמנות איז ווען אידישע קינדער פאלן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן, דאס איז די גרעסטע רחמנות פון אלע רחמנות. און דער רבי איז מסביר: "וּבֶאֱמֶת, מֵהֵיכָן בָּאִים לַעֲווֹנוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווי אזוי קען מען ארויס נעמען אידישע קינדער פון עבירות? ווייל באמת פון ווי קומט בכלל צו א מענטש ער זאל זינדיגן חס ושלום? "הוּא רַק עַל יְדֵי שֶׁאֵין לוֹ דַּעַת", דאס איז נאר ווייל ער ווייסט נישט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵרָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר נאכדעם וואס עס גייט אריין אין אים א רוח שטות, ער מיינט אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס ער טוט, ער מיינט אז ער איז שוין סיי ווי פארפאלן וכו', "וְזֶהוּ הָרַחֲמָנוּת הַגָּדוֹל מִן הַכֹּל, שֶׁצְּרִיכִין לְרַחֵם עָלָיו לְהַכְנִיס בּוֹ דַּעַת", ממילא איז דאס די גרעסטע רחמנות, מען זאל אריין ברענגען אין אים דעת, ער זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט אים נאך אלץ ליב און ער קען נאך תשובה טון, אזוי ווי עס שטייט (תהלים מא, ב): "אַשְׁרֵי מַשְֹכִּיל אֶל דָּל", וואויל איז דעם וואס ברענגט אריין שכל אין אן ארעמאן, "כִּי 'אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת (נדרים מא.)' וּצְרִיכִין לְרַחֵם עָלָיו, לְהַכְנִיס בּוֹ דַּעַת", ווער איז אן ארעמאן? דער וואס האט נישט קיין שכל, אויף די מענטשן דארף מען רחמנות האבן און אריין ברענגען אין זיי שכל; דאס טוט א צדיק, ער ברענגט אריין אינעם מענטש שכל צו וויסן אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, ער איז אים משמח און מחזק ער זאל וויסן אז ער קען נאך אויך צוריק קומען צום אייבערשטן - אזא איינער קען זיין א מנהיג ישראל.


א רחמנות אויף בחורים און אינגעלייט וואס שניידן זיך אפ די בארד און פאות; עס רייסט דאס הארץ צו זען ווי מען רייסט אראפ פון זיך דעם צלם אלוקים, וואס דאס איז די ערשטע טריט אראפ צו ווארפן פון זיך דאס אידישקייט. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח, הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", די ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.


די פיאות דארף נישט זיין לענגער פונעם פנים; מען קען שניידן די פיאות עס זאל נישט זיין לאנגע שווענץ, אויך די שנויצן קען מען שניידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1061 - האט דער רבי געלאזט זיינע מענטשן זיין מלמדים?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאלג ברוך ה' דעם ראש ישיבה און איך לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, אזוי ווי דער ראש ישיבה האט מיר געשריבן אין א בריוו, איך האב געקויפט א חיי מוהר"ן און איך לערן א שטיקל כמעט יעדן טאג.


נעכטן בין איך אנגעקומען צו א שטיקל וואס איז מיר געווען א גרויסער וואונדער, רבי נתן שרייבט דארט אין אות תס"ה "אמר רצונו שכל אנשי שלומנו לא יהיה אחד מהם מלמד וכמה פעמים דבר מזה". איך ווייס דאך אז דער ראש ישיבה איז זייער שטארק מחזק מלמדים, און זייענדיג אליין א מלמד זאג איך בפה מלא אז דאס גאנצע חיזוק וואס איך באקום איז דאך נאר פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז אמת אז דער רבי האט נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט איינער פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפ'ן טאג און אויפ'ן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן. ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)"; אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא).


מיט דעם אלעם האט דער רבי געזאגט אז ער וויל זייער שטארק, אז אויב איז דא א מלמד אדער א שוחט זאל דאס זיין דוקא פון זיינע תלמידים. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט (הובא בבעל שם טוב על התורה פרשת יתרו, אות יט) אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער שטארק אויף שוחטים זיי זאלן זיין קלים ורקים און מכשיל זיין אידישע קינדער מיט נבילות וטריפות רחמנא לצלן; אויך פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם אויף די מלמדים זיי זאלן נישט זיין ערליך אזוי וועלן זיי פאר'סמ'ען אידישע קינדער מיט זייערע אפיקורסות; דעריבער האט דער רבי געזאגט: "אויב יא א שוחט, אויב יא א מלמד, זאל דאס שוין ענדערש זיין פון מיינער א מענטש וואס האט יראת שמים".


עס זענען דא זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען געווען מלמדים, ווי זיי האבן אריין געלייגט אין די קינדער אמונה פשוטה און יראת שמים; מוהרא"ש אליינס איז געווען יארן לאנג א מלמד. זאלסטו ווייטער אנהאלטן דיין מלמדות ביתר שאת וביתר עוז, לייג אריין אין די קינדער אמונה; רעד צו די קינדער פונעם אייבערשטן מיט א שטארקייט און א קלארקייט, לערן זיי אויס זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס די קינדער בעטן דיר, יעדע זאך וואס זיי ווילן - זאלסטו זיי אויסלערנען זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן; דאס וועט זיי באגלייטן פאר זייער גאנצע לעבן.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי ער געדענקט פון די זעקס יאר ווי זיין מלמד רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה, וועם מען האט גערופן בלשון חיבה "ר' יעקב מלמד", א ברסלב'ער חסיד - פלעגט אריין לייגן אין די קינדער אמונה. די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דעם קינד קושן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריין געברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קוש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף; דאס האט אים באגלייט לאנגע יארן.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט; קוק אויף די קינדער ווי זיי זענען דיינע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:):"כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; פשט דערפון איז, אז איינער וואס לערנט תורה מיט א צווייטנס קינד דארף טראכטן ביי זיך: 'דאס איז מיין קינד', נאר אזוי קען ער מצליח זיין מיט די תלמידים. עס זענען דא מלמדים רוצחים וואס פארשעמען די קינדער, זיי שלאגן, ציפן וכו' וכו'; זיי מיינען אז עס איז הפקר וועלט, אבער עס גייט אריבער אפאר יאר און נאכדעם באצאלט מען מיט די אייגענע קינדער בכפל כפליים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1060 - וואס טו איך אז מיין מאן געטרויעט מיר נישט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פחדים, זעלבס זיכערקייט, יתום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיינע שיעורים וואס איז מיר ממש מחיה. איך הער שוין די שיעורים כמעט א יאר, איך קען נישט גיין שלאפן אן הערן דעם פרישן שיעור, דאס געבט מיר ממש לעבן.


איך האב שוין חתונה געהאט 12 יאר ב"ה, מיט א שטוב מיט ליכטיגע קינדערלעך, און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן מיט א טייערער מאן וואס העלפט מיר גאר אסאך, טראץ וואס ער איז זייער פארנומען, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך פרוביר דאס מערסטע צו טון מיינע פליכטן אלס ווייב און מאמע, אבער כ'האב א שווערקייט אין אונזער לעבן וואס שטערט מיר זייער. מיין מאן איז געווארן א יתום אלס קינד און איז אריבער א שווער לעבן, און דאס האט אויסגעקלאפט אויף אים אז ער האט נישט קיין צוטרוי צו קיינעם, און ער ליידט פון אסאך פחדים, און דאס מאכט אונז אסאך מאל זייער שווער.


די פארגאנגענע וואך האב איך ווייטער געהאט אזא מעשה, ער קומט אהיים און באפאלט מיר מיט חשדות און זאכן וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט פאקטן, און ווען איך זאג אים אז איך האב נישט קיין אנונג פון וואס ער רעדט, ווערט ער באבלאזן און וויל אפילו נישט ענטפערן, ער זאגט אז ער גלויבט מיר ממילא נישט.


איך בין געווארן זייער צעבראכן פון דעם, דאס האט מיר ממש שוואך געמאכט, און ס'איז מיר זייער שווער אים מוחל צו זיין. אפילו שפעטער ווען מיר האבן זיך שוין אויסגעשמועסט און ער האט געכאפט אז ער האט נישט געטון ריכטיג, ווערט מיך נאכאלץ שלעכט ווען איך זע אים, ס'איז מיר זייער שווער ווען מיין נאנטסטער מענטש גלויבט מיר נישט, און ער האט אזעלכע דמיונות אויף מיר. אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי אייער ווייטאג; עס איז זייער א שווערע געפיל צו לעבן מיט'ן מאן ווען ער האט נישט קיין צוטרוי אין אייך וכו' וכו', וואס נאך דארף דען א פרוי? א פרוי דארף דאך נאר אז איר מאן זאל איר גלייבן און איר געטרויען און ווען א פרוי האט דאס נישט איז איר זייער שווער.


אבער אין אייער פאל איז דאס אביסל אנדערש. איר שרייבט דאך אליין ווי געטריי אייער מאן איז צו אייך, ווי שטארק ער העלפט אייך; ער האט נאר א פראבלעם אז ער ליידט פון פחדים פון ווען ער איז נעבעך געווארן א יתום. אין דעם פאל איז דאס אינגאנצן אנדערש, איר דארפט נישט זיין אנגעווייטאגט אויף אים. דא קומט ענדערש אריין דאס ווארט 'רחמנות', איר דארפט רחמנות האבן אויף אים און אים פארשטיין.


איך וויל אייך פרעגן, וואס טוט איר ווען אייער קינד זאגט אייך: "ביסט נישט א גוטע מאמע!" אדער אייער קינד זאגט אייך: "איך האב דיר נישט ליב!" ווערט איר אנגעווייטאגט אויפ'ן קינד אדער איר פארשטייט אז דאס קינד איז נאך א קינד און ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויסצוברענגען וכו'? אזוי זאלט איר קוקן אויף אייער מאן, ער איז טאקע שוין דערוואקסן און נישט קינדיש, אבער דאס וואס ער איז געווארען יונגערהייט א יתום לא עלינו האט אויסגעקלאפט אויף אים אין א פארעם פון אומזיכערקייט און עס פאסירט וואס פאסירט.


אנשטאט צו זיין אנגעווייטאגט אויף אים זאלט איר אים דן זיין לכף זכות, וועט דער אייבערשטער אייך דן זיין לכף זכות און איר וועט האבן נחת פון אייערע ליכטיגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1059 - ווי אזוי קען איך אויפקלערן מיינע חברים נישט צו זיין מחוצפים?
דרך ארץ, יונגע יארן, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זע אייביג ווי דער ראש ישיבה העלפט בחורים מיט אלע סארט פראבלעמען, אפשר וועט איר מיר אויך קענען העלפן.


איך בין א חסיד'ישער בחור, אין א חסידישע ישיבה, מיט גוטע חברים חשובע איידעלע בחורים. מיין פראבלעם איז אז זיי קענען אסאך מאל זיין חוצפה'דיג צום משגיח. דער משגיח איז א חשובער תלמוד חכם וואס העלפט יעדן פון אונז שטייגן, ער איז אפאר מאל אויך אביסל שטרענג און די בחורים מאכן חוזק פון אים אדער איגנארירן זיי אים. ער מאכט זיך נישט צוטון, אבער איך זע אז ס'שטערט אים עכט יא. אויך ווען ער שטעלט זיך אויף זאגן א דרשה, קענען זיי זיין חוצפה'דיג און ברומען. וויאזוי קען איך זיי מסביר זיין אז זייער אויפפירונג איז נישט גוט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי דו זאלסט מוסר'ן די בחורים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סה:): "כְּשֵׁם שֶׁמִּצְוָה עַל אָדָם לוֹמַר דָּבָר הֲנִשְׁמַע, כַּךְ מִצְוָה עַל אָדָם שֶּׁלֹא לוֹמַר דָּבָר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמַע", אויב מען ווייסט קלאר אז מען וועט זאגן פאר איינעם מוסר און יענער וועט דאס נישט אננעמען - זאל מען נישט מוסר'ן יענעם; זאג זיי נישט קיין מוסר, נישט נאר זיי וועלן נישט אננעמען וואס דו זאגסט, דו וועסט נאך ווערן א חוזק צווישן זיי.


דו פיר זיך אויף ווי עס דארף צו זיין און נוץ אויס דיינע יונגע יארן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די יונגע יארן איז ווי א קרוין פון שיינע רויזן; אז מען נוצט אוס די יונגע יארן ווי עס דארף צו זיין איז די גאנצע לעבן נאכדעם ווי א קרוין. נאך זאגן חז"ל (שם): "וַוי לַהּ לַחֲדָא דְּאָזְלָא וְלָא אָתְיָא", וויי פאר די שיינע יונגע יארן וואס גייען אוועק און קומען נישט צוריק; נוץ אויס די יונגע יארן אין ישיבה מיט תורה און תפילה.


געב אכטונג קיינמאל נישט וויי צו טון א צווייטן - נישט קיין חילוק א בחור, א משגיח אדער דער וואס רוימט די ישיבה. אז דו וועסט רחמנות אויף אנדערע וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1058 - וואס טוט מען ווען די ווייב געבט אויס אסאך געלט אן רשות?
שלום בית, אידיש געלט, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין שאלה איז ווי אזוי מען געבט מען זיך אן עצה מיט א ווייב וואס טוט ווילדע זאכן. ווי למשל אז זי מאכט יעצט איבער די גאנצע הויז אן פרעגן רשות פון מיר צי זי מעג עס טוען, אין די צייט וואס איך האב איר קלאר געזאגט אז יעצט איז נישט די צייט פאר דעם, ס'איז שווערע צייטן און איך מאך קוים פרנסה, איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן און אזוי ווייטער. און נאך מער אז כאטש וואס זי ארבעט און מאכט געלט, וויל זי אבער נאר נעמען די גאנצע געלט פון מיר.


איך האב שוין פרובירט צו רעדן מיט שיינעם, עס העלפט אבער נישט, די ארבעט גייט שוין אן אין פולן שוואונג אן מיין רשות.


ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טו אלעס אויף די וועלט אז דיין שטוב זאל בלייבן גאנץ.


פרוביר צו רעדן צו דיין ווייב שיינערהייט, רעד ווייכע ווערטער צו איר, געב איר צו פארשטיין ווי שווער עס איז דיר יעצט דיין מצב הפרנסה, זאג איר אז דו וועסט איר אלעס נאכגעבן ווען דו וועסט האבן געלט. און אז דו זעסט אז עס איז נישטא מיט וועם צו רעדן, זי איז פאר'עקשנ'ט, זי האט שוין אליינס גערופן די בעלי מלאכה און אנגעהויבן איבערבויען די הויז אן דיין רשות - זאלסטו זיך אנשטרענגען און טון אלע מיטלען אז דיין שטוב זאל נישט צעפאלן.


לאז זיך נישט פארפירן פון טעראפיסטן וואס זוכן צו מאכן געלט פון צרות ישראל און ביים סוף ווארפן זיי אראפ דעם מענטש אין א טיפן גרוב, זיי רעדן צו מען זאל זיך גט'ן; אך און וויי פאר די וואס פאלן אריין אין זייערע הענט, זיי האבן נישט קיין רחמנות אויף קיינעם. ווען זיי הערן אויס צרות ישראל איז דאס נישט מיט הארץ צו העלפן דעם מענטש, דאס איז זייער פרנסה, זיי צעטיילן שטובער; יעדער ליידט פון די טעראפיסטן און שלום בית מאכערס, סיי דאס פארפאלק און נאך מער די קינדער.


איך בעט דיר זייער, נעם אן מיינע ווערטער; איך שרייב דא אן קיין שום נגיעות, איך ווייס נישט ווער איר זענט און ווער אייער פרוי איז, איך וויל אייך פשוט ראטעווען פון אנקומען צו בלייבן אליין, איך וויל ראטעווען אייער שטוב, אייערע קינדער זאלן נישט ליידן זייער גאנצע לעבן.


די וועג פון די תורה איז אז דער מאן זאל טון אלעס אויף די וועלט אז זיין ווייב זאל זיין פרייליך און צופרידן. דער הייליגער צדיק רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", איך האב געזען ביי מיין הייליגע רבי דער אריז"ל, "שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", ווען עס איז געקומען צו קויפן קליידער פאר זיך אליינס, האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד", אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְּאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ", ער האט איר צופרידן געשטעלט אינגאנצן, וואס זי האט געוואלט האט ער איר געגעבן, "אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון.


דאס איז די וועג פון די תורה, דער מאן זאל טון אלעס אויף די וועלט אז זיין ווייב זאל זיין צופרידן; אפילו זי איז נישט גערעכט, זי געבט אויס געלט וואס איז נישט דא. עס איז אונזער ארבעט מיר זאלן האלטן די שטוב מיט אלע כוחות עס זאל נישט צעפאלן, דאס האט אונז מוהרא"ש געלערנט אלע יארן און דאס לערנט מען ווייטער אין היכל הקודש, נאכאמאל און נאכאמאל, מען זאל אכטונג געבן אויף די שטוב.


נאך א כלל האט מוהרא"ש אונז געלערנט און ווער עס לעבט מיט דעם כלל האט א גוט לעבן. מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "א פרוי איז שטענדיג גערעכט"; מוהרא"ש האט אונז געלערנט און אונז געווארנט מיר זאלן נישט גיין אין ויכוחים מיט די ווייב, נישטא קיין טענה'ען און נישטא קיין אויפווייזן, אפילו זי איז געפאלן אויפ'ן קאפ און געפאלן אויפ'ן נאז, זי זאגט בייטאג אז יעצט איז נאכט - זאל מען נישט טענה'ען מיט איר נאר איר געבן גערעכט: "יא יא, יעצט איז נאכט, לאמיר ארויסגיין מחדש זיין די לבנה", ביז זי וועט אליינס זאגן: "עס איז נישטא קיין לבנה, איז א סימן אז עס איז יא נאכט".


מוהרא"ש פלעגט דאס האלטן אין איין חזר'ן מיט אונז, ער פלעגט אלץ געבן די משל, אז עס איז נאכט אין די פרוי זאגט "יעצט איז טאג" - זאלסטו נישט טענה'ען מיט איר, געב איר גערעכט, זאג איר: "יא יא, יעצט איז טאג, לאמיר גיין אביסל אונטער די זון זיך אפבראטן וכו'", ביז זי אליינס וועט זאגן: "איך האב געמאכט א טעות, יעצט איז נאכט, עס איז נישטא קיין זון"; עס זעט אויס מאדנע, אבער דער וואס פירט זיך אזוי האט א לעבן.


וויסן זאלסטו אז די אלע חברים אדער משפחה מיטגלידער וואס העצן דיר אונטער: "גיי גט זיך", זיי רעדן דיר צו: "לאז איר אפ", "זי איז א שקלאפטע", "וויפיל איז די שיעור צו ליידן? וכו' וכו'", די אלע זענען גוט ווילאנג דו האסט זיך נישט גע'גט, איינמאל מען בלייבט אליין וועסטו נישט האבן וואו צו גיין, דו וועסט זיך וואלגערן פון איין שטוב צום צווייטן, דו וועסט ווערן דערביטערט השם ישמרינו.


דעריבער אז זי האט שוין אנגעהויבן איבער בויען דיין הויז אן רשות, זי פירט זיך נישט ריכטיג, די גאנצע געלט נעמט זי דיר אוועק - זאלסטו זען אז כאטשיג זאלסטו בלייבן מיט א שטוב, זאלן דיינע קינדער בלייבן מיט א שטוב.


איך האף אז דו וועסט אננעמען די ווערטער וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.