שאלה אין קורצן ענין
#30 - מעג א פרוי נעמען א שויער אין די ניין טעג?
הלכה, חיזוק פאר פרויען, בין המצרים, ניין טעג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מעג א פרוי נעמען א שויער אין די ניין טעג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ד תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די פוסקים זאגן אז פרויען מעגן זיך שויערן אין די ניין טעג, אבער מען דארף אכטונג געבן נישט זיך צו פארזוימען, מאכן א קורצע שנעלע שויער.


מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה פלעגט אזוי פסק'נען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - וואס טו איך אז עס איז מיר שווער צו היטן די הלכות פון א אידישע שטוב?
הלכה, רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, אידישע שטוב, עונשים, הדרכות, טהרת המשפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב נישט קיין כח צו היטן די הלכות פון א אידישע שטוב, עס איז מיר אזוי שווער, יעדן טאג וואס גייט אריבער ווערט מיר שווערער, אנהייב נאך די חתונה איז מיר בכלל נישט געווען אזוי שווער ווי יעצט, איך טראכט אז עפעס טו איך נישט גוט און וועגן דעם איז מיר אזוי שווער.


אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די הלכות האט דער אייבערשטער אונז געגעבן נישט אונז צו שטראפן, אונז אוועק נעמען געשמאקע צייט - נאר אונז גוט צו מאכן. אז מען היט די הלכות פון א אידישע שטוב - האט מען געזונטע קינדער, און חס ושלום אויב מען היט נישט די הלכות - איז זייער זייער ביטער; סיי מיט נישט געזונטע קינדער און סיי אז מען ווערט אליין קראנק רחמנא לצלן.


מוהרא"ש ברענגט אן א שיעור מאל פאר יונגע פארפעלקער די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (שבת יג.), אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארומלויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא, פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוויסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל - דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, און האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה", האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פינקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף די הלכות אין די שבעה נקיים; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


וואויל איז דעם וואס היט די הלכות, מען וועט זוכה זיין צו זיין געזונט און צו געזונטע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - מעג מען לערנען ליגנדיג?
הלכה, לימוד התורה, שלאפן, דף גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז א דאנק די חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א בין איך זוכה צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


מאכט זיך אסאך מאל אז איך האב גאר א פארנומענע טאג, און ביינאכט ווען איך גיי שוין שלאפן דערמאן איך זיך אז איך האב נאך היינט גארנישט געלערנט, איך בין אבער שוין זייער מיד און אויסגעמוטשעט, און איך האב נישט קיין כח צו זיצן אויפ'ן בענקל ביים טיש, און די איינציגסטע וועג פאר מיר צו לערנען איז צו לערנען ליגנדיג אויפ'ן בעט, אז נישט וועל איך בכלל נישט לערנען יענעם טאג.


איז דאס אויסגעהאלטן צו לערנען גמרא, משנה, הלכה, ליגנדיג אין בעט, אדער פאסט עס נישט צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט לערנען אזוי. קוק נאך אין שאלות ותשובות תורה לשמה (שאלה שסז), איינער פרעגט די זעלבע פראגע, אויב מען מעג לערנען די הייליגע תורה ליגנדיג, אויב עס איז דרך ארץ'דיג; ברענגט דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו אין די תשובה, א ראי' פון וואס די גמרא זאגט (זבחים ה.): "רָמֵי רֵישׁ לָקִישׁ עַל מְּעוֹהִי בֵּי מִדְרָשָׁא", ריש לקיש איז געליגן אויפן בויך אין בית המדרש און געפרעגט א שאלה אין לערנען, זאגט דער בן איש חי, וואס דארף די גמרא זאגן אז ריש לקיש איז געלעגן? נאר אונז צו לערנען אז אויב אמאל איז מען אויסגעמוטשעט - מעג מען לערנען ליגנדיג. ער זאגט אבער: "אַךְ לֹא יַתְמִיד בָּזֶה", מען זאל זיך נישט אזוי צוגעוואוינען צו טון, מען זאל לערנען מיט דרך ארץ; נאר אויב מען איז זייער אפגעמאטערט און אויסגעמוטשעט - קען מען לערנען אזוי.


לערן מיט מסירת נפש, אפילו ביסט מיד און אויסגעמאטערט; בפרט א בלאט גמרא בכל יום, דער בלאט גמרא זאל זיין ביי דיר אזוי שטארק און אזוי וויכטיג - אזוי ווי לייגן טלית און תפילין. מוהרא"ש ברענגט פון הגאון רבי שעפטיל זכר צדיק לברכה, זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו (הובא בסוף ספר יש נוחלין): "א בלאט גמרא דארף זיין אזוי שטארק ביים מענטש, אזוי ווי מען טוט אן תפילין".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#27 - מעג איך מאכן מיינע פיאות מיט א קעמל אום שבת נאך די מקוה?
שבת קודש, הלכה, מקוה, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי יעדעס מאל ווען איך גיי שבת אין מקוה מאך איך נאכדעם מיינע פיאות מיט א קעמל, ווייל איך קען נישט אנגיין אן דעם, האב איך געוואלט פרעגן, אויב עס איז בעסער אז איך זאל ענדערש נישט גיין שבת אין מקוה, אדער איז דא עפעס אן היתר צו מאכן די פיאות מיט א קעמל אום שבת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מען איז זוכה דורך מקוה. דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה" (שיחות הר"ן, סימן קמא), ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בכלליות, און בפרטיות אין פגם הברית - איז די ערשטע זאך 'מקוה'. נאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה - איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה - נעמט מען אוועק אלע דינים.


א קעמל איז מוקצה, עס איז חילול שבת; מען טאר נישט נוצן א קעמל שבת (שלחן ערוך אורח חיים סימן שג, סעיף כז).


שבת איז שיין פיאות וואס איז נישט געקעמט. גיי אין מקוה, און חס ושלום קעמען די פיאות, און אז מען זעט שיינע געקעמטע פיאות שבת קודש  - איז דאס נישט שיין, מען קען נישט קוקן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#26 - מעג מען מאכן א ברכה ווען מען דארף גיין אין מקוה?
הלכה, מקוה, חומרות, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער ווען מען דארף גיין אין מקוה פאר טבילת עזרא, איך ווייס אז מען טאר נישט זאגן קיין שום דבר שבקדושה פאר די מקוה, און איך בין זייער מקפיד אויף דעם, אבער עס מאכט זיך אמאל אז איך וויל קודם טרינקען א קאווע אדער מען דארף מען מאכן א ברכת אשר יצר, און איך ווייס נישט קלאר וואס מען דארף טון אין אזא צייט. איין מדריך האט מיר געזאגט אז מען טאר נישט מאכן א ברכה, מען זאל טאקע נישט טרינקען, א צווייטער האט מיר געזאגט אז איך זאל יוצא זיין די ברכה פון א צווייטן, דערנאך האט מיר דער ערשטער געזאגט אז דאס איז נאך ערגער, עס איז ענדערש צו טרינקען אן א ברכה ווי צו זאגן די ברכה אבער דאס טאר מען אויך נישט, און למעשה ווייס איך וואס צו טון, צומאל טרינק איך אן א ברכה און אמאל מאך איך יא א ברכה. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן א קלארע פסק וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו דארפסט עסן אדער טרינקען - זאלסטו אודאי מאכן א ברכה; חס וחלילה עסן און טרינקען אן א ברכה, און אז עס איז סוף זמן קריאת שמע - זאלסטו ליינען קריאת שמע און נישט מבטל זיין קריאת שמע בזמנו, אזוי ווי עס ווערט גע'פסקנ'ט אין שלחן ערוך אז היינטיגע טעג איז בטלה טבילת עזרא (אורח חיים, סימן פח).


מיר זענען טאקע זייער מקפיד אויף טבילת עזרא, אבער חס ושלום מבטל זיין ברכות און קריאת שמע וכדומה. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמז): "יֵּשׁ אֲנָשִׁים שֶׁבִּשְׁבִיל חֻמְרָא אַחַת מְבַטְּלִין הַרְבֵּה מְאֹד מֵעֲבוֹדַת ה' כִּמְעַט הַכֹּל", עס זענען דא מענטשן וואס וועגן איין חומרא זענען זיי מבטל פון עבודות השם, דאס טאר נישט זיין; מען דארף מקפיד זיין אויף גיין אין מקוה - אבער נישט חס ושלום מבטל זיין תורה ותפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - וואס איז דער תיקון פאר'ן פארגעסן צו לייגן רבינו תם'ס תפלין?
הלכה, פרנסה, דאווענען, תשובה, תפלין, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך פרוביר אייביג צו לייגן רבינו תם'ס תפילין גלייך נאך רש"י'ס תפלין, לעצטנס האט זיך אבער געמאכט עטליכע מאל וואס איך בין אויפגעשטאנען פונקט אין צייט נאר צו כאפן א מנין און דאווענען פאר'ן לויפן צו די ארבעט.


פאריגע וואך דאנערשטאג, בין איך ארויס געלאפן פון שול מיט'ן חשבון אז איך וועל לייגן רבינו תם שפעטער ביי מנחה, למעשה האב איך מיר דערמאנט ביינאכט אז איך האב פארגעסן צו לייגן רבינו תם'ס תפלין.


וואס קען איך טון פאר א תיקון? און וואס קען איך טון אז עס זאל מיר וויי טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ביי מיר איז א וואונדער אז מען הויבט אן לייגן ביי די בר מצוה תפילין של רש"י, פארוואס זאל מען נישט אויך לייגן תפילין דרבינו תם?" און אזוי פירט מען זיך ביי אנשי שלומינו, מען טוט אן גלייך ביידע פאר תפילין.


נעם זיך פאר אנצוטון ביידע פאר תפילין אינאיינעם, רש"י מיט רבינו תם, און אז דו דארפסט לויפן צו די ארבעט - זאלסטו אויך אנטון רבינו תם אינאיינעם, שטופ עס נישט אפ פאר שפעטער; דאס וועט זיין דיין תיקון.


אויך זאלסטו זיך פארנעמען צו לערנען מיט די תפילין א סעיף אין שולחן ערוך, מחבר און רמ"א; מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען הלכה מיט תפילין דרבינו תם. אויך שטייט פון אריז"ל, אז מען לערנט מיט תפילין דרבינו תם - שפירט מען נאכדעם זייער א גרויסע ליכטיגקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - מעג איך קויפן דאס יאר אן אתרוג פון ארץ ישראל?
הלכה, ארץ ישראל, סוכות, שמיטה, אתרוג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מעג איך קויפן אן אתרוג פון ארץ ישראל פון אוצר בית דין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר פארלאזן זיך נישט אויף קיין שום היתרים, מיר זענען זייער מקפיד אויף די מצוה פון שמיטה מיט אלע חומרות; נעם נאר פון יבול חוץ לארץ און היט אפ די הייליגע מצוה מיט אלע חומרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.) וועגן די עבירה פון נישט היטן שמיטה זענען מיר פארטריבן געווארן אין גלות.


וואויל איז דעם וואס איז מקיים די מצוה פון שמיטה בתמימות ופשיטות, אן קיין שום חכמות אן קיין שום דריידליך; ער היט די מצוה און פארלאזט זיך נישט אויף די נייע זאך פון היתר מכירה, אוצר בית דין - וועט ער זיין אפגעהיטן פון אלע צרות.


א גוט יום טוב.

#23 - ווען שערט מען אפ א קינד וואס ווערט דריי יאר אין בין המצרים?
הלכה, מנהגים, ראש ישיבה, אפשערן, בין המצרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, מיין זון ווערט דריי יאר אין די דריי וואכן, ווען שערט מען אים אפ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען מאכן פאות, אפשערן א קינד - אין די דריי וואכן. עס זענען דא וואס שטופן דאס אפ אויף נאך ט' באב, אדער מאכן פאות פאר די דריי וואכן, אבער מעיקר הדין קען מען מאכן אין די דריי וואכן; איך האב געמאכט פאות פאר מיין זון הערשל נרו יאיר אין די דריי וואכן, כ"ג תמוז.


פארגעס נישט פונעם עיקר, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו שטייסט דא, דו מאכט פאות פאר דיין זון, און בעט דעם אייבערשטן פאר אלע דיינע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - מעג איך אראפנעמען מיינע ווייסע האר?
הלכה, תהלים, לימוד התורה, עבודת השם, תכלית, עלטערע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין האר הויבט אן ווייס צו ווערן, און עס שטערט מיר און אויך פאר מיין ווייב, עס מאכט מיר שפירן אז איך ווער שוין אלט; מעג איך נוצן א זייף אדער א פארב וואס נעמט אראפ די ווייסע האר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א מאן טאר זיך נישט פארבן די ווייסע האר אויסצוזען יונגער.


די ווייסע האר וועט דיר דערמאנען אז נאך אביסל וועלן מיר אוועקגיין פון די וועלט, דארט איז נאר אינטערעסאנט די גוטע זאכן וואס מען האט אריינגעכאפט בזה העולם, דארט איז אינטערעסאנט פרקים משניות און קאפיטלעך תהילים. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "בָּעוֹלָם הַבָּא מֻנָּחִין כַּמָּה בְּנֵי אָדָם בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים בְּקוֹל מַר", אויבן אין הימל איז דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול: "תְּנוּ לָנוּ מַה לֶּאֱכֹל", געבט אונז עסן מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטיג, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים לָהֶם: 'הֲרֵי לָכֶם אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה אִכְלוּ וּשְׁתוּ'", מען ברענגט זיי עסן און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע טרינקען, "וְהֵם מְשִׁיבִים 'לֹא לֹא, אֵין אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה זֹאת, רַק אָנוּ צְרִיכִים אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה שֶׁל תּוֹרָה וַעֲבוֹדָה'", די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען, "וְכֵן מֻנָּחִים כַּמָּה בְּנֵי אָדָם עֲרֻמִּים בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים גַּם כֵּן מְאֹד", נאכדעם איז דא נשמות וואס שרייען: "תְּנוּ לָנוּ בַּמֶּה לְהִתְכַּסּוֹת", ברענגט אונז קליידער מיר דארפן זיך צודעקן, "וּבָאִין אֶצְלָם וְאוֹמְרִים: 'הֲרֵי לָכֶם מַלְבּוּשִׁים'", מען ברענגט זיי קליידער, מען זאגט זיי דא האט איר קליידער, "וְהֵם מְשִׁיבִים: 'לֹא, אֵין אֵלּוּ מַלְבּוּשִׁים נִצְרָכִים לָנוּ כְּלָל'", זאגן זיי ניין, ניין, נישט די סארט קליידער דארפן מיר: "רַק אָנוּ צְרִיכִים מִצְווֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים לְהִתְלַבֵּשׁ בָּהֶם", מיר דארפן קליידער פון מצוות און מעשים טובים. דער רבי האט אויסגעפירט: "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָּה פְּרָקִים מִשְׁנָיוֹת וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כָּךְ אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - מעגן גע'גט'ע עלטערן אונטערפירן א קינד אונטער די חופה?
חתונה, שמחות, הלכה, כיבוד אב ואם, שמחה, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וועגן אונטערפירן ביי א חופה. ברוך ה' אז איך בין א כלה געווארן, מיינע עלטערן זענען גע'גט, אבער איך וויל זייער שטארק אז מיין טאטע און מאמע זאלן מיך אינטערפירן די חופה.


איך וויל וויסן אויב ס'איז דא א ספעציעלע הלכה אויף דעם צי מען מעג אדער נישט, ווייל מיין טאטע האט מיר געזאגט אז מ'מעג נישט און פון די אנדערע זייט האט מיין מאמע געפרעגט א רב און ער האט געזאגט אז עס נישט דא קיין שום פראבלעם לויט די הלכה אפילו אויב מ'איז גע'גט, נאר עס איז דא אזעלכע וואס זענען מקפיד אויף דעם אז עס זאל יא זיין א פארפאלק וואס פירט אונטער.


מיין טאטע וויל אז מיין זיידע און באבע זאלן אונטערפירן, אבער איך וויל יא אז מיינע עלטערן זאלן אונטערפירן; וויל איך וויסן ווי אזוי איך דארף זיך פירן, וואס איז די הלכה?


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים וואס געבט אזויפיל חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בדרך כלל פירט מען זיך אז נאר א פארפאלק פירט אונטער; אין פאל וואס די עלטערן זענען גע'גט, נעמט מען די זיידע באבע זאלן אונטער פירן.


אויב איר ווילט דוקא אז אייערע עלטערן זאלן אונטער פירן - קען מען אונטער פירן אפילו מען איז גע'גט.


די שאלה איז נאר אויב אייערע עלטערן ווילן הערן וואס איך האב צו זאגן; דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט חס ושלום נישט מאכן קיין קריגעריי, לאזט זיך פירן פונעם אייבערשטן.


געדענקט פונעם עיקר, כאפט זיך נישט אן אינעם טפל; דאס טוט דער יצר הרע ביי יעדע שמחה. ער נעמט זייטיגע זאכן און מאכט דאס פאר אן עיקר ביז מען פארגעסט פונעם עיקר. דער עיקר איז איר האט חתונה, איר גייט אויפבויען א אידישע שטוב; זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים זיינע און אים בעטן אויף ווייטער, אויך זאלט איר זיך פירן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ צו אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים.

#20 - דער וועכנטליכער קונטרס "בית נצחי", מעג מען אריינטראגן אין בית הכבוד?
הלכה, בית נצחי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם "בית נצחי", דער וועכנטליכער קונטרס אין וואס איז אריינגעדרוקט די טעגליכע שיעורים פון בבלי, ירושלמי, און תוספתא, אויב מען דארף עס לייגן אין שמות נאכ'ן נוצן, און אויך אויב מען מעג אריינגיין מיט דעם אין בית הכבוד ווען מען האט עס אין טאש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף דאס לייגן אין גניזה ווייל דאס איז געדרוקט געווארן צו לערנען.


בנוגע אריינגיין אין בית הכסא; מען מעג אריינגיין אין בית הכסא ווען מען האלט אין טאש די קונטרס בית נצחי. דער משנה ברורה זאגט קלאר (אורח חיים סימן מג, סעיף קטן כה): "ושאר ספרים וכתבים שיש בהן שמות, אם הם בכיס שרי להכניסן", מען מעג אריינגיין אין בית הכסא מיט כתבי קודש ווען עס איז אין טאש, און אפילו לויט די שיטה וואס זענען מחמיר צו האבן צוויי כיסויים, קען מען מצרף זיין די שיטה וואס לערנט אז א דעקל פון א ספר איז אויך אזוי ווי א כיסוי, האסטו שוין צוויי כיסויים.


א פרייליכן שבת.


 

#19 - מיט די הדרכות פון הייליגן רבי'ן, האב איך שמירת עינים
שלום בית, הלכה, הפצה, מעביר סדרה, שמירת עינים, חומרות, הדרכות, חומש רש"י

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך גיי שרייען שבת אין שול "חזק, חזק, ונתחזק", ברוך השם איך האב געענדיגט חומש ספר שמות שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י. יישר כח פאר מיין שיינע זיסע לעבן, עס איז נישט דא גענוג ווערטער צו דאנקען די ראש ישיבה אויף די שיינע לעבן וואס איך האב מיט מיין ווייב, יעדעס מאל איך גיי אין גאס האב איך שמירת עינים, איך טראכט "באלד גיי איך אהיים צו מיין טייערע ווייב, נאר מיט איר וועל איך האב א גוט לעבן".


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז אלע אידן זאלן האבן די גוטע זאטע לעבן וואס איך האב, און אז איך זאל האבן א חלק אין עס אריינברענגען אין די וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבינ'ס עצות. פאר די עצה צו קענען מעביר סדרה זיין, פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט די גאנצע התקרבות צום רבי'ן; מיר זאלן יעדן טאג עפענען דעם חומש און לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, ביז סוף וואך האבן געענדיגט לערנען חומש רש"י, - פאר דעם אליינס איז שוין אלעס כדאי געווען.


ווער רעדט נאך פאר די הדרכה ווי אזוי צו לעבן אין שטוב; דער רבי לערנט אונז מיר זאלן זיך פירן מיט די תורה און נישט צולייגן חומרות וכו'. בפרט ווען עס קומט צו דברים שבינו לבינה וכו' דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו לעבן מיט חומרות, מען דארף וויסן אז ווען מען מעג וכו' - מען מעג אלעס, און ווען מען טאר נישט וכו' - טאר מען נישט.


מוהרא"ש פלעגט אונז דערציילן, אין ברסלב איז געווען זייער א גרויסער צדיק, הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן די הלכות צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צולייגן קיין שום פרישות; נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און אין די טעג וכו' - זאל מען היטן אלע הלכות.


די אלע וואס לערנען מיט חתנים און מיט כלות פאלשע לימודים פון פרישות וכו' - זיי זענען שולדיג אין דעם וואס אינגעלייט און ווייבלעך פאלן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן. דער דור איז איין שטיק הפקר, איין שטיק פריצות, די גאס איז אויסגעלאסן מיט די עקלדיגסטע אויסגעלאסנסטע עבירות רחמנא לצלן, מען דארף רחמי שמים נישט דורך צו פאלן מיט עבירות רחמנא לצלן; וואלט דער חתן באקומען הדרכה צו לעבן אן ערליכע לעבן וואלט ער געווען זאט, ער וואלט נישט געזוכט קיין עבירות, נאר צוליב די פאלשע לימודים - פאלן מענטשן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן.


גיי הפצה, פארשפרייט דעם רבינ'ס ספרים, די הייליגע קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, ארויסגענומען פון רבינ'ס ספרים אויף א גרינגע שפראך פאר'ן דור, זיי אפראטעווען זייער לעבן.


וואויל איז דער וואס פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - קען איך זיך פארלאזן אויף מיין הרגשה, צו וויסן וואס צו טון?
הלכה, תפילה והתבודדות, ספיקות, יחודים, מדריגות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן איבער דעם וואס אסאך מאל ווען איך האב ספיקות וואס צו טון, האב איך דעמאלט אן הרגשה אז דער אייבערשטער וויל איך זאל טון אזוי און אזוי, אויב מען קען זיך פארלאזן אויף דעם.


מוהרא"ש האט געגעבן א סימן אז ווען דער שם הוי"ה שיינט פאר די אויגן בקביעות, זענען די מחשבות פון דעם מענטש אמת'דיג פונעם אייבערשטן, וויל איך פרעגן לעת עתה אז איך בין נאך זייער ווייט פון דעם, ווי אזוי קען איך וויסן אויב איז עס טאקע רצון השם אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער ענטפער איז, מוהרא"ש זאגט אז דורך התבודדות ווייסט מען וואס מען האט צו טון. התבודדות איז, מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט.


התבודדות קלארט אויס דעם מענטש און ווייזט אים וואס ער האט צו טון. יעדעס מאל מען האט א ספק, מען ווייסט נישט 'יא' אדער 'ניין', 'גיין' אדער 'נישט גיין', 'טון' אדער 'נישט טון', - בעט מען דעם אייבערשטן, מען שמועסט זיך אויס, מען שמועסט אויס אלע פרטים און נאכדעם באקומט מען רמזים פון הימל ווי אזוי מען זאל זיך פירן.


פארשטייט זיך אז דאס דארף זיין געבינדן מיט'ן שלחן ערוך; דאס הייסט, נאר אויב עס איז מיט די הלכה. חס ושלום צו זאגן אז מען האט א רמז צו טון עבירות, חס וחלילה צו זאגן 'איך האב געמאכט התבודדות און עס איז מיר קלאר אז איך דארף טון זאכן קעגן די תורה'; מען רעדט נאר זאכן וואס זענען מותר צו טון, מען שמועסט זיך אויס, מען בעט דעם אייבערשטן, און מען באקומט תשובות וואס מען האט צו טון.


דאס איז אויך די וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו זען שטענדיג די שם הוי"ה ברוך הוא; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין און לויטער, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, ביז מען איז זוכה צו די מדריגה פון גרויסע צדיקים, צו זען שם השם פאר זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - זאל איך לאזן מיין טאכטער אנטון א שייטל נאך די חתונה?
הלכה, סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, כלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א יישר כח אויף די פילע חיזוק וואס מיר באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געוואלט פרעגן לגבי די נושא פון כיסוי הראש נאך די חתונה, איך האב פארשטאנען פון מיין טאכטער אז דער ראש ישיבה רעדט שארף אויף די נושא אז פרויען זאל זיך אפשערן די האר נאך די חתונה, און פון די צווייטע זייט וועגן א שייטל זאגט דער ראש ישיבה אז דער עיקר איז עס זאל נישט זיין צו לאנג.


מיין טאכטער איז א כלה, זי איז געווען מסופק ווי אזוי צו גיין נאך די חתונה, און ווען זי האט געהערט אז דער ראש ישיבה זאגט אז א שייטל איז אויך גוט, האט זי מחליט געווען צו גיין מיט א שייטל און א קליינע בענד אויף דעם. מיר זענען שוין געגאנגען אפמעסטן שייטלען, און זייענדיג דארט הער איך פון די שייטל מאכערן ווי אזוי זי דערציילט איבער די האר, פון וואו עס קומט; און איך טראכט צו זיך, מיין טאכטער האט א שאיפה זיך אפצושערן כדי צו לייגן אויף זיך די האר פון א גוי'טע?! און ווי אזוי קען זיין אז מיר דעקן צו די האר מיט האר? און די שייטל מאכערן ערקלערט נאך אז אסאך מאל זעט די שייטל אויס נאך שענער פון די אייגענע האר, מיט די אלע היינטיגע חידושים, איז וואס איז אינטערעסאנט די גאנצע זאך?


איך וועל זיך פרייען צו פארשטיין די נושא קלארער, קען זיין אז מיין טאכטער האט נישט גוט פארשטאנען דעם ראש ישיבה'ס מיינונג אין די נושא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער טאכטער וויל זיין ערליך, זי איז גרייט זיך אפצושערן איר האר נאך די חתונה.


בנוגע גיין מיט א שייטל; עס איז דא א גרויסע מחלוקת אין די פוסקים אויב א שייטל איז מותר אדער אסור, עס זענען דא וואס אסר'ן און עס זענען דא וואס זענען מתיר, יעדער זאל גיין לויט זיין מנהג, איך מיש זיך נישט אין דעם; אבער דאס איז זיכער, ווי אייידער צו גיין מיט די אייגענע האר איז ענדערש צו גיין מיט א שייטל. ווייל דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא', ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען - וועט האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


דערפאר האבן גרויסע צדיקים און גרויסע פוסקים מתיר געווען צו גיין מיט א שייטל אבי אידישע פרויען זאלן זיך אפשערן זייער האר, צו ווערן געראטעוועט פון די קללות רחמנא לצלן.


אויך איז באקאנט אז דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו האט זייער שטארק געוואלט מען זאל זיך אפשערן די האר און גיין מיט א טיכל, אבער ווען ער איז געווארן רב אין שטאט סאטמאר און ער האט געזען וואס טוט זיך דארט, אז פרויען בלייבן מיט די האר, זיי שעמען זיך וכו', האט ער מתיר געווען פאר פרויען זאלן גיין מיט א שייטל אבי זיי זאלן זיך אפשערן. ווען ער האט גערעדט די דרשות ביי זיך אין שול פאר זיינע תלמידים, דארט האט ער געבעטן מען זאל זיך אנטון א טיכל, אבער ווען ער איז געגאנגען געבן די דרשה ביי די שטאטישע שול - דארט האט ער געבעטן די פרויען זיי זאלן זיך אפשערן און זיך אנטון שייטלעך, אבי נישט צו גיין מיט די אייגענע האר.


זייט מחזק אייער טאכטער די כלה אז זי גייט טון אזא גרויסע זאך, זי גייט זיך אפשערן, און זארגט נישט אז זי גייט מיט א שייטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - מעג מען זאגן תהלים ביינאכט?
הלכה, תהלים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון די שיעורים און עס געבט מיר אסאך חיזוק.


איך וואלט זייער געוואלט וויסן אויב מען מעג זאגן תהלים ביינאכט, איך וויל זאגן תהלים אבער נישט אייביג האב איך צייט, איך קען נאר זאגן ביינאכט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פון פוסקים (אשל אברהם מהרב הקדוש מבוטשטאטש זכותו יגן עלינו, אורח חיים סימן רלח, סעיף ב) אז מען מעג זאגן תהלים ביינאכט, ווייל מען זאגט דאס דרך בקשה, איז דאס נישט אינעם כלל פון לערנען תורה שבכתב.


שטארקט זיך מיט זאגן תהלים. דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) אז זאגן תהלים ברענגט צו זייער גרויסע זאכן, עס ברענגט צו תשובה שלימה, עס ווייזט די וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן.


עס איז וויכטיג צו וויסן, ווען מען זאגט תהלים קען מען רעדן צום אייבערשטן, עס איז נישט קיין הפסק; באמת איז די גאנצע תהלים די התבודדות פון דוד המלך, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן סח), דוד המלך האט זיך נישט געקענט מתבודד זיין דורכ'ן טאג, ער איז געווען א קעניג, ער איז געווען ארומגענומען מיט זיינע באדינער און סאלדאטן; ער האט געהאט אזויפיל צרות, ווען האט ער זיך געקענט מתבודד זיין? זאגט דער רבי, ווען ער איז געגאנגען שלאפן, אין בעט האט ער גערעדט צום אייבערשטן, אונטערן דעק האט ער געוויינט צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ו, ז): "אַשְׂחֶה בְּכָל לַיְלָה מִטָּתִי", איך שמועס מיטן אייבערשטן ביינאכט אין מיין בעט, "בְּדִמְעָתִי", מיט מיינע טרערן, "עַרְשִׂי אַמְסֶה", ווערט מיין בעט נאס; איז גוט ווען מען זאגט תהלים אריינצופלעכטן אייגענע תפילות, בקשות און לויב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#15 - ווי אזוי פירט מען זיך ניטל נאכט ווען עס פאלט אויס שבת?
שבת קודש, הלכה, מנהגים, ניטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי פירט מען זיך ניטל נאכט ווען עס פאלט אויס שבת? וואס קען מען יא לערנען און וואס לערנט מען נישט? חיזוק בריוון פון עצתו אמונה קען מען לערנען? און וואס איז לגבי זמירות שבת און דברי תורה ביים שבת טיש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז מאכט מען נישט קיין עסק פון ניטל.


לערן און זיי זיך מחזק מיט די בריוון פון עצתו אמונה, זינג זמירות און דערצייל שיינע זאכן ביים שבת טיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - מעג מען קוקן אויף א שוועגערין?
הלכה, צניעות, קדושה, מאוויס, הכרת הטוב, דרשות, סמארטפאון, בחור, תודה והודאה, עצתו אמונה, ראש ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט ווי אנצוהויבן מיין בריוו, איך האב אבער געשפירט אז איך מוז שרייבן.


איך לערן אין איינע פון די בעסטע חסידישע ישיבות, אין מיינע ערשטע יארן אין ישיבה בין איך געווען א גוטער בחור, איך האב אלץ געוואלט זיין גוט און איך האב זיך טאקע געפירט וואויל און ערליך, אבער דער יצר הרע האט נישט מוותר געווען אויף מיר, און ליידער ווען איך בין אריין אין ישיבה גדולה בין איך איינמאל אריינגעגאנגען צו עפעס א געשעפט פון א חסידישן איד, ער האט אויסגעזען ווי אן ערליכער איד, און איך בין אריין דארט אין זיין אפיס, און דארט אויף זיין קאמפיוטער האב איך געזען נישט איידעלע בילדער, און דער יצר הרע האט זיך אנגעצינדען אין מיר און איך האב עס שוין נישט געקענט פארלעשן.


איך האב אנגעהויבן זיצן ביי אים אין אפיס פאר לאנגע שעות, פארברענט מיין נשמה איינמאל און נאכאמאל, און איך בין געזינקען טיפער און טיפער אין שאול תחתית. טיף אין הארץ האט מיר וויי געטון פארוואס איך טו דאס, איך האב אבער נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך אפצורייסן דערפון. גלייכצייטיג אין די זעלבע צייט האב איך ווייטער געלערנט אין ישיבה, און פון אינדרויסן האב איך אויסגעזען ווי א געהעריגער ישיבה בחור מיט אלע מפורשים, אריינגערעכנט אלע השגות אין חסידות.


אין בין אנגעקומען צו אזא שלעכטער מצב אז איך האב שוין נישט געוואוסט וואס צו טון מיט זיך, צוביסלעך איז מיין מח געווארן מער און מער פארשטאפט, איך האב שוין נישט געקענט לערנען, טראץ מיין גוט קעפל. דער יצר הרע האט אבער פארמאכט מיינע אויגן, און ס'איז מיר נישט בייגעפאלן צו גיין זיך אויסרעדן צו איינעם דערוועגן, צו גיין בעטן הילף, אויסער דעם וואס איך האב זיך זייער געשעמט צו רעדן צו איינעם אין ישיבה איבער מיין מצב, און פארשטייט זיך אז אויב וואלט איינער פון די משגיחים אין ישיבה געוואויר געווארן וואס איך טו, וואלט איך געפלויגן פון דארט אין די זעלבע סעקונדע.


אין מיין גרויסער דמיון האב איך נאך געהאלטן אז איך בין א גוטער בחור אין ישיבה, באהאלטענערהייט האב איך זיך געקויפט א קליינעם סמארטפאון, און פון דעם האב איך זיך שוין בכלל נישט געקענט אפרייסן, איך בין געזעסן באהאלטענערהייט פאר פילע לאנגע שעות, און געקוקט די ערגסטע סארט זאכן וואס איז נאר פארהאן אויף דער וועלט, אבער אין די זעלבע צייט האב איך זיכער געמאכט אז מ'זאל מיר זען כסדר אין ישיבה, אז קיינער זאל מיר נישט חושד זיין מיט עפעס שלעכטס.


פאר א לאנגע צייט בין איך געווען אזוי שטארק פארזינקען אין די נארישקייטן און עבירות, אז פון יענע פאר יאר געדענק איך אפילו נישט וואס ס'איז געווען דעמאלט, מועדים וזמנים, פארשידענע געשעענישן, איך געדענק  גארנישט. איך בין אנגעקומען צו א מצב אז איך האב נישט געדאווענט שחרית מנחה מעריב, איך האב נאר מקפיד געווען צו לייגן תפלין יעדן טאג און זאגן קריאת שמע, דאס איז מיר געליגן איינגעבאקן אין די בלוט פון מיין טאטע, אז עס איז נישטא אזא זאך ס'זאל אריבערגיין א טאג אן לייגן תפלין, נישט צו זיין א 'קרקפתא דלא מנח תפילין'.


איין טאג איז מיר אויסגעקומען צו הערן איבער'ן ראש ישיבה שליט"א, און כאטש וואס איך האב געהערט אסאך לשון הרע אויף ברסלב, האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף מיר, און איך האב באקומען א שעצונג אין הארץ פאר'ן ראש ישיבה, איך האב געהערט איבער די חיזוק יומי און די איבריגע פעולות, און איך האב דאס זייער געשעצט.


איך האב זיך אבער נאכנישט אויפגעוועקט דעמאלט פון מיין שלאף, איך בין ווייטער געליגן אין אלע ביטערע שלעכטע זאכן, כאטש וואס קיינער ארום מיר האט נישט חושד געווען אז עפעס גייט פאר מיט מיר, איך האב גוטע כשרונות ברוך ה', און איך האב גוט געוואוסט ווי אזוי ארומצודרייען מיט יעדן, איך האב א גוטן זכרון און איך האב געקענט אלע פארהערן און בחינות און אזוי ווייטער, כאטש וואס צוויי מינוט נאכדעם איז מיר אלעס ארויסגעפלויגן פון קאפ, איך האב אלעס פארגעסן.


איין נאכט, נאך אסאך שעות קוקן אלע סארט שלעכטע זאכן רחמנא ליצלן, איז מיר פלוצלינג ארויפגעטאנצן א "חיזוק יומי" פונעם ראש ישיבה שליט"א, דער קעפל האט זיך געליינט "נישטא קיין ברירה, מען מוז רעדן וועגן דעם", איך ווייס נישט וואס האט מיר דעמאלט באטראפן, אבער דער אייבערשטער מיט זיין גרויס רחמנות האט מיר געגעבן א מתנת חנם אז איך האב געדרוקט אויף דעם, און דאן האט זיך געעפנט מיין טיר צום גן עדן! איך האב געהערט דעם חיזוק יומי, איך האב זייער הנאה געהאט, און איך האב אנגעהויבן זוכן נאך פון די סארט "חיזוק יומי", איך האב געהערט נאך און נאך פאר לאנגע שעות, דאס איז געווען ווי אן אטאם באמבע פאר מיין מח, און אזוי האב איך געהערט און געהערט ביז ווען די באטערי איז אויסגעלאפן, איך האב אפילו נישט געכאפט אז די באטערי ווערט שוואכער.


איך האב פארמאכט דעם טעלעפאן, און איך בין געגאנגען אין שול זוכן א מנין מעריב. די מח האט זיך מיר געדרייט און איך בין נישט געווען ביי זיך, איך האב אנגעהויבן דאווענען מערב ווארט ביי ווארט, נאך גאר א לאנגע צייט וואס איך האב בכלל נישט געדאווענט, ס'איז מיר נישט געווען גרינג, פשוט ווייל איך בין שוין לאנג געווען אפגעוואוינט פון זאגן די ווערטער, איך האב אריינגעקוקט אין סידור נישט צו ווערן צעמישט.


נאך מעריב האב איך ארויסגענומען די סים קארטל פונעם טעלעפאן און עס צעבראכן, און דאן האט זיך אנגעהויבן א לאנגע תקופה פון קויפן סים קארטלעך און עס צעברעכן. איך בין ווייטער דורכגעפאלן אין קוקן שלעכטע זאכן, און גלייך נאכדעם האב איך געהערט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, ס'איז געווען ממש 'אור וחושך משתמשים בערבוביא', אויסגעמישט גוטס מיט שלעכטס אויף איינמאל.


צוביסלעך צוביסלעך האב איך אנגעהויבן רעדן צו אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר ארויסנעמען פון די טיפע בלאטע און טומאה אין וואס איך ליג, איך בין געגאנגען צו קברי צדיקים און אסאך געשריגן צום אייבערשטן ער זאל זיך שוין דערבארעמען אויף מיר.


איך קען שרייבן א גאנצער בוך פון אלעס וואס איז אויף מיר אריבערגעגאנגען, איך וויל אבער נישט מאריך זיין אזוי סאך. נאך א לאנגע תקופה האב איך צוריק אנגעהויבן דאווענען ווי א איד דריי מאל א טאג, איך האב אנגעהויבן צוריק לערנען תורה, נאך א לאנגע צייט וואס איך האב נישט געעפנט קיין אידיש ספר, איך האב אנגעהויבן מיט משניות און געגאנגען ווייטער צו גמרא, מעביר סדרה זיין, נ"ך, זוהר, און נאך פילע שיעורים, צוביסלעך האב איך געשפירט ווי מיין מח הויבט זיך אן ערוועקן, איך קען שוין אנהויבן פארשטיין א דבר שבקדושה, איך האב אנגעהויבן גיין אויפ'ן וועג צו זיין אן ערליכער איד. קיינער האט נישט מיטגעהאלטן מיין שווערע און לאנגע רייזע, די שווערע בערג און טאלן אויף וואס אין האב געקלעטערט פאר אזוי לאנג, אבער דער אייבערשטער ווייסט יא און זעט אלעס, און ער האט זיכער אלעס מיטגעהאלטן.


מיינע הענט ציטערן ביים שרייבן דעם בריוו, מיינע אויגן גיסן יעצט טרערן, איך וויש זיך די אויגן איינמאל און נאכאמאל, פשוט אז איך זאל קענען זען וואס איך שרייב. היינט קען איך דאנקען דעם אייבערשטן, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, איך האב געענדיגט צום ערשטן מאל גאנץ ששה סדרי משנה, שוין א לאנגע צייט וואס איך ריר נישט אן קיין סמארטפאון און איך קוק נישט קיין מאוויס, איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ליין די "עצתו אמונה" און איך בין זיך מחי' דערמיט.


איך האב קיינמאל נישט געגלויבט אז איך וועל קענען ארויסקריכן פון די שווערע טומאה, מיין הארץ קלאפט יעצט אזוי ווי איך וואלט געלאפן עטליכע מייל, איך בין איבערגעפילט מיט רוישיגע געפילן, איך ווייס נישט וואס צו טון מיט זיך, איך וויל ארויסגיין שרייען אין די גאסן, "טייערע ברידער, ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! מיר האבן א טאטע וואס האט אונז ליב! ס'איז קיינמאל צו שפעט! ס'איז קיינמאל עק וועלט! מ'קען אלץ תשובה טון!", איך קען ממש נישט אויפהערן וויינען פון התרגשות.


איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אלע גוטס וואס ער האט געטון מיט מיר מיין גאנץ לעבן, און ספעציעל פאר די געוואלדיגע ליכטיגקייט וואס ער האט מיר געשיקט אין פארעם פונעם ראש ישיבה שליט"א. איך ווייס נישט ווי אזוי קען זיך גענוג באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע וואס איך האב באקומען פון אים.


איך האב זיך גענומען די מיה צו שרייבן דעם בריוו פאר פיר סיבות; צום ערשט פשוט צו זאגן "א גרויסן יישר כח", איך ווייס נישט אויב ס'איז בכלל דא די ווערטער צו קענען אויסדרוקן די דאנקבארקייט וואס מיין הארץ וויל ארויסשרייען, יישר כח יישר כח יישר כח און נאכאמאל יישר כח.


צווייטנס, וויל איך דער ראש ישיבה שליט"א זאל וויסן ווי ווייט זיינע כוחות גייען, איך בין זיכער נישט דער ערשטער און אויך נישט דער לעצטער, אבער איך בין איין רינגעלע אין די לאנגע קייט פון אידישע קינדער וואס קומען צוריק צום אייבערשטן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א.


דריטנס, ווי ווייט מען דארף אנווארענען בחורים זיך נישט צו לאזן אריינכאפן אין נעץ, זיי זאלן נישט כאפן קיין התפעלות פון קיינעם, אפילו אויב יענער זעט אויס ווי אן ערליכער איד, אויב קען יענעם נישט טאר מען גיין מיט אים און זיכער נישט אריינגיין אין זיין אפיס. ליידער האט זיך מיין נפילה אזוי אנגעהויבן, און דאס האט פארברענט אסאך יארן פון מיין לעבן, און איך פרוביר נאך מיט אסאך תפלות און טרערן צו פאררעכטן די שאדן וואס דאס האט געמאכט אויף מיין נשמה. איך האב טאקע נישט באקומען קיין חינוך אויף דעם, אפשר ווען איך וואלט מער געהערט ווי ווייט מען דארף זיך אכטונג געבן פון פרעמדע מענטשן, וואלט איך נישט געווארן אריינגעשלעפט, אדער וואלט איך כאטש געגאנגען צו איינעם זיך דורכרעדן און פרעגן וואס צו טון.


די פערטע סיבה פארוואס איך שרייב דאס איז צו פרעגן וואס איך קען טון ארויסצואווייזן מיין הכרת הטוב, כאטש איין פינטעלע, אויף דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון מיט מיר? און וואס קען איך טון זיך אנצוהאלטן שטארק אין דעם הייליגן פלאץ און קיינמאל זיך נישט אוועקרירן פון דא?


אגב וויל איך פרעגן איך פרעגן אן הלכה שאלה, אויב מ'מעג קוקן אויף א שוועגערין, איינער האט מיר פארדרייט דעם קאפ אז מ'מעג, ס'איז אזוי ווי ביי א מאמע אדער שוועסטער.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר מיין לעבן ברוחניות ובגשמיות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערשט יעצט געהאט די מעגליכקייט צו עפענען דיין בריוו און דאס ליינען.


וואס זאל איך דיר זאגן, האסט מיר אזוי מחי' געווען; איי וועסטו פרעגן 'דער ראש ישיבה דארף חיזוק? דער ראש ישיבה איז דאך יעדן איינעם מחזק?!' אבער אסאך מאל בין איך אזוי מסופק אויב איך זאל ווייטער רעדן די דרשות אדער אפהערן רעדן, זאל איך ווייטער שרייבן בריוו אדער אפלאזן דאס שרייבן; יעצט ליין איך דיין בריוו בין איך זייער פרייליך אז דורך די שיעורים ביסטו ארויס פון שאול תחתית און געווארן אן ערליכער איד.


בנוגע קוקן אויף א שוועגערין וכו'; א שוועגערין איז נישט אזוי ווי א מאמע און א שוועסטער, מען דארף האבן שמירת עיניים ביי א שוועגערין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - מעג מען ארויסנעמען אום שבת פון א טאפ וואס ליגט אויפ'ן האטפלעיט?
שבת קודש, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס מ'טוט אום שבת קודש, אויב קיינער איז נישט אינדערהיים מיר צו העלפן האלטן דעם טאפ, אויב מעג איך ארויסנעמען זופ אדער טשאלנט גלייך פונעם טאפ וואס ליגט נאך אויף די האטפלעיט, צו געבן פאר די קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן שבת נישט צו קומען צו חילול שבת, מען דארף גוט קענען הלכות בישול פאר מען גייט צו צום טאפ שבת; איינער וואס קען נישט הלכות בישול טאר נישט אנרירן די טעפ, מען קען מיט איין ריר עובר זיין אויף קאכן אום שבת.


אויב די עסן איז נאכנישט געקאכט - דארף מען וויסן אז מען טאר נישט עפענען דעם דעקל פונעם טאפ, ווייל אויב מען עפנט די דעקל - טאר מען עס נישט צודעקן, עס איז א חיוב חטאת, דאס הייסט קאכן אין שבת. אויך דארף מען וויסן, אויב די עסן איז נישט אינגאנצן געקאכט און מען האט דאס אראפגענומען פון פלאם - טאר מען נישט צוריק לייגן דעם טאפ אויפ'ן פייער, אויך טאר מען נישט ארויסנעמען מיט א לעפל, ווייל ווען מען נעמט ארויס מיט'ן לעפל מישט מען די עסן, און מישן עסן - איז קאכן, דעריבער איז זייער וויכטיג צו קאכן די עסן גענוג פרי, אז ביים זמן שבת זאלן אלע הייסע עסן שוין זיין געקאכט.


ווען די עסן איז שוין אינגאנצן געקאכט, דעמאלט, אויב מען עפנט אויף די דעקל - מעג מען צוריק צודעקן דעם דעקל, אויך מעג מען צוריק לייגן דעם טאפ אויפ'ן פייער אויב עס איז דא א בלעך און מען האט נאכנישט אראפגעלייגט דעם טאפ פון די הענט.


בנוגע ארויסנעמען פון טאפ ווען די עסן איז שוין אינגאנצן געקאכט און עס ליגט נאך אויפ'ן בלעך; אויב איז דאס א טרוקענע עסן, צום ביישפיל קוגל - איז בכלל נישט קיין פראבלעם. אויב עס איז א נאסע עסן, אזוי ווי טשאלנט; לכתחילה דארף מען אונטערהייבן דעם טאפ, אבער אויב מען האט נישט ווער עס זאל העלפן, אדער די טאפ איז זייער א שווערע - קען מען ארויסנעמען פון טאפ, מען זאל אבער אכטונג געבן נישט צו נעמען פון אונטן, נאר נעמען פון אויבן און זיכער נישט מישן די עסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#12 - ווי אזוי קען איך זיין רואיג ביים פרעגן א שאלה פון א דיין?
הלכה, סיפורי צדיקים, ספיקות, שמחה, דאווענען, חומרות, ריינקייט, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א גרויסע פראבלעם ווען עס קומט צו פרעגן שאלות פון א דיין, איך האב אלץ ספיקות און פחדים אז אפשר האב איך נישט גוט מסביר געווען מיין שאלה פאר'ן דיין, אפשר האט ער נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב געפרעגט, אפשר האט ער נישט געזען אלעס וואס ער האט געדארפט זען, און אזוי ווייטער בין איך אלץ פול מיט ספיקות צי איך האב טאקע באקומען דעם ריכטיגן און אמת'ן פסק, זייער אסאך מאל רוף איך צוריק דעם דיין איבערפרעגן נאכאמאל, און אפילו דעמאלט לעב איך אין א כסדר'דיגע פחד אז אפשר האב איך נישט באקומען די ריכטיגע פסק הלכה, און אפשר וועט דאס חס ושלום שאטן פאר מיינע קינדער.


נאך א פראבלעם האב איך ביים דאווענען, איך בין אלץ נערוועז אז אפשר זענען מיינע קליידער געווארן אביסל נאס אדער שמוציג ביים ארויסגיין, און מען טאר נישט אזוי דאווענען.


ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די אלע ספיקות און בלבולים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן, עמל"ק באטרעפט דאס ווארט ספ"ק; די זאך פון עמלק איז אריינברענגען ספיקות און בלבולים, צעטומלען דעם מענטש, ביז ער ווארפט אים אריין אין א מרה שחורה השם ישמרינו. דער ס"מ קומט צו יעדן איינעם מיט אן אנדערע וועג ווי אזוי ער קען אים צעטומלען, מיט דעם ווארפט ער אראפ דעם מענטש.


אז מען פרעגט דעם דיין א שאלה און דער דיין ענטפערט - טאר מען נישט נאכדעם איבער טראכטן 'אפשר האב איך נישט גוט מסביר געווען די שאלה?' 'אפשר האט דער דיין נישט געזען די גאנצע שאלה?' אפשר אהער און אפשר אהין; די אלע ספיקות איז חזיר טריף, עס איז פון מרה שחורה, עס איז נישט פון קדושה.


אזוי אויך די חכמות פון נישט דאווענען, ווייל אפשר זענען די קליידער שמוציג וכו' וכו'; אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", די תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר מלאכים; די גמרא זאגט דאס אז מען מעג ליינען קריאת שמע וכו'.


הלואי זאלסטו אריינלייגן דיינע חומרות און פרומקייטן אין די מצוה פון שמחה. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה): "רָאוּי לְכָל אָדָם שֶׁיִּבְחַר לְעַצְמוֹ מִצְוָה אַחַת", עס איז גוט מען זאל זיך נעמען איין מצוה, "שֶׁבְּאוֹתָהּ הַמִּצְוָה יְדַקְדֵּק הַרְבֵּה וִיקַיֵּם אוֹתָהּ הַמִּצְוָה עִם כָּל הַחֻמְרוֹת וְהַדִּקְדּוּקִים", און מען זאל אריינלייגן אלע חומרות און דקדוקים אין די מצוה, אזוי ווי מען זעט אין די הייליגע גמרא, מען פרעגט די קינדער פון די הייליגע תנאים און אמוראים (שבת קיח:): "אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי", אין וואס פאר א זאך איז דיין טאטע געווען זייער געווארנט?


זאגט מוהרא"ש, וואס פאר א מצוה זאלן מיר נעמען פאר אונזער מצוה וואו מען וועט אריינלייגן אין דעם אלע חומרות און דקדוקים? שמחה! דער רבי האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; דארף מען זען דאס מקיים זיין מיט אלע חומרות, דאס הייסט אפילו מען האט נישט וויאזוי צו זיין פרייליך און פארוואס צו זיין פרייליך - דארף מען מחמיר זיין אין דעם.


לאז אפ דיינע חכמות, די חכמות הרג'עט דיר דיין לעבן, חכמות פירט דעם מענטש אין שאול תחתית. דער רבי האט געזאגט פאר רבי ראובן יוסל, א זון פון רבי ישראל שוחט, ווען ער האט געפירט א דין תורה און דער רבי האט געזען ווי ער זוכט אלע סארט חכמות: "דאס איז דיין טאטנ'ס חכמות, דיין טאטנ'ס חכמות טרייבן אים אין שאול תחתית", כידוע איז ער ארום געלאפן אין אלע שטעטלעך צו אלע רבנים מיט חומרות אויף חומרות; דער רבי האט אלץ חוזק געמאכט פון זיינע חומרות.


איך בעט דיר זייער, לאז אפ די אלע חכמות; אז דער דיין פסק'נט - איז גע'פסק'נט, נישטא קיין איבער טראכטן, נישטא קיין איבערקלערן. דער רבי איז געווען זייער שטארק קעגן חומרות (קוק נאך די שיחה; שיחות הר"ן, סימן רלה), אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", נאך זאגן זיי (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים, נאר פאר אונז מענטשן לויט די וועג ווי אזוי מיר קענען דאס מקיים זיין, אפילו אויף דעם וואס שטייט פון די פריערדיגע (עיין ספר חרדים, פרק סא) אז יעדער איד זאל נעמען א מצוה און אין די מצוה זאל ער מקפיד זיין און מחמיר זיין מיט אלע הידורים וכו', מיינט מען אויך נישט צו זאגן מען זאל אריינלייגן אין די מצוה חומרות פון שטות, שגעון און מרה שחורה, נאר מדקדק זיין אן קיין נארישע חומרות; הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות; עיין שם.


אפילו לגבי חומרות אום פסח האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, שם) אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוויסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוויסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#11 - מעג מען עסן שבת רויטע אייסעס צו מאכן רויט די ליפן?
שבת קודש, הלכה, חיזוק פאר מיידלעך, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך מחי' דא אין קעמפ, מיר האבן אזעלכע טייערע חשובע קאונסלערס וואס לערנען אונז אזעלכע גוטע זאכן פאר'ן לעבן, און עס איז אזוי געשמאק דא יעדן איינציגסטן טאג.


איך וויל וויסן אויב איך מעג עסן אום שבת א רויטע אייסעס, מיט'ן ציל אז עס זאל מאכן מיינע ליפן אויסזען שטארק רויט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט צופרידן אין קעמפ, איר זענט צופרידן פון די קאונסלערס, איר לערנט זיך שיינע זאכן פאר'ן לעבן.


בנוגע אייער פראגע, אויב מען מעג עסן שבת א רויטע אייסעס זיך צו מאכן רויט די ליפן עס זאל אויסקוקן אזוי ווי מעיקאפ; עס איז א קלארע הלכה (אורח חיים סימן שג, סעיף כה): "אָסוּר לָאִשָּׁה שֶׁתַּעֲבִיר בְּשַׁבָּת סְרָק עַל פָּנֶיהָ מִשּׁוּם צוֹבֵעַ, וּמִטַּעַם זֶה אֲסוּרָה לִכְּחוֹל בְּשַׁבָּת, וּמִטַּעַם זֶה אֲסוּרָה לָטוֹחַ עַל פָּנֶיהָ בָּצֵק וּכְשֶׁנָטְלָתוֹ מְאֵדִים הַבָּשָׂר", מען טאר זיך נישט שמירן די פנים שבת, שמירן די פנים איז פון די ל"ט מלאכות וואס איז אסור אום שבת; דעריבער, אויב מען עסט די אייסעס מיט'ן ציל זיך צו פארבן די ליפן - איז דאס א פראבלעם. אויב מען עסט א זאך וואס לאזט איבער א קאליר און מען האט נישט אינזין זיך צו פארבן - איז נישט קיין פראבלעם.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט דארפן די זאכן, איר זאלט האבן נאטורליכע חן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות חן, סימן ו): "כְּשֶׁתַּעֲבִיר עַל מִדּוֹתֶיךָ, תִּמְצָא חֵן", אז מען געבט נאך, מען זוכט נישט אויסצופירן, מען פארטראגט זיך מיט יעדן איינעם - דעמאלט האט מען חן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "וְיִשְׁמֹר אֶת פִּיו מִדִּבּוּר אָסוּר", אז מען רעדט נאר גוטע זאכן, מען רעדט נישט קיין ניבול פה, מען רעדט נישט שלעכטס אויף אנדערע - איז מען זוכה צו חן; דעמאלט דארף מען נישט שמירן די ליפן און די אויגן, מען האט חן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - מעג מען זיך בראטן אונטער די זון אום שבת?
שבת קודש, אחדות, הלכה, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, קעמפ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פיינע געשמאקע קעמפ בית פיגא, ס'איז אזוי געשמאק צו זיין דא זומער, אלע מיידלעך לעבן באחדות, מ'שפילט און מ'פארברענגט אינאיינעם, מ'טשעפעט זיך נישט און מ'קריגט זיך נישט ברוך ה'.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'מעג זיצן אום שבת אונטער די זון, זיך אפצובראטן פון די זון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר האט הנאה אין קעמפ; אלע מיידלעך לעבן באחדות, מען קריגט זיך נישט, מען טשעפעט זיך נישט, מען העלפט זיך איינער דעם צווייטן.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג שבת קודש זיצן אונטערן זון זיך אפצובראטן די פנים וכו'; עס ווענדט זיך פארוואס מען וויל זיין אונטערן זון, אויב מען האט אינזין צו באקומען אן אנדערע קאליר, מען וויל ווערן רויט, ברוין, שווארץ - איז אסור (עיין שאלות ותשובות מנחת יצחק חלק ה', סימן לב). אויב וויל מען זיין אונטערן זון, מען האט הנאה פון זיצן אונטער די זון - איז יא מותר, אבער מען דארף זייער אכטונג געבן נישט זיך צו שמירן, ווייל שבת טאר מען זיך נישט שמירן.


זעט אויסצוניצן די צייט שבת מיט זאגן תהילים; אויב דורכ'ן וואך איז מען נישט אנגעקומען צו זאגן תהילים - איז שבת א גוטע צייט צו ענדיגן תהילים. שבת נאכמיטאג זאלט איר אכטונג געבן אויף די קליינע געשוויסטער, אז אייערע עלטערן זאלן זיך קענען אביסל אפרוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - זאל איך דערמאנען מיין מאן פון פשוטע הלכות?
שלום בית, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' גוט חתונה געהאט, מיין מאן איז זייער א וואוילער, עס איז אבער דא זאכן אויף וואס איך דארף הילף.


מיין מאנ'ס משפחה פירט זיך אנדערש ווי מיין משפחה, ביי זיי איז דא איין זאך, מען קוקט נאר אויב מען איז א חאניאק, דאס איז ביי זיי די גאנצע אידישקייט. ווען עס קומט אבער צו וויכטיגע הלכות, צום ביישפיל הלכות שבת און הלכות ברכות, און אזוי ווייטער, איז מען נישט אזוי אויסגעקאכט דארט אין דעם.


מיין משפחה איז יא זייער שטארק מיט הלכות, און דאס ברענגט א פראבלעם ביי אונז. איך קען אסאך מער הלכות ווי מיין מאן, ווייל אזוי בין איך אויפגעוואקסן, און ווען איך זאג מיין מאן אן הלכה ווערט ער זייער דערשראקן און וויי געטון פון דעם, ער מיינט אז איך האב אים נאר ליב ווען ער איז פערפעקט.


די שרעק אין זיינע אויגן ווען ער מאכט א טעות ברענגט מיר צו וויינען אסאך מאל, איך זאג אים כסדר ווי חשוב און טייער ער איז ביי מיר, אפילו ער איז נישט פערפעקט, אבער איך זע נישט עס זאל העלפן.


טו איך ריכטיג ווען איך דערמאן אים פשוט'ע הלכות שבת אדער וועלכע ברכות מען מאכט אויף עסן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער וויכטיג איר זאלט זיין אפן מיט אייער מאן, דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין שלום בית, מען זאל זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן, זיך דורך רעדן, זאגן אלעס וואס מען שפירט פונעם צווייטן, דאס מאכט מען זאל לעבן בשלום.


פרעגט אייער מאן ווי אזוי איר זאלט טון ווען איר זעט אז ער פירט זיך נישט ווי די הלכה. פרעגט אים שיינערהייט אויב עס שטערט אים ווען איר זאגט אים אן הלכה, זאגט אים אז איר ווילט נישט זיין קיין פאליציאנט, געבט אים צו פארשטיין אז איר קוקט אים נישט אראפ ווען ער טוט נישט ווי אזוי מען דארף טון, איר פארשטייט אז מען האט נישט געלערנט ביי זיי אין שטוב קיין הלכות, ביי זיי איז געווען נאר איין זאך, ווי מער חאניאקיש - אלץ מער איז מען א איד; שמועסט אויס מיט אים די גאנצע זאך, אז מען שמועסט זיך דורך שיינערהייט ווערט שטערקער די גאנצע שלום בית.


דער אמת איז, עס ווענדט זיך ווי אזוי מען זאגט דאס; זאגן פאר די מאן ווען ער טוט אנדערש פון די הלכה איז נישט קיין פראבלעם, עס ווענדט זיך אבער ווי אזוי מען זאגט עס. ווען מען באמערקט א צווייטן אויף זיין אויפפירונג קען דאס צוגיין אין א וועג פון קריטיקירן, פון שאפן אויף יענעם, אונטעררייסן יענעם; צום ביישפיל: "וואס טוסטו?" "וואס מאכסטו?" "מען טאר נישט!" "שעם זיך!" און עס קען צוגיין אין א גוטע וועג, א וועג פון דערמאנען יענעם, לערנען יענעם, הייבן יענעם; צום ביישפיל, מען זאגט: "איך מיין די הלכה איז אזוי", "איך האב געלערנט אז מען מאכט אזוי", "שבת מאכט מען נישט אזוי", "עס איז א שאלה אויב מען מעג אזוי מאכן"; דאס איז גאר אנדערש ווי מען שאפט אויף יענעם.


אויב איר זאגט אים אין א וועג פון לערנען, אין א וועג פון זיך נישט גרויסן אויף אים - וועט ער זיכער וועלן איר זאלט אים ווייטער זאגן, אים לערנען די הלכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - ווי אזוי מאכט מען אז א שטארקע אמונה זאל נישט שטערן דאס לעבן?
הלכה, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין א לאנגע צייט וואס איך בין געוואויר געווארן פון די געוואלדיגע שיעורים, דאס האט מיר ממש געטוישט דאס לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, איך בין זיך מחי' מיט יעדע דרשה, בריוו, און מיט די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, עס העלפט מיר אזויפיל בגשמיות וברוחניות, ס'איז נישט מעגליך אלעס אויסצורעכענען.


לעצטנס האב איך זיך גאר שטארק אריינגעלייגט אין אמונה, מוהרא"ש שרייבט ממש אין יעדן בלאט פון יעדן ספר אז א איד דארף ארייננעמען אין זיך אז ס'איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, ער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין אין שום מציאות מבלעדיו יתברך כלל. איך האב זיך זייער שטארק אריינגעלייגט אין דעם, ביז איך שפיר ממש אז ס'איז גארנישט דא, איך בין נישטא, ס'איז נישטא קיין מענטשן, ס'איז נישטא קיין וועלט, ס'איז אלעס נאר דמיונות, באמת איז אלעס נאר דער אייבערשטער.


דאס האט מיר געברענגט נאך ווייטער, צו שפירן ממש למעלה מן הזמן, ס'איז נישטא קיין נעכטן, נישטא קיין מארגן, ס'איז בכלל נישטא אזא זאך ווי צייט וואס רוקט זיך, אלעס איז דאך נאר דער אייבערשטער, דאס וואס מיר שפירן אז ס'איז דא צייט איז נאר אין אונזער דמיון אז ס'איז דא טבע מקרה און מזל.


איך וויל באטאנען אז איך גיי ברוך ה' ווייטער אן אין לעבן ווי געהעריג, מיט מיין ווייב און קינדער, מיט מיין פרנסה, מיט מיין אידישקייט און ערליכקייט, און אזוי ווייטער. אבער אין מיין קאפ שפיר איך ווי איך לעב ממש אין א דמיון, אלעס איז דמיונות, באמת איז נישטא קיין מקום, נישטא קיין זמן, ס'איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן.


דער פראבלעם איז אבער אז לעצטנס האט מיר דאס אנגעהויבן זייער שטערן אין מח, איך שפיר ווי איך פלי און איך לעב אין א דמיון, ס'איז זייער שרעקעדיג צו טראכטן אז די גאנצע וועלט איז א בלויזע דמיון. דאס הויבט מיר אן ברענגען פחדים, אז אפשר וועט זיך דער דמיון אפשטעלן אין די סעקונדע און איך וועל ווערן אויס. איך בין צוגעוואוינט צו א 'נארמאלע' לעבן, אלעס זאל אנגיין ווי געהעריג, און אויב אלעס איז בלויז א דמיון איז מיר זייער שווער אנצוגיין אין לעבן.


איך הויב אן טראכטן אז אפשר איז ברסלב טאקע צו א הויכע זאך וואס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם, אפשר זענען די מחשבות צו הויך פאר מיר און איך קען עס נישט פארנעמען? פון די אנדערע זייט ווייס איך דאך אבער וויפיל מתנות איך האב באקומען פון ברסלב, ווי שטארק מיין לעבן האט זיך אזויפיל פארבעסערט ממש אויף יעדן ריר. אפשר דארף איך נאר אפלאזן די מחשבות פון די גאר שטארקע אמונה, אויב דאס שטערט מיר אזוי שטארק?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און אויסקלארן אין דעם ענין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ו' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי איז עס טאקע, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן; אלעס אלעס איז ער אליינס - עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך שמו. דאס וואס מיר זעען א שיינע וועלט, איינגעטיילט אין די פיר זאכן: דומם, צומח, חי און מדבר - דאס איז אלעס א לבוש, א פארשטעלאכץ פונעם אייבערשטן; מיט פליישיגע אויגן זעט אויס ווי עס איז דא א וועלט וכו' וכו' אבער דאס איז נאר א דמיון, אלעס איז נאר דער אייבערשטער אליינס.


דאס לערנען די הייליגע צדיקים שבכל דור ודור מיט זייערע תלמידים, מען זאלן וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ער איז אלעס און אלעס איז ער. אין אונזער דור האבן מיר זוכה געווען צו מוהרא"ש וואס האט אראפגעברענגט אזא ליכטיגקייט, אזא גילוי אלקות, אז אפילו מיר פשוט'ע מענטשן, אפילו מיר וואס מיר זענען אזוי פארגרעבט - זאלן אויך שפירן דעם אייבערשטן, מיר זאלן שפירן די זיסע טעם, די געשמאקע טעם - פון שפירן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך. און אין די זעלבע צייט דארפן מיר וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער וויל עס זאל אויסזען ווי עס איז דא א וועלט פון שטיינער, ביימער, חיות און מענטשן, און אונזער ארבעט איז מיר זאלן אויפזוכן דעם אייבערשטן אין יעדע פלאץ.


אויך דארפן מיר וויסן אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די הייליגע תורה און מיר דארפן זיך פירן מיט די תורה, עס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט דעם אז דער אייבערשטער איז אלעס; ידיעה און בחירה גייט אינאיינעם. פון איין זייט איז פארהאן ידיעה - מען זאל וויסן אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם באשעפער, פון די אנדערע זייט האבן מיר א בחירה צו אויסוועלן דעם גוטן וועג, די וועג פון די תורה, די וועג פון מצוות און מעשים טובים.


יעצט וועסטו פארשטיין פארוואס דער רבי האט געזאגט מיר זאלן יעדן טאג זיך מתבודד זיין און אויך לערנען הלכה; די צוויי זאכן מוז מען האבן אינאיינעם. ווייל ווען מען איז זיך מתבודד הייבט מען אן זען ווי אלעס איז אייבערשטער, צוביסליך זעט מען מער און מער אז עס איז גארנישט פארהאן אויף די וועלט - נאר אייבערשטער; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז אייבערשטער, קען מען אנהייבן טראכטן אז מען קען טון וואס מען וויל, עס איז דאך סיי ווי אלעס דער אייבערשטער, מען הייבט אן שפירן ווי 'איך בין בכלל נישט דא, איך קען גארנישט טון, אלעס איז דער אייבערשטער און ער טוט אלעס איינער אליין', קען מען חס ושלום טראכטן פון אויפהערן טון די מצוות, דערפאר האט דער רבי אונז אזוי שטארק מזהיר געווען מיר זאלן לערנען שולחן ערוך (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן כט), זיך נישט אפטון פון הלכה און אויך זאלן מיר זיך אסאך מתבודד זיין, אזוי וועלן מיר זיין ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי אזוי האלט איך זיך שטארק צו היטן אלע הלכות?
התחזקות, שלום בית, הלכה, טהרת המשפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען ס'קומט צו די הלכות אין שטוב, די הרחקות וכו', איז דאס זייער שווער פאר מיין ווייב. זי וויינט צו מיר אז איך פארשטיי איר נישט גענוג אז ס'איז איר זייער שווער די גאנצע זאך, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


מיר קומען ביידע פון אביסל צעבראכענע שטיבער, ווי אזוי קען איך איר מחזק זיין אויף דעם, און פארשטייט זיך אויך מיר מחזק זיין זיך צו האלטן שטארק מיט אלע הלכות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מאן און ווייב האבן חתונה קען דאס נאר האבן א קיום אויב מען נעמט אריין דעם אייבערשטן צווישן זיך; אויב פירט מען זיך מיט די תורה, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן - דעמאלט איז דא שלום צווישן מאן און ווייב, עס איז דא ליבשאפט און עס בויט זיך א שיינע שטוב, אבער ווי נאר מען נעמט ארויס דעם אייבערשטן - צעפאלט די גאנצע שטוב, עס ווערט חרוב.


דאס קען יעדער איינער זען; די אלע וואס היטן נישט די הלכות ווערט חרוב זייער שטוב. עס גייט אריבער א שטיק צייט און אלעס צעפאלט, ווייל נאר די וואס גייען מיט די תורה - די לעבן מיט שלום און ליבשאפט.


געב אכטונג אויף דיין לעבן און אויף דיין ווייב'ס לעבן; מען קען נישט ארומשפילן מיט די הלכות, אויב מען היט נישט די הלכות קען מען באקומען א ביטערער עונש. די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט, "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן און זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): 'כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ', ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא, פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", קיינער האט איר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, ביז איינמאל בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה? איר האט אכטונג געגעבן אויף הרחקות?" האט זי געענטפערט: "הרחקות האבן מיר נישט געהאלטן"; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


איך האף דו וועסט תשובה טון און דו וועסט פון היינט היטן די הלכות, דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין לעבן.

#6 - ווי אזוי קען איך צוריקהאלטן מענטשן פון ליינען גליונות ביים דאווענען?
הלכה, תפילה והתבודדות, מוסר, גליון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זע אסאך מאל ווי מענטשן ליינען דעם גליון היכל הקודש אינמיטן דאווענען. צום ערשט האב איך פרובירט זיי דן צו זיין לכף זכות אז זיי קוקן עס נאר ביי די שטיקלעך וואס מ'מעג, אבער איך זע ווי זיי ליינען עס אויך ביי שטיקלעך ווען מ'טאר נישט לויט'ן שלחן ערוך לערנען דעמאלט, און זיכער נישט ליינען קיין גליונות.


די ערשטע זאך וויל איך בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מעורר צו זיין איבער דעם, אדער כאטש שרייבן אינעם גליון וועגן דעם. און צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן וואס איך דארף טון ווען איך זע איינעם ליינען א גליון בשעת'ן דאווענען. איינמאל האב איך שוין געוואלט צוגיין צו איינעם מעורר זיין, אבער איך האב זיך געשעמט, און אויך האב איך מורא געהאט אז אפשר אויב וועט ער עס נישט ליינען ביים דאווענען, וועט ער נאכדעם עס בכלל נישט ליינען, אבער אפשר דארף מען יא מעורר זיין אויף א שיינע וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי אזוי קענסטו זען בשעת'ן דאווענען וואס טוט זיך ביי יענעם? ווען מען דאווענט דארף מען אוועק נעמען אלע זייטיגע מחשבות; גארנישט זען, נאר טראכטן ווי מען שטייט פאר'ן אייבערשטן.


אנשטאט ארבעטן אויף א צווייטן הייב אן ארבעטן אויף דיין דאווענען, אנשטאט זוכן ביי יענעם וואס צו פאררעכטן - זאלסטו זיך אליינס פאררעכטן. קוק נישט וואס אנדערע טוען; בפרט ביים דאווענען זאלסטו נישט זוכן ביי אנדערע חסרונות, בפרטי פרטיות ביי די שטיקלעך וואס עס איז אסור ארויסצוקוקן - זאלסטו דאווענען און נישט ארויסקוקן פון סידור.


געוואוין זיך צו צו דאווענען אין א סידור, דאווען נישט פון אויסנווייניג; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל דאווענען אין א סידור.


אויך זאלסטו אכטונג געבן צו דאווענען אויף איין פלאץ, דריי זיך נישט ארום ביים דאווענען. רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה האט אמאל געזען ווי איינער דריידט זיך ביים דאווענען, גייט און קומט און קומט און גייט, האט ער אים געזאגט: "דו דרייסט זיך און דרייסט זיך, נאך אביסל ווערסטו אנגאנצן צעדריידט; שטיי אויף איין פלאץ וועסטו בלייבן געזונט".


נישט יעצט זאלסטו מיר שרייבן אז דו זעסט מענטשן דאווענען אויסנווייניג און אנדערע אנשי שלומינו דרייען זיך ארום; נעם די בריוו פאר זיך אליין. קוק נישט אויף אנדערע, עס זאל דיר בכלל נישט אינטערעסירן וואס אנדערע טוען. אנשי שלומנו פלעגן זאגן: "זיי פארנומען מיט דיין רוחניות און יענעמ'ס גשמיות", ווען עס קומט צו אנדערע זאלסטו נאר טראכטן: 'ווי קען איך יענעם העלפן מיט עסן וכו'?' טראכטן פון יענעמ'ס גשמיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.