שאלה אין קורצן ענין
#3 - ווי אזוי פירט מען זיך אינעם טאג וואס מ'ווערט בר מצוה?
הדרכות, סיפורי צדיקים, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי ברוך ה' בר מצוה ווערן בקרוב, איך וויל וויסן וואס מ'האט זיך געפירט ביי אנשי שלומינו צו טון אין דעם הייליגן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן ג), ווען ער האט בר מצוה געהאט איז געקומען דער הייליגער צדיק רבי משה חיים אפרים פון סידילקוב זכותו יגן עלינו - בעל מחבר ספר דגל מחנה אפרים, ער איז געווען דעם רבינ'ס פעטער. ער האט געבענטשט דעם רבי'ן און אים געזאגט דעם פסוק (תהלים ב, ז): "אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", דאס גייט ארויף אויפ'ן טאג וואס מען ווערט בר מצוה.


אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת משפטים, דף צח.): "הַהוּא דְּזָכֵי לִתְלֵיסַר שְׁנִין וּלְהָלְאָה, אִקְרֵי 'בֵּן' לִכְּנֶסֶת יִשְׂרָאֵל", פון ווען מען ווערט דרייצן יאר ווערט מען אנגערופן א קינד פונעם אייבערשטן, "כַּד מָטָה דָּוִד לִתְלֵיסַר שְׁנִין, וְזָכָה בְּהַהוּא יוֹמָא דְּעָאל לְאַרְבֵּיסָר", ווען דוד המלך איז אלט געווארן דרייצן יאר האט ער געזאגט דעם פסוק "ה' אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה, אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", דער אייבערשטער זאגט מיר, מיין קינד היינט האב איך דיר געבוירן, "מַאי טַעְמָא", וואס איז דער טעם אז עס ווערט גערעכנט ווי מען ווערט געבוירן ביי די דרייצן יאר? "דְּהָא מִקַּדְמָת דְּנָא לָא הֲוָה לֵיהּ בְּרָא, וְלָא שָׁרָאת עָלֵיהּ נִשְׁמְתָא עִלָּאָה, דְּהָא בִּשְׁנֵי עָרְלָה הֲוָה", ווייל פאר די דרייצן יאר האט ער נישט געהאט קיין הייליגע נשמה, פאר די דרייצן יאר ווערט גערעכנט אזוי ווי ערלה, "וּבְגִין כָּךְ אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ, הַיּוֹם וַדַּאי יְלִדְתִּיךָ", דערפאר ווערט גערעכנט ווי מען ווערט דעמאלט געבוירן.


דער רבי האט שפעטער דערציילט אז די ווערטער וואס זיין גרויסער פעטער, דער הייליגער דגל מחנה אפרים זכותו יגן עלינו האט אים דעמאלט געזאגט איז ביי אים געווען אזוי טייער, ממש ווי איינער טרעפט א גרויסער אוצר; ער האט געהאט פון די ווערטער גרויס חיזוק, ער האט פארשטאנען אז עס איז א גוטע צייט אנצוהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן; אז דער אייבערשטער זאגט דעם בר מצוה בחור: "איך האב דיר היינט געבוירן, דו ביסט מיין קינד".


מוהרא"ש האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, סעיף קטן י) אז פאר זיין בר מצוה האט אים זיין מאמע עליה השלום גענומען צום הייליגן בעלזער רב זכותו יגן עלינו נעמען א ברכה, ער האט געבענטשט מוהרא"ש און אים אנגעזאגט דריי זאכן: א - ער זאל נישט רעדן מיט די תפילין; ב - ער זאל זיך נישט ארום דרייען ביים דאווענען; ג - ער זאל זייער אכטונג געבן אויף א גוף נקי (ער האט אים געזאגט בזה הלשון: "ווען מען רייניגט זיך דארף מען נוצן אסאך פאפיר"; ער האט איבער געזאגט אפאר מאל "אסאך פאפיר"), און ער האט אויסגעפירט: "אויב דו וועסט דאס מקיים זיין וועסטו אויסוואקסן א גדול בישראל".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן א גרויסער ערליכער איד, זאלסט זיין דבוק אין צדיקים דיין גאנץ לעבן.

#2 - זייט איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן שפיר איך א ירידה ברוחניות
צדיקים, התחזקות, בר מצוה, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווער שוין באלד בר מצוה, איך בין ברוך ה' געוואויר געווארן פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע גוטע עצות, און איך בין זיך זייער מחזק.


איך שפיר אבער א מאדנע זאך, זייט איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן שפיר איך א ירידה ברוחניות. דאס דאווענען איז נישט די זעלבע ווי פריער, דאס לערנען איז אויך נישט די זעלבע, און דאס איז מיר זייער מבלבל.


איך בין זיך מתבודד א שעה יעדן טאג, און איך פרוביר אויך צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, ווי אזוי קען איך זיך אבער דערהייבן ברוחניות?


יישר כח פאר אלע חיזוק און שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הבחור הבר מצוה ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי רעדט שוין פון דיין שאלה, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עט): "מַה שֶׁכְּשֶׁאָדָם מַתְחִיל לִכְנֹס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם וּלְהִתְקָרֵב לְצַדִּיק הָאֱמֶת בָּאִים עָלָיו הִרְהוּרִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", דאס וואס מען שפירט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק אמת, פונקט דעמאלט הייבן מען אן צו באקומען שלעכטע מחשבות און בלבולים, וואס איז פשט פון דעם? זאגט דער רבי: "זֶה כְּמוֹ לְמָשָׁל כְּלִי מַיִם שֶׁמִתְּחִלָּה נִרְאֶה כְּאִלּוּ הַמַּיִם צְלוּלִים וְכוּ'", דאס איז אזוי ווי וואסער, ווען מען נעמט א שיסל וואסער זעט דאס אויס ווי עס איז קלאר, ערשט שפעטער ווען מען לייגט דאס אויפ'ן פייער, מען קאכט דאס אויף, דעמאלט הייבן אן ארויף קומען שמוץ, ביז מען דארף ארויסשעפן די אלע שמוץ. "וּמִתְּחִלָּה נִדְמֶה כְּאִלּוּ הַמַּיִם צְלוּלִים לְגַמְרֵי וְכוּ'", אבער אין אנהייב האט מען גארנישט געזען קיין שמוץ, עס האט אויסגעזען אז דאס איז שיינע קלארע וואסער, פלוצלונג ווען מען שטעלט דאס וואסער אויפ'ן פייער הייבט אן ארויסקומען שמוץ, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ קֹדֶם שֶׁמַּתְחִיל הָאָדָם לִכְנֹס בַּעֲבוֹדַת ה' אֲזַי הַטּוֹב וְהָרָע מְעֹרָבִין בּוֹ וּמֵחֲמַת שֶׁהֵם מְעֹרָבִים מְאֹד אֵין נִרְאֶה הַפְּסֹלֶת וְהָרָע שֶׁבּוֹ כְּלָל, כִּי הֵם מְעֹרָבִים יַחַד לְגַמְרֵי הָרָע עִם הַטּוֹב", אזוי איז מיט'ן מענטש פאר ער ווערט מקורב צום צדיק, איידער ער הייבט אן דינען דעם אייבערשטן איז ביי אים אויסגעמישט דאס שלעכטס מיט דאס גוטס, אז מען זעט נישט ארויס דאס שלעכטס, ווייל עס איז אזוי שטארק אויסגעמישט, עס איז ממש איין זאך, "אַךְ אַחַר כָּךְ כְּשֶׁמַּתְחִיל לִכְנֹס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם וּמִתְקָרֵב לְצַדִּיק הָאֱמֶת אֲזַי מַתְחִיל לְהִזְדַּכֵּךְ וּלְהִתְבָּרֵר", ערשט ווען מען ווערט מקורב צום אמת'ן צדיק, מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דעמאלט הייבט זיך אן אפטיילן דאס שלעכטס פון דאס גוטס, "וַאֲזַי עוֹלָה הַפְּסֹלֶת וְהָרָע בְּכָל פַּעַם לְמַעְלָה כַּמָּשָׁל הַנִּזְכַּר לְעֵיל", עס קומט ארויס שלעכטס, מען הייבט אן האבן שלעכטע מחשבות וכו'. "וְצָרִיךְ שֶׁיַּעֲמֹד אֶחָד שֶׁיָּסִיר מִמֶּנּוּ חֶלְאָתוֹ וּפְסָלְתּוֹ בְּכָל פַּעַם וַאֲזַי יִשָּׁאֵר אַחַר כָּךְ זַךְ וְצָלוּל לְגַמְרֵי בֶּאֱמֶת כָּרָאוּי", מען דארף האלטן אין איין ארויסשעפן דאס שלעכטס פון זיך ביז מען ווערט א גרויסער צדיק.


קוק נישט אויף גארנישט, דו זיי ממשיך מיט דיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן; לערן דיינע שיעורם כסדרן אויפ'ן רבינ'ס וועג (שיחות הר"ן, סימן עו) און זיי זיך מתבודד; רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, בעט אים ער זאל דיר מקרב זיין צו אים. דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר - וועסטו זוכה זיין אז דאס גאנצע שלעכטס וועט ארויסגיין פון דיר, דו וועסט זיין אזוי ווי קלארע לויטערע וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - כ'קען נישט קויפן תפלין פאר מיין בר מצוה בחור, און איך דארף חיזוק אויף כיבוד אם
חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, בר מצוה, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי מ'פירט זיך אין ברסלב צו קויפן פאר'ן בר מצוה בחור צוויי פאר תפלין, סיי רש"י און סיי רבינו תם, וויל איך וויסן וואס צו טון אז איך האב נישט קיין געלט אפילו צו קויפן רש"י תפלין פאר מיין בחור, זאל איך גיין בארגן געלט אים צו קענען קויפן אויך רבינו תם?


אויך וויל איך פרעגן אן עצה וואס  צו טון וועגן מיין מאמע, זי איז זייער ברוגז אז איך בין געגאנגען אויף ברסלב און איבערגעלאזט מיין פריערדיגע חסידות, און סיי וועלכע זאך איך טו וואס שמעקט פון ברסלב, רעגט איר זייער אויף, למשל ווען איך האב געגעבן א נאמען פייגא נאכ'ן רבינ'ס מאמע, און אויך אז איך וויל קויפן צוויי פאר תפלין פאר מיין בר מצוה בחור.


איך הער אסאך אייערע שיעורים און איך בין זיך זייער מחזק מיט דעם, בפרט אין אמונה און בטחון אויף וואס איך דארף אסאך חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז עס זענען דא פוסקים (עיין בספר שלחן הטהור סימן לד, סעיף א) וואס האלטן אז אויב מען לייגט נישט קיין תפילין דרבינו תם גייט מען אריין אין כלל פון 'קרקפתא דלא מנח תפילין'; בפרט אז דו שרייבסט אז דו ביסט מקורב צום הייליגן רבי'ן און דער הייליגער רבי האט געזאגט אז גלייך ווען מען הייבט אן לייגן תפילין ביי די 'בר מצוה' זאל מען אנטון צוויי פאר תפילין - רש"י און רבינו תם, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו אין אלע דורות (עיין בספר פעולת הצדיק אות ס"ד). ממילא איז דאך בכלל נישט קיין שאלה צי דו זאלסט קויפן פאר דיין זון צוויי פאר תפילין.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין די ווערטער וואס רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין, הלכה ה' אות כח): "וְעַל כֵּן כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ' צָרִיךְ לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִיר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֶת אֲנָשָׁיו לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם", ווער עס וויל מקורב ווערן צום אייבערשטן זאל מקפיד זיין אנצוטון תפילין דרבינו תם אזוי ווי דער הייליגער רבי האט מזהיר געווען זיינע מענטשן, און קוק אריין אין זיינע הייליגע ווערטער וואס ער שרייבט ווייטער, מורא'דיגע ווערטער (אות כט): "וְעַל כֵּן עַכְשָׁיו בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא בְּסוֹף הַגָּלוּת צְרִיכִים לִזָּהֵר מְּאֹד לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִירוּ כָּל הַצַּדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁהָיוּ בְּיָמֵינוּ", אין די היינטיגע טעג וואס מען האלט שוין ממש ביי די גאולה, מיר גייען שוין אט אט ארויס פון גלות, דארף מען זייער אכטונג געבן אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי אלע אמת'ע צדיקים האבן אונז מזהיר געווען, "כִּי עַכְשָׁיו הִתְגַּבֵּר הַבַּעַל דָּבָר מְּאֹד מְּאֹד מַחֲמַת שֶׁרוֹאֶה שֶׁקָּרוֹב לָבֹא קִצּוֹ", ווייל דער יצר הרע איז זיך זייער מתגבר זעענדיג ווי זיין סוף קומט שוין, דערפאר דארפן מיר האבן ביידע פאר תפילן זיך צו קענען קריגן מיט אים; קוק נאך אינעווייניג די גאנצע אות וועסטו זען דאס גרויסקייט פון תפילין דרבינו תם.


בנוגע דיין מאמע וכו'; די גרעסטע כיבוד אב ואם וואס דו קענסט טון איז אז דו זאלסט גיין דאווענען דריי מאל א טאג שחרית מנחה מעריב מיט מנין; אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; אויך זאלסטו מכבד זיין דיין ווייב און אויפציען ערליכע קינדער - דאס איז כיבוד אב ואם.


דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


זיי א ביישפיל פון א ברסלב'ער חסיד; דו טראגסט אויף דיר א גרויסע אחריות, דו טראגסט אויף דיר דעם רבינ'ס נאמען און מענטשן קוקן אויף דיר ווי אזוי דו פירסט זיך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.