שאלה אין קורצן ענין
#9 - זאל איך דערמאנען מיין מאן פון פשוטע הלכות?
שלום בית, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' גוט חתונה געהאט, מיין מאן איז זייער א וואוילער, עס איז אבער דא זאכן אויף וואס איך דארף הילף.


מיין מאנ'ס משפחה פירט זיך אנדערש ווי מיין משפחה, ביי זיי איז דא איין זאך, מען קוקט נאר אויב מען איז א חאניאק, דאס איז ביי זיי די גאנצע אידישקייט. ווען עס קומט אבער צו וויכטיגע הלכות, צום ביישפיל הלכות שבת און הלכות ברכות, און אזוי ווייטער, איז מען נישט אזוי אויסגעקאכט דארט אין דעם.


מיין משפחה איז יא זייער שטארק מיט הלכות, און דאס ברענגט א פראבלעם ביי אונז. איך קען אסאך מער הלכות ווי מיין מאן, ווייל אזוי בין איך אויפגעוואקסן, און ווען איך זאג מיין מאן אן הלכה ווערט ער זייער דערשראקן און וויי געטון פון דעם, ער מיינט אז איך האב אים נאר ליב ווען ער איז פערפעקט.


די שרעק אין זיינע אויגן ווען ער מאכט א טעות ברענגט מיר צו וויינען אסאך מאל, איך זאג אים כסדר ווי חשוב און טייער ער איז ביי מיר, אפילו ער איז נישט פערפעקט, אבער איך זע נישט עס זאל העלפן.


טו איך ריכטיג ווען איך דערמאן אים פשוט'ע הלכות שבת אדער וועלכע ברכות מען מאכט אויף עסן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער וויכטיג איר זאלט זיין אפן מיט אייער מאן, דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין שלום בית, מען זאל זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן, זיך דורך רעדן, זאגן אלעס וואס מען שפירט פונעם צווייטן, דאס מאכט מען זאל לעבן בשלום.


פרעגט אייער מאן ווי אזוי איר זאלט טון ווען איר זעט אז ער פירט זיך נישט ווי די הלכה. פרעגט אים שיינערהייט אויב עס שטערט אים ווען איר זאגט אים אן הלכה, זאגט אים אז איר ווילט נישט זיין קיין פאליציאנט, געבט אים צו פארשטיין אז איר קוקט אים נישט אראפ ווען ער טוט נישט ווי אזוי מען דארף טון, איר פארשטייט אז מען האט נישט געלערנט ביי זיי אין שטוב קיין הלכות, ביי זיי איז געווען נאר איין זאך, ווי מער חאניאקיש - אלץ מער איז מען א איד; שמועסט אויס מיט אים די גאנצע זאך, אז מען שמועסט זיך דורך שיינערהייט ווערט שטערקער די גאנצע שלום בית.


דער אמת איז, עס ווענדט זיך ווי אזוי מען זאגט דאס; זאגן פאר די מאן ווען ער טוט אנדערש פון די הלכה איז נישט קיין פראבלעם, עס ווענדט זיך אבער ווי אזוי מען זאגט עס. ווען מען באמערקט א צווייטן אויף זיין אויפפירונג קען דאס צוגיין אין א וועג פון קריטיקירן, פון שאפן אויף יענעם, אונטעררייסן יענעם; צום ביישפיל: "וואס טוסטו?" "וואס מאכסטו?" "מען טאר נישט!" "שעם זיך!" און עס קען צוגיין אין א גוטע וועג, א וועג פון דערמאנען יענעם, לערנען יענעם, הייבן יענעם; צום ביישפיל, מען זאגט: "איך מיין די הלכה איז אזוי", "איך האב געלערנט אז מען מאכט אזוי", "שבת מאכט מען נישט אזוי", "עס איז א שאלה אויב מען מעג אזוי מאכן"; דאס איז גאר אנדערש ווי מען שאפט אויף יענעם.


אויב איר זאגט אים אין א וועג פון לערנען, אין א וועג פון זיך נישט גרויסן אויף אים - וועט ער זיכער וועלן איר זאלט אים ווייטער זאגן, אים לערנען די הלכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - ווי אזוי מאכט מען אז א שטארקע אמונה זאל נישט שטערן דאס לעבן?
הלכה, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין א לאנגע צייט וואס איך בין געוואויר געווארן פון די געוואלדיגע שיעורים, דאס האט מיר ממש געטוישט דאס לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, איך בין זיך מחי' מיט יעדע דרשה, בריוו, און מיט די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, עס העלפט מיר אזויפיל בגשמיות וברוחניות, ס'איז נישט מעגליך אלעס אויסצורעכענען.


לעצטנס האב איך זיך גאר שטארק אריינגעלייגט אין אמונה, מוהרא"ש שרייבט ממש אין יעדן בלאט פון יעדן ספר אז א איד דארף ארייננעמען אין זיך אז ס'איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, ער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין אין שום מציאות מבלעדיו יתברך כלל. איך האב זיך זייער שטארק אריינגעלייגט אין דעם, ביז איך שפיר ממש אז ס'איז גארנישט דא, איך בין נישטא, ס'איז נישטא קיין מענטשן, ס'איז נישטא קיין וועלט, ס'איז אלעס נאר דמיונות, באמת איז אלעס נאר דער אייבערשטער.


דאס האט מיר געברענגט נאך ווייטער, צו שפירן ממש למעלה מן הזמן, ס'איז נישטא קיין נעכטן, נישטא קיין מארגן, ס'איז בכלל נישטא אזא זאך ווי צייט וואס רוקט זיך, אלעס איז דאך נאר דער אייבערשטער, דאס וואס מיר שפירן אז ס'איז דא צייט איז נאר אין אונזער דמיון אז ס'איז דא טבע מקרה און מזל.


איך וויל באטאנען אז איך גיי ברוך ה' ווייטער אן אין לעבן ווי געהעריג, מיט מיין ווייב און קינדער, מיט מיין פרנסה, מיט מיין אידישקייט און ערליכקייט, און אזוי ווייטער. אבער אין מיין קאפ שפיר איך ווי איך לעב ממש אין א דמיון, אלעס איז דמיונות, באמת איז נישטא קיין מקום, נישטא קיין זמן, ס'איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן.


דער פראבלעם איז אבער אז לעצטנס האט מיר דאס אנגעהויבן זייער שטערן אין מח, איך שפיר ווי איך פלי און איך לעב אין א דמיון, ס'איז זייער שרעקעדיג צו טראכטן אז די גאנצע וועלט איז א בלויזע דמיון. דאס הויבט מיר אן ברענגען פחדים, אז אפשר וועט זיך דער דמיון אפשטעלן אין די סעקונדע און איך וועל ווערן אויס. איך בין צוגעוואוינט צו א 'נארמאלע' לעבן, אלעס זאל אנגיין ווי געהעריג, און אויב אלעס איז בלויז א דמיון איז מיר זייער שווער אנצוגיין אין לעבן.


איך הויב אן טראכטן אז אפשר איז ברסלב טאקע צו א הויכע זאך וואס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם, אפשר זענען די מחשבות צו הויך פאר מיר און איך קען עס נישט פארנעמען? פון די אנדערע זייט ווייס איך דאך אבער וויפיל מתנות איך האב באקומען פון ברסלב, ווי שטארק מיין לעבן האט זיך אזויפיל פארבעסערט ממש אויף יעדן ריר. אפשר דארף איך נאר אפלאזן די מחשבות פון די גאר שטארקע אמונה, אויב דאס שטערט מיר אזוי שטארק?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און אויסקלארן אין דעם ענין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ו' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי איז עס טאקע, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן; אלעס אלעס איז ער אליינס - עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך שמו. דאס וואס מיר זעען א שיינע וועלט, איינגעטיילט אין די פיר זאכן: דומם, צומח, חי און מדבר - דאס איז אלעס א לבוש, א פארשטעלאכץ פונעם אייבערשטן; מיט פליישיגע אויגן זעט אויס ווי עס איז דא א וועלט וכו' וכו' אבער דאס איז נאר א דמיון, אלעס איז נאר דער אייבערשטער אליינס.


דאס לערנען די הייליגע צדיקים שבכל דור ודור מיט זייערע תלמידים, מען זאלן וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ער איז אלעס און אלעס איז ער. אין אונזער דור האבן מיר זוכה געווען צו מוהרא"ש וואס האט אראפגעברענגט אזא ליכטיגקייט, אזא גילוי אלקות, אז אפילו מיר פשוט'ע מענטשן, אפילו מיר וואס מיר זענען אזוי פארגרעבט - זאלן אויך שפירן דעם אייבערשטן, מיר זאלן שפירן די זיסע טעם, די געשמאקע טעם - פון שפירן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך. און אין די זעלבע צייט דארפן מיר וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער וויל עס זאל אויסזען ווי עס איז דא א וועלט פון שטיינער, ביימער, חיות און מענטשן, און אונזער ארבעט איז מיר זאלן אויפזוכן דעם אייבערשטן אין יעדע פלאץ.


אויך דארפן מיר וויסן אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די הייליגע תורה און מיר דארפן זיך פירן מיט די תורה, עס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט דעם אז דער אייבערשטער איז אלעס; ידיעה און בחירה גייט אינאיינעם. פון איין זייט איז פארהאן ידיעה - מען זאל וויסן אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם באשעפער, פון די אנדערע זייט האבן מיר א בחירה צו אויסוועלן דעם גוטן וועג, די וועג פון די תורה, די וועג פון מצוות און מעשים טובים.


יעצט וועסטו פארשטיין פארוואס דער רבי האט געזאגט מיר זאלן יעדן טאג זיך מתבודד זיין און אויך לערנען הלכה; די צוויי זאכן מוז מען האבן אינאיינעם. ווייל ווען מען איז זיך מתבודד הייבט מען אן זען ווי אלעס איז אייבערשטער, צוביסליך זעט מען מער און מער אז עס איז גארנישט פארהאן אויף די וועלט - נאר אייבערשטער; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז אייבערשטער, קען מען אנהייבן טראכטן אז מען קען טון וואס מען וויל, עס איז דאך סיי ווי אלעס דער אייבערשטער, מען הייבט אן שפירן ווי 'איך בין בכלל נישט דא, איך קען גארנישט טון, אלעס איז דער אייבערשטער און ער טוט אלעס איינער אליין', קען מען חס ושלום טראכטן פון אויפהערן טון די מצוות, דערפאר האט דער רבי אונז אזוי שטארק מזהיר געווען מיר זאלן לערנען שולחן ערוך (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן כט), זיך נישט אפטון פון הלכה און אויך זאלן מיר זיך אסאך מתבודד זיין, אזוי וועלן מיר זיין ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי אזוי האלט איך זיך שטארק צו היטן אלע הלכות?
התחזקות, שלום בית, הלכה, טהרת המשפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען ס'קומט צו די הלכות אין שטוב, די הרחקות וכו', איז דאס זייער שווער פאר מיין ווייב. זי וויינט צו מיר אז איך פארשטיי איר נישט גענוג אז ס'איז איר זייער שווער די גאנצע זאך, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


מיר קומען ביידע פון אביסל צעבראכענע שטיבער, ווי אזוי קען איך איר מחזק זיין אויף דעם, און פארשטייט זיך אויך מיר מחזק זיין זיך צו האלטן שטארק מיט אלע הלכות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מאן און ווייב האבן חתונה קען דאס נאר האבן א קיום אויב מען נעמט אריין דעם אייבערשטן צווישן זיך; אויב פירט מען זיך מיט די תורה, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן - דעמאלט איז דא שלום צווישן מאן און ווייב, עס איז דא ליבשאפט און עס בויט זיך א שיינע שטוב, אבער ווי נאר מען נעמט ארויס דעם אייבערשטן - צעפאלט די גאנצע שטוב, עס ווערט חרוב.


דאס קען יעדער איינער זען; די אלע וואס היטן נישט די הלכות ווערט חרוב זייער שטוב. עס גייט אריבער א שטיק צייט און אלעס צעפאלט, ווייל נאר די וואס גייען מיט די תורה - די לעבן מיט שלום און ליבשאפט.


געב אכטונג אויף דיין לעבן און אויף דיין ווייב'ס לעבן; מען קען נישט ארומשפילן מיט די הלכות, אויב מען היט נישט די הלכות קען מען באקומען א ביטערער עונש. די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט, "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן און זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): 'כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ', ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא, פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", קיינער האט איר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, ביז איינמאל בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה? איר האט אכטונג געגעבן אויף הרחקות?" האט זי געענטפערט: "הרחקות האבן מיר נישט געהאלטן"; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


איך האף דו וועסט תשובה טון און דו וועסט פון היינט היטן די הלכות, דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין לעבן.

#6 - ווי אזוי קען איך צוריקהאלטן מענטשן פון ליינען גליונות ביים דאווענען?
הלכה, תפילה והתבודדות, מוסר, גליון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך זע אסאך מאל ווי מענטשן ליינען דעם גליון היכל הקודש אינמיטן דאווענען. צום ערשט האב איך פרובירט זיי דן צו זיין לכף זכות אז זיי קוקן עס נאר ביי די שטיקלעך וואס מ'מעג, אבער איך זע ווי זיי ליינען עס אויך ביי שטיקלעך ווען מ'טאר נישט לויט'ן שלחן ערוך לערנען דעמאלט, און זיכער נישט ליינען קיין גליונות.


די ערשטע זאך וויל איך בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מעורר צו זיין איבער דעם, אדער כאטש שרייבן אינעם גליון וועגן דעם. און צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן וואס איך דארף טון ווען איך זע איינעם ליינען א גליון בשעת'ן דאווענען. איינמאל האב איך שוין געוואלט צוגיין צו איינעם מעורר זיין, אבער איך האב זיך געשעמט, און אויך האב איך מורא געהאט אז אפשר אויב וועט ער עס נישט ליינען ביים דאווענען, וועט ער נאכדעם עס בכלל נישט ליינען, אבער אפשר דארף מען יא מעורר זיין אויף א שיינע וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי אזוי קענסטו זען בשעת'ן דאווענען וואס טוט זיך ביי יענעם? ווען מען דאווענט דארף מען אוועק נעמען אלע זייטיגע מחשבות; גארנישט זען, נאר טראכטן ווי מען שטייט פאר'ן אייבערשטן.


אנשטאט ארבעטן אויף א צווייטן הייב אן ארבעטן אויף דיין דאווענען, אנשטאט זוכן ביי יענעם וואס צו פאררעכטן - זאלסטו זיך אליינס פאררעכטן. קוק נישט וואס אנדערע טוען; בפרט ביים דאווענען זאלסטו נישט זוכן ביי אנדערע חסרונות, בפרטי פרטיות ביי די שטיקלעך וואס עס איז אסור ארויסצוקוקן - זאלסטו דאווענען און נישט ארויסקוקן פון סידור.


געוואוין זיך צו צו דאווענען אין א סידור, דאווען נישט פון אויסנווייניג; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל דאווענען אין א סידור.


אויך זאלסטו אכטונג געבן צו דאווענען אויף איין פלאץ, דריי זיך נישט ארום ביים דאווענען. רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה האט אמאל געזען ווי איינער דריידט זיך ביים דאווענען, גייט און קומט און קומט און גייט, האט ער אים געזאגט: "דו דרייסט זיך און דרייסט זיך, נאך אביסל ווערסטו אנגאנצן צעדריידט; שטיי אויף איין פלאץ וועסטו בלייבן געזונט".


נישט יעצט זאלסטו מיר שרייבן אז דו זעסט מענטשן דאווענען אויסנווייניג און אנדערע אנשי שלומינו דרייען זיך ארום; נעם די בריוו פאר זיך אליין. קוק נישט אויף אנדערע, עס זאל דיר בכלל נישט אינטערעסירן וואס אנדערע טוען. אנשי שלומנו פלעגן זאגן: "זיי פארנומען מיט דיין רוחניות און יענעמ'ס גשמיות", ווען עס קומט צו אנדערע זאלסטו נאר טראכטן: 'ווי קען איך יענעם העלפן מיט עסן וכו'?' טראכטן פון יענעמ'ס גשמיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - קען מען עסן פלייש אין די ניין טעג, ווען מ'האט נישט פארשטאנען גענצליך דאס לערנען?
הלכה, לימוד התורה, סדר דרך הלימוד, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א מזל טוב צו די חתונה פון אייער זון, און נאך א מזל טוב פאר'ן ניי געבוירענעם קינד, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך נחת מיט השפעות לרוב, וכל מילי דמיטב.


אין אייער זכות, און אין זכות פון מוהרא"ש, האב איך זוכה געווען אנצוהויבן לערנען די הייליגע תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


ווער עס האט נאכנישט געשפירט דעם געשמאקן טעם, איז בכלל נישטא וואס צו רעדן מיט אים. איידער מ'הויבט אן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד זעט עס אויס ווי א קינדער שפיל, ווען מ'הויבט אבער אן צו לערנען אויף דעם וועג, הויבט מען פלוצלינג אן צו שפירן די זיסקייט פון הייליגע תורה, מ'שפירט א נאנטקייט צום אייבערשטן, מ'באקומט יראת שמים און אהבת ה'. און נאכדעם איז שוין נישטא וואס זיך צו טענה'ען איבער דעם בכלל.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'ענדיגט א מסכתא אויפ'ן סדר דרך הלימוד, און מ'האט פארשטאנען נאר פופציג פראצענט פון די גמרא, ווערט דאס גערעכנט פאר א געהעריגע סיום אז מ'זאל קענען דערמיט עסן פלייש אין די ניין טעג.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אן ענטפער, און דער אייבערשטער זאל אייך געבן אלעס גוטס אין לעבן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס אז ממש אזוי ווי דו שרייבסט, בעפאר מען הייבט אן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) זעט אויס דאס זאגן משניות און גמרא פאר'ן מענטש ווי א 'קינדער שפיל', אבער איינמאל מען הייבט אן לערנען אויף דעם וועג ווערט ממש ביטול הבחירה; מען ווערט צוגעקלעבט צו די תורה, מען באקומט יראת שמים און אהבת השם יתברך.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט טועם געווען פון די אונגארישע וויין – דעם קען מען שוין נישט אפנארן"; דאס גייט ארויף אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, אז ווי נאר מען הייבט אן טועם זיין פון דעם סדר אין לערנען; מען הייבט אן זאגן משניות כסדרן, א פרק נאך א פרק און אזוי אויך בלימוד גמרא, מען הייבט אן גורס זיין בלעטער גמרא - דעם מענטש קען מען שוין נישט אפנארן נאכדעם וואס ער האט שוין פארזיכט פונעם יין המשומר, אזא מענטש דארף שוין נישט קיין ראיות און הוכחות צי דאס הייסט יא געלערנט אדער נישט; צי עס איז יא דעם רבינ'ס זאך אדער נישט, דעם מענטש אינטערעסירט שוין גארנישט, ער וויל לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה.


אויף דיין שאלה צי מען קען מאכן א סיום אין די ניין טעג און עסן פלייש אויב מען האט געלערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד, מען האט גורס געווען גמרא און פארשטאנען נאר פופציג פראצענט; אודאי הייסט דאס א סיום און אודאי הייסט דאס געלערנט, אבער עסן פלייש אין די ניין טעג איז נישט כדאי, אפילו ווען מען איז מסיים א מסכתא און מען פארשטייט דאס הונדערט פראצענט. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "כדאי הוא בית אלקינו נישט צו עסן קיין פלייש אין די ניין טעג"; אבער מען קען דאס נוצן פאר א סיום.


דער אייבערשטער זאל אונז אלע העלפן מיר זאלן שוין ארויס גיין פון אונזער גלות בכלליות, ובפרטיות - יעדער איינער פון זיין פריוואטע גלות און מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן א גאנצן טאג. דעמאלט וועט זיין: "כְּאִילוּ נִבְנֶה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לג.): "כָּל אָדָם שֶּׁיֶּשׁ בּוֹ דֵּעָה כְּאִילוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו"; אמן.

#4 - מעגן די מיידלעך מיטזינגען די זמירות שבת?
שבת קודש, הלכה, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און דרשות.


איך האב געהערט לעצטנס ביי א דרשה ווי איר זאגט אז די משפחה קען זינגען אינאיינעם די זמירות שבת, דער טאטע מיט די מאמע מיט די קינדער.


איך מיין אז דאס איז קעגן די הלכה, אויב ווייס איך גוט איז די הלכה אז דער טאטע מעג טאקע הערן זיין ווייב און טעכטער זינגען, אבער למעשה איז קול באשה ערוה, און ער טאר נישט זאגן קיין דברים שבקדושה בשעת זיי זינגען. אזוי ווי ווען זיי זענען נישט צוגעדעקט צניעות'דיג איז דאס נישט קיין פראבלעם פאר'ן טאט'ן און מאן, אבער ער טאר נישט דעמאלט זאגן קיין דברים שבקדושה אין פארנט פון זיי.


איך האף איר וועט מיר דאס ענטפערן און קלאר שטעלן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין שאלות ותשובות ברסלב (ג' אלפים, תמ"ד) פרעגט איינער אן מוהרא"ש אזא שאלה: "איך פיר זיך צו זינגען זמירות שבת קודש צוזאמען מיט מיינע קינדער, אבער היות איך האב שוין עלטערע מיידלעך, וויל איך פרעגן אויב זיי מעגן מיט זינגען צוזאמען מיט מיר די זמירות שבת?" און מוהרא"ש ענטפערט אים: "אשריך ואשרי חלקך שאתה שר ומזמר זמירות בשולחן השבת עם כל הילדים", וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו זינגסט זמירות שבת ביי די סעודה מיט אלע דיינע קינדער, "שרבינו זכרונו לברכה הקפיד על זה מאד מאד, ורצה שאנשי שלומינו ישירו בכל שבת את שירי השבת ויאמרו את כל הזמירות ולא יתביישו מאף אחד, כי עיקר היהדות זה תמימות ופשיטות", ווייל דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל זינגען יעדן שבת ניגונים לכבוד שבת, און מען זאל זאגן און זינגען אלע זמירות און זיך נישט שעמען פון קיינעם, ווייל זינגען זמירות אין שבת איז אן עיקר אין אידישקייט.


זאגט מוהרא"ש ווייטער: "ולכן גם הבנות הגדולות יכולות לשיר, כי סוף כל סוף זה בתוך המשפחה", דעריבער קענסטו זינגען מיט דיינע מיידלעך די זמירות ווייל דאס איז דאך דיין משפחה. "וכמובן, שאסור שיהיו שמה אנשים זרים", פארשטייט זיך אז עס טארן זיך נישט געפונען דארט פרעמדע מענטשן, ווייל (ברכות כד:): "קוֹל בְּאִשָּׁה - עֶרְוָה", פרעמדע מענטשן טארן נישט הערן פרויען זינגען, "אבל בתוך המשפחה, שלא נמצאים רק אתה ואשתך והילדים - מותר גם לבנות הגדולות לשיר", אבער מיט דיין משפחה אליין, ווען נאר דיין ווייב און קינדער זענען ביי די סעודה קענען זיי מיט זינגען די זמירות.


מוהרא"ש פירט אויס די תשובה: "וזה מעיקר החינוך - לחנך את הילדים שישירו זמירות בשבת, שזה דבר גדול מאד מאד", זינגען זמירות מיט די קינדער איז אן עיקר און א יסוד אין חינוך, דאס ברענגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי זאל איך אויסשטעלן מיין סדר אין לערנען?
הלכה, לימוד התורה, מעביר סדרה, משניות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג משניות און הלכה, איך וויל אבער וויסן ווי אזוי איינצוטיילן מיין צייט. אויב האב איך דריי שעה א טאג צו לערנען, זאל איך לערנען צוויי שעה הלכה און איין שעה משניות, אדער צוויי שעה משניות און איין שעה הלכה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מען קען נישט געבן פאר א מענטש א סדר ווי אזוי אויסצושטעלן דעם טאג ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין; יעדער מענטש איז אנדערש פונעם צווייטן און אפילו ביים זעלבן מענטש טוישט זיך יעדן טאג ביי אים זיין מצב וכו'. דערפאר איז נישט שייך צו געבן א סדר ווי אזוי צו לערנען; מיט דעם אז דו בעטסט וועל איך דיר אויסשטעלן דיינע שיעורים לויט ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל.


א)    זע צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער. אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה וואס דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.) "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים; הגם דער אריז"ל שרייבט אז מען זאל מעביר סדרה זיין פרייטאג - ערב שבת, אבער מען טאר זיך נישט לאזן נארן. מען דארף שטענדיג קוקן אויף זיך און זיך מאכן א חשבון: וואס טו איך? האב איך געעפנט א חומש די וואך? האב איך מעביר סדרה געווען פאריגע וואך? אז מען הייבט אן פון זונטאג, און יעדן טאג לערנט מען אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, איז מען זוכה אז מען ענדיגט יעדע וואך די סדרה און מען איז זוכה צו לעבן מיט די פרשה יעדן טאג.


טו אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (אורח חיים, סימן רפ"ה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם גר"א זכר צדיק לברכה אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט איז מען מעביר סדרה יעדע וואך, און ווען עס קומט סוף יאר איז מען מורא'דיג בשמחה אז מען האט מסיים געווען חמשה חומשי תורה.


ב)    נאכדעם זאלסטו לערנען משניות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצָא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה? בְּמִי שֶּׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה", דער וואס לערנט משניות דער איז זוכה צו מקבל זיין די תורה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואספארא כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש, ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען יעדן טאג משניות וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן.


עס איז באוואוסט אז דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' - אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער. איך וועל דיר אראפברענגען איינס פון די פילע לשונות אינעם ספר מגיד מישרים, וואו דער בית יוסף שרייבט (משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


ג)      אויך זאלסטו לערנען גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


ד)     וואויל איז דיר אז דו לערנסט הלכה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלֹּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה אפילו נישט כסדרן וואו מען האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - פארוואס דארף מען היטן טהרת המשפחה?
הלכה, צניעות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער צעמישט, און איך שפיר אז דער ראש ישיבה איז דער איינציגסטער וואס קען מיר העלפן, איך לערן זיך אזויפיל פון די שיעורים, און דאס העלפט מיר שטייגן אין לעבן.


איך האב נישט קיין געפיל צו די הלכות פון טהרת המשפחה, איך פארשטיי נישט פארוואס איך דארף זיך רייניגן וכו' און איינהאלטן אלע איבריגע הלכות, וואס טוט דאס אויף, און צו וואס פעלט עס אויס בכלל?


איך שפיר ווי איך ווער אונטערדרוקט אז איך טאר נישט טון דאס און יענץ, א פרוי גייט דורך גענוג שווערע יסורים מיט'ן האבן קינדער, צו וואס פעלט נאך אויס צוצולייגן די אלע איבריגע הלכות און גדרים?


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיך קענען ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען היט נישט טהרת המשפחה באקומט מען נאכדעם א גרויסן עונש; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא:): "נָשִׁים מֵתוֹת בִּשְׁעַת לֵדָתָן עַל שֶׁאֵינָן זְהִירוֹת בְּנִדָּה", פרויען שטארבן ווען זיי געבוירן קינדער ווייל מען היט נישט די מצוה פון טהרת המשפחה; דאס איז א שפיל מיט פייער, אז מען היט נישט טהרת המשפחה געבוירט מען קינדער וואס זענען קראנק פיזיש און גייסטיש רחמנא לצלן.


עס איז נאר שווער כל זמן מען ווייסט נישט פארוואס מען טוט דאס, אבער ווען עס קומט צו טון זאכן צו ראטעווען די אייגענע לעבן און דאס לעבן פון די קינדער דעמאלט איז גארנישט שווער; קוקט וואס די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטראבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוויסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל – דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, און האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה", האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פונקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף די הלכות אין די שבעה נקיים; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'ט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אידן, מיר גלייבן אינעם אייבערשטן און אין די הייליגע תורה, און מיר פרייען זיך מיט די מצוות וואס ער האט אונז דערמיט געהייליגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט אויך זוכה זיין צו פארשטיין די הארבקייט פון דעם און זיך פירן בדרך התורה.

#1 - מעג מען אויסרעדן נאך המפיל?
הלכה, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח פאר אלע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט, און פאר אלע חיזוק וואס איר געבט מיר.


איך האב געוואלט פרעגן וואס די הלכה איז ביי המפיל. איך ווייס אז מ'טאר נישט אויסרעדן נאך המפיל, אבער אסאך מאל פארגעס איך און איך רעד אויס. איך ווייס אויך אז פונקט ווי מ'טאר נישט עסן אן א ברכה, טאר מען נישט שלאפן אן א ברכה, וואס טוט מען אבער ווען מ'פארגעסט און מ'רעדט אויס?


יישר כח.


בערעלע 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד בערעלע נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא אסאך שיטות ווען מען זאל זאגן המפיל; עס איז דא פוסקים וואס זאגן אז מען זאל עס זאגן נאכן ליינען קריאת שמע, גלייך בעפאר מען שלאפט איין, כדי עס זאל נישט זיין קיין הפסק צווישן די ברכה ביזן איינשלאפן. נאכדעם זענען דא וואס זאגן אז מען זאל קודם זאגן ברכת המפיל און נאכדעם ליינען קריאת שמע, און עס הייסט נישט קיין הפסק, ווייל די ברכה גייט ארויף אויפן שלאפן.


אין ברסלב פירט מען זיך צו זאגן קודם ברכת המפיל און נאכדעם ליינט מען קריאת שמע, ווייל אז מען שטופט עס אפ אויף שפעטער קען אויסקומען אז מען וועט פארגעסן צו מאכן די ברכה און מען וועט גיין שלאפן אן די ברכה, ממילא, כדי מען זאל נישט קומען צו דעם, זאגט מען המפיל פאר קריאת שמע.


דאס וואס דו פרעגסט, צי דו זאלסט זאגן ברכת המפיל ווען דו ליינסט קריאת שמע, ווייל דו האסט מורא אז דו וועסט אויסרעדן נאכדעם, און עס וועט זיין א ברכה לבטלה; אויף דעם ווערט געברענגט פון הייליגן דברי חיים, דער צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט געהערט ווי מענטשן האלטן זיך צוריק פון זאגן ברכת המפיל, ווייל זיי רעדן אויס וכו', האט ער געזאגט: ענדערש זאל מען זאגן ברכת המפיל יעדע נאכט בשם ומלכות, אפילו מען וועט אויסרעדן נאכדעם, ווי צו גיין שלאפן אן מאכן די ברכה (הובא בספר עמק יהושע אחרון, דף קסא.), דערפאר זאלסטו זאגן ברכת המפיל אפילו עס מאכט זיך אז דו רעדסט אויס וכו'.


זע צו ליינען קריאת שמע של אריז"ל פאר דו גייסט שלאפן; ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב) אז ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן, און ער איז זיך מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ - מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן, גייען אלע מזיקים אוועק פון אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות ח:) אז רבא האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'שע בעט, זאגט די גמרא עטליכע פשטים וואס דאס מיינט, דער ערשטער פשט איז "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", ער האט זיי אנגעזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן ליינען קריאת שמע; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען מען ליינט קריאת שמע פאר מען לייגט זיך שלאפן.


אויך זאלסטו זיך אנגרייטן 'נעגל וואסער' פאר דו גייסט שלאפן; מוהרא"ש זאגט אז מען קען זען אויף בחור צי ער האט יראת שמים, אויב גרייט ער זיך אן 'נעגל וואסער'. ווייל א ערליכער בחור גייט נישט שלאפן איידער ער גרייט זיך אן נעגל וואסער, וואס דאס איז א יסוד אין קדושה; ווער עס וויל זיין הייליג און ריין דארף זייער מקפיד זיין נישט אראפ צו גיין פון בעט אן דעם וואס מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער.


נאכן זאגן ברכת המפיל און ליינען קריאת שמע קען מען ליינען סיפורי צדיקים און לערנען אגדות חז"ל וואס זענען מסוגל צו לערנען פארן שלאפן וכו'; דאס הייסט נישט קיין הפסק, ווייל שפעטער גייט מען דאך איינשלאפן, גייט די ברכה ארויף אויפן שלאפן.